חלק ההלכה: ארורין וואס זענען פארבונדן מיט לשון הרע:
א. ארור מכה רעהו בסתר (דברים כ"ז כד) פארשאלטן איז דער וואס שלאגט זיין פריינד באהאלטענערהייט.
חז"ל ערקלערן (ספרי, רש"י שם) אז דאס גייט ארויף אויף דער וואס רעדט לשון הרע.
דער וואס רעדט לשון הרע ברענגט צו אז דריי מענטשן זאלן געשלאגן ווערן: דער וואס רעדט, דער וואס הערט, און דער מענטש אויף וועמען מען רעדט. (ערכין ט"ו ע"ב)
ב. ארור משגה עור בדרך (דברים כז-יח) פארשאלטן איז דער וואס מאכט שטרויכלן א בלינדן אין וועג.
דאס גייט ארויף אויף א מענטש וואס מאכט שטרויכלן א צווייטן מיט זינד, אדער גיבט אים א שלעכטע באראטונג, כדי יענער זאל אדורכפאלן.
דער וואס רעדט לשון הרע מאכט שטרויכלן דעם צוהערער מיט די עבירה פון הערן לשון הרע, און דער וואס הערט לשון הרע מאכט שטרויכלן דעם דערציילער מיט די עבירה פון רעדן לשון הרע.
חלק ההתעוררות: נעכטן האבן מיר אראפגעברענגט דעם מדרש אז א בעל לשון הרע איז דומה צו א כלב שוטה. לאמיר זען פארוואס.
די גמרא (יומא פד) גיבט עטליכע סימנים אויף א כלב שוטה: די מויל איז אים אייביג אפן, די שפייעכץ רינט פון אים כסדר, זיינע אויערן הענגען אראפ, זיין וויידל הענגט אראפ, ער גייט אין די זייט פון רשות הרבים, און ווען ער בילט קען מען אים נישט הערן.
פיו פתוח – א בעל לשון הרע טוט ממש דאס, דאס מויל איז אים כסדר אפן, און רעדט תמיד וועגן מענטשן און זאכן וואס ער זעט.
רירו נוטף – אסאך שפייעכץ קען קומען פון היץ אינעם גוף, אזוי אויך דער בעל לשון הרע וויבאלד ער איז אלעמאל פארנומען קוקן וואס מענטשן טוען, רעגט ער זיך כסדר אויף מענטשן.
רירו נוטף – נאך א פשט, וויבאלד די שפייעכץ פון דעם כלב שוטה רינט כסדר, קומט אויס אז איבעראל ווי ער איז נאר געווען לאזט ער איבער צייכנס אז ער איז דארט געווען, זיינע עקלדיגע פאר'מיאוס'טע שפייעכץ. דאס זעלבע איז דער בעל לשון הרע, ווי ער שטייט נאר אפילו א פאָר מינוט לאזט ער איבער זיינע שפירען, און בארעדערייען.
אזניו סרוחות וכו' – די אנדערע סימנים זענען, וויבאלד דער כלב שוטה וויל באפאלן ווי מער, און ער וויל נישט מ'זאל זיך אבאכט געבן פון אים, שפאצירט ער זיך אזוי אין די זייט מ'זאל אים נישט באמערקן, און ער זאל אויסזען אומשולדיג, און אזוי איז אים גרינגער צו באפאלן זיין קרבן.
דאס זעלבע איז מיט דעם בעל לשון הרע, ער מאכט זיך ווי ער איז סתם א פרידליכע מענטש, ס'אינטערעסירט אים נישט די גאנצע ארומיגע געטועכץ, און דערווייל שפיצט ער אן זיינע אויערן און אויגן ער זאל האבן באלד וואס צו פארקויפן פאר אנדערע.
אזוי אויך ווען ער רעדט זיינע לשון הרע'ס, רעדט ער ברמיזה אז מ'זאל נישט כאפן אז ער בארעדט יעצט איינעם.
בפרט די מענטשן וואס שרייבן פאשקעווילן (איינער געדענקט נאך פאר די אינטערנעט צייטן?), אויף זיי שטייט ארור מכה רעהו בסתר, און זיי זענען ממש דומה צו די כלב שוטה, און מ'דארף זיך גאר שטארק היטן פון זיי.
און אז מ'היט זיך ריכטיג ווען מען אנגערופן א "איש", מי ה"איש" החפץ חיים נצור לשונך וגו'.