די שיעור אויף אידיש

שיעור הקהלה;
כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

די שיעור אויף אידיש

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג אפריל 27, 2007 11:27 am

יעדער וואס פילט אז ער קען איבער טייטשן די שיעור אויף אידיש, איז מכובד, ס'איז מיר בייגעפאלן, און אויב די מנהלים האלטן דערפון, אז יעדער וואס לערנט פאר, זאל צו לייגן א לעילו נשמת פאר איינע פון זיינע קרובים. די זכות איז זיכער גרויס.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג אפריל 27, 2007 11:40 am

קרעמער האט געשריבן:שיעור עש"ק פרשת אחרי קדושים, כ"ד למטמונים תשס"ז

סעיף יג
מהיות כי התחלת העיכול הוא בפה על ידי טחינת השינים והתערבות עם מיץ הרוק, לכן לא יבלע שום מאכל בלי לעיסה, כי אז תכבד העיכול באיצטומכא לבדו.

סעיף יד
כבר אמרנו כי בני אדם אינם שוים במזגם, ויש לכל אחד לבחור על פי רופאים במאכלים הטובים, לפי מזגו ומקומו ושעתו. ובדרך כלל הנה הרופאים הקדמונים חלקו את המאכלים במדרגות שונות, יש מאכלים שהם רעים ביותר עד מאד, וראוי לאדם שלא לאכלן לעולם כגון הדגים הגדולים המלוחים הישנים והגבינה המלוחה הישנה, והכמהין ופטריות והבשר המלוח הישן, ויין מגתו, והתבשיל ששהה עד שנדף ריחו, וכן כל מאכל שריחו רע, או מר ביותר, הרי הוא לגוף כמו סם המות. ויש מאכלים שהם רעים אבל אינם כמו הראשונים לרוע, לפיכך ראוי לאדם שלא לאכול מהם אלא מעט, אחר ימים הרבה, ולא ירגיל את עצמו להיות מזונו מהם או לאכלם עם מזונו תמיד, כגון דגים גדולים, וגבינה, וחלב ששהה אחר שנחלב כ"ד שעות, ובשר שורים גדולים ותישים גדולים, ולחם שעורים, ולחם מצות והכרוב והחציר, והבצלים, והשומים, והחרדל והצנון. כל אלו מאכלים רעים הם. אין ראוי לאדם לאכול מאלו אלא מעט עד מאד ובימות הגשמים, אבל בימות החמה לא יאכל מהם כלל.


סעיף יג

אזוי ווי דאס אנהייבן צו פארדייען די עסן, הייבט זיך אן דוירכן מויל, ביים ווערן צומאלן מיט די ציין און מישט זיך צוזאם מיט די שפייעכטס, דערפאר זאל מען נישט אראפ שלינגען קיין עסן גאנצערהייט, אן צוקייען, ווייל דאן וועט די מאגן אליינס מוזן ארבעטן דאס צו פארדייען. (און דאס וועט אים זיין שווער.)

סעיף יד

מיר האבן שוין געלערנט, אז נישט אלע מענטשן זענען אייניג, ממילא דארף יעדער זיך אויסוועלן מיט ראט פון א דאקטער, די גוטע עסן, וואס זאלן זיין צוגעפאסט צו אים. די פריערדיגע דאקטורים, האבן דאס צוטיילט אויף עטליכע דרגות, ס'איז דא גאר שלעכטע עסן, וואס דאס זאל א מענטש קיינמאל נישט עסן, ווי למשל, גרויסע אלטע געזאלצענע פיש, (ווער עס ווייסט פון וואס ער רעדט איז מכובד דאס צו ערקלערן.) אלטע געזאלצענע קעז, אלטע געזאלצענע פלייש און שוועמלעך, וויין וואס האט נישט אויפגעקאכט, (איך געדענק נישט די פונקטליכע טייטש, פון יין מגתו.) און א געקעכטס וואס האט שוין אנגעפאנגען שמעקן נישט גוט, און א יעדע מין עסן וואס זיין גרויך איז נישט גוט, אדער זיין טעם איז ביטער, איז פארן גוף פונקט ווי סם המות. דערנאך איז דא עסן, וואס זענען שלעכט אבער נישט אזוי ווי דאס וואס מיר האבן פריער דערמאנט, פון די דאזיגע מיני מאכלים זאל מען נאר עסן ווייניג, און נישט אפט, און ער זאל זיך נישט צוגעוואוינען דאס צו עסן אייביג, ווי למשל, גרויסע פיש, קעז, מילך נאך פיר און צוואנגיג שעה פונעם מעלקן, פלייש פון גרויסע אקסן און ווידער'ס, גערשטן ברויט, מצות, קרויט, (חציר ?) צוויבל, קנאבל, מאסטערט, רעטעך, פון די אלע עסן, זאל מען נאר עסן ווייניג, און נאר און ווינטער, זומער זאל מען בכלל נישט עסן דערפון.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג אפריל 29, 2007 6:49 pm

איך_הער האט געשריבן:שיעור יום א' פרשת אמור, כ"ו למ"ט מונים, תשס"ז לפ"ק.

סעיף טו
ויש מאכלים שהם רעים ואינם כמו אלו, והם עוף המים (אוזא ובר אוזא) ובני יונה הקטנים והתמרים, ולחם שנילש בשמן, והסולת שנפו אותה כל צרכה עד שלא נשאר בה ריח מורסן, אין ראוי להרבות במאכלות אלה.

סעיף טז
לעולם ימנע האדם את עצמו מפירות האילנות, ולא ירבה לאכול מהם אפילו יבשים ומכל שכן רטובים, אבל קודם שיתבשלו באילן כל צרכן, הרי הן כחרבות לגוף, וכן החרובים רעים לעולם. הפירות החמוצים רעים, ואין אוכלין מהן אלא מעט בימות החמה ובמקומות החמים והתאנים והענבים והרמונים לעולם טובים, בין רטובים בין יבשים, ואוכל אדם מהם כל צרכו ומכל מקום לא יתמיד אכילתם אף על פי שהם טובים מכל פרי האילנות.


סעיף טו

און ס'איז דא נאך עסן וואס איז נישט גוט, כאטש נישט אזוי שלעכט ווי די פריערדיגע, למשל, קאטשקעס (גענז) קליינעט טויבן, טייטלען, ברויט געקנעטן מיט האניג, און מעל וואס איז אינגאנצן איבער געזיפט, אז ס'איז נישט איבער געליבן דערין (ריח מורסן ?) און פון אט די אלע מאכלים, זאל מען נישט עסן צו סאך.

סעיף טז

א מענטש זאל זיך צוריק האלטן פון עסן פרוכט, סיי טרוקענע, און סיי נאסע, אבער אויב ס'איז נאכנישט אינגאנצן געצייטיגט, איז דאס אזוי ווי (חרבות ?) פארן גוף, באקסער, איז קיינמאל נישט גוט, זויערע פרוכט, איז שלעכט, און מ'זאל נישט עסן דערפון נאר ווייניג, און אין זומער, אדער אויף הייסע פלעצער. פייגן, טרויבן, מילגרוים, איז אייביג גוט, סיי פארטרוקנט, און סיי נאס, און מ'קען עסן דערפון וויפיל מ'וויל, אבער זיך נישט מאכן קיין געוואוינהייט צו עסן דערפון, כאטש ס'איז בעסער פון אלע אנדערע פרוכט.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג אפריל 30, 2007 11:31 pm

איך_הער האט געשריבן:שיעור יום ב' פרשת אמור, כ"ז למ"ט מונים, תשס"ז לפ"ק.

סעיף יז
בענין השתיה, המים הם המשקים הטבעים לאדם ובריאים לגוף, אם הם זכים וצלולים מועילים, ששומרים הרטיבות שבגוף, וממהרים להוציא את הפסול. כשישתה מים, יבחר את הקרים, שהם מרוים את הצמאון, ומטיבים את העיכול יותר מאלו שאינם קרים, אך לא יהיו קרים מאד, שהם מכבים את החום הטבעי. ומכל שכן כשהאדם הוא עיף ויגע, יזהר מאד שלא לשתות מים קרים, כי אז חלב הלב נתחמם, והוא מהותך מחמת העייפות והיגיעה, והמים הקרים יזיקו לו, עד שיוכל לבא לידי סכנה חס ושלום. ואף כי המים טובים לבריאות הגוף מכל מקום לא ישתה מהם הרבה. אין לשתות מים קודם האכילה, לפי שתתקרר האיצטומכא, ולא יעכל את המזון כראוי, וגם בתוך אכילתו לא ישתה רק מעט מים מזוג ביין, ורק כשהמאכל מתחיל להתעכל אז ישתה שיעור בינוני. וכן אין לשתות מים בצאתו מן המרחץ, שלא יתקרר הכבד ומכל שכן שלא ישתה במרחץ. וכן לא ישתה אותם תיכף אחר המשגל, לפי שאז חום הטבעי הוא חלוש, ויהיה גורם שיתקררו האברים.

סעיף יח
היין מחזיק החום הטבעי, ומטיב את העיכול, ומוציא את המותרות, ועוזרים לבריאת הגוף כשישתה מהם שיעור בינוני. מי שמוחו חלוש, יזהר מן היין שמוסיף על חלישותו, וממלא את הראש מעשנים, היין יפה לזקנים ומזיק לנערים, לפי שמעורר החום הטבעי והוא כמוסיף אש על אש. ויש ליזהר מן היין עד כ"א שנה. אין ראוי לשתות יין קודם אכילה אלא מעט כדי לפתוח הבני מעיים ולא בעת רעבון, ולא אחר מרחץ וזיעה, ולא אחר עמל ויגיעה, ובתוך האכילה לא ישתה אלא מעט.


סעיף יז

לגבי טרינקען, וואסער איז די נאטורליכע געטראנק פארן מענטש, און איז געזונט, און אז ס'איז קלארע וואסער, העלפט דאס אז די נאסקייט אינעם קערפער זאל זיך האלטן, און די פסולת זאל שנעלער ארויס גיין. און ווען מ'טרינקט וואסער, זאל עס זיין קאלט, ווייל דאס שטילט די דארשט, און ס'העלפט צום פארדייעונג בעסער ווי נישט קאלטע וואסער, אבער ס'זאל נישט זיין צו קאלט, ווייל דאס וועט שוין אוועק נעמען פון די נאטורליכע ווארימקייט וואס ס'פעלט אויס פארן מענטש. און אוודאי ווען דער מענטש איז מיד און אויסגעמוטשעט, זאל ער זייער אכטונג געבן נישט צו טרינקען בכלל קאלט וואסער, ווייל ווען דער מענשט איז אויסגעמוטשעט, איז די פעטנס פונעם הארץ אנגעהיצט, און צולאזט, און די קאלט וואסער קען אים שעדיגן, און ער קען צוקומען צו א סכנה חס ושלום. און כאטש וואסער איז גוט פארן קערפער, זאל ער נישט טרינקען, צו סאך. ס'איז נישט גוט צו טרינקען וואסער פארן עסן, ווייל ס'וועט אפקילן דעם מאגן, און די מאגן וועט נישט קענען גוט פארדייגען די עסן. אויך אינמיטן עסן, זאל ער נישט טרינקען, נאר אביסל וואסער אויסגעמישט מיט וויין. און נאר ווען די עסן הייבט זיך שוין אן צו פארדייען, דאן זאל ער טרינקען, א מיטעלע מאס, נישט צו סאך און נישט זייער ווייניג. אזוי זאל מען אויך נישט טרינקען וואסער נאך א באד, און אוודאי נישט אין באד, כדי די לעבער זאלן נישט קאלט ווערן. און אזוי זאל מען אויך נישט טרינקען נאכן (משגל ?) ווייל דאן איז די נאטורליכע היץ שוואך, און ס'קען גורם זיין קאלט צו מאכן די אברים.

סעיף יח

וויין האלט אן די נאטורליכע היץ, און ס'העלפט צום פארדייען די עסן, און ס'שטיפט ארויס די פסולת, און ס'העלפט פארן געזונט ווען מ'טרינקט דערפון מיט א נארמאלע מאס. ווער ס'האט א שוואכן מח, זאל אכטונג געבן פון טרינקען וויין, ווייל ס'קען אים שעדיגן און צו לייגן צו זיין שוואכקייט, און עס פילט אן דעם קאפ (מעשנים ?). די וויין איז גוט פאר עלטערע, און נישט גוט פאר יונגערע, ווייל ס'וועקט אויף די נאטורליכע היץ, און דאס איז ווי איינער וואס לייגט צו פייער אויף פייער. ( ווייל אין די יוגנט איז די קערפער מער הייס). ס'איז גוט מ'זאל אכטונג געבן נישט צו טרינקען וויין ביז די איין און צוואנציג יאר. ס'איז נישט גוט צו טרינקען וויין פארן עסן, נאר אביסל צו עפענען דעם מאגן, און אויך איז נישט גוט צו טרינקען וויין ווען מ'איז הונגעריג, נאך א באד אדער נאך א שוויץ, אדער נאך עקסערסייז. אינמיטן עסן זאל מען נאר טרינקען ווייניג.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג אפריל 30, 2007 11:43 pm

איך_הער האט געשריבן:שיעור יום ג' פרשת אמור, כ"ח למ"ט מונים, תשס"ז לפ"ק.

סעיף יט
לעולם לא יאכל אדם אלא כשהוא רעב, ולא ישתה אלא כשהוא צמא, ואל ישהה נקביו אפילו רגע אחד, ולא יאכל עד שיבדוק את עצמו יפה יפה שמא צריך לנקביו.

סעיף כ
לעולם ישתדל אדם שיהיו מעיו רפוים כל ימיו, ויהיה קרוב לשלשול מעט, וזהו כלל גדול ברפואה, כל זמן שהרעי נמנע, או יוצא בקושי, חלאים רעים באים, ולכן כשרואה אדם שמעיו נחלשו, ואין בהם כח הדוחה, ידרוש ברופאים להגיד לו במה ירפה אותם, איש איש לפי מזגו ולפי ימיו.


סעיף יט

א מענטש זאל נישט עסן נאר ווען ער איז הונגעריג, און נישט טרינקען נאר ווען ער איז דארשטעריג, און זיך נישט איינהאלטן פון ארויסגיין אפילו פאר איין סקונדע, און זיך נישט זעצן צום עסן, איידער ער איז זיכער אז ער דארף נישט ארויסגיין.

סעיף כ

א מענטש זאל אלס מאכן זיכער אז זיין מאגן, איז אין א נארמאלע צושטאנד. (נישט קיין הארטע מאגן און נישט קיין ווייכע מאגן.) אז ער זאל קענען נארמאל ארויסגיין, אויב באמערקט מען אז מ'קען נישט נארמאל ארויסגיין איז דאס א סימן אז עפעס טויג נישט מיט אים, און זאל זיך ווענדן צו דאקטוירים, און מאכן זיכער אז ער באקומט זיין ריכטיגע הילף, פארשטייט זיך יעדער לויט זיין נאטור און זיינע יארן.

אוועטאר
התאחדות
דומ"ץ דקהלתינו
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2006 5:35 pm
לאקאציע: אין בעסדין שטיבל

תגובהדורך התאחדות » דינסטאג מאי 01, 2007 10:25 pm

שיעור יום ד' אמור, כ"ט למספר בנ"י תשס"ז לפ"ק

סעיף כא
היגיעה בדרך ממוצע טובה לבריאות הגוף, עס איז געזונט פאר'ן גוף צו מאכן אביסל איבונגען, אבל היגיעה הגדולה וכן המנוחה מזיקין לגוף, אבער זיך צופיל פארמאטערן, אדער רוען צופיל, שעדיגט די גוף. איצט איז דער קיצור אביסל מאריך וואס מ'זאל טוהן: בזמן החום אין להתייגע רק מעט, ווען עס איז ווארים, זאל מען זיך ווייניקער איבען, ובזמן הקור צריך יותר, און אין קאלטע טעג, דארף מען מאכן עטוואס מער איבונגען. און אזוי אויך איז דא א חילוק צווישן פעשע און דארע מענטשן: האדם השמן צריך שיתיגע יותר מן האדם הכחוש, אז דער פעשער, ברויך צו מאכן מער איבונגען ווי איידער דער דארער.

סעיף כב
הרוצה לשמור את הבריאות, א מענטש וואס וויל אכט געבן אויף זיין געזונט, צריך לדעת התנועות הנפשיות וליזהר מהם, דארף צו וויסן וואס זענען די זעהלישע מאנאווערעס, און זיך אכט געבן דערפון. והם כמו השמחה והדאגה, והכעס והפחד, און דאס זענען: פרייליכקייט - אנגעזעצקייט, גערעגטקייט, און שרעק, שהם הפעוליות בנפש, וואס דאס איז אלעס זעהלישע געטועכצער. וצריך המשכיל שיהא שמח בחלקו כל ימי הבלו, און דער קלוגער מענטש דארף זיין פרייליך מיט וואס ער האט, אלע לעבנסטעג, ולא ידאג על עולם שאינו שלו, און ער זאל נישט זארגן איבער א וועלט וואס איז נישט זיינע, ולא יבקש יתרונות, און ער זאל נישט זוכן קיין לוקסוס, ויהיה בטוב לבב ובשמחה הממוצעת, און ער זאל זיין גוט אויפגעלייגט, און מיטלגאטיג פרייליך. כי היא סיבה לגדל החום הטבעי, ווייל זיין גוט אויפגעלייגט, ברענגט צו, אז דער נאטורליכע היץ זאל זיך פארגרעסערן, ולעכל המאכל ולדחות את המותרות און אויף צו פארדייען דאס עסן, און ארויסצושטופן די נישט וויכטיגע טיילן פונ'ם גוף, ולחזק אור העינים וכל ההרגשות, און עס שטארקט די זעה פונ'ם אויג, און די געפילן פון א מענטש, וגם יתחזק כח השכל, און אזוי אויך שטארקט דאס די כוח פון שכל. ואמנם לא להרבות השמחה במאכל ובמשתה כמו הסכלים, אבער מ'זאל נישט זיך מערן די פרייד מיט עסן און טרונקן א_ווי די נארישע מענטשן, כי ברוב השמחה יצא החמימות לשטח הגוף, ווייל אויב יא, גייט ארויס די נאטורליכע היץ און עס צושפרייט זיך אינ'ם גוף, ויותך החום הטבעי ויתקרר הלב פתאום וימות בלא עתו בפתע, און עס וועט צוגיין די נאטורליכע היץ, און די הארץ קען קאלט ווערן, און משטארבט פלוצים (הארץ אטאק). ובפרט יקרה זאת לאנשים שמנים בגופם, און עקסטער קען עס פאסירן פאר פעשע מענטשן, לפי שהחום הטבעי בגופם מעט, וויבאלד די נאטורליכע היץ זייערע, איז זייער א קליינע מאס, לפי שעורקיהם צרים, ווייל זייערע אדערן זענען שמאל, ומרוצת הדם שהוא מקור החום הוא לאט, און די גאלאפ פון די בלוט וואס דאס איז דער מקור פון די היץ, גייט שטייט. והדאגה היא היפוך השמחה, און זארג, איז פארקערט פון פרייליכקייט, וגם היא מזקת, לפי שמקררת את הגוף, און דאס שאדט אויך, ווייל עס קילט אפ די גוף, ויתקבץ החום הטבעי אל הלב ויביאהו אל המות, און די גאנצע נאטורליכע היץ נעמט זיך צוזאם צום הארץ, און דאס קען ברענגן צום טויט. הכעס מעורר חמימות הגוף, גערעגטקייט, וועקט אויף די ווארימקייט פונ'ם גוף, עד שיוליד מין ממיני הקדחת, ביז עס בראכט א סארט פיבער. הפחד יוליד בגוף קרירות, שרעק, וועט געבוירן אינ'ם גוף קאלטקייט, ולכן יקרה למפחד רעדה, און צוליב דעם ווארפט זיך א דערשראקענער, וכשיתרבה הקרירות אולי ימות, און אויב זאל די קאלטקייט זיך פארמערן, קען ער שטארבן, ומכל שכן שצריך ליזהר שלא יאכל כשהוא בכעס או בפחד או בדאגה, נאך מער דארף מען געווארנט זיין נישט צו עסן אין די צייט וואס מ'איז אויפגערעגט, דערשראקן, אדער באזארגט, אלא כשהוא בשמחה ממוצעת, מ'זאל נאר עסן ווען מ'איז נארמאל פרייליך.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מאי 03, 2007 12:16 pm

איך_הער האט געשריבן:שיעור יום ה' פרשת אמור, ל' למ"ט מונים, תשס"ז לפ"ק.

סעיף כג
השינה הממוצעת, טובה לבריאות הגוף, לפי שיתעכל מזונו וינוחו החושים, ואם יקרה לו מחמת חולי שאינו יכול לישן, צריך שיאכל דברים המביאים את השינה, אבל ריבוי השינה מזקת, לפי שיתמלא הראש מהאדים כי ירבה העשן העולה מן הבטן אל המוח, וימלא הראש עשן ויזיק לגוף היזק גדול. כמו שיש לו לאדם ליזהר שלא לישן תיכף אחר האכילה, כן יש לו ליזהר שלא יישן כשהוא רעב, כי כשאין מזון בגוף יפעל החמימות במותרות, ויתילד ממנו עשן נפסד ויעלה למוח. כשישן יהיו מראשותיו גבוהים, לפי שיעזור לרדת את המאכל מפי האיצטומכא ויתמעטו העשנים העולים למוח. השינה הטבעית היא בלילה, ושינת היום מזקת, ואינה טובה אלא לאותן שהורגלו בה.

סעיף כד
דרך הרחיצה, שיכנס אדם למרחץ משבעה ימים לשבעה ימים. לא יכנוס למרחץ לא כשהוא רעב ולא כשהוא שבע, אלא כשיתחיל המזון להתעכל. וירחץ גופו בחמין ואחר כך בפושרין ואחר כך בפושרין מן הפושרין עד שירחץ בצונן. כשיצא מן המרחץ, ילבש בגדיו ויכסה ראשו היטב שלא תשלוט בו רוח קרה, ואפילו בימות החמה צריך להזהר בזה, וישהה לאחר שיצא עד שתתיישב נפשו, וינוח גופו ותסיר החמימות, ואחר כך יאכל, ואם ישן מעט כשיצא מן המרחץ קודם אכילה, הרי זה יפה מאד.



סעיף כ"ג
א מיטלמעסיגע שלאף איז גוט פאר'ן געזונטהייט פונעם קערפער, כדי די שפייז זאל פארדייט ווערן און די נערווען זאלן זיך אפרוען. אויב מאכט זיך אז צוליב א קרענק קען ער נישט שלאפן, זאל ער עסן זאכן וואס ברענגען א שלאף. אבער אסאך שלאף קען שעדיגן, ווייל די קאפ וועט אנגעפולט ווערן מיט די גאז (כעמיקאלן) וואס גייט ארויף פונעם בויך צום מוח, און זיין קאפ וועט ווערן פול מיט רויך, און ס'וועט שטארק שעדיגן דעם קערפער.
אזוי ווי א מענטש דארפן געווארנט זיין נישט צו שלאפן גלייך נאכן עסן, דארף ער אויך געווארנט זיין נישט זיך צו לייגן שלאפן ווען ער איז אויסגעהונגערט, ווייל ווען ס'איז נישטא קיין שפייז אינעם קערפער, וועט זיך א ווארימקייט אנכאפן אין די אוועקגעלייגטע עסן (רעזערוו) וואס ער האט אין זיין קערפער, און ס'וועט געשאפן ווערן פון דעם א שעדליכע רויך וואס וועט ארויפגיין צום מוח.
ווען ער שלאפט זאל זיין קאפ זיין אונטערגעהויבן, וואס דאס וועט העלפן אז די עסן זאל אראפגיין פונעם עפענונג פונעם מאגן, און ס'זאל פארמינערט ווערן די רויך וואס גייט ארויף צום מוח.
די נאטורליכע שלאף איז ביינאכט, און די שלאף פון בייטאג קען שאטן, און ס'איז נישט גוט אויסער פאר די וואס זענען געוואוינט דערצו.

סעיף כ"ד
די סדר פון זיך וואשן דעם קערפער, איז אז א מענטש זאל גיין אין באד איינמאל אין זיבן טעג.
ער זאל נישט גיין אין באד נישט ווען ער איז הונגעריש און נישט ווען ער איז זאט, נאר ווען די עסן הייבט זיך אן צו פארדייען.
ער זאל אפוואשן זיין קערפער מיט ווארעם וואסער און נאכדעם מיט לאלעך וואסער, און נאכדעם מיט וואסער וואס איז נאכמער לאלעך, ביז ער וועט זיך וואשן מיט קאלטע וואסער.
ווען ער גייט ארויס פון באד, זאלן ער זיך אנטון די קליידער און זיך גוט צודעקן דעם קאפ, כדי ס'זאל אים נישט אנטרעפן א קילע ווינטל. אפילו אין די זומער טעג זאל מען זיין געווארנט אין דעם.
נאכדעם וואס ער גייט ארויס זאל ער זיך אביסל פארזוימען ביז ער וועט זיך בארואיגן אין זיין קערפער וועט זיך אפרוען און די היץ וועט אוועקגיין פון אים, און נאכדעם זאל ער עסן. אויב שלאפט ער אביסל ווען ער גייט ארויס פון באד, בעפאר ער עסט, איז דאס זייער גוט.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג מאי 04, 2007 9:06 am

איך_הער האט געשריבן:שיעור יום ו' ערב שבת קודש פרשת אמור, ל"א למ"ט מונים, תשס"ז לפ"ק.

סעיף כה
לעולם ישתדל אדם לדור במקום שהאויר זך ונקי, במקום גבוה ובנין רחב. ואם אפשר, לא ידור בקיץ במקום פתוח לצד צפון או לצד מזרח, ושלא יהא שם שום דבר מעופש. וטוב מאד לנקות אויר הבית תדיר, בריחות טובות ובעשנים מועילים.

סעיף כו
האויר הטוב לבריאות הגוף הוא, שיהא שוה, ממוצע בין הקור והחום. לכן יזהר כל אדם שלא יחמם את ביתו הרבה בימות החורף, כדרך אנשים בלי דעת, כי על ידי רוב החמימות הרבה חלאים באים רחמנא ליצלן, אלא יחממו באופן אשר לא ירגיש שום קרירות ולא יחם לו ביותר.



סעיף כה

א מענטש זאל זיך אייביג משתדל זיין, צו וואוינען אין א פלאץ ווי די לופט איז קלאר און ריין, ווי העכער און אין א ברייטע דירה. און אויב ס'איז בידו, זאל ער זומער נישט וואוינען אויף אזא פלאץ ווי ס'איז אפן צו צפון אדער צו מזרח. און אויך זאל דארט נישט זיין קיין שום פארשימלטע זאך. און ס'איז אלס גוט אויס צו לופטערן די הויז, מיט גוטע שמעקעדיגע ריחות און רויעך וואס העלפט.

סעיף כו

פארן גוף איז געזונט אז מיטעלע לופט, נישט צו הייס און נישט צו קאלט, און פאר דעם זאל א מענטש זייער אכטונג געבן, נישט צו שטארק אנצו ווארעמען דאס הויז אין ווינטער, אזוי ווי א סאך נארישע מענטשן טוהען, ווייל די סאך היץ ברענגט אסאך קרענק רחמנא ליצלן. נאר אנווארעמען, אויף אזויפיל אז ער זאל נישט שפירן די קעלט, אבער נישט אז ס'זאל ווערן צו הייס.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג מאי 06, 2007 5:53 pm

איך_הער האט געשריבן:שיעור יום א' פרשת בה"ב, יום הגדול ל"ג בעומר. תשס"ז לפ"ק.
סעיף כז
לשמור חוש הראיה יזהר מדברים אלו, לא יבא בחפזון בפעם אחת ממקום חושך לאור גדול. ואם צריך ליכנס ממקום חושך למקום אור, יפתח את הדלת מעט ויסתכל באותו אור מועט, איזה רגעים, ואחר כך יפתח יותר ויסתכל גם כן באותו אור איזה רגעים, ואחר כך יפתח כולו. וכן יעשה גם בבואו ממקום אור למקום חושך, כי התמורה מאור לחושך או מחושך לאור בלי ממוצע מזיק לראיה. ולכן ה' יתברך שמו ברחמיו ברא את העולם בענין זה, שהשמש זורחת על הארץ מעט מעט, לא בפעם אחת, וכן שוקעת מעט מעט, ועל זה אנו מברכין המאיר לארץ ולדרים עליה ברחמים, שמאיר לנו ברחמים מעט מעט, ולא בפעם אחת פתאום. אור החוזר מן השמש פירוש שהשמש זורחת על איזה מקום ומשם בא האור, אור זה מזיק לענים, לכן יזהר מלדור בבית אשר כל החלונות רק מצד צפון, כי השמש אינה באה לצד צפון, וכל האור אשר שמה הוא רק אור החוזר. וכן אפילו אם החלונות המה לצד מזרח או דרום או מערב, אם אין השמים נראין מתוך החלונות, כגון שיש כנגדן חומות גבוהות, הרי גם כן האור הבא הוא רק אור החוזר. יזהר מלעסוק בכתיבה או לקרות בספר או לעשות כל מלאכה דקה, באור בין השמשות, וכן בעצם היום כאשר השמש בתקפה. וכן לא ירבה בכתיבה או לקרות בספר באותיות קטנות, ובכל מלאכה דקה לאור הנר בלילה. ההסתכלות הרבה בצבע לבן גם כן מזיק לעינים, ולכן מראה השמים כמראה התכלת, לא לבן, כדי שלא יזיק לעינים. וכן ההסתכלות הרבה במראה אדום צח, וכן באש מזיק גם כן. העשן וריח גפרית מזיקין גם כן, וכן אבק דק או רוח הבא לנגד לעינים, וכן הליכה מרובה ופסיעה גסה, בכיה מרובה כמו שאמר הכתוב כלו בדמעות עיני, והקשה מכולן הוא רוב המשגל, אבל מצות ה' ברא מאירת עינים.


סימן לג – דברים האסורים משום סכנה ובו י”ד סעיפים

סעיף א
אסור לאכול דג עם בשר, ואפילו עם שומן עופות מפני הסכנה. ואין לצלות בשר עם דג בתנור אחד כשהוא תנור קטן, אלא כשאחד מהם מכוסה, אבל בתנורים שלנו שהם גדולים אין לחוש.


סעיף כ"ז
כדי זיך אפצוהיטן דעם זעה-קראפט, זאל מען זיין געווארנט אין די פאלגענדע זאכן:
מ'זאל נישט אריינקומען פלוצלינג פון א טונקעלע פלאץ צו א גרויסע ליכטיגקייט. אויב דארף מען אריינגיין פון א טונקעלע פלאץ צו א ליכטיגע פלאץ, זאל מען עפענען דעם טיר אביסל, און זיך איינקוקן אינעם ליכטיגקייט אויף אפאר רגעים, און דערנאך זאל מען עפענען נאך אביסל און זיך אויך איינקוקן אין יענע ליכטיגקייט, און דערנאך זאל ער עפענען אינגאנצן. אזוי זאל ער אויך טון ווען ער קומט פון א ליכטיגן פלאץ צו א טונקעלן פלאץ, ווייל דאס טוישן פון ליכטיגקייט צו פינסטערטיש אדער פון פינסטערניש צו ליכטיגקייט, אטן אחן אפטייל, שאדט פאר'ן זעה-קראפט. און וועגן דעם האט דער אויבערשטער מיט זיין גרויס רחמנות באשאפן די וועלט אויף אזא אופן, אז די זון שיינט אויף אויף דער ערד צוביסלעך, נישט אויפאמאל, און אזוי אויך גייט עס אונטער צוביסלעך. און וועגן דעם מאכן מיר א ברכה המאיר לארץ ולדרים עליה ברחמים, אז ער מאכט ליכטיג די וועלט צוביסלעך, און נישט פלוצלינג אויפאמאל.
די ליכטיגקייט וואס קומט צוריק פון די זון, ד.ה. אז די זון שיינט אויף א פלאץ און פון דארט קומט א ליכטיגקייט, די ליכטיגקייט שאדט פאר די אויגן. וועגן דעם זאל מען געווארנט זיין נישט צו וואוינען אין א הויז וואס אלע פענסטערס זענען צו צפון זייט, ווייל די זון קומט נישט צו צו צפון זייט, און די גאנצע ליכטיגקייט וואס איז דארט איז בלויז פון ליכטיגקייט וואס קומט צוריק פון אנדערע פלעצער. אזוי אויך אויב די חלונות זענען צו מזרח זייט, דרום זייט אדער מערב זייט, אויב די הימלען קענען נישט געזען ווערן דורך די פענסטערס, צ.ב.ש. אז ס'איז דא קעגן דעם הויכע מויערן, אויף אזא פאל איז די ליכטיגקייט אויך בלויז א ליכטיגקייט וואס קומט צוריק פון אן אנדערע פלאץ.
מ'זאל זיין געווארנט נישט עוסק צו זיין אין שרייבן אדער ליינען א ספר אדער טון סיי וועלכע האקעלע ארבעט, צו די ליכטיגקייט פון בין השמשות, אדער אינמיטן טאג ווען די זון שיינט מיט'ן שטערקסטן קראפט. אזוי אויך זאל מען נישט פארמערן אין שרייבן אדער ליינען אין א ספר מיט קליינע אותיות, אדער אין סיי וועלכע האקעלע ארבעט, ביינאכט, צו די ליכטיגקייט פון א ליכט.
דאס זיך איינקוקן אפט אינעם ווייסן קאליר קען אויך שעדיגן די אויגן, און וועגן דעם איז די קאליר פונעם הימל בלוי, און נישט ווייס, כדי ס'זאל נישט שאטן פאר די אויגן. אזוי אויך דאס זיך איינקוקן אין א לויטער-רויטע קאליר, אדער אין פייער, קען אויך שאטן.
רויך און די גערוך פון שוועבל שאדט אויך, און אזוי אויך דינע שטויב אדער א ווינט וואס קומט קעגן די אויגן, און גיין אסאך און מיט גרויסע טריט, וויינען אסאך, ווי ס'שטייט אין פסוק "כלו בדמעות עיני", און די ערגסטע איז רוב המשגל, אבער מצות ה' ברא מאירת עינים.


סימן לג – דברים האסורים משום סכנה ובו י”ד סעיפים

סעיף א
מ'טאר נישט עסן פיש מיט פלייש, אפילו מיט פעטנס פון עופות, וועגן ס'איז א סכנה. מ'טאר נישט בראטן פלייש מיט פיש אין איין אויוון, ווען ס'איז א קליינע אויוון, נאר אויב איינס פון זיי איז צוגעדעקט. אבער ביי אונזערע אויוונס וואס זענען גרויס, דארף מען נישט חושש זיין.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מאי 07, 2007 6:32 pm

איך_הער האט געשריבן:שיעור יום ב' פרשת בה"ב ל"ד למ"ט מונים, תשס"ז לפ"ק.

סעיף ב
כשאוכל דגים ואחר כך בשר או להיפך, יש לאכול ביניהם קצת פת, ולשתות איזה משקה דהוי קנוח והדחה.

סעיף ג
צריך ליזהר מזיעת אדם, שכל זיעת אדם הוא סם המות, חוץ מזיעת הפנים. ולכן יזהר שלא יתן מאכל בין בגדיו לבשרו מפני הזיעה, וכן לא יתן מעות לתוך פיו שמא יש עליהן מעט זיעה, ועוד שיד הכל ממשמשין בהן ויש מהם חולים.


סעיף ב

ווען מ'עסט פיש און נאכדעם פלייש, אדער פארקערט, זאל מען אינצווישן עסן אביסל ברויט, און עפעס טרינקען, אז ס'זאל הייסן קנוח און הדחה.

סעיף ג

מ'דארף זייער אכטונג געבן פון שווייס וואס קומט פון א מענטש, ווייל דאס איז סם המות, אויסער שווייס וואס קומט פונעם פנים. דערפאר זאל מען אכטונג געבן, נישט צו לייגן קיין עסן צווישן די בגדים אינעם לייב, אז ס'זאל נישט צו קומען צו די שווייס. און די זעלבע זאל מען אויך נישט אריין לייגן קיין געלט אין מויל, ווייל אויב ס'איז דא דערויף שווייס, און נאך א זאך, אז אין פאקט ווערט דאס באטאפט פון אסאך מענטשן, און ס'איז דא פון זיי אויך קראנקע.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מאי 07, 2007 10:24 pm

איך_הער האט געשריבן:שיעור יום ג פרשת בה"ב, ל"ה למ"ט מונים, תשס"ז לפ"ק.

סעיף ד
צריך כל אדם ליזהר תמיד כשמריח ריח איזה מאכל, יפליט כל הרוק שבפיו ולא יבלעו, כי אם בולעו יוכל לבא לידי סכנה חס ושלום.

סעיף ה
יש ליזהר שלא לשתות מים שנתגלו.


סעיף ד

יעדער מענטש דארף אכטונג געבן, אז ווען ער שמעקט א גערויך פון א מאכל, (און ער קען עס דאן נישט עסן.) זאל ער אויסשפייען די שפייעכטס פון מויל און נישט אראפ שלינגען, ווייל אויב ער שלינגט דאס אראפ קען ער צוקומען צו א סכנה.

סעיף ה

מ'דארף אכטונג געבן נישט צו טרינקען וואסער וואס איז געווען אפן.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך מאי 09, 2007 12:02 am

איך_הער האט געשריבן:שיעור יום ד' פרשת בה"ב ל"ו למ"ט מונים, תשס"ז לפ"ק.

סעיף ו
אסור ליתן דבר מאכל או משקים תחת המטה אפילו הם מכוסים, מפני שרוח רעה שורה עליהם. ובכפרים יש מחזיקים תפוחי אדמה ושאר מאכלים תחת המטות, ויש להזהירם על זה.

סעיף ז
וכן יזהר מכל דברים המביאים לידי סכנה, כי סכנתא חמירא מאיסורא, ויש לחוש יותר לספק סכנה מלספק איסור. ולכן אסור לילך בכל מקום סכנה כגון תחת קיר נטוי, ועל גשר רעוע, ולא יצא יחידי בלילה, ולא יישן יחידי בחדר בלילה וכן אסרו לשתות מים מן הנהרות בלילה, או להניח פיו על קילוח המים לשתות, שמא יבלע איזה דבר המזיק.


סעיף ו

מ'טאר נישט לייגן קיין עסן אדער טרינקען אונטערן בעט, אפילו צוגעדעקטערהייט, ווייל א שלעכטע גייסט רוהט דערויף. און דערפער איז דא פארשידענע וואס האלטן קארטאפל און אנדערע עסן אונטערן בעט, און מ'דארף זיי ווארענען דערוועגן.

סעיף ז

און דאס זעלבע דארף מען אכטונג געבן פון אלע זאכן וואס קענען ברענגען צו א סכנה, ווייל א סכנה איז הארבער פון אן איסור, און מ'דארף ענדערש חושש זיין אויף א ספק סכנה, ווי אויף א ספק איסור. און דערפאר טאר מען נישט גיין אויף קיין שום סכנה'דיג פלאץ, ווי למשל, אן אנגעבויגענע וואנט, א שוואכע בריק, און אויך זאל מען נישט גיין אליינס ביינאכט, און נישט שלאפן אליינס און א (צימער ?) הויז ביינאכט. און אויך טאר מען נישט טרינקען פון קיין טייך ביינאכט, אדער לייגן די מויל צו א וואסער רין צו טרינקען, ווייל אפשר וועט ער איינשלינגען א זאך וואס קען שעדיגן.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך מאי 09, 2007 10:26 pm

איך_הער האט געשריבן:שיעור יום ה' פרשת בה"ב ל"ז למ"ט מונים, תשס"ז לפ"ק.

סעיף ח
נוהגין שבשעת התקופה מניחין קצת ברזל על כל המשקים ומאכלים, ועל המבושלים או כבושים או מלוחים אין צריכין.

סעיף ט
אסור לאכול מאכלים ומשקים שנפשו של אדם קצה בהם, או מתוך כלים מאוסים שנפשו של אדם קצה בהם, וכן לא יאכל בידים מזוהמות, שכל אלו הם בכלל אל תשקצו את נפשותיכם, ואפילו יאמר שאין נפשו קצה בהם, בטלה דעתו אצל כל אדם.


סעיף ח

מ'פירט זיך צו לייגן אביסל אייזן אויף אלע מאכלים און געטראנקען בשעת די תקופה. אויף געקאכטע, אייגעזויערטע אדער געזאלצענע עסן דארף מען נישט לייגן.

סעיף ט

מ'טאר נישט עסן אזעלכע מיני מאכלים און געטראנקען, וואס א נארמאלער מענטש איז פאר'מאוס'ט דערפון, אדער פון אזעלכע כלים וואס זענען פאר'מאוס'ט ביי נארמאלע מענטשן, און דאס זעלבע זאל ער נישט עסן מיט שמוציגע הענט, ווייל די אלע זאכן גייען אריין אין כלל פון די לאוו, אל תשקצו את נפשותיכם, איר זאלט נישט פאר'מאוס'ן אייער זעל. און אפילו איינער קען זאגן אז עם באדערט דאס נישט, ער עקל'ט זיך נישט דערפון, ווערט זיין מיינונג בטל לגבי אלע אנדערע מענטשן.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג מאי 10, 2007 11:23 pm

איך_הער האט געשריבן:שיעור יום ו' ערב שבת קודש פרשת בה"ב, ל"ח למ"ט מונים, תשס"ז לפ"ק.

סעיף י
בהמה או עוף שהיו מסוכנים ונשחטו, אף על פי שהותרו בשחיטה, המדקדקים מחמירים על עצמם שלא לאכלם.

סעיף יא
אסור לקצוץ אילן מאכל העושה פירות, (אילן זית שהוא עושה רובע הקב זיתים, ודקל העושה קב תמרים) והוא סכנה. ואם הוא סמוך לאילנות אחרות שחשובים יותר ממנו והוא מכחיש אותן, וכן אם צריך למקומו, וכן אם דמיו יקרים לבנין יותר מלאכול, מותר לקצצו.


סעיף י

א בהמה אדער עוף וואס זענען געווען קראנק, און מ'האט זיי גע'שחט'ען, כאטש די שחיטה האט דאס מתיר געווען, פירן זיך די מדקדקים אז זיי זענען אויף זיך מחמיר, און מ'עסט דאס נישט.

סעיף יא

מ'טאר נישט אפשניידן א פרוכט בוים, (אן איילבירט בוים וואס וואס מאכט א פערטל קב איילבירטן, און א טייטלבוים וואס מאכט א קב טייטלען) און דאס איז א סכנה. אבער אויב ס'איז נאנט צו אנדערע מער חשוב'ערע ביימער, און דער בוים נעמט אוועק די נאסקייט פון די אנדערע ביימער און דאס מאכט זיי מאגער, אדער טאמער דארף ער דאס פלאץ, אדער אויב ער קען פארקויפן די האלץ דערפון און ער וועט מער פארדינען דערויף, מעג מען עס יא אפשניידן.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג מאי 13, 2007 2:24 am

איך_הער האט געשריבן:שיעור יום א' פרשת במדבר, מ' למ"ט מונים, תשס"ז לפ"ק.

סעיף יב
החושש במעיו, יש עושין לרפואה שמעמידין על בטנו כלי שיש בו מים חמים, ואסור לעשות כן מפני הסכנה.

סעיף יג
אסור לעבור בנחל שמימיו רודפין אם המים מגיעים למעלה ממתנים, משום סכנה שלא ישטפוהו המים.


סעיף יב

איינעם וואס די מאגן טוהט אים וויי, איז דא וואס פירן זיך אז מ'לייגט אים אויפן בויך א כלי מיט הייס וואסער, מ'טאר דאס נישט טוהן ווייל ס'איז א סכנה.

סעיף יג

מ'טאר נישט דוירך גיין א וואסער וואס לויפט, אויב די וואסער דערגרייכט העכער די לענדן, ווייל ס'איז א סכנה, אז די וואסער זאלן אים נישט אוועקשווענקען.
לעצט פאראכטן דורך איך_הער אום זונטאג מאי 13, 2007 5:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מאי 13, 2007 12:03 pm

אוי וויי, אזא טעות.

"מעמידין על בטנו" איז די ריכטיגע ווארט, מען פלעגט לייגן א ווארים פלאש אויפן בויך, אבער די סכנה איז אז עס קען זיך אויסגיסן (דאן איז נאכנישט געווען די פארמאכטע פלאסטיק פלעשער וואס מיר נוצן)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג מאי 13, 2007 5:33 pm

כ'האב עס געטוישט ביי מיין תגובה. שכוח.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג מאי 13, 2007 10:03 pm

איך_הער האט געשריבן:שיעור יום ב' פרשת במדבר, מ"א למ"ט מונים, תשס"ז לפ"ק.

סעיף יד
אסור להוציא מפיו דבר פורעניות על אדם מישראל, אפילו לומר: אלו היה פלוני קיים היה בא לכאן, כי ברית כרותה לשפתים. ואין לעשות מורא לתינוק בדבר טמא, כגון לומר חתול או כלב יקחוהו, וכן כל כיוצא באלו, צריך ליזהר מאד מהרגל הלשון.


סימן לד – הלכות צדקה ובו ט”ז סעיפים

סעיף א
מצות עשה ליתן צדקה לעניי ישראל, שנאמר, פתוח תפתח את ידך לו. ונאמר וחי אחיך עמך. וכל הרואה עני מבקש, והעלים עינו ממנו ולא נתן לו צדקה, עובר בלא תעשה שנאמר לא תאמץ את לבבך ולא תקפוץ את ידך מאחיך האביון. הצדקה הוא סימן לזרע אברהם אבינו, שנאמר כי ידעתיו למען אשר יצוה את בניו וגו' לעשות צדקה. ואין כסא ישראל מתכונן ודת האמת עומדת אלא בצדקה, שנאמר בצדקה תכונני. וגדול העושה צדקה יותר מכל הקרבנות, שנאמר עשה צדקה ומשפט נבחר לה' מזבח. ואין ישראל נגאלין אלא בצדקה, שנאמר ציון במשפט תפדה ושביה בצדקה. לעולם אין אדם מעני מן הצדקה, ואין דבר רע ולא היזק בא בשביל הצדקה, שנאמר והיה מעשה הצדקה שלום. כל המרחם מרחמין עליו, שנאמר ונתן לך רחמים ורחמך והרבך, וכל מי שהוא אכזרי יש לחוש ליחוסו. והקדוש ברוך הוא קרוב לשועת עניים שנאמר וצעקת עניים ישמע, לפיכך צריך להזהר בצעקתם, שהרי ברית כרותה להם, שנאמר והיה כי יצעק אלי ושמעתי כי חנון אני. ואמרו בירושלמי תרעא דלא תפתח לעניא תפתח לאסיה ויתן האדם אל לבו, שהוא מבקש כל שעה פרנסתו מהקדוש ברוך הוא, וכמו שהוא מבקש שהקדוש ברוך הוא ישמע שועתו ותפלתו, כך ישמע הוא שועת העניים. גם יתן האדם אל לבו, כי הוא גלגל החוזר בעולם, וסוף שיבוא הוא או בנו או בן בנו לקבל צדקה ואל יעלה על לבו לומר: איך אחסר ממוני ליתנו לעניים, כי יש לו לדעת שאין הממון שלו, אלא פקדון לעשות בו רצון המפקיד, וזה חלקו מכל עמלו בעולם הזה, כדכתיב והלך לפניך צדקך, והצדקה דוחה גזירות רעות ומוספת חיים.


סעיף יד

מ'טאר נישט ארויס זאגן פון מויל אז ס'זאל קומען א שטראף אויף אן אנדערן איד, אפילו זאגן אז ווען יענער לעבט ווען נאך וואלט ער ווען אהער געקומען, (אין אנדערע ווערטער מיינט דאס, אז יענער לעבט שוין נישט.) ווייל א בונד איז געשניטן געווארן פאר די ליפן. און מ'טאר נישט דערשרעקן א קינד מיט א טמא'נע זאך, ווי למשל אז א קאץ אדער הינט וועט דיך נעמען, אדער דאס גלייכן. מ'דארף זייער אכטונג געבן וואס מ'רעדט ארויס מיטן מויל.

סימן לד – הלכות צדקה ובו ט”ז סעיפים

סעיף א

ס'איז א מצות עשה צו געבן צדקה פאר אידישע ארימעלייט, אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק, דו זאלסט עפענען דיין האנט פאר אים, און נאך א פסקו שטייט, אז דיין ברידער זאל לעבן מיט דיר. און איינער וואס זעט ווי אן ארימאן בעט זיך ביי אים, און ער פארהוילט זיך פון אים, און געט אים נישט צדקה, איז עובר אויף א לא תעשה, ווייל ס'שטייט אין פסוק, דו זאלסט נישט שטארק מאכן דיין הארץ אויף נישט צו געבן און דו זאלסט נישט צומאכן דיין האנט, פון דיין ארומען ברודער. די צדקה איז א סימן אז מיר זענען קינדער פון אברהם אבינו, אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק, אז איך ווייס אים ווייל ער וועט באפעלן זיינע קינדער צו טוהן צדקה. און א אידיש בענקל און די אידישע אמונה קען זיך נישט האלטן נאר מיט צדקה, אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק, מיט צדקה וועסטו מיך האלטן. און דער וואס טוהט צדקה איז גערעסער פון אלע קרבנות, אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק, דער וואס טוהט צדקה און גערעכטיגקייט, איז מער אויסדערוועלט פונעם קרבן. און אידן ווערן נישט אויסגעלייזט נאר בזכות הצדקה, אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק, ירושלים וועט אויסגעלייזט ווערן מיט גערעכטיגקייט און אירע געפאנגענע מיט צדקה. א מענטש קען נישט ארים ווערן דוירך געבן צדקה, און קיין שום שלעכטס אדער שאדן קען נישט געשעהן צו אים וועגן די צדקה, אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק, און די מעשה הצדקה זאל זיין פרידן. און ווער ס'האט רחמנות אויף אנדערע, האט מען פון הימל רחמנות אויף אים, אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק, און ער וועט דיר געבן רחמנות, און ער וועט רחמנות האבן אויף דיר און דיר פארמערן. און איינער וואס איז אן אכזר, דארף מען נאכקוקן זיין יחוס. און דער אייבישטער איז נאנט צו די געשריי פון אן ארימאן, אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק, און די געשריי פון אן ארימאן הערט ער. פאר דעם דארף ער אכטונג געבן ווען אן ארימאן שרייט, ווייל א בונד איז געשניטן פאר זיי, אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק, און אז ער וועט שרייען צו מיר, וועל איך אים הערן ווייל איך בין א גענאדיגער. און ס'שטייט אין ירושלמי, אז א טיר וואס עפענט זיך נישט פאר אן ארימאן וועט זיך דארפן עפענען פאר א דאקטער, און א מענטש זאל זיך נעמען צום הארץ, אז ער האלט אין איין בעטן ביים באשעפער אז ער זאל אים געבן פרנסה, און ער וויל אז דער אייבישטער זאל אים אויסהערן, דאס זעלבע הערט דער אייבישטער אויס, דאס געבעט פונעם ארימאן. און נאך א זאך זאל א מענטש גוט אריין טראכטן, אז געלט איז ווי רעדל וואס דרייט זיך, און דער סוף קען זיין, אז ער אדער א זון אדער אן אייניקל זאל דארפן צוקומען צו אנדערע. און זאל א מענטש נישט זאגן, ווי אזוי קען איך דען נעמען פון מיין געלט און דאס אוועק געבן פאר אן ארימאן, ס'וועט דאך פארמינערט ווערן פון מיין פארמעגן, זאל ער וויסן אז די געלט איז נישט זיינס ס'איז נאר א פקדון ביי אים. און ער דארף טוהן דערמיט דעם רצון פון דעם וואס האט דאס ביי אים באהאלטן, און נאר דאס איז זיין חלק פונעם גאנצן פלאג פארוואס ער איז געקומען אויף די וועלט. אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק, און די צדקה זאל גיין פאר דיר. און די צדקה איז דוחה שלעכטע גזירות און ס'פארמערט לעבן.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מאי 14, 2007 11:17 pm

איך_הער האט געשריבן:שיעור יום ג' פרשת במדבר, מ"ב למ"ט מונים תשס"ז לפ"ק.

סעיף ב
כל אדם חייב ליתן צדקה כפי השגת ידו, ואפילו עני המתפרנס מן הצדקה, וכגון שיש לו מעט ממון שלו, ואינו נושא ונותן בהם, דמותר לו ליטול מן הצדקה, כיון שאין לו קרן כדי להתפרנס מן הריוח, מכל מקום כיון שיש לו במה להתפרנס, חייב ליתן צדקה ממה שיתנו לו. ואפילו אינו יכול ליתן אלא דבר מועט אל ימנע את עצמו, כי המעט משלו חשוב כמו הרבה מן העשיר. וכן אמרו רבותינו זכרונם לברכה, נאמר בעולת בהמה אשה ריח ניחוח, ובעולת עוף אשה ריח ניחוח, ובמנחה אשה ריח ניחוח, לומר לך, אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שיכוין לבו לאביו שבשמים. אבל כל שאין לו אלא די פרנסתו, אינו חייב ליתן צדקה, דפרנסת עצמו קודמת לכל אדם.

סעיף ג
כמה נותנים לעני, די מחסורו אשר יחסר לו, והיינו בעני שמקבל בחשאי מחוייבים אנשי העיר ליתן לו כל מחסורו, כאשר היה רגיל מקודם שהעני, אבל עני המחזיר על הפתחים נותנים לו מתנה מועטת לפי ערכו. ולכל הפחות יתנו לו בכל עיר לחם ומזון שיעור ב' סעודות ומקום ללון. מפרנסין ומלבישין עניי עובדי אלילים עם עניי ישראל מפני דרכי שלום.


סעיף ב

יעדער מענטש איז מחוייב צו געבן צדקה לויט זיין מעגליכקייט, און אפילו אן ארימאן וואס ווערט געשפייזט פון צדקה, למשל אויב ער האט עפעס אייגן געלט, וואס עס ליגט אים אוועק געלייגט, אבער ס'איז ווייניג אויף אזויפיל אז ער זאל מעגן נעמען פון צדקה, וויבאלד ער האט נישט גענוג איינצושטעקן אין ביזנעס אז ער זאל קענען דערויף פארדינען, איז וויבאלד ער האט עפעס, דארף ער געבן צדקה פון דאס וואס ער באקומט. אפילו ער קען נאר געבן ווייניג, זאל ער זיך נישט צוריק האלטן, ווייל זיין ווייניג, איז פונקט אזוי חשוב ווי דעם עושר'ס אסאך. און אזוי זאגן חכמינו ז"ל, אז סיי ביי עולת בהמה און סיי ביי עולת העוף און אויך ביי א מנחה שטייט, אז דער קרבן איז א ריח נחוח פארן אייבירשטען, אונז צו לערנען, אז סיי דער וואס געט אסאך און סיי דער וואס געט ווייניג, זענען די זעלבע חשוב, דער עיקר איז, אז מ'זאל אינזינען האבן דעם טאטן אין הימל. אבער אזא איינער וואס האט נישט נאר אויף אזויפיל צו קענען לעבן, דער דארף נישט געבן צדקה, ווייל זיין אייגענע פרנסה איז פאר אן אנדערנס.

סעיף ג

וויפיל דארף מען געבן פארן ארימאן, וויפיל ס'פעלט אים אויס, און דאס איז ביי אן ארימאן, וואס נעמט שטילערהייט, און קיינער האלט נישט מיט, פאר אזא איינעם דארף מען געבן אלעס וואס ס'פעלט זיך אים אויס, אזוי ווי ער איז געווען געוואוינט איידער ער איז ארים געווארן. אבער אן ארימאן, וואס גייט ארום ביי די טירן נאך געלט, געט מען אים א קלענערע נתינה, לויט זיין ווערט. און צום ווייניגסטענס, זאל מען אים אין יעדע שטאט געבן צו עסן ברויט און שפייז פאר צוויי סעודות, און א פלאץ צו נעכטיגן. מ'טוהט שפייזן און אנקליידן די גויאישע ארימעלייט צוגלייך מיט די אידישע, וועגן דרכי שלום.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מאי 17, 2007 11:25 am

איך_הער האט געשריבן:שיעור יום ד' פרשת במדבר, מ"ג למ"ט מונים, תשס"ז לפ"ק.

סעיף ד
כמה יתן האדם צדקה, שנה ראשונה המעשר מן הקרן מכאן ואילך יתן מעשר מן הריוח שהרויח כל שנה, זו היא מדה בינונית. ומצוה מן המובחר שיתן חומש שנה ראשונה מן הקרן, ואחר כך כל שנה חומש מן הריוח. ואל יבזבז אדם יותר מן החומש כדי שלא יצטרך הוא אחר כך לבריות. ודוקא כל ימי חייו, אבל בשעת מותו יכול אדם ליתן עד שליש רכושו צדקה. אין לעשות ממעשר שלו דבר מצוה, כגון נרות לבית הכנסת, או שאר דברים למצוה, רק יתנהו לעניים. ואם נזדמן לו מצוה להיות בעל ברית, או להכניס חתן וכלה עניים לחופה וכדומה, וכן לקנות ספרים ללמוד בהם, ולהשאילן לאחרים ללמוד בהם, אם לא היה יכולת בידו, ולא היה עושה אותה מצוה מממון שלו, יכול לעשות ממעשר. אם קונה ספרים ממעות מעשר, צריך ליזהר להשאילן לאחרים, אם לא כאשר הוא צריך להם אזי הוא קודם. וגם יזהר לכתוב עליהם שהם ממעות מעשר, למען לא יחזיקו בהם בניו אחריו.

סעיף ה
הרוצה לזכות לעצמו, יכוף את יצרו הרע, וירחיב ידו וכל דבר שהוא לשם שמים יהיה מהטוב והיפה: אם בנה בית תפלה, יהיה נאה מבית ישיבתו, האכיל רעב, יאכילהו מהטוב ומהמתוק שבשלחנו, כסה ערום, יכסהו מהיפה שבכסותו. הקדיש דבר יקדיש מהיפה שבנכסיו, וכן הוא אומר כל חלב לה'.


סעיף ד'
וויפיל זאל א מענטש געבן פאר צדקה?
די ערשטע יאר זאל ער געבן צען פראצענט פונעם קרן, און פון דעמאלטס און ווייטער זאל ער געבן צען פראצענט פונעם ריווח וואס ער האט פארדינט יעדעס יאר. דאס איז די מיטלמעסיגע שיעור. און עס איז א מצוה מן המובחר אז די ערשטע יאר זאל מען געבן א פינפטל (צוואנציג פראצענט) פונעם קרן, און דערנאך יעדעס יאר א פינפטל פונעם ריווח.
א מענטש זאל נישט אוועקגעבן מער פון א פינפטל, כדי ער זעלבסט זאל נישט דארפן נאכדעם צוקומען צו מענטשן. דאס איז נאר בשעת ער לעבט, אבער ווען ער שטארבט קען ער אוועקגעבן ביז א דריטל פון זיין פארמעגן פאר צדקה.
ער זאל נישט מאכן פון זיין מעשר געלט א דבר מצוה, צ.ב.ש. געבן לעכט פאר'ן ביהמ"ד אדער אנדערע מצוה זאכן, נאר ער זאל דאס געבן פאר ארימעלייט. אויב עס איז אים אונטערגעקומען א מצוה צו זיין א בעל ברית, אדער צו פירן ארימע חתן-כלה אונטער די חופה א.ד.ג., און אזוי אויך צו קויפן ספרים צו לערנען דערין און בארגן פאר אנדערע צו לערנען דערין, איז אויב ער האט נישט די מעגליכקייט און ער וואלט נישט געטון די מצוה פון זיין אייגל געלט, קען ער עס יא טון פון די מעשר געלט.
אויב קויפט ער ספרים פון די מעשר געלט, דארף ער זיין געווארנט דאס צו בארגן פאר אנדערע, אויסער אויב ער אליין דארף עס, וואס דעמאלטס קומט ער פריער. אויך זאל ער זיין געווארנט אויפצושרייבן דערויף אז ס'איז געקויפט פון מעשר געלט, כדי זיינע קינדער זאלן דאס נישט ירש'נען נאך אים.

סעיף ה'
ווער ס'וויל זיך מזכה זיין, זאל באצווינגען זיין יצר הרע, און ער זאל פארברייטערן זיין האנט, און יעדע זאך וואס איז לשם שמים זאל זיין פון דאס בעסטע און דאס שענסטע. אויב בויעט ער א ביהמ"ד, זאל עס זיין שענער פון זיין שטוב. אויב ער גיבט צו עסן פאר א הונגעריגן, זאל ער אים געבן פון די בעסטע און זיסטסע זאכן ביי זיין טיש. אויב גיבט ער קליידונג פאר א מענטש, זאל ער אים געבן די שענסטע מלבושים וואס ער האט. אויב איז ער עפעס מקדיש, זאל ער מקדיש זיין פון דאס בעסטע פון זיין פארמעגן. און אזוי שטייט אויך אין פסוק: "כל חלב לה'" (ויקרא ג', ט"ז).

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מאי 17, 2007 11:41 am

איך_הער האט געשריבן:שיעור יום ה' פרשת במדבר, ער"ח סיון, מ"ד למ"ט מונים, תשס"ז לפ"ק.

סעיף ו
הנותן לבניו ובנותיו הגדולים שאינו חייב במזונותיהם (שהם יותר מבני שש שנים) כדי ללמד את הבנים תורה, ולהנהיג הבנות בדרך ישרה, וכן הנותן מתנות לאביו (שאינו יכול לפרנסו רק ממעות צדקה שלו), והם צריכים לכך, הרי זה בכלל צדקה, ולא עוד אלא שצריך להקדימו לאחרים, ואפילו אינו בנו ולא אביו אלא קרובו הוא קודם לכל אדם. ועניי ביתו קודמין לעניי עירו, ועניי עירו קודמין לעניי עיר אחרת, שנאמר לאחיך לעניך ולאביונך בארצך. אבל גבאי צדקה המחלק את הצדקה, צריך ליזהר שלא ירבה לקרוביו יותר מלשאר עניים.

סעיף ז
כל הנותן צדקה לעני בסבר פנים רעות ופנים כבושות בקרקע, אפילו נתן לו אלף זהובים אבד זכותו והפסידה, ועובר על ולא ירע לבבך וגו', אלא צריך ליתן לו בסבר פנים יפות ובשמחה ומתאונן עמו על צרתו, כמו שאמר איוב אם לא בכיתי לקשה יום עגמה נפשי לאביון, וידבר לו דברי תנחומים שנאמר ולב אלמנה ארנין.



סעיף ו'
ווער ס'גיבט געלט פאר זיינע גרויסע זין און טעכטער וואס ער איז נישט מחויב זיי צו שפייזן (ווייל זיי זענען עלטער פון זעקס יאר), כדי צו לערנען מיט די זין תורה און פירן די טעכטער אויפ'ן ריכטיגן וועגן, און אזוי אויך ווער ס'גיבט מתנות פאר זיין טאטן (און ער קען אים נישט שפייזן נאר פון די צדקה געלט), און זיי דארפן צוקומען דערצו, ווערט דאס פאררעכנט פאר צדקה. און נישט נאר דאס, נאר ער דארף זיי מקדים זיין בעפאר אנדערע. אפילו יענער איז נישט זיין זון און נישט זיין טאטע, נאר א קרוב, איז ער בעפאר אנדערע מענטשן.
די ארימעלייט פון זיין הויז (לכאורה מיינט עס משפחה) קומען פריער פון ארימעלייט פון זיין שטאט, און ארימעלייט פון זיין שטאט קומען פריער פון ארימעלייט פון אן אנדערע שטאט, ווי ס'שטייט אין פסוק "לאחיך לעניך ולאביונך בארצך" (ויקרא ט"ו, י"א).
אבער א גבאי צדקה וואס פארטיילט די צדקה, דארף געווארנט זיין נישט צו געבן פאר זיינע קרובים מער ווי פאר אנדערע עניים.

סעיף ז'
יעדער וואס גיבט צדקה פאר אן ארימאן מיט א זויערן געזיכט און זיין פנים באגראבן אין דער ערד, אפילו אויב ער גיבט אים טויזנט גאלדענע רענדלעך, האט ער פארלוירן און דערלייגט זיין זכות, און ער איז עובר אויפ'ן פסוק "ולא ירע לבבך" וגו' (ויקרא ט"ו, י'). נאר ער דארף אים געבן דאס געלט בסבר פנים יפות און מיט פרייד, און ער זאל האבן מיטלייד מיט'ן ארימאן איבער זיין צרה, אזוי ווי איוב האט געזאגט "אם לא בכיתי לקשה יום עגמה נפשי לאביון" (איוב ל', כ"ה), און ער האט גערעדט צום ארימאן טרייסט ווערטער, ווי ס'שטייט דארט אין פסוק (שם כ"ט, י"ג) "ולב אלמנה ארנין".

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » דינסטאג מאי 29, 2007 11:58 am

i think that its time already to start with an hischadches the shiair oif yididish
but i could dan him lkaf zchis that now its not so hard to understand

anyway secretary do your job or find someone

than ks

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » זונטאג יוני 17, 2007 3:05 pm

פליז.

איינער זאל טייטשן ביטע די שיעורים.

איך פארשטיי נישט.

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » זונטאג נובעמבער 16, 2008 9:06 am

דרך אגב איך זעה ווי די ווילסט אזוי שטארק וועל איך דיר צוליב טוהן (אויב עס וועט זיין א גרעסערע פארלאנג וועל איך עס פראבירן צו טוהן יעדן טאג)

שיעור יום א' חיי, ח"י חשון תשס"ט (לע"נ הגה"צ חנינה אברהם בן נפתלי צבי זצ"ל, אב"ד מאנטעווידעא, נפטר ח"י חשון תשס"ח)

סעיף ח

השוכר את הפועל לשמור לו איזה דבר, אסור להפועל ליקח שכר שבת בפני עצמו, אבל אם היה מושכר לשבוע או לחדש, מותר ליטול בהבלעה גם שכר שבת.



סעיף ט

אסור ליתן מתנה לחבירו אלא דבר שהוא לצורך שבת, וכן אסור ליתן משכון לחבירו, אלא אם כן הוא לצורך מצוה או לצורך שבת, ולא יאמר לו הילך משכון אלא נותן סתם.


הרינו לומד לע"נ האשה החשובה פערל בת ר' יצחק ע"ה תהא נשמתה תרורה בצרור החיים

אזויווי מען האלט אינמיטן א סימן וועל איך מאכן א קורצע הקדמה:

עס איז דא זאכן וואס זענען נישט קיין מלאכה אין האבן בכלל נישט קיין שייכות מיט א מלאכה אבער די חכמים האבן עס פארבאטן צו טוהן אין שבת, זיי האבן עס ארויסגעלערנט פונעם פסוק אין ישעי' אם תשיב משבת רגליך שטייט דארט ווייטער וכבדתו מעשות דרכיך ממצוא חפציך ודבר דבר, אז אלס כבוד פונעם שבת טאר מען נישט גיין אזוי ווי אינמיטן וואך מען טאר נישט טוהן פריוואטע זאכן וואס האבן נישט קיין שייכות מיטן שבת אדער מיט עונג שבת אין מען טאר נישט רעדן אזוי ווי אינמיטן וואך.

סעיף ח'

(די סעיף איז נאר א המשך פון די סעיף פארדעם ווי מען רעדט פון רעדן צו א גוי אין שבת וועגן ארבעטן נאך שבת וואס איז אסור אלס ודבר דבר, רעדט מען שוין אויך וועגן א גוי וואס ארבעט און שבת וואס דאס באלאנגט אין סימן עג ין האט נישט מיט די אויבנדערמאנטע דריי זאכן, אין איז אסור וועגן די גוי טוט א מלאכה אין שבת וועגן די איד וואס די חכמים האבן עס פארבאטן אין זיי האבן עס ארויפגעלייגט אויפן פסוק לא תעשה כל מלאכה אפילו דורך א גוי)

אויב איינער דינגט א ארבעטער (א גוי) אפצוהיטן פאר אים עפעס א זאך טאר ער נישט נעמען קיין לוין פאר שבת אליין (דאס הייסט ער טאר נישט געבן זיין וועידש פער טאג ווייל עס קומט אויס אז ער צאלט אים פאר שבת אליין) אבער אויב האט ער אים געדונגען פאר א וואך אדער א חודש (ער צאלט אים פאר א גאנצע וואך אדער חודש דאס הייסט אפילו ער הערט אויף צו ארבעטן אינמיטן צאלט ער אים פאר די וואך אדער צאלט ער אים אינגאנצן נישט פאר די וואך, אבער אויב ער צאלט איינמאל א וואך פער טאג הייסט דאס נישט בהבלעה נאר ער הייסט א ארבעטער פארן טאג (משנה ברורה)) מעג ער נעמען אינאיינוועגס אויך פאר שבת (אפילו ער וואלט אים געצאלט ווייניגער ווען ער רעכנט נישט שבת אבער וויבאלד ער זאגט נישט קלאר אז עס איז פאר שבת האבן די חכמים מתיר געווען.

סעיף ט

מען מעג נישט געבן א מתנה פארן חבר (ווייל עס איז דיין אייגענע זאך אין האט נישט קיין שייכות מיט שבת) נאר א זאך וואס ער דארף פאר שבת (דעמאלטס געט ער עס וועגן שבת) אזוי אויך טאר מען נישט געבן א משכון פאר זיין חבר אין שבת (אויב איז ער אים שולדיג געלט ווייל עס איז אויך א פריוואטע זאל וואס האט נישט קיין שייכות מיטן שבת) נאר אויב עס איז צורך מצוה (וואס מען לערנט ארויס פונעם פסוק חפציך אסורים דיינע אייגענע זאכן זענען אסור צו טוהן אין שבת אבער חפצי שמים א זאך וואס מען טוט פאר א מצוה איז יא מותר) אדער אויב עס איז פאר שבת (למשל ער וויל בארגן פון אים זאכן וואס ער ברויך פאר די שבת'דיגע סעודה אבער יענער וויל נישט אנע משכון מעג ער אים געבן א משכון אין שבת), אין אפילו ווען מען מעג יא געבן א משכון אין שבת טאר ער אים נישט זאגן דא האסטו א משכון (ווייל עס זעהט אויס ווי א וואכעדיגע זאך אין אפילו די חכמים האבן מתיר געווען איז עס נאר וואס עס פעלט אויס אבער מען דארף מקפיד זיין עס זאל אויסזעהן ווי ווייניגער וואכעדיג) נאר ער דארף עס געבן סתם אזוי אין יענער זאל פארשטיין אז עס איז פאר א משכון.

איך ווארט אויף הערות אויב איך וועל זעהן אז די עולם איז שטארק פאראינטערסירט וועל איך בל"נ ממשיך זיין
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג נובעמבער 17, 2008 5:04 pm

א מעכטיגן דאנק, הרב פויער, מיר האבן שטארק הנאה געהאט פונעם אידישן שיעור.


צוריק צו “שיעור הקרעטשמע - בית יאנאש”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט