מיין צעקוועטשטע מילגרוים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

מיין צעקוועטשטע מילגרוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

א לאנגע ארעם שטעקט זיך אריין צווישן די צווייגן,
אלע מילגרוימען ציטערן,
איינער וועט יעצט פאלן די שאלה איז ווער?

דער מענטשליכער האנט קלויבט אויס איינס א גוטס
ער רייסט אים ברוטאל אפ פון בוים
ער נעמט אים, ער שיילט אים און צעקוועטשט אים.

"כ'דארף דיין זאפט. ס'איז געזונט פאר מיר צו טרינקען פאמאגראנעט דזשוס!"
ערקלערט דאס מענטשעלע.
כ'וועל דיר אויסקוועטשן וויפיל ס'גייט און אריינלייגן אין א גלאז"

"יא יא, טייערער איד", זאגן די צעדרוקטע קערעלעך
"פארגעס אבער נישט צו מאכן א ברכה" דערמאנען זיי אים
"אויב מאכסטו א ברכה, האט זיך געלוינט צו ווערן אויסגעקוועטשט!"
"אבער פליז פארגעס נישט"

===

אונז האמיר דא א חבר, ער רופט זיך חוח
ער איז א מענטש מיט געפיל
ער איז דא ווען מ'לאכט און ווען מ'וויינט

אין די לעצטע צוויי טעג לאזט ער זיך אויסקוועטשן
אזש ס'גיסט זיך זאפט
טאקע נאר מילגרוים זאפט, מיט אביסעלע א ציפ, אבער דאך איז עס זאפט.

געדענקט אבער, רבותי, איבערצולאזן א ברכה
ס'וועט זיך אלעס האבן געלוינט!
כל היגיעות שיגעתי וכל הטירחות שטרחתי - זענען ווערד געווען!
"אבער פליז פארגעס נישט"
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: מיין צעקוועטשטע מילגרוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

א דאלער פאר יעדע ארטיקל
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: מיין צעקוועטשטע מילגרוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

קאנסאלטענט האט געשריבן:א דאלער פאר יעדע ארטיקל

טאקע, כ'מיין אוודאי.
אבער, פליז פארגעסטץ נישט...
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: מיין צעקוועטשטע מילגרוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

צ"ק, דאס הייסט צעקוועטשט? דער אידעך פיין צעפראסקעט!!

אקעי מסכים כ'שלינג עס.

אבער געלט איז שיין אריינצואווארפן אין פושקע.

https://www.charidy.com/cmp/ivelt/CBH
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: מיין צעקוועטשטע מילגרוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

מ'גייט מאכן אן על העץ אויפן רימון
א רימון אידעך א גראנאט
מיין גראנאט האט שויניש א נאדל
א נאדל שטעכט אריין
אריין קומט מען נאך ריסעס
הפסקה איז פאר תקיעת שופר
שופר געבט מען א בלאז
בלאזן די זופ ווען ס'הייס
הייסט עס אז מ'שלאפט אוועק
אוועק אין עלטער פון 96
96'ער איז זייער שארף
שארף איז סטיטשי
סטיטשעס ווערן אליין צוגאנגען
געגאנגען איז מען צום קאמף
קאמפיין איז אין שוואונג
שוואונג קעמען ניש זאגן אויף ענגליש
ענגליש איז א געמישטע שפראך
לשון איז א צונג
צונג איז מיט חרדל
חרדל האט דער רבי געטייטשט מאסטערד
ס'איז א מאסט צו געבן פאר מחר
מחר וועסטו געבן פאר מחר
און היינט פאר מיין פעידזש
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: מיין צעקוועטשטע מילגרוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

ס’נישט דא געניג סמייליס דיר צו געבן....
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: מיין צעקוועטשטע מילגרוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
צודרייט ווי א טרעילער... מען דארף ווען מאכן א יערליכע קאמפיין פאר דעם חוח'ל
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: מיין צעקוועטשטע מילגרוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

יוי טאטע....
שרייב תגובה

צוריק צו “תחיית המתים קאמפיין”