ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

רוסלאנד
96
38%
אמעריקע
51
20%
אוקריינע
17
7%
איינער אדער טייל פון די באלטישע לענדער
1
0%
א צווייטע לאנד/לענדער
3
1%
א פריוואטע אינטערנעמונג
12
5%
כווייס נישט
73
29%
 
סך הכל שטימען: 253

אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

צ”ק

אמעריקא.

ווי געשריבן אין א אנדערע אשכול און איך וועל דא צולייגן א נקודה, סיי אייראפע און סיי רוסלאנד דערלייגן זייער אסאך פון דעם, די איינציגסטע שפילער וואס האט ריין בענעפיט איז אמעריקא.

אוקריינא האט נישט די מעגליכקייט פאר אזא אקציע.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

תירוצים האט געשריבן:
לקדש שם שמים האט געשריבן:
פארוואס זאל עס רוסלאנד וועלן טון?
דערווייל נישטא קיין סיבה
אנציגרייטן די באדן פאר א נוקלער אטאקע.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

קִרְיַת חָנָה האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:
גרינטליכע (קאנספיראציע) אנאליז
גענוג אז TASS שפרינגט מיר קעגן די אויגן, צו פארשטיין ווי "גרינטליך" דער איז..

לאמיר לאזן א מינוט אין די זייט ווער האט עס געטון. ביי דעם זענען דא צופיל מעגליכקייט פאר קאנספיראציעס און נגיעות. לאמיר אנהייבן ביי "ווען" יענער האט עס געטון.
איינער קען מסביר זיין פארוואס אמעריקע/אוקריינע/סיי ווער זאל עס "יעצט" טון? יעצט איז די נארישסטע צייט פאר דעם, ווען אייראפע שטייט סייווי פעסט קעגן רוסלאנד. ווארט כאטש מ'זאל ענדיגן צו שטימען אריינצונעמען די נייע מיטגלידער אין נאטא פאר דו הייבסט אן מיט ווילדע זאכן. נאך בעסער, ווארט טיף אינמיטן ווינטער אויב דייטשלאנד גייט אנהייבן צו טראכטן קויפן רוסישע גאז.
ווייל דעמאלט וואלט די שולד גלייך געפאלן אויף אוקריינע/אמעריקע. משא"כ יעצט קען נאך @קרית חנה טענה'ן חי וקים אז מסתם האט עס רוסלאנד געטון.
און אויב דער וואס טוט עס איז יא אזוי געוואגט און געאיילט, פארוואס נישט זעקס חדשים צוריק?
ווייל דעמאלט וואלטסטו געפרעגט פארוואס נישט זעקס חדשים בעפאר. קען זיין אז זיי האבן נישט געקענט וויסן וואו מען וועט שטיין מיט דער מלחמה. למעשה יעצט שטייט מען איידער'ן ווינטער, און די מלחמה גייט נאך אן פעסט, און עס איז דא דער פחד אז אייראפע זאל זיך ברעכן. אלזא איז יעצט די פאסיגסטע צייט דערצו.
אויב רוסלאנד אדער בעסער געזאגט פוטין האט עס געטון, שטימט עס יעצט בעסער ווי סיי ווען. ווען די פראנט פאלט צוזאם, מאביליזאציע איז א געלעכטער, און די שטריק פארשטייפט זיך ארום זיין האלז.
ביזסט דאך אבער מודה אז ער האט דערמיט פארברענט דעם בריק הינטער זיך. אלזא, דארף איך אננעמען אז רוסלאנד האט באשלאסן צו באגיין מלחמה סועסייד, בכדי צו ראטעווען פוטינ'ס בענקל? כ'הער, אבער נאכנישט אזוי שנעל. עספעשעלי, ווען אויב רוסלאנד וויל באמת אפטון אייראפע, וואלט זי ווען געדארפט אפשטעלן די פייפליינס וועלכע גייען נאך כרגע.
קִרְיַת חָנָה האט געשריבן:
תולה ארץ האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:
רוסלאנד פארלאנגט א יונייטעד נעישאנס זיכערהייטס קאונסיל זיצונג איבער די נארדסטריעם פייפליינס אטאקע.
קען איינער ביטע מאכ'ן א סה''כ ווער ס'וואלט ווען געוואלט אפטוהן די שטיקעל און אויפרייסען די פייפליין, און פארוואס?

אמעריקא? רוסלאנד? אוקריינא?
אמעריקע קען באשטיין די פייפליין זאל גיין פייפן, אבער אויב ווערט מען געוואויר שטעלן זיי איין די הערליכע נאנטשאפט מיט אייראפע און נאטא וואס רוסלאנד האט זיי דא צוגעשטעלט אויף א גאלדענע טאץ. די ריזיקע איז מיליאן מאל גרעסער ווי די ריווח, ווען אייראפע האט סייווי נישט געהאלטן ביים קויפן ווייטער פון רוסלאנד. פלאס ס'איז ממש א מלחמה דעקלעראציע קעגן רוסלאנד. לויט ווי צוריקגעהאלטן (אפילו פחדנות'דיג וואלטן אסאך געזאגט) די ביידען אדמיניסטראציע איז געגאנגען ביז יעצט, דארף מען זיין שיכור צו זאגן אז אמעריקע האט עס געטון.
נו שוין, דאן קען זיין אז אמעריקע האט עס געטון דורך אוקריינע.
אוקריינע קען עס מסתם נישט באווייזן אינמיטן א מלחמה, יעדער ארום וואלט געוויסט און מיטגעהאלטן יעדע ריר. פלאס די ריזיגע סכנה אז זיי גייען פארלירן שטיצע. און פארוואס זאלן זיי עס טון? אייראפע קויפט שוין סייווי נישט אזוי שנעל פון רוסלאנד.
אויב אייראפע קויפט שוין סיי ווי נישט פון רוסלאנד, פארוואס זאל אוקריינע מורא האבן פון פארלירן שטיצע?

קען נישט זיין אז אוקריינע האט עס געטון מיט די שטיצע פון אמעריקע?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

לעכטל האט געשריבן:
תירוצים האט געשריבן:
לקדש שם שמים האט געשריבן:
פארוואס זאל עס רוסלאנד וועלן טון?
דערווייל נישטא קיין סיבה
אנציגרייטן די באדן פאר א נוקלער אטאקע.
וויאזוי ווערט די באדן אנגעגרייט?
אוועטאר
ידיד נאמן
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 2:42 am

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד נאמן »

winner האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:
תירוצים האט געשריבן:
לקדש שם שמים האט געשריבן:
פארוואס זאל עס רוסלאנד וועלן טון?
דערווייל נישטא קיין סיבה
אנציגרייטן די באדן פאר א נוקלער אטאקע.
וויאזוי ווערט די באדן אנגעגרייט?
אז מען פילט עס אן מיט הייס וואסער
Along with yellow קאטשקעלעך.....
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

Gosh darn it!
איך שטיי דא טיף געפלעפט פון די שטוינענדע געהיימע מיסטעריע ווער עס שטייט אונטער די מיסיע צו באשטראפן און פייניגן אייראפע צום קומענדיגן ווינטער.
אטעטשמענטס
Screenshot_20220928-141822__01.jpg
Screenshot_20220928-141822__01.jpg (219.94 KiB) געזען 962 מאל
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
אמעריקע לויפט נישט ארום אויפרייסן פייפליינס און האט נישט קיין שום מאטיוו ארומצוגיין אויפרייסן פייפליינס.
פוטין און רוסלאנד האבן קלארע מאטיוון, און אויפרייסן פייפליינס איז די 37סטע ערגסטע זאך וואס זיי האבן געטון זייט פערטל נאך איינס.
:lol: :lol:
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

ידיד נאמן האט געשריבן:
winner האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:
תירוצים האט געשריבן:
לקדש שם שמים האט געשריבן:
פארוואס זאל עס רוסלאנד וועלן טון?
דערווייל נישטא קיין סיבה
אנציגרייטן די באדן פאר א נוקלער אטאקע.
וויאזוי ווערט די באדן אנגעגרייט?
אז מען פילט עס אן מיט הייס וואסער
Along with yellow קאטשקעלעך.....
ביטע בעסער מסביר זיין...
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
Gosh darn it!
איך שטיי דא טיף געפלעפט פון די שטוינענדע געהיימע מיסטעריע ווער עס שטייט אונטער די מיסיע צו באשטראפן און פייניגן אייראפע צום קומענדיגן ווינטער.
ער קען פייניגן אייראפע אן אויפרייסן פייפליינס, די אויפרייסן נעמט אים נאר אוועק די מעגליכקייט עס צו קענען האלטן אלץ שטעקן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אן די אלע [מיס] קאלקולאציעס, אזא שפיצל צו טאן דארף מען זיין א ווילדע קאפ, דאס שטייט נישט אויס פון אמעריקא הונטער די היצטיגע אדמיניסטראציע, וועם ס'פאסט אזא ארבייט איז רוסנלאנד אדער די קרבות יחפצון'ניקעס מזרע ישראל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
מיליטאנט
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2022 9:23 am

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטאנט »

ווייניג האבן געשטימט ''אוקריינע'' וואס איז שטארק מסתבר לדעתי.
און אויף די טענה אז זיי האבן נישט די מעגליכקייט איז פשוט אז אויב זיי זאלן עס האבן געטוהן איז עס מיט אמעריקאנע הילף אזוי ווי אלע גרויסע אוקריינע דערגרייכונגען אינעם קריג
אמאל איז עס נאר שפיאנאש אמאל אויך די נויטיגע געווער און אמאל מסתמא טוט עס א אמעריקאנער נאר כלאחר יד אדער מיט א שינו...

קען זיין אז עס איז טאקע רוסלאנד אבער די סיבות ווי אנצוגרייטן די באדן וכדומה לייגט זיך מיר נישט אויפן שכל
דאס איז פוטין 5 יאר צוריק! היינט זוכט ער נישט קיין תירוצים אויף זיינע אקציעס.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

יואל שרייבער האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
Gosh darn it!
איך שטיי דא טיף געפלעפט פון די שטוינענדע געהיימע מיסטעריע ווער עס שטייט אונטער די מיסיע צו באשטראפן און פייניגן אייראפע צום קומענדיגן ווינטער.
ער קען פייניגן אייראפע אן אויפרייסן פייפליינס, די אויפרייסן נעמט אים נאר אוועק די מעגליכקייט עס צו קענען האלטן אלץ שטעקן.
נישט ריכטיג צווייפאכיג. איינס, ער שיקט שוין נישט קיין נאטורליכע גאז דורך נארדסטריעם איינס פאר לאנגע וואכן, אין די זעלבע צייט וואס גאז פרייזן האט זיך שטארק סטאביליזירט, צווישן אנדערע דייטשע מעלדונגען אז זייערע זאפאסן זענען כמעט פיל פארן ווינטער. צוויי, מען קען פארעכטן אזא פייפליין אין עטליכע וואכן/חדשים.
ער האט אויסגעשלאסן די מעגליכקייט פון באנייען די פייפליין גאז ליפערונגען אין די נאנטע צוקונפט אן אפשטעלן עקזיסטירנדע ליפערונגען.

אפשטעלן נארדסטריעם ליפערונגען איז א געשאסענע קויל וואס האט פארלוירן איר קלאפ. שעדיגן די פייפליין פאר עטליכע חדשים איז א קאסט-פרייע טריט בשעת אפשטעלן לאנד פייפליינס קאסט א פרייז פאר ביידע זייטן.

די דראסטישע דעסטאביליזאציע אין פרייזן איז קלאר פאר יעדן.

מיליטאנט האט געשריבן:

אוקראינע האט די מעגליכקייט דאס צו טון, אבער פארוואס זאל אוקראינע ווילן באשטראפן די אייראפעישע באפעלקערונג וואס שטייט פאראייניגט אין זייער שטיצע פאר אוקראינע?

אוקראינע קען אסאך גרינגער סאבאטאזשירן די לאנד פייפליינס וואס לויפן אויף איר אייגענע באדן און ליפערן פאקטיש גאז אזוי כאטש אפצוטון רוסישע אויך.

אייראפע שטייט פאר א קאטאסטראפאלע ווינטער און א שווערע רעסעסיע צוליב איר שטיצע פאר אוקראינע.
לעצט פארראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 2:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4069
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע: עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

מיליטאנט האט געשריבן:
ווייניג האבן געשטימט ''אוקריינע'' וואס איז שטארק מסתבר לדעתי.
און אויף די טענה אז זיי האבן נישט די מעגליכקייט איז פשוט אז אויב זיי זאלן עס האבן געטוהן איז עס מיט אמעריקאנע הילף אזוי ווי אלע גרויסע אוקריינע דערגרייכונגען אינעם קריג
אמאל איז עס נאר שפיאנאש אמאל אויך די נויטיגע געווער און אמאל מסתמא טוט עס א אמעריקאנער נאר כלאחר יד אדער מיט א שינו...

קען זיין אז עס איז טאקע רוסלאנד אבער די סיבות ווי אנצוגרייטן די באדן וכדומה לייגט זיך מיר נישט אויפן שכל
דאס איז פוטין 5 יאר צוריק! היינט זוכט ער נישט קיין תירוצים אויף זיינע אקציעס.
נאך ווייניגער האבן געשטימט כווייס נישט...

סאאך אינטערסאנטער לדעתי...
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

א חידה פארבארגן אין א מיסטעריע איינגעהילט אין א רעטעניש.
אטעטשמענטס
Screenshot_20220928-145757.jpg
Screenshot_20220928-145757.jpg (98.92 KiB) געזען 841 מאל
מיליטאנט
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2022 9:23 am

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטאנט »

טעמטי האט געשריבן:
מיליטאנט האט געשריבן:
ווייניג האבן געשטימט ''אוקריינע'' וואס איז שטארק מסתבר לדעתי.
און אויף די טענה אז זיי האבן נישט די מעגליכקייט איז פשוט אז אויב זיי זאלן עס האבן געטוהן איז עס מיט אמעריקאנע הילף אזוי ווי אלע גרויסע אוקריינע דערגרייכונגען אינעם קריג
אמאל איז עס נאר שפיאנאש אמאל אויך די נויטיגע געווער און אמאל מסתמא טוט עס א אמעריקאנער נאר כלאחר יד אדער מיט א שינו...

קען זיין אז עס איז טאקע רוסלאנד אבער די סיבות ווי אנצוגרייטן די באדן וכדומה לייגט זיך מיר נישט אויפן שכל
דאס איז פוטין 5 יאר צוריק! היינט זוכט ער נישט קיין תירוצים אויף זיינע אקציעס.
נאך ווייניגער האבן געשטימט כווייס נישט...

סאאך אינטערסאנטער לדעתי...
חחח...
סאך אינטערסאנטער איז ''איך ווייס און כזאג דיר נישט''
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
Gosh darn it!
איך שטיי דא טיף געפלעפט פון די שטוינענדע געהיימע מיסטעריע ווער עס שטייט אונטער די מיסיע צו באשטראפן און פייניגן אייראפע צום קומענדיגן ווינטער.
ער קען פייניגן אייראפע אן אויפרייסן פייפליינס, די אויפרייסן נעמט אים נאר אוועק די מעגליכקייט עס צו קענען האלטן אלץ שטעקן.
נישט ריכטיג צווייפאכיג. איינס, ער שיקט שוין נישט קיין נאטורליכע גאז דורך נארדסטריעם איינס פאר לאנגע וואכן, אין די זעלבע צייט וואס גאז פרייזן האט זיך שטארק סטאביליזירט, צווישן אנדערע דייטשע מעלדונגען אז זייערע זאפאסן זענען כמעט פיל פארן ווינטער. צוויי, מען קען פארעכטן אזא פייפליין אין עטליכע וואכן/חדשים.
ער האט אויסגעשלאסן די מעגליכקייט פון באנייען די פייפליין גאז ליפערונגען אין די נאנטע צוקונפט אן אפשטעלן עקזיסטירנדע ליפערונגען.

אפשטעלן נארדסטריעם ליפערונגען איז א געשאסענע קויל וואס האט פארלוירן איר קלאפ. שעדיגן די פייפליין פאר עטליכע חדשים איז א קאסט-פרייע טריט בשעת אפשטעלן לאנד פייפליינס קאסט א פרייז פאר ביידע זייטן.

די דראסטישע דעסטאביליזאציע אין פרייזן איז קלאר פאר יעדן.
פארוואס זאלן די פרייזן ארויף ווען די פייפליינס זענען שוין לאנג אפגעשטעלט? די יעצטיגע שפרינג איז לכאורה סתם א נארישע ריעקשאן וואס גייט אריבערגיין אין אפאר טעג.

חוץ אויב די מארקעטס האבן ערווארטעט אז אייראפע וועט זיך ברעכן און די פייפליינס גייען צוריק אקטיוויזירט ווערן, וואס לויט דעם איז פוטין ווייטער דער גרעסטער דערלייגער.
אוועטאר
קִרְיַת חָנָה
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:20 am

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִרְיַת חָנָה »

פעיק ניוז האט געשריבן:
קִרְיַת חָנָה האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:
גרינטליכע (קאנספיראציע) אנאליז
גענוג אז TASS שפרינגט מיר קעגן די אויגן, צו פארשטיין ווי "גרינטליך" דער איז..

לאמיר לאזן א מינוט אין די זייט ווער האט עס געטון. ביי דעם זענען דא צופיל מעגליכקייט פאר קאנספיראציעס און נגיעות. לאמיר אנהייבן ביי "ווען" יענער האט עס געטון.
איינער קען מסביר זיין פארוואס אמעריקע/אוקריינע/סיי ווער זאל עס "יעצט" טון? יעצט איז די נארישסטע צייט פאר דעם, ווען אייראפע שטייט סייווי פעסט קעגן רוסלאנד. ווארט כאטש מ'זאל ענדיגן צו שטימען אריינצונעמען די נייע מיטגלידער אין נאטא פאר דו הייבסט אן מיט ווילדע זאכן. נאך בעסער, ווארט טיף אינמיטן ווינטער אויב דייטשלאנד גייט אנהייבן צו טראכטן קויפן רוסישע גאז.
ווייל דעמאלט וואלט די שולד גלייך געפאלן אויף אוקריינע/אמעריקע. משא"כ יעצט קען נאך @קרית חנה טענה'ן חי וקים אז מסתם האט עס רוסלאנד געטון.
גלייך געטראכט איינער גייט דאס שרייבן, נאר נישט געוויסט ווער.. אזוי קען מען אייביג גיין אין סירקלס, אז וואס איז נישט מסתבר מוז זיין מסתבר טאקע ווייל ס'איז נישט מסתבר.
פוינט אז אז דאס איז נישט די אמעריקאנע וועג פון ארבעטן (און יא די רוסישע וועג). אויב אמעריקע וואלט שוין יא געטון אזא זאך, וואלטן זיי עס געמאכט מער פראפעשענעל, אז ס'זאל קאליע ווערן פון אינעווייניג אן קיין טומל, און נאר ווען אייראפע וויל ווייטער קויפן גאז זאל מען זען אז די פייפ איז קאפוט.
און אויב דער וואס טוט עס איז יא אזוי געוואגט און געאיילט, פארוואס נישט זעקס חדשים צוריק?
ווייל דעמאלט וואלטסטו געפרעגט פארוואס נישט זעקס חדשים בעפאר. קען זיין אז זיי האבן נישט געקענט וויסן וואו מען וועט שטיין מיט דער מלחמה. למעשה יעצט שטייט מען איידער'ן ווינטער, און די מלחמה גייט נאך אן פעסט, און עס איז דא דער פחד אז אייראפע זאל זיך ברעכן. אלזא איז יעצט די פאסיגסטע צייט דערצו.
בקיצור, זיי האבן געזען אז די צוריקגעהאלטענע מהלך פון ביז אהער ארבעט בעסער ווי די בעסטע חלומות. רוסלאנד כאפט זיסע קלעפ, אייראפע איז פאראייניגט, נאטא איז שטערקער ווי סיי ווען, איז יעצט די בעסטע צייט צו פליען אויף רעווערס און טון א ווילדע פאצערישע ארבעט, וואס אויב קומט עס ארויס גייט עס חרוב מאכן אלע דערגרייכונגען פון ביז אהער. שטימט?
אויב רוסלאנד אדער בעסער געזאגט פוטין האט עס געטון, שטימט עס יעצט בעסער ווי סיי ווען. ווען די פראנט פאלט צוזאם, מאביליזאציע איז א געלעכטער, און די שטריק פארשטייפט זיך ארום זיין האלז.
ביזסט דאך אבער מודה אז ער האט דערמיט פארברענט דעם בריק הינטער זיך. אלזא, דארף איך אננעמען אז רוסלאנד האט באשלאסן צו באגיין מלחמה סועסייד, בכדי צו ראטעווען פוטינ'ס בענקל? כ'הער, אבער נאכנישט אזוי שנעל.
אונז לעבן אויף די זעלבע פלאנעט? כ'דארף עפעס צוקומען צו פייפס אין באלטישן ים צו אננעמען אז רוסלאנד באגייט סועסייד פאר פוטינ'ס חלומות????
יעדע איינציגע זאך וואס דו קענסט נאר פארציילן וועגן רוסלאנד אין די לעצטע פאר חדשים, און עספעשעלי די לעצטע פאר וואכן, איז גענוי דאס. סועסייד פאר פוטינ'ס משוגעתן.

עספעשעלי, ווען אויב רוסלאנד וויל באמת אפטון אייראפע, וואלט זי ווען געדארפט אפשטעלן די פייפליינס וועלכע גייען נאך כרגע.
אזויווי זיי האבן טאקע געמאלן, "פונקט" היינט..
קִרְיַת חָנָה האט געשריבן:
תולה ארץ האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:
רוסלאנד פארלאנגט א יונייטעד נעישאנס זיכערהייטס קאונסיל זיצונג איבער די נארדסטריעם פייפליינס אטאקע.
קען איינער ביטע מאכ'ן א סה''כ ווער ס'וואלט ווען געוואלט אפטוהן די שטיקעל און אויפרייסען די פייפליין, און פארוואס?

אמעריקא? רוסלאנד? אוקריינא?
אמעריקע קען באשטיין די פייפליין זאל גיין פייפן, אבער אויב ווערט מען געוואויר שטעלן זיי איין די הערליכע נאנטשאפט מיט אייראפע און נאטא וואס רוסלאנד האט זיי דא צוגעשטעלט אויף א גאלדענע טאץ. די ריזיקע איז מיליאן מאל גרעסער ווי די ריווח, ווען אייראפע האט סייווי נישט געהאלטן ביים קויפן ווייטער פון רוסלאנד. פלאס ס'איז ממש א מלחמה דעקלעראציע קעגן רוסלאנד. לויט ווי צוריקגעהאלטן (אפילו פחדנות'דיג וואלטן אסאך געזאגט) די ביידען אדמיניסטראציע איז געגאנגען ביז יעצט, דארף מען זיין שיכור צו זאגן אז אמעריקע האט עס געטון.
נו שוין, דאן קען זיין אז אמעריקע האט עס געטון דורך אוקריינע.
אויב "אמעריקע האט עס געטון דורך אוקריינע" איז נישט מעגליך ס'זאל בלייבן א סוד פון די אנדערע לענדער. דאס וואלט געווען זייער הויך אויף די ליסטע פון די גרעסטע דיפלאמאטישע נארישקייטן וואס אמעריקע איז באגאנגען. אמעריקע האט שוין געמאכט אסאך טעותים, אבער פון דעם סארט? און נאך די פארשלאפענע ביידען אדמיניסטראציע?
אוקריינע קען עס מסתם נישט באווייזן אינמיטן א מלחמה, יעדער ארום וואלט געוויסט און מיטגעהאלטן יעדע ריר. פלאס די ריזיגע סכנה אז זיי גייען פארלירן שטיצע. און פארוואס זאלן זיי עס טון? אייראפע קויפט שוין סייווי נישט אזוי שנעל פון רוסלאנד.
אויב אייראפע קויפט שוין סיי ווי נישט פון רוסלאנד, פארוואס זאל אוקריינע מורא האבן פון פארלירן שטיצע?
פארוואס טאקע איז יעדער אויפגעברויזט? ממש א מדרש פליאה..
ס'איז פראפערטי אויך פון אייראפעאישע לענדער, דא ליגט ממון ודמים און ריזיגע פראיעקטן, זייער וואסער ארום ווערט פארפעסטעט, און נאך. ס'איז געהעריג א מלחמה דעקלעראציע!

קען נישט זיין אז אוקריינע האט עס געטון מיט די שטיצע פון אמעריקע?
אמעריקעס שטיצע איז נישט גענוג. אייראפעאישע לענדער זענען דא די בעלי דין, און זייער שטיצע איז אסאך אסאך וויכטיגער ווי צוברעכן רוסישע פייפס
הושענא, חנה דוד, הושענא!
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

בקיצור איך האב נאכנישט געהערט קיין איין געהעריגע סיבה פארוואס רוסלאנד זאל עס טוהן, און פאר אמעריקע און אוקראינע איז יא דא סיבות.

דאס אז עס מוז זיין רוסלאנד ווייל נאר זיי טוהן אזאנע זאכן, איז צו שוואך... פאר די געלט קענסטו בלעימען מדינת ישראל....
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1278
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע: משה זוכמעך

תגובה דורך גראַדע »

אה''ו האט געשריבן:
צ”ק

אמעריקא.

ווי געשריבן אין א אנדערע אשכול און איך וועל דא צולייגן א נקודה, סיי אייראפע און סיי רוסלאנד דערלייגן זייער אסאך פון דעם, די איינציגסטע שפילער וואס האט ריין בענעפיט איז אמעריקא.

אוקריינא האט נישט די מעגליכקייט פאר אזא אקציע.
וואס בענעפעטירט אמעריקא?
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..

גראַדע האט געשריבן:

אז איירופא זאל זיך נישט ברעכן פאר רוסלאנד ווינטער.
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
אוועטאר
קִרְיַת חָנָה
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:20 am

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִרְיַת חָנָה »

World Champion האט געשריבן:
בקיצור איך האב נאכנישט געהערט קיין איין געהעריגע סיבה פארוואס רוסלאנד זאל עס טוהן, און פאר אמעריקע און אוקראינע איז יא דא סיבות.

דאס אז עס מוז זיין רוסלאנד ווייל נאר זיי טוהן אזאנע זאכן, איז צו שוואך... פאר די געלט קענסטו בלעימען מדינת ישראל....
כ'האב יא געשריבן סיבות. קוק צוריק.
אבער עניוועי, לאמיר צוריקקומען אין אפאר וואכן. קענסט מיר אויך געבן א ביפ ווען מ'טרעפט די בייאלעבס אין אוקריינע.
הושענא, חנה דוד, הושענא!
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

קִרְיַת חָנָה האט געשריבן:
World Champion האט געשריבן:
בקיצור איך האב נאכנישט געהערט קיין איין געהעריגע סיבה פארוואס רוסלאנד זאל עס טוהן, און פאר אמעריקע און אוקראינע איז יא דא סיבות.

דאס אז עס מוז זיין רוסלאנד ווייל נאר זיי טוהן אזאנע זאכן, איז צו שוואך... פאר די געלט קענסטו בלעימען מדינת ישראל....
כ'האב יא געשריבן סיבות. קוק צוריק.
אבער עניוועי, לאמיר צוריקקומען אין אפאר וואכן. קענסט מיר אויך געבן א ביפ ווען מ'טרעפט די בייאלעבס אין אוקריינע.
סיבות וואס אלעקס דזשאונס וואלט זיך געשעמט אפי' צו טראכן ביי זיך אין צימער...
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1278
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע: משה זוכמעך

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

World Champion האט געשריבן:
בקיצור איך האב נאכנישט געהערט קיין איין געהעריגע סיבה פארוואס רוסלאנד זאל עס טוהן, און פאר אמעריקע און אוקראינע איז יא דא סיבות.

דאס אז עס מוז זיין רוסלאנד ווייל נאר זיי טוהן אזאנע זאכן, איז צו שוואך... פאר די געלט קענסטו בלעימען מדינת ישראל....
רוסלאנד איז באקאנט און אנדרייען אטאקעט אויף אייגענע צילן און בעפארברייטונג צו אטאקעס. נאכדערצו ווען זיי דארפען נישט אזוי סאך אויל, און עס קען אסאך מער עפעקטען די אי יו..

איך פארשטיי נישט פארוואס אוקריינע אדער אמעריקע זאלן עס טאן (אחוץ פאר שוואכע סיבות וואס זענען נישט מסתבר)
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: ווער שטייט אינטער די ליעקס אין די נארד סטריעם פייפליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

יואל שרייבער האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
Gosh darn it!
איך שטיי דא טיף געפלעפט פון די שטוינענדע געהיימע מיסטעריע ווער עס שטייט אונטער די מיסיע צו באשטראפן און פייניגן אייראפע צום קומענדיגן ווינטער.
ער קען פייניגן אייראפע אן אויפרייסן פייפליינס, די אויפרייסן נעמט אים נאר אוועק די מעגליכקייט עס צו קענען האלטן אלץ שטעקן.
נישט ריכטיג צווייפאכיג. איינס, ער שיקט שוין נישט קיין נאטורליכע גאז דורך נארדסטריעם איינס פאר לאנגע וואכן, אין די זעלבע צייט וואס גאז פרייזן האט זיך שטארק סטאביליזירט, צווישן אנדערע דייטשע מעלדונגען אז זייערע זאפאסן זענען כמעט פיל פארן ווינטער. צוויי, מען קען פארעכטן אזא פייפליין אין עטליכע וואכן/חדשים.
ער האט אויסגעשלאסן די מעגליכקייט פון באנייען די פייפליין גאז ליפערונגען אין די נאנטע צוקונפט אן אפשטעלן עקזיסטירנדע ליפערונגען.

אפשטעלן נארדסטריעם ליפערונגען איז א געשאסענע קויל וואס האט פארלוירן איר קלאפ. שעדיגן די פייפליין פאר עטליכע חדשים איז א קאסט-פרייע טריט בשעת אפשטעלן לאנד פייפליינס קאסט א פרייז פאר ביידע זייטן.

די דראסטישע דעסטאביליזאציע אין פרייזן איז קלאר פאר יעדן.
פארוואס זאלן די פרייזן ארויף ווען די פייפליינס זענען שוין לאנג אפגעשטעלט? די יעצטיגע שפרינג איז לכאורה סתם א נארישע ריעקשאן וואס גייט אריבערגיין אין אפאר טעג.

חוץ אויב די מארקעטס האבן ערווארטעט אז אייראפע וועט זיך ברעכן און די פייפליינס גייען צוריק אקטיוויזירט ווערן, וואס לויט דעם איז פוטין ווייטער דער גרעסטער דערלייגער.
דו מאכסט א טעות. נארדסטריעם איינס האבן די רוסן אליינס אפגעשטעלט א צייט צוריק, נישט די אייראפעישע סאנקציעס.

די רוסן האבן דורכאויס די זומער געזאגט אז זיי וועלן דארפן אפשטעלן די נארדסטריעם איינס גאז ליפערונגען ענדע אוגוסט דורכצופירן "נויטיגע מעינטענענס" אויף נארדסטריעם איינס. די דייטשן און אייראפעער האבן שפעקולירט אז די רוסן פלאנען צו נוצן די "נויטיגע מעינטענענס" אפצושטעלן און נישט צוריק אנהייבן ליפערונגען אין נארדסטריעם איינס, ווי עס האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט צו זיין דעם פאל און די פרייזן פאר נאטורליכע גאז אין די אייראפעישע און ענגלישע מארקעט איז שטארק ארויפגעלאפן אלס רעזולטאט.

דערווייל האבן די דייטשן געמאלדן אז זייערע זאפאסן זענען איבער ניינציג פראצענט פיל און אייראפעישע רעגירונגען האבן געמאלדן באגרעניצונגען וואס גייען ווערן איינגעשטעלט אויף אינדוסטריעס וואס פארנוצן אסאך גאז. דאס, אינאיינעם מיטן ערווארטונג פון א שווערע רעסעסיע אין אייראפע און איבערן וועלט האט אראפגעברענגט ענערגיע פרייזן גלאבאל. אויל, נאכמער גאז און נאכמער אייראפעאישע גאז וואס איז אראפ פון $345 א מעגאוואט/שעה ביים הויכפונקט אראפ צו בערך $175 מוו/ש.

מעגליך אז די היינטיגע 12%-25% שפרינג אין אייראפעאישע גאז פרייזן איז אן איבער-רעאקציע און עס גייט זיך אביסל בארואיגן אין די קומענדיגע טעג און וואכן. אבער דאס נעמט נישט אוועק די קלארע רוסישע מאטיוו פריש אריינצושטויסן א פלאקן אין די שוין אזוי אויך ענגע ענערגיע סיטואציע אין אייראפע פאר די קומענדיגע ווינטער.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”