אייער מיינונג וועגן קלימאטן טויש.

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס איז דיין שטעלונג ווען ס'קומט צי קלימאטן טויש ?

א שטארקע אישו,
21
15%
א אישו אבער נישט פריאריטי
17
12%
א גאר שוואכע אישו
4
3%
בכלל נישט קיין אישו
32
23%
ליגט נישט אין אונזערע הענט
63
44%
די וועלט איז נאך נישט גרייט פאר א טויש
2
1%
איך נעם נישט קיין שטעלונג
3
2%
 
סך הכל שטימען: 142

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אייער מיינונג וועגן קלימאטן טויש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

מסתמא האט געשריבן:
סאיז גאר א גרויסע חידוש אז מיר זאלן קענען חרוב לייגן די וועלט אלץ א כלל דורך פיזישע מעשים. איך קוק דאס אן ווי כאילו מיר נעמען בעלות אויף די כדור הארץ אנשטאט דער מלך מלכי המלכים. כזעה נישט וויאזוי דאס קען גיין מיט די אידישע אמונה, ווער רעדט נאך פון דעם אז די ימות המשיח ברויך ערגעצוואו קענען חל זיין און דריי מיר נישט דעם קאפ אז סוועט פארקומען אויף מאדים.
יעצט דאס אז א יחיד זאל קענען חרוב מאכן א בנין, הארגענען א מענטש, אדער אפילו אפמעקן א שטאט, האמיר געהערט אזאנס. אבער דאס אז מיר מענטשעלעך זאלן קענען נעמען קאנטראל פונעם אויבערשטנס וועלט? נאופ.. צו מיך שמעקט דאס כפירה’דיג

יעצט וואס איז די כלל? כווייס נישט, אבער אויף די וועלט אלץ א כלל זענען מיר זיכער נישט בעל הבית.

(אפילו די קליינליכע זאכן וואס מיר מיינען אז מיר טוען יא איז גארנישט קלאר ווי ווייט מיר טוען באמת)
איך מיין אז אלע אידן דא פארשטיין דאס. איך גלייב נישט אז ס'דא איין איד דא וואס האלט אז דער אייבערשטער'ס וועלט גייט גענצליך צעגרינד גיין.

אבער עס איז דא א ספעקטרום דא וואו יעדער האלט אויב קלימאט טויש איז בכלל א נושא, אביסל שעדליך, מער שעדליך, וכו'. אבער איך גלייב נישט אז איין איד דא האלט ממש אז די וועלט גייט גענצליך צעגרינד גיין אזוי ווי די סייענטיסטן האלטן.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: אייער מיינונג וועגן קלימאטן טויש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

פאר סאם ריעזאן גייט די שיטה ביינאזאם מיט אנדערע קליפות, די זעלבע וואס שטופן כפירה, חוקי סדום ועמורה, חוקי דור המבול, חוקי רציחה, און כל מיני תועבות און אוממאראלישקייטן, די זעלבע זענען פארנומען יומם ולילה מיט די שרעקליכע געפאר פון קלימאטן טויש, סאו עפעס שמעקט עס נישט אזוי גוט.

---

@היכי, זאגסט אז בעצם האסטו הנאה פון די תוצאות פון די אגענדע, מיין שאלה צו דיר איז אבער, צו דו ביסט גרייט אויף הויכע געז פרייזן כדי עווענטועל אנצוקומען צו די בעסערע אפציע פון עלעקטריק קארס און סאולער וכדו'?
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אייער מיינונג וועגן קלימאטן טויש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

רעגענדיג האט געשריבן:
@היכי, זאגסט אז בעצם האסטו הנאה פון די תוצאות פון די אגענדע, מיין שאלה צו דיר איז אבער, צו דו ביסט גרייט אויף הויכע געז פרייזן כדי עווענטועל אנצוקומען צו די בעסערע אפציע פון עלעקטריק קארס און סאולער וכדו'?
מער פון דעם

ביסט גרייט אויף דעם אז ”אלעס” זאל ווערן קאמפליטלי רעגולירט און טעקסירט + א לייסענס אויף אלץ און אלעמען, צוליב דעם?

איך נישט
לעצט פארראכטן דורך מסתמא אום דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 9:21 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
פרים הנשרפים
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 07, 2022 5:02 pm

Re: אייער מיינונג וועגן קלימאטן טויש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרים הנשרפים »

על פי רוב סייענטיסטן רעדן נאכנישט דוקא פון חרוב מאכן די וועלט, זיי רעדן פון די גאר שווערע נאכווייען וואס גייען פאסירן צוליב קלימאט טויש ווי למשל גרויסע הינגערס און אז א ריזן חלק פון די באוואוינטע שטעיט וואס זענען געווענטליך געבויט נעבן ים וועלן זיך טרעפן פלוצים מיט אפאר פיס דערטראנקען.

דאס קען רח״ל אנזייען היבש אסאך כאאס און מלחמות וואס עס ליגט אן אחריות על פי תורה אויף יעדן יחיד צי טון כל מה שבידו דאס מונע צו זיין, וכבר אמרו חז״ל גדולה סכנתא מאיסורא.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אייער מיינונג וועגן קלימאטן טויש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

פרים הנשרפים האט געשריבן:

וואס קלערט איר, אין וועלכע סארט ענווייראמענט גייט די ימות המשיח זיך אויסשפילן?

נישט קיין נפקותא אבער א מענטש איז נאכאלץ מחיוב צי פארמיידן סכנות

די וועלט אלץ א כלל? ווי דערמאנט, סאיז א חידוש

ווידעראום די תוצאות און ממשותדיגע סכנות פון רעגירונגס קאנטראל, רעגולאציע, טעקס, לייסענסעס איז שוין אויכעט גענומען געווארן אין חשבון? איז שוין דא די מעסטער וואס קען אפוועגן די זה לעומת זה קאנצעקווענצן?

ביז אהין גיי איך מיט די דיפאלט ווירדן אז גאווערנמענט קאנטראל (יעצט אינטערן קלימאט מאנטל) איז א באשיינפערליכע סכנה אין אימצאליגע הינזיכטן
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
פרים הנשרפים
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 07, 2022 5:02 pm

Re: אייער מיינונג וועגן קלימאטן טויש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרים הנשרפים »

גאווערמענט קאנטראל איז פון די וויכטיסטע זאכן אויף די בריאה, וחלילה חלילה אויב גייט פאסירן אנארכיע.
וכבר אמרו חז״ל (אויף די רוימישע רשעותדיגע גאווערמענט) הוי מתפלל בשלומה של מלכות.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אייער מיינונג וועגן קלימאטן טויש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

פרים הנשרפים האט געשריבן:
גאווערמענט קאנטראל איז פון די וויכטיסטע זאכן אויף די בריאה, וחלילה חלילה אויב גייט פאסירן אנארכיע.
וכבר אמרו חז״ל (אויף די רוימישע רשעותדיגע גאווערמענט) הוי מתפלל בשלומה של מלכות.
איך בין אנטי גאווערנמענט קאנטראל עד כדי אנארכיע? וואו זעהט איר דאס? סזענען דא פולע גאווערנמענט סיסטעמס און כבין אין שטיצע פון א גאווערנמענט סיסטעם וועלכע לימיט זיך אליינס צו א מאקסימום
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: אייער מיינונג וועגן קלימאטן טויש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

פרים הנשרפים האט געשריבן:
גאווערמענט קאנטראל איז פון די וויכטיסטע זאכן אויף די בריאה, וחלילה חלילה אויב גייט פאסירן אנארכיע.
וכבר אמרו חז״ל (אויף די רוימישע רשעותדיגע גאווערמענט) הוי מתפלל בשלומה של מלכות.
גאר שטימפיג

למשל יעצט הערשט אנארכיע אין אמעריקע?

און אפאר יאר צוריק פאר 2000 ווען די גלאבאלע אנווארעמונג טעאריע איז אויפגעשטאנען?
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: אייער מיינונג וועגן קלימאטן טויש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

פרים הנשרפים האט געשריבן:

דאס קען רח״ל אנזייען היבש אסאך כאאס און מלחמות וואס עס ליגט אן אחריות על פי תורה אויף יעדן יחיד צי טון כל מה שבידו דאס מונע צו זיין, וכבר אמרו חז״ל גדולה סכנתא מאיסורא.
אויב איך מעג פרעגן, אויף וועלכע נומער איז אייער ערקאנדישאן אנגעשטעלט? און די סטיעם אין ווינטער?
ווען האט איר לעצט געמאכט א גריל, גענוצט א פלעסטיק שטרוי אדער דיספאוזעבעל קאפ?
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
פרים הנשרפים
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 07, 2022 5:02 pm

Re: אייער מיינונג וועגן קלימאטן טויש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרים הנשרפים »

למעשה ליגט אויף די גאווערמענט צי ראטעווען מענטשן פון סכנות און ווילאנג זייערע מאסנאמען לייגן אונז נישט אריין אין גרעסערע סכנות זענען זיי מחיוב דאס צי אינפארסירן.

@ רק טוב
איך פרוביר טאקע כמעט נישט צי ניצן די אלע זאכן
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: אייער מיינונג וועגן קלימאטן טויש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

פרים הנשרפים האט געשריבן:
@ רק טוב
איך פרוביר טאקע כמעט נישט צי ניצן די אלע זאכן
דו ניצט נישט קיין ערקאנדישאן און סטיעם? נעבעך אויף דיר וואס פרירט פאר קעלט און רעצעך איין אז א פאולער-בער ווייניגער וועט שטארבן, כמעט ווי איסלאמישע מארטירער ווען עס ווארט אפ א גן עדן
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1223
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: אייער מיינונג וועגן קלימאטן טויש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלינצע »

פרים הנשרפים איז- לשיטתם פון די קליימענט טויש פארנאטיקער- איינע פון די שטערקסטע מיטלען צו פארמיידן די וועלט אינטערגאנג, און אין די זעלבע צייט איינע פון די שטארקע גורמים צום חורבן העולם.

נעמליך, ווייל פארברענען די פרים און אנטשטאט עסן פאלשע פיש איז דאך א גוטע זאך פאר די ענווייערמענט, אבער לעומת זה זענען פייערען זייער שעדליך פארן קיום העולם.

#דילעמע
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1223
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: אייער מיינונג וועגן קלימאטן טויש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלינצע »

פרים הנשרפים האט געשריבן:
למעשה ליגט אויף די גאווערמענט צי ראטעווען מענטשן פון סכנות און ווילאנג זייערע מאסנאמען לייגן אונז נישט אריין אין גרעסערע סכנות זענען זיי מחיוב דאס צי אינפארסירן.

@ רק טוב
איך פרוביר טאקע כמעט נישט צי ניצן די אלע זאכן
זאגסט אז פארברענט ווערן פאר היץ אבי נישט צו ניצן דעם עירקאנדישן, איז בעצם נישט קיין סכנה. אקעי.

ווייס אבער אז אין זעלבע צייט זיצן די לצים אויף פריוואטע דזשעטס, ווערן אפגעווארט דורך א מאטראקאדע פון צענדליגע לעמאזינען, זיצן אין ריזיגע אפיסעס וואו עס באכעט עיר קאנדישאן, און זענען זיך מחיה מיט בשר בקר צלי על האש.

און זיי האבן נאך א גוטע בעטער וואס איך ערליך מתפלל בשלומה של מלכות.

לחיים!
טראכט און חלוםט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:59 pm

Re: אייער מיינונג וועגן קלימאטן טויש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט און חלוםט »

הר ההר האט געשריבן:
טראכט און חלוםט האט געשריבן:
איך זעה דא איבער חזרן די זעלבע נקודה דארף מען קלאר שטעלן איין נקודה , די דיפאלט עפי תורה איז נישט אז מדארף מאכן השתדלות , פארקערט, סאיז א חידוש ואין לך בו אלא חידושו ,ורפא ירפא,ואספת דגניך וכו ( פאר ווער סווייסט די ראשונים מיטשענען זיך זייער מיט דעים חיוב,די רמב''ן כידוע איז עס זייער מצמצם דעים חיוב, און די חובות הלבבות איז מסביר גאנצע הבסרים פארוואס מאיז מחויב ),נאך א נקודה איז עפ''י תורה ''העלפט'' נישט השתדלות נאר מדארף "מאכן'' השתדלות, יעצט זיך זארגן פאר די וועלטס קלימאט,צו זאגן אז דאס גייט אריין און ונשמרתם אדער כדומה, איז א גרויסע חידוש, אין איך גלייב אז סדארף א מקור פון א עכטע אדם גדול, אז מדארף און דעים עוסק זיין.
לעבדה ולשמרה? (בראשית ב' ט''ו)
רעדט זיך וועגן די גן עדן/מצוות עשה ,לא תעשה/באארבעטן פעלדער פאר פרנסה.
טראכט און חלוםט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:59 pm

Re: אייער מיינונג וועגן קלימאטן טויש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט און חלוםט »

nodeJS האט געשריבן:
טראכט און חלוםט האט געשריבן:
nodeJS האט געשריבן:
טראכט און חלוםט האט געשריבן:
איך זעה דא איבער חזרן די זעלבע נקודה דארף מען קלאר שטעלן איין נקודה , די דיפאלט עפי תורה איז נישט אז מדארף מאכן השתדלות , פארקערט, סאיז א חידוש ואין לך בו אלא חידושו ,ורפא ירפא,ואספת דגניך וכו ( פאר ווער סווייסט די ראשונים מיטשענען זיך זייער מיט דעים חיוב,די רמב''ן כידוע איז עס זייער מצמצם דעים חיוב, און די חובות הלבבות איז מסביר גאנצע הבסרים פארוואס מאיז מחויב ),נאך א נקודה איז עפ''י תורה ''העלפט'' נישט השתדלות נאר מדארף "מאכן'' השתדלות, יעצט זיך זארגן פאר די וועלטס קלימאט,צו זאגן אז דאס גייט אריין און ונשמרתם אדער כדומה, איז א גרויסע חידוש, אין איך גלייב אז סדארף א מקור פון א עכטע אדם גדול, אז מדארף און דעים עוסק זיין.
חוה"ל שער הבטחון פרק ד:
דא שטייט אנדערש ווי איך האב געזאגט ? אויב יא ווייז מיר ווי .
עס גייט צוזאמען מיט מיין תגובה פאר דעם. אויב די רעדע איז פון "ראטעווען די וועלט" דעמאלס אבסעלוטלי נישט אונזער ביזנעס! 100% גערעכט!
אבער ווען מ'רעדט לגבי טון אחריות'דיגע שריט, אפשטעלן שאדן, דאן איז דאס בגדר פון די נארמאלע השתדלות וואס א מענטש איז מחויב צוזאמען מיט די בטחון.
פונקט ווי יעדער פארשטייט אז מ'קען נישט לאזן איינעם פארפעסטיגן א שטאט'ס טרינק-וואסער קוואל, קען מען פארשטיין אז מ'דארף פראבירן אפשטעלן [ריכטיגער - מצמצם זיין] דאס פארפעסטיגן די אושענס, למשל.
און אינאמתן דער חילוק איז בעיקר אין קאפ, וואיזוי מ'קוקט אן די זאך, די ליבעראלע אפיקורסים פילן אז אויב נישט זייער קלימאטן געזעצן גייט די וועלט אונטער (עפ"ל), דעריבער ווערן זיי ווילד אזש זיין גרייט טעראריזירן דאס גאנצע ציוויליזעישאן. בעת אונז אידן רעדן מיר פשוט פון וואס מ'דארף אלץ השתדלות, אויף א נארמאלע אופן, און אן "שפילן גא-ט" ח"ו.
קלאר?
פאר די רעקארד ,איך דינג זיך בכלל נישט מיט דיך .
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: אייער מיינונג וועגן קלימאטן טויש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

בלינצע האט געשריבן:
פרים הנשרפים האט געשריבן:
למעשה ליגט אויף די גאווערמענט צי ראטעווען מענטשן פון סכנות און ווילאנג זייערע מאסנאמען לייגן אונז נישט אריין אין גרעסערע סכנות זענען זיי מחיוב דאס צי אינפארסירן.

@ רק טוב
איך פרוביר טאקע כמעט נישט צי ניצן די אלע זאכן
זאגסט אז פארברענט ווערן פאר היץ אבי נישט צו ניצן דעם עירקאנדישן, איז בעצם נישט קיין סכנה. אקעי.

ווייס אבער אז אין זעלבע צייט זיצן די לצים אויף פריוואטע דזשעטס, ווערן אפגעווארט דורך א מאטראקאדע פון צענדליגע לעמאזינען, זיצן אין ריזיגע אפיסעס וואו עס באכעט עיר קאנדישאן, און זענען זיך מחיה מיט בשר בקר צלי על האש.

און זיי האבן נאך א גוטע בעטער וואס איך ערליך מתפלל בשלומה של מלכות.

לחיים!
;l;p- צום פינטל
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
טראכט און חלוםט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:59 pm

Re: אייער מיינונג וועגן קלימאטן טויש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט און חלוםט »

מסתמא האט געשריבן:
סאיז גאר א גרויסע חידוש אז מיר זאלן קענען חרוב לייגן די וועלט אלץ א כלל דורך פיזישע מעשים. איך קוק דאס אן ווי כאילו מיר נעמען בעלות אויף די כדור הארץ אנשטאט דער מלך מלכי המלכים. כזעה נישט וויאזוי דאס קען גיין מיט די אידישע אמונה, ווער רעדט נאך פון דעם אז די ימות המשיח ברויך ערגעצוואו קענען חל זיין און דריי מיר נישט דעם קאפ אז סוועט פארקומען אויף מאדים.
יעצט דאס אז א יחיד זאל קענען חרוב מאכן א בנין, הארגענען א מענטש, אדער אפילו אפמעקן א שטאט, האמיר געהערט אזאנס. אבער דאס אז מיר מענטשעלעך זאלן קענען נעמען קאנטראל פונעם אויבערשטנס וועלט? נאופ.. צו מיך שמעקט דאס כפירה’דיג

יעצט וואס איז די כלל? כווייס נישט, אבער אויף די וועלט אלץ א כלל זענען מיר זיכער נישט בעל הבית.

(אפילו די קליינליכע זאכן וואס מיר מיינען אז מיר טוען יא איז גארנישט קלאר ווי ווייט מיר טוען באמת)
זייער ריכטיג, און בכלל חכז''ל הקדושים זאגן שיתא אלפא שנה הוי עלמא וכו',סשטימט נישט מיט די גאנצע קוק ווינקל, וויאזוי א יוד קוקט אויף די וועלט,איך ווייס נישט ,האב איך נאכנישט געזעהן דער אדם גדול וואס זאל זארגן אויף דעים .
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אייער מיינונג וועגן קלימאטן טויש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

מסתמא האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
@היכי, זאגסט אז בעצם האסטו הנאה פון די תוצאות פון די אגענדע, מיין שאלה צו דיר איז אבער, צו דו ביסט גרייט אויף הויכע געז פרייזן כדי עווענטועל אנצוקומען צו די בעסערע אפציע פון עלעקטריק קארס און סאולער וכדו'?
מער פון דעם

ביסט גרייט אויף דעם אז ”אלעס” זאל ווערן קאמפליטלי רעגולירט און טעקסירט + א לייסענס אויף אלץ און אלעמען, צוליב דעם?

איך נישט
מיין ענטפער צו ענק ביידע. עס מוז נישט זיין אזוי. האט דען נישט אילאן מאסק אויפגעבויט זיין עלעקטריק קאר קאמפאני אן רעגולאציעס? האט ער זיך עס נישט אונטערגענומען סתם אזוי ווייל ער איז א גוטע ביזנעסמאן?

מ'דארף נישט רעגולירן די חלק וואס איז נישט גוט צו פארבעסערן די חלק וואס איז יא גוט.

איך זאג נישט אז דאס איז בכלל א פליכט וואס זאל פאלן אויף די רעגירונג, אבער עס באדערט מיר נישט ווען די רעגירונג העלפט די קלימאט פרענדלי אינדאסטריע, פונקט ווי עס באדערט מיר נישט ווען די רעגירונג העלפט די אויל אינדוסטריע כדי די גאז פרייזן זאלן אראפגיין.

ניין, ס'גייט מיר נישט אן וועלכע פרעזידענט/פארטיי טוט וואס. דאס האט דאך גארנישט מיט די תוצאות. זיי זענען נאכאלס פארמישט אין א דעבאטע איבער וואס איז גוט און וואס נישט.

איך האלט אז דאס זאל פארקומען אין א קאפיטאליסטישע פארמאט פונקט ווי אלע אינדאסטריעס, און עס פאסירט שוין סיי ווי סיי!

מיר באדערט יא די פאליטיק שבו. ביידע זייטן ווילן קאנטראלירן זייערס אנשטאט לאזן די בירגער באשליסן, אבער די בירגער זענען שטערקער און באשליסן סיי ווי סיי.

עס גייען אוודאי קומען ענטפערן אז נאר די דעמאקראטן שטערן און אויך ענטפערן אז נאר די רעפאבליקאנער שטערן. וואס האט דאס מיט מיר? וואס טוט דאס אויף פאר מיר? איך וויל די תוצאות, נישט די בלעימינג געים.
תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: אייער מיינונג וועגן קלימאטן טויש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תירוצים »

פרים הנשרפים האט געשריבן:
על פי רוב סייענטיסטן רעדן נאכנישט דוקא פון חרוב מאכן די וועלט, זיי רעדן פון די גאר שווערע נאכווייען וואס גייען פאסירן צוליב קלימאט טויש ווי למשל גרויסע הינגערס און אז א ריזן חלק פון די באוואוינטע שטעיט וואס זענען געווענטליך געבויט נעבן ים וועלן זיך טרעפן פלוצים מיט אפאר פיס דערטראנקען.

דאס קען רח״ל אנזייען היבש אסאך כאאס און מלחמות וואס עס ליגט אן אחריות על פי תורה אויף יעדן יחיד צי טון כל מה שבידו דאס מונע צו זיין, וכבר אמרו חז״ל גדולה סכנתא מאיסורא.
נאטורליכע קאטאסטראפעס זענען פארמינערט געווארן אין די לעצטע דרייסיג יאר מיט ריזיגע נאמבערס. פשוט מ'האט זיך אויסגעלערנט וויאזוי זיך אומצוגיין מיט דעם. פארפלייצונגען מיט הונגער זענען אייביג געווען , און זאגן אז מ'קען ארויפצווינגען די אלע זאכן נאר אז עס זאל ווערן נאך ווייניגער איז שוין אביסל עקסטרעם.
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: אייער מיינונג וועגן קלימאטן טויש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

מסתמא האט געשריבן:
סאיז גאר א גרויסע חידוש אז מיר זאלן קענען חרוב לייגן די וועלט אלץ א כלל דורך פיזישע מעשים. איך קוק דאס אן ווי כאילו מיר נעמען בעלות אויף די כדור הארץ אנשטאט דער מלך מלכי המלכים. כזעה נישט וויאזוי דאס קען גיין מיט די אידישע אמונה, ווער רעדט נאך פון דעם אז די ימות המשיח ברויך ערגעצוואו קענען חל זיין און דריי מיר נישט דעם קאפ אז סוועט פארקומען אויף מאדים.
יעצט דאס אז א יחיד זאל קענען חרוב מאכן א בנין, הארגענען א מענטש, אדער אפילו אפמעקן א שטאט, האמיר געהערט אזאנס. אבער דאס אז מיר מענטשעלעך זאלן קענען נעמען קאנטראל פונעם אויבערשטנס וועלט? נאופ.. צו מיך שמעקט דאס כפירה’דיג

יעצט וואס איז די כלל? כווייס נישט, אבער אויף די וועלט אלץ א כלל זענען מיר זיכער נישט בעל הבית.

(אפילו די קליינליכע זאכן וואס מיר מיינען אז מיר טוען יא איז גארנישט קלאר ווי ווייט מיר טוען באמת)
כ'וויל נישט יעצט אריינגיין אין די נושא פון קלימאטן טויש. ווייל כ'מיין כלפי דעם זעמיר אויף איין פעיזדש.

אבער אנטשולדיגט מיר דיינע ווערטער שמעקט פון כפירה.

דאס אז דו קליינע מענטשעלע קוקסט אן דיין בעלות אויף א צווייט מענטש, אויף דיין דירה, אויף דיין שטאט, כאילו ס'איז ממש בפועל אין דיינע הענט. און ס'איז אנדער דיין קאנטראל.
דהיינו אז ווען די מענטש טוט די זעלבע השתדלות כלפי די גאנצע וועלט און ס'איז זיין אחריות פילסטו ווי מ'נעמט איבער און מ'נעמט אוועק די קאנטראל פונעם אויבערשטענס וועלט. איז ראנג, ווי כאילו די שטעטל און דיין הויז האט נישט די אויבערשטער די זעלבע קאנטראל ווי פון די גאנצע וועלט.

איך קוק דאס אן כפירה.
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: אייער מיינונג וועגן קלימאטן טויש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

אפאר שטיקלעך איבער קלימאטן טויש.

גוגל דרייוו 1

גוגל דרייוו 2

גוגל דרייוו 3
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: אייער מיינונג וועגן קלימאטן טויש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

.
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע: משה זוכמעך

Re: אייער מיינונג וועגן קלימאטן טויש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

כ'האניש דורעכגעליינט ביז אהער. סא אויב איינער האט שוין געזאגט די זעלבע איז גוט, און אויב נישט איז אוואדי גוט..
-------------------------------------------------------------------------------
צ/ק

איז אזוי. קלימאטען טויש איז א פראבלעים וואס האט און זיך שטארקע סברות אין זיך. די עולם איז נישט סתם אזוי משוגע (ניין?).
יעצט דארף איך זיין אנגעצויגען דערוועגען?
מיר אלץ יודן דארפען זעכער נישט זיין אנגעצויגען, ווייל טאמיר די וועלט ווערט חרוב קומט משיח, און ס'איז סייווי נישט בידינו צו טוען דערוועגן!
יעצט לאמיר עס אנקוקען פון א גויאיש קוק ווינקעל.. מיין אקנאמיע און מיין יעצטיגע פראבלעמען זענען ביי מיר טאפ פרייאריטי, גייען ספענדען געלטער און די הויזן פאר אן אישא וואס גייט אפשר זיין צענדליגע יארן ארום און אדאנק דעים חרוב מאכן מיין פריוואטע איצטיגע וועלט, און עס נאך מאכן פאר טאפ פרייאריטי?!?

אר יו פאר ריל?!?
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”