זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8679
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?
מיר ווייסן אז די דעמאקראטישע אינסטיטוציע אין אמעריקע גייט אצינד אדורך א שווערע צייט.
די פאפולאציע איז צוטיילט און פאראלאזירט אויף גאר א שרעקליכן אופן וואס כמהו לא היה מאז היתה אמעריקא לגוי. דעמאקראטן האבן פיינט רעפובליקאנער, און ה"ה איפכא. קאנסערוואטיווע האסן די ליבעראלן וה"ה איפכא.
עס איז היינט נישט אויסגעשלאסן אז ח"ו א בירגער קריג קען אויסברעכן. איך זאג נישט אז דאס גייט פאסירן היינט מארגן, אבער עס איז שוין נישט רחוק הדבר, אינדערצייט וואס ביז נישט לאנג צוריק איז דאס געווען אומטראכטבאר.
דער טראמפ פאקטאר זיינע מעלות מיט זיינע חסרונות, בנוסף צו די הילערי & אבאמא פענאמעמאן, האט אנגעמאכט א מורא'דיגע ריס אינערהאלב דעם אמעריקאנער פאלק, און די סיטואציע ווערט נישט בעסער, נאר ליידער טאג נאך טאג געשעהט דאס פארקערטע. מער אויפברויז, מער רעאקציעס, מער פראפאגאנדע און מער עקסטרעמיזם אויף ביידע זייטן. די אימפיטשמענטס מיט די אינוועסטיגעשאנסס, די אזויגערופענע ג'גנב'טע וואלן מיט אירע נאכווייען יאנואר 6, מיט די יאנואר 6 קאמיטע, אלע האבן צוגעהאלפן צו דעם איצטיגן מצב.
טראמפ מיט "פעיק ניוז" מיט 'אלטעראנטיווע פאקטן', מיטן אטאקירן כמעט אלע גאוו"ט אינסטאנצן, אפילו נישט פאליטישע, דורך זיי באשולדיגן אז זיי זענען א חלק פון "דער וואשינגטאנער זומפ" האט גורם געווען אז די פאלק געטרויעט שוין נישט די גאווערמענט. איך גיי נישט אריין צו ער איז יא גערעכט צו נישט, אבער מיר דארפן פארשטיין אז די מציאות איז היינט אז קיינער ווערט נישט אנגעקוקט אז ער איז *איבער* פאליטיקס, ער מיינט לשם שמים אדער לשם אמעריקא, יעדער ווערט פארדעכטיגט אז ער מיינט דא פאליטיק און פארטייאישקייט. סיי די FBI סיי די CIA, סיי די סופרים קארט און סיי די אימיגראציע אפישעלס, אלע זענען אין דעם זעלבן גרויסן זומפ, און מ'קען קיינעם נישט געטרויען. אפילו די CDC וועלכע לכאורה האט קיין שייכות מיט פאליטיק, איז אויך נישט באגלייבט. איך דארף נישט מאריך זיין, ווייל איך נעם נישט קיין שטעלונגען, איך באצייכן נאר א מציאות, א ביטערע מציאות פון דעם מצב כהיום.
איך וויל נישט אריינגיין אין די געשעהנישן פון די לעצטע פאר טעג, האט די FBI אדער DOJ געהאנדלט ריכטיג צו נישט? אביסל צו אסאך? זענען די דאקומענטן דע-קלאסיציפירט געווארן? קען א פרעזידענט זאגן "בדיבורא בעלמא" אז די אלע זאכן וואס איך נעם זענען נישט קלאסיציפירט? און נאך און נאך לעגאלע פראגעס. ווייל אויף יעדע פראגע וועלן זיין לכה"פ צוויי תשובות, איינס פון די טראמפ שונאים און די צווייטע פון זיינע שטיצער.
איצט, צו טראמפ האט יא עובר געווען אויף שפיאנאזש געזעצן צו נישט, צו ער האט ג'לקח'נט פאפירן שלא ברשות ושלא על פי חוק, איז אויך א ויכוח וואו איך וויל נישט אריינגיין. אבער לאמיר נישט פארגעסן, זיינע קעגנער האלטן סייווי אז ער איז א פאררעטער און א פארברעכער, זיינע שטיצער וועלן נישט אננעמען וואס א קארט אדער א דזשורי וכ"ש די דעפ. אוו דזשאסטעס וועט זאגן. ממילא סיי וועלכע לעגאלע שריט וואס וועט גענומען ווערן קעגן אים גייט רעזאלטירן אין מער און מער פריקציע און קריגערייען, מאכנדיג מער און מער א רעאליטעט פון א ציווילע בירגער קריג ה' ירחם.
דא האט זיידי ביידן א געלעגנהייט צו ראטעווען דעם מצב, ארויסקומען א העלד, און ארויסנעמען די לופט פון די רעדער פון די רעפובליקאנער טראמפיסט.
גיב א פארדאן פאר טראמפ.
בתנאי אז עס איז נישט געווען קיין "גראבע" שפיאנאזש וכדומה, בלויז אביסל פארנאכלעזיקייט פון טראמפ און ר'האט "גענומען" אפאר דאקומענטן וואס איז געווען קעגן די געזעץ דאן איז דער פרעזידענט פון די יונייטעד סטעיטס מוחל די עבירה פון טראמפ. עס מיינט נישט אז מ'מוז מוחל זיין פאר אלע עבירות פון טראמפ ומשפחתו און פון זיינע ביזנעסער. אפילו דא אליינס איז מען מוחל נאר בתנאי אז עס איז נישט געשען קיין גרויסע חטאים.
ביידן קומט ארויס א העלד.
מ'דארף נישט טראמפס הסכמה. דער גרויסער הויכער קלוגער טראמפ גייט זיך געפונען אויף די 'רעסיווינג ענד' און זיין דער מקבל מתנה פון דעם אלטער שמייכלדיגער האלב-אויסגעוועפטער גוט-הארציגער פאטריאטישער ביידן, דער וואס מיינט די טובה פון דאס לאנד, און איז איבער פאליטיקס.
די אינדעפענדענטס וועלן עס באגריסן. די מעסיגע פון ביידע פארטייען וועלן קומען נענטער. און די עקסטרעמיסטן וועלן האבן ווייניגער איבער וואס צו שרייען.
און דער עיקר, ער וועט באמת נידערן די ריזיקע פון א בירגער-קריג.
מיין שטימע: ביידן, פארדאן טראמפ!

לעצט פארראכטן דורך יידישע קהילות אום מאנטאג אוגוסט 15, 2022 8:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
- בלייב געזונט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4255
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am
Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?
ער גייט ווערן אינדייטעט?
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?
פארד האט דאס געטון מיט ניקסאן און האט לכבוד דעם פארלוירן די וואלן
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8679
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?
מ'קען פארדאנירן פריער אויך.בלייב געזונט האט געשריבן:ער גייט ווערן אינדייטעט?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8679
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?
ווייל ער איז געווען "זיין" פרעזידענט, דהיינו ר'האט געטוהן א פארטייאישע שריט, שלא לטובת די געזעץ נאר לטובת זיין פריינד. דא איז פונקט פארקערט.מי חכם האט געשריבן:פארד האט דאס געטון מיט ניקסאן און האט לכבוד דעם פארלוירן די וואלן
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?
גראדע זייער שיין געשריבן, אבער אויף די אנקעטע פלאן איך נישט צו שטימען חוץ אויב ס'גייט אריין אין פארברענגן.. כ'מיין, כ'דארף פאר קיינעם נישט מסביר זיין פון וואס מ'רעדט דא, דאס איז נישט רחוק מן המציאות נאר שלא במציאות כלל.
נאכמער, דו מיינסט אז דערוילעם וועט זיין צופרידן? אויב אזאנס פאסירט טאקע וועלן די טראמפ שטיצער שוימען פאר כעס, הלמאי ער דארף גאר א פארדאן? ער איז דאך ריין ווי א אתרוג, כ'רעד שוין נישט פון די לינקע, כ'ציטער אפילו נאר צו טראכטן פון זייער רעאקציע, בל"מ וועט זיין א קינדער שפיל קעגן וואס וועט זיך אפטון, אפגערעדט אז די אלע וואס צווייפלען אויב ביידען זאל לויפן אין 2024 וועלן שוין גארנישט זיין מסופק.
אבער עניוועי, איז דאס דאך אלעס מילא ניטאמאל ווערד לצור על פי צלוחית, פונקט גוט פאר א דעבאטע אויף אייוועלט..

באשיינפערליך האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 amאיין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?
זיכער? מקור.יידישע קהילות האט געשריבן:מ'קען פארדאנירן פריער אויך.בלייב געזונט האט געשריבן:ער גייט ווערן אינדייטעט?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?
אויב טראמפ זאל גיין זיצן, און ביידען זאל אים פארדאנירן, וואלט טראמפ געבליבן זיצן מרצונו הטוב.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?
פארדאנירן? פארוואס?
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 amאיך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?
מסתמא האט געשריבן:פארדאנירן? פארוואס?
באשיינפערליך האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 amאיין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?
אויב נישט דאן וואס איז פשט פון די קלעים אז געוויסע קאנגרעסלייט און אנדערע האבן געבעטן א פארדאן פון טראמפ נאך יאנואר 6?פעיק ניוז האט געשריבן:זיכער? מקור.יידישע קהילות האט געשריבן:מ'קען פארדאנירן פריער אויך.בלייב געזונט האט געשריבן:ער גייט ווערן אינדייטעט?
באשיינפערליך האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 amאיין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?
פעיק ניוז האט געשריבן:אויב טראמפ זאל גיין זיצן, און ביידען זאל אים פארדאנירן, וואלט טראמפ געבליבן זיצן מרצונו הטוב.
חינוך האט געזיגט!
Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?
עס גייט הייסן סתם א דזשאוק בלע"ז אויב ער געבט אים סתם אזוי א פארדאן אנע קלאגע..יידישע קהילות האט געשריבן:מ'קען פארדאנירן פריער אויך.בלייב געזונט האט געשריבן:ער גייט ווערן אינדייטעט?
און כ@רעגי, טראמפ שטיצער וועלן זיך רעגן אז מען פארדאנירט בכלל איינעם וואס זײ זאגן איז ריין ווי אן אתרוג.
Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?
יאפ דאס איז א גוטע וועג ארויס פאר ביידן און ס'וועט אים זיכער הייבן אין די פאולס, און צו די זייט פיין מסדר זיין טראמפ
אבער ווי איינער שרייבט אין די יעצטיגע אטמאספערע גייט עס קיינמאל פאסירן די ארכי לינקענגייען שעלטן אויף כוחות
אבער ווי איינער שרייבט אין די יעצטיגע אטמאספערע גייט עס קיינמאל פאסירן די ארכי לינקענגייען שעלטן אויף כוחות
חינוך האט געזיגט!
Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?
דיין צווייטע זאץ איז ריכטיג אבער די ערשטע כלל לא, אין די היינטיגע צוטיילטע פאליטישע קלימאט וועט קיינער נישט זיין צופרידן און בכלל גארנישט וועט נישט צוזאמברענגן דעם פאלק.אושפיזין האט געשריבן:יאפ דאס איז א גוטע וועג ארויס פאר ביידן און ס'וועט אים זיכער הייבן אין די פאולס, און צו די זייט פיין מסדר זיין טראמפ
אבער ווי איינער שרייבט אין די יעצטיגע אטמאספערע גייט עס קיינמאל פאסירן די ארכי לינקענגייען שעלטן אויף כוחות
באשיינפערליך האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 amאיין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8679
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?
מ'וואלט ג'דארפט עפענען נאך א אשכול/וואלן צו דער עולם האט בכלל נישט מורא פון א בירגער-קריג.
איך - יא!
איך - יא!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
- leadership
- שר מאה
- תגובות: 220
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 1:57 pm
Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?
נאדיררעגענדיג האט געשריבן:מסתמא האט געשריבן:פארדאנירן? פארוואס?
און בכלל ווי קען ביידען פארדאנען ר'ז דאך נישט קיין לעגיטימער פרעזידענט?
- הויעך
- שר האלפיים
- תגובות: 2853
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
- לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול
Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?
אויב ביידען וויל בארוהיגען די מצב קען ער פלעין פשוט אנקאלן זיינע דעמאקרטישע פריינט און בעטן צו אויפהערן צאפן די בלוט פון יעדעם וואס איז געווען נאנט צו טראמפ פאר עבירות פון ווען ביידען האט נאך נישט געקאלעכט.
די נייע נארמע אין אמעריקע די לעצטע 6 יאר איז פאר יעדע דעמאקראטישע אטוירני דזשענעראל צו ריפן טראמפ צו זיינע קינדער צו זיין ארגענעזעישאן צו זיינע לויערס צו זיינע אדווייזערס צו זיינע גוטע פריינט אין קארט פאר עבירות פון יארן צוריק
געב נישט קיין פארדאן, הער אויף צו רודפן

וויכטיג מאכער האט געשריבן:פזמון...
שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18240
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?
וואס עפעס, נאבאדי איז עבאוו די לאו
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18240
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?
מעדלען אינעם זשאסטעץ דעפארטמענט איז א טראמפ אייטעם. מיר האבן ערוויילט ביידען טאקע צו טוהן דאס פארקערטע, און דאס האט ער צוגעזאגט און דאס איז ער מקיים.הויעך האט געשריבן:אויב ביידען וויל בארוהיגען די מצב קען ער פלעין פשוט אנקאלן זיינע דעמאקרטישע פריינט און בעטן צו אויפהערן צאפן די בלוט פון יעדעם וואס איז געווען נאנט צו טראמפ
Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?
אויב קען ער פארזיכערן א דיעל מיט טראמפ אז ער גייט נישט לויפן אין ער גייט אויפהערן אריינרעדן אין פאליטיקס בין איך נישט דערקעגן. אויב קען מען דאס נישט ערלעדיגן מיז בלייבן אלע אפציעס אויפן טיש.
Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?
אה.SPXUP האט געשריבן:אויב קען ער פארזיכערן א דיעל מיט טראמפ אז ער גייט נישט לויפן אין ער גייט אויפהערן אריינרעדן אין פאליטיקס בין איך נישט דערקעגן. אויב קען מען דאס נישט ערלעדיגן מיז בלייבן אלע אפציעס אויפן טיש.
איך פאשטיי שוין אביסל וואס דא קומט פאר...
Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?
צ\ק
קען זיין אז יא
אבער איך ווייס נישט אויב אויף א סטעיט קריים קען א פרעזידענט פארדענען א מענטש
און איך מיין אז הארגנען א מענטש איז א סטעיט קריים
טראמפ האט דאך אנגעפירט מיט די טעראר אטאקע יאנוואר 6' סאו ער איז שולדיג אויף הארגנען א מענטש
ווייסעך טאקע נישט
-----------
גראדע האלט איך אז טראמפ האט זיך אליינס געפארדענט פארן פארלאזן אפיס און ער וועט עס ניצן אלץ לעצטע טול
קען זיין אז יא
אבער איך ווייס נישט אויב אויף א סטעיט קריים קען א פרעזידענט פארדענען א מענטש
און איך מיין אז הארגנען א מענטש איז א סטעיט קריים
טראמפ האט דאך אנגעפירט מיט די טעראר אטאקע יאנוואר 6' סאו ער איז שולדיג אויף הארגנען א מענטש
ווייסעך טאקע נישט
-----------
גראדע האלט איך אז טראמפ האט זיך אליינס געפארדענט פארן פארלאזן אפיס און ער וועט עס ניצן אלץ לעצטע טול
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8679
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?
די לאו איז אז א פרעזידענט קען פארדאנירן...כאפצעם האט געשריבן:וואס עפעס, נאבאדי איז עבאוו די לאו
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו