פעיק ניוז האט געשריבן:אידישליך האט געשריבן:א נויזוויק באריכט געבט אן אז די יוסטיץ דעפארטמענט האט געזוכט אין מאר-א-לאגא א זאמלונג פון דאקומענטן וואס טראמפ האט אנגעזאמעלט דורכאויס זיינע יארן אלס פרעזידענט, מערסטנס פארבינדן מיט ראשע-געיט און די ערשטע וואלן.
לויט די באריכט האט טראמפ געזאמעלט דאקומענטן איבער די באשולדיגונגען קעגן אים און דאקומענטן וואס טראמפ האט געהאלטן וועט אים ריינוואשן פון קאלוזשן אדער אנדערע קלאגעס ארום די 2016 וואלן.
זיי געבן אן אז די עיקר איז נישט געווען ווי שטארק קלאסיפיצירט די דאקומענטן זענען געווען, נאר אז די יוסטיץ דעפארטמענט האט מורא געהאט אז טראמפ וועט נוצן די דאקומענטן אין זיין קומענדיגע מעגליכע קאמפיין פאר פרעזידענט, און אויפדעקן סענסעטיווע געהיימע אינפארמאציע.
מאכט סענס..
מאכט א סאך סענס, און דאס האט איך נעכטן אויך געמיינט שרייבענדיג אז זיי האבן פון אים מורא.
איך קען טראכטן פון נאך סיבות פארוואס זיי האבן געוואלט מאכן דער אבלאווע, וואס איז ביי זיי אין די אויגן געווען א מוז.
די וואס קענען טראמפ זאגן אז טראמפ איז נישט א הארדער פון דאקומענטן, און איז נישט דער מענטש וואס וועט זיך אראפ זעצן מיט א באקס פון דאקומענטן און זיי דורך גיין, פינטעל.
דערובער מוז מען זאגען אז אלעס וואס ער אהיים געטראגען (בעסער געזאגט, "געהייסען" אהיים טראגן, זענען אים וויכטיג צו האבן און בעיקר אים וויכטיג אז זיי (זיינע טארטשערערס אין די FBI) זאלן עס נישט האבן.
מיט אזוי פיל שפיאנען אויף טראמפ, און מיט אזוי פיל בא'אמטע אין זיין קעבינעט וואס האבן יעדן טאג געגעבן א באריכט פאר די FBI אויף טראמפ, האבן זיי (דער סטעיט דעפארטמענט) אלעס, פינטעל.
וואס זיי האבן נישט איז זיינע פריוואטע זאכן ווי זיינע אויסטוישן מיט זיינע לויערס (טייל שפיאנען אבער מערסטע מסתמא נישט), און אויף זיי האט ער קאנסטיטוציענאלע קלייענט-לויער פריווילידז. אויך זאגט מיר מיין הארץ אז אנדערע לענדער וואס האבן געוואלט אויס קרויזען די סטעיט דעפארטמענט זענען געגאנגען דירעקט צו טראמפ (ענליך ווי א חסיד קרויזט אויס דער גבאי און גיבט עפעס דירעקט צום רבי), און דאס קענען זיי נישט וויסען צו זיי האבען דאס אלעס אדער נישט. און ממיילא ווייסען זיי נישט צו זיי זענען אין גאנצען אין קאנטראל, און ווייסען נישט וואס ער האט קעגן זיי.
דערובער צו שיסען אלע פייגלעך מיט איין שאס האבן זיי געמאכט דער אבאלאווע און אלעס געכאפט, און שוין נישט קיין נפקא מינה וואס זיי גיבן יא אדער נישט צוריק, האבן זיי דא זיכער דער גאנצע סחורה צו מאכן קרימינאלע און פארעיטונג קעיסעס אויף טראמפ פאר די נעקסטע הונדערט יאר ווען זיי וועלן זיך וועלן ריין וואשען אין די טויזענט ביכער וואס זיי גייען שרייבן אז זיי זענען געווען גערעכט "און געראטעוועט אמעריקע" אוןו טראמפ איז געווען דער קרימינאל, און נאך א נס דער סטעדי סטעיט (ווי זיי רופן דער דיעפ סטעיט).
זאת ויותר מזה ליגט מיר אין די פעדער, אבער איך וועל נישט אלעס ארויס שרייבן, חוץ אויב עס וועט אויס פעלען אין דער ריכטיגע צייט.