יאנואר 6 פאבליק הירינגס, שמועסן און קאמענטארן.

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15468
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: יאנואר 6 פאבליק הירינגס, שמועסן און קאמענטארן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

צל עובר האט געשריבן:
יאנאש האט געשריבן:
פראווט דאס זיראו פון די ליסטע וואס צל האט געברענגט אויבן איבער וואס דער ציהל פונעם פרעזענטאציע איז.

היינט האט מען גערעדט איבער דעם ענין פון דעם אז טראמפ האט לכאורה קרימינאל געפרעשורט באאמטע, וויסנדיג אז עס איז נישט לעגאל וואס ער בעהט. דער פערטער ענין פון דעם תגובה. זעה איך יעצט אז ר' זעקל זעהט אויך בערך אזוי.

דאס האט מען נישט געהערט פון פרוי מאס, נאר בעיקר פון די רעפאבליקאנער באאמטע פון דזשארדזשיע און אריזאנע, אונטער שבועה. שטייצעך אז אין איינוועגס האבן זיי שוין אויך געזאגט אונטער שבועה אז די וואלן זענען געווען פעיר ענד סקווער, אז זיי האבן אויסגעפארשט אלע רעלעוואנטע קלעימס, וכו'.

פון פרוי מאס' לדורותם האט מען פשוט געהערט זאכן וואס מאכט אז דער וואס הערט עס קען קוים ווארטן אויף ווען מען גייט עקטשועלי אנקלאגן טראמפ... (אויב מען גייט...)

איי ווי קומט זי אריין? איז דער תירוץ אז טראמפ דערמאנט איר אין דעם טעלעפאן קאל וואס מען האט אויסגעשמועסט מיט ראפענסנפערגער און מיט זיין גבאי'ן הרב גבריא' סטערלינג.

הרב סטערלינג האט אויך ארויסגעברענגט אז טראמפ'ס רעטאריק האט געלייגט מענטשן אין סכנה.

זייער פאני אין מיין מיינונג צו בארעכטיגן קאנסעקווענצן קעגן איינע וואס איז בסך הכל געווען א וואוילע וואל באאמטע און מען האט איר געמאכט דאס לעבן, דזשאסט מיין מיינונג.

1. די אלע טראמפ פרעשור איז נאטינג ניו (פערפעקט פאן קאל...), אפשר שיין צוזאמגעפאקט מיט א באו אן טאפ
2. זייער זאגן אויף די וואלן אז ס’יז געווען כשר איז אויך נישט ניי, אנדער אוט איז טאקע יא א גוטע באונעס
3. איבער מאאס, האסט זייער שיין ארויסגעברענגט מיין פוינט... פשוט געספענד נעכטן דעם טאג צו אויפהייטערן די געפילן.
4. ביטע לייגט נישט אריין ווערטער אין מיין מויל אז סיי וועלכע רדיפות זענען ’בארעכטיגט’, ספעציעל ווען איך האב אינעם זעלבן ליניע גערופן פאר שטראפן פאר די יעניגע רודפים. שכוח
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: יאנואר 6 פאבליק הירינגס, שמועסן און קאמענטארן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

1א) די קאל צו ראפענסנפערגער איז נאטינג ניו. הגם עס איז די ערשטע מאל אלע וויכטיגע היילייטס ווערן טעלעוויזירט במלואה. אלע אנדערע פרעשורס אויף אים איז געהעריג ניי.

1ב) יעדע ווארט וואס דער יעצטיגער רעפאבליקאנער ספיקער פון אריזאנע האט געזאגט אונטער שבועה איז נייעס, יעדע איינציגסטע ווארט עז פאר עז איי קנאו. און מען רעדט פון א געהעריגן פארגלייבטן רעפאבליקאנער וואס לויט ווי ער זאגט איז טייל פון זיין גלויבן אז די וואס האבן געמאכט די קאנסטיטוציע זענען שלוחים פון אויבן און וועגן דעם קען ער נישט טראכטן אפילו פון פארלעצן זיין שבועה בלויז ווייל טראמפ און איסטמאן בעטן אים. וכדו'. בקיצור די ווהאול ניין יארד.

1ג) דעם ספיקער'ס זאגן אז רודי האט אים געזאגט: באווייזן האבעך נישט, טעאריעס האב איך יא! איז שטארקע נייעס.

2) זייער - בעיקר ראפענסנפערגער - שווערן אז מען האט אויסגעפארשט אלע קלעימס איז יא ניי. דו דערמאנסט טאקע די אנדער אויט חלק.

3) די נקודה איז, אז קיינער גייט נישט ארעסטירן א געוועזענעם פרעזידענט פארן דרייוון אן לייסענס, עס פעלט אויס ער זאל טאן א זאך וואס רעגט אויף מענטשן. אז 58% האלטן אז מען דארף אים אנקלאגן איז נישט גענוג, מען דארף אזא א גוטע 55% זאל וועלן זעהן דעם סעלפישקייט אין תפיסה.

4) אנטשולדיגט מיר. איך האב געמישט צווישן וואס דו שרייבסט בנוגע ראפענסנפערגער צו וואס דו שרייבסט בנוגע די פאול וואטשער, על כל פנים איז גוט צו וויסן אז טראמפ האט געפיקט א מענטש וואס האט דעסטרויעט איר לעבן.

עס איז סתם אזוי גוט מען זאל וויסן אז @הכל מאכט טאקע א געוואלדיגע ארבעט אין ברענגן די הויכפונקטן וואס מאכן העדליינס, אבער ווי פארשטענדליך ברענג ער נישט קיין פערטל פון וואס עס ווערט געזאגט אין די צוויי שעה הירינגס צוויי מאל א וואך, עס איז ניטאמאל מעגליך, ער ברענגט די היילייטס מיט א מאס אז דער עולם זאל נאך זיין אינטרעסירט עס צו ליינען. איך באצי זיך דא בעיקר צום ענין פון נאטינג ניו.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15468
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: יאנואר 6 פאבליק הירינגס, שמועסן און קאמענטארן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

פעיר פוינטס.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: יאנואר 6 פאבליק הירינגס, שמועסן און קאמענטארן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

צל עובר האט געשריבן:טראמפ איז נעכטן געזיצן מיט יאנקל שערמאן פון פאנטשבאויל נייעס, און ער האט קאמפלעינד אן די רעקארד אויף מעקארטי פארן זיך באנארישן און נישט לייגן קיין רעפאבליקאנער אויף דעם קאמיסיע נאך וואס פעלאוסי האט אפגעזאגט דזשארדן און בענקס. (מעקארטי האט געהאלטן אז עס דעסקרעדיטעד די קאמיטע, טראמפ און נאך אסאך האלטן אבער אז זיי וואלטן געקענט פיל בעסער צופאטשקען פון אינעווייניג, די קאמיטע וואלט לכאורה נישט געקענט מאכן א פערטל אזא גוטע פרעזענטאציע.)

איך גלייב אז מעקארטי האט געטוהן די ריכטיגע דעסישען מיטן אינגאנצן ארויסבעקן פון די קאמיטי פאליטיקלי ספיקינג.

אן אזאלכע ווי דזשארדען וכד דיליה גלייב איך נישט אז עס וואלט געשאט פאר די קאמיטי נישט צו קענען מאכן די זעלבע פרעזענטאציע ווי דאס וואס זיי האבן יעצט צוגעשטעלט און עס וואלט נאך געגעבן סטענדינג פאר די קאמיטי אלס אומפארטייאיש.

און לאמיר שוין זאגן אז עס וואלט געווען א משהו בעסער אויף די שארט טוירם איז עס אבער בעסער לאנג טוירם די וועג ווי ס'איז יעצט אז טראמפ און די רעפאבליקאנער זאלן קענען שרייען אז ס'איז געווען א פארטייאישע האוקס אן קיין רעפאבליקאנער עס צו טשעלענדזשן.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: יאנואר 6 פאבליק הירינגס, שמועסן און קאמענטארן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

Mezofzef האט געשריבן:עס טוט זיך אפ א דור הפלגה ביי די רעפובליקאנע ניקס דא, אין די צייט וואס איינער רעגט זיך אז זיי אדרעסירן נישט טראמפ'ס קלעימס פון עלעקשן אינטעגריטי פרייט זיך דער אנדערער אז טראמפ האט זיי אריינגעשלעפט צו אדרעסירן טאקע דאס...

פארוואס טראכטסטו אז די צוויי מיינונגען געהערן צום זעלבן מענטש?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
גוט פאריקט
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: יאנואר 6 פאבליק הירינגס, שמועסן און קאמענטארן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט פאריקט »

למעשה נעכטן איז געוועהן גאר א געלונגענע טאג מיט די הערינגס פאר אפאר סיבות
1)געברענגט עכטע ריפאבליקענס וואס האבן גערעדט היילג פון די קאנסטיטשן וואס דאס איז א האקעלע נקודה ביי קאנסערוועטיוווען און זיי האבן גערעדט קלאר
2) די שאלות זענען געפרעגט געווארן קורץ און שארף מיט א שפיציגע ענדע וואס שיף איז א מןמחה ממש דערין
3) נישט געוועהן קיין לאנגע דרשות ציווישן איין קשיא און צווייטען
4) צו דעם אלעם איז עס געוועהן היבש עמאציענאל אלע רעפאליקאנער האבן אראפגעלייגט ווי מען האט זיי גערודפט פארן זאגן דעם אמת
און די עלעקשן ארבעטער וואס איר מיט איר ממאמעס לעבן זענען געווארן רואינירט הגם עס מאכט נישט מופיל אויס אויף די קעיס אבער דאס ציעט אריין די ליפט אין די זאל און פארשטאפט די מיילער
און איך מיין אז די עקסטרעם רעכטע האבן טאקע אנגענימען א מויל פול מיט וואסער דערנאך און גארנישט רעאגירט ווייל עס איז נישט עטיש און עס איז עכט נישט דא וואס זיך צו טענען
אלס א זייטיגע ספייס האבן זיי נאך געמאכט זיכער צו ברענגען אזוי נישט מיר נישט דיר אפאר חידושים א שטיייגער ווי די ראן דזשאנסאן אויפדעקונג
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: יאנואר 6 פאבליק הירינגס, שמועסן און קאמענטארן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

די ראן דזשאנסאן מעשה מאכט נישט קיין ברעקל סענס פאר מיר העל מיר מוזן ווארטן פאר נאך קלארקייט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: יאנואר 6 פאבליק הירינגס, שמועסן און קאמענטארן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@ר' זעקל, דזשארדן האט פעלאוסי גע'פסל'ט עניוועי.

אבער שטעל זיך פאר אז אנשטאט טשעני רעדט דארט א טראמפיסט אלץ וויצע טשעיר און מאכט כסדר אוועק די גאנצע זאך, שפילט אויף די חלקים פון די רעקארדירטע עדות וואס די קאמיטע איז נישט אינטרעסירט דיר צו ווייזן, פרעגט שאלות פון די עדות וואס די תירוצים זענען וואס טראמפ וויל הערן, וכו'.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: יאנואר 6 פאבליק הירינגס, שמועסן און קאמענטארן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

און ווייל ער האט גע'פסל'ט דזשארדן האט מעקארטי ארויסגעצויגן די איבריגע נישט עניוועי.

ווען דו האסט פון איין זייט די סאמע גרעסטע קאפ דרייערס און טראמפ העיטערס ווי שיף און ראסקין און פון די צווייטע זייט נאר רואיגע און נישט אזאלכע טראמפיסטן איז עס אפשר אביסל בעסער פאר די שארט טוירם אבער עס וואלט נישט געווען צופיל בעסער ווי יעצט.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: יאנואר 6 פאבליק הירינגס, שמועסן און קאמענטארן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

שוין אפגערעדט ביי די ערשטע 9/11 סטיל קאמיטי וואו ער האט געוואלט שטעלן דזשאן קאטקא איינער וואס האט געשטימט פאר טראמפ'ס אימפיטשמענט אלס דער יושב ראש פון די רעפאבליקאנער זייט.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: יאנואר 6 פאבליק הירינגס, שמועסן און קאמענטארן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

צו האבן א שאנס צו קאמבעטן אזאנע חברה ווי שיף, ראסקין, מוזטו האבן די זעלבע סארט אויף די פארקערטע זייט, און נאך אלעם האט נאך פעלאוסי גראד ביים אנהייבן די קאמיטי גענומען פאר זיך די רעכט צו בלאקירן פיל מיט זאכן וואס די רעפאבליקאנער וואלטן געקענט טוהן.
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: יאנואר 6 פאבליק הירינגס, שמועסן און קאמענטארן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

פעיק ניוז האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:עס טוט זיך אפ א דור הפלגה ביי די רעפובליקאנע ניקס דא, אין די צייט וואס איינער רעגט זיך אז זיי אדרעסירן נישט טראמפ'ס קלעימס פון עלעקשן אינטעגריטי פרייט זיך דער אנדערער אז טראמפ האט זיי אריינגעשלעפט צו אדרעסירן טאקע דאס...

פארוואס טראכטסטו אז די צוויי מיינונגען געהערן צום זעלבן מענטש?

שוין געענטפערט אויבן אויף די קושיא.
מען קען נישט האבן מיינונגען איבער א פאקט.
האט מען יא אדער נישט אדרעסירט די אינטעגריטי פון די עלעקשנס?
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: יאנואר 6 פאבליק הירינגס, שמועסן און קאמענטארן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

Mezofzef האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:עס טוט זיך אפ א דור הפלגה ביי די רעפובליקאנע ניקס דא, אין די צייט וואס איינער רעגט זיך אז זיי אדרעסירן נישט טראמפ'ס קלעימס פון עלעקשן אינטעגריטי פרייט זיך דער אנדערער אז טראמפ האט זיי אריינגעשלעפט צו אדרעסירן טאקע דאס...

פארוואס טראכטסטו אז די צוויי מיינונגען געהערן צום זעלבן מענטש?

שוין געענטפערט אויבן אויף די קושיא.
מען קען נישט האבן מיינונגען איבער א פאקט.
האט מען יא אדער נישט אדרעסירט די אינטעגריטי פון די עלעקשנס?

שוין צוריקגענטפערט דארט.

ר' זעקל האט געשריבן:זיי האבן גערעדט בכלל פון דעם צו די עלעקשאן איז געווען פראוד א זאך וואס ביז יעצט האבן זיי פארווישט מיט די צוויי ווערטער "ביג ליי" אבער פארשטייט זיך זיי האבן נאר גערעדט פון זייער זייט וואס זאגט איבער די נושא פון פראוד אז ס'איז נישט געווען און פארשטייט זיך אז זיי האבן נישט ארויפגעברענגט טראמפ'ס סאו קאלד באווייזן אויף זיין זייט.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: יאנואר 6 פאבליק הירינגס, שמועסן און קאמענטארן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

Mezofzef האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:עס טוט זיך אפ א דור הפלגה ביי די רעפובליקאנע ניקס דא, אין די צייט וואס איינער רעגט זיך אז זיי אדרעסירן נישט טראמפ'ס קלעימס פון עלעקשן אינטעגריטי פרייט זיך דער אנדערער אז טראמפ האט זיי אריינגעשלעפט צו אדרעסירן טאקע דאס...

פארוואס טראכטסטו אז די צוויי מיינונגען געהערן צום זעלבן מענטש?

שוין געענטפערט אויבן אויף די קושיא.
מען קען נישט האבן מיינונגען איבער א פאקט.
האט מען יא אדער נישט אדרעסירט די אינטעגריטי פון די עלעקשנס?

למעשה כאפ איך יעצט אז די צוויי זאכן זענען לגמרי נישט קיין סתירה. מען האט נישט אדרעסירט די עלעקשאן קלעימס גופא. אבער מען רעדט יא 'איבער' טראמפ'ס עלעקשאן קלעימס אנשטאט ינואר 6. כאפסט?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: יאנואר 6 פאבליק הירינגס, שמועסן און קאמענטארן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

[quote="צל עובר"]פרעשורן מענטשן צו טאן א קריים בידיעה אז דאס איז א קריים, איז בפשטות א קריים.

דעם מראה מקום לאז איך פאר די לויערס.

פון זיינע ווערטער האט ער נישט געפרעשערט צו טון א קריים און אפילו אויב יא איז עס בפשטות נישט קיין קריים

זעיט נאר אויס זעהר מיאוס אין מיינע אויגן עטליסט
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: יאנואר 6 פאבליק הירינגס, שמועסן און קאמענטארן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פון וועמענס ווערטער?

דער אריזאנע ספיקער זאגט קלאר אז מען האט פארלאנגט פון אים אומלעגאלע אומקאנסטוציאנאלע זאכן.

ר' זעקל האט געשריבן:שוין אפגערעדט ביי די ערשטע 9/11 סטיל קאמיטי וואו ער האט געוואלט שטעלן דזשאן קאטקא איינער וואס האט געשטימט פאר טראמפ'ס אימפיטשמענט אלס דער יושב ראש פון די רעפאבליקאנער זייט.

אין די ערשטע קאמיטע וואלט מען געשטעלט פון בײדע פארטייען נאר געוועזענע פאליטיקאנטן און אנשים מכובדים.

דעמאלטס וואלט קיין שיינע מאווי סיריס אווי יעצט כלל נישט געווען לכאורה.

קאטקא איז נאר געווען מעקארטי'ס שליח איבער סעטן די קאמיטע, (ביז ער האט אים געווארפן אונטער די באס. שטארק יתכן אז וועגן דעם לויפט ער נישט, וואס קען קאסטן א זיך פאר די רעפאבליקאנער.)

אזאנס האט טראמפ פילייכט נישט געוואלט, ווייל געוועזענע רעפאבליקאנער פאליטיקאנטן און שישקעס וואלטן גערן אים אריינגעלייגט אין תפיסה אויב די באווייזן וואלטן אהינגעגאנגען..
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: יאנואר 6 פאבליק הירינגס, שמועסן און קאמענטארן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פעיק ניוז האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:עס טוט זיך אפ א דור הפלגה ביי די רעפובליקאנע ניקס דא, אין די צייט וואס איינער רעגט זיך אז זיי אדרעסירן נישט טראמפ'ס קלעימס פון עלעקשן אינטעגריטי פרייט זיך דער אנדערער אז טראמפ האט זיי אריינגעשלעפט צו אדרעסירן טאקע דאס...

פארוואס טראכטסטו אז די צוויי מיינונגען געהערן צום זעלבן מענטש?

שוין געענטפערט אויבן אויף די קושיא.
מען קען נישט האבן מיינונגען איבער א פאקט.
האט מען יא אדער נישט אדרעסירט די אינטעגריטי פון די עלעקשנס?

למעשה כאפ איך יעצט אז די צוויי זאכן זענען לגמרי נישט קיין סתירה. מען האט נישט אדרעסירט די עלעקשאן קלעימס גופא. אבער מען רעדט יא 'איבער' טראמפ'ס עלעקשאן קלעימס אנשטאט ינואר 6. כאפסט?

למעשה טוט מען ביידע.

מען האט אדרעסירט די קלעימס גופא וואן ביי וואן.

מען רעדט אסאך פון יאנואר 6. (נישט יעדן טאג, נישט יעדן טאג קומט עס אריין.)
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: יאנואר 6 פאבליק הירינגס, שמועסן און קאמענטארן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

צל עובר האט געשריבן:פון וועמענס ווערטער?

דער אריזאנע ספיקער זאגט קלאר אז מען האט פארלאנגט פון אים אומלעגאלע אומקאנסטוציאנאלע זאכן.

ווער האט פארלאנגט

און וואס ?

קום אריין קלאר
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: יאנואר 6 פאבליק הירינגס, שמועסן און קאמענטארן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טראמפ, רודי, איסטמאן.

וואס, זאכן וואס לויט דעם ספיקער מיט זיינע לויערס איז עס געווען אומלעגאל, און ער האט דאס געזאגט פאר זיי.

צום ביישפיל אז דער לעגיסלאטור זאל געבן די עלעקטארל שטימען פאר טראמפ אן קוקן אויף די וואלן.
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: יאנואר 6 פאבליק הירינגס, שמועסן און קאמענטארן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

צל עובר האט געשריבן:טראמפ, רודי, איסטמאן.

וואס, זאכן וואס לויט דעם ספיקער מיט זיינע לויערס איז עס געווען אומלעגאל, און ער האט דאס געזאגט פאר זיי.

צום ביישפיל אז דער לעגיסלאטור זאל געבן די עלעקטארל שטימען פאר טראמפ אן קוקן אויף די וואלן.

איך גלייב שווער אז זיי האבן עס גראב און פלעין געבעטן סאמטינג איז מיסינג היר
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: יאנואר 6 פאבליק הירינגס, שמועסן און קאמענטארן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

וואס איז אזוי פאני, עס איז געהעריג געווען אין די נייעס בימים ההם אלס פלאן ווי אזוי טראמפ זאל בלייבן פרעזידענט.

לויט די קאנסטיטוציע פון אמעריקע האט דער לעגיסלאטור די רעכט צו טיילן די עלעקטארל שטימען, און אזוי איז געווען אין די בראשית יארן.

שפעטער מיט די צייט האבן אלע סטעיטס געמאכט געזעצן דורך דעם לעגיסלאטור שטיייצעך אז דאס גייט פאר ווער עס געווינט די וואלן אין יענע סטעיט.
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: יאנואר 6 פאבליק הירינגס, שמועסן און קאמענטארן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

סאו ס'איז נישט אזוי פשוט קייגען קאנסטוציע אפשר איז יא געווען א פלאן ס'זאל זיין אויסגעהאלטן

בקיצור פארפירעריש און היסטעריע ווי אלעמאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: יאנואר 6 פאבליק הירינגס, שמועסן און קאמענטארן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אומלעגאל, א קריים, קעגן די קאנסטיטוציע פון אריזאנע.

דאס האט ער אליינס געזאגט.

איך האב דיר נאר געגעבן אביסל בעקגראונד פארוואס עס איז איינעם בכלל איינגעפאלן אז עס איז שייך אזא זאך.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: יאנואר 6 פאבליק הירינגס, שמועסן און קאמענטארן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

Mezofzef האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:עס טוט זיך אפ א דור הפלגה ביי די רעפובליקאנע ניקס דא, אין די צייט וואס איינער רעגט זיך אז זיי אדרעסירן נישט טראמפ'ס קלעימס פון עלעקשן אינטעגריטי פרייט זיך דער אנדערער אז טראמפ האט זיי אריינגעשלעפט צו אדרעסירן טאקע דאס...

פארוואס טראכטסטו אז די צוויי מיינונגען געהערן צום זעלבן מענטש?

שוין געענטפערט אויבן אויף די קושיא.
מען קען נישט האבן מיינונגען איבער א פאקט.
האט מען יא אדער נישט אדרעסירט די אינטעגריטי פון די עלעקשנס?

מ’קען אבער יא האבן מיינונגען וואס די פאקטן זענען
אני הוא הנער, נער המדבר
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”