די מיליאן דולער קשיא

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6608
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: די מיליאן דולער קשיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

נשמת השכל האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ווייל זיי - און נאך מער די דעמאקראטן אין קאנגרעס - קענען נישט סורווייוון די שרעקליכע היץ וואס די רעפאבליקאנער וועלן אנדרייען.

דער מציאות איז אז מען קען נישט דורכפירן קיין נארמאלע אימיגראציע רעפארמען.

איך פארשטיי נישט. פארוואס רעדט מען פון רעפארמען? מען ברויך בסך הכל צוריקגיין צו ווי אזוי עס איז געווען בעפאר קאוויד, והכל על מקומו יבוא בשלום. ניין?

צל עובר האט געשריבן:מען וויל אראפנעמען טייטל 42 אונטער וואס מען ווארפט ארויס אלע אסיילעם זוכער משום קאוויד, אבער... 1) א געריכט האט דאס דערווייל אפגעשטעלט, 2) רעפאבליקאנער מאכן געפערליכע געוואלדעס, און 3) דעמאקראטן פון סווינג דיסטריקטן שרייען מיט בלית ברירה.

גוט, אבער וואס האט דאס מיט לעגאלע אימיגראציע צוטאהן?

גערעכט פארוואס טאקע קען מען נישט צוריק איין צו די בעפאר קאוויד?
די תירץ איז זייער פשוט, פאר קאוויד איז געווען עפעס א פרעזידענט וואס האט געהייסן טראמפ און זיינס א פאלעסי איז דאך אפגעפרעגט און גאנצן סא וויאזוי ווילסטו אז זיי זאלן צוריק גיין אהין, נאר וואס דען אנשטאטסן זיכן א לעזונג צוזאמען שטיין זיי און שרייען אז די רעפ ווילן נישט מיט ארבעטן....

גענוג קלאר?

אבער און די זעלבע צייט וואס דעיס שפילט זיך אפ פליסן אריין דורך די גרענץ טוזנטער אימליגאלע אימגראנטן.

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: די מיליאן דולער קשיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ווייל זיי - און נאך מער די דעמאקראטן אין קאנגרעס - קענען נישט סורווייוון די שרעקליכע היץ וואס די רעפאבליקאנער וועלן אנדרייען.

דער מציאות איז אז מען קען נישט דורכפירן קיין נארמאלע אימיגראציע רעפארמען.

איך פארשטיי נישט. פארוואס רעדט מען פון רעפארמען? מען ברויך בסך הכל צוריקגיין צו ווי אזוי עס איז געווען בעפאר קאוויד, והכל על מקומו יבוא בשלום. ניין?

צל עובר האט געשריבן:מען וויל אראפנעמען טייטל 42 אונטער וואס מען ווארפט ארויס אלע אסיילעם זוכער משום קאוויד, אבער... 1) א געריכט האט דאס דערווייל אפגעשטעלט, 2) רעפאבליקאנער מאכן געפערליכע געוואלדעס, און 3) דעמאקראטן פון סווינג דיסטריקטן שרייען מיט בלית ברירה.

גוט, אבער וואס האט דאס מיט לעגאלע אימיגראציע צוטאהן?

די רעפובליקאנער לאזן נישט דו טו דע ריסק אוו קאוויד....

זיי לאזן נישט וואס?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: די מיליאן דולער קשיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

1) די רעפאבליקאנער - און עט ריסק דעמאקראטן אונטער זייער דרוק - לאזן נישט צוריקגיין צו פאר קאוויד, זיי מאכן געוואלדעס אז מען מוז ווייטער אנהאלטן די קאוויד רעסיטריקציעס פון טייטל 42.

2) פאר קאוויד, אויך פאר טראמפ, איז ווייט נישט געווען כל דכפין ייתי ויכול אזוי ווי פאר 1924 אין די צייטן פון עליס איילענד. אז יעדער נארמאלער געזונטער מענטש האט געקענט קומען.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: די מיליאן דולער קשיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

צל עובר האט געשריבן:1) די רעפאבליקאנער - און עט ריסק דעמאקראטן אונטער זייער דרוק - לאזן נישט צוריקגיין צו פאר קאוויד, זיי מאכן געוואלדעס אז מען מוז ווייטער אנהאלטן די קאוויד רעסיטריקציעס פון טייטל 42.

סוי פרעג איך נאכאמאל מיין שאלה: קען מען יעצט נישט ווערן לעגאל קיין אימיגראנט? וואס לאזן זיי נישט צוריקגיין - וועלעכע נקודה?

צל עובר האט געשריבן:2) פאר קאוויד, אויך פאר טראמפ, איז ווייט נישט געווען כל דכפין ייתי ויכול אזוי ווי פאר 1924 אין די צייטן פון עליס איילענד. אז יעדער נארמאלער געזונטער מענטש האט געקענט קומען.

וואס למשל איז נישט געווען גוט דאן?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: די מיליאן דולער קשיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

וואס איז נישט גוט געווען דאן?

אז אן ארנטליכער מענטש אנע ספעשל קאנעקשענס, קרובה'שאפט, אדער סקיל, וואס האט נישט געזען פאר זיך קיין עתיד אין זיין ביז יעצטיגן לאנד, האט בדרך כלל געקענט אריינקומען קיין אמעריקע בלויז אומלעגאל, איך האלט אז אזא איינער דארף קענען אריינקומען לעגאל. (סיי ווייל עס איז נישט געזונט צו האבן אונטער די ראדאר מענטשן, סיי ווייל איך האלט אז מען ברויך גרינגער מאכן אריינצוקומען.)

רוב פון די אלע היספאנישע שטוב געהילפן און ארבעטער וואס מיר זעהן גייען דאך אריין אין דעם גדר.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: די מיליאן דולער קשיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

צל עובר האט געשריבן:וואס איז נישט גוט געווען דאן?

אז אן ארנטליכער מענטש אנע ספעשל קאנעקשענס, קרובה'שאפט, אדער סקיל, וואס האט נישט געזען פאר זיך קיין עתיד אין זיין ביז יעצטיגן לאנד, האט בדרך כלל געקענט אריינקומען קיין אמעריקע בלויז אומלעגאל, איך האלט אז אזא איינער דארף קענען אריינקומען לעגאל. (סיי ווייל עס איז נישט געזונט צו האבן אונטער די ראדאר מענטשן, סיי ווייל איך האלט אז מען ברויך גרינגער מאכן אריינצוקומען.)

וועלעכע פרט אין די לעגאלע סיסטעם איז די גורם צו אט די תופעה? איז דאס די עפעס וואס מען אזוי דירעקט איינגעשטעלט צוליב קאוויד? [עפעס אזוי קוקט אויס פון דיינע ווערטער לעיל]
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ניין, דו טו קאוויד איז זייער שווער אריין צו קומען לעגאל קיין אמעריקא. חוץ מזה דו טו עגאאיסטישע אמעריקאנע פאליסיס לאזט מען כמעט נישט אריין לעגאל אפילו נאך איידער קאוויד
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: די מיליאן דולער קשיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ניין, דו טו קאוויד איז זייער שווער אריין צו קומען לעגאל קיין אמעריקא

סוי צוריק צו מיין שאלה. פארוואס פאררעכט דאס נישט די היצטיגע פירערשאפט?

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:חוץ מזה, דו טו עגאאיסטישע אמעריקאנע פאליסיס לאזט מען כמעט נישט אריין לעגאל אפילו נאך איידער קאוויד

כנ"ל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: די מיליאן דולער קשיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

נשמת השכל האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ניין, דו טו קאוויד איז זייער שווער אריין צו קומען לעגאל קיין אמעריקא

סוי צוריק צו מיין שאלה. פארוואס פאררעכט דאס נישט די היצטיגע פירערשאפט?

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:חוץ מזה, דו טו עגאאיסטישע אמעריקאנע פאליסיס לאזט מען כמעט נישט אריין לעגאל אפילו נאך איידער קאוויד

כנ"ל.

די ערשטע חלק האבן זיי פראבירט נאר די געריכט האלט עס אפ אין א קלאגע דורך די רעפובליקאנער. און די צווייטע האלט מען נאכנישט דארט - אויסער דעם וואס איך גלייב סתם אזוי שווער אז זיי גייען עס צוריק דרייען
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: די מיליאן דולער קשיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ניין, דו טו קאוויד איז זייער שווער אריין צו קומען לעגאל קיין אמעריקא

סוי צוריק צו מיין שאלה. פארוואס פאררעכט דאס נישט די היצטיגע פירערשאפט?

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:חוץ מזה, דו טו עגאאיסטישע אמעריקאנע פאליסיס לאזט מען כמעט נישט אריין לעגאל אפילו נאך איידער קאוויד

כנ"ל.

די ערשטע חלק האבן זיי פראבירט נאר די געריכט האלט עס אפ אין א קלאגע דורך די רעפובליקאנער.

אויף וועלעכע פרט איז די קלאגע?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: די מיליאן דולער קשיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אנולירן טייטל 41 וואס האט באגרעניצט אימיגראציע דו טו קאוויד
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: די מיליאן דולער קשיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:אנולירן טייטל 41 וואס האט באגרעניצט אימיגראציע דו טו קאוויד

@צל עובר האט דא פריער געשריבן וועגן טייטל 42. וואס איז דא און וואס איז דאס? שלאגט מען זיך אויף ביידע?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: די מיליאן דולער קשיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

נשמת השכל האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:אנולירן טייטל 41 וואס האט באגרעניצט אימיגראציע דו טו קאוויד

@צל עובר האט דא פריער געשריבן וועגן טייטל 42. וואס איז דא און וואס איז דאס? שלאגט מען זיך אויף ביידע?

די 1 איז א טעות

כרעד פון 42
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: די מיליאן דולער קשיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:אנולירן טייטל 41 וואס האט באגרעניצט אימיגראציע דו טו קאוויד

@צל עובר האט דא פריער געשריבן וועגן טייטל 42. וואס איז דא און וואס איז דאס? שלאגט מען זיך אויף ביידע?

די 1 איז א טעות

כרעד פון 42

לויט ווי אזוי איך האב פארשטאנען פון @צל עובר איז די טייטל 42 נאר בנוגע די שוץ זוכער, און אז אויף דעם שלאגט מען זיך, און נישט אויף אלגעמיינע לעגאלע אימיגראציע. איז מיר עפעס נישט קלאר דא?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: די מיליאן דולער קשיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

נשמת השכל האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:וואס איז נישט גוט געווען דאן?

אז אן ארנטליכער מענטש אנע ספעשל קאנעקשענס, קרובה'שאפט, אדער סקיל, וואס האט נישט געזען פאר זיך קיין עתיד אין זיין ביז יעצטיגן לאנד, האט בדרך כלל געקענט אריינקומען קיין אמעריקע בלויז אומלעגאל, איך האלט אז אזא איינער דארף קענען אריינקומען לעגאל. (סיי ווייל עס איז נישט געזונט צו האבן אונטער די ראדאר מענטשן, סיי ווייל איך האלט אז מען ברויך גרינגער מאכן אריינצוקומען.)

וועלעכע פרט אין די לעגאלע סיסטעם איז די גורם צו אט די תופעה? איז דאס די עפעס וואס מען אזוי דירעקט איינגעשטעלט צוליב קאוויד? [עפעס אזוי קוקט אויס פון דיינע ווערטער לעיל]

דו טו קאוויד, איז דא עטליכע זאכן.

בראש וראשון אויף וואס מען הרג'ט זיך יעצט, איז דא וואס טראמפ האט איינגעפירט אונטער טייטל 42, אז מענטשן וואס קומען אריבער די גרעניץ און טענה'ן אז זיי זענען פליטים און ווילן אזיל רעכט, ווערן תיכף ומיד צוריק ארויסגעווארפן אנע טענות ומענות אלץ קאוויד. (טראמפ האט ארויסגעווארפן קינדער אויך, דאס האט ביידן געטוישט פאריאר ביי די איבערקערענישן דעמאלטס. אוקראינע פליטים האט מען אנהויב יא אריינגעלאזט אפילו ביי די מעקסיקאנער גרעניץ, איך מיין אז דאס איז שוין אפגעשטעלט, אבער עפעס א וועג פאר זיי צו קומען געהעריג איז אויך דא.)

חוץ דעם איז לעגאלע אימיגראציע היפש פארשטאטערט צוליב קאוויד, אבער די דעטאלן האבעך נאכנישט געהאט קיין געלעגנהייט צו ליינען.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: די מיליאן דולער קשיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

צל עובר האט געשריבן:

אה בסדר. סוי די לעגאלע אימיגראציע איז נישט אויף וואס מען שלאגט זיך.

סוי קום איך צוריק צו מיין קשיא, פארוואס טוט נישט די איצטיגע פירערשאפט דערצו אז דאס זאל פארראכטן ווערן?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: די מיליאן דולער קשיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

צו טוישן לעגאלע אימיגראציע, ברויך מען דורכפירן געזעצן אין קאנגרעס, דאס איז נישט מעגליך לעת עתה.

(עס איז דא קאוויד באגרעניצונגען, וואס די אדמיניסטראציע קען נישט אזוי גרינג אראפנעמען, אבער אן דעם איז אויך גאר ווייט פון גוט, פאר אזא סיבה פרובירן אזויפיל וואוילע מענטשן צו קומען אומלעגאל, ווייל דער געזעץ איז אז זיי האבן נישט וואס צו זוכן דא..)
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: די מיליאן דולער קשיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

צל עובר האט געשריבן:צו טוישן לעגאלע אימיגראציע, ברויך מען דורכפירן געזעצן אין קאנגרעס, דאס איז נישט מעגליך לעת עתה.

און איבער אזיל רעכט איז יא מעגליך לעת עתה? דו רעדסט פון טוישן די דו טו קאוויד פאלעסיס אדער בכלל?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: די מיליאן דולער קשיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אזיל רעכט קען די אדמיניסטראציע לכאורה טוישן, אבער א געריכט האלט דאס אפ, פלאס עס איז דא גענוג שטימען אין ביידע הייזער פון קאנגרעס דאס אפצושטעלן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: די מיליאן דולער קשיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פרעזידענט ביידן פאנדט די פאליציי, אזוי ווי ער האט פארשפראכן ביים לויפן.

Screenshot_20220429-140736_Twitter.jpg
Screenshot_20220429-140736_Twitter.jpg (193.46 KiB) געזען 425 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”