2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ר' זעקל האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
איך גלייב נישט די שמועה.

און אויב ראמני וויל העלפן מקמולין, קען ער אים פשוט אינדארסירן..
פארוואס זאל ער עס וועלן טוהן ברבים און דארפן זיך פארענטפערן?
פונקט ווי ער האט אינדארסירט ביידען ביחידות דורכ'ן אים שטופן צו לויפן קעגן טראמפ, אינדארסירט ער מעקמולין אויך ביחידות.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ר' זעקל האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
איך גלייב נישט די שמועה.

און אויב ראמני וויל העלפן מקמולין, קען ער אים פשוט אינדארסירן..
פארוואס זאל ער עס וועלן טוהן ברבים און דארפן זיך פארענטפערן?
פריוואט בשתיקה, קען ער מער ווייניגער גארנישט אויסמאכן.

אויב ער אינדארסירט מקמולין, רוקט ער זיך היפש אוועק פון זערא פראצענט שאנסן. (הגם ער וועט נאך אלץ זיין זייער ווייט פון 50%.)
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

נאכאמאל, ס'איז פארשטענדליך ער זאל זיך נישט וועלן ציאמפערן מיט די פארטי עמטליך אבער אינטערן טיש פראבירן צו העלפן מקמולין.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די איינציגסטע דעמאקראט צו געינען אין די נייע פאקס אנקעטעס קעגן די פאריגע, איז קעיטי האבס.

אויך זעהט מען לעצטענס אנקעטעס ווי זי איז שמאל אין די ליעד.

האט זי אנגעהויבן געהעריג קאמפיינען?

----------

סיי אין פענסילוועניע, און נאך מער אין וויסקאנסין, זעהט אויס אז מעקאנעל'ס עדס טוען אויף צו באשמוצן פעטערמאן מיט בארנס.

------

יש אומרים אז ווי מער משוגע מאסטריאנא פארט, אלס מער העלפט עס דעם דאקטער אויסצוזעהן מעסיג אין קאנטראסט.

ווער איך אנגעוויזן אין אישי, אז האבס איז יא געפאלן, אזוי ווי אלע דעמאקראטן, און אין די פאריגע פאקס אנקעטע האט זי געליעדט מיט 3%, נאר מאיזה סיבה (אפשר צוליב וואס עס געבט דעם ליעד פאר די רעפאבליקאנע לעיק?) איז די אריזאנע גאווערנאר טשארט אנדערש ווי די אנדערע טשארטס, און פארגלייכט רעגיסטרירטע צו סערטעין טו וואויט, און איך האב דאס נישט באמערקט.

ישר כח פארן צואווייזן.
אטעטשמענטס
20220929_193236.jpg
20220929_193236.jpg (111.28 KiB) געזען 827 מאל
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

צל עובר האט געשריבן:
די איינציגסטע דעמאקראט צו געינען אין די נייע פאקס אנקעטעס קעגן די פאריגע, איז קעיטי האבס.

אויך זעהט מען לעצטענס אנקעטעס ווי זי איז שמאל אין די ליעד.

האט זי אנגעהויבן געהעריג קאמפיינען?

----------

סיי אין פענסילוועניע, און נאך מער אין וויסקאנסין, זעהט אויס אז מעקאנעל'ס עדס טוען אויף צו באשמוצן פעטערמאן מיט בארנס.

------

יש אומרים אז ווי מער משוגע מאסטריאנא פארט, אלס מער העלפט עס דעם דאקטער אויסצוזעהן מעסיג אין קאנטראסט.
לויט פאקס איז מעסטערס פון אריזאנע אויך געפאלן מיט 2 בעת וואס קעלי איז געפאלן מיט 4.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

די וויסקאנסאן סענאט פארמעסט זיצט יעצט באקוועמערהייט אין די ליען רעפובליקען קאטאגאריע.

די וויסקאנסאן גאווערנאר פארמעסט האט זיך אין די לעצטע פאר טעג שיינערהייט גערוקט פון טאס אפ/ליען דעמאקראט צו טאס אפ.

די אריזאנע גאווערנאר פארמעסט שטייט פעסט אלץ טאס אפ, אבער איך וואלט געשטעלט לעיק אלץ לייכט פעיווערעד.

די אריזאנע סענאט פארמעסט שטייט יעצט ביי ליען דעמאקראט.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

געוועזענע ספיקער גינגריטש (ר) טענה'ט אז ער עקספעקטעד א געין פון פלאס 3-7 אין סענאט און פלאס 20-50 אין הויז פאר רעפאבליקאנער.
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

אפדעיטעד עמערסאן אנקעטע ליסטע מיט די לעצטיגע אנקעטעס פון פענסילוועניע מיזורי און אילינוי:

-

סדר פון די רעפובליקאנער סענאט געווינס לויט עמערסאן:

45 - קענזאס - מארען 12+
46 - מיזורי - שמידט 11+
47 - אהייא - ווענס 4+
48 - וויסקאנסאן - דזשאנסן 4+
49 - נארט קעראליינע - באד 3+
50 - דזשארדזשיע - וואלקער 2+
51 - נעוואדע - לעקסאלט 1+

-

52 - אריזאנע - מעסטערס 2-
53 - פענסילוועניע - אז 2-
54 - קאלאראדא - אדיע 10-
55 - ניו העמפשער - באלדאק 12-
56 - קאנעטיקעיט - ליווי 13-
57 - אילינוי - סאלווי 19-
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

11%
Screenshot 2022-09-30 100026.png
Screenshot 2022-09-30 100026.png (34.03 KiB) געזען 665 מאל
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

ס'איז מיר א שטארקע חידוש אז די רעפובליקאנער האבן נאכנישט אויפגעארבעט די מעיל אין בעלאט.

אין מיין מיינונג, גייען די דעמאקראטן געוואונען עטליכע פארמעסטן נאר א דאנק די מעיל אין'ס.
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
.
ניו דזשערסי אפדעיט #2:

917 טויזענט בעלאטס זענען שוין דערווייל ריקוועסטעד געווארן:

דעמאקראטן - 523 טויזענט - 57%
רעפובליקאנער - 165 טויזענט - 18%
אינדעפענדענטס - 229 טויזענט - 25%

-------------

נארט קעראליינע אפדעיט #12:

122 טויזענט בעלאטס זענען שוין דערווייל ריקוועסטעד געווארן:

דעמאקראטן - 61 טויזענט - 50%
אינדעפענדענטס - 45 טויזענט - 36.9%
רעפובליקאנער - 16 טויזענט - 13.1%

----------------

פענסילוועניע אפדעיט #2:

1.03 מיליאן בעלאטס זענען שוין דערווייל ריקוועסטעד געווארן:

דעמאקראטן - 755 טויזענט - 73.1%
רעפובליקאנער - 189 טויזענט - 18.1%
אינדעפענדענטס - 89 טויזענט - 8.6%
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@פארדינט, א מעיל אין בעלאט איז ווערט די זעלבע ווי א עלקשן דעי בעלאט...

(עכט אביסל ווייניגער, ווייל א פראצענט צוויי ווערט געווענליך גע'פסל'ט..)

--------
הכל הבל האט געשריבן:
קאנגרעסמאן א'האלעראן (ד) רייסט ארונטער די דעמאקראטישע קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטע פארן פארשווענדן געלט אויף צו א גרויסע ליסטע פון קאנדידאטן אריינגערעכנט פילע פארמעסטן וועלכע האבן נישט קיין ערנסטע שאנסן און דאס קען אפעקטירן פארמעסטן מיט שטארקערע שאנסן
זאג אים אז ער איז טייל פון די פון וועם ער רעדט, און טאקע פון די מערסטע..

------

די אנקעטע פון אלאסקע וואס @זעקי ברענגט, פון איין זייט איז עס אנדערש ווי די ביז יעצטיגע אנקעטעס אז פעילין (מאגא) האט א גרויסע ליעד אויף בעגיטש (ר), וואס איז גוט פאר די רעפאבליקאנער, אבער פון די אנדערע זייט איז פעלטאלע (ד) ווייטער זייער שטארק.

וועל מיר עס לאזן דערווייל אין ליען דעמאקראט.

איך בין מסתמא געגאנגען צו ווייט מיטן רוקן מורקאווסקי (ריינא) ביז ליען מורקאווסקי ביי די פאבריזירא אנקעטע. עס וואלט ווען געדארפט בלייבן כאטש לייקלי, בעיסד אויף די פריימערי. לויט די אנקעטע איז זי אויך לייקלי.

אבער לויט די אנקעטע איז זי אויך שוואכער ווי אין די פריימערי, טייד מיט טשיבאקע (מאגא) אנשטאט די 6.5% ליעד, און עס איז מסתמא נישט צו ווייט פון מציאות, ווי מען זעהט אז מעקאנעל שיקט למעשה יא געלט אויף אלאסקע צו העלפן מורקאווסקי.

אויב פארשטיי איך גוט, האט די אלאסקע סורוועי ריסוירטש אנקעטע היפש איבערגעשאצט די דעמאקראטן בעבר, און מען ברויך דאס אינאכט נעמען. אין די ספעשל עלעקשן און די פריימערי, איז ער יא געווען סופער.
mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

בעטא האט גאר שטארק דעבאטירט און אטאקירט טעקסעס גאווערנער ביים דיבאטע נעכטן נאכט.

בעטע האט אויך ארויסגעשיקט די טוויט ווי ער רייסט אראפ דיסענטעס פארן נישט לאזן טעקסעס וואטערס זיך באטייליגן, נאר פארלאנגט אלע זיצן ליידיג.
אטעטשמענטס
Screenshot_20221002_010956_Twitt.jpg
Screenshot_20221002_010956_Twitt.jpg (67.96 KiB) געזען 475 מאל
האסט הנאה? געב א לייק
גרינע בארשט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:36 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע בארשט »

mosha g האט געשריבן:
בעטא האט גאר שטארק דעבאטירט און אטאקירט טעקסעס גאווערנער ביים דיבאטע נעכטן נאכט.

בעטע האט אויך ארויסגעשיקט די טוויט ווי ער רייסט אראפ דיסענטעס פארן נישט לאזן טעקסעס וואטערס זיך באטייליגן, נאר פארלאנגט אלע זיצן ליידיג.
ביי די דעבאטע האט ער געזאגט אז ער האט קיינמאל נישט געהאלטן פון די פאנדן די פאליציי אבער גראד נאך דעם איז ארום געפארן א ווידעא ווי ער האט געזאגט אין די פארגאנגענהייט אפאר מאל אז ער שטיצט צו די פאנדן די פאליציי
mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

א טעקסעס פאקוס פאול ווייזט א שטארקע חילוק פון פאר און נאך די דיבאטע.
די דיבאטע וועט אבער מסתם נישט באמת טוישן אסאך.
אטעטשמענטס
Screenshot_20221002_012505_Twitt.jpg
Screenshot_20221002_012505_Twitt.jpg (19.7 KiB) געזען 458 מאל
האסט הנאה? געב א לייק
מייק פענס 2024
שר חמש מאות
תגובות: 935
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 6:45 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייק פענס 2024 »

גאנץ א קליינע ציבור ביי די טראמפ ראלי אין מישינגען עקארדינגלי.
די לעצטע שאנס צו ראטעווען די רעפובליקאנער פארטיי פון א טאטאלע צוזאמבראך:

ניקי העילי פאר פרעזידענט!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
אינערליכע נאון אנקעטע גענומען דורך די רעפובליקאנער פאולסטער Moore Information פון די קאנגרעס פארמעסט אין אייאווע'ס 3'טע דיסטריקט, וואס איז א טראמפ 0.4%+ דיסטריקט:

זעק נאון (ר) - 46%
קאנגרעספרוי סינדי עקסאן (ד) - 44%
און לויט די לעצטע דעמאקראטישע אינטערנעל איז עס א טיי.

דער זיץ הייסט ליען רעפאבליקאנער לויט Cook, אבער ביי מיר ווערט עס פארעכנט אלס טאסאפ.

די דעמאקראטן דארפן אויסקוועטשן כאטש איין זיג פון צווישן דעם זיץ, און סוזען וויילד אין פענסילוועניע 07, צו קענען האלטן דעם הויז.

-------

נאך 6 דעמאקראטן לויפן אין טראמפ דיסטריקטן.

לאוסען, וועלכער הייסט דעט אן ערייוועל DOA אין זיין איבערגעמאכע דיסטריקט ארום טעלעהעסי.

אהאלערן, וועלכער האט אויך געהייסן DOA, אבער למעשה לויט די רעפאבליקאנער אינטערנעלס, און דאס וואס די רעפאבליקאנער שיקן אהין גרויס געלט, זעהט אויס אז ער לעבט נאך, אבער איז שטייצעך א העווי אנדערדאג.

פעלטאלע מיט קאפטאר זענען ליען דעמאקראט.

גאלדין מיט קארטרייט זענען ביים גרעניץ פון ליען דעמאקראט און טאסאפ. (גאלדין איז שטערקער אין די אנקעטעס, קארטרייט האט אבער בעסערע שאנסן.

נאכדעם איז דא נאך דעמאקראטישע אינקאמבענטס אין שמאלע ביידן דיסטריקטן, ווי אילן לוריא, וואס איז א מאסט ווין פאר ביידע זייטן. (די אנדערע זענען כאטש עטוואס פעוואריט, און א מאסט ווין, בלויז פאר די דעמאקראטן.)

(נאך איין אינקאמבענט דעמאקראט איז אויף געהאקטע צרות, מאלינאווסקי, אבער זיין זיץ ווערט אלץ גערעכנט אלס רעפאבליקאנער זיץ, טראץ וואס לעצטענס זעהט אויס אז ער האט נאך יא עפעס שאנסן.)

---------

פון צווישן די צען רעפאבליקאנער אינקאמבענטס אין די בלויעסטע ביידן דיסטריקטן, זענען...

פיצפעטריק קים און סטיל, מער ווייניגער פארזיכערט, פיצפעטריק די שטערקסטע, סטיל עטוואס ווייניגער.

וואלאדעא גארסיע און הערעל, זענען אלע טאסאפ, און ווענדן זיך מסתמא היפש אין ווי אזוי דער דזשענעריק בעלאט וועט זיך ענדיגן.

סטיוו שאבאט איז א שטיקל אנדערדאג, אבער ער האט נאך שאנסן.

פלארעס איז א העווי אנדערדאג קעגן דעם אינקאמבענט דעמאקראט גאנזאלעז וואס זיין הויז איז געווארן אריינגעשטעלט אין איר דיסטריקט. (נאך פאר זי האט עס געווינען.)

בעקאן און שווייקארט זענען נישט באטראכט געווארן אלס אין א ערנסטע געפאר ביז לעצטנס, אבער יעצט זענען זיי יא אין א סכנה, בעקאן מער, שווייקארט ווייניגער. ווענדט זיך מסתמא אויך ווי אזוי דער דזשענעריק בעלאט וועט זיך ענדיגן.

די דעמאקראטן דארפן איבערנעמען אלע דריי פון צווישן די וואלאדעא גארסיע הערעל גרופע, איינס פון צווישן שווייקארט און בעקאן, און שטייצעך אויך פלארעס מיט שאבאט, צו קענען אנהאלטן קאנטראל.

דער גאנצער שמועס איז בנוגע אינקאמבענט קאנגרעסלייט אין עכטע צרות.

-------
אטעטשמענטס
20221001_214307.jpg
20221001_214307.jpg (320.03 KiB) געזען 407 מאל
פעטער ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 10:00 am

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער ברוך »

mosha g האט געשריבן:
בעטא האט גאר שטארק דעבאטירט און אטאקירט טעקסעס גאווערנער ביים דיבאטע נעכטן נאכט.

בעטע האט אויך ארויסגעשיקט די טוויט ווי ער רייסט אראפ דיסענטעס פארן נישט לאזן טעקסעס וואטערס זיך באטייליגן, נאר פארלאנגט אלע זיצן ליידיג.
קליפס איז דא?
איך קען נישט ספעלן די בעסטע. אבער קענסט מיך פאררעכטן.. שיק מיך א פריוואטע מעסעדזש!! שכח
אוועטאר
פלעגט גיין שלאפן פרי
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 18, 2022 4:15 am

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעגט גיין שלאפן פרי »

mosha g האט געשריבן:
בעטא האט גאר שטארק דעבאטירט און אטאקירט טעקסעס גאווערנער ביים דיבאטע נעכטן נאכט.

בעטע האט אויך ארויסגעשיקט די טוויט ווי ער רייסט אראפ דיסענטעס פארן נישט לאזן טעקסעס וואטערס זיך באטייליגן, נאר פארלאנגט אלע זיצן ליידיג.
ווי קומט אריין דיסענטעס דא?
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
אנקעטע פון ARW Strategies פון די אינדיאנע סענאט פארמעסט:

סענעטאר טאד יאנג (ר) - 39%
טאם מעקדערמאט (ד) - 37%

- - -

דאס איז שוין די צווייטע אנקעטע וואס צייגט א נאנטע פארמעסט אין אינדיאנע, אבער עקספערטן ערווארטן אז יאנג וועט עס למעשה גרינג געווינען.
די ריעל קלעיר עוורידזש אין 16' האט געהאט יענג געווינען ביי אונטער א פראצענט ער האט געווינען מיט בערך 10%.
1.png
1.png (51.6 KiB) געזען 251 מאל
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

צל עובר האט געשריבן:
@פארדינט, א מעיל אין בעלאט איז ווערט די זעלבע ווי א עלקשן דעי בעלאט...

(עכט אביסל ווייניגער, ווייל א פראצענט צוויי ווערט געווענליך גע'פסל'ט..)
@צל, איך גלייב אז דו האסט פארשטאנען וואס איך האב געמיינט צו זאגן, און אויף דעם האסטו מיר נישט גע'ענטפערט...

סתם צו קלארמאכן מיין הערה,

מעיל-אין בעלאטס, קען איין מענטש ארומגיין צו גאנצע גרופעס מענטשן צאמנעמען און דעליווערן, וכו'.
עלעקשן דעי בעלאטס, איין שניי אדער רעגן אין טאג פון די עלעקשנס, און האלב וואוטס פעלן, וכו'.

(איך האף אז יעצט איז עס גענוג קלאר...)
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

יא יא איך האב פארשטאנען, אבער איך בין נישט איבערצייגט אז דאס מאכט אזויפיל אויס.

שטייצעך אז עס וועט אויסמאכן א געוואלד אויב איז דא א בליזערד אדער האריקעין עלעקשן דעי, אבער לעצטענס געשעט עס עפעס נישט..

(ווען נישט די איגאו חלק, וואלט איך געזאגט אז די דעמאקראטן זאלן אויפגעבן אויף מעיל אין בעלאטס, למען הוויזויהייסטעס)
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

און לאמיר זיך נישט לאזן נארן, אויב חס ושלום פלארידע באקומט נאך אזא האריקעין לכבוד עלקשן דעי, און צוליב דעם געווינט טשארלי קריסט מיטן כח פון די ערלי וואויט, גייט ער באמת זיין סעמי אומלעגעטים, און נאך מער גייט ער הייסן אזוי ביי די רעפאבליקאנער, וועלכע וועלן עניוועי זיין אין קאנטראל פון ביידע ארטיגע הייזער.

וכן לגבי טעקסאס.

די זעלבע זאך אויב מישיגן וויסקאנסין אדער אהייא צו גאר אפסטעיט ניו יארק צו פענסילוועניע כאפן א פעסטן בליזערד.

עס וועט נאך הייסן אויף אלעמאל אין די רעכטע קרייזן, אז מאסטריאנא האט נאר פארלוירן צו שפירא נאר וועגן בלא בלא בלא..

(ביי א סענאטאר צו קאנגרעסמאן איז עס נישט אזוי וויכטיג צו הייסן לעדזשיט ווי למשל א גאווערנאר.)
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

צל עובר האט געשריבן:
און לאמיר זיך נישט לאזן נארן, אויב חס ושלום פלארידע באקומט נאך אזא האריקעין לכבוד עלקשן דעי, און צוליב דעם געווינט טשארלי קריסט מיטן כח פון די ערלי וואויט, גייט ער באמת זיין סעמי אומלעגעטים, און נאך מער גייט ער הייסן אזוי ביי די רעפאבליקאנער, וועלכע וועלן עניוועי זיין אין קאנטראל פון ביידע ארטיגע הייזער.

וכן לגבי טעקסאס.

די זעלבע זאך אויב מישיגן וויסקאנסין אדער אהייא צו גאר אפסטעיט ניו יארק צו פענסילוועניע כאפן א פעסטן בליזערד.

עס וועט נאך הייסן אויף אלעמאל אין די רעכטע קרייזן, אז מאסטריאנא האט נאר פארלוירן צו שפירא נאר וועגן בלא בלא בלא..

(ביי א סענאטאר צו קאנגרעסמאן איז עס נישט אזוי וויכטיג צו הייסן לעדזשיט ווי למשל א גאווערנאר.)
אז זיי ווילן נישט ניצן די עדווענטיטש גוד לאק.

ווען עס קומט צי
Gerrymandering האט קיינער קיין פארבלעם מיט לעגעטים, פארלירן מיט א האלב מיאן וואוטס און זיין פרעזידענט. מען ניצט די סיסטעם ווען עס איז גיט פאר זיי.
ניץ אויך מעיל אין

מעיל אין איז שטימען און טאש, א לעצט מינוט סקאנדאל אדער טויש איז שוואכער די עפעקט ווען די האסט שוין און באנק טויזענטער שטימען, עין סענדערס קלאפארניע פריימערי ווען א ביידן מאמונטום איבראל האט אים נישט געשאדט און קאלאפארניע האבענדיג שוין געניג און באנק

לויט זיי איז בייידען אומלעגעטים אן א האריקאן אן עלעקשיען דעי
keep your words tasteful, you may have to eat them later
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עניוועי, כנ"ל, די עדווענטעדזש איז כמעט גארנישט ווערט, חוץ אין פאל פון א נאטורליכע קאטאסטראפע.

עס איז נישט ווערט די קאפ וויי, פון דעם וואס די וואנעבי פאשיסטן נוצן דאס אויס איינצורעדן פאר ערגעץ צווישן האלב און א דריטל לאנד אז אלע וואלן וואס זײ פארלירן איז נישט לעגיטים.

וכן להיפך, עס איז פיל וויכטיגער פאר די וואנעבי פאשיסטן, צו קענען שרייען פלניא גזלנא, ווי צו נוצן מעיל אין בעלאטס, און דאס איז זייער זייער זייער זייער קלאר די עיקר סיבה פארוואס טראמפ האקט שוין באלד 3 יאר אויף מעיל אין בעלאטס.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”