קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

אושפיזין האט געשריבן:
נאך די איזיום ריגרופינג......

ממש אזוי האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:
איז עס נישט אביסעל צו גוט פאר די אוקריינער? וואס איך מיין ארויס צו ברענגען איז, איז עס נישט קיין רוסישע פאסטקע אויסגעשפרייט?
גא״מ

(מ איז פאר מרגיש)

איך בין אביסל סקעפטיש איבער די געווינסען. איך וואלט זיך זייער געפרייט אויב אלעס איז טאקע אזוי גלאנציג ווי עס קוקט אויס, אבער ליבי אומר לי אז מען איז נאך ווייט פון פארטיג. די רוסן גייען נישט אזוי שנעל אויפגעבן לגמרי. הלוואי בין איך נישט גערעכט.
למעשה......?
ב״ה דערווייל זענען מיינע סקעפטישע שפעקולאציעס נישט אמת. זאל דער אייבערשטער העלפן ווייטער.
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3566
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

פארט ארים א קליפ אויף טוויטער, פון א גרופע א"י חסידים שטייען ביי א לאקאלער סופערמארקעט (אויפן שילד זעהט מען נאר דעם נאמען Hot Cup) אין אוקריינע, און די סוקיוריטי לאזט זיי נישט אריין, אבער לאקאלע גוים זעהט מען יא אריין גיין,
זיי טענה'ן אז זיי זענען סטאק ביים גרעניץ מיט פוילן, זיי שרייבן אז זיי האבן מורא זיי וועלן נישט דעריאגן צו אנקומען אהיים בעפער שבת, און דער סטאר אייגענטימער באגייט זיך מיט זיי מיט סקרימינאציע, ווייל זיי זענען אידן לאזט מען זיי נישט אריין איינקויפן וויכטיגע פראדוקטן וואס זיי דארפן פאר שבת

טיט זיך א טענעריי אויף טוויטער, איינער שרייבט דארט אז די גרופע האט נישט געפאלגט די אנווייזונגען פון אלע פירער פון אוקריינע און ארים די וועלט נישט צו פארן אויף די מלחמה זאנע פון אוקריינע, און זיי נעמען אוועק די שוואכע רוסארסעס וואס באלאנגט פאר די אוקריינער, במילא ס'איז נישט סקרימינאציע

אבער אנעדער טענה'ן יא אז ס'איז געפערליכע אנטיסעמיטיזם און דארף פארדאמט ווערן, איינער (קוקט אויס אן אראבער) שרייבט אפילו 'די בעסט גאט זאל דיר העלפן פארטיידיגן אנטקעגן די רוסן, און די טשעפעסט זיינע פיפל, וויאזוי ווילסטי ער זאל דיר העלפן'....

וואס זאגט איר, איז עס גערעכט ארים צו שיקן אזא קליפ?....
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4032
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

איז דא א נומבער וויפיל געפאנגענע / געהארגעטע איז דא פין ליימאן?
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24612
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א פארצייטישע איד האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן:
שעמעדיגער האט געשריבן:
מען דארף טוישן קעפל פון די מעין נייעס אשכול צי: "אוקריינא אינוואדירט רוסלאנד בלויז נייעס"
;l;p-
געווען יעצט און ארץ ישראל א רוסישע איד מיט זיין זוהן פאר ראש השנה געקומען צו זיין רבי'ן נאך ראש השנה האט ער געפרעגט זיין רבי צו ער קען צוריק פארען צו רוסיא אדער ער זאל מורא האבן .... זיין רבי האט אים גענפערט ווי לאנג אוקריינע גייט נישט אריין צו מאסקאווא דארף ער נאך נישט מורא האבן :grin:
ווי איז דא א רוסישע יוד וואס איז א חסיד פון א רבי אין ארץ ישראל? וועלכע רבי האט אזוי גענטפערט?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אושפיזין האט געשריבן:
די רוסישע ריפארטערס העצן געפערליך אויף די מיליטערי פירערשאפט, פראבירן צו בלעימען יעדעם רינגס און ארום אחוץ די איינער (וואס זיי אליינס ווייסן באמת אויך) וואס איז געשטאנען און געפירט די ליימאן פראנט.

זייער אסאך רעדן זיך אפ פארוואס מ'דארף יעצט קויפן מיליטערישע קליידער פאר די סאלדאטן פון טשיינע. פארוואס אויב אויף פאפיר שטייט אז מ'האט העכער א מיליאן זעלנער פארוואס איז נישטא גרייט די מינימום פאר זיי.

רעדן זיך אפ אז מ'האט נאך אלטע מיני מהלכים פון מלחמה.

טענהן אז מ'דארף אויפנעמען יונגערע גענעראלן און ווארפן די עלטערע.

האבן טענות אז די מיניסטערי אף דעפענס זאגט ליגענט פאר יעדעם און אפילו פאר פוטין.

פילע האבן טענות פארוואס מ'לאזט איבער די טויטע זעלנער זיך וואלגערן
יא, ס'טוט זיך ממש א מהומה. איינער (איך מיין אז רייבאר האט אים רט) האט זיך אויסגעדרוקט "איך גלייב אז וולאדימיר וולאדמיראוויטש ווייסט דערפון", דאס איז פוטינ'ס ערשטע און מיטעלע נאמען, ער האט נאר אויסגעלאזט דעם לעצטן נאמען "פוטין".

-------

די זעלבע גענעראל וואס יעדער פראקט יעצט אלס דער שעיר לעזאזל, האט איינער זיך אויסגעדרוקט "לאמיר אים נעמען און ארויפלייגן אויפ'ן פראנט, דאס וועט זיין א גוטע לעקציע". קומט א קעמפפער פון די וואגנער גרופע, לכאורה א שטיקל קאמאנדיר ווייל ער זאגט אז בעצם גלייכט ער נישט צו רעדן אנטקעגן דער גרינדער, אבער דאס מאל מוז ער מעורר זיין.. ער ענטפערט צוריק "שיקן אויפ'ן פראנט איז נישט א שטראף! מיר זענען אויפ'ן פראנט, עס איז אן עהרע. מען שיקט אונז גענוג נוצלאזע סאלדאטן, אויב יענער טויג נישט וועט ער גארנישט העלפן..."

-----

ווארט מיר צו זען ווי מער עס וועט זיך צו היצן. האפנטליך אסאך, ווייל עס ממש נישט קיין תכלית צו הרג'נען אזויפיל מענטשן. אוודאי זענען די רוסן אכזרים, אבער פארט מענטשן וואס איז בעסער אויב די אוקריינער דארפן זיי נישט אויס'שחט'ן, עס איז פשוט נישט גוט פאר די מענטשהייט.

רוסן וואס זענען פארט מענטשן שטארבן, אוקריינער וואס זענען בעצם געווענליכע ארבעטער מיט פאמיליעס ברויכן פלוצלינג הרג'נען הונדערטע מענטשן. דאס איז פארשטענדליך נישט געזונט פאר'ן נפש. נאך די מלחמה וועלן זיין אזויפיל אוקריינער מיט PTSD וואס וועלן זיך מוזן צוריקקערן צו א געווענליכע לעבן.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

Haklal האט געשריבן:
איז דא א נומבער וויפיל געפאנגענע / געהארגעטע איז דא פין ליימאן?
דערווייל נישט. איך גלייב אז די אוקריינער אליינס וועלן נישט וויסן באמת פאר כאטשיג א וואך צייט, מעגליך מער.
אוועטאר
דיעגא
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:22 am

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעגא »

מומחה יוחס האט געשריבן:
א פארצייטישע איד האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן:
שעמעדיגער האט געשריבן:
מען דארף טוישן קעפל פון די מעין נייעס אשכול צי: "אוקריינא אינוואדירט רוסלאנד בלויז נייעס"
;l;p-
געווען יעצט און ארץ ישראל א רוסישע איד מיט זיין זוהן פאר ראש השנה געקומען צו זיין רבי'ן נאך ראש השנה האט ער געפרעגט זיין רבי צו ער קען צוריק פארען צו רוסיא אדער ער זאל מורא האבן .... זיין רבי האט אים גענפערט ווי לאנג אוקריינע גייט נישט אריין צו מאסקאווא דארף ער נאך נישט מורא האבן :grin:
ווי איז דא א רוסישע יוד וואס איז א חסיד פון א רבי אין ארץ ישראל? וועלכע רבי האט אזוי גענטפערט?
כ'ווייס נישט די מעשה אבער און טשערנאביל ארה"ק קומען לעצטענס צו פארן אידן פון רוסלאנד, ווי אויך פארט ער אהין פון צייט צו צייט.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
וויזוי זאגט ער נאר? א מענטש טראכט און גאט לאכט... דאס אז גאט לאכט גלייבעך, אבער הערנדיג געוויסע מענטשן רעדן, גלייבעך נישט אז א מענטש טראכט...
mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

דא א שיינע צאל רוסישע טאנקען איבערגעלאזט אין ליימען, די אוקריינע מיליטער גרייט זיך צי באנייען כמעט טויזנט רוסישע טאנקען און טרעקלעך וואס זיי האבן איבערגעמאכט א חלק איז גאר עקסקלוסיוו וואס נאר רוסלאנד פארמאגט...
האסט הנאה? געב א לייק
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3222
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

mosha g האט געשריבן:
דא א שיינע צאל רוסישע טאנקען איבערגעלאזט אין ליימען, די אוקריינע מיליטער גרייט זיך צי באנייען כמעט טויזנט רוסישע טאנקען און טרעקלעך וואס זיי האבן איבערגעמאכט א חלק איז גאר עקסקלוסיוו וואס נאר רוסלאנד פארמאגט...
זיי דארפן די אלטע רוסישע ראסטיגע 1980 נישט-סעיף כאזעריי?
mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

היכי תמצא האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן:
די רוסישע ריפארטערס העצן געפערליך אויף די מיליטערי פירערשאפט, פראבירן צו בלעימען יעדעם רינגס און ארום אחוץ די איינער (וואס זיי אליינס ווייסן באמת אויך) וואס איז געשטאנען און געפירט די ליימאן פראנט.

זייער אסאך רעדן זיך אפ פארוואס מ'דארף יעצט קויפן מיליטערישע קליידער פאר די סאלדאטן פון טשיינע. פארוואס אויב אויף פאפיר שטייט אז מ'האט העכער א מיליאן זעלנער פארוואס איז נישטא גרייט די מינימום פאר זיי.

רעדן זיך אפ אז מ'האט נאך אלטע מיני מהלכים פון מלחמה.

טענהן אז מ'דארף אויפנעמען יונגערע גענעראלן און ווארפן די עלטערע.

האבן טענות אז די מיניסטערי אף דעפענס זאגט ליגענט פאר יעדעם און אפילו פאר פוטין.

פילע האבן טענות פארוואס מ'לאזט איבער די טויטע זעלנער זיך וואלגערן
יא, ס'טוט זיך ממש א מהומה. איינער (איך מיין אז רייבאר האט אים רט) האט זיך אויסגעדרוקט "איך גלייב אז וולאדימיר וולאדמיראוויטש ווייסט דערפון", דאס איז פוטינ'ס ערשטע און מיטעלע נאמען, ער האט נאר אויסגעלאזט דעם לעצטן נאמען "פוטין".

-------

די זעלבע גענעראל וואס יעדער פראקט יעצט אלס דער שעיר לעזאזל, האט איינער זיך אויסגעדרוקט "לאמיר אים נעמען און ארויפלייגן אויפ'ן פראנט, דאס וועט זיין א גוטע לעקציע" .
וואס איז טאקע פשט? א נייע סטראטעגיע פון דעם וועלטס גרעסטע סטראטעגיסט פוטין? ווי אזוי קענען זיי לעצטנס אזוי אפן העצן קעגן די מלחמה און קעגן פוטין מיט זיינע גענעראלן און סטראטעגיע, רוסלאנד איז אויסגעלאפן פון פענסטערס?
האסט הנאה? געב א לייק
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

רוביא היינט אין א עי בי סי אינטערוויו זאגט אז בעפאר א רוסישע נוקלעארע אטאקע אויף אוקריינער טערעטאריע איז ער אסאך מער באזארגט איבער א רוסישע אטאקע אויף נאטא טערעטאריע פון וואו משיקט סופליי קיין אוקריינע, זינט רוסלאנד מאלט דאס אראפ ווי א רוסלאנד/נאטא מלחמה. מיר דארפן ערנסט טראכטן וואס אונזער ריספאנס גייט זיין אין אזא פאל, דאס איז אונזער עמידיעט זארג
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

Jhon האט געשריבן:
כ’קען נישט פארשטיין פארוואס נעמען נישט דעי רוסישע סאלדאטן א טשענס זיך אינטערצוגעבן?
זיי וועלן דאך עני וועי געהארגעט ווערן אז נישט
ס’קען זיין פוטין האט געוואלט א בלוט בוד, צו באקומען שטיצע פאר א נוקלעארע אטאקע
מ’וועט נעמען א קרבן, און אויך א נוקלעארע אטאקע
ער זיכט בלויז בלוט ווייל ער ווייסט אז געווינען אנדערש קען ער נישט
ס'איז דא אפאר טעאריעס דערויף. איינס, מ'פרעדיגט אזוי שטארק אריין אין זיי אז די אוקריינער פייניגן קריג'ס געפאנגענע מיט אלע סארט מיטלען ציטערן זיי זיך אונטערצוגעבן. זיי ווייסן וואס די רוסן טוען צו אוקריינער, ווי שוידערליך דאס איז, און זיי מיינען אז דאס וועט געטאן ווערן צו זיי. ס'דא א ווידיאו פון א טאנקיסט וואס האט נאך אין אנפאנג פון די מלחמה זיך אונטערגעגעבן מיט זיין טאנק אין טאקט (די איבריגע דריי אינעם טאנק זענען גע'הרג'ט געווארן און נאר ער האט זיך אונטערגעגעבן). יעצט ארבעט ער פאר די אוקריינער וויבאלד ער איז א לאנגיעריגער ערפארענע טאנק מעכאניקער. אלזא, פארריכט ער טאנקן פאר די אוקריינער, לעבט שיין און פארטיג.. ער זאגט ער איז א גרוש, האט א זון און א מאמע, און נאכ'ן מלחמה װעט ער זיך מעגליך אומקערן.. ער זאגט אבער אז קודם האט ער מורא געהאט זיך אונטערצוגעבן וויבאלד מ'זאגט זיי אז די אוקריינער פייניגן די געפאנגענע מיט אלע ערליי מיטלען.

נאך א טעאריע, זיי גלייבן אז רוסלאנד וועט צום סוף געוואונען און אז נאכ'ן ווערן אויסגעלייזט פון אוקריינער געפענגעניש וועט מען זיי באשטראפן (פייניגן פאר'ן זיך אונטערגעגעבן.

נאך א טעאריע, אז די חברה האבן דורכגעפירט שוידערליכע אקטן א שטייגער ווי אין בוטשא, איזיום, און נאך. די חברה ווערן טאקע נישט גענומען צו געהעריגע געפענגעניש. זיי גיבט מען איבער צו די SBU וואס נוצן אזוינע CIA וואטער באערדינג (מילד געזאגט) אויף זיי.

דא נאך חשבונות, אבער גיי ווייס.
mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

דעפענס סעקריטערי אוסטין זאגט היינט אויף א אינטערוויו אז אמעריקע איז באמת איבערראשט און שטאלץ מיט אוקריינעס הצלחה און ווי גיט זיי פירן דעם קריג, ער זאגט אז דאס צוריקכאפן ליימען איז א זייער גרויסע און וויכטיגע זיג וויבאלד דאס איז זייער א סטראטעגישע פלאץ. אוסטין זאגט אז ער האט געווארנט רוסלאנד אז זיי זאלן נישט וואגן צי ניצן נוקלעאר, און אז פוטין האט נישט יעצט און פלאן צי ניצן נוקלעאר, אבער זיינע פלענער קענען זיך טוישן.

אויך האט אוסטין געזאגט איז נישט דא קיין שום זארג אז טשיינע זאל זיך נעמען אויף טייוואן.
זעט אויס זיי זענען אביסל קליגער ווי פוטין
לעצט פארראכטן דורך mosha g אום זונטאג אקטאבער 02, 2022 12:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
האסט הנאה? געב א לייק
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

מסתמא האט געשריבן:
הרב יואל קליין האט געשריבן:
קען ביטע איינער בסביר זיין וואס דאס מיינט:
״קליינע טאטקטישע באמבעלע״

וואס הייסט קליינע וואס טוט עס אויף?
וואס געשעהט מיט די ראדיאציע און ווינטן?
וויאזוי העלפט עס פאר פוטין?
און בקעיקר, וויאזוי קען ער עס דעליווערן?????
שיקן א קליינע פליגער ביז קיעוו?! שיקן א דראון? און אויב ווערט עס אראפגעשאסן??
מוז ער דאך ניצן זיינע מאסיווע באליסטישע מיסלס דאס צו דעליווערן, איז עס נישט ״א קליינע טאטקטישע באמבעלע״

נאר איך פארשטיי נישט? אדער ס׳איז דא נאך וואס פארשטייען נישט?
מיין פראגע איז צוויי פאכיג.
1) אויב מען זאגט א שאצונג דארף מען עס פארשטיין, נישט גענג אז מען זאגט נאך פון יענעם.
2) די אלע וואס שטומען, פארשטייען וואס דאס איז??
זעה דער תגובה, סאיז נישט ”אזוי” קאמפליצירט ווי איר לייגט עס אראפ.
אפילו לויט ווי @היכי זאגט דא אז מקען עס נישט פונקטליך אויסרעכענען פון פאראויס און די שטארקקייט פון די באמבע איז, לאמיר זאגן, אין די ענדע פינעף מאל אזוי מאכטפול ווי געוואלט (עפעס וואס איז כמעט ממש אוממעגליך) איז דאס אויכעט גארנישט אויב רעדט מען פון די גרעסערע בילד ווי א פלאנעטישע חורבן און/אדער מאכן שטחים אומבאוואוינט פאר יארן לאנג וכו’
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

דא באריכטן אז די רוסישע עיר פארס האט בטעות באשאסן רוסישע סולדאטן בשעתן אנטלויפן פון ליימען.
האסט הנאה? געב א לייק
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

mosha g האט געשריבן:
וואס איז טאקע פשט? א נייע סטראטעגיע פון דעם וועלטס גרעסטע סטראטעגיסט פוטין? ווי אזוי קענען זיי לעצטנס אזוי אפן העצן קעגן די מלחמה און קעגן פוטין מיט זיינע גענעראלן און סטראטעגיע, רוסלאנד איז אויסגעלאפן פון פענסטערס?
דאס זענען נישט ממש חברה וואס פוטין קען זיך ערלויבן ארויסצושטופן פון פענסטער.

טשעטשניע האט רוסלאנד געמוזט צוויי מאל אינוואדירן מיט א העפטיגע אויפשטאנד פון די ארטיגע באפעלקערונג וואס האט כמעט באזיגט די רוסן, בלוט האט זיך געגאסן. אבער פוטין האט אונטער געקויפט די טשעטשניער קאדיראוו מיט זיין ברודער זיי געשטעלט אין מאכט, און זיי האבן אונטערדרוקט זייער אייגענע באפעלקערונג. אויב קאדיראוו פאלט ארויס פון פענסטער, איז דא א גרויסע מעגליכקייט אז טשעטשניע וועט ווידער רעוואלטירן און כאאס וועט אויסברעכן.

די זעלבע מיט'ן גרונדער פון וואגנער. זיינע סאלדאטן שלאגן זיך פאר געלט נישט פאר פאטריאטיזם. אויב זייער פירער פאלט ארויס פון פענסטער, איז אויך דא א מעגליכקייט אז זיי וועלן אויסדרייען זייער געווער, אדער אין בעסטן פאל איבערלאזן זייערע פאזיציעס און א גוטן פורים.

די נידריג-ראנגיגע אפיצירן וואס רעדן זיך אפ ווען עס מער אנאנים, אבער אפילו זיי זענען אויך נישט די סארט וואס פוטין קען זיך ערלויבן צו פארלירן. די זענען די פראפעסיאנאלע ספעציעלע קרעפטן ווי ספעטזנאז, עיר-בארן וכדו' און וואגנער קעמפער וואס זענען בעסער טרענירט און אויסשטאפירט און לאיאל צו געלט.

זיי קעמפפן אויפ'ן פראנט, פאר זיי איז דאס אומבאלומפערטע מאביליזאציע א סכנה, זיי טענה'ן אז זיי קענען נאר אפערירן ווען זיי האבן א פארלעסליכע רוקן ביין, אויב מ'שיקט זיי האלב צוקלאפטע חברה וואס ברויך זיי צו באשיצן פון אונטן איז עס ארגער ווי גארנישט.
mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

אבער די פילע רוסישע רעפארטערס אויף די מידיא? עס איז א טויש פלעגט נישט זיין אזוי
האסט הנאה? געב א לייק
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מסתמא האט געשריבן:
רוביא היינט אין א עי בי סי אינטערוויו זאגט אז בעפאר א רוסישע נוקלעארע אטאקע אויף אוקריינער טערעטאריע איז ער אסאך מער באזארגט איבער א רוסישע אטאקע אויף נאטא טערעטאריע פון וואו משיקט סופליי קיין אוקריינע, זינט רוסלאנד מאלט דאס אראפ ווי א רוסלאנד/נאטא מלחמה. מיר דארפן ערנסט טראכטן וואס אונזער ריספאנס גייט זיין אין אזא פאל, דאס איז אונזער עמידיעט זארג
ער זאגט גוט. די סכנה פון אן ערנסטן עסקאלאציע וועלכע זאל פירן צו א דריטע וועלט מלחמה, איז לכאורה העכער ווי די סכנה פון נוקלעאר וואפן באנוץ.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

בערגשטיין האט געשריבן:
לויט די מיינונג זאגערס דא אויפן וועלטל, ווען בערך גייט סיווערדאניעסק פאלן צו די אוקריינער? טעג? וואכן?

פינג: נקדימון, עולם אמת, נארמי, נאר אויף שמחות, היכי, אושפיזין
בערך זונטאג סליחות תש''צ 9:43 צופרי.. אופסס, סארי מ'פאסט דאך דעמאלטס.. רוק עס דעמאלטס נאך חצות, אזוי 2:00 צייט.. מ'קען דאך נישט איינעמען הונגעריגערהייט..

כ'מיין, סיריעסלי, קען איינער פרעדיקטן אין א מלחמה ווען א שטאט גייט פאלן? טויזענטער זאכן קענען גיין צפונה יעדע ליאדע מינוט.. דאס דארף אסאך סטראטעגיע, געדולד, און בעיקר ''א גאלדענע געלעגנהייט'' ס'הייסט ווארטן ביז מ'קען אדורכברעכן א פראנט ליניע, דורך טעסטן כסדר די ריספאנס און זעהן ווי שטארק די רעאקציע.. ס'האט פילע פילע חשבונות וואס מקען נישט פארזאגן ווייל קיינער ווייסט עס נישט..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

מסתמא האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:
הרב יואל קליין האט געשריבן:
קען ביטע איינער בסביר זיין וואס דאס מיינט:
״קליינע טאטקטישע באמבעלע״

וואס הייסט קליינע וואס טוט עס אויף?
וואס געשעהט מיט די ראדיאציע און ווינטן?
וויאזוי העלפט עס פאר פוטין?
און בקעיקר, וויאזוי קען ער עס דעליווערן?????
שיקן א קליינע פליגער ביז קיעוו?! שיקן א דראון? און אויב ווערט עס אראפגעשאסן??
מוז ער דאך ניצן זיינע מאסיווע באליסטישע מיסלס דאס צו דעליווערן, איז עס נישט ״א קליינע טאטקטישע באמבעלע״

נאר איך פארשטיי נישט? אדער ס׳איז דא נאך וואס פארשטייען נישט?
מיין פראגע איז צוויי פאכיג.
1) אויב מען זאגט א שאצונג דארף מען עס פארשטיין, נישט גענג אז מען זאגט נאך פון יענעם.
2) די אלע וואס שטומען, פארשטייען וואס דאס איז??
זעה דער תגובה, סאיז נישט ”אזוי” קאמפליצירט ווי איר לייגט עס אראפ.
אפילו לויט ווי @היכי זאגט דא אז מקען עס נישט פונקטליך אויסרעכענען פון פאראויס און די שטארקקייט פון די באמבע איז, לאמיר זאגן, אין די ענדע פינעף מאל אזוי מאכטפול ווי געוואלט (עפעס וואס איז כמעט ממש אוממעגליך) איז דאס אויכעט גארנישט אויב רעדט מען פון די גרעסערע בילד ווי א פלאנעטישע חורבן און/אדער מאכן שטחים אומבאוואוינט פאר יארן לאנג וכו’
אמת.

אבער אין מיין מיינונג איז די אקט די זעלבע. אפילו אויב נוקלעאר ווערט גענוצט אויף א קליינע שטח פון לאמיר זאגן טויזנט מענטשן, איז די געמיינקייט דערפון די זעלבע, עס וועט האבן די זעלבע פסיכאלאגישע אפעקט אויף די וועלט'ס פאפולאציע ווי א גרויסע באמבע.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

mosha g האט געשריבן:
אבער די פילע רוסישע רעפארטערס אויף די מידיא? עס איז א טויש פלעגט נישט זיין אזוי
אמת. עס איז לכאורה אן עפעקט פון די סאציאלע מידיע באריכטן. ווען מענטשן אין רוסלאנד זעען קלארע ווידיאוס און באריכטן פון מאסיווע דורכפעלער, וועט די אלגעמיינע פראפאגאנדע מידיא זיין א ליצנות אויב זיי באריכטן נישט כאטש עפעס קריטיק.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פעיק ניוז האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:
רוביא היינט אין א עי בי סי אינטערוויו זאגט אז בעפאר א רוסישע נוקלעארע אטאקע אויף אוקריינער טערעטאריע איז ער אסאך מער באזארגט איבער א רוסישע אטאקע אויף נאטא טערעטאריע פון וואו משיקט סופליי קיין אוקריינע, זינט רוסלאנד מאלט דאס אראפ ווי א רוסלאנד/נאטא מלחמה. מיר דארפן ערנסט טראכטן וואס אונזער ריספאנס גייט זיין אין אזא פאל, דאס איז אונזער עמידיעט זארג
ער זאגט גוט. די סכנה פון אן ערנסטן עסקאלאציע וועלכע זאל פירן צו א דריטע וועלט מלחמה, איז לכאורה העכער ווי די סכנה פון נוקלעאר וואפן באנוץ.
עגריעד. גייט דען טאקע נישט זיין א דריטע וועלט מלחמה? ווילאנג קען עס אזוי אנהאלטן? גרויסע מאכטן וועלן זיך אייביג שלאגן. ס'איז א שאלה פון צייט.
אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע: ווי נישט?

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

נאכנישט געווען קיין איין ווידיא פון די סאלדאטען אין ליימאן....
@נארמאליזעם?
דזשאסט Zיי פריילעך!
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8808
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
בערגשטיין האט געשריבן:
לויט די מיינונג זאגערס דא אויפן וועלטל, ווען בערך גייט סיווערדאניעסק פאלן צו די אוקריינער? טעג? וואכן?

פינג: נקדימון, עולם אמת, נארמי, נאר אויף שמחות, היכי, אושפיזין
בערך זונטאג סליחות תש''צ 9:43 צופרי.. אופסס, סארי מ'פאסט דאך דעמאלטס.. רוק עס דעמאלטס נאך חצות, אזוי 2:00 צייט.. מ'קען דאך נישט איינעמען הונגעריגערהייט..

כ'מיין, סיריעסלי, קען איינער פרעדיקטן אין א מלחמה ווען א שטאט גייט פאלן? טויזענטער זאכן קענען גיין צפונה יעדע ליאדע מינוט.. דאס דארף אסאך סטראטעגיע, געדולד, און בעיקר ''א גאלדענע געלעגנהייט'' ס'הייסט ווארטן ביז מ'קען אדורכברעכן א פראנט ליניע, דורך טעסטן כסדר די ריספאנס און זעהן ווי שטארק די רעאקציע.. ס'האט פילע פילע חשבונות וואס מקען נישט פארזאגן ווייל קיינער ווייסט עס נישט..
דרומה איז דער פראבלעם...
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

Jhon האט געשריבן:
פארט ארים א קליפ אויף טוויטער, פון א גרופע א"י חסידים שטייען ביי א לאקאלער סופערמארקעט (אויפן שילד זעהט מען נאר דעם נאמען Hot Cup) אין אוקריינע, און די סוקיוריטי לאזט זיי נישט אריין, אבער לאקאלע גוים זעהט מען יא אריין גיין,
זיי טענה'ן אז זיי זענען סטאק ביים גרעניץ מיט פוילן, זיי שרייבן אז זיי האבן מורא זיי וועלן נישט דעריאגן צו אנקומען אהיים בעפער שבת, און דער סטאר אייגענטימער באגייט זיך מיט זיי מיט סקרימינאציע, ווייל זיי זענען אידן לאזט מען זיי נישט אריין איינקויפן וויכטיגע פראדוקטן וואס זיי דארפן פאר שבת

טיט זיך א טענעריי אויף טוויטער, איינער שרייבט דארט אז די גרופע האט נישט געפאלגט די אנווייזונגען פון אלע פירער פון אוקריינע און ארים די וועלט נישט צו פארן אויף די מלחמה זאנע פון אוקריינע, און זיי נעמען אוועק די שוואכע רוסארסעס וואס באלאנגט פאר די אוקריינער, במילא ס'איז נישט סקרימינאציע

אבער אנעדער טענה'ן יא אז ס'איז געפערליכע אנטיסעמיטיזם און דארף פארדאמט ווערן, איינער (קוקט אויס אן אראבער) שרייבט אפילו 'די בעסט גאט זאל דיר העלפן פארטיידיגן אנטקעגן די רוסן, און די טשעפעסט זיינע פיפל, וויאזוי ווילסטי ער זאל דיר העלפן'....

וואס זאגט איר, איז עס גערעכט ארים צו שיקן אזא קליפ?....
קוק די אמאן אשכול
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”