דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

ר' דן האט געשריבן:
האסטו וועסטו האט געשריבן:יוש ביסטו גיט גאלד גיסט זיך פון דיין פעדער


די ווארפסט ברייטע שבחים, עס ווערט אויפגענימען מיט פרייד.


פארדעם בין איך דא
האסטו געשריבן
וועסטו אי”ה באקומען שבחים
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:למען האמת איז עס נישט פלעין דמיון ס'איז געווען באריכטעט אלל אווער די מידיע ביי די 16' עלעקשאנס אז טראמפ פלאנט צו עפענען א מידיע קאמפעני אויב פארלירט ער.

א מידיע קאמפעני?!

מיר ליגט אין קאפ א טעליוויזיע שאו

אבער זיכער נישט זיינע יעצטיגע דמיונות פון קאנטראלירן די סאציאלע מידיע פלאטפארמעס

ער האט פלאנירט צו פארבלייבן אויף טוויטער


אגב מען האט יא קלאר גערעדט אז עפעס וועבט זיך א טראמפ מידיע קאמפעני. אבער עס איז נישט געווען אפציעל, עס איז געווען שפעקולאציעס.
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

א געווענטליכע פאליטישען וואס וויל מען זאל וועלן פאר אים, נעמט א שטעלע אויף געוויסע נושאים וואס ער האלט עס גייט זיין פאפעלער ביי זיינע וואויטערס, און ער קאמפיינט לטובת די פאלעסיס. ביי א פריימעריס איז געווענטליך נישטא קיין גרויסע חילוקים צווישן די קאנדידאטן, געוויסע זענען נאר מער עקסטרעם און געוויסע זענען נאך מער. אבער עס לויפט בערך די זעלבע. און עס מאכט זיך זעלטן אז א ריפאבליקאנע קאנדידאט זאל שטיפן לינקע פאלעסיס און אוודאי נישט פארקערט.

טראמפ האט בעצם מיט די רעפובליקאנע פארטיי געהאט דאס וואס איך האב מיט די טמנ'א מרצ פארטיי. ער פלעגט זיין א דעמעקראט רוב פון זיין לעבן, און ער האט נאר געטוישט פארטייען צוליב דעם וואס ער האט געהאלטן אז די עלעפאנט העט אים ענדערש פירן צום ווייסן הויז ווי די אייזל.

למעשה גערעדט ווי גערעכט א פארטיי זאל בכללות זיין, איז אלץ דא געוויסע זאכן וואס די אנדערע פארטיי שטייט בעסער. על כל פנים עס קען זיך מאכן אז דאס זאל זיין די פאקט. דאנעלד האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם צו נעמען א שטעלע אויף געוויסע אישוס אפילו עס איז געווען מורה'דיג אימפאפולער ביי די רעפאבליקאנע. ווי למשל צו זיין אנטי מלחמות אין אנדערע לענדער, אנטי פרי סטופיד טרעיד מיט אנדערע פיינטליכע לענדער און נאך. ער האט גענימען פאפעליסטישע פראקטישע פאלעסיס וואס ער האט געטראכט אז דאס גייט קענעקטן מיט די וויילער אפילו דאס פלעגט אמאל זיין אפגעפרעגט ביי די רעפובליקאנע.

די וועג וואס א געווענטליכע 'נארמאלע' פאליטישען פארקויפט זיין פאלעסיס צו די מאסן, איז בדרך כלל מיט הסברה און פראפאגאנדע. מען פראבירט איבערצורעדן די וויילער אז מיין מהלך ארבעט און איך קען עס אויספירען ווייל עס איז קאמען סענס.

דאנעלד זיך פארמעסטנדיג מיט א גאנצע סטאדע נארמאלע עלעפאנטן, האט גענימען א צווייטער צוגאנג, די מהלך וואס ער קען דאס בעסטע, וואס דאס איז רעדן דירעקט צו די געפילן פון די מאסן, ער האט זייער קלאר דערקלערט אז די מצב איז א דיזעסטער זאכן טויגן נישט עס איז צופראסקעט אינגאנצן, די עקאנעמי הינקעט, די גרעניץ איז א מעס, אנדערע לענדער ניצן אינז אויס, און מען פארטאכליוועט אינזערע אייגענע געלט פאר זאכן וואס האט גארנישט מיט אינז, און נישט אויפגעהערט צו זאגן קלאר און דייטלעך אז 'עס איז נישט גוט' פינטל. און וואויטס פאר מיר ווייל איך גיי ''מאכן אמעריקע גוט נאכאמאל''. איי וויאזוי? גוטע קשיא, ער האט אביסל געזאגט און רוב נישט. לדוגמה די וואנט, דאס איז דאך געווען די פאליסי פון רוב אנדערע קאנדידאטן אויך, און ער אליינס האט נישט מסביר געווען פארוואס ער קען בעסער, און וויאזוי ער גייט עס טיען. אבער עס האט ממש נישט אויסגעפעלט, די מאסן האבן געזעהן א מענטש וואס פארשטייט זיי און זאגט צו מאכן בעסער, געגאנגען. איי קרוז איז מסביר אז עס איז נישט פשוט און גאנצעטע סברות פארוואס עס פעלט אויס אן אינסיידער, דאס אלעס איז גערעדט צום מח און היות רוב מענטשן זיגט די געפילן איבער די מח, האט דאנעלדס סטראטעגיע טאקע בעסער געארבעט.

און זיך אנצוגרייטן פארן מעגליכן פארלוסט, האט ער אנגעפאנגען גלייך פון אנפאנג מיט א פעסטע מערכה קעגן די מידיע, די גאנצע מושג פעיק ניוז איז דאן באשאפן געווארען, און אלץ א געניטע ברענדער איז עס געווארן פארשפרייט און געציילטע וואכן. וואס דאס וואלט אים אויסגעטרעטן די וועג בנוגע זיין מידיע קאמפעני און פאל ער פארלירט (דאנעלד פארלירט? ח''ו, איך מיין אויב מען גנבעט די וואלן.)

און ער'ט ממש נישט געפלאנט צו אריבער באקומען די אוידיענץ פון CNN MSNBC אא''וו, זיינע חברה זענען פאקס ניוז חברה, און טאקע ביי די פריימעריס האט ער אנגעפאנגען א פעסטע מערכה מיט פאקס, ער'ט אפען געהאקט אויף זיי און אפי' איין מאל נישט געקומען צו א דעבאטע וואס פאקס האט געפירט, און דערלאנגט פאר פאקס די מערסט לאנגווייליגע דעבאטע אין היסטאריע פון די 2016 רעפראבליקאנע פריימעריס.

דאס אלץ איז געווען אנצוגרייטן די באדען אויף זיינע פלענער טאמער ער גרייכט נישט זיין עיקר ציל פון ווערן פרעזידענט.

המשך יבא.
אוועטאר
אקטיוויסט
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 09, 2022 10:06 pm

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אקטיוויסט »

זייער גוט !!


כגלייך אויך זייער דיין אונטערשריפט סאיז סאמטינג ספעשיל
פאני...
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

זייער אינטרעסאנט ר' דן!

א דאנק.
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

אקטיוויסט האט געשריבן:זייער גוט !!


כגלייך אויך זייער דיין אונטערשריפט סאיז סאמטינג ספעשיל


עס איז מיר באמת א קאמפלימענט...
דאס דערמאנט מיר דער איידעם וואס האט צוגעקומען צום שוויגער נאך די סעודה און געזאגט, א גרויסן שכח, די גרעיפ דזשוס איז געווען עכט גוט.
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

פנימחדשות האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט ר' דן!

א דאנק.


שכח אייך.
אוועטאר
אקטיוויסט
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 09, 2022 10:06 pm

Re: דער קליגסטער טיפוש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אקטיוויסט »

ר' דן האט געשריבן::


איך האב שוין איינמאל ארויסגעברענגט מיינע הרגישם און סאיז ווייטער און קראפט גיי ביטע צו בלאט נומער 2
פאני...
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

אקטיוויסט האט געשריבן:
ר' דן האט געשריבן:.

@ר' דן דו ביסט גאר גוט!!!
יוניק און נאטורליך...
איך שטיי מיט א אפנע מויל און ווארט אויף די המשך


געטראפן:
סאוי די האסט ב''ה הנאה פון די פלייש.
אי''ה עס קומט נאך.
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

צו איבערעדן זיינע שטיצער אז די פעיק ניוז איז למעשה פאלשע נייעס, האט דאנעלד נישט שווער געדארפט ארבעטן, ער האט גוט געוואסט ווען וואס צו זאגן, און וויאזוי די מידיע גייט עס ארויפשפילן מיט אפאר אקטאוועס העכער, און דערנאך שרייט ער פעיק ניוז.

און זיין עולם האט עס למעשה געקויפט, און דאס האט אים געהאלפן סיי אלץ פרעזידענט אז ער האט למעשה גארנישט מורה געהאט פון די מידיע ווייל זיינע שטיצער גלייבן שוין גארנישט, און עס וואלט אים פי כמה געהאלפן ווען ער דארף ווען ניצן די פלען בי.

למעשה האט ער געוואנען די פריימעריס וואס דאס איז געווען א פעסטע קלאפ פאר די אלגעמיינע מידיע, נאכדעם וואס עס איז געווען אנגענימען אז דאס קען נישט פאסירן. זעהט אויס אז דאנעלד האט עפעס געמאכט א דיעל מיט פאקס און מען האט זיך אויסערליך אנגעהויבן בעסער צו לעבן, אבער עס מיז נישט זיין. עס קען זיין אז ווען ער פארלירט ווען וואלט פאקס געווארן פעיק פארן נישט מודה זיין זיינע באשילדיגונגען עד הסוף (אזוי איז טאקע געווען נאך די 2020 וואלן ביי געוויסע פאקס ענקער.)

טראמפ איז אדורך די קאנווענטשן אביסל מער נארמאל פשוט כדי צו ארויפשרויפן זיין שטיצע ביי די רעפאבליקאנע פארטיי פון בערך פיפציג פראצענט צו ארום פינף און ניינציג פראצענט, און עס האט געארבעט, ער האט באקומען די פארטיי אין א גאלדענעם שיסל, טעד קרוז איז ארויס מיט א גרויסע באאאאאא און די רעפאבליקאנע האבן אין די וואך בעיסיקלי אריבער צו זיין זייט.
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

זייער אינטערעסאנט שרייב ווייטער.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זייער שטארק! א קלייניקייט נאר. טראמפ האט אדרעסירט אישוס אויף דעם וועג וויאזוי ער האט זיי אדרעסירט ביים קאמפיין, לאאאאאאנג איידער ער איז געלאפן און געהאט א דאגה אויף וועלכער שפראך ער זאל אפעלירן צום ציבור.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

פעיק ניוז האט געשריבן:זייער שטארק! א קלייניקייט נאר. טראמפ האט אדרעסירט אישוס אויף דעם וועג וויאזוי ער האט זיי אדרעסירט ביים קאמפיין, לאאאאאאנג איידער ער איז געלאפן און געהאט א דאגה אויף וועלכער שפראך ער זאל אפעלירן צום ציבור.


שכח.

עס איז דא אין קאך לעפל טאקע עס צו דורכטיען, ווער עס וויל שטייצעך.

ווי לאנג ביפאר?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זייער לאנג. איך געדענק נישט פונקטליך די יארן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

איך געדענק אויך נישט די צייט.
זיין סטייל פון רעדן און אנקומען צו זיין ציל איז אייביג געווען די זעלבע, ער פלעגט אלץ זיין אינטרעסאנטלעך, אבער ווייט פון די קלאון וואס מען האט געהאט ביי די פריימעריס.

רעכט גענויגט איז ער שוין געווען א גוטע פאר יאר פארן לויפן, זיין קאמפ מיט אבאמא אד''ג, אלץ אנציווארעמען דאס פעלד פאר די פריימעריס.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ער האט אלעמאל געוויסט פונקטליך וואס צו זאגן און דערביי מאכן די מידיע זאל אים דעקן.

אויב האט מען נישט גענוג גערעדט איבער אים האט ער נאר געדארפט לאזן פארלן א קאנטראווערסיאלע סטעיטמענט - און די סקאנדאל הונגעריגע מידיע האט אויפגעבלאזן א סקאנדאל דערפון...
אוועטאר
לקדש שם שמים
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 12:46 pm
לאקאציע: גלילות

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לקדש שם שמים »

שכוח ר דן איר זענט גאר גוט
שיין דיין פלאן. שריי דיין דריי. קרעדיט יאנאש
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

ר דן
דו קנעפלעך שמירען זעלכע פיינע ווארע אויפען סקרין
איך האב הנאה פון יעדן ווארט וואס ווערט דא צוזאמגעקלאפט
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

לקדש שם שמים האט געשריבן:

לפי עניות דעתי האט געשריבן:


שכויעך אייך ביידען
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

שטעלן מיר זיך צו צום שורה פון באדאנקערס וואס ווארטן צו דאנקען. דיין געדאנקען גאנג איז לעכטיג.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

ר' דן האט געשריבן:
לקדש שם שמים האט געשריבן:

לפי עניות דעתי האט געשריבן:


שכויעך אייך ביידען


מיינסט אוודע טראמפ'ן...

ש'כח ר' דן. זיך צי באלעקן.
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

דאנעלד האט געמאכט זיכער ארויפצושרויפן זיין רעטאריק אויף אזא פארנעם ביז ער האט די לינקע ביי זיך אין לינקע. ער האט געמאכט זיכער אז ער איז דער וואס איז מחליט די פאלעסיס פון די דעמעקראטן, און וואס און וויאזוי זיי קאמפיינען.

און בעת וואס ביי די רעפאבליקאנע קאנווענטשן האט מען אויסגעשמיעסט פאפעליסטישע פראגמאטישע פאלעסיס וואס איז אויפגענימען מיט עקסטאז ביי די רעכטע וויילער, האט מען ביי די דעמעקראטן אויסגעשמיעסט טראמפ, בעת וואס דאנעלד האט שטמיר נישט דיר נישט געגנבעט זייער סאמע בעסטע פאפילערסטע פאלעסיס ווי אנטי סטופיד טרעיד דילס און אנטי נערישע מלחמות וואס ברענגט נישט גארנישט, האבן זיך די דעמעקראטן געטשאטשקעט מיט א פארדאמונג פון בוש און זיינע אלירטע קעגן טראמפ.

און ביי די דעמעקראטישע וויילער איז עס אויך געווארען אויפגענימען מיט עקסטאז, די שנאה צו טראמפ איז געוואקסן פינקט ווי דאנעלד האט געפלאנט, און יעצט האבן די דעמעקראטן נישט געקענט מודה זיין צו קיין שום גוטע פאלעסי פון טראמפ נישט קיין חילוק ווי שכלדיג און פאפעלער דאס איז.

און דאנעלד האט נישט פארגעסן יעדע צווייטע ווארט צו דערמאנען אינזערס א באקאנטעס ניק, פעיק ניוז, וואס דאס האט זייער אויפגערעגט די מידיע אזוי האט ער אויך געהאט די מידיע אין זיין לינקע ציזאמען מיט אלע אייזלען, און אזוי האט ער סוקסעספול אויסגערעכנט וואס די העדליינס זאלן זיין טאג טעגליך.

נו, אז מען האט די קעגנער ביים האלז, אז מען האט די מידיע אין טאש, איז נישט שווער צו געווינען די וואלן.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

און שוין...



זייער זייער קלאהר און שיין
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

נאך ווייט פון פארטיג האסטו...
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

ר' דן האט געשריבן:נאך ווייט פון פארטיג האסטו...

אההה... אידאך גוט.

א דאנק אייך ערעב דאנ...
יענעמס נאז איז גרינער…
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”