אנקעטע: איז בעסער צו זיין פירענדע פארטיי אדער אין די רעזיסטענס?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: אחראי, געלעגער

איז בעסער צו זיין פירענדע פארטיי אדער אין די רעזידענס?

פירענדע
44
73%
רעזיסטענס
16
27%
 
סך הכול שטימען: 60

עכט היימיש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3406
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

אנקעטע: איז בעסער צו זיין פירענדע פארטיי אדער אין די רעזיסטענס?

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 1:39 pm

מען שטייט שוין עטליכע מאנאטן אריין אין די ביידען אדמינסטראציע, און פאליטיק כמנהגו נוהג, די זעלבע טראמפ שטיצער וואס האבן אמאל געזען דעם ווייסן הויז אלעס ווייס, זען יעצט אלעס שווארץ, וכן להיפך.

אויך דא אויף אייוועלט זעט זיך עס אן, ווען די זעלבע ניקס וואס אמאל האט זייער'ס א תגובה געמיינט אנטי פון אנהייב ביזן סוף, זענען פלוצלים געווארן פאזעטיוו, אלעס פייין, וואיול, און שטייצעך כן להיפך.

איז יעצט מיין פראגע צו ביידע זייטן, נאכן טועם זיין דער טעם פון דארפן פארענטפערן א פארטיי אין די פירערשאפט פון די העצער, און נאכן טועם זיין דער טעם פון אליין זיין אין די רעזיסטענס און זוכן עבירות און הנאה האבן צו מאכן די שטיצער שפרינגען, וועכע איז בעסער, געשמאקער, מער פאן?
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13713
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנקעטע: איז בעסער צו זיין פירענדע פארטיי אדער אין די רעזידענס?

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 1:44 pm

מיינסט מסתם "רעזיסטענס".
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13713
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנקעטע: איז בעסער צו זיין פירענדע פארטיי אדער אין די רעזיסטענס?

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 1:44 pm

בעסער - פירענדע.
געשמאקער און מער פאן - רעזיסטענס.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: אנקעטע: איז בעסער צו זיין פירענדע פארטיי אדער אין די רעזיסטענס?

תגובהדורך קאקאש קעיק מיט מילך » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 1:45 pm

רעזידענט מיינט א איינוואוינער

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אנקעטע: איז בעסער צו זיין פירענדע פארטיי אדער אין די רעזידענס?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 1:46 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:מיינסט מסתם "רעזיסטענס".

אה שכוח, נישט געקענט כאפן וואס דאס מיינט...


צום שמועס, פאן איז לכאורה מער צו טרעפן סקאנדאלן ווי זיך פארענטפערן. אבער נאכאלץ בין איך גרייט מוותר צו זיין אויף די פאן און צוריקהאבן מיין פרעזידענט אין ווייסן הויז...

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: אנקעטע: איז בעסער צו זיין פירענדע פארטיי אדער אין די רעזיסטענס?

תגובהדורך קענטאקי » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 2:14 pm

געוואנדן ווער דער פירער איז. מיט א פירער ווי טראמפ וועלכער טוט זאכן זיין אייגענע וועג אן זיך פארענטפערן פאר קיינעם איז בעסער צו זיין אויף די פירנדע זייט, מיט א טיפישער אומקאפאטענטער שוואכלינג רעפובליקאנער איז שוין געשמאקער צו זיין אין די אפאזיציע.

אוועטאר
התבודדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 07, 2021 5:38 pm

Re: אנקעטע: איז בעסער צו זיין פירענדע פארטיי אדער אין די רעזיסטענס?

תגובהדורך התבודדות » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 2:55 pm

קענטאקי האט געשריבן:געוואנדן ווער דער פירער איז. מיט א פירער ווי טראמפ וועלכער טוט זאכן זיין אייגענע וועג אן זיך פארענטפערן פאר קיינעם איז בעסער צו זיין אויף די פירנדע זייט, מיט א טיפישער אומקאפאטענטער שוואכלינג רעפובליקאנער איז שוין געשמאקער צו זיין אין די אפאזיציע.

;l;p-
קרעדיט פאר מיין אווערטאר: חבקוק

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלף
תגובות: 1649
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: אנקעטע: איז בעסער צו זיין פירענדע פארטיי אדער אין די רעזיסטענס?

תגובהדורך בעסער אזוי » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 3:09 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:בעסער - פירענדע.
געשמאקער און מער פאן - רעזיסטענס.

;l;p- ;l;p- ;l;p- ארויסגעכאפט די ווערטער פון מויל
פארשפרייט דעם מעסעדזש, עס קען ראטעווען לעבנ'ס פון אידישע מאמעס, ולמצוה גדולה יחשב

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אנקעטע: איז בעסער צו זיין פירענדע פארטיי אדער אין די רעזיסטענס?

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 3:32 pm

איך גלייך סאך מער צו קענען שרייבן פרא ביידן ווי אנטי טראמפ.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלף
תגובות: 1649
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: אנקעטע: איז בעסער צו זיין פירענדע פארטיי אדער אין די רעזיסטענס?

תגובהדורך בעסער אזוי » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 3:43 pm

צל עובר האט געשריבן:איך גלייך סאך מער צו קענען שרייבן פרא ביידן ווי אנטי טראמפ.

איך גלייך אויך מער צו שרייבן פרא טראמפ ווי אנטי ביידען, אבער למעשה איז גרינגער און געשמאקער צו גיין אויף אפענסיוו ווי אויף דעפענסיוו

אין אנדערע ווערטער: איז דיר געשמאקער און גרינגער צו פארענטפערן ביידען אדער אראפצורייסן טראמפ? לכאורה איז אראפרייסן גרינגער ווי פארענטפערן, ניין?
פארשפרייט דעם מעסעדזש, עס קען ראטעווען לעבנ'ס פון אידישע מאמעס, ולמצוה גדולה יחשב

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אנקעטע: איז בעסער צו זיין פירענדע פארטיי אדער אין די רעזיסטענס?

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 3:50 pm

ניין, קלאר אז נישט.

פאר מער, ליין דא.

אבער לויט וואס איך ליין אין דעם אשכול, פילייכט צו איך צוריק פון יענע תגובה, זינט איך גלייך מער צו שרייבן פרא, און איר גלייכט מער צו שרייבן אנטי, פארגין איך אייך צו שרייבן ווייטער אנטי....
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14579
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אנקעטע: איז בעסער צו זיין פירענדע פארטיי אדער אין די רעזיסטענס?

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 3:56 pm

פיינע פראגע! כ'מיין ס'ווענציך ווער, און אויך וויפיל קאנטראל.

ביי אזא איינער ווי טראמפ למשל איז גרינגער און מער פאן צו זיין אין די רעזיסטענס און אטאקירן יעדן טאג אויף זיינע פרישע סקאנדאלן חדשים לבקרים ווי איידער זיין א הייסער שטיצער זיינער וואס מוז אלעס פארענטפערן, און אטעמט שווערליך א גאנץ שבת מורא האבענדיג וואסערע פרישע כאדאראם ער גייט טרעפן מוצ"ש ביים עפענען די נייעס..

ביי אזא איינער ווי ביידען איז ממש א רחמנות צוצוקיקען די אפאזיציע, ממש יומען טאורטשער. פון איין זייט איז א נארמאלער באזעסענער זיסער קאמפעטענט מענטש אין טשארדזש און זאכן פארן און קלאפן ווי א זייגער; קאבינעט מיטגלידער טוען זייער זשאב, קיינער פליעט נישט, קריזיסן ווי קאוויד-19 און גאן קאנטראל ווערן קעיר גענימען, מאסיווע בילס ווערן דורכגעפירט, די עקאנאמיע בליעט הערליך אויף, דער עולם דרייעט זיך ארום פרייליך מיט פארטיילטע טשעקלעך, די ראודס און ברידזשעס ווערן איבערגעמאכט, וכו' וכו' זאכן וואס "אפעקטירט" מענטשן פערזענליך. אויף אזוי וויט אז מיטגלידער אינעם אנדערן לאגער זיכן ארום צו גיין נעמען קרעדיט פאר זיינע זאכן...

פון די אנדערע זייט "מוז" מען דאך אטאקירן, אמער מ'איז דאך אין די "אפאזיציע".. נו, דארף מען טעגליך גריבלען פון אונטער די אדמה, אה אפשר קען 'דאס' קוואליפיצירן אלס סקאנדאל, אפשר דאס, אויש וויאזוי קען זיין קיינער איז נישט אויפגעשוידערט דערפון?..

אה א רגע געב א קוק דא, פיקטשערס פון רעפארטער אויף ביידען'ס צעטל! השם ירחם, וויאזוי קען זיין די וועלט איז נישט נתדעזע ארבע מאות פרסה?!

דאן האמיר: צענדליגער טויזענטער היימישע משפחות ווערן אויפגעלאכטן מיט ריזן קמחא דפיסחא טשעקלעך! אקעי קוק אן, איך וויל זיך באמת פרייען מיט מיין צען טויזענט דאלערידגע טשעקל אבער וואס קען איך טוען געב א קוק גאז איז ארויף מיט אפאר צענט! וואס דו זעהסט נישט? קוק אין קאליפארניע!

דאן האמיר: רבבות היימישע משפחות לעבן אויף מיטן נייעם געשאפענעם "קינדער קרעדיט"! יא אבער קוק אן די דרום גרעניץ, ס'איז א דיזעסטער! וואס זאג איך, נאו נאו, ס'איז א "קריזיס"!! וואס ס'גייט מיך אן? וואס הייסט וואס, א לאנד אן קיין גרעניץ איז קיין לאנד! וואס ס'אפעקטירט מיר? כ'קען דיר נישט פונקטליך מסביר זיין, אבער ווען האסטו דאס לעצטע מאל געהערט מארק לעווין, טאקער, לאורע, העניטי, הא?!

דאן האמיר: ביליאנען אריינגעגאסן אין די עקאנאמיע צו פארהיילן דעם לאך. אבער העי כזאג דיר אינפלעישאן! זעהסט נאך גארנישט? ליסען ס'נעמט אפאר חדשים/יארן צו ריפלעקטן!

דאן האמיר: ברידזשעס, טונעלן, לופטפעלדער ווערן איבערגעמאכט. אבער אוי וויי וואס וועט זיין מיטן "דעפעציט"!!!

דאן האמיר: בראודבענד, פייפס, באנען, שאסייען, אלעס ווערט קעיר גענימען. אבער רבונו של עולם וויאזוי דערוואגט ער זיך צו מאכן גרינע קליען עיר פראזשעקטס!!

דאן האמיר: רעקארד זשאבס רעפארט פון א מיליאן זשאבס! אבער וואט אר יו טאלקינג, איבער טויזענט זשאבס האט דער ביידען געהארגעט מיטן קיסטאון פייפליין!

דאן האמיר: רעקארד שטארקע זשי די פי אוטלוק? יא יא ווארט נאר ביז די אלע מעקסיקאנער ביים גרעניץ קומען אן דאהי! אלע אונזערע זשאבס גייען זיי פארכאפן.

דאן האמיר: געלונגענע דרשות, מסיבות, פעסטע פריים טיים פרעזידענטליכע אדרעס. יא אבער דער שגץ דערמאנט נישט קיין מילה קרעדיט פאר טראמפ! ווי איז זיין צוגעזאגטע "בייפארטיזענשיפ"?!!

דאן האמיר: קנאקעדיגע פרעסע קאנפערענץ! נו וואס האסטו געוואלט פון די בייעסד מידיע, אלע פראגעס האבן זיי אים אונטערגעשטיפט בעפאר!

דאן האמיר: א רעקארד הויעכע אפראוול נומבער ביים אמעריקאנעם פובליק! חחח דו שעמסט דיך ניטאמאל נאכצוזאגן די פלאפערישע פאולס?!

דאן האמיר: א געזונטער פרעזידענט ווי א בער צו די שאק און סורפרייז פון אלע וואטסעפ קליפ וואטשער די לעצטע יאר! חחח האלאו האסט נישט געזעהן ווי ער קוצקעט זיך איבער די ערעפלאן טרעפ?!

דאן האמיר: רעפובליקען סענעטארן קומען ארויס פון מיטינגס מיט ביידען באגייסטערט פון זיין שטארקע פאוקעס און נעגאושיעיטינג סקילס! אבער רבי קוק די קליפ, דא זאגט ער "פרעזידענט העריס"!! חחח, דער איז נישט מיט אלעמען! גאד קנאוס פארוואס דער איז נאכנישט אין אלד עידזש האום, עלדער אביוז!! הממ טאקע געפערליך, זאג, און צו דעם אויסגעוועפטן שכר האט טראמפ פארלוירן?! וואס פארלוירן ווען פארלוירן, געגענב'ט מיינסטו!

דאן האמיר: מ'גייט העכערן די רייכע טעקסעס מיט עטליכע פראצענט. אקעי האלאו אונז זעמיר פארטיג!! %30 זשאבס איז מארגן אין טשיינע!!

דאן האמיר: רעקארד צאל וואקסינען, 4 מיליאן שטעכעס א טאג! נו, דאס איז דאך געווען דער טרעק ווען טראמפ איז ארויס! אה ס'טאקע נישט געווען קיין גאנצע מיליאן.. אבער דו חלומסט טאקע ער וואלט עס נישט באוויזן?!!

דאן האמיר: די גאנצע פרייע וועלט קאנגראטולירט אמעריקא און דריקט אויס צופרידנהייט מיטן נייעם פרעזידענט! האלאו קוק אן די אינטערנעשאנעל דיזעסטער וואס ער האט אנגעברענגט מיט פוטין! קוק ווי באליידיגט דער רוס איז, אנריעל!

און אזוי ווייטער און ווייטער וכו' וכו' אויף א פארנעם וואס כ'האב באמת רחמנות אויפן צד שכנגד בעת איך אינדזשוי יעדע מינוט! איך האב עכט הנאה צו זעהן גאווערמענט עט ווארק פאר די בירגער מיט קאממען סענס סעלושענס און רעזולטס אויף א רעפיד ספיעד!

ווידער איז דא די חילוק וויפיל קאנטראל די פירענדע פארטיי האט. איך גלייב איך וואלט זיך געפייניגט צו זעהן א פרעזידענט ביידען מיט אן אבסטראקטיווע מעקאנעל-סענאט ווי אמעריקא איז אין אפישעל גרידלאק פאר 8 יאר. סאו דאס איז אויך א שטארקע פאקטאר.

למעשה וואלטיך געזאגט אז זיין אינעם ביידען פירער לאגער איז פי כמה מער אינזשויעבל ווי זיין אינעם טראמפ אפאזיציע לאגער! סיי לגבי די עמאונט פון סטרעס און הויעכע בלוט פרעשור וואס דאס האט אינסטענטלי עלימינירט, און סיי די גוטע טעם פון זיין פראוד מיט א נארמאלע פרעזידענט און ספעציעל אז ער איז נאך סוקסעספול אויך און דאס לאנד פארט על מי מניחות איז ווערד אלע געלטער. אפגערעדט אז די ענדלאזע טענערייען און זינלאזע דיסקאשענס אויף יעדע משוגענע טוויט און סקאנדאל מיטשעט שטארק אפ יעדעם, און ס'איז א פארגעניגן די רוהיגקייט און נארמאל באזעסענע שמועסן וואס איז אצינד ווידער ערמעגליכט צו אפהאלטן.
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום דאנארשטאג אפריל 08, 2021 8:32 pm, פאראכטן געווארן 6 מאל סך הכל.

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלף
תגובות: 1649
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: אנקעטע: איז בעסער צו זיין פירענדע פארטיי אדער אין די רעזיסטענס?

תגובהדורך בעסער אזוי » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 4:05 pm

כאפצעם האט געשריבן:פיינע פראגע! כ'מיין ס'ווענציך ווער, און אויך וויפיל קאנטראל.

ביי אזא איינער ווי טראמפ למשל איז גרינגער און מער פאן צו זיין אין די רעזיסטענס און אטאקירן יעדן טאג אויף זיינע פרישע סקאנדאלן חדשים לבקרים ווי איידער זיין א הייסער שטיצער זיינער וואס מוז אלעס פארענטפערן, און אטעמט שווערליך א גאנץ שבת מורא האבענדיג וואסערע פרישע כאדאראם ער גייט טרעפן מוצ"ש ביים עפענען די נייעס..

ביי אזא איינער ווי ביידען איז ממש א רחמנות צוצוקיקען די אפאזיציע, ממש יומען טאורטשער. פון איין זייט איז א נארמאלער באזעסענער זיסער קאמפעטענט מענטש אין טשארדזש און זאכן פארן און קלאפן ווי א זייגער; קאבינעט מיטגלידער טוען זייער זשאב, קיינער פליעט נישט, קריזיסן ווי קאוויד-19 און גאן קאנטראל ווערן קעיר גענימען, מאסיווע בילס ווערן דורכגעפירט, די עקאנאמיע בליעט הערליך אויף, דער עולם דרייעט זיך ארום פרייליך מיט פארטיילטע טשעקלעך, די ראודס און ברידזשעס ווערן איבערגעמאכט, וכו' וכו' זאכן וואס "אפעקטירט" מענטשן פערזענליך. אויף אזוי וויט אז מיטגלידער אינעם אנדערן לאגער זיכן ארום צו גיין נעמען קרעדיט פאר זיינע זאכן...

פון די אנדערע זייט "מוז" מען דאך אטאקירן, אמער מ'איז דאך אין די "אפאזיציע".. נו, דארף מען טעגליך גריבלען פון אונטער די אדמה, אה אפשר קען 'דאס' קוואליפיצירן אלס סקאנדאל, אפשר דאס, אויש וויאזוי קען זיין קיינער איז נישט אויפגעשוידערט דערפון?.. אה א רגע געב א קוק דא, פיקטשערס פון רעפארטער אויף ביידען'ס צעטל! השם ירחם, וויאזוי קען זיין די וועלט איז נישט נתדעזע ארבע מאות פרסה?! און אזוי ווייטער און ווייטער וכו' וכו' אויף א פארנעם וואס כ'האב באמת רחמנות אויפן צד שכנגד בעת איך אינדזשוי יעדע מינוט! איך האב עכט הנאה צו זעהן גאווערמענט עט ווארק פאר די בירגער מיט קאממען סענס סעלושענס און רעזולטס אויף א רעפיד ספיעד!

איך קען נישט גלייבן ווי ברייט דו טראכסט, דו לייגסטעך ממש אריין אין די פוס פון מענטשן וואס טראכטן אנדרעש ווי דיר

ממש צום באווינדערן
פארשפרייט דעם מעסעדזש, עס קען ראטעווען לעבנ'ס פון אידישע מאמעס, ולמצוה גדולה יחשב

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: אנקעטע: איז בעסער צו זיין פירענדע פארטיי אדער אין די רעזיסטענס?

תגובהדורך קענטאקי » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 4:05 pm

און נאך מיט אזא בלעכענעם פנים... לץ איינער

אוועטאר
זיסע פיש
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: אנקעטע: איז בעסער צו זיין פירענדע פארטיי אדער אין די רעזיסטענס?

תגובהדורך זיסע פיש » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 4:09 pm

פאר מיר איז זיכער געווען מער אינטערעסאנט ווען כאפצעם איז געווען און די אפאזיציע, די געשמאקע סקאנדאלן וואס ער האט יעדען טאג אזוי פיין אראפ געלייגט איז פיין געווען, כאטש וואס יעצט איז ער אויך נישט אוועק צו מאכן איז ער דאמאלס געווען בעסער, ( דאס האט נישט צו טיען צו מען האלט ווי עם צו נישט, ווען כאפצעם איז און די כלים האט יעדער הנאה, גראדע האט ער לעצטענס באקימען א קאמפעטישן אויף די אנדערע זייט, מסתמא, גייטס ביידע ווייטער אן).
די תגובה איז געשריבן לויט מיין מיינונג, אויב איר האלט אנדערש האט איר דאס פולסטע רעכט זיך צו קריגן איבער דעם.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13713
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנקעטע: איז בעסער צו זיין פירענדע פארטיי אדער אין די רעזיסטענס?

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 4:13 pm

כאפצעם :lol: :lol: :lol:
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלף
תגובות: 1649
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: אנקעטע: איז בעסער צו זיין פירענדע פארטיי אדער אין די רעזיסטענס?

תגובהדורך בעסער אזוי » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 4:14 pm

איי לאוו @כאפצעם. איך נעם נישט קיין איין ווארט פון אים ערנסט ווייל ער האלט אויך נישט אזוי, באט איי לאוו הים.. זיינס גלייכן איז דא ווייניג
פארשפרייט דעם מעסעדזש, עס קען ראטעווען לעבנ'ס פון אידישע מאמעס, ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: אנקעטע: איז בעסער צו זיין פירענדע פארטיי אדער אין די רעזיסטענס?

תגובהדורך יש לו מנה » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 7:57 pm

[quote="כאפצעם"][/quote]
כ’לאך נאך יעצט...

גראדע האלט איך ביסט גערעכט, אבער א לץ ביסטו און דער עולם האט שטארק הנאה. נאדיר אפאר גרינלעכע ס’קומט זיך דיר ערליך.

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אין עהרע פון @נישט ווי יעדעם.

אין עהרע פון @כסלו

למען אחינו ואחותינו המצפים לישועה להתב’ בזש’’ק

היום שבעה ועשרים יום לסדר ארבעים יום תהילים ברציפות


האסט נאך נישט גענומען? כאפ דיך ’’יעצט’’. מיט.
עוועילעבעל אין מחזור ב’, ס’’א - פ’’א.

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: אנקעטע: איז בעסער צו זיין פירענדע פארטיי אדער אין די רעזיסטענס?

תגובהדורך יש לו מנה » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 8:04 pm

זיסע פיש האט געשריבן:פאר מיר איז זיכער געווען מער אינטערעסאנט ווען כאפצעם איז געווען און די אפאזיציע, די געשמאקע סקאנדאלן וואס ער האט יעדען טאג אזוי פיין אראפ געלייגט איז פיין געווען, כאטש וואס יעצט איז ער אויך נישט אוועק צו מאכן איז ער דאמאלס געווען בעסער, ( דאס האט נישט צו טיען צו מען האלט ווי עם צו נישט, ווען כאפצעם איז און די כלים האט יעדער הנאה, גראדע האט ער לעצטענס באקימען א קאמפעטישן אויף די אנדערע זייט, מסתמא, גייטס ביידע ווייטער אן).

איך וואלט נישט געזאגט אז ער איז א רעפ. @כאפצעם, ער דערמאנט מיר פון @שלמה הידעסהיימער בעפאר די עלעקשאנס.
אין עהרע פון @נישט ווי יעדעם.

אין עהרע פון @כסלו

למען אחינו ואחותינו המצפים לישועה להתב’ בזש’’ק

היום שבעה ועשרים יום לסדר ארבעים יום תהילים ברציפות


האסט נאך נישט גענומען? כאפ דיך ’’יעצט’’. מיט.
עוועילעבעל אין מחזור ב’, ס’’א - פ’’א.

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6530
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אנקעטע: איז בעסער צו זיין פירענדע פארטיי אדער אין די רעזיסטענס?

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 8:13 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:בעסער - פירענדע.
געשמאקער און מער פאן - רעזיסטענס.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אנקעטע: איז בעסער צו זיין פירענדע פארטיי אדער אין די רעזיסטענס?

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג אפריל 09, 2021 12:38 am

כאפצעם!!!

און עס איז נאך אמת אויך. אזוי קלאר מקיף געווען דעם גאנצן ענין, אלע פרטים צולייגט, און נאך מיט אזא זיסן פעדער אז אפילו די מתנגדים האבן הנאה געהאט צו ליינען! (זיי מיינען אז עס איז וויץ, זיי כאפן נישט אז עס איז א שפיגל...)
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
Rak Tov
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: כולל
פארבינד זיך:

Re: אנקעטע: איז בעסער צו זיין פירענדע פארטיי אדער אין די רעזיסטענס?

תגובהדורך Rak Tov » פרייטאג אפריל 09, 2021 1:08 am

מיין אפציע פעלט,

זיין פון די פירענדע פארטיי און האבן די מידיע אויף די אייגענע זייט (כשטעל זיך פאר וויאזוי סוואלט זיך געפילט)

מטעמים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אנקעטע: איז בעסער צו זיין פירענדע פארטיי אדער אין די רעזיסטענס?

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג אפריל 09, 2021 1:10 am

רק טוב זאגט גוט

כאפצעם שרייבט מעכטיג אבער קיין איין אמת ווארט.
שרייב שוין עפעס

אוועטאר
masmid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: אנקעטע: איז בעסער צו זיין פירענדע פארטיי אדער אין די רעזיסטענס?

תגובהדורך masmid » פרייטאג אפריל 09, 2021 1:53 am

ווען כ'וואלט ווען געווען אויף כאפצעם'ס זייט וואלט איך מיך מחי' געווען צו זיין אין די רעזיסטענס פארטיי פרישע סקאנדאלן געבאקן נאך פסח יעדן טאג חדשים לבקרים אבער אזוי ווי איך בין אויף די אנדערע זייט וויל איך ענדערש יא זיין אין די פירענדע פארטיי ווי איידער פארקערט און אגאנצע צייט טראכטן א צי ווען איך קריטיר קוקט עס נישט אויס ווי סתם פון בויך ארויס אדער יש דברים בגו
איך בין א ''מתמיד'' און בין הסדרים פארברענג איך אויף ''אייוועלט''

אוועטאר
Rak Tov
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: כולל
פארבינד זיך:

Re: אנקעטע: איז בעסער צו זיין פירענדע פארטיי אדער אין די רעזיסטענס?

תגובהדורך Rak Tov » פרייטאג אפריל 09, 2021 10:48 am

masmid האט געשריבן:ווען כ'וואלט ווען געווען אויף כאפצעם'ס זייט וואלט איך מיך מחי' געווען צו זיין אין די רעזיסטענס פארטיי פרישע סקאנדאלן געבאקן נאך פסח יעדן טאג חדשים לבקרים אבער אזוי ווי איך בין אויף די אנדערע זייט וויל איך ענדערש יא זיין אין די פירענדע פארטיי ווי איידער פארקערט און אגאנצע צייט טראכטן א צי ווען איך קריטיר קוקט עס נישט אויס ווי סתם פון בויך ארויס אדער יש דברים בגו

מיט די נאמען כאפצעם מיינסטו לכאורה די מידיע,
און באמת זענען די רעפאבליקאנער אייביג אויף דיפענסיוו נישט קיין חלוק צו זיי זענען אינעם ווייסן הויז צו נישט


צוריק צו “נייעס קאך לעפל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט