די אפענע פעיק נוז און מידיע בייעס לטובת די דעמאקראטן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: אחראי, געלעגער

מסתמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

די אפענע פעיק נוז און מידיע בייעס לטובת די דעמאקראטן

תגובהדורך מסתמא » דינסטאג מארטש 30, 2021 11:50 pm

ווי הייבט מען אן?
זאל מען רעדן פון די ליצנות'דיגע ערשטע פרעסע קאנפערענץ וואס ביידען האט געגעבן?
פון די אלע פארפירערישע אגענדע געטריבענע העדליינס?
פון די אלע מאדנע (אומ)נייעסער פון וועלכע די מידיע מאכט א גאנצע בראטל?
אדער גאר פון די נייעסער וועלכע ווערן געלייגט אינטערן קארפעט ווייל סשטימט נישט מיט די ליבעראלע נערעטיוו? (א שטייגער ווי די יעצטיגע ערנסטע גרעניץ קריזיס ביים מעקסיקאנער גרעניץ)

דער אמת איז טראמפ איז געווען דער ערשטער פאליטיקאנט אזוי צו אדרעסירן דעם קינד ביים נאמען
ווי "פעיק נוז" "מידיע בייעס" וכו'
די פראבלעם איז נאר אז די דעמאקראטן פרובירן מיט ציין אין נעגל ארויסציכאפן דעם לעפל פון האנט און פארקויפן אז טראפ איז גאר דער בעל ה"פעיק נוז" און אז די רעפאבליקאנער זענען גאר די וועלכע ווערן געטריבן פון פאליטישע איינזייטיגקייט

הכר נא למי החותמת ולמי הפתילים, דא וועלן זאכן ווערן דאקומענטירט בשעת ס'פאסירט

זעהער
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: די אפענע פעיק נוז און מידיע בייעס לטובת די דעמאקראטן

תגובהדורך זעהער » דינסטאג מארטש 30, 2021 11:54 pm

מה פתאום???

שוין אזויפיל טינט אויסגעגאסן געווארן דא אויף אייועלט וועגן די נושא פארוואס דארף מען יעצט א נייע אשכול פאר דיע צוועק?
(דאכצעך אז ס’איז שוין דא א שיינע פאר אשכולים וואס רעדן ארים די נושא)

מסתמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: די אפענע פעיק נוז און מידיע בייעס לטובת די דעמאקראטן

תגובהדורך מסתמא » מיטוואך מארטש 31, 2021 12:19 am

זעהער האט געשריבן:מה פתאום???

שוין אזויפיל טינט אויסגעגאסן געווארן דא אויף אייועלט וועגן די נושא פארוואס דארף מען יעצט א נייע אשכול פאר דיע צוועק?
(דאכצעך אז ס’איז שוין דא א שיינע פאר אשכולים וואס רעדן ארים די נושא)

סאיז ציווארפן צווישן די נייעס אשכולות און איז נישט אינטערן קאך לעפל סאב-פארום ווי די שמוס באלאנגט

אנדערע אזאנע אשכולות מיטן קעפל "מידיע בייעס" איז געווארן געהיידזשעקט מיטן שטופן דעם נערעטיוו אז די מידיע איז גאר בייעס קעגן ביידן וכו'

זעהער
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: די אפענע פעיק נוז און מידיע בייעס לטובת די דעמאקראטן

תגובהדורך זעהער » מיטוואך מארטש 31, 2021 12:22 am

פאר וואס טראכסטו וועט דיע אשכול נישט ווערן געהיידזשעקט?

מסתמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: די אפענע פעיק נוז און מידיע בייעס לטובת די דעמאקראטן

תגובהדורך מסתמא » מיטוואך מארטש 31, 2021 12:53 am

פרישע באריכט צייגט אז פלארידע האט מעגליך געפעלשט און באהאלטן די עכטע צאל פון קאראנא טויטפעלער‎, מיט 5,000 טויטפאלן
----

וואס איז? א קענסער פאציענט וועלכע איז געשטארבן פון קאראונע קאמפליקאציעס איז געווארן פאררעכנט אלץ א קענסער טויטפאל און נישט קיין קאראונע טויטפאל?
בכלל, מן יאמר אז די באריכט איז בכלל אמת.. אפשר איז עס אזויווי די פאלטשע אויסגעזויגענע באשולדיגונג אז טראמפ האט זאגאר געסטראשעט די סעקרעטערי אוו סטעיט פון דזשארדזשיע אויב דרייט ער נישט איבער די עלעקשאן רעזאלטס, וועלכע האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אלץ הוילע ליגנט

לעצם הענין
ניו יארק האט לויט די אפיציעלע נאמבערס געהאט קרוב צו 50,000טויטפעלער (49,696 צו זיין מער פונקטליך )
ווס. פלארידע וועלכע האט געהאט לויט די אפיציעלע נאמבערס ארום 33,000 טויטפעלער.. (33,337 צו זיין מער פונקטליך)

לאמיר גיין לשטותם אז מהאט באהאלטן א צאל טויטפעלער, ני לייג צו נאך 5,000 טויטפעלער..
די פלאמעדיגע בושות פון ניו יארק ווערן נישט קיין סאך קלענער און די מעכטיגע פענאמענאל סוקסעס פון פלארידע ווערט נישט קיין סאך קלענער
לאמיר נישט פארגעסן אז די נאמבערס פון ניו יארקס נורסינגהיים ערמארדעטע ווייסט נאכנישט קיינער עכט,
אזוי אויכעט אז די האומס פאר גייסטיש באגרעניצטע אין ניו יארק האבן געהאט די זעלבע פאליסי פון ארייננעמען מיט געוואלד די קאראונע אנגעשטעקטע און דערמיט אינפעקטירט די גאנצע האום (וואס איז משום סיבה נאכנישט אינטערן ספאט לייט)

בקיצור, האמיר דא בערך 5 סטעיטס וועלכע האבן געהאט ענליכע רציחה גיידליינס צו ניו יארק און סאיז שטיל,.. נאר אין ניו יארק הערט מען אביסל אביסל רודערן, כהאב ערגעץ געזעהן אז די וועלכע האבן רעקאמענדירט די פאליסיס זענען היינט אינגעשטעלט לענגאויס די ביידען אדמיניסטראציעס העלט דעפארטמענטס, מאכט סענס אז סאיז דא אן אינטערעסע עס צו לייגן אינטערן קארפעט
----

נאך איין נקודה
אין ניו יארק איז דא א סקאנדאל אז די גאווערנער האט בידים געהארגעט די אלטע לייט פון די נורסינגהאום'ס און דערנאך האט ער ארומגעשפילט מיט די נאמבערס צו פארדעקן זיין מעשי רציחה.
וואס מאכסטו די זעלבע סקאנדאל פאר א גאווערנער וועלכע האט בשב ועל תעשה נישט געמאכט גענוג צוימונגען וועלכע "דו" האלטסט אז ער וואלט ווען געזאלט מאכן.. ?
ער מוז נישט קיינעם פאלגן, ער איז עלעקטעט געווארן ביי די פלארידע באפעלקערונג און דאס איז וואס זיי ווילן..
ער האט יא אין חשבון גענימען די זאכן וועלכע דאקטער פאוטשי האט אויסגעלאזט, ווי עקאנאמיע און חנוך..אדער מענטל העלט און פערסאנאל ליבערטי..
אויף קיין איינס פון די זאכן האט נישט דאקטער פאוטשי קיין דעגרי..

וואס איז די אינטערעסע אין באהאלטן די נאמבערס?
וואס איז די סקאנדאל טאמער די נאמבערס זענען נישט ריכטיג?
דאס איז אויסדריקליך נישט קיין צישטעל צו ניו יארק

סיכום: דיס קלעים איז דיספיוטעט און איז אינדערויסן פון קאנטעקסט
לעצט פאראכטן דורך מסתמא אום מיטוואך מארטש 31, 2021 12:56 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

מסתמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: די אפענע פעיק נוז און מידיע בייעס לטובת די דעמאקראטן

תגובהדורך מסתמא » מיטוואך מארטש 31, 2021 12:55 am

זעהער האט געשריבן:פאר וואס טראכסטו וועט דיע אשכול נישט ווערן געהיידזשעקט?

כמיין אז די קעפל איז גענוג קלאר און די דאזיגע אשכול איז אין די ריכטיגע סאב-פארום

Programming
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: די אפענע פעיק נוז און מידיע בייעס לטובת די דעמאקראטן

תגובהדורך Programming » מיטוואך מארטש 31, 2021 1:26 am

די פלארידא סקאנדאל איז דאך אלטע זאכן וואס יעדער האט מיטגעהאלטן במשך די מגיפה, וויאזוי מען האט געקאכט די ביכער און באזייטיגט - און שפעטער גענוצט די סטעיט פאליציי צו טעראריזירן - די איינגעשטעלטע וואס האבן נישט געוואלט גיין אין שפאן.

מיט דעם אלעם האט פלארידע פארט געהאט בעסערע ציפערן ווי אנדערע סטעיטס וועלכע האבן יא גענומען מער ערנסט די סכנה, צוליב א רייע סיבות

אין ניו יארק, טראץ די מידיא שטורעם און די אנגענומענע פאקט ביי קינד און קייט אז קאומא האט אויסגעהארגעט נוירסינג האום'ס, איז אבער דער מציאות אז די ארדער האט זיך באצויגן בלויז צי אזעלכע וואס האבן זיך שוין געהאט ערהוילט פון קאראנע, איינער וואס איז געקומען אין שול 5 אדער 10 טעג נאכן טעסטן פאזיטיוו פאר קאראנע איז דער זעלבער רוצח (פון די וואס זענען געקומען בשעת'ן זיין אנגעשטעקט מיט קאראנע רעדט מען דאך בכלל נישט). וואס איז אבער יא קלאר געווען א פארברעך וואס טאר נישט פארשוויגן ווערן איז געווען די במזיד'יגע פרואוו צו מאכן א קאווער אפ אויף די צאל נוירסינג האום טויטן.

סאו איך בין מסכים אז עס איז אויסדרוקליך נישט קיין דמיון ניו יארק צו פלארידע, בעת דער דעסאנטיס האט בלוט אויף די האנט פאר זיין לייכטזיניגע צוגאנג צו פובליק העלט, קען מען דאס נישט זאגן אויף קאומא. און אפילו דאס קאכן די ביכער וואס ביידע האבן געטון, איז אין ניו יארק בלויז געווען פאר פערזענליכע פאליטישע פארדינסטן אבער אין פלארידע איז דאס געווען צו בידים ווייטער שטופן א לייכטזיניגע נאראטיוו וואס האט אומגעברענגט טויזענטער מענטשן.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6624
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: די אפענע פעיק נוז און מידיע בייעס לטובת די דעמאקראטן

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך מארטש 31, 2021 1:45 am

א די׳פראגראמינג איז פאסיג
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

מסתמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: די אפענע פעיק נוז און מידיע בייעס לטובת די דעמאקראטן

תגובהדורך מסתמא » מיטוואך מארטש 31, 2021 1:49 am

Programming האט געשריבן:די פלארידא סקאנדאל איז דאך אלטע זאכן וואס יעדער האט מיטגעהאלטן במשך די מגיפה, וויאזוי מען האט געקאכט די ביכער און באזייטיגט - און שפעטער גענוצט די סטעיט פאליציי צו טעראריזירן - די איינגעשטעלטע וואס האבן נישט געוואלט גיין אין שפאן.

אלטע זאך? מקורות ביטע?

אין ניו יארק, טראץ די מידיא שטורעם און די אנגענומענע פאקט ביי קינד און קייט אז קאומא האט אויסגעהארגעט נוירסינג האום'ס, איז אבער דער מציאות אז די ארדער האט זיך באצויגן בלויז צי אזעלכע וואס האבן זיך שוין געהאט ערהוילט פון קאראנע,

וואס מיינט ערהוילט? געטעסט נעגעטיוו? אדער געווארן דיסטשארדזשד פון האספיטאל מיט אן אקסידזשן טאנק?... כמיין אז מיר ביידע ווייסן די תירוץ
וואס איז אבער יא קלאר געווען א פארברעך וואס טאר נישט פארשוויגן ווערן איז געווען די במזיד'יגע פרואוו צו מאכן א קאווער אפ אויף די צאל נוירסינג האום טויטן.

זינט ער איז "יא" א קאלטבלוטיגער מערדער איז די קאווער אפ א דאפלטער פארברעך

סאו איך בין מסכים אז עס איז אויסדרוקליך נישט קיין דמיון ניו יארק צו פלארידע, בעת דער דעסאנטיס האט בלוט אויף די האנט פאר זיין לייכטזיניגע צוגאנג צו פובליק העלט,

נאכאמאל, דאס נישט מאכן קיין געזעצן וואס "דו" האלטסט פאר ריכטיג מאכט אים נאכנישט אלץ א מערדער

מענטשן זענען נישט קיין בעלי חיים און קענען זיך אליינס, מדעת עצמם, איינשפארן, מדארף נישט קיינעמס "העלפ" דאס צו טון

אפילו דאס קאכן די ביכער וואס ביידע האבן געטון

נאכאמאל, ווער זאגט?
קאומאו איז יא גאנץ קלאר אז ער האט פארדעקט במזיד די נאמבערס
אין ניו יארק איז דאס בלויז געווען פאר פערזענליכע פאליטישע פארדינסטן אבער אין פלארידע איז דאס געווען צו בידים ווייטער שטופן א לייכטזיניגע נאראטיוו וואס האט אומגעברענגט טויזענטער מענטשן.

ערשטנס, ווי פריער דערמאנט, אין ניו יארק האט מען פרובירט צו פארדעקן דעם גאווערנערס "מעשי רציחה בפועל"

צווייטנס, אין פלארידע האט די גאווערנמענט "בפועל" קיינעם נישט געהארגעט

דריטנס, די נעראטיוו איז אפשר לשיטתך לייכטזיניג, יענער מעג אבער דיסעגריען, ועל כולם קוק אויף די פאקטישע נאמבערס
אויב זאל איך אפילו גיין מיט די הנחה אז די נאמבערס פון ניו יארק און פלארידע זענען די זעלבע (פאר די סעיק אוו די ארגיומענט) איז דאס שוין גענוג אז די גאווערנמענט זאל נישט האבן קיין רעכט מיך צו צוימען
און דאס דארף זיין א קלארע אנדייטונג אז די אלע צוימונגען זענען בעלאוניס

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: די אפענע פעיק נוז און מידיע בייעס לטובת די דעמאקראטן

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך מארטש 31, 2021 8:32 pm

אזאנע שקרים דער אשכול, כאילו די מידיע רעדט פון דעסאנטיס א פערטל ווי קואמא, אדער כאילו זיי זענען נישט ביזי יומם ולילה מיט אפאר טויזנט מענטשן ביים גרעניץ.

די דעסאנטיס איז אן אלטע זאך, וואס די מידיע האט כמעט נישט געדעקט.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אברהם ווייס
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 28, 2020 9:02 pm

Re: די אפענע פעיק נוז און מידיע בייעס לטובת די דעמאקראטן

תגובהדורך אברהם ווייס » מיטוואך מארטש 31, 2021 9:51 pm

דריטנס, די נעראטיוו איז אפשר לשיטתך לייכטזיניג, יענער מעג אבער דיסעגריען, ועל כולם קוק אויף די פאקטישע נאמבערס
אויב זאל איך אפילו גיין מיט די הנחה אז די נאמבערס פון ניו יארק און פלארידע זענען די זעלבע (פאר די סעיק אוו די ארגיומענט) איז דאס שוין גענוג אז די גאווערנמענט זאל נישט האבן קיין רעכט מיך צו צוימען
און דאס דארף זיין א קלארע אנדייטונג אז די אלע צוימונגען זענען בעלאוניס

לייג צו דעם פאקט אז פלארידע האט א 10 פערצענט גרעסערע באפעלקערונג,

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: די אפענע פעיק נוז און מידיע בייעס לטובת די דעמאקראטן

תגובהדורך יש לו מנה » פרייטאג אפריל 02, 2021 1:54 pm

א קענסער פאציענט וואס האט באקומען קאראנע און איז פון דעם געשטארבן, איז א קאראנע טויטפאל.

דאס אז קאומא האט אויך געטוהן שווינדעלערישע שריט, מאכט נישט בעסער אדער ערגער די סקאנדאל פון דיסענטיס, רעכיל האט נישט מיט מעכיל.

טראמפ האט ’’יא’’ געסטראשעט די דזשארדזשיע סא’’ס, ס’’ה דאס וואס מ’האט באשטעטיגט אלס פאלש רעדט זיך פון א אנדערע עפיזאד.

ס’’ה דו האסט די זעלבע בייעס ווי אלע אנדערע מענטשליכע מענטשן געמאכט פון פלייש און ביין.
אין עהרע פון @נישט ווי יעדעם.

אין עהרע פון @כסלו

למען אחינו ואחותינו המצפים לישועה להתב’ בזש’’ק

היום שמונה ועשרים יום לסדר ארבעים יום תהילים ברציפות

האסט נאך נישט גענומען? כאפ דיך ’’יעצט’’. מיט.
עוועילעבעל אין מחזור ב’, ס’’א - פ’’א.

מסתמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: די אפענע פעיק נוז און מידיע בייעס לטובת די דעמאקראטן

תגובהדורך מסתמא » פרייטאג אפריל 02, 2021 2:20 pm

יש לו מנה האט געשריבן:א קענסער פאציענט וואס האט באקומען קאראנע און איז פון דעם געשטארבן, איז א קאראנע טויטפאל.

דאס אז קאומא האט אויך געטוהן שווינדעלערישע שריט, מאכט נישט בעסער אדער ערגער די סקאנדאל פון דיסענטיס, רעכיל האט נישט מיט מעכיל.

טראמפ האט ’’יא’’ געסטראשעט די דזשארדזשיע סא’’ס, ס’’ה דאס וואס מ’האט באשטעטיגט אלס פאלש רעדט זיך פון א אנדערע עפיזאד.

ס’’ה דו האסט די זעלבע בייעס ווי אלע אנדערע מענטשליכע מענטשן געמאכט פון פלייש און ביין.

1] דאס אז א קענסער פאציענט מיט קאראונע הייסט א קאראונע טויטפאל איז בלויז אייער אפיניען, כהאף אז איר פארשטייט דאס

2] סאיז נישט דא קיין סקאנדאל איבער דיסענטיס, אפשר אין די "מידיע" אבער נישט אין "פאקט"

3] טראמפ האט נישט געסטראשעט די דזשארדזשיע סעקרעטערי אוו סטעיט, נעמליך סאיז רעקארדירט און יעדער קען עס הערן..
די סקאנדאל וועלכע כהאב געברענגט איז טאקע פון א צווייטער איינגעשטעלטער

ס"ה, דא זעה איך נישט ביי מיר קיין בייעס

זעהער
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: די אפענע פעיק נוז און מידיע בייעס לטובת די דעמאקראטן

תגובהדורך זעהער » פרייטאג אפריל 02, 2021 6:10 pm

כ’האף אז @מסתמא האט זיך אנגעגארטעלט מיט אסאך נערווען צו ענטפערען אויף יעדע נארישע טענה וואס ניקים גייען דא שרייבן

מסתמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: די אפענע פעיק נוז און מידיע בייעס לטובת די דעמאקראטן

תגובהדורך מסתמא » מיטוואך אפריל 07, 2021 9:49 am

נאך די העכסט וויכטיגע "וואוטינג אינטעגריטי" ביל וועלכע דזשארדזשיע האט אדורכגעפירט, לאמיר זעהן וויאזוי די כלומרשט אידעפענדענט CNN באריכט עס:

"דזשארדזשיע נייע געזעץ צו אינטערדריקן דאס שטימען, א טראמפ געווינס"

20210407_093414.jpg
20210407_093414.jpg (210.41 KiB) געזעהן 619 מאל

פאלטש און פארפירעריש!!
(די פאקטן און דעטאלן פון דעם געזעץ קענט איר זעהן אין דעם אשכול)

---------------

טיפיקעל דעמאקראט, קוק צוויי בילדער און פארמאך דיין קאפ
צוגעלייגטע
20210407_093735.jpg
20210407_093735.jpg (549.87 KiB) געזעהן 619 מאל
לעצט פאראכטן דורך מסתמא אום מיטוואך אפריל 07, 2021 12:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Programming
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: די אפענע פעיק נוז און מידיע בייעס לטובת די דעמאקראטן

תגובהדורך Programming » מיטוואך אפריל 07, 2021 9:55 am

דאס איז שוין שפיץ אראגאנץ, דו עפנסט א אשכול ווי דו שרייבסט דיין מיינונג איבער דעם געזעץ, און דערנאך נוצטו דאס פאר א רעפערענץ און א הוכחה אין א צווייטן אשכול איבער צו ווייזן די "פאלשקייט" פון ווער עס שרייבט די פאקטן אנשטאט דיינע ספין'ס, און דאס אלעס בו בזמן וואס דו האסט נאכנישט גענומען די מי צו טון דיין האום ווארק אויף די היסטאריע פון וואוט סופרעשאן אין די גאלדענע אמעריקע.

מסתמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: די אפענע פעיק נוז און מידיע בייעס לטובת די דעמאקראטן

תגובהדורך מסתמא » מיטוואך אפריל 07, 2021 10:04 am

דא האט איר AP קלעסיק וועג פון באריכטן א רעפאבליקען גינסטיגע נייעס

20210407_095758.jpg
20210407_095758.jpg (532.76 KiB) געזעהן 601 מאל

מסתמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: די אפענע פעיק נוז און מידיע בייעס לטובת די דעמאקראטן

תגובהדורך מסתמא » מיטוואך אפריל 07, 2021 10:05 am

Programming האט געשריבן:דאס איז שוין שפיץ אראגאנץ, דו עפנסט א אשכול ווי דו שרייבסט דיין מיינונג איבער דעם געזעץ, און דערנאך נוצטו דאס פאר א רעפערענץ און א הוכחה אין א צווייטן אשכול איבער צו ווייזן די "פאלשקייט" פון ווער עס שרייבט די פאקטן אנשטאט דיינע ספין'ס, און דאס אלעס בו בזמן וואס דו האסט נאכנישט גענומען די מי צו טון דיין האום ווארק אויף די היסטאריע פון וואוט סופרעשאן אין די גאלדענע אמעריקע.

איר זענט מכובד צו קומען אין יענע אשכול זיך אויס'טענה'ן, מהאמיר געלייגט א לינק אהין פאר יעדעם צו ליינען און אויב האט איר דארטן רעכט וועט קיינער חלילה נישט ווערן איבערגענומען פון וואס איך שרייב דא

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: די אפענע פעיק נוז און מידיע בייעס לטובת די דעמאקראטן

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 3:42 pm

מסתמא האט געשריבן:

ער טוט דאס.

אבער דו מעגסט האבן די דיגניטי צו אנערקענען אז וואס דו שרייבסט דא איז אין א דעבאטע.

על כל פנים, געב קרעדיט פאר טרוט ניוז פארן שרייבן אז עס איז א זיג פאר טראמפ.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

מסתמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: די אפענע פעיק נוז און מידיע בייעס לטובת די דעמאקראטן

תגובהדורך מסתמא » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 4:05 pm

צל עובר האט געשריבן:

איך זעה נישט דארט קיין צוויי צדדים איבער דעם ביל..

איך האב דא אהערגעשטעלט א לינק און יעדער קען אליינס אהינגיין זעהן ווער ס'האט רעכט

----

סאו "פעיק ניוז CNN" ווערט מיר יעצט טרוט ניוז ווייל זיי שרייבן אז דאס איז א טראמפ געווינס?? ניין!!

(דאס פראווד נאר בס"ה אז זיי אליינס ווייסן אויכעט זייער גוט אז ביז אהער איז געוועזן וואוטער פראוד.... פאר טענה'רייען לאמיר גיין צום אשכול וואו די שמוס געהערט)

מיין פוינט איז געווען אז:
CNN רופט אן דעם נייעם ביל "וואוטער סופרעשאן" אויף תולה ארץ, אן קיין שום נארמאלע לאגיק

ווייל CNN איז פעיק ניוז און וויל דיר פארדרייען דעם קאפ
.

גיי פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: די אפענע פעיק נוז און מידיע בייעס לטובת די דעמאקראטן

תגובהדורך גיי פארשטיי » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 8:14 pm

Programming האט געשריבן:דאס איז שוין שפיץ אראגאנץ, דו עפנסט א אשכול ווי דו שרייבסט דיין מיינונג איבער דעם געזעץ, און דערנאך נוצטו דאס פאר א רעפערענץ און א הוכחה אין א צווייטן אשכול איבער צו ווייזן די "פאלשקייט" פון ווער עס שרייבט די פאקטן אנשטאט דיינע ספין'ס, און דאס אלעס בו בזמן וואס דו האסט נאכנישט גענומען די מי צו טון דיין האום ווארק אויף די היסטאריע פון וואוט סופרעשאן אין די גאלדענע אמעריקע.

און פאר די פאקטן קוק דא.
viewtopic.php?f=110&t=46162&start=50#p2696873

אוועטאר
נארמאליזעם
שר האלפיים
תגובות: 2252
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

Re: די אפענע פעיק נוז און מידיע בייעס לטובת די דעמאקראטן

תגובהדורך נארמאליזעם » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 9:36 pm

אברהם ווייס האט געשריבן:
דריטנס, די נעראטיוו איז אפשר לשיטתך לייכטזיניג, יענער מעג אבער דיסעגריען, ועל כולם קוק אויף די פאקטישע נאמבערס
אויב זאל איך אפילו גיין מיט די הנחה אז די נאמבערס פון ניו יארק און פלארידע זענען די זעלבע (פאר די סעיק אוו די ארגיומענט) איז דאס שוין גענוג אז די גאווערנמענט זאל נישט האבן קיין רעכט מיך צו צוימען
און דאס דארף זיין א קלארע אנדייטונג אז די אלע צוימונגען זענען בעלאוניס

לייג צו דעם פאקט אז פלארידע האט א 10 פערצענט גרעסערע באפעלקערונג,

און אז נוא יארק סיטי איז די מערסטע צושטיפטע סיטי אין גאנץ אמעריקא

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: די אפענע פעיק נוז און מידיע בייעס לטובת די דעמאקראטן

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 11:35 pm

מסתמא האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:דאס איז שוין שפיץ אראגאנץ, דו עפנסט א אשכול ווי דו שרייבסט דיין מיינונג איבער דעם געזעץ, און דערנאך נוצטו דאס פאר א רעפערענץ און א הוכחה אין א צווייטן אשכול איבער צו ווייזן די "פאלשקייט" פון ווער עס שרייבט די פאקטן אנשטאט דיינע ספין'ס, און דאס אלעס בו בזמן וואס דו האסט נאכנישט גענומען די מי צו טון דיין האום ווארק אויף די היסטאריע פון וואוט סופרעשאן אין די גאלדענע אמעריקע.

איר זענט מכובד צו קומען אין יענע אשכול זיך אויס'טענה'ן, מהאמיר געלייגט א לינק אהין פאר יעדעם צו ליינען און אויב האט איר דארטן רעכט וועט קיינער חלילה נישט ווערן איבערגענומען פון וואס איך שרייב דא

ער טוט דאס.

אבער דו מעגסט האבן די דיגניטי צו אנערקענען אז וואס דו שרייבסט דא איז אין א דעבאטע.

על כל פנים, געב קרעדיט פאר טרוט ניוז פארן שרייבן אז עס איז א זיג פאר טראמפ.

איך זעה נישט דארט קיין צוויי צדדים איבער דעם ביל..

איך האב דא אהערגעשטעלט א לינק און יעדער קען אליינס אהינגיין זעהן ווער ס'האט רעכט

----

סאו "פעיק ניוז CNN" ווערט מיר יעצט טרוט ניוז ווייל זיי שרייבן אז דאס איז א טראמפ געווינס?? ניין!!

(דאס פראווד נאר בס"ה אז זיי אליינס ווייסן אויכעט זייער גוט אז ביז אהער איז געוועזן וואוטער פראוד.... פאר טענה'רייען לאמיר גיין צום אשכול וואו די שמוס געהערט)

מיין פוינט איז געווען אז:
CNN רופט אן דעם נייעם ביל "וואוטער סופרעשאן" אויף תולה ארץ, אן קיין שום נארמאלע לאגיק

ווייל CNN איז פעיק ניוז און וויל דיר פארדרייען דעם קאפ
.

זיי זענען שטייצעך נישט מודה אויף גארנישט וועגן דעם ביג ליי, זיי שרייבן נאר כדרכם דעם אמת, וואס דא איז עס אז דער נייער געזעץ איז א געווינס פאר טראמפ. (ווייל עס איז געבויט אויף זיין נערעטיוו, דער פלניא גזלנא ביג ליי.)

דער ציל פון דעם ביל איז זיכער צו סופרעסן די לינקע וויילער, האסט עני אנדערע סיבה פארוואס נישט צו לאזן טיילן קיין וואסער?

(טוט עס טאקע אפעקטיוו סופרעסן די וויילער? דאס בין איך טאקע שוין נישט אזוי זיכער, איך האלט אז עס קען בעקפייערן. חוץ דער אומדערהערטער חלק אז דער לעגיסלאטור דארף באשטעטיגן די וואלן.)
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 17173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: די אפענע פעיק נוז און מידיע בייעס לטובת די דעמאקראטן

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » פרייטאג אפריל 09, 2021 7:47 am

צל, א יעס אר נאו שאלה:
דו פארשטייסט באמת נישט פארוואס א רעגירונג זאל פארבאטן פאר גרופעס אדער יחידים צו טיילן וואסער פאר וויילער בשעת'ן וועהלן (אויסער סופרעשן)?
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.

מסתמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: די אפענע פעיק נוז און מידיע בייעס לטובת די דעמאקראטן

תגובהדורך מסתמא » פרייטאג אפריל 09, 2021 7:54 am

נארמאליזעם האט געשריבן:
אברהם ווייס האט געשריבן:
דריטנס, די נעראטיוו איז אפשר לשיטתך לייכטזיניג, יענער מעג אבער דיסעגריען, ועל כולם קוק אויף די פאקטישע נאמבערס
אויב זאל איך אפילו גיין מיט די הנחה אז די נאמבערס פון ניו יארק און פלארידע זענען די זעלבע (פאר די סעיק אוו די ארגיומענט) איז דאס שוין גענוג אז די גאווערנמענט זאל נישט האבן קיין רעכט מיך צו צוימען
און דאס דארף זיין א קלארע אנדייטונג אז די אלע צוימונגען זענען בעלאוניס

לייג צו דעם פאקט אז פלארידע האט א 10 פערצענט גרעסערע באפעלקערונג,

און אז נוא יארק סיטי איז די מערסטע צושטיפטע סיטי אין גאנץ אמעריקא

איר פארשטייט אליינס אז דאס איז סתם א ספין

זינט איר קענט נישט אויפוויייזן אז די קאראונע אנגעשטעקטע זאלן וואוינען דוקא אין די סיטי

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בלעקבארד, מסתמא, פארצייטיש און 7 געסט