כאפצעם האט געשריבן: פאסט טרעגער האט געשריבן: א חלק פין די ליגענטס:
סארי אבער קיין איין ליגענט דא.
לאמיר זעהן
כאפצעם האט געשריבן: פאסט טרעגער האט געשריבן:[left]Biden says: “We’re sending back the vast majority of families who are coming” to the border.
Reality: The actual figure is about 13 percent of families being turned away.
צוויי אנדערע זאכן, דו רעדטסט פון די וואס מ'דרייט תיכף אויס מיט א בואו בשלום, און ער רעדט פון די וואס באקומען א קאורט דאטום, גייען דורך דעם פראצעדור, און עווענטואל דעפארטירט.
נו, לאמיר זעהן וויפיל פראצענט קומען בכלל אן צום קאורט
זעה
דא און
דא43 פראצענט אומלעגאלע אימיגראנטן אויף דער פריי האבן אין יאר 2017 "געפעילט" צו ערשיינען פארן געריכט
49 פראצענט פון הפקר קינדער אימיגראנטן אן קיין עלטערן זענען אין יאר 2017 נישט ערשינען בכלל צום קארט.. ווער איז אחראי אויף זיי? וואס טוט מען מיט זיי?
נאך א נקודה, די "ריעליטי" איז אז גאר אסאך אימיגראנטן פון די דרום "קלעימען" אזיל רעכטן ווייל זיי זענען כלומר'שט "פארפאלגט" פון זייער לאקאלע רעגירונג אדער מאפיא/קארטעל גרופעס
(נישט אויסמישן אז זיי זוכן בלויז בעסערע לעבנס באדינגונגען, דאס קוואליפיצירט נאכנישט דעם טיטל רעפיודזשי)
דאס לייגט זיי אריין אין א פראצעדור פון יארן יארן לאנג ביוראקראטיע ביזן ארויסקריכן מיט א געריכטליכע אורטייל,
וואס פאסירט ביז דעמאלטס? זיי באקומען סאושל סעקיוריטי קארטלעך און ווערן צישיקט לענגאויס גאנץ אמעריקע!! און זייערע קינדער זענען שוין אמעריקאנע געבוירענע.. אלעס דורכן שפילן מיט די ביוראקראטישע סיסטעם
זעה
דא די ליצנות'דיגע ריעליטי פון "קעטש ענד באס"
די איבערוויגנדע צאל אימיגראנטן קומען פון דרום אמעריקע
זעה
דאארום 1.3 מיליאן אימיגראנטן קעיסעס זענען איצטערט פענדינג לענגאויס אמעריקע...
זעה
דא--------
@כאפצעם לעבן, דאס איז די ריעליטי
די אימיגראציע אין אמעריקע איז ליצי לצנות און אונזער פרעזידענט שיקט אויסדריקליך "נישט" צוריק די "וועסט מעדזשאריטי" פאמיליעס וועלכע קומען אריין קיין אמעריקע
סיכום:
ביידען האט געזאגט א פארפירערישע ליגנטכאפצעם האט געשריבן: פאסט טרעגער האט געשריבן:Biden says: “The idea that I’m going to say, which I would never do, if an unaccompanied child ends up at the border, we’re just going to let them starve to death and stay on the other side, no previous administrations did either, except Trump.”
Reality: Trump never sent any kids off to starve to death. Many were flown back to their home countries.
סתירה מיניה וביה, "געפלויגן צוריק צו זייער היימלאנד" איז דאך היינו געשיקט צום הינגערן! און חוץ מזה האט טראמפ געהאט אן אגריעמענט מיט מעקסיקאו און יעדער אנקומענדער, יונגעלייט און קינדער, זאטע און אויסגעהינגערטע צוגלייך, זענען געוויזן געווארן דעם רוקן צוריק אריין צו די קארטעלס אין מעקסיקאו.
אמת, אמעריקאנער בירגער האבן אסאך א בעסערע לעבן אין אסאך הינזיכטן ווי די וועלכע וואוינען אין סאוט אמעריקע
אבער, די איבערוויגנדע מערהייט אימיגראנטן וועלכע קורסירן די באורדער זעהען מיר אויס צו זיין פיין אנגעפאשעט
אז דו מאכסט א קלעים אז סגייט דארטן פאר א הונגער עד כדי כך אז אמעריקע זאל זיין מחיוב צו אריינעמען מיליאנען "אזיל רעכט" זוכער ברויכסטו צישטעלן דעקונג
(מיין
גוגל סורטש ווייזט אז צען פראצענט יונייטעד סטעיט סיטיזענס הונגערן... סאו איך ווייס נישט.. אפשר דארף מען עס ווייזן פאר די אימיגראנטן..)
בנוגעה טראמפס דיעל מיט מעקסיקאו...
דא האסטו די וואשינגטאן פאוסט אפלייקענען אז אזא דיעל עקזיסטירט בכלל
צו געבן קאנטעקסט, כווייס נישט אויב @כאפצעם געדענקט נאך זיין דעמאלטסדיגע נערעטיוו.. אבער מיר געדענקען יא
נעמליך, טראמפ איז דאך אזא מין משוגענער, ער איז נישט מענטעלי בכח צו דורכפירן קיין שום דיעלס..
היינט ווידעראום, איז די נערעטיוו אז טראמפ האט דאך אזויפיל חרוב געלייגט
בקיצור, ער האט קיינמאל נישט געמאכט קיין דיעל, אבער אויב יא איז עס ביטער שלעכט...
אלענפאלס, נישט איך און נישט דו האבן געזעהן דעם דיעל, סאו אויב אזא דיעל עקזיסטירט בכלל.. איז נישטא קיין שום אינדיקעישן אז טראמפ האט געמאכט א דיעל צו פארשיקן די "אזיל רעכט זוכער" זאגאר צו די דראג קארטעל... אזוי אויכעט איז נישטא קיין שום אינדיקעישן אז ער האט נישט געמאכט א חילוק צווישן הונגעריגע און זאטע...
----
כהאב געזוכט אויפן געוועב וואס ספאסירט צו די קינדער וועלכע ווערן דעפארטירט צוריק צו זייער היימלאנד און
דאס האב איך געפינען..
1 די קינדער בלייבן מיט חובות פון די שווערצעריי הוצאות קיין אמעריקע..
2 סקען האבן אן אויסווירקונג אויף זייער מענטל העלט.. און בכלל בלייבט מען מיט א סטיגמע..
3 ווייאלענס פון גענגס וועלכע רעדן זיך איין אז די ארעסטירטע דעפאטירטע האבן מיט זיך געלט..
וואס שייך צו זאגן, דאס מיינט, זיך אויסגעקראצט מיט נערישע טאלקינג פוינטס וועלכע מאכן נישט קיין טראפ סענס פאר סיי וועלכע רעכטדענקיגע מענטש
1 די זעלבע חובות וואלטן זיי געהאט אין אמעריקע אויכעט, און בכלל, וואס גייט עס מיר אן? איך האב אויכעט חובות.. אשר ע"כ זאל מען מאכן פונעם געזעץ א ליצנות און זיי לאזן דא?
2 יענער איז באגאנגען א פארברעכן, וואס גייט מיך אן זיין סטיגמע? אויב וואלט ער געווען אינטער סכנה וואלט מען אים דאך נישט דעפאטירט
3 כגלייב נישט אז די גענגס זענען אזוי נעריש צו מיינען אז מקומט ארויס פון תפיסה מיט א זאק געלט.. און בכלל אויב יענער קען פראוון אז ער איז אינטער סכנה פון גענג מעמבערס וואלט מען דאך אים נישט דעפאטירט אין די פירסט פלעיס
----------
סיכום:
ביידען האט געזאגט א פארפירערישע ליגנטטראמפ האט נישט געשיקט קיין קינדער הונגערן צום טויט, אין פאל וואס יא, וואלטן זיי קיינמאל נישט געווארן דעפאטירט, זיי זענען קוואליפיצרט צו בלייבן אין די US אינטערן SIJS פראטעקשאן
זעה
דאכאפצעם האט געשריבן: פאסט טרעגער האט געשריבן:Biden says: “No, I haven’t” ever rejected bipartisanship.
Reality: His executive orders and legislative agenda couldn’t be more divisive or partisan. His COVID relief pack was passed zero Republican votes. And he refuses to deal with any Republicans who won’t accept 100 percent of his agenda.
נישט ריכטיג, וואס הייסט ער איז נישט גרייט געווען? זיין סאמע ערשטע אוועל אפיס זיצונג אלס פרעזידענט איז דאך געווען נישט מיט דעמאקראטן בכלל נאר גאר מיט רעפובליקען סענעטארן! ער איז גרייט געווען אויף פילע טוישונגען, סיי אין די פארדינסטן קוואליפיקאציעס, סיי אין די אנאימפלוימענט סכומים, וכו' וכו' אבל מה יעשה אז די קאונטער אפפער פון א "דריטל" פון זיין ארגינעלע נומבער איז פשוט שטייצעך נישט קיין סיריעס אפפער וואס סייווער האט געטראכט דאס איז אן ערענסטע פראפאסעל. און שטייצעך אז ער, וועם די אמעריקאנער פיפל האט ערוויילט, האט די פולסטע רעכט צו שטעלן זיין אזשענדע.
חוץ מזה איז דיין פעקט טשעק דא א טעות בשורש, ביידען רעדט נישט פון מיטש מעקאנעל וכו' די אנדערע העק/סוואמפ רעפובליקענס אין וואשינגטאן. ער זאגט קלאר די רעפובליקענס אין לאנד, ביי די עמך עולם איז דער ביל בייפארטיזען! ונכון מאוד הוא.
אזא ענטפער ברויך מען בוק-מארקן
הייסט, דאס מאכן א זיצונג מיט די קעגנערישע פארטיי איז קאנסידערט ביי דיר בייפארטיזענשיפ?
שטעל דיר פאר ווען די רעפאבליקאנער וועלן קאנטראלירן ביידע הייזער מיטן פרעזידענט זיץ און זיי וועלן מאכן א נערישע מיטינג פארנט פון די קאמרעס אן קיין שום פאקטישע רעזאלטס אויב אזאנס וועט דיר דעמאלטס אויכעט באפרידיגן..
וועט דעמאלטס זיין פעיר צו זאגן אז דער פרעזידענט "פאראייניגט" דאס לאנד און פירט אדורך א "ביי-פארטיזען" ביל.. בלויז ווייל ער האט געמאכט א צירקוס זיצונג??
בכלל, די פאקט אז ביידען האט נישט געוואלט אננעמען די קלענערע ביל פארגעשלאגן דורך די ריינאו סענאטארן, דאס פארענטפערט נאכנישט פארוואס ער האט למעשה "גארנישט" געטוישט אין זיין ביל אז סזאל כאטשיג "עפעס" באפרידיגן די רעפאבליקאנער פארטיי
ביידען איז געווען אנטשלאסן צו ספענדן אזא ריזיגע סכום יהיה מה שיהיה..
יעצט לאמיר גיין צום שורש פון וואס דו רעדסט, ביסט אומאפיציעל מודה אז דאס זיין "ביי-פארטיזען" באדייט נישט אין די ליבעראלע לעקסיקאן מיטארבעטן מיט די געגנערישע פארטיי..
דאס מיינט נאר, שטופן מיין אייגענע פארטייס אגענדע און זאגן אז איך יונייט דערמיט דאס לאנד... ווייל איך פארטרעט דעם המון עם...
ווער איז דער עמך עולם? וויאזוי ווייסט מען וואס זיי האלטן?
געוויסע אנקעטעס וועלכע דו האסט נאכגעברענגט בנוגעה דעם ביל זענען געוועהן מיאוס אףף ביי די לעצטע עלעקשאנס, אין פעיווער פון די דעמאקראטן
לדוגמה
דא האסטו געברענגט א מארנינג קאנסאולט אנקעטע אז ביידענס אפראוול רעיטינג איז ארויף מיט 7 פראצענט נאך די סטימולוס ביל..
זעה אבער
דא ווי אףף זיי זענען געווען ביי די לעצטע וואלן, אין פעיווער פון ביידען..
בקיצור, איך וואלט געזאגט אז די בעסטע וועג צו וויסן וואס דער "המון עם" האלט, איז דורכן זיך רעכענען מיט זייערע קאנסטיטוציענאלע פארטרעטער... און אויב איינער וויל באמת יונייטן דאס לאנד, דאן ברויך ער זיך רעכענען מיט די קעגנערישע "קאנסטיטוצינאלע פארטרעטער"..
--
חוץ א מעשה, איז דאס גאר א גרויסע חידוש אז ווען ביידען האט גערעדט פון "יונייטן" דאס פאלק האט ער אויסדריקליך
1 קיינמאל נישט געפלאנט צו אדורכפירן אומפארטייאישע געזעצן (אנלעס די צד שכנגד איז סייווי מסכים...)
2 נישט געמיינט צו זאגן אז ער גייט אויף סיי וועלכע וועג מיטארבעטן מיט די רעפאבליקאנער פארטרעטער...
3 געפלאנט צו שטופן זיין ליבעראלע אגענדע זיך רעכענען קיין כי הוא זה מיט כמעט 50 פראצענט פון אמעריקע
---
סיכום:
ביידען האט געזאגט א פארפירערישע ליגנטער האט פון זיין ערשטע טאג אין אפיס ארויסגעוויזן אפענע איינזייטיגקייט און זיך גארנישט גערעכנט מיט די קעגנערישע פארטיי
אין דעם איז אריינגערעכנט דאס סיינען א רעקארד צאל
עקזעקיוטיוו ארדערס און דערמיט אויסגעמיטן די אישוס פון דארפן דורכגיין דעם לעגיסלאטיווע פליגל
"ער האט יא רעדזשעקטעד ביי-פארטיזענשיפ"!!
כאפצעם האט געשריבן: פאסט טרעגער האט געשריבן:Biden says: “I hoped to get 100 million shots in people’s arms in my first 100 days. We met that goal last week by Day 58, 42 days ahead of schedule.”
Reality: The nation was already on course to well surpass that goal when he took office.
ליגענט. בשעת ביידען איז אריינגעקומען האט דאס לאנד געעוורידזשד 900 טויזענט וואקסינאציעס טעגליך. אצינד האלט עס ביי קרוב צו דריי מיליאן!
דער וואקסין דיסטרוביוציע איז קלעירלי ווי יעדער זעהט טראמפס וויסטע כאאס און ביידעןס מעידזשאר סוקסעס.
אן ביידענס אריינקומען וואלט דען אמעריקע געבליבן ביי 900 טויזנט וואקסינען טעגליך?
אויב קוקסטו אויף די וואקסין פראדוקציע טשארטס וועסטו זעהן אז אמעריקע וואלט "סייווי" אנגעקומען צו די נאמבערס, ריגארדלעס ווער סאיז דער פרעזידענט...
אזוי זאגט די
CDC
- 20210331_211820.jpg (408.04 KiB) געזען 1886 מאל
(סתם פאר די קאנטעקסט, אין די וויקענדס איז די וואקסין פראדוקציע און דיסטריביושן אסאך נידעריגער)
צווישן אונז גערעדט, אויב זאלן מיר זיין אמת'דיג מיט זיך אליינס
סאיז א גרויסע ספק אויב דזשאו ביידען וואלט געקענט אויפקומען מיט א וואקסין אינטער א יאר..
דאס איז אבער נישט קיין ספק אז ווען טראמפ איז ווען יעצט דער פרעזידענט, וואלט די וואקסין פראדוקציע געווען אויף די זעלבע רעיט
בנוגעה די וואקסין דיסטריביושן.. קענסט בלעימען ווער סאיז ריספאנסיבל דערויף..
טראמפ האט געשטעלט די 50 גאווערנערס אלץ אחראי דערויף, קענסט בלעימען קאומאו פארן פשוט נישט אויסטיילן די וואקסינען..
(זעה אויכעט
דא און
דא)
נאך א נקודה, 2-3 חדשים מיט 3 באשטעטיגטע וואקסינען וועלכע ווערן פראדוצירט אויף א מאסשטאבליכע פארנעם האלטסטו טאקע אז טראמפ וואלט נישט באוויזן עס צו דיסטריביוטן אויף דעם פארנעם?
ביידען האט געהאט אסאך צייט מיט א פולי אויפגעסעטע אינפראסטראקטשער פון א מאסן וואקסין פראדוקציע
איינמאל די וואקסין פראדוקציע גרייכט די מיליאנען ציפערן טעגליך ווערט גרינגער און גרינגער עס צו פארטיילן.. פשוט, סאיז דא גענוג, און ביידען איז געווען גענוג מזל'דיג אנציקומען אין די צייט
סהאט גארנישט מיט קיין כלומר'שטע "טראמפ כאאס"
צוריק צו אונזער פרעזידענטס ווערטער, ביידען האט געוואלט מרמז זיין אין זיינע ווערטער אז "ער" האט געמאכט א גאול און "ער" האט אויסגעפירט וואס ער האט פארשפראכן..
נאופ.. דאס איז נישט וואר
סיכום:
ביידן האט מרמז געווען א פארפירערישע ליגנטער מאכט עס אויסזעהן ווי כאילו ער האט דא געמאכט א גאול און כאילו ער איז עס אנגעקומען, בשעת ווען דא איז גארנישט ערנסט פארגעקומען מכח ביידען