ברעיקינג, ביידן געגעבן ערשטע פרעס קאנפרענץ

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14570
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ברעיקינג, ביידן געגעבן ערשטע פרעס קאנפרענץ

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך מארטש 31, 2021 10:11 am

פאסט טרעגער האט געשריבן: א חלק פין די ליגענטס:
סארי אבער קיין איין ליגענט דא.

פאסט טרעגער האט געשריבן:
Biden says: “We’re sending back the vast majority of families who are coming” to the border.

Reality: The actual figure is about 13 percent of families being turned away.

צוויי אנדערע זאכן, דו רעדטסט פון די וואס מ'דרייט תיכף אויס מיט א בואו בשלום, און ער רעדט פון די וואס באקומען א קאורט דאטום, גייען דורך דעם פראצעדור, און עווענטואל דעפארטירט.

פאסט טרעגער האט געשריבן:Biden says: “The idea that I’m going to say, which I would never do, if an unaccompanied child ends up at the border, we’re just going to let them starve to death and stay on the other side, no previous administrations did either, except Trump.”

Reality: Trump never sent any kids off to starve to death. Many were flown back to their home countries.

סתירה מיניה וביה, "געפלויגן צוריק צו זייער היימלאנד" איז דאך היינו געשיקט צום הינגערן! און חוץ מזה האט טראמפ געהאט אן אגריעמענט מיט מעקסיקאו און יעדער אנקומענדער, יונגעלייט און קינדער, זאטע און אויסגעהינגערטע צוגלייך, זענען געוויזן געווארן דעם רוקן צוריק אריין צו די קארטעלס אין מעקסיקאו.

פאסט טרעגער האט געשריבן:Biden says: “No, I haven’t” ever rejected bipartisanship.

Reality: His executive orders and legislative agenda couldn’t be more divisive or partisan. His COVID relief pack was passed zero Republican votes. And he refuses to deal with any Republicans who won’t accept 100 percent of his agenda.

נישט ריכטיג, וואס הייסט ער איז נישט גרייט געווען? זיין סאמע ערשטע אוועל אפיס זיצונג אלס פרעזידענט איז דאך געווען נישט מיט דעמאקראטן בכלל נאר גאר מיט רעפובליקען סענעטארן! ער איז גרייט געווען אויף פילע טוישונגען, סיי אין די פארדינסטן קוואליפיקאציעס, סיי אין די אנאימפלוימענט סכומים, וכו' וכו' אבל מה יעשה אז די קאונטער אפפער פון א "דריטל" פון זיין ארגינעלע נומבער איז פשוט שטייצעך נישט קיין סיריעס אפפער וואס סייווער האט געטראכט דאס איז אן ערענסטע פראפאסעל. און שטייצעך אז ער, וועם די אמעריקאנער פיפל האט ערוויילט, האט די פולסטע רעכט צו שטעלן זיין אזשענדע.

חוץ מזה איז דיין פעקט טשעק דא א טעות בשורש, ביידען רעדט נישט פון מיטש מעקאנעל וכו' די אנדערע העק/סוואמפ רעפובליקענס אין וואשינגטאן. ער זאגט קלאר די רעפובליקענס אין לאנד, ביי די עמך עולם איז דער ביל בייפארטיזען! ונכון מאוד הוא.

פאסט טרעגער האט געשריבן:Biden says: “I hoped to get 100 million shots in people’s arms in my first 100 days. We met that goal last week by Day 58, 42 days ahead of schedule.”

Reality: The nation was already on course to well surpass that goal when he took office.

ליגענט. בשעת ביידען איז אריינגעקומען האט דאס לאנד געעוורידזשד 900 טויזענט וואקסינאציעס טעגליך. אצינד האלט עס ביי קרוב צו דריי מיליאן!

דער וואקסין דיסטרוביוציע איז קלעירלי ווי יעדער זעהט טראמפס וויסטע כאאס און ביידעןס מעידזשאר סוקסעס.

פאסט טרעגער האט געשריבן:Biden says: “No other country in the world has even come close, not even close to what we are doing” in terms of vaccinating the population.

Reality: Israel has delivered shots to a far, far greater share of its population than the United States.

יעי.. האסט געטראפן א לענדל מיט 6 מיליאן מענטשן וואס איז ניטאמאל זעהבאר אויפן מאפע און פארגלייכסט עס צו אן אמעריקא מיט 330 מיליאן, וואט עי פקחות.

אבוויעסלי ביידען רעדט פון נארמאלע גרויסע לענדער, און אפילו אויב ווילסט יא רעכענען איזראעל, האסטו אים נישט אפגעפרעגט מיט איין לאנד.. פונקט פארקערט, דאס ווייסט אז אפילו די גרעסטע בייעסד פעקט טשעקערס קענען נישט טרעפן מער ווי איין לאנד וואס איז בעסער ווי אמעריקא... ומלאך רע בע"כ יענה: סוקסעס!

פאסט טרעגער האט געשריבן:Biden says: “I also set a goal before I took office of getting a majority of schools in K-8 fully open in the first 100 days. Now, thanks to the enormous amount of work done by our administration, educators, parents, local, state education officials and leaders, a recent Department of Education survey shows that nearly half of the K-8 schools are open now full-time, five days a week for in-person learning.”

Reality: Biden’s administration had nothing to do with school reopenings. That was mostly the work of GOP governors and pols overcoming stubborn
teachers unions allied with the president. And more than half are not fully open.

יוש.... בוינעשעלוילעם.. ווי זענען די אלע "זשי או פי גאווערנערס" געווען ביז 2 חדשים צוריק, אלל אוו עי סאדען ביידען קומט אריין אין אפיס און די זשי או פי גאווערנערס האבן זיך אויפגעוועקט... און וואס טוצעך מיט די 25 דעמטקראטישע סטעיטס, דארט איז אויך סאמהאו די קרעדיט פון די זשי או פי גאווערנערס? אדער אפשר גאר טראמפ, אדער זשארדזש דאבעליו בוש..

ס"ה איז אז ביידען איז אריינגעקומען און אפיס צו א פארהאקטע סקול סיסטעם מדן ועד באר שבע, ער האט פארשפראכן דאס צו עפענען אין די ערשטע 100 טעג, און ער האט דעליווערד וואקסינאציעס, געהייסן פרעפערן טיטשערס, געלייגט פרעשור אויף די סקול באורד, און די רעזוחטס איז דא! מ'האלט קוים ביי 60 טעג אין, און %80 שולעס K-8 נעשאנווייד זענען שוין אפען פאר אין פערזאן לערנונגען פאר כאטשיג עטליכע טאג א וואך, און %50 איז שוין פולי אפען. און האסט נאך 40 טעג צו גיין ביז זיין 100 טעג...

פאסט טרעגער האט געשריבן:Biden says: His $1.9 trillion relief bill put money in the pockets of “ordinary people.

Reality: Some of it, maybe, but $350 billion was also to bail out bloated state and local governments like those in New York.

שטארקע רעאליטי טשעק דאס... וואס פונקטליך האסטו אפגעפרעגט?

(ער זאגט נאך "מעיבי", ער איז נאכנישט זיכער...)

פאסט טרעגער האט געשריבן:Biden says: “The next major initiative is … to rebuild the infrastructure, both physical and technological infrastructure of this country, so that we can compete and create significant numbers of really good-paying jobs.”

Reality: Biden canceled the Keystone pipeline project on his first day in office, costing thousands of “good-paying jobs.” His green agenda, push for a $15 minimum wage and planned tax hikes will likely cost millions.



טענו לו בחיטין והודו לו במצה כרעמזלעך. ביידען זאגט אז זיין אינפערסטרוקטור פלאן גייט קריעטן מיליאנען זשאבס, אמת אדער נישט? ווי קומט דא אריין קיסטאון שמיעסטאון.

אה, דו ווילסט לאו דווקא "פעקט טשעקן" נאר סתם אזוי ברענגען טאלקינג פוינטס פארוואס זיין אוועראול אזשענדע גייט קאסטן זשאבס, נו לאמיר עס צולייגן.

- די קיסטאון פייפליין אנולירונג האט געהארגעט 12,000 (לויט די בעסטע עסטימעטס) "סיעזענעל" טעמפארערי זשאבס.

-$15 מינימום וועידזש, א חוץ וואס סאיז בכלל נישט קלאר וויפיל סוואלט געשאדט, איז אבער סייווי נישט רעלעוואנט זינט ס'איז גערולט געווארן דורכן פארליאמענטעריאן נישט רעקאנסייעבל.

-די גרין ענערזשי זשאבס איז לכו"ע א מאסיווע אינדוסטריה און האט שוין פראדוצירט מיליאנען זשאבס און אויב ביידען פלאנט ווייטער עס צו פארברייטערן מיינט דאס נאך מער זשאבס.

-זיין "ביי אמעריקא" האט צוגעלייגט אטאמאטיש טויזענטער זשאבס זינט די שווערע ביליאנען גאווערמענט קאנטראקטן ווערן פון היינט אן נאר צוגעטיילט פאר אמעריקאנע מעניופעקטשורינג פראדוצירטע פראדוקטן.

- זיין $1.9 טריליאן אינפערסטרוקטור ביל האט לויט אלע עקאנאמיסטן געהויבן די רעקאווערי פרעזשאקטארי מיט טאפלט. פון %3 צו איבער %6 זשי די פי, דאס איז שווערע שווערע מיליאנען זשאבס.

-זיין $4 טריליאן אינפערסטרוקטור פעקעדזש וועט לכו"ע, דעמאקראטן און רעפובליקענס צוגלייך, צולייגן שווערע מיליאן זשאבס און נישט טעמפארערי נאר איבערמאכן און מאדענעזירן אמעריקאס צוקראכטע אינפערסערוקטור וועט ארויפשטעלן אמעריקא אויפן שפיץ פונעם וועלטס עקאנאמישע מאפע פאר א לאנגע צייט!

דאס אלעס זענען פשוטע פאקטן און די אלע "פעקט טשעקס" פארמאגן אין זיך די זעלבע מאס לופט פון די דאמיניען עלעקשאן פראוד באלונען.
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום מיטוואך מארטש 31, 2021 11:08 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.