ברעיקינג, ביידן געגעבן ערשטע פרעס קאנפרענץ

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: ברעיקינג, ביידן געגעבן ערשטע פרעס קאנפרענץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

טראמפ וועפט? טראמפ צומישט זיך אמאל אז ער קען נישט ענדיגען קיין סענטענס?

איך האלט נישט אז ביידען וועפט אבער ער ווערט זייער שטארק צומישט אין א פאבליק סעטינג און פארלירט דעם לשון אזש אז מען דארף אוועק געבען טייערע צייט אויף אים צו מאכען אויסזעהן גוט.

די פיקטשערס מיט די נעמען וואס ער דארף ווען צו קענען ביי הארץ האט מען אים געדארפט מאכען א קינדערישע מאלעריי אז ער זאל עס נישט פארגעסן.

עס איז הילעריעס פאר א סאו קאלד מאכטפוהלע אמעריקאנע פרעזידענט צו זיין אנגעוואנדען אין זיין סטעף זאל אים מאכען אויסזעהן ווי ער פארגעסט נישט, די זשאוק איז בגדול איך פארשטיי נאר נישט פארוואס מען זיכט עס בכלל צו מאכען אויסזעהן כאילו ער האט נישט קיין פראבלעם.

זיין סטעף טוהט א געוואלדיגע ארבייט אפילו ביידען טוהט דערווייל א גוטע זשאב אבער מעק נישט אויס די מציאות וואס מען זעהט בחוש.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3219
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: ברעיקינג, ביידן געגעבן ערשטע פרעס קאנפרענץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

פאסט טרעגער האט געשריבן:[left]Biden says: “We’re sending back the vast majority of families who are coming” to the border.

Reality: The actual figure is about 13 percent of families being turned away.
כאפצעם האט געשריבן:צוויי אנדערע זאכן, דו רעדטסט פון די וואס מ'דרייט תיכף אויס מיט א בואו בשלום, און ער רעדט פון די וואס באקומען א קאורט דאטום, גייען דורך דעם פראצעדור, און עווענטואל דעפארטירט.

איר מאכט נאר די ליגענט גרעסער, ווייל די סארט פין וואס די רעדסט האט מען נאך קיינעם נישט צוריקגעשיקט אינטער ביידען,
פאסט טרעגער האט געשריבן:Biden says: “The idea that I’m going to say, which I would never do, if an unaccompanied child ends up at the border, we’re just going to let them starve to death and stay on the other side, no previous administrations did either, except Trump.”

Reality: Trump never sent any kids off to starve to death. Many were flown back to their home countries.
כאפצעם האט געשריבן:סתירה מיניה וביה, "געפלויגן צוריק צו זייער היימלאנד" איז דאך היינו געשיקט צום הינגערן! און חוץ מזה האט טראמפ געהאט אן אגריעמענט מיט מעקסיקאו און יעדער אנקומענדער, יונגעלייט און קינדער, זאטע און אויסגעהינגערטע צוגלייך, זענען געוויזן געווארן דעם רוקן צוריק אריין צו די קארטעלס אין מעקסיקאו.


האלט! צוויי שורות צוריק האט איר בארעכטיגט ביידן פארן צוריקשוקען די וועסט מעדזשאריטי? אה, יעצט ספינט עס גרינגער די וועג![TYPICAL FAKE NEWS]

עס איז נישט באקאנט קיין איין פאל ווי איינער איז געשטארבן פין הינגער אינטער טראמפ, פשוט פאבריצירט אויפן פלאץ,

פאסט טרעגער האט געשריבן:Biden says: “No, I haven’t” ever rejected bipartisanship.

Reality: His executive orders and legislative agenda couldn’t be more divisive or partisan. His COVID relief pack was passed zero Republican votes. And he refuses to deal with any Republicans who won’t accept 100 percent of his agenda.

כאפצעם האט געשריבן:נישט ריכטיג, וואס הייסט ער איז נישט גרייט געווען? זיין סאמע ערשטע אוועל אפיס זיצונג אלס פרעזידענט איז דאך געווען נישט מיט דעמאקראטן בכלל נאר גאר מיט רעפובליקען סענעטארן! ער איז גרייט געווען אויף פילע טוישונגען, סיי אין די פארדינסטן קוואליפיקאציעס, סיי אין די אנאימפלוימענט סכומים, וכו' וכו' אבל מה יעשה אז די קאונטער אפפער פון א "דריטל" פון זיין ארגינעלע נומבער איז פשוט שטייצעך נישט קיין סיריעס אפפער וואס סייווער האט געטראכט דאס איז אן ערענסטע פראפאסעל. און שטייצעך אז ער, וועם די אמעריקאנער פיפל האט ערוויילט, האט די פולסטע רעכט צו שטעלן זיין אזשענדע.

חוץ מזה איז דיין פעקט טשעק דא א טעות בשורש, ביידען רעדט נישט פון מיטש מעקאנעל וכו' די אנדערע העק/סוואמפ רעפובליקענס אין וואשינגטאן. ער זאגט קלאר די רעפובליקענס אין לאנד, ביי די עמך עולם איז דער ביל בייפארטיזען! ונכון מאוד הוא.


איר זינט זיך סותר איין ווארט צום צווייטן, קודם ער איז יא ביי פארטיזען מיט די וואשינגטן חברה, נאכדעם איז ער נישט מחויב צו זיין בייפארטיזאן, דריטן'ס איז ער טאקע נישט בייפארטיזאן מיט די וואשינגטן סוואמפ נאר מיט די אמעריקען פיפעל, [ווען איר ענדיגט ספינען מאכט זיכער איר פאלט נישט אראפ ווייל איך בין שוין דיזי]

די מיטינג מיט די ריפאב'ס איז פשוט געווען א פליטישע ספין, ווען ער האט גארנישט גינימען אין קאנסידירעישן,
לגבי דיינע אנדערע צוויי ספינס, ליין איבער נאכאמאל....Biden says: “No, I haven’t” ever rejected bipartisanship.
פאסט טרעגער האט געשריבן:Biden says: “I hoped to get 100 million shots in people’s arms in my first 100 days. We met that goal last week by Day 58, 42 days ahead of schedule.”

Reality: The nation was already on course to well surpass that goal when he took office.
כאפצעם האט געשריבן:ליגענט. בשעת ביידען איז אריינגעקומען האט דאס לאנד געעוורידזשד 900 טויזענט וואקסינאציעס טעגליך. אצינד האלט עס ביי קרוב צו דריי מיליאן!

דער וואקסין דיסטרוביוציע איז קלעירלי ווי יעדער זעהט טראמפס וויסטע כאאס און ביידעןס מעידזשאר סוקסעס.

איך האב אייך שוין גענטפערט דא

פאסט טרעגער האט געשריבן:Biden says: “No other country in the world has even come close, not even close to what we are doing” in terms of vaccinating the population.

Reality: Israel has delivered shots to a far, far greater share of its population than the United States.
כאפצעם האט געשריבן:יעי.. האסט געטראפן א לענדל מיט 6 מיליאן מענטשן וואס איז ניטאמאל זעהבאר אויפן מאפע און פארגלייכסט עס צו אן אמעריקא מיט 330 מיליאן, וואט עי פקחות.

אבוויעסלי ביידען רעדט פון נארמאלע גרויסע לענדער, און אפילו אויב ווילסט יא רעכענען איזראעל, האסטו אים נישט אפגעפרעגט מיט איין לאנד.. פונקט פארקערט, דאס ווייסט אז אפילו די גרעסטע בייעסד פעקט טשעקערס קענען נישט טרעפן מער ווי איין לאנד וואס איז בעסער ווי אמעריקא... ומלאך רע בע"כ יענה: סוקסעס!

עס איז נישט נאר ארץ ישראל
ISREAL=55.4%
SEYCH=52.4%
UAE=38.6%
MALDIVES=32.0%
CHILE=26.9%
U.K.=26.2%
BAHRAIN=25.5%
U.S.=23.1%
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: ברעיקינג, ביידן געגעבן ערשטע פרעס קאנפרענץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

כאפצעם האט געשריבן:
פאסט טרעגער האט געשריבן: א חלק פין די ליגענטס:
סארי אבער קיין איין ליגענט דא.

לאמיר זעהן
כאפצעם האט געשריבן:
פאסט טרעגער האט געשריבן:[left]Biden says: “We’re sending back the vast majority of families who are coming” to the border.

Reality: The actual figure is about 13 percent of families being turned away.

צוויי אנדערע זאכן, דו רעדטסט פון די וואס מ'דרייט תיכף אויס מיט א בואו בשלום, און ער רעדט פון די וואס באקומען א קאורט דאטום, גייען דורך דעם פראצעדור, און עווענטואל דעפארטירט.

נו, לאמיר זעהן וויפיל פראצענט קומען בכלל אן צום קאורט
זעה דא און דא

    43 פראצענט אומלעגאלע אימיגראנטן אויף דער פריי האבן אין יאר 2017 "געפעילט" צו ערשיינען פארן געריכט
    49 פראצענט פון הפקר קינדער אימיגראנטן אן קיין עלטערן זענען אין יאר 2017 נישט ערשינען בכלל צום קארט.. ווער איז אחראי אויף זיי? וואס טוט מען מיט זיי?


נאך א נקודה, די "ריעליטי" איז אז גאר אסאך אימיגראנטן פון די דרום "קלעימען" אזיל רעכטן ווייל זיי זענען כלומר'שט "פארפאלגט" פון זייער לאקאלע רעגירונג אדער מאפיא/קארטעל גרופעס
(נישט אויסמישן אז זיי זוכן בלויז בעסערע לעבנס באדינגונגען, דאס קוואליפיצירט נאכנישט דעם טיטל רעפיודזשי)
דאס לייגט זיי אריין אין א פראצעדור פון יארן יארן לאנג ביוראקראטיע ביזן ארויסקריכן מיט א געריכטליכע אורטייל,
וואס פאסירט ביז דעמאלטס? זיי באקומען סאושל סעקיוריטי קארטלעך און ווערן צישיקט לענגאויס גאנץ אמעריקע!! און זייערע קינדער זענען שוין אמעריקאנע געבוירענע.. אלעס דורכן שפילן מיט די ביוראקראטישע סיסטעם
זעה דא די ליצנות'דיגע ריעליטי פון "קעטש ענד באס"


די איבערוויגנדע צאל אימיגראנטן קומען פון דרום אמעריקע
זעה דא
ארום 1.3 מיליאן אימיגראנטן קעיסעס זענען איצטערט פענדינג לענגאויס אמעריקע...
זעה דא
--------

@כאפצעם לעבן, דאס איז די ריעליטי
די אימיגראציע אין אמעריקע איז ליצי לצנות און אונזער פרעזידענט שיקט אויסדריקליך "נישט" צוריק די "וועסט מעדזשאריטי" פאמיליעס וועלכע קומען אריין קיין אמעריקע

סיכום: ביידען האט געזאגט א פארפירערישע ליגנט

כאפצעם האט געשריבן:
פאסט טרעגער האט געשריבן:Biden says: “The idea that I’m going to say, which I would never do, if an unaccompanied child ends up at the border, we’re just going to let them starve to death and stay on the other side, no previous administrations did either, except Trump.”

Reality: Trump never sent any kids off to starve to death. Many were flown back to their home countries.

סתירה מיניה וביה, "געפלויגן צוריק צו זייער היימלאנד" איז דאך היינו געשיקט צום הינגערן! און חוץ מזה האט טראמפ געהאט אן אגריעמענט מיט מעקסיקאו און יעדער אנקומענדער, יונגעלייט און קינדער, זאטע און אויסגעהינגערטע צוגלייך, זענען געוויזן געווארן דעם רוקן צוריק אריין צו די קארטעלס אין מעקסיקאו.

אמת, אמעריקאנער בירגער האבן אסאך א בעסערע לעבן אין אסאך הינזיכטן ווי די וועלכע וואוינען אין סאוט אמעריקע
אבער, די איבערוויגנדע מערהייט אימיגראנטן וועלכע קורסירן די באורדער זעהען מיר אויס צו זיין פיין אנגעפאשעט
אז דו מאכסט א קלעים אז סגייט דארטן פאר א הונגער עד כדי כך אז אמעריקע זאל זיין מחיוב צו אריינעמען מיליאנען "אזיל רעכט" זוכער ברויכסטו צישטעלן דעקונג
(מיין גוגל סורטש ווייזט אז צען פראצענט יונייטעד סטעיט סיטיזענס הונגערן... סאו איך ווייס נישט.. אפשר דארף מען עס ווייזן פאר די אימיגראנטן..)

בנוגעה טראמפס דיעל מיט מעקסיקאו...
דא האסטו די וואשינגטאן פאוסט אפלייקענען אז אזא דיעל עקזיסטירט בכלל
צו געבן קאנטעקסט, כווייס נישט אויב @כאפצעם געדענקט נאך זיין דעמאלטסדיגע נערעטיוו.. אבער מיר געדענקען יא
נעמליך, טראמפ איז דאך אזא מין משוגענער, ער איז נישט מענטעלי בכח צו דורכפירן קיין שום דיעלס..
היינט ווידעראום, איז די נערעטיוו אז טראמפ האט דאך אזויפיל חרוב געלייגט
בקיצור, ער האט קיינמאל נישט געמאכט קיין דיעל, אבער אויב יא איז עס ביטער שלעכט...

אלענפאלס, נישט איך און נישט דו האבן געזעהן דעם דיעל, סאו אויב אזא דיעל עקזיסטירט בכלל.. איז נישטא קיין שום אינדיקעישן אז טראמפ האט געמאכט א דיעל צו פארשיקן די "אזיל רעכט זוכער" זאגאר צו די דראג קארטעל... אזוי אויכעט איז נישטא קיין שום אינדיקעישן אז ער האט נישט געמאכט א חילוק צווישן הונגעריגע און זאטע...

----
כהאב געזוכט אויפן געוועב וואס ספאסירט צו די קינדער וועלכע ווערן דעפארטירט צוריק צו זייער היימלאנד און דאס האב איך געפינען..
1 די קינדער בלייבן מיט חובות פון די שווערצעריי הוצאות קיין אמעריקע..
2 סקען האבן אן אויסווירקונג אויף זייער מענטל העלט.. און בכלל בלייבט מען מיט א סטיגמע..
3 ווייאלענס פון גענגס וועלכע רעדן זיך איין אז די ארעסטירטע דעפאטירטע האבן מיט זיך געלט..

וואס שייך צו זאגן, דאס מיינט, זיך אויסגעקראצט מיט נערישע טאלקינג פוינטס וועלכע מאכן נישט קיין טראפ סענס פאר סיי וועלכע רעכטדענקיגע מענטש

1 די זעלבע חובות וואלטן זיי געהאט אין אמעריקע אויכעט, און בכלל, וואס גייט עס מיר אן? איך האב אויכעט חובות.. אשר ע"כ זאל מען מאכן פונעם געזעץ א ליצנות און זיי לאזן דא?
2 יענער איז באגאנגען א פארברעכן, וואס גייט מיך אן זיין סטיגמע? אויב וואלט ער געווען אינטער סכנה וואלט מען אים דאך נישט דעפאטירט
3 כגלייב נישט אז די גענגס זענען אזוי נעריש צו מיינען אז מקומט ארויס פון תפיסה מיט א זאק געלט.. און בכלל אויב יענער קען פראוון אז ער איז אינטער סכנה פון גענג מעמבערס וואלט מען דאך אים נישט דעפאטירט אין די פירסט פלעיס
----------

סיכום: ביידען האט געזאגט א פארפירערישע ליגנט
טראמפ האט נישט געשיקט קיין קינדער הונגערן צום טויט, אין פאל וואס יא, וואלטן זיי קיינמאל נישט געווארן דעפאטירט, זיי זענען קוואליפיצרט צו בלייבן אין די US אינטערן SIJS פראטעקשאן
זעה דא

כאפצעם האט געשריבן:
פאסט טרעגער האט געשריבן:Biden says: “No, I haven’t” ever rejected bipartisanship.

Reality: His executive orders and legislative agenda couldn’t be more divisive or partisan. His COVID relief pack was passed zero Republican votes. And he refuses to deal with any Republicans who won’t accept 100 percent of his agenda.

נישט ריכטיג, וואס הייסט ער איז נישט גרייט געווען? זיין סאמע ערשטע אוועל אפיס זיצונג אלס פרעזידענט איז דאך געווען נישט מיט דעמאקראטן בכלל נאר גאר מיט רעפובליקען סענעטארן! ער איז גרייט געווען אויף פילע טוישונגען, סיי אין די פארדינסטן קוואליפיקאציעס, סיי אין די אנאימפלוימענט סכומים, וכו' וכו' אבל מה יעשה אז די קאונטער אפפער פון א "דריטל" פון זיין ארגינעלע נומבער איז פשוט שטייצעך נישט קיין סיריעס אפפער וואס סייווער האט געטראכט דאס איז אן ערענסטע פראפאסעל. און שטייצעך אז ער, וועם די אמעריקאנער פיפל האט ערוויילט, האט די פולסטע רעכט צו שטעלן זיין אזשענדע.

חוץ מזה איז דיין פעקט טשעק דא א טעות בשורש, ביידען רעדט נישט פון מיטש מעקאנעל וכו' די אנדערע העק/סוואמפ רעפובליקענס אין וואשינגטאן. ער זאגט קלאר די רעפובליקענס אין לאנד, ביי די עמך עולם איז דער ביל בייפארטיזען! ונכון מאוד הוא.

אזא ענטפער ברויך מען בוק-מארקן

הייסט, דאס מאכן א זיצונג מיט די קעגנערישע פארטיי איז קאנסידערט ביי דיר בייפארטיזענשיפ?

שטעל דיר פאר ווען די רעפאבליקאנער וועלן קאנטראלירן ביידע הייזער מיטן פרעזידענט זיץ און זיי וועלן מאכן א נערישע מיטינג פארנט פון די קאמרעס אן קיין שום פאקטישע רעזאלטס אויב אזאנס וועט דיר דעמאלטס אויכעט באפרידיגן..
וועט דעמאלטס זיין פעיר צו זאגן אז דער פרעזידענט "פאראייניגט" דאס לאנד און פירט אדורך א "ביי-פארטיזען" ביל.. בלויז ווייל ער האט געמאכט א צירקוס זיצונג??

בכלל, די פאקט אז ביידען האט נישט געוואלט אננעמען די קלענערע ביל פארגעשלאגן דורך די ריינאו סענאטארן, דאס פארענטפערט נאכנישט פארוואס ער האט למעשה "גארנישט" געטוישט אין זיין ביל אז סזאל כאטשיג "עפעס" באפרידיגן די רעפאבליקאנער פארטיי

ביידען איז געווען אנטשלאסן צו ספענדן אזא ריזיגע סכום יהיה מה שיהיה..

יעצט לאמיר גיין צום שורש פון וואס דו רעדסט, ביסט אומאפיציעל מודה אז דאס זיין "ביי-פארטיזען" באדייט נישט אין די ליבעראלע לעקסיקאן מיטארבעטן מיט די געגנערישע פארטיי..
דאס מיינט נאר, שטופן מיין אייגענע פארטייס אגענדע און זאגן אז איך יונייט דערמיט דאס לאנד... ווייל איך פארטרעט דעם המון עם...

ווער איז דער עמך עולם? וויאזוי ווייסט מען וואס זיי האלטן?
געוויסע אנקעטעס וועלכע דו האסט נאכגעברענגט בנוגעה דעם ביל זענען געוועהן מיאוס אףף ביי די לעצטע עלעקשאנס, אין פעיווער פון די דעמאקראטן
לדוגמה דא האסטו געברענגט א מארנינג קאנסאולט אנקעטע אז ביידענס אפראוול רעיטינג איז ארויף מיט 7 פראצענט נאך די סטימולוס ביל..
זעה אבער דא ווי אףף זיי זענען געווען ביי די לעצטע וואלן, אין פעיווער פון ביידען..

בקיצור, איך וואלט געזאגט אז די בעסטע וועג צו וויסן וואס דער "המון עם" האלט, איז דורכן זיך רעכענען מיט זייערע קאנסטיטוציענאלע פארטרעטער... און אויב איינער וויל באמת יונייטן דאס לאנד, דאן ברויך ער זיך רעכענען מיט די קעגנערישע "קאנסטיטוצינאלע פארטרעטער"..
--
חוץ א מעשה, איז דאס גאר א גרויסע חידוש אז ווען ביידען האט גערעדט פון "יונייטן" דאס פאלק האט ער אויסדריקליך
1 קיינמאל נישט געפלאנט צו אדורכפירן אומפארטייאישע געזעצן (אנלעס די צד שכנגד איז סייווי מסכים...)
2 נישט געמיינט צו זאגן אז ער גייט אויף סיי וועלכע וועג מיטארבעטן מיט די רעפאבליקאנער פארטרעטער...
3 געפלאנט צו שטופן זיין ליבעראלע אגענדע זיך רעכענען קיין כי הוא זה מיט כמעט 50 פראצענט פון אמעריקע
---

סיכום: ביידען האט געזאגט א פארפירערישע ליגנט
ער האט פון זיין ערשטע טאג אין אפיס ארויסגעוויזן אפענע איינזייטיגקייט און זיך גארנישט גערעכנט מיט די קעגנערישע פארטיי
אין דעם איז אריינגערעכנט דאס סיינען א רעקארד צאל עקזעקיוטיוו ארדערס און דערמיט אויסגעמיטן די אישוס פון דארפן דורכגיין דעם לעגיסלאטיווע פליגל

"ער האט יא רעדזשעקטעד ביי-פארטיזענשיפ"!!

כאפצעם האט געשריבן:
פאסט טרעגער האט געשריבן:Biden says: “I hoped to get 100 million shots in people’s arms in my first 100 days. We met that goal last week by Day 58, 42 days ahead of schedule.”

Reality: The nation was already on course to well surpass that goal when he took office.

ליגענט. בשעת ביידען איז אריינגעקומען האט דאס לאנד געעוורידזשד 900 טויזענט וואקסינאציעס טעגליך. אצינד האלט עס ביי קרוב צו דריי מיליאן!

דער וואקסין דיסטרוביוציע איז קלעירלי ווי יעדער זעהט טראמפס וויסטע כאאס און ביידעןס מעידזשאר סוקסעס.

אן ביידענס אריינקומען וואלט דען אמעריקע געבליבן ביי 900 טויזנט וואקסינען טעגליך?
אויב קוקסטו אויף די וואקסין פראדוקציע טשארטס וועסטו זעהן אז אמעריקע וואלט "סייווי" אנגעקומען צו די נאמבערס, ריגארדלעס ווער סאיז דער פרעזידענט...
אזוי זאגט די CDC
20210331_211820.jpg
20210331_211820.jpg (408.04 KiB) געזען 1884 מאל

(סתם פאר די קאנטעקסט, אין די וויקענדס איז די וואקסין פראדוקציע און דיסטריביושן אסאך נידעריגער)

צווישן אונז גערעדט, אויב זאלן מיר זיין אמת'דיג מיט זיך אליינס
סאיז א גרויסע ספק אויב דזשאו ביידען וואלט געקענט אויפקומען מיט א וואקסין אינטער א יאר..
דאס איז אבער נישט קיין ספק אז ווען טראמפ איז ווען יעצט דער פרעזידענט, וואלט די וואקסין פראדוקציע געווען אויף די זעלבע רעיט

בנוגעה די וואקסין דיסטריביושן.. קענסט בלעימען ווער סאיז ריספאנסיבל דערויף..
טראמפ האט געשטעלט די 50 גאווערנערס אלץ אחראי דערויף, קענסט בלעימען קאומאו פארן פשוט נישט אויסטיילן די וואקסינען..
(זעה אויכעט דא און דא)

נאך א נקודה, 2-3 חדשים מיט 3 באשטעטיגטע וואקסינען וועלכע ווערן פראדוצירט אויף א מאסשטאבליכע פארנעם האלטסטו טאקע אז טראמפ וואלט נישט באוויזן עס צו דיסטריביוטן אויף דעם פארנעם?
ביידען האט געהאט אסאך צייט מיט א פולי אויפגעסעטע אינפראסטראקטשער פון א מאסן וואקסין פראדוקציע
איינמאל די וואקסין פראדוקציע גרייכט די מיליאנען ציפערן טעגליך ווערט גרינגער און גרינגער עס צו פארטיילן.. פשוט, סאיז דא גענוג, און ביידען איז געווען גענוג מזל'דיג אנציקומען אין די צייט
סהאט גארנישט מיט קיין כלומר'שטע "טראמפ כאאס"

צוריק צו אונזער פרעזידענטס ווערטער, ביידען האט געוואלט מרמז זיין אין זיינע ווערטער אז "ער" האט געמאכט א גאול און "ער" האט אויסגעפירט וואס ער האט פארשפראכן..
נאופ.. דאס איז נישט וואר

סיכום: ביידן האט מרמז געווען א פארפירערישע ליגנט
ער מאכט עס אויסזעהן ווי כאילו ער האט דא געמאכט א גאול און כאילו ער איז עס אנגעקומען, בשעת ווען דא איז גארנישט ערנסט פארגעקומען מכח ביידען
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: ברעיקינג, ביידן געגעבן ערשטע פרעס קאנפרענץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

כאפצעם האט געשריבן:
פאסט טרעגער האט געשריבן:Biden says: “No other country in the world has even come close, not even close to what we are doing” in terms of vaccinating the population.

Reality: Israel has delivered shots to a far, far greater share of its population than the United States.

יעי.. האסט געטראפן א לענדל מיט 6 מיליאן מענטשן וואס איז ניטאמאל זעהבאר אויפן מאפע און פארגלייכסט עס צו אן אמעריקא מיט 330 מיליאן, וואט עי פקחות.

אבוויעסלי ביידען רעדט פון נארמאלע גרויסע לענדער, און אפילו אויב ווילסט יא רעכענען איזראעל, האסטו אים נישט אפגעפרעגט מיט איין לאנד.. פונקט פארקערט, דאס ווייסט אז אפילו די גרעסטע בייעסד פעקט טשעקערס קענען נישט טרעפן מער ווי איין לאנד וואס איז בעסער ווי אמעריקא... ומלאך רע בע"כ יענה: סוקסעס!

קודם כל, ווען סקומט צו פארטיילן וואקסינען מאכט נישט אויס אויב יענע לאנד איז מערקבאר אויף די מאפע צי נישט..
ס'ווענד זיך אסאך מער אין די פאקטישע צאל מענטשן וועלכע יענער לאנד פארמאגט

אבער חוץ'ן קוקן אויף די פאקטישע צאל וואקסינירטע איז אויכעט רעלעוואנט צו נעמען אין חשבון די "פראצענט" וואקסינירטע פער לאנד
און אויב נעמט מען דעיס אין חשבון, איז אמעריקע ווייט נישט דער ערשטער אויף די ליסטע
זעה דא
20210401_144332.jpg
20210401_144332.jpg (233.62 KiB) געזען 1884 מאל



חוץ א מעשה איז רעלעוואנט אנציווייזן אז די 3 וואקסינען קאמפעניס זענען אלע אמעריקאנער באזירטע קאמפעניס
זעה דא און דא און דא
אזוי אויכעט האבן די 3 קאמפעניס געשלאסן דיעלס מיט די אמעריקאנער רעגירונג נאך אסאך פאר די וואקסינען זענען געווארן באשטעטיגט

פייזער האט טאקע נישט באקומען פון פאראויס קיין גרענט פון די אמעריקאנער רעגירונג אבער מאדערנא האט באקומען כמעט 500 מיליאן דאללער מיט א צוזאג צו באקומען נאכאמאל 500 מיליאן.. דאס איז אין טאטאל כמעט א ביליאן דאללער (955 מיליאן צו זיין פונקטליך) פאר זייערע קלינישע שטודיעס
אזוי אויכעט דזשאנסאן ענד דזשאנסאן האט באקומען 456 מיליאן דאללער פון דער רעגירונג און דאס איז חוץ די קאנטראקט אויף א ביליאן דאללער ווערד פון וואקסינען
זעה דא

בקיצור אלע 3 קאמפעניס
1 זענען אמעריקאנער באזירטע קאמפעניס
2 זענען שוין פון לאנג אין "קאנטראקט" מיט די רעגירונג נאך אסאך פאר עס איז באשטעטיגט געווארן
3 צוויי פון די קאמפעניס האבן דורכגעפירט זייערע שטודיעס אויף אנקעל סעמס חשבון..
----

סיכום: פרעזידענט ביידען האט פארפירעריש מרמז געווען ליגנט
פון זיינע ווערטער וויל ער מאכן אויסזעהן אז "ער" האט געטון א גוטע דזשאב אין טורמס פון וואקסינירן דעם אמעריקאנעם באפעלקערונג
נישט וואר..!!
1 סהאט גארנישט מיט אים
2 אמעריקע איז נישט "אזוי" פאראויס פון אנדערע לענדער, ובפרט אויב קוקסטו אויף פראצענטן
3 דאס זענען בעצם אמעריקאנער קאמפעניס געפאנד דורך די אמעריקאנער רעגירונג במילה איז נישט קיין חידוש אז אמעריקע איז באפארצוגט פון אנדערע לענדער
4 אמעריקע איז אריינגעגאנגען אין די קאנטראקטן נאך אינטער די "טראמפ אדמיניסטראציע"


כאפצעם האט געשריבן:
פאסט טרעגער האט געשריבן:Biden says: “I also set a goal before I took office of getting a majority of schools in K-8 fully open in the first 100 days. Now, thanks to the enormous amount of work done by our administration, educators, parents, local, state education officials and leaders, a recent Department of Education survey shows that nearly half of the K-8 schools are open now full-time, five days a week for in-person learning.”

Reality: Biden’s administration had nothing to do with school reopenings. That was mostly the work of GOP governors and pols overcoming stubborn
teachers unions allied with the president. And more than half are not fully open.

יוש.... בוינעשעלוילעם.. ווי זענען די אלע "זשי או פי גאווערנערס" געווען ביז 2 חדשים צוריק, אלל אוו עי סאדען ביידען קומט אריין אין אפיס און די זשי או פי גאווערנערס האבן זיך אויפגעוועקט... און וואס טוצעך מיט די 25 דעמטקראטישע סטעיטס, דארט איז אויך סאמהאו די קרעדיט פון די זשי או פי גאווערנערס? אדער אפשר גאר טראמפ, אדער זשארדזש דאבעליו בוש..

ס"ה איז אז ביידען איז אריינגעקומען און אפיס צו א פארהאקטע סקול סיסטעם מדן ועד באר שבע, ער האט פארשפראכן דאס צו עפענען אין די ערשטע 100 טעג, און ער האט דעליווערד וואקסינאציעס, געהייסן פרעפערן טיטשערס, געלייגט פרעשור אויף די סקול באורד, און די רעזוחטס איז דא! מ'האלט קוים ביי 60 טעג אין, און %80 שולעס K-8 נעשאנווייד זענען שוין אפען פאר אין פערזאן לערנונגען פאר כאטשיג עטליכע טאג א וואך, און %50 איז שוין פולי אפען. און האסט נאך 40 טעג צו גיין ביז זיין 100 טעג...

קודם אלעם ערשט, איך מוז עקנאלידזשן אז דאס פריאריטייזן טשיטשערס צו באקומען די וואקסין איז א געוואלדיגע זאך
אבער דאס קענען באקומען א וואקסין האט זיך הערשט אנגעהויבן מארטש 2
פארוואס האט עס אבער גענומען גאנצע 42 טאג אריין אין די אדמיניסטראציע? זייער פשוט,
מהאט געווארט אז די פעדעראלע וואקסין זאפאס זאל זיך אנפילן..
אויב אזוי, וואס איז דא ביידענס אקאמפלישמענט?

נאך א נקודה, דאס אז אפאר רעפאבליקאנער סטעיטס, אזויווי טעקסעס, האבן אינגאנצן אויפגעעפנט איגנארירנדיג דערמיט די פעדעראלע רעקאמענדאציעס
קאנסידערסטו דאס אלץ א חלק פון ביידענס סוקסעס..? אפשר גאר איז דאס "זיין" דורכפאל??

דו קענסט נישט נעמען זאכן אויף איין וועג!!!
און אויב ביסטו אמת'דיג מיט זיך אליינס ווייסטו אויכעט אז דאס האט גארנישט מיט ביידען ציטון
דא האסטו CNN עקנאלידזשן אז דער פרעזידענט קען טעכניש כמעט גארנישט טון בכדי צו עפענען די סקולס
דאס איז דער מציאות
---
דא זענען דא נאך אפאר נקודות

1] די טיטשערס יוניאנס
זעה אין דעם אשכול וויאזוי די טיטשערס יוניאנס אפערירן (און בכלל די פעדעראל און סטעיט איינגעשטעלטע יוניאנס)
זיי זענען די סיבה פארוואס די אמעריקאנער חינוך דזשענערלי איז אין דער ערד, און זיי זענען די סיבה פון די סקול פארשליסונג די לעצטע יאר צייט, נעמליך, זיי לאביאירן דערפאר
סאיז בעצם נישטא קיין נארמאלע דאטא וועלכע בארעכטיגט דאס צומאכן סקולס אבער ווער וויל דען ארבעטן.. סידאך קאראונע..
למעשה איז דאס געווען א גוטע איידיע זיי צו באפארצוגן צו באקומען די וואקסין און אזוי ארום אפגעשטעלט זייער לאביאירונג פאר סקול פארשליסונג, ווייל מהאט זיי ציגעווארפן א ביינדל פון די אנדערע זייט

2] די דעמאקראטן האבן געפייט די גאנצע צייט צו צומאכן דאס לאנד בשעת די רעפאבליקאנער זענען געווען דערקעגן (למחצה ולשליש)
די סברה זאגט אז זיי האבן געזעהן אין דעם א געלעגנהייט צו חרוב לייגן טראמפס שווערע ארבעט
אינטערעסאנט ביז גאר אז יאסי געשטעטנער האט שוין פרעדיקטעד אפאר חדשים צוריק אז אינטער ביידען וועט דאס לאנד זיך גאנץ שנעל עפענען
----

סיכום: פרעזידענט ביידען האט פארפירעריש ליגנט געזאגט

1] ביידען האט געמאכט א גאול צו עררייכן עפעס וואס ליגט נישט אין זיינע הענט

2] רוב געשעהענישן וועלכע האבן צוגעפירט צו די סקול רי-עפענונג האט כמעט נישט מיט ביידען ציטון

3] דאס וואקסינירן די טיטשערס וואלט ווען לכאורה פונקט אזוי געווען אינטער א טראמפ אדמיניסטראציע (אפילו ביידען האט געווארט אויף די ריכטיגע צייט ווען סאיז שוין דא גענוג וואקסינען)

חוץ א מעשה, איך זעה נישט קיין שום אינדיקעישן אז ביידען זאל האבן געלייגט סיי וועלכע פרעשור אויף לאקאלע גאווערנמענטס


כאפצעם האט געשריבן:
פאסט טרעגער האט געשריבן:Biden says: His $1.9 trillion relief bill put money in the pockets of “ordinary people.

Reality: Some of it, maybe, but $350 billion was also to bail out bloated state and local governments like those in New York.

שטארקע רעאליטי טשעק דאס... וואס פונקטליך האסטו אפגעפרעגט?

1.9 טריליאן דאללער איז נישט געגאנגען אין די טאש פון "פשוטע מענטשן"
אפשר רוב דערפון אבער נישט דאס גאנצע

און דא קומט אריין די נקודה וואס די רעפאבליקאנער האבן געטענה'ט, ס'פעלט נישט אויס "אזא" ריזיגע ספענדינג ביל

דא לאמיר לייגן א לינק צו @כאפצעמ'ס תגובה ווי ער צילייגט די קאוויד ביל אויף קליינגעלט און פון דארטן לאמיר דן זיין

350 ביליאן סטעיט און סיטי הילף, איז קאנסידערט "אורדענערי פיפעל"?
178 ביליאן פאר שולעס, איז קאנסידערט "אורדענערי פיפעל"?
47 ביליאן פאר פימא, איז קאנסידערט "אורדענערי פיפעל"?
15 ביליאן פאר וואקסין אדווערטייזמענט, איז קאנסידערט געלט פאר "אורדענערי פיפעל"?
37 ביליאן פאר "שאר ירקות", איז קאנסידערט געלט "אורדענערי פיפעל"? (וואס איז דאס בכלל?)


למשל 17 ביליאן פאר וועטראן רעליעף.. וויאזוי פונקטליך האט זיי קאוויד געטראפן? און וואס מאכט זיי קוואליפיצירט פאר נאך 17 ביליאן דאלער מער ווי דער פשוטער אמעריקאנער?

אפילו 106 ביליאן פאר וואקסינאציעס איז נישט קיין געלט פאר אורדינערי פיפל..

----

סיכום: פרעזידענט ביידען האט ליגנט געזאגט
א ריזן חלק פון זיין קאוויד רעליעף ביל האט אויסדריקליך נישט געלייגט קיין געלט אין טאש פונעם פשוטן אמעריקאנער
אן קיין טיעפע חשבונות האלט איך שוין יעצט ביי 750 ביליאן וועלכע וועט אויסדריקליך נישט גיין אין טאש פונעם פשוטן בירגער..

פאסט טרעגער האט געשריבן:Biden says: “The next major initiative is … to rebuild the infrastructure, both physical and technological infrastructure of this country, so that we can compete and create significant numbers of really good-paying jobs.”

Reality: Biden canceled the Keystone pipeline project on his first day in office, costing thousands of “good-paying jobs.” His green agenda, push for a $15 minimum wage and planned tax hikes will likely cost millions.[/left]

כאפצעם האט געשריבן:
טענו לו בחיטין והודו לו במצה כרעמזלעך. ביידען זאגט אז זיין אינפערסטרוקטור פלאן גייט קריעטן מיליאנען זשאבס, אמת אדער נישט? ווי קומט דא אריין קיסטאון שמיעסטאון.

.

זייער פשוט, דאס ווייזט אז ביידען איז נישטא צו אהער ברענגען קיין דזשאבס

דאס ווייזט אויכעט וויאזוי די נאמען "אינפראסטראקטשער פלען" וועט לכאורה בסך הכל זיין א טינקעלע שלייער פאר א אומאפיציעלע "גרין ניו דיעל"

סאו ווען דו נעמסט אין חשבון.
1] דאס קענסלען די פייפליין
2] דאס אדוואקאטירן פאר א 15 דאללער מינימום וועידזש
3] זיין גרינע אגענדע
זעסטו אז דער פרעזידענט איז בהחלט נישט דא צו צוריקברענגען קיין דזשאבס

---

סיכום: פרעזידענט ביידען האט ליגנט געזאגט
פון זיינע ווערטער וויל ער אז דו זאלסט טראכטן אז ער וועט אהערברענגען דזשאבס
די פאקט איז אבער אז ער טוט פארשידענע זאכן אז דאס זאל נישט פאסירן

(אזוי ארום אז ווען ער שיקט דיר נעבעכדיגע 1400 דאללער וועסטו אים אפלאדירן..)
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: ברעיקינג, ביידן געגעבן ערשטע פרעס קאנפרענץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

;l;p- ;l;p- מסתמא wow!

ווי נעמט מען די כוחות צו שרייבן אזעלכע לאנגע תגובות...
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6754
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: ברעיקינג, ביידן געגעבן ערשטע פרעס קאנפרענץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

ייש"כ מסתמא גוט געזאגט!
און זארג דיך נישט כאפצעם ווייסט אויך פון רוב פון די זאכן, ער וויל פשוט ווייזן פאר די וואס זענען געווען פארקויפט פארן פרעזידענט וואס איז געווען די גרעסטע אוהב ישרא-ל און אמעריקאנער היסטאריע, אז מענטשן קענען זיין אסאך מער פארקויפט פאר א פרעזידענט אפי' זיין אהבת ישרא-ל איז אויפן בעסטן פאל אינו דומה, און זיין אלגעמיינע מהלך המחשבה אויסערן פאליטיק רעגולאציעס וכו' איז זייער ווייט פון אונזערע אינטערעסן!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: ברעיקינג, ביידן געגעבן ערשטע פרעס קאנפרענץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

דאס איז א תגובה וואן אוף עי קיינד
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3219
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: ברעיקינג, ביידן געגעבן ערשטע פרעס קאנפרענץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

טענקס @מסתמא ;l;p-
גרעיד דזשאב ; ;l;p-
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: ברעיקינג, ביידן געגעבן ערשטע פרעס קאנפרענץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

וויאזוי זאגט מען WOW אין אידיש?

הערליך, קלאר און צו די זאך
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: ברעיקינג, ביידן געגעבן ערשטע פרעס קאנפרענץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

Wow אזוי שיין צולייגט!! ;l;p-
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ברעיקינג, ביידן געגעבן ערשטע פרעס קאנפרענץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ביידן דארף קענען די נעמען - קיין השגה פון וואנעט - אין הארץ, אבער טראמפ דארף נישט קענען געדענקן אז ער וויל איבערזאגן איי וואנט נאטינג?

און ניין, איך זאג נישט אז טראמפ וועפט, איך זאג אז דאס איז וואס מען טוט ווען מען וועפט נישט, אויך זאג איך אז בלינדע דעמאקראטן האלטן אז טראמפ וועפט, און בלינדע רעפאליקאנער קענען נוצן א שפיגל.

די לאנגע תגובות זעהן אויס גאר אינטערעסאנט, געמארקד אנדריעד.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: ברעיקינג, ביידן געגעבן ערשטע פרעס קאנפרענץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

די נאטיצן וואס טראמפ האט דעמאלטס אפגעשריבן איז דאן געווען שליסל ווערטער.. וואס וואלט געקענט געניצט ווערן אין זיין טרייעל (די ערשטע הקפה). ס׳האט געמיזט זיין גאר געמאסטענע ווערטער. ס׳איז זייער א פארשטענדליכע נאטיץ.

גוד דזשאב מסתמא. כ׳האב עס אויך נאכנישט געלערנט, ס׳זעהט אויס אינטערסאנט. מארגן (באלד..) איז נאך א טאג. (כ׳האף אזוי עטליעסט).
רשעות קאלטע סעלצער
אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: ברעיקינג, ביידן געגעבן ערשטע פרעס קאנפרענץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גוט »

איך הער נישט אויף איבערציקוקען אויף די חלק ווידאו ווי דער אלטע זיידע ביידען זאגט. איבער זיין 120 יאר אין סענאט, עס איז אזוי מין זיס.
לעצט פארראכטן דורך אזוי גוט אום פרייטאג אפריל 02, 2021 1:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: ברעיקינג, ביידן געגעבן ערשטע פרעס קאנפרענץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

קענטאקי האט געשריבן:

גיי פארשטיי האט געשריבן:

פאסט טרעגער האט געשריבן:

הענדימען האט געשריבן:

סיז מסודר האט געשריבן:


יישר כח
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: ברעיקינג, ביידן געגעבן ערשטע פרעס קאנפרענץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

מטעמים האט געשריבן:דאס איז א תגובה וואן אוף עי קיינד

:grin: איך עקסעפט נישט דעם קאמפלימענט.. מיר בענקען זיך נאך דיינע לאנגע תוכן'פולע תגובות, די גרעסטע יישר כח וועט זיין נאך א זאפטיגע תגובה...

(ניוואדע בינעך נאר סארקאסטיש.. יישר כח פאר די קאמפלימענט)
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3219
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: ברעיקינג, ביידן געגעבן ערשטע פרעס קאנפרענץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

נאך א ליגענט,
געוועזענער ספיקער אף די האויז ניוט גינגריטש פארלאנגט אז ביידן זאל ארויסקומען מיט א אפיציעלע אפאלאדזשי, נאכדעם וואס אלעס וואס ביידן האט גערעדט וועגן דזשארדזשיע איז געווען ליגענט,
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ברעיקינג, ביידן געגעבן ערשטע פרעס קאנפרענץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

שכח פארן זיך נעמען די מיה און צייט און אזוי שיין רעספאנדען באריכות. כ'וועל פרובירן גיין דבר דבר על אופניו, און עסט אוודאי נישט ברוגז זיין אז איך וועל ענטפערן בלויז אויף די פאנטשליינס בעתן ארויסשניידן די אריכות ארום דעם. דאס איז די מעקס וואס מיין אטענשאן ספען ערלויבט..
מסתמא האט געשריבן:לאמיר זעהן
כאפצעם האט געשריבן:
פאסט טרעגער האט געשריבן:[left]Biden says: “We’re sending back the vast majority of families who are coming” to the border.

Reality: The actual figure is about 13 percent of families being turned away.

צוויי אנדערע זאכן, דו רעדטסט פון די וואס מ'דרייט תיכף אויס מיט א בואו בשלום, און ער רעדט פון די וואס באקומען א קאורט דאטום, גייען דורך דעם פראצעדור, און עווענטואל דעפארטירט.

@כאפצעם לעבן, דאס איז די ריעליטי
די אימיגראציע אין אמעריקע איז ליצי לצנות און אונזער פרעזידענט שיקט אויסדריקליך "נישט" צוריק די "וועסט מעדזשאריטי" פאמיליעס וועלכע קומען אריין קיין אמעריקע

סיכום: ביידען האט געזאגט א פארפירערישע ליגנט

רבי לעבן, ביידען איז אויפן בענקל 2 חדשים, כאף דו האסט נישט ערווארטעט פון אים איבערצודרייען דעם גאנצן אימיגרעישאן סיסטעם פון דעקעידס אלט, און וואס טראמפ איז דורכגעפאלן דערין מיזערעבלי פאר 4 יאר, נאכן לויפן דערויף אלס צענטראלע הויפט אישו!

לגבי ביידען, ער האט זיראו געטוישט ביים גרעניץ, די איינציגסטע זאך וואס האט זיך געטוישט איז אז דער בוגימען טראמפ איז פארשווינדן געווארן און במקומו האט זיך באוויזן א ליבליכע ווארעמע זיידע וואס איז אויסגעשפראכן קעגן ראסיזעם און מענטשליכע פיינונגען, און דער פאקט אליין ברענגט אז מענטשן זאלן זיך ארויסלאזן אויפן געפארפולע רייזע זיכן שוץ ביים זיידן, א"ע ער זאגט קלאר די גרעניץ איז פארמאכט און קיין שום פאליסי האט זיך געטוישט. די עצם מציאות פון ביידען ביים בענקל ברענגט אבער אן אזויפיל שוץ זיכענדע און גארנישט, א חוץ ער זאל זיך נעמען האלטן דרשות "מעקסיקאו שיקט נישט זייער בעסט", "מערדערער, גנבים" וכו'.... און זיך טוישן זיין גאנצע כאראקטער צו א ווילדער ראסיסטיש-שמעקענדע-טראמפ-קאריקאטור, וועט זיך דאס נישט טוישן. און שטייצעך דו ערווארטסט דאס נישט פון אים.

באשולדיגן ביידען נאך 2 חדשים איז נאריש און לעכערליך, ס'האט מיט אים גארנישט. און די רעכטע וועם די גרעניץ אריינדרינגדע באדערט (אפשר) איז אויב איינעם באשולדיגן קענען זיי באשולדיגן דעם פרעזידענט וועם זיי האבן אריינגעברענגט קעיר צו נעמען דערפון, אויפבויען א וואנט און פארהאקן דעם גרעניץ. און ווי ס'שטעלט זיך למעשה ארויס האט ער אויב עפעס ס"ה ארויפגעשמירט א באנדאדזש. ווידער די רגע עפעס א קליינע טויש אין די סירקומסטאנצן פאסירט איז אלעס צובלאזן.

אויב עפעס לגבי סאלווען די פראבלעם האבן שוין דעמאקראטן, אינקלודינג די ביידען אדמיניסטראציע, פארגעשלאגן פילצאליגע קאממען סענס סעלושענס. ס'איז דא עז ווי ספיעק עטליכע בילס רעדי טו גאו, וואס געבן בירגערשאפט פאר אומשולדיגע קינדער געברענגטע אימיגראנטן אין אויסטויש פאר א מאסיוו פארשטארקערטע גרעניץ, מאסן מער וועכטער, א קאמפליעט גרעניץ וואנט, טעכנעלאגיע, הילף פאר די לענדער וויאזוי צו אפהאלטן דעם מייגרעישאן, וכו' וכו' אבער טראמפ און די רעפובליקאנער עקשנים האבן זיך נישט געהאלטן/און האלטן ווייטער נישט ביים זיך ריקן און ענדיגן דעם נארישן דורכגעפאלענעם סטאטוס קוואו.

צום ענין, די פראגע פונעם רעפארטער איז געווען צו די אדמיניסטראציע קומערט זיך נישט און לאזט אריין די פלוס פון אימיגראנטן. ביידען'ס אנטווארט איז געווען פשוט, מיר "לאזן" קיינעם נישט אריין, ס'דא א סיסטעם פון געריכטן, אייס, וכו' וואס דארף יעדעם צוריקשיקן, און דאס האט ער נישט געטוושט קיין כי הוא זה! ע"א די ליבעראלן העטן שטארק געוואלט אן אייס עבאלישמענט, אבער ער האט למעשה זיראו געטוישט און האט נישט קיין פלענער צו טוישן.

סיכום: קיין שום ליגענט.

מסתמא האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
פאסט טרעגער האט געשריבן:Biden says: “The idea that I’m going to say, which I would never do, if an unaccompanied child ends up at the border, we’re just going to let them starve to death and stay on the other side, no previous administrations did either, except Trump.”

Reality: Trump never sent any kids off to starve to death. Many were flown back to their home countries.

סתירה מיניה וביה, "געפלויגן צוריק צו זייער היימלאנד" איז דאך היינו געשיקט צום הינגערן! און חוץ מזה האט טראמפ געהאט אן אגריעמענט מיט מעקסיקאו און יעדער אנקומענדער, יונגעלייט און קינדער, זאטע און אויסגעהינגערטע צוגלייך, זענען געוויזן געווארן דעם רוקן צוריק אריין צו די קארטעלס אין מעקסיקאו.

אמת, אמעריקאנער בירגער האבן אסאך א בעסערע לעבן אין אסאך הינזיכטן ווי די וועלכע וואוינען אין סאוט אמעריקע
אבער, די איבערוויגנדע מערהייט אימיגראנטן וועלכע קורסירן די באורדער זעהען מיר אויס צו זיין פיין אנגעפאשעט
אז דו מאכסט א קלעים אז סגייט דארטן פאר א הונגער עד כדי כך אז אמעריקע זאל זיין מחיוב צו אריינעמען מיליאנען "אזיל רעכט" זוכער ברויכסטו צישטעלן דעקונג
(מיין גוגל סורטש ווייזט אז צען פראצענט יונייטעד סטעיט סיטיזענס הונגערן... סאו איך ווייס נישט.. אפשר דארף מען עס ווייזן פאר די אימיגראנטן..)

בנוגעה טראמפס דיעל מיט מעקסיקאו...
דא האסטו די וואשינגטאן פאוסט אפלייקענען אז אזא דיעל עקזיסטירט בכלל.

סיכום: ביידען האט געזאגט א פארפירערישע ליגנט

זעהט אויס האסט נישט געלייענט דעם ארטיקל ווייל נאכן עס דורכליינען פון אויבן ביז אונטן האב איך נישט קיין מושג פון ווי דו נעמסט דיין מסקנא. אדרבה די פאוסט גייט אריין זייער שיין אין די פרטים פונעם אגריעמענט, האבן אפילו בילדער פונעם פאפיר, און א באשטעטיגונג פונעם מעקסיקאו פרעזידענט.

און ס'איז עקזעקטלי ווי אויבן דערמאנט, טראמפ'ס הארצלאזע אגריעמענט האט געלויטעט אז אלע אסיילעם זיכער דארפן מאכן א בואו בשלום קיין מעקסיקאו.

אויף דעם ארויף זאגט מר. ביידען, ווען איך זעה א דאר אויסגעהינגערט קינד, אויסגעמאטערט פון א 3,000 מייל צופיסיגע רייזע, גיי איך אים נישט צוריקשיקן! צולייגענדיג "איי מעיק נאו אפאלעיזשיס פאר דעט!".

סיכום: קיין שום ליגענט.

מסתמא האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
פאסט טרעגער האט געשריבן:Biden says: “No, I haven’t” ever rejected bipartisanship.

Reality: His executive orders and legislative agenda couldn’t be more divisive or partisan. His COVID relief pack was passed zero Republican votes. And he refuses to deal with any Republicans who won’t accept 100 percent of his agenda.

נישט ריכטיג, וואס הייסט ער איז נישט גרייט געווען? זיין סאמע ערשטע אוועל אפיס זיצונג אלס פרעזידענט איז דאך געווען נישט מיט דעמאקראטן בכלל נאר גאר מיט רעפובליקען סענעטארן! ער איז גרייט געווען אויף פילע טוישונגען, סיי אין די פארדינסטן קוואליפיקאציעס, סיי אין די אנאימפלוימענט סכומים, וכו' וכו' אבל מה יעשה אז די קאונטער אפפער פון א "דריטל" פון זיין ארגינעלע נומבער איז פשוט שטייצעך נישט קיין סיריעס אפפער וואס סייווער האט געטראכט דאס איז אן ערענסטע פראפאסעל. און שטייצעך אז ער, וועם די אמעריקאנער פיפל האט ערוויילט, האט די פולסטע רעכט צו שטעלן זיין אזשענדע.

חוץ מזה איז דיין פעקט טשעק דא א טעות בשורש, ביידען רעדט נישט פון מיטש מעקאנעל וכו' די אנדערע העק/סוואמפ רעפובליקענס אין וואשינגטאן. ער זאגט קלאר די רעפובליקענס אין לאנד, ביי די עמך עולם איז דער ביל בייפארטיזען! ונכון מאוד הוא.

אזא ענטפער ברויך מען בוק-מארקן, הייסט, דאס מאכן א זיצונג מיט די קעגנערישע פארטיי איז קאנסידערט ביי דיר בייפארטיזענשיפ?

שטעל דיר פאר ווען די רעפאבליקאנער וועלן קאנטראלירן ביידע הייזער מיטן פרעזידענט זיץ און זיי וועלן מאכן א נערישע מיטינג פארנט פון די קאמרעס אן קיין שום פאקטישע רעזאלטס אויב אזאנס וועט דיר דעמאלטס אויכעט באפרידיגן..
וועט דעמאלטס זיין פעיר צו זאגן אז דער פרעזידענט "פאראייניגט" דאס לאנד און פירט אדורך א "ביי-פארטיזען" ביל.. בלויז ווייל ער האט געמאכט א צירקוס זיצונג??

בכלל, די פאקט אז ביידען האט נישט געוואלט אננעמען די קלענערע ביל פארגעשלאגן דורך די ריינאו סענאטארן, דאס פארענטפערט נאכנישט פארוואס ער האט למעשה "גארנישט" געטוישט אין זיין ביל אז סזאל כאטשיג "עפעס" באפרידיגן די רעפאבליקאנער פארטיי.

סיכום: ביידען האט געזאגט א פארפירערישע ליגנט

כאפ איך נישט וואס דו ביזט צומישט. ס'איז זייער קלאר, ער האט טאקע נישט באקומען רעפובליקען סופפארט אינעם וואשינגטאן סוואמפ, כאטש צו זיין קרעדיט האט ער געטרייט, אבער יא רעפובליקען סופפארט אינעם לאנד! און דאס זאגט ער.

דאס אז עס זענען דא אנקעטעס וואס זענען נישט אקוראט און ממילא דארף מען דאס איגנארירן גענצליך און זיך בכלל נישט רעכענען דערמיט, איז עטליכע תשובות בדבר.

1) די עוורידזש פון די אנקעטעס טרעקד קאנסיסטענטלי שארף נאענט מיט די רעזולטאטן. אווי איבערצייגט איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, עלעקשאן נאך עלעקשאן. און די אנקעטע עוורידזש יעצט ביים ביל איז געווען דראמאטיש הויעך = בייפארטיזען סופפארט.

2) די אנקעטעס זענען יעצט געווען ביי די %70+ אפראוול רעינדזש, דאס באדייט אז אפילו מיטן ארייננעמען אלע היסטארישע מעגליכע ערראר פאקטארן רעדטסטו ווייטער פון א מאסיווע פאפולער ביל ביי ביידע פארטייען אינערהאלבן באפעלקערונג.

3) דיין פערזענליכע נישט גלייבן פאולס, און פערזענליכע קאנספיראציעס איבער שקרנותדיגע אנקעטע רעזולטס איז נישט א מעינסטריעם גלויבונג און אוודאי האפיך אז קיינער ערווארט נישט פונעם פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דאס צו אנהויבן גלייבן און אלל אוו עי סאדען אויפהערן קוקן אויף פובליק אפיניען סורוועיס און טוהן זשאסט ככל העולה רוחו.

באטטאם ליין האט ביידען קלאר געענטפערט אז ער רעכענט זיך מיטן אפיניען פונעם עמך פאלק פון ביידע פארטייען, און דאס האט ער באקריגן דא ביי דעם ביל, (און אגב צייגן עס אנקעטעס פארן קומענדיגן אינפערסטרוקטור ביל) און אשע"כ =בייפארטיזענשיפ.

סיכום: קיין שום ליגענט.

מסתמא האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
פאסט טרעגער האט געשריבן:Biden says: “I hoped to get 100 million shots in people’s arms in my first 100 days. We met that goal last week by Day 58, 42 days ahead of schedule.”

Reality: The nation was already on course to well surpass that goal when he took office.

ליגענט. בשעת ביידען איז אריינגעקומען האט דאס לאנד געעוורידזשד 900 טויזענט וואקסינאציעס טעגליך. אצינד האלט עס ביי קרוב צו דריי מיליאן!

דער וואקסין דיסטרוביוציע איז קלעירלי ווי יעדער זעהט טראמפס וויסטע כאאס און ביידעןס מעידזשאר סוקסעס.

אן ביידענס אריינקומען וואלט דען אמעריקע געבליבן ביי 900 טויזנט וואקסינען טעגליך?
אויב קוקסטו אויף די וואקסין פראדוקציע טשארטס וועסטו זעהן אז אמעריקע וואלט "סייווי" אנגעקומען צו די נאמבערס, ריגארדלעס ווער סאיז דער פרעזידענט...
אזוי זאגט די CDC


דאס איז אבער נישט קיין ספק אז ווען טראמפ איז ווען יעצט דער פרעזידענט, וואלט די וואקסין פראדוקציע געווען אויף די זעלבע רעיט

בנוגעה די וואקסין דיסטריביושן.. קענסט בלעימען ווער סאיז ריספאנסיבל דערויף..
טראמפ האט געשטעלט די 50 גאווערנערס אלץ אחראי דערויף, קענסט בלעימען קאומאו פארן פשוט נישט אויסטיילן די וואקסינען..

סיכום: ביידן האט מרמז געווען א פארפירערישע ליגנט


די טשארט וואס דו ברענגסט צייגט לגמרי נישט קיין פראזשעקשאן אויף די יעצטיגע נומבערס, פונקט פארקערט, און די יעצטיגע נומבערס איז אבסעלוטלי א זאך וואס אף גם אחד האט נישט פרעדיקטעט! אין פאקט האט דער הייסער טראמפ רעפובליקאנער קאנגרעסמאן מר. קארטהעם פון טעקסעס זיך געלאזט הערן אויף הענעטי בשעתו, ווען ביידען האט פראקלאמירט דעם גאול, האט מר. קארטהעם הויעך פראקלאמירט: "דער 100 מיליאן גאול איז נישט מוראדיג, אויב מר. ביידען וויל אונז יא שאקירן זאל ער מאכן א גאול פון 200 מיליאן, דאס וועט אונז שטארק באאינדרוקן".

איבעריג צו זאגן אז וכך הוה! און אט דאס זאגט דא ביידען מיט זיין אויפטוה. איך מיין אז באמת קען מען דא ענדיגן דעם דיסקוסיע, דאס זאגט שוין אלעס.. אבער לאמיר גיין ווייטער.

ס'דא דא צוויי חלקים, ס'דא די וואקסין פראדוקציע און ס'דא די וואקסין דיסטריביוציע. סאמהאו פארגעסטו קריטיש וויכטיגע חלקים וואס האט זיך אפגעשפילט בפני כל עם ועידה הערשט אין די לעצטערע וואכן/חדשים.

אויפן דיסטריביוציע פראנט האט אום מארטש זשאנסן און זשאנסן געלאזט וויסן אז זיי פאלן ארונטער פראזשקשאנס אויף 87 מיליאן וואקסינאציעס, און גייען נישט קענען דעליווערן אזוי שנעל ווי געראכטן. דא איז די ביידען אדמיניסטראציע אריינגעקומען און אויסגעהאמערט היסטארישע דיעלס צווישן זיי און זייערע קאמפעטישאנס אז זיי וועלן ניצן פראדוקציע ליניעס פון זייער קאמפעטישאן וואס דאס וועט צוריק שטעלן די פראדוקציע אויף די רעלסן און נאך דערצו ארויפריקן דעם נומער צו קרוב צו 100 מיליאן שאטס!

אט דער שריט אליין האט צוריקגעריקט דעם וואקסינאציעס טיימליין מיט א שיינע פאר וואכן און ביינעזאם מיטן גיסן פרישע געלטער, די שטארקע באנייטע פרעשור און ביידען'ס אקטיוויזירן דעם "דעפענס פראדאקשען אקט" איז דער טיימליין צוריקגעריקט געווארן מיט 2 חדשים, פון יולי צו מאי, א ריזן אקאומפלישמענט אינעם פראדוקציע חלק גופא.

דאן ווער רעדט נאך פונעם דיסטרעביושען לעוול ווי הכל מודים די טראמפ דיסטריביושען פלאן איז געווען ערגעץ צווישן "אומעקזיסטירנד" און "טאטאל כאאס".

און די אמת איז אז ס'געווען ביידע, ערשטנס איז עס טאקע געווען אומעקזיסטירנד אויף א נאציאנאלע לעוול, ווייל אזוי ווי דו זאגסט האט עס טראמפ סימפלי ארויפגעווארפן אויף די סטעיטס אליין קעיר צו נעמען, און די כאאס חלק איז פרעדיקטיבלי גאר שנעל געווען דער תוצאה. און ניין, נישט נאר קאומאו אינעם ליבעראלן ניו יארק האט געפלאפט דערמיט (אויף אזוי ווייט אז עט סאם פוינט זענען %30 וואקסין'ס אפגעזיצן אין די סטארידזשעס), נאר פון אייאווע, ביז מיזורי, פלארידע, ביז דעם שטארק פאפולערן רעפובליקען גאווערנער טשאקלי בעקער וועמענס אפראוול האט געטראסקעט אין רעזולטאט פונעם צוקוליטשטן וואקסין ראולאוט איז איבעראל געווען כאאס.

און דאס האט ביידען געפיקסד, אנשטאט סטעיטס וואס האבן ווייניגער היסטאריע און עקספיריענס ווי אנדערע סטעיטס מיטן זיך ספראווען מיט נעטוראלע דיזעסטערס און דעריבער איז אויף זיי געפאלן דער גאנצער ראולאוט ווי אן אומגעראכטענער וואלקעינאו און דעריבער רעזולטירט אין טאטאל כאאס, האט די ביידען אויפגעסעט א ריזן נאציאנאלע וואקסין דיסטריביוציע סיסטעם אראפנעמענדיג א גרויסן חלק עול פון די סטעיטס.

און פארפאלן, אנדערש ווי די קליינע אומבאהאלפענע, אומעקספיריענסד סטעיטס, האט די פעדעראלע גאווערמענט פון די פאראייניגטע שטאטן פיל מער קעפעבילעטיס און מאכט דורכצופירן גרויסע קאמפלעקס זאכן, שטייצעך ווען זיי ווילן! אנגעהויבן מיטן אריינשיקן די ריזיגע כוחות פעדעראלע טרופן, דאן ארויסנעמענדיג גרויסע סטאדיומס פאר וואקסינאציע סייטס, אויפסעטן האטליינס, אויפקלערונג פראפאגאנדע פון קאנסערוואטיווע קירכע'ס ביז רורעל מינארעטי קאמיונעטיס, און געענדיגט מיטן מאסיוון נעשאנעל פארמאסי פראגראם וואס האט רעוועלושענייזד די גאנצע דיסטריביוציע סיסטעם און געברענגט דעם נומער ווי מ'האלט היינט.

ווער ס'זאגט אז די טראמפ אדמין האט דערלאנגט פארן ביידען טראנזישאן א פונקציאנירנד דיסטריביוציע סיסטעם האט נישט די פאקטן צו די האנט, און ווער ס'קלערט אז די אלע אויבענדערמאנטע פרישע גרויסע שריט האבן נישט צוגעגעבן צו די געהעכערטע וואקסינאציע נומבערס נער'ט זיך, און ווער ס'האלט אז דער סיסטעם אין פלאץ פון יאנואר 19 2021 האט געהאלטן אויפן זעלבן פראזשעקטארי פון קרוב צו 3 מיליאן שאטס אום מארטש, דער לעבט אין לאלאלענד. די פאקטן רעדן פאר זיך.

באטטאם ליין, ביידען'ס זיך אויפטוהן אז ער'ט געמאכט א גוטער וואקסינאציע זשאב איז נישט נאר פשוט פאליטיש סטאנדארט גערעדט, נאר האט מיט ליגענט קיין כי הוא זה שיכות.

סיכום: קיין שום ליגענט.

און אט איז א ביישפיל פון די וואקסינאציע כאאס העדליינס בעפארן אנקום פון ביידען. דאס אז מ'זעהט מער נישט פאר די אויגן אזוינע באריכטן, נאר אדרבה זשאסט דאס פארקערטע, זאגט אלעס פאר זיך.
אטעטשמענטס
Screenshot_20210402-131059_Chrome.jpg
Screenshot_20210402-131059_Chrome.jpg (323.52 KiB) געזען 1455 מאל
Screenshot_20210402-131743_Chrome.jpg
Screenshot_20210402-131743_Chrome.jpg (180.57 KiB) געזען 1455 מאל
Screenshot_20210402-131706_Chrome.jpg
Screenshot_20210402-131706_Chrome.jpg (239.22 KiB) געזען 1455 מאל
לעצט פארראכטן דורך כאפצעם אום פרייטאג אפריל 02, 2021 3:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: ברעיקינג, ביידן געגעבן ערשטע פרעס קאנפרענץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

@כאפצעם
אן טראסקענען נאכאמאל שטאקן מיט אינפארמאציע


ביידען האט ליגנט געזאגט


ביידען האט געזאגט: די וועסט מעדזשאריטי אימיגראנטן פאמיליעס ווערן צוריקגעשיקט, אבער אין פאקט
1] די וועסט מעדזשאריטי אימיגראנטן ווערן "נישט" צוריקגעשיקט

ביידען האט געזאגט: טראמפ האט צוריקגעשיקט די אימיגראנטן קינדער צו זייערע היימלענדער הונגערן, אבער אין פאקט
2] די טראמפ אדמיניסטראציע האט קיינמאל נישט צוריקגעשיקט קיין קינדער הונגערן

(בנוגעה די פאוסט ארטיקל, אדרבה קוקט עס אליינס נאך און איבערצייגט אייך אליינס אויב @כאפצעם האט רעכט)

ביידען האט געזאגט: איך האב געמאכט א גאול צו וואקסינירן 100 מיליאן אמעריקאנער אין די ערשטע 100 טעג, אבער אין פאקט
3] די הונדערט מיליאן וואקסין גאול איז געווען א נערישע פארפירערישע ספין מתחילה

ביידען האט געזאגט, איך האב קיינמאל נישט צוריקגעוויזן בייפארטיזענשיפ, ווען אין פאקט
4] ביידען האט פון זיין ערשטע טאג אין אפיס קיינמאל נישט ארויסגעוויזן קיין "עכטע" גרייטקייט פאר סיי וועלכע בייפארטיזאנשיפ
(אן קיין עלעקשאנס וואו די פאולסטערס וועלן געשטעלט ווערן צו א פארהער האבן זיי זעראו נאמנות)

די מסקנה איז גאנץ א קלארער, ביידען האט אפאר מאל ליגנט געזאגט
לויט פאליטיפעקטס פיבערמעסטער וואלט מען געלייגט ביידענס הויזן אין פייער

פאר ראיות און הוכחות אויף יעדע פון די 4 נקודות קענט איר איבערקוקן מיין פריערדיגע לענגערע תגובה

----

איר גייט אריין אין זייטיגע דעבאטעס וועלכע מקען אויף יעדעס עקסטער דן זיין, איך האלט מיך דא בסך הכל צו די נקודה, אויב ביידען האט ליגנט געזאגט
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: ברעיקינג, ביידן געגעבן ערשטע פרעס קאנפרענץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

די יא אדער נישט צוריק שיקען פאליסי צווישען ביידען און טראמפ איז א סתירה מיט די ביידען סטעיטמענט אז עס איז ״נישטא קיין טשעינדזש אין פאליסי״

עניוועי עס קומט זיך א גרויס דאנק פאר די צוויי חשובע און גאר געלונגענע שרייבער פארען נעמען די מיה און געבן א עונג יום טוב פאר די ליינער.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3219
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: ברעיקינג, ביידן געגעבן ערשטע פרעס קאנפרענץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- @מסתמא דיין קלארקייט איז עפעס אויסערגעווענדליך
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3219
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: ברעיקינג, ביידן געגעבן ערשטע פרעס קאנפרענץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

מטעמים האט געשריבן:די יא אדער נישט צוריק שיקען פאליסי צווישען ביידען און טראמפ איז א סתירה מיט די ביידען סטעיטמענט אז עס איז ״נישטא קיין טשעינדזש אין פאליסי״

עניוועי עס קומט זיך א גרויס דאנק פאר די צוויי חשובע און גאר געלונגענע שרייבער פארען נעמען די מיה און געבן א עונג יום טוב פאר די ליינער.

אגרי
כאטש איך בין מחולק מיט אים, איז @כאפצעם'ס זעלטענעם פעדער גארנישט אוועקצומאכן,
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ברעיקינג, ביידן געגעבן ערשטע פרעס קאנפרענץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פרייטאג האט דער פרעזידענט ירום הודו גערעדט אפאר ווערטער, און נאכדעם גענומען פראגעס פון רעפארטער וואס ער האט גאר גוט געענפערט, טראץ וואס עס איז געווען אומארגאניזירט מיט איינער איבערשרייענדיג דעם צווייטן.

אויף די שאלה אויב ער נעמט זיך קרעדיט פאר דעם מאסיוון דזשאבס באריכט, האט ער געענפערט אז ער גיבט דאס קרעדיט פאר די אמעריקען פיפאל.
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: ברעיקינג, ביידן געגעבן ערשטע פרעס קאנפרענץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

נאכאמזל אז כאפצעם און מסתמא זענען אויף קענגזייטיגע פארטייאישע ליניעס, נאר אזוי קומט ארויס אזעלכע קלארע בירורים, בבירור אחר בירור.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ברעיקינג, ביידן געגעבן ערשטע פרעס קאנפרענץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פאסט טרעגער האט געשריבן:נאך א ליגענט,
געוועזענער ספיקער אף די האויז ניוט גינגריטש פארלאנגט אז ביידן זאל ארויסקומען מיט א אפיציעלע אפאלאדזשי, נאכדעם וואס אלעס וואס ביידן האט גערעדט וועגן דזשארדזשיע איז געווען ליגענט,

דער שעימלעס נידערגקייט האט זיך אמאל אנטשולדיגט פאר ביל קלינטאן פארן אימפיעטשן פאר זאכן וואס ער האט אליינס געטון אין גענוי יענע תקופה?

(קלינטאן האט זיך געקלאפט סלח לנו ברבים, אויב ווילסטו גיין וואטאבאטיזם אין יענע דירעקשן.)
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: ברעיקינג, ביידן געגעבן ערשטע פרעס קאנפרענץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

צל עובר האט געשריבן:
פאסט טרעגער האט געשריבן:נאך א ליגענט,
געוועזענער ספיקער אף די האויז ניוט גינגריטש פארלאנגט אז ביידן זאל ארויסקומען מיט א אפיציעלע אפאלאדזשי, נאכדעם וואס אלעס וואס ביידן האט גערעדט וועגן דזשארדזשיע איז געווען ליגענט,

דער שעימלעס נידערגקייט האט זיך אמאל אנטשולדיגט פאר ביל קלינטאן פארן אימפיעטשן פאר זאכן וואס ער האט אליינס געטון אין גענוי יענע תקופה?

(קלינטאן האט זיך געקלאפט סלח לנו ברבים, אויב ווילסטו גיין וואטאבאטיזם אין יענע דירעקשן.)

קלינטאן'ס אפיציעלע אימפיטשמענט קלאגעס זענען געווען איבער ליגנט זאגן און אבסטראקשאן אף דזשאסטיס, די קעיס האט זיך נאר אנגעפאנגען וועגן יענע חטאים.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”