ווינטער שטורעם פירט צו עלעקטריציטעט קריזיס אין טעקסעס

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

ווינטער שטורעם פירט צו עלעקטריציטעט קריזיס אין טעקסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

א שווערע ווינטער שטורעם וועלכע פלאגט טיילן פון אמעריקע האט רעזולטירט אין א עלעקטעריציטעט קריזיס אין טעקסעס ווען די ארטיגע גריד האט געליטן א קאטאסטראפאלע דורכפאל.

אין די צייט וואס די וועטער איז געפאלן צו די איינצעלנע ציפערן אדער אונטער נול, זענען מער פון פיר מיליאן איינוואוינער אן קיין עלעקטעריציטעט, און ארטיגע איינוואוינער פארציילן איבער גאר שרעקעדיגע איבערלעבענישן וועלכע זיי גייען אריבער אין די ביטערע קעלט אן קיין הייצונג. עטליכע מענטשן זענען שוין אומגעקומען אין רעזולטאַט פון די שטורעם, אריינגערעכנט א מאמע מיט א קינד וועלכע זענען ל"ע געשטארבן פון קארבאן מאנאקסייד נאכן זיך פרובירן אנווארעמען אין זייער אויטא.

די קורצשלוסן האבן זיך אנגעהויבן מיט א מעלדונג פון די עלעקטריק פירמעס אז זיי וועלן דורכפירן וואס מען רופט 'ראולינג בלעקאוטס' דאס הייסט אז די פירמע וועט אויסשאלטערן די קראפט פון איין ארט אויפאמאל - צו פארמיידן די סיסטעם פון גענצליך צוזאמענגעפאלן - און יעדע שטיק צייט וועלן זיי טוישן די ארט וואו די קראפט וועט פארלאשן ווערן. למעשה האבן די קורצשלוסן אנגעהאלטן פיל לענגער ווי געפלאנט. עטליכע ערטער זענען שוין אן עלעקטריק פאר מער פון 24 שעה, און די עלעקטריק פירמעס ווארענען אז די מצב קען אנהאלטן פאר עטליכע טעג.
שארף און קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:45 am

Re: ווינטער שטורעם פירט צו עלעקטריציטעט קריזיס אין טעקסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארף און קליג »

פיין, מ'האט שוין נאך א זאך אויף וואס מ'גייט טרעפן שולדיגע...
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ווינטער שטורעם פירט צו עלעקטריציטעט קריזיס אין טעקסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

די באשולדיגונגען פליען שוין פון אלע זייטן. די רעפובליקאנער צייגן אן אז טייל פון די קריזיס נעמט זיך פון די פאקט אז טעקסעס פארלאזט זיך אין טייל אויף ווינט טורבינען צו ערצייגן עלעקטעריציטעט. אונטער די שווערע קעלט זענען די טורבינען פארפרוירן געווארן און דאס האט בייגעשטייערט צום קריזיס.

דעמעקראטן זענען פארנומען אנצייגן אז טעקסעס פארמאגט א אייגענע עלעקטריק גריד און דאס האט געפירט אז די סיסטעם זאל קראכן אזוי שנעל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ווינטער שטורעם פירט צו עלעקטריציטעט קריזיס אין טעקסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

באאמטער אין טעקסעס ווארפט אפ די באשולדיגונג אז טורביינס זענען שולדיג אין די צרות...
אטעטשמענטס
EuXIqnLXcAQAbYz.png
EuXIqnLXcAQAbYz.png (20.12 KiB) געזען 2229 מאל
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: ווינטער שטורעם פירט צו עלעקטריציטעט קריזיס אין טעקסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

Screenshot_20210216-094554_Gmail.jpg
Screenshot_20210216-094554_Gmail.jpg (737.21 KiB) געזען 2096 מאל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ווינטער שטורעם פירט צו עלעקטריציטעט קריזיס אין טעקסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

דאס בילד איז פון 2014... נישט פון טעקסעס

עניוועיס...
לעצט פארראכטן דורך יש ברירה אום דינסטאג פעברואר 16, 2021 5:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ווינטער שטורעם פירט צו עלעקטריציטעט קריזיס אין טעקסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

א מאן אין דאלאס האט אנגעפילט זיין וואנע צו האבן וואסער.

אינדערפרי איז עס געווען באדעקט מיט א שיכט פון אייז...
אטעטשמענטס
EuWx4QJWYAI8k5z.jpg
EuWx4QJWYAI8k5z.jpg (197 KiB) געזען 1982 מאל
שארף און קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:45 am

Re: ווינטער שטורעם פירט צו עלעקטריציטעט קריזיס אין טעקסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארף און קליג »

סתם פאר נייגעריג, צו קענען פילע וואסער פייפס קראכן?
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: ווינטער שטורעם פירט צו עלעקטריציטעט קריזיס אין טעקסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

"נאר" פולע קענען קראכן.... ליידיגע קענען נישט קראכן
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ווינטער שטורעם פירט צו עלעקטריציטעט קריזיס אין טעקסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

דא אסאך באריכטן איבער פייפס וואס קראכן, יא.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ווינטער שטורעם פירט צו עלעקטריציטעט קריזיס אין טעקסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

און אין טעקסאס ווערט דאך קיינמאל נישט קאלט, בפרט דרום טעקסאס ביי מעקסיקא און ביים גאלף, איז גארנישט אויסגעשטעלט צו פארנעמען אפילו אונזערע נארמאלע קעלט, און אודאי נישט די איצטיגע סוב זעראו טעמפעראטור.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ווינטער שטורעם פירט צו עלעקטריציטעט קריזיס אין טעקסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

טעקסעס האט זייער אייגענע פאוער גריד, אנדערש ווי גאנץ אמעריקע וועלכע איז פארבינדן איינס מיטן צווייטן. זיי האבן א אייגענע סיסטעם נישט צו זיין אנגעוויזן אויף די פעדעראלע רעגירונג.

EuWz97AXAAs0kGC.jpg
EuWz97AXAAs0kGC.jpg (27.98 KiB) געזען 1866 מאל


גראדע על-פאסא איז נישט פארבינדן צו די טעקסעס גריד, נאר צו די מערב גריד און זיי האבן יא לעקטער.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ווינטער שטורעם פירט צו עלעקטריציטעט קריזיס אין טעקסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

פאדערשטע זייט פונעם מארגנדיגע דאלאס צייטונג
אטעטשמענטס
EuZIYbRUcAMlHhP.jpeg
EuZIYbRUcAMlHhP.jpeg (250.62 KiB) געזען 1717 מאל
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: ווינטער שטורעם פירט צו עלעקטריציטעט קריזיס אין טעקסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

ממש א פחד וואס דארט גייט פאר, מען קען נישט עפעס זאכליך טוהן?
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: ווינטער שטורעם פירט צו עלעקטריציטעט קריזיס אין טעקסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

בשעת ווען טעקסאס שטייט אן עלעקטריציטעט צוליב וואס די באהערדע האבן נישט צוגעשטעלט הייצונג און ווינטערייזד כלים פאר די פאוער גריד, סיי די געהעריגע, און סיי די ווינט טורביינס, וואס אין אנדערע סטעיטס האט מען דאס שוין צוגעשטעלט יארן צוריק.

זענען פאקס ניוס ליגנערס ארויס מיט א ליגנט אז די סיבה פון די קורצשלוס איז ווייל די ווינט טורביינס ארבעטן נישט אין די ווינטער.

די מצב אין דאס לאנד איז אזוי ביטער אז פרעכע ליגנט וואס מען קען מיט איין גאגל סירטש [טורביינס ארבעטן יא אין די ווינטער, און טעקסעס האט סך הכל 10 פראצענט דערפון] טרעפן ווערט געקויפט דורך די רעכטע פויערן, און די חברה זאגן עס מיט א גלאטע פנים.

אנשטאט זיך זארגן אז עס זאל נישט געשעהן נאכאמאל, אדער האלטן די פאראנטווארטליכע אקאונטעבל, אויפן עתיד, קוקן מיר אויס ווי מיר קוקן אויס.

אגב איז שוין דא א פאקס ניוס חרדישער ישוב אין טעקסאס?
לעצט פארראכטן דורך בעריש'ל אום מיטוואך פעברואר 17, 2021 12:32 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13509
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: ווינטער שטורעם פירט צו עלעקטריציטעט קריזיס אין טעקסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

יש ברירה האט געשריבן:דאס בילד איז פון 2014... נישט פון טעקסעס

עניוועיס...

דאלאס 2021...
אטעטשמענטס
20210217_001738.jpg
20210217_001738.jpg (307.9 KiB) געזען 1537 מאל
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: ווינטער שטורעם פירט צו עלעקטריציטעט קריזיס אין טעקסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

Screenshot_20210217-002302_WhatsApp_copy_382x809.jpg
Screenshot_20210217-002302_WhatsApp_copy_382x809.jpg (99.8 KiB) געזען 1512 מאל
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: ווינטער שטורעם פירט צו עלעקטריציטעט קריזיס אין טעקסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

בעריש'ל האט געשריבן:בשעת ווען טעקסאס שטייט אן עלעקטריציטעט צוליב וואס די באהערדע האבן נישט צוגעשטעלט הייצונג און ווינטערייזד כלים פאר די פאוער גריד, סיי די געהעריגע, און סיי די ווינט טורביינס, וואס אין אנדערע סטעיטס האט מען דאס שוין צוגעשטעלט יארן צוריק.

זענען פאקס ניוס ליגנערס ארויס מיט א ליגנט אז די סיבה פון די קורצשלוס איז ווייל די ווינט טורביינס ארבעטן נישט אין די ווינטער.

די מצב אין דאס לאנד איז אזוי ביטער אז פרעכע ליגנט וואס מען קען מיט איין גאגל סירטש [טורביינס ארבעטן יא אין די ווינטער, און טעקסעס האט סך הכל 10 פראצענט דערפון] טרעפן ווערט געקויפט דורך די רעכטע פויערן, און די חברה זאגן עס מיט א גלאטע פנים.

אנשטאט זיך זארגן אז עס זאל נישט געשעהן נאכאמאל, אדער האלטן די פאראנטווארטליכע אקאונטעבל, אויפן עתיד, קוקן מיר אויס ווי מיר קוקן אויס.

אגב איז שוין דא א פאקס ניוס חרדישער ישוב אין טעקסאס?
אטעטשמענטס
147F3234-556B-4AC4-97FA-0BC64746717C.jpeg
147F3234-556B-4AC4-97FA-0BC64746717C.jpeg (234.96 KiB) געזען 1490 מאל
4B64108C-3295-4D7B-A9F1-83A8301B91C9.png
4B64108C-3295-4D7B-A9F1-83A8301B91C9.png (556.51 KiB) געזען 1490 מאל
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ווינטער שטורעם פירט צו עלעקטריציטעט קריזיס אין טעקסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

מען קען ממש שרייען...

נישט נאר וואס מען נוצט א קריזיס צו סקארן ביליגע פאליטישע פוינטס נאר די גאנצע זאך איז א פרעכע שקר, געבויט אויף ארגומענטן וועלכע זענען קעגן די פאקטן אויף דער ערד. נעכטן איז נאך געווען א צומישעניש, אבער היינט ווייסט יעדער וואס גייט פאר, און די חברה גייען ווייטער אן כאילו לא היה... דער גאווערנער אריינגערעכנט. ס'נישט אז מען קריטיקירט ווייל מען האלט אז עמיצער דארף ווען טון א בעסערע דזשאב... מען נוצט סתם אויס די געלעגענהייט צו פארשמירן א סיסטעם מיט ליגענטס.

דאס אלעס בשעת מען מאכט זיך נישט וויסענדיג פונעם פאקט אז די געווענליכע פאוער סורסעס וועלכע ארבעטן אויף גאז, קוילן און נוקלעאר האבן אויך געפעילד, נאך ערגער ווי ווינט כח (אין פאקט, ווינט פאוער שטייגט איבער די ערווארטונגן), מען פאקוסירט אויף די איין קליינע פיצע פונעם מצב צו שאפן א בילד וועלכע זאל שטימען מיט די פאלשע מעסידזש

אויב דאס איז נישט גענוג ביליג; די ארגומענטן זענען אזוי שרעקליך בעד פעטה אז נאר... אפילו עס זאל ווען זיין אמת אז די טורבינען זענען שולדיג אינעם קריזיס, איז דאך דא סיסטעמען דאס צו פארמיידן. אנדערע שטאטן וועלכע נוצן ווינט כח האבן אפטע קאלטע טעפעראטורן אבער זענען רעגולירט צו זיין באשיצט קעגן ווערן געפרוירן דעריבער פאסירט דאס נישט אין יענע ערטער.

ברררר...
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ווינטער שטורעם פירט צו עלעקטריציטעט קריזיס אין טעקסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

וועבזייטל וועלכע האלט חשבון אויף אויסשאלטערונגען אין אמעריקע

https://poweroutage.us/area/state/texas

א בליק אויף טעקעסעס
אטעטשמענטס
i.jpg
i.jpg (133.52 KiB) געזען 1248 מאל
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8331
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: ווינטער שטורעם פירט צו עלעקטריציטעט קריזיס אין טעקסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

1927.png
1927.png (39.53 KiB) געזען 1190 מאל
בעקעלע.הפוכה
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 10:21 am

Re: ווינטער שטורעם פירט צו עלעקטריציטעט קריזיס אין טעקסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקעלע.הפוכה »

ouch
משליך קרחו כפיתים - לפני קרתו מי יעמוד
השתדלות בפרנסה, מיט הכנסות, האבן נישט קיין שייכות - מדארף טוען ווייל מדארף טוהן לקיים גזירת המלך בזיעת אפך וכו', און דער בורא עולם האט שוין זיינע וועגן צו געבן - ב"ה וב"ש
לאנטשבאקס
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 9:22 am

Re: ווינטער שטורעם פירט צו עלעקטריציטעט קריזיס אין טעקסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטשבאקס »

images.jpg
images.jpg (9.33 KiB) געזען 1165 מאל

images (1).jpg
images (1).jpg (6.92 KiB) געזען 1165 מאל

images (2).jpg
images (2).jpg (14.58 KiB) געזען 1165 מאל
אהללה ה' בחיי אזמרה לאלקי בעודי
רוּחַ אִישׁ יְכַלְכֵּל מַחֲלֵהוּ - משלי יח יד
לאנטשבאקס
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 9:22 am

Re: ווינטער שטורעם פירט צו עלעקטריציטעט קריזיס אין טעקסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטשבאקס »

download.jpg
download.jpg (10.37 KiB) געזען 1164 מאל
אהללה ה' בחיי אזמרה לאלקי בעודי
רוּחַ אִישׁ יְכַלְכֵּל מַחֲלֵהוּ - משלי יח יד
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ווינטער שטורעם פירט צו עלעקטריציטעט קריזיס אין טעקסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

אויף א ערנסטע נאוט, אויב זאל ווען פאסירן אין ניו יארק סיטי דאס וואס גייט יעצט פאר אין טעקסעס וואלט דאס לאנד געפארן אויף רעדער.

צייט פאר די פעדעראלע גאווערמענט צו גיין ראטעווען די שטאלצע איינזאמע שטערן שטאַט... מענטשן דרייען זיך אויף די גאסן אין זוכעניש נאך געפאלענע ביימער אדער האלץ, צו נוצן פאר הייצונג.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”