פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6205
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

רעגענדיג האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:
enjoy האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:
די אינפלציע זאלן פאלן צו 0 איז באגריסענד דער עולםכאפטנישט וואס דעס מיינט דאס מיינט אז נעקסטע חודש איז דיין גראסערי ביל מיט 500 דאלער ביליגער wow טענק יו ביידען

ביי די וועי ס’איז מסתמא אראפ צו זירא אין די גאנצע וועלט וואקום ס’איז דאך געווען א וועלטליכע פאסט קאוויד פראבלעם אינטערסאנט מ’הערט נישט פון די וועלט גארנישט
נעקסטע חודש איז די גראסעריי ביל מיט $500 ביליגער??
יאפ ווייל אלע פרייזן גייען איה דראפן צוזאמען מיט די אינפילעישן וואס האט געדראפט פלוצים צו 0
אינפלאציע האט נישט "געדראפט" צו זערא, אינפלאציע חודש איבער חודש איז נישט ארויף אבער יאר איבער יאר שטייט נאך ביי 8.5%.

ס'גייט אבער צוזאמען מיט די "נישט רעסעסיע", אזוי אויך 8.5% אינפלאציע הייסט "געדראפט צו זערא"
נישטא קיין רעסעסיע
נישטא קיין אינפלאציע
נישטא קיין טייערע געז פרייזן
נישטא קיין רציחה
נישטא קיין מאנגל

און נישטא קיין שכל.

נאובאדי האום.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

שליו ודגים האט געשריבן:
enjoy האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:
די אינפלציע זאלן פאלן צו 0 איז באגריסענד דער עולםכאפטנישט וואס דעס מיינט דאס מיינט אז נעקסטע חודש איז דיין גראסערי ביל מיט 500 דאלער ביליגער wow טענק יו ביידען

ביי די וועי ס’איז מסתמא אראפ צו זירא אין די גאנצע וועלט וואקום ס’איז דאך געווען א וועלטליכע פאסט קאוויד פראבלעם אינטערסאנט מ’הערט נישט פון די וועלט גארנישט
נעקסטע חודש איז די גראסעריי ביל מיט $500 ביליגער??
יאפ ווייל אלע פרייזן גייען איה דראפן צוזאמען מיט די אינפילעישן וואס האט געדראפט פלוצים צו 0
קאן זיין אז אינפלאציע האט געדראפט.. אבער איך גלייב שווער אז א חודש ארום גייען די פרייזן זיין אזוי סאך ביליגער. (אפשר ביים גוי)

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

שליו ודגים האט געשריבן:
די אינפלציע זאלן פאלן צו 0 איז באגריסענד דער עולםכאפטנישט וואס דעס מיינט דאס מיינט אז נעקסטע חודש איז דיין גראסערי ביל מיט 500 דאלער ביליגער wow טענק יו ביידען

ביי די וועי ס’איז מסתמא אראפ צו זירא אין די גאנצע וועלט וואקום ס’איז דאך געווען א וועלטליכע פאסט קאוויד פראבלעם אינטערסאנט מ’הערט נישט פון די וועלט גארנישט
מ’האט דא שוין קלאר מסביר געווען פריער. די גאז פרייזן האבן געפאלן, במילא איז די חודש נישט צוגעקומען קיין אינפלאציע אלס חודש ביי חודש, אפילו די קאנסומער פרייזן איז נאכאלס 8.5 העכער ווי פאריאר.

און יא, אויב אינפלאציע גייט שטארק פאלן מיינט עס איז נאך זאכן זענען די פרייזן געפאלן. די פרייזן שטעלן זיך נישט צו צו אינפאלציע, אינפלאציע איז וויפיל די פרייזן איז.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

פעיק ניוז האט געשריבן:
א מין ווארט דאס: עס האט 'געדראפט'... דו זעסט נישט ווי די שטריכן דארט פאלן אראפ? ווי טענה'סטו זיך אפילו צו עס האט געדראפט?!
אינפלאציע מיינט וואוקס אין פרייזן. אויב א הוט קאסט $100 און עס איז ארויף מיט $1 איז אינפלאציע העכער מיט 1%. נאך צוועלף חדשים פון $1דיגע וואוקס חודשליך איז די הוט ביי $112 און די חודשליכע אינפלאציע ראטע פלאך (טעכניש אראפ, ווייל די פראצענט ווערט ווייניגער ווי מער די פרייז העכערט זיך) בשעת די יערליכע אינפלאציע ראטע איז 12%.
אויב חודש דרייצן איז די וואוקס נאר 50¢ מיינט דאס אז אינפלאציע פאלט, ווייל די ראטע פון וואוקס איז נידריגער, כאטש די פרייז איז ווייטער ארויף.
אויב חודש פערצן איז די וואוקס 0¢, מיינט דאס אז חודשליכע אינפלאציע ראטע איז נישט פלאך, נאר אומעקזיסטירנד. די פרייז איז פלאך, אבער פארן חודש איז אינפלאציע 0%.
אז פרייזן זאלן פאלן, דארפסטו deflation. דאס מיינט א נעגאטיווע וואוקס אין פרייזן, צום ביישפיל גאזאלין וואס איז אראפ מיט ארום $1.
טעכניש איז אינפלאציע פאר יולי געווען נעגאטיוו, דעפלאציע

20220811_095907.jpg (73.61 KiB) געזען 576 מאל
דזשי די פי וואוקס נומערן, וואס ווערן גערעכנט לויטן קווארטאל (דריי חדשים) נישט חודשליך, איז לויט די ערשטע ציפערן אביסל געפאלן אין די ערשטע צוויי קווארטאלן פון 2022. דאס מיינט נישט אז ביידען קען זיך גרויסהאלטן אז די עקאנאמיע איז גוט, ווייל עס איז העכער מיט א טריליאן דאלער זינט ער איז אריין אין אמט. ווייל ווען מען שטעלט ארויס די דזשי די פי ציפערן קוקט מען אויף די וואוקס ראטע, נישט אויף די גרויס פון די עקאנאמיע, כאטש עס איז באקוועם העכער פאר די לעצטע צוועלף חדשים. (פארשטייט זיך אז דזשי די פי וואוקס ראטע זעלבסט ווערט עדזשאסטעד צו אינפלאציע. דאס מיינט אז פאר די ערשטע זעקס חדשים האט די אינפלאציע ראטע אריינגעכאפט די דזשי די פי וואוקס ראטע און אונז לכאורה געגעבן נעגאטיווע וואוקס.)

פארמישן פרייז וואוקס ראטע (אינפלאציע) מיט פרייז, איז ווי איינער זאל פארמישן דזשי די פי וואוקס ראטע מיט די סייז פון דזשי די פי און זאגן אז א קווארטאל מיט 0.0% דזשי די פי וואוקס מיינט אז די גאנצע אמעריקאנער עקאנאמיע איז בטל געווארן און איז ווערד $0.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דאס וואס דו רופסט "אינפלאציע איז אראפ", דהיינו ווען די וואוקס איז פראצענטועל ווייניגער ווי אין פאריגן חודש, הייסט נישט אז אינפלאציע האט געדראפט בכלליות, נאר אז די וואוקס פראצענטועל קאמפעירט צום וואוקס פון פאריגן חודש איז געווען א קלענערע. קומט אויס אז אויב איז אינגאנצן נישט געווען קיין אינפלאציע דעם חודש מער פון פאריגן חודש, איז אינפלאציע ביי 0 חודש'ליך, נישט אראפ. נישט דא אזא זאך אינפלאציע אויף אראפ, דאן הייסט עס 'דיפלאציע'. דא אבער איז די אינפלאציע פון ביז יעצט געבליבן אויפ'ן פלאץ, עס איז נישט אוועקגעגאנגען מיט קיין טראפ.

איי וואס גייט מיר אן אז מען רופט עס דראפ. פשוט, ווייל ווען מען קומט דא פייערן, אז "אינפלאציע האט געדראפט!!" מאכט עס אויסקוקן ווי כאילו מיר גייען שוין אויפ'ן וועג אראפ פון בארג וואו מען איז ארויפגעקראכן. עפעס וואס וועט נאר פאסירן ווען פרייזן וועלן פאקטיש אראפפארן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

די גאנצע זאך אז ס'האט געדראפט איז נאר ווען מ'רעכנט אויך געז, ממילא וויבאלד געז איז געפאלן איז אינפלעישען נישט ארויף...

פארשטיי איך נישט ווען רעכנט מען יא געז אין חשבון און ווען נישט? מ'טשאסט ווי אזוי די נומבערס קומען אויס בעסער?
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

@פעיק.
דו מישט ווייטער פרייז מיט אינפלאציע.

די הוט קען ווערן טייערער מיט ניינציג צענט אין יולי, און די אינפלאציע ראטע וועט נאכאלץ פאלן ווייל עס איז ארויף מיט ווייניגער ווי דער דאלער וואס עס איז ארויף אין יוני.

אין אונזער פאל, רעדנדיג פון די חודשליכע ראטע אין יולי, איז אינפלאציע געפאלן צו נול, ווייל די פרייז פארן קארב פון פראדוקטן, סערוויסעס, רענט און אזוי ווייטער, איז ווייטער ווי עס איז געשטאנען אין יולי (טעכניש האט מען געהאט דעפלאציע אין יולי, אבער עס ווערט גע'ראונד'עט צו 0.0%).

דאס וואס דו זאגסט אז אינפלאציע איז גארנישט אראפ איז נישט ריכטיג פארן יערליכן אינפלאציע אויך נישט, ווייל יולי 2022 איז געשטאנען ביי 0.0, און דאס האט ערזעצט יולי 2021 וואס האט יא געזען א חודשליכן וואוקס אין פרייזן.

@איפכא.
מען רעכנט אלץ ביידע. איינס הייסט קאור אינפלאציע, וואס רעכנט נישט ענערגיע (אויל, גאזאלין, נאטורליכע גאז) און עסן ווייל דאס זענען ארטיקלן וואס קענען ווילד שפרינגען און פאלן פון חודש צו חודש.
די אנדער ציפער, העדליין אינפלאציע, רעכנט אלעס, און איז טאקע מער אומסטאביל.

די פעדעראלע רעזערוו רעכנט קאור וואס איז מער סטאביל.
לעצט פארראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום דאנערשטאג אוגוסט 11, 2022 10:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

סאו לויט די פעדעראל רעזערוו איז יא דא אינפלאציע?
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

ריכטיג, אבער אויב גייסטו מיט קאור, שנייד ארויס די גאנצע העכערונג אין גאזאלין און עסן פרייזן וואס זענען ארויפגעשאסן אין מערץ-יוני צוליב די רוסישע אינוואזיע.

אבער קאור איז אויך געפאלן צו א וואוקס פון 0.3% פארן חודש, וואס קומט אויס צו 3.6% אויף א יערליכע ראטע.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שליו ודגים האט געשריבן:
די אינפלציע זאלן פאלן צו 0 איז באגריסענד דער עולםכאפטנישט וואס דעס מיינט דאס מיינט אז נעקסטע חודש איז דיין גראסערי ביל מיט 500 דאלער ביליגער wow טענק יו ביידען

ביי די וועי ס’איז מסתמא אראפ צו זירא אין די גאנצע וועלט וואקום ס’איז דאך געווען א וועלטליכע פאסט קאוויד פראבלעם אינטערסאנט מ’הערט נישט פון די וועלט גארנישט
אין קעיס דו ווייסט נישט, הגם איך בין זיכער אז דו ווייסט יא.

אינפלאציע טייטש דער מציאות אז פרייזן שטייגן, דאס האט זיך טאטאל געענדיגט אין יולי. (טייל פון דעם נאר צוליב די גאזאלין פרייזן, און דער קאור ציפער איז ביי 0.3, נאכנישט די בעסטע, אבער אן אנדערע מציאות אינגאנצן ווי דאס וואס איז געווען.)

פרייזן אין דזשענערעל, זענען נישט געפאלן, און גייען מסתמא נישט פאלן, און אויב יא, וועט חלילה ווערן דעפלאציע, און עס קען זיך חלילה ענדיגן מיט א מאסיווע קרעש.

וואס יא, צוביסלעך וועט אם ירצה השם וועידזשעס גרייכן די נייע עדזשאסטעד געלט ווערט, און צום ביישפיל אין יולי זענען וועידזשעס ארויף מיט 0.5%, די ערשטע מאל אין א יאר וואס ריעל וועידזשעס גייען ארויף עדזשאסטעד צו אינפלאציע.

-------
רעגענדיג האט געשריבן:
אינפלאציע האט נישט "געדראפט" צו זערא, אינפלאציע חודש איבער חודש איז נישט ארויף אבער יאר איבער יאר שטייט נאך ביי 8.5%.

ס'גייט אבער צוזאמען מיט די "נישט רעסעסיע", אזוי אויך 8.5% אינפלאציע הייסט "געדראפט צו זערא"

שטארקע פוינט בנוגע די רעפאבליקאנער רעפיוזל צו קוקן מאנטה אווער מאנטה, וואס זיי ווילן נאר רעדן פון יער אווער יער, וואס רעכנט באמת אריין יעצט נאר ביז יולי ולא עד בכלל.
If the economy adds zero jobs in August what is the best way to describe the jobs situation:

*Zero jobs added in August

*5.6m jobs added over the last year
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

צל עובר האט געשריבן:
...

פרייזן פון פילע זאכן זענען געפאלן און נאך אסאך גייען פאלן, מעגליך אפילו די העדליין אינפלאציע נומער אויך (כאטש אזאלכע זאכן ווי רענט, וואס פארנעמט א גרויסע טייל פון די העדליין ציפער, מאכט דאס שווער).

דעפלאציע נאך א גרויסע כוואליע פון אינפלאציע איז בכלל נישט קיין שלעכטע זאך.
דעפלאציע ווער נאר א פראבלעם ווען עס ווערט סיסטעמיש אויפן לאנגן טערמין.

קארס, גענוצטע קארס, הויז אפלייענסעס, קליידונג, עלעקטראניקס, פלי רייזעס, גאזאלין, עסן און נאך טויזנטער אייטעמס און סערוויסעס, קענען ווערן ביליגער מיט גרויסע פראצענטן אן גורם זיין אז די עקאנאמיע זאל קראכן.
If the economy adds zero jobs in August what is the best way to describe the jobs situation:
וואס הייסט. אין אזא פאל מיינט דאס אז די עקאנאמיע האט פארלוירן אלע 152 מיליאן דזשאבס...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

@שלמה, צוריק צו אונזער שמועס אביסל ארויפציר: וועסט געווענליך נישט הערן איינעם זאגן אז די "דזשאב וואוקס ראטע איז געפאלן". מען וועט זאגן אז דער וואוקס איז פארשטייטערט געווארן. ווייל ווילאנג עס איז דא וואוקס, פאלט עס נישט. עס קען וואקסן מיט הונדערט מער און עס קען וואקסן מיט פופציג מער. אבער עס וואקסט. וואוקס גייט אויף ארויף, פאַל גייט אויף אראפ. אפילו מען קען פון יעדער זאך מאלן שטריכן, און צייגן: קוק, עס פארט אראפ. מיינט דאס נאכנישט אז עס פארט ארויף.

בכל אופן, מיין עיקר נקודה איז געווען, אז מען ניצט עפעס א מעדזשיק ווארט, "געדראפט", און מען טריאומפירט דערמיט עז איף מען האט אן עקאמפלישמענט, אינדערצייט וואס די פראבלעם איז נאך געהעריג דא, נאר איז נישט פארגרעסערט געווארן פון פריערדיגן חודש.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

דיר שטערט אז מען טראמפייטערט מיטן חודשליכן (אן ערייכונג, אז א פראבלעם ווערט קלענער, אדער פאלט צו נול, ווי אין אונזער פאל) און מען פארהוילט זיך פונעם צוועלף חדשים'דיגן סך הכל וואס איז נאך פלענטי שלעכט.

נו נו.
דאס מיינט נישט אז די חודשליכן ציפער איז נישט טאקע אביעקטיוו גוט, אן ערייכונג. טאקע אויפן קורצן טערמין אבער מיטן האפענונג אויפן ווייטער.

איבער דיין ערשטן טייל מיין איך אז דאס איז א כאפ ווען מען רעדט פון פרייזן און פרייז וואוקס, דזשאבס און דזשאב וואוקס, דזשי די פי און דזשי די פי וואוקס.
אינפלאציע אליינס מיינט שוין פרייז וואוקס.
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובה דורך שליו ודגים »

צל עובר האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:
די אינפלציע זאלן פאלן צו 0 איז באגריסענד דער עולםכאפטנישט וואס דעס מיינט דאס מיינט אז נעקסטע חודש איז דיין גראסערי ביל מיט 500 דאלער ביליגער wow טענק יו ביידען

ביי די וועי ס’איז מסתמא אראפ צו זירא אין די גאנצע וועלט וואקום ס’איז דאך געווען א וועלטליכע פאסט קאוויד פראבלעם אינטערסאנט מ’הערט נישט פון די וועלט גארנישט
אין קעיס דו ווייסט נישט, הגם איך בין זיכער אז דו ווייסט יא.

אינפלאציע טייטש דער מציאות אז פרייזן שטייגן, דאס האט זיך טאטאל געענדיגט אין יולי. (טייל פון דעם נאר צוליב די גאזאלין פרייזן, און דער קאור ציפער איז ביי 0.3, נאכנישט די בעסטע, אבער אן אנדערע מציאות אינגאנצן ווי דאס וואס איז געווען.)

פרייזן אין דזשענערעל, זענען נישט געפאלן, און גייען מסתמא נישט פאלן, און אויב יא, וועט חלילה ווערן דעפלאציע, און עס קען זיך חלילה ענדיגן מיט א מאסיווע קרעש.

וואס יא, צוביסלעך וועט אם ירצה השם וועידזשעס גרייכן די נייע עדזשאסטעד געלט ווערט, און צום ביישפיל אין יולי זענען וועידזשעס ארויף מיט 0.5%, די ערשטע מאל אין א יאר וואס ריעל וועידזשעס גייען ארויף עדזשאסטעד צו אינפלאציע.

-------
רעגענדיג האט געשריבן:
אינפלאציע האט נישט "געדראפט" צו זערא, אינפלאציע חודש איבער חודש איז נישט ארויף אבער יאר איבער יאר שטייט נאך ביי 8.5%.

ס'גייט אבער צוזאמען מיט די "נישט רעסעסיע", אזוי אויך 8.5% אינפלאציע הייסט "געדראפט צו זערא"

שטארקע פוינט בנוגע די רעפאבליקאנער רעפיוזל צו קוקן מאנטה אווער מאנטה, וואס זיי ווילן נאר רעדן פון יער אווער יער, וואס רעכנט באמת אריין יעצט נאר ביז יולי ולא עד בכלל.
If the economy adds zero jobs in August what is the best way to describe the jobs situation:

*Zero jobs added in August

*5.6m jobs added over the last year
בקיצור אינפעלאציע דראפט טו זיראו גייט נישט דראפן פרייזן
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
דיר שטערט אז מען טראמפייטערט מיטן חודשליכן (אן ערייכונג, אז א פראבלעם ווערט קלענער, אדער פאלט צו נול, ווי אין אונזער פאל) און מען פארהוילט זיך פונעם צוועלף חדשים'דיגן סך הכל וואס איז נאך פלענטי שלעכט.

נו נו.
דאס מיינט נישט אז די חודשליכן ציפער איז נישט טאקע אביעקטיוו גוט, אן ערייכונג. טאקע אויפן קורצן טערמין אבער מיטן האפענונג אויפן ווייטער.

איבער דיין ערשטן טייל מיין איך אז דאס איז א כאפ ווען מען רעדט פון פרייזן און פרייז וואוקס, דזשאבס און דזשאב וואוקס, דזשי די פי און דזשי די פי וואוקס.
אינפלאציע אליינס מיינט שוין פרייז וואוקס.
דער 9.1 לעצטע חודש איז געווען מאנטה אווער מאנטה אדער יעיר אווער יעיר?
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

יאנאש האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
דיר שטערט אז מען טראמפייטערט מיטן חודשליכן (אן ערייכונג, אז א פראבלעם ווערט קלענער, אדער פאלט צו נול, ווי אין אונזער פאל) און מען פארהוילט זיך פונעם צוועלף חדשים'דיגן סך הכל וואס איז נאך פלענטי שלעכט.

נו נו.
דאס מיינט נישט אז די חודשליכן ציפער איז נישט טאקע אביעקטיוו גוט, אן ערייכונג. טאקע אויפן קורצן טערמין אבער מיטן האפענונג אויפן ווייטער.

איבער דיין ערשטן טייל מיין איך אז דאס איז א כאפ ווען מען רעדט פון פרייזן און פרייז וואוקס, דזשאבס און דזשאב וואוקס, דזשי די פי און דזשי די פי וואוקס.
אינפלאציע אליינס מיינט שוין פרייז וואוקס.
דער 9.1 לעצטע חודש איז געווען מאנטה אווער מאנטה אדער יעיר אווער יעיר?
חודש אווער חודש
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

לאל

סארי פארן אויספלאץ, אבער דאס געשעהנט ווען מען מעניפילירט דעטא...
אוועטאר
תרי בדחנא
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 9:32 pm

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרי בדחנא »

צו מגייט יא טוישן די טערמין פון אינפלאציע צו נישט למעשה צאלט מען נאך די זעלבע הויכע פרייזן אין גראסערי אין ביים גאז טאנק איז עס אן אקאמפלישמענט זיכער נישט
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

אה נישט געכאפט אז די טערמין אינפעלאציע דראפט טו זיראו איז בלוז א סעט אפ רייד עפטער די ביידן נישט רעסעשאן
אה איים סארי פארן מאכן איינעם שווער ארבעטן צוריק צו די אקאמפלישמענטס
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

תרי בדחנא האט געשריבן:
צו מגייט יא טוישן די טערמין פון אינפלאציע צו נישט למעשה צאלט מען נאך די זעלבע הויכע פרייזן אין גראסערי אין ביים גאז טאנק איז עס אן אקאמפלישמענט זיכער נישט
ביים גאז טאנק פאלט שוין.

ביי די גוי'אישע גראסעריס ווארט מען אז די האלסעיל פרייז דראפ אין תבואה פרייזן זאל זיך אריבערפילטערן צו ריטעיל.

ביי די אידישע גראסעריס ווארט מען אז @מסתמא'ס מעכטיגע קאמפיין זאל האבן פירות.
אוועטאר
לקדש שם שמים
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 12:46 pm
לאקאציע: גלילות

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לקדש שם שמים »

צל עובר האט געשריבן:
תרי בדחנא האט געשריבן:
צו מגייט יא טוישן די טערמין פון אינפלאציע צו נישט למעשה צאלט מען נאך די זעלבע הויכע פרייזן אין גראסערי אין ביים גאז טאנק איז עס אן אקאמפלישמענט זיכער נישט

ביי די אידישע גראסעריס ווארט מען אז @מסתמא'ס מעכטיגע קאמפיין זאל האבן פירות.
:lol:
שיין דיין פלאן. שריי דיין דריי. קרעדיט יאנאש
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

אריין אין מסתמא אקאמפלישמענט אשכול
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7192
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

צל עובר האט געשריבן:
שטארקע פוינט בנוגע די רעפאבליקאנער רעפיוזל צו קוקן מאנטה אווער מאנטה, וואס זיי ווילן נאר רעדן פון יער אווער יער, וואס רעכנט באמת אריין יעצט נאר ביז יולי ולא עד בכלל.
עטס כאפסט וואס דא גייט פאר? די אלגעמיינע נומער וויאזוי מ'האט אייביג גערעכנט אינפלאציע איז יער אווער יער, און ווען די ביידען אדמיניסטראציע מאכט אפ עס צו טוישן פון איין מינוט אויפן צווייטן זענען די רעפובליקאנער וואס האלטן נישט ביים מיטטאנצן מיט דעם גאר די רעפיוזערס..
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

דאס איז דאך וואס איך פרעג, וואס איז דער 9.1 פאריגע חודש און וואס איז יענער ציפער דעם חודש... דערווייל איז געקומען איין תירוץ....
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: פרעזידענט ביידען אקאמפלישמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

יאנאש האט געשריבן:
דאס איז דאך וואס איך פרעג, וואס איז דער 9.1 פאריגע חודש און וואס איז יענער ציפער דעם חודש... דערווייל איז געקומען איין תירוץ....
9.1% איז סך הכל וויפיל פרייזן האבן זיך געהעכערט אין די צוועלף חדשים פון יוני 2021 ביז יוני 2022.
דאס איז יעצט געפאלן צו 8.5% אין די צוועלף חדשים פון יולי 2021 ביז יולי 2022
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”