ברוכים הבאים צום קאך לעפל
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
ברוכים הבאים צום קאך לעפל
ברוך הבא טייערער מעמעבער שיחי'!
מיט א פרייליכע געמיט טוען מיר מעלדן דעם נייעם פארום! נאך א שנירל אין אונזער וועלטל וואס איז א חומה בצורה אינעם רוישיגען אינטערוועלט פאר יעדן איד וואס וויל זיך האלטן ערליך אינעם דרך המסורה לנו מדור דור ביז ווען מיר זענען געשטאנען אינאיינעם ביים בארג סיני מקבל זיין די תורה הקדושה די רמ"ח מצות עשה און שס"ה לא תעשה.
ראובן: א גוטן, וואס איז נייעס?
שמעון: פרעגסט מיך?
ראובן: יא!
שמעון: פארוואזשע פרעגסטו מיך? גיי אין אייוועלט אין אידישע און וועלטליכע נייעס פארום, דארט וועסטו טרעפן אלע נייעס.
ראובן: נע, כגיי דארט אריין, כ'דארף לייענען און זוכן צווישן פארומ'ס און תגובות ביז כ'טרעף עפעס נייעס.
שמעון: אהה, טאקע א פראבלעם. כ'על רעדן צו די מנהלים....
אזעלכע און נאך ענליכע עפיזאדן זענען פיל פארגעקומען אין די אידישע גאס, און מיר האבן ערהאלטן עטליכע פארלאנגן אז מ'זאל אפטיילן אנאליזן / דעבאטעס / וויכוחים פון די נייעס און אינפארמאציע פארום.
נאך עטליכע מיטינגען און זיך באראטונגען צווישן די חברי ההנהלה והאחראים, פרייען מיר זיך צו מעלדן אז מיר האלטן שוין ב"ה דא, און מיר עפענען פאר'ן ברייטן ציבור א פארום בתוך פארום, צו לאזן דעם עולם זיך אויסגעבן מיט אנאליזן און וויכוחים כראוי וכיאות צווישן ערוואקסענע חברי איי וועלט, מיט כבוד און הערצה איינער צום אנדערן, און געדענקן דעם ציל: ארויפצוברענגן א שמייכל אויף די לעפצן פון א צווייטן איד.
און דא ווילן מיר מעלדן, אז סיי וואספארא דעבאטעס און וויכוחים אין די נייעס און אינפארמאציע פארום, וועט באלד ווערן פארמעקט. אנאליזן איבער נייעס, שאלות איבער נייעס, דעבאטעס איבער נייעס און וויכוחים איבער נייעס, קען מען 'נאר' שרייבן אין דעם סוב-פארום.

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35438
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: ברוכים הבאים צום קאך לעפל
וואס דא גייט נישט פאר?
ווער האט דא צוגעבויעט אן עקסטענשאן איבערנאכט?
דאס איז אויך פון יר"ה'ס דעקרעטן פונעם ערשטן טאג?
ווער האט דא צוגעבויעט אן עקסטענשאן איבערנאכט?
דאס איז אויך פון יר"ה'ס דעקרעטן פונעם ערשטן טאג?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- פרישע קוגל
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3014
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
- לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא
Re: ברוכים הבאים צום קאך לעפל
כ'כאפ נישט.
ווי גייט גיין וואס. קאך לעפל איז א סוב פארום וואס גייט אויך ארויפקומען ביי אקטיווע? נייעס עקסטער, שאלות עקסטער?
ווי גייט גיין וואס. קאך לעפל איז א סוב פארום וואס גייט אויך ארויפקומען ביי אקטיווע? נייעס עקסטער, שאלות עקסטער?
Re: ברוכים הבאים צום קאך לעפל
זייער א גוטע געדאנק, דאכציך @צל האט זייער געשטופט דערפאר.
יישר כח מנהלים!
יישר כח מנהלים!
Re: ברוכים הבאים צום קאך לעפל
יישר כח - זייער א גיטע איידיע
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @שנעלער @יידישע קהילות און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3152
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm
Re: ברוכים הבאים צום קאך לעפל
א גוטע פלאן וואלט געווען אויב עס וואלט זיך אויטאמאטיש פארמירט א לינק צו א אשכול אין די סוב פארום ווי מען דעבאטירט די נייעס
- טשאלענט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4017
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
- לאקאציע: אין טשאלענט טאפ
Re: ברוכים הבאים צום קאך לעפל
מען דארף אביסל קלארער צוטיילן, וואס גייט אריין אין וועלכע קאטעגאריע.
איבער קייען נייעס/פרעגן איבער פאקטן/טיפערע באריכטן/אנאליזן וכו' מעגן אויך זיין אין די געהעריגע פארום, אדער דארט מעג נאר זיין טריקענע נייעס?
איבער קייען נייעס/פרעגן איבער פאקטן/טיפערע באריכטן/אנאליזן וכו' מעגן אויך זיין אין די געהעריגע פארום, אדער דארט מעג נאר זיין טריקענע נייעס?
טשאלענט גמח!
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך

- תגובות: 3550
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm
Re: ברוכים הבאים צום קאך לעפל
דאס איז לכאורה די גרעסטע רעוועלוציע אין מיינע צייטן אויפן היזיגן וועלטל. די שאלה איז, צו אפילו יעצט אין די נאך-טראמפ עפאכע פעלט זיך עס נאך אזוי נייטיג אויס.
- סעלפאן
- שר חמש מאות
- תגובות: 533
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
- לאקאציע: אין טאש
Re: ברוכים הבאים צום קאך לעפל
דאס איז מיט די ערווארטונג אז טראמפ וועט לויפן אין 2024.....
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!
- לייטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9019
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
- לאקאציע: אויפן לייטער
Re: ברוכים הבאים צום קאך לעפל
איז דא א אפציע אנצושטעלן אז די פארים זאל נישט ארויפקומען ביים סערטשן אימגעליינטע תגובות אדער אקטיווע אשכול'ת נייע אשכולות?
וואטעווער....
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
Re: ברוכים הבאים צום קאך לעפל
דער ערשטער תגובה איז שוין געשריבן געווארן א וואך צוריק, פארוואס האט מען געווארט ביז יעצט נאכן פארשיקן טראמפ?
דעיפ סטעיט
דעיפ סטעיט
- האדסאן ריווער
- שר העשר
- תגובות: 46
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 20, 2021 11:39 am
Re: ברוכים הבאים צום קאך לעפל
ר' יום טוב האט געשריבן:דאס איז לכאורה די גרעסטע רעוועלוציע אין מיינע צייטן אויפן היזיגן וועלטל. די שאלה איז, צו אפילו יעצט אין די נאך-טראמפ עפאכע פעלט זיך עס נאך אזוי נייטיג אויס.
וואס עפעס "נאך" טראמפ עפאכע טראמפ וועט אי"ה לויפן אין 2024 און געווינען יעצט איז ביי טראמפ'ן אזויווי להבדיל בין אלף אלפי הבדלות ביי אונז אידן חול המועד
טרעף אייביג א סיבה צו שמייכלען ס'וועט אפשר נישט צולייגן יארן צו דיין לעבן אבער עס וועט זיכער צולייגן לעבן צו דיינע יארן
- קאפעלע
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5645
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 11:59 pm
- לאקאציע: בעדפארד סטייוועסענט נ.י.
Re: ברוכים הבאים צום קאך לעפל
ייש"כ מנהלים פארן דאס צושטעלן. פיינע געדאנק
(מיט דעם האט מען אויסגעפירט די ווינטש פון חבקוק נישט צו מאכן פארברענגן פאר א טרעש פארום, זאגטס איהם ער קען שוין צוריק קומען)
(מיט דעם האט מען אויסגעפירט די ווינטש פון חבקוק נישט צו מאכן פארברענגן פאר א טרעש פארום, זאגטס איהם ער קען שוין צוריק קומען)
לינק?
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: ברוכים הבאים צום קאך לעפל
נישט פונקט וואס איך האב פארגעשלאגן...
אבער לאמיר האפן אז ס'זאל זיך אויסארבעטן. ס'איז היבש קאמפלעצירט, און שווער נאכצוקומען. זינט נישט יעדע נייעס'ל האט א וויכוח אשכול אין "קאך לעפל". און ווען יא מוז איך יעצט גיין אויפזוכן יענעם אשכול, און אהין שלעפן ס'תגובה. איז בעסער האלט איך מיין תגובה ביי מיר..
אלענפאלס, ייש"כ מנהלים פארן פרובירן צו מאכן בעסער דאס פלאץ!

- דערבארומדיג'ער
- שר האלפיים
- תגובות: 2924
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm
- נאר מיט שמחה
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8012
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am
Re: ברוכים הבאים צום קאך לעפל
שטארק!! מעכטיג!! לעכטיג!!
ענדליך ענדליך קעמיר אריינשפאצירן אין די נייעס אשכולות......!
שכ'ח מנהלים!!!
ענדליך ענדליך קעמיר אריינשפאצירן אין די נייעס אשכולות......!
שכ'ח מנהלים!!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
- אלעקסיי דער דריטער
- ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
- תגובות: 6480
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
- לאקאציע: נישט בשכנותנו
Re: ברוכים הבאים צום קאך לעפל
נאר מיט שמחה האט געשריבן:ענדליך ענדליך קעמיר אריינשפאצירן אין די נייעס אשכולות......!
שכ'ח מנהלים!!!
הנם ימים מבורכים
אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
Re: ברוכים הבאים צום קאך לעפל
למעשה האט מען געגעבן מיט דעם דין קדימה פאר די וואס קומען נאר צו ליינען און געבן גארנישט צו אזאך וואס איז זיי צוגעשטעלט שיין אויף א גאלדענע טעלער אנשטאט זיך צושטעלען צו די וואס טון שרייבן און אויסשמועסן וואס פאר דעם איז די פארום געמאכט געווארן
חוץ דעם וואס איז דא גרויסע טשענסעס אז מיט די צייט גייט פשוט נמאס ווערן פאר די נייעס ברענגער צו שרייבן
חוץ דעם וואס איז דא גרויסע טשענסעס אז מיט די צייט גייט פשוט נמאס ווערן פאר די נייעס ברענגער צו שרייבן
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19809
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: ברוכים הבאים צום קאך לעפל
געוואלדיג!
יעצט איז פארברענגען אויס גארבידש קען!
דידן נצח
יעצט איז פארברענגען אויס גארבידש קען!
דידן נצח
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
- בלא בלא בלא
- שר האלף
- תגובות: 1762
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm
Re: ברוכים הבאים צום קאך לעפל
שוין פאר די ערשטע מינוט האצעך מיר געדאכט אז ס׳איז אן אפטיילונג פאר׳ן עקרת הבית
ביימיר אין שטוב נעמט זי קעיר פון די ״קאך לעפעלעך״
ביימיר אין שטוב נעמט זי קעיר פון די ״קאך לעפעלעך״
- יודיש בלעטל
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 279
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm
Re: ברוכים הבאים צום קאך לעפל
קוקט אויס געוואלדיג
- אלי' מקוה יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2957
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm
Re: ברוכים הבאים צום קאך לעפל
משה בעלז האט געשריבן:יישר כח - זייער א גיטע איידיע
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14572
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re: ברוכים הבאים צום קאך לעפל
קלאצי!!!!!!!!!!
------
דאס האסטו געוואלט?