פאקטן און אנאליזן איבער רוסלאנד'ס דאמינאנץ און אגרעסיע

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מסתמא
שר האלפיים
תגובות: 2013
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

פאקטן און אנאליזן איבער רוסלאנד'ס דאמינאנץ און אגרעסיע

תגובהדורך מסתמא » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 6:14 pm

א געמיש פון לעצטיגע נייעס מיט אביסל אן ארום און ארום
פאלעסיידס האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:וואס פוטינס כוונות זענען און וואס עס איז זיין ענטגילטיגער ציל יעצט איז נישט 100% קלאר.

אויף שארט טורם וויל ער איינעמען מזרח אוקריינע אין עס געהעריג אנעקסירען
ער וויל מאכען גרעסער די רוסישע גרעניץ
(אזוי גערופענע איינגערעדטע באפער זאנע)
ער וויל אוועק רוקען די רוסישע גרעניץ פון מאסקעווע אין עס רוקען נענטער אריין צי פוילען אין רומעניע

ווי אויך וויל ער אריינעמען אין רוסלאנד שטח פון מזרח אוקריינע צי האבען געהעריגע עקסעס צי קרימיע אין אנדערע סטראטעגישע פלעצער אין מזרח אוקריינע וואס האט אסאך אינדוסטריאלע שטעט

ווי אויך זוכט ער צי האלטען קאנטראל אויף די שווארצע ים, וואס ער האט שוין אראפגענומען צוויי וויכטיגע לענדער עקסעס צי זייערע פארט שטעט
גרוזיע און אוקריינע
ער האט עס פשוט אראפגעציפט אין געכאפט פאר זיך און גוט שבת

אוקריינע האט נאך צוויי הויפט פלעצער (פארטען) חוץ קרימיע, איינס -מאריאפעל- האט ער דע פאקטא געבלאקט ביי די קירש סטרעיט ווען ער האט איינגענומען קרימיע אין געבויט א בריק פון רוסלאנד צי קרימיע אין ער שטייט אין וואטשט זיין כלומרשטע בריק אין לאזט נישט קיינעם דורך פארען אריין קיין אוקריינע

אין די אנדערע איז אדעסע ווי ער האט שוין צוויי מאל געטרייט איינצינעמען אין סאיז שוין געליגען אין זיין האנט פאר אפאר וואכען אין די אוקריינע קרעפטען האבען אים ארויסגעשטויסען פאר ער האט עס געקענט געהעריג אנעקסירען
(ער נוצט הייבריד קרעפטען, טא סנעמט צייט צי שפילען די שפיל ביז ער נעמט עס איבער עמטליך)

ביי די איצטיגע אפיציעלע אינוואזיע וועט ער גראד לייגען א הענט דערויף, און דעס וועט אים געבען עקסעס צי די רומענישע פארטען,

וואס דאס ברענגט אונז צי די רומענישע אין מאלדאווע פארטען
מאלדאווע האט א געגענט וואס פוטין מיט זיין קליקע האט אריינגעשטעלט זייערס א קעי זשי בי מאן ווען קאמוניזעם האט זיך גענימען ברעקלען פאר 30 יאר צירוק,
(זיי האבען עס געטון אין נאך פלעצער ווי דאגעסטאן טשעטשינע אין אנדערע פלעצער ואכמל) יענער האט אנגעהאלטען זיין קאנטראל מיט א אייזענע פויסט אין זיך געמאכט שבת פאר זיך מיט א אייגענע אטאנאמיע אין מאלדאווע,
אין זיכער געמאכט פון דארט אז קישענעוו (מאלדאווע) אליינס בלייבט גוט קארופטירט
(אן עפעקטיווע טאלל וואס די רוסישע קאמוניסטען האבען אייביג גענוצט אין אנדערע לענדער, דא אין אמעריקע איז די נענסטסטע צי דעם פארשידענע ליבעראלע אנאראכיע הפקירות און געזעצלאזיקייט וואס ער פאנדעט דורך פארשידענע וועגען -נישט אויסמישען מיט די דעמאקראטישע פארטיי נאר מרעדט דא פון אן אנדערע מושג-)
מיט די צייט האט זיך קישענעוו אביסעל ציזאם גענומען אין אנגעפאנגען צי פארלאנגען קאנטראל אויף יענע ראיאן (טראנסינסטע) און מיט די הילף פון די אמעריקאנע עף בי איי אין אנדערע מערב לענדער פלעגען זיי מאכען אקציעס פון צייט צי צייט די עיקר זאכען וואס זיי -די מערב וועלט- האבען געטארגעט זענען געווען זאכען וואס האבען געשטעלט די וועלט אין א געפאר (ליין, מערב וועלט און פוטינס אויגען)
ווי למשל אסאך על קאידא שטיקעס -און שפעטער אייסיס- זענען געווארען אנגעפירט אין געהיים פון יענע שטח ארויס אין זיי האבען סופלייעט אין ארויסגעהאלפען אומלעגאלע אין לעגאלע אימעגראנטען/טעראריסטען וועלכע זיי האבען אריינגעברענגט קיין יוראפ פון סיריע איראק און אזוי ווייטער

די עיקר האבען זיי גענוצט די ראיאן אריינציברענגען אזוי געריפענע שמוציגע באמבעס צי די מערב וועלט (אזאלכע האלבע אטאם באמבעס וואס קענען חרוב מאכען שטעט אבער מקען עס טראגען אין רענצלעך)
די רענצלעך פלעגען פערצופאל קומען פון.. רוסישע באזעס אונטערען שלייער פון "געוועזענע" קעי זשי אפיצירען וואס זענען פערצופאל געווען אונטער א יוניט פון איינע פון פוטינס שלעגער
אין פוטין פלעגט אייביג שרייען אז ער דארף ציזאמען ארבעטען מיט די מערב וועלט סזאל נישט געשען אזוינע שרעקעדיגע זאכען
ער האט געשריגען ער ברויך ציזאם ארבעט אין וויסען וואס די מערב וועלט ווייסט איבער די געהיימע אפאראציעס וואס די קארופטירטע עקס קעי זשי בי טוט ציזאמען מיט טעראריסטען רח"ל

(דאנט ווארי ער האט קיינמאל נישט אריינגעלאזט די עף בי איי דארטען מהאט זיך נאר געדארפט פארלאזען אויף זיין עף עס בי, איינמאל איז די עף בי איי געגאנגען אונטער זיין רוקען מיט די הילף פון אפאר שטייפע נישט קאראפטירטע פראסיקיוטער פון מאלדאווע וועלכע האבען זיי איינגעלאדענט און סהאט זיך נישט גוט געענדיגט פאר קיינעם וואס האט געהאט א יד אין יענע סטינג אפאראציע אפאר מאלדאווע אגענטען זענען געפויזענט אפאר געשאסען געווארען די הויפט פראסיקיוטער האט געברויכט אפציען פון מאלדאווע נאכדעם סזענען אריינגעגעבען געווארען קלאגעס (רודי זשוליאני מייקעל פלין סטייל קעגען אים), אפגערעדט פון דעם אז מהאט אויפגעלעזט זיין אפיס, ווען אלע פעדימער ציען צי מאכטפולע פיגורען פון די קרעמלין די מעשה איז אן אריכות פאר זיך אפשר פאר א צווייטע מאל)

אלזא פון מאלדאווע פלעגט פארקומען גרויסע שווערצערייען דורך די שווארצע ים, שווערצערייען וועלכע זענען געקומען פון ראסטאוו א דאן פון סאטשי אין אזוי ווייט ווי די סיריע פארטשטעט ,
אבער די פראבלעם איז געווען אז א קליינע רציעה אזא פאס בערך א מייל ברייט פון אוקריינע ציט זיך פון אדעסע אראפ ביז רומעניע און דעס האקט אפ מאלדאווע פון די שווארצע ים,

איז ווילאנג יאנקלעוויטש א "געוועזענע" קעי זשי בי מאן אין א פוטין פריינד האט געהערשט איבער אוקריינע איז עס נישט געווען קיין פראבלעם רוסישע קארופציע אין שוחד האט געהערשט איבעראל אין אוקריינע אין זיכער אין יענע פארשטופטע ווינקעל לעבען טראנסטיניסטיע,
אפ' אין אדעסע איז געווען שוחד א נארמאלע ערשיינונג אין אויך גענוצט געווארען פאר א האב פאר פארשידענע קרעמלין צווייפעלהאפטיגע שטיק
(פרעגטס נאר די וואס האבען פרובירט אריינציברענגען קאנטעינערס עסען קיין אומאן דורך דארט! )

אבער איינמאל די אוקריינער האבען ארויסגעווארפען דעם יאנעקאוויטש איז געווארען פראבלעמען מיט די אלע פארטען ווען זיי -די אוקריינער- האבען אנגעפאנגען אריינצירופען די עף בי איי מיט די אייראפעאישע יוניאן אגענטורען אין זייערע פארטען אין לופטפעלדער ,
ממילא גלייבט מען אז די קעי זשי בי דארף צירוק מזרח אוקריינע ביז אראפ דארט ביי רומעניע,
יעצט אין ראמעניע אליינס איז דא א שטיקעל אפהאנדלונג וואס דארט גייט פאר מזרח פון בוקארעשט ביים שווארצען ים (מזרח פון סיגוט!)
אין בפרט ווען רומעניע איז געווארען אזא האב פאר אינטעלעזשענס פאר די נאטא ווי זיי טרייען זיך צי קאנצעטרירען דייקא אויף די הייבריד שטיקעס פון די קרעמלין, וואס ער נוצט פראפאגאנדע סאושעל מידיע אין העקערייען צי דרייען א וועלט אין די מערב לענדער, ווי נאטא טרייט שווער אז די זיבעציג עמים אונטער זיך זאלען טרייען צי כאפען וואס דער רוס מיט זיינע קאלעגען האבען אנגעזייט די לעצטע 30 יאר ווען מהאט אראפגענומען פאר אפאר מינוט די אויגען פון אים,
זיי (נאטא) האבען אויסגעקליבען רומעניע פאר די צוועק פאר א סיבה (אויך פאר א צווייטע מאל בעז"ה) און די קרעמלין פאר די סיבה טרייעט אריינציקוקען אין אריינשטעקען זייער נאז דארט
אבער דערווייל האלטען זיי נאך אפאר מייל ארויפציר ביי אדעסע בעלערוס מאלדאווע אין לאטיוויע ,

וואס הייסט ער איז נאך ביזי ביי בעלארוס?

למשל יעצט דרייט ער נאך איבער ביים פוילישען גרעניץ אבער ווי ער ארבעט די לעצטע פאר יאר איז עס הייבריד איבערגעדרייאכטס
אין אויך נישט ער נאר זיין חבר אין "געוועזענע" קעי זשי בי מאן לוקושענקע ממילא קען ניטאמאל נאטא טרייען צי שיקען טרופען צום פוילישען גרעניץ ,
נאר זיי דארפען זיך ציקוקען וויאזוי רוסלאנד ברעכט די נאטא גרעניצען ביי פוילען אין ליטע מיט קליינע קינדער מיט בלענקעטס אין נאטא שטייט מיט די צונג אינדרויסען אין ווייסען נישט וואס צי טון ווען יעדע מינוט הערט מען א אנדערע תירוץ פון בעלערוס וואס זיי ווילען,

וואס הייסט משיקט קליינע קינדער צי ברעכען די גרעניץ?
אזוי ווי יעדע זאך וואס רירט אן די קרעמלין איז קאמפליצירט פיל מיט אינטריגיעס
אבער צי עס מאכען אין איין ווארט,
פוטין ברענגט אריין א ווינט פון ברעכען די וועלט ארדענונג וועלכע די ציוויליזירטע לענדער האבען געארבעט אזוי שווער נאך די צווייטע וועלט מלחמה עס זאל ווערען,
אין איינע פון די זאכען איז נישט רעספעקטירען די נאטא גרעניצען און מאכען עס ללעג ולקלס, מיטען חשבון אז אזוי פארלירט נאטא די מלחמה פאר עס פאנגט זיך אן,
אין נאך א קלייניקייט סווערט באריכטעט אז פול מיט רוסישע אגענטען (אין בעלארוסישע) רוקען זיך אריין קיין פוילין אונטער די שלייער און אויסגעמישט מיט די דריי טויזענט אימיגראנטען וועלכע זיי האבען באצאלט טיקעטס וויזאס האטעל מיט באסעס צי די פוילישע אין לאטיווישע גרעניץ

אין נאך אזאך וואס דאס איז גאר וויכטיג פאר די רוסישע אנוועזענהייט אין די נאטא לענדער,
ער האט געהאט א פלייץ פון אגענטען וואס האבען געטון פארשידענע שגץ שטיק פאר רוסלאנד אנגעפאנגען פון אטענטאטען, העקען, פארדרייען א קאפ אין די מידיא, אנדרייען פראטעסטען אין וואס נישט,
אמאל האט מען געווארפען איינעם און אמאל צוויי
נאך אן אטענטאט אין אין ענגלאנד אויף סקריפעל האט טראמפ מיט די ענגלישע מיניסטארטשע ארויסגעטראסקעט צענדליגע צענדליגע טראבעל מעיקערס פון איבער די וועלט, אין אמעריקע אליינס האט מען געטראסקעט 70 אויף איינמאל אין שפעטער האט נאכגעפאלגט נאך צענדליגע טראמפס אגענטען זענען איבערגעפאלען א רוסישע שפיניאזש/קאנסיל צענטער אין סאן פראנציסקא -פליצלינג מיט א קורצע נאטיס- אין די עף עס בי לייט זענען געשטאנען אין פארברענט א גאנצע נאכט דאקומענטען אין איילעניש, ווי מהאט שפעטער געהערט שמועות האבען זיי (פון יענע צענטער) געהאט קאנטאקט מיט עטליכע פעלויסי געהילפען
נישט נאר מהאט געטראסקעט נאר מהאט אנגעפאנגען פארשטייט זיך נישט אריינלאזען מער די אלע טראבעל מעיקער

יעצט פארשטייט זיך אז רוסלאנד האט זיך גענומען ווארפען אויף צירוק אבער סהאט געהאלפען א רעטעך ווייל די אלע אקציעס וואס האבען געהאלטען אינמיטען זענען פאלאזירט געווארען און געקומען צי א האסטיגע אפשטעל , מרעדט דא פון מענטשען וואס טיען שוין יארען אלעס מיט א פרייע האנט, קענען זיך אויס האבען קאנעקשענס נאך פון אבאמא ערא אין נאך פריער אין דא יאקאבום ארויס!
שיק פרישע און פאנג פון אנפאנג ,
אין מלאזט נישט אריין פרישע נאר מפאנגט שוין אן נאכציקוקען ממילא זענען זיי דעספרעט צי האבען ווי מער מענטשען -אין די לענדער- וואס מקוקט נישט נאך אפי פאר א קורצע צייט אין ספעציעל אין לענדער נאנט צום זייער גרעניץ


(גלייב מיר א פראוואקאציע ווי די בעלארוסישע אגענטען שניידען פוילישע גרעניץ געיטס וואלט ווען געקאסט מער אין שארף אפגענטפערט געווארען דורך פוילין אין דורך נאטא ווי ברענגען אפאר מענטשען פון מיטל מזרח)
יעצט שטייט פוילען אין שפריצט בואש וואסער אויף די רוסישע אגענטען וואס שניידען געיטס -אדער זיי ווייזען פאר באצאלטע אראבער ווי צי שניידען- ווייל סאיז דא אפאר פרויען אין קליינע קינדער דארט אין געגענט (דערמאנט פון חאמאס? )

וואס טוט מערקעל?
מערקעל קאלט אן בעלערוס אין רוסלאנד און בעט פליז הער אויף!

וואס דערמאנט די פוילישע גרעניץ פארשטעלטע פראוואקציע מיטען ציל אנציפאנגען א וועלט מלחמה?
יאפ איר האט ציגעטראפען היטלער ביי די גרייניץ געגענט
אפשר פאר דעם קאלט מערקעל פון דייטשלאנד דערמאנען אז עפטער אל האט זיך עס נישט גוט געענדיגט פאר די דייטשען ווי האט נאר טשורטשיל געזאגט? מקען נישט נעמען די גאנצע וועלט פאר די גאנצע צייט פאר א רייד (נאר די האלבע וועלט פאר א קורצע צייט?)
אקעי טשורטשיל האט נישט געזאגט ממש דעס נאר עפעס ענליך אבער איך מעג דאך אויך עפעס זאגען...
עניוועי ווי האלט מיר?
וואס טראמפ וואלט געזאגט? טראמפ וואלט געזאגט פאר מערקעל קאל נישט מאך נישט טו נישט לייג נישט קיין מעסעזשעס דעליט נישט דריי נישט איבער די גרופ,
נאר כאפ אן פוטין אין האק אפ זיין אויל פייפליין אין נעם אויל פון אמעריקע
אויף וואס ווארטסטו?
האט נישט פוטין קיין פייפליין איז נישט דא קיין אויל,
איז נישט דא קיין אויל איז נישט דא קיין רובעל,
נו אז סאיז אפגעטריקענט די קאסע איז נישט דא קיין געלט אריינציפליען אימיגראנטען,
נישטא קיין בואש וואסער אין די מערקעל דארפסט נישט קאלען,
ווי האט יענער רוסקי געזאגט?
דאא מיקווע דאא הויזען (כויזען) דאא פרנסה
ניטא קיין פייפליין ניטדא קיין פארנאסעה!

אבער דעס איז נאר דרך אגב ווי מהאלט מיר טאקע דא אינמיטען ?
יא די רוסישע בעלות אויפן שווארצען ים
נו ועיקר חסרתי צום פאנטשליין, אבער וואס זאל מען טיען אז סווערט שפעט ועוד חול המועד אי"ה


.
לעצט פאראכטן דורך מסתמא אום מיטוואך נובעמבער 24, 2021 11:13 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מסתמא
שר האלפיים
תגובות: 2013
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אנאליזן איבער רוסלאנד'ס דאמינאנץ און אגרעסיע

תגובהדורך מסתמא » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 10:31 am

אן אינטערוויו מיט א רעטייערטע לוטענאנט גענעראל מיטן נאמען בען האדזשעס אנהייב זומער איבער די לעצטערע רוסישע אגרעסיעס

ער רעדט פון די אימיגראנטן קריזיס ביי לאטוויע און ליטע, היינט טוט זיך עס ביים גרעניץ פון פוילן,
ער אנאליזירט די "מערב 2021 מושטירונגען" (גערופן "זאפאד 2021") פון רוסלאנד און רעדט פון די מעגליכקייט פון א רוסלאנד אוקריינע אינוואזיע, לויט אים איז די אימיגראנטן קריזיס א מיטל צו אוועקנעמען נאטאס אטענשאן פון די רוסישע אגרעסיעס קעגן אוקריינע

די שמועס נעמט אריין אסאך בעקגראונד, ער שמועסט אויס די שווארצע ים דאמינאנץ, טערקייס ראלע, רומעניעס ראלע, סאיז לענ"ד זייער אינטערעסאנט
https://www.csce.gov/podcast-russian-in ... aggression
(די וועבסייט איז די אפיציעל אינפארמאציע וועבסייט פון די העלסינקי קאנפערענץ גערופן די CSCE, אן אמעריקאנער קאמיסיע צו פארשפרייטן דעמאקראטיע און מענטשן רעכט איבער די וועלט מיט 57 לענדער אינטערגעשריבן דערויף)

אוועטאר
מסתמא
שר האלפיים
תגובות: 2013
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: פאקטן און אנאליזן איבער רוסלאנד'ס דאמינאנץ און אגרעסיע

תגובהדורך מסתמא » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 11:15 am

פון נאטא'ס אפיציעלע וועבזייטל

רוסישע ליגנטס איבער נאטא
https://www.nato.int/cps/en/natohq/topi ... .htm#Myths

די נאטא און רוסישע שייכות, היסטאריע
https://www.nato.int/nato_static_fl2014 ... sia_en.pdf

נאטאס גענעראל סעקרעטאר'ס יערליכע רעפארטן
https://www.nato.int/cps/en/natohq/79511.htm

אוועטאר
מסתמא
שר האלפיים
תגובות: 2013
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: פאקטן און אנאליזן איבער רוסלאנד'ס דאמינאנץ און אגרעסיע

תגובהדורך מסתמא » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2021 9:01 am

צו ארויסהאבן די פראבלעם מיט רוסלאנד אויף איין פיס, זיי זענען היסטאריש א מאכט הונגעריגע לאנד, זיי זענען סטאק אין די מיטל אלטער אמאל וואו קאלאניזם און דאמינאנץ האט דיקטירט

דער אמת איז אז מאכט איז א פאנדעמענטאלע תאוה אזויווי אלע תאוות, יעדער בארעכטיגט זיך נאר אז איך מעג בשעת ווען יענער טאר נישט

אייראפע'ס יוניאן איז א פארעם פון מאכט, נאכן צווייטן קריג האבן די גרויסע לענדער ווי ענגלאנד/פראנקרייך/דייטשלאנד אנערקענט אז אן קיין איינגענומענע טערעטאריעס איבער די וועלט וועט זייער מאכט ציפאלן, זינט זיי קענען נישט אהערשטעלן אזויפיל געלט און עקאנאמיע אויף זייער עקזיסטירנדע שטח, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז די כח אפצישלאגן אטאקעס פון אגרעסארס וועט אויכעט זיין זייער שווער, די געדאנק פון "נאטא" און שפעטער די "אייראפעאישע יוניאן" דארף צו דעקן די מאכט און געלט פארלוסטן פון די איינגעשרומפענע גרויס פון די געוועזענע וועלטס מאכטן ווי ענגלאנד/דייטשלאנד/פראנקרייך און אינאיינוועגס גיבט עס עקאנאמישע און מיליטערישע אפערטוניטי פאר די קלענערע לענדער אין די ראיאן

אמעריקע איז אין שטח ריזיג גרויס מיט א גאר גרויסע באפעלקערונג און איז פאקטיש די פרייסטע לאנד, דאס אלעס צוזאמען גיבט איר די אומבאגרייפליכע רייכטום און מאכט, זיי שפירן זיך בארעכטיגט צו דאמינירן און דיקטירן ווייל זיי שטעלן פאר מיט זיך דאס פרייהייט (איי וויפיל מאל האבן זיי געשטיצט דיקטאטורן און דעספאטן? דאס איז א שמועס פאר זיך)

טשיינע איז א 2-3 טויזנט יעריגע מלוכה וואס איז אינטערדריקט געווארן פאר די לעצטע צוויי הונדערט יאר דורך יאפאן און דורך רוסלאנד, זיי זענען געווען אירעלעווענט ביז פאר 20 יאר צוריק, אירע קאמוניסטישע פירער האבן געמישט קאפיטאליזם און קאמוניזם און אהערגעשטעלט א וועלטס מאכט, אירע בירגער זעהען דאס קאמוניזם אלץ זייער ישועה און זיי זעהען זיך ווי די אנדערע עק ספעקטרום פון אמעריקע און אייראפע, זיי ווילן אויסברייטערן זייער מאכט און איינפלוס איבעראל סיי אידעאלאגיש און סיי פאטריאטיש

רוסלאנד האט זיך קיינמאל נישט ארויסגעזעהן פון די מיטל אלטער, מענטשן האבן דארטן דערווייל קיינמאל נישט געהאט די מינדעסטע רעכטן, נאך די צערישע רעוואלוציע האט איבערגענומען קאמוניזם און ווייטער געפירט די טערעטאריע מלחמות מיט די גאנצע וועלט, נאר דאסמאל מיטן תירוץ פון פארשפרייטן די קאמוניסטישע אידעאלאגיע, ווען קאמוניזם איז צופאלן צוליב אירע עקאנאמישע לעכער האט די גאווערנמענט פארקויפט אירע פעקטאריס און ביזנעס סעקטארס פאר אינטער די מארקעט פרייז צו אינדיווידואלן מיט קאנעקשאנס צו די דעמאלטס'דיגע פרעימיער מיניסטער באריס יעלצין, דאס האט געבויעט א אומאפיציעלע מאפיא פון אפאר הונדערט אוליגארכן וועלכע האבן געבוזשעוועט מיט טעראר און דיקטירט די נייע פרייע (?) רוסלאנד, די עקאנאמיע איז געוועזן אין די הענט פון אפאר הונדערט אינדיווידואלן
פוטין די דעמאלטסדיגע מעיאר פון מאסקווע האט מיט די הילף פון זיינע קאנעקשאנס מיט די אוליגארכן און מיט די הילף פון זיינע נאנטע באציאונגען מיט די דעמאלטס'דיגע פירער באריס יעלצין איבערגענומען דאס פירערשאפט פון לאנד און געווארן דער אפיציעלער פרעימיער מיניסטער, די תקופה דערויף האט ער זיך אויסגעדרייט די רוקן און ערמארדעט אדער פארטריבן א ריזיגע חלק פון די מאכטפולסטע אוליגארכן פון רוסלאנד, ער האט איבערגענומען די מידיע (וועלכע האט אויכעט געהערט צו די אוליגארכן) און זיכער געמאכט אז נאר די וועלכע זענען לאיאל צו אים בלייבן ביי די מאכט

אנאליזירנדיג פוטינס טאהטן קעגן די רוסישע אוליגארכן פון די יעלצין עפאכע, סלאזט זיך זאגן אז דאס איז געווען א פאטריאטישע שריט פון זיין זייט
נארוואסדען, ער באגרייפט נישט די איידיע פון דעמאקראטיע, היות ער איז מאכט הונגעריג האלט ער בשיטה אז ס'עקזיסטירט נישט אינערגעץ קיין דעמאקראטיע, ער קוקט אויף די יעלצין עפאכע און צייגט אן אהין אז דעמאקראטיע איז א דורכפאל
ווען ער זאל ווען נאר ערמארדן די אוליגארכן און איינשטעלן פרייהייט.. מילה
למעשה גערעדט האט ער איבערגענומען די גאנצע מידיע אין לאנד אפילו די מידיע סטאנציעס וועלכע זענען געווען פריוואט געאונט ביי ציווילע מענטשן
ער האלט אז נאר "ער" מעג זיין ביי די מאכט, נישט אז ער איז א קאמוניסט, אדרבה ער האלט אז סאיז זיין פליכט אלץ רוסישע פאטריאט אוועקציהאלטן די קאמוניסטן (ווי אלעקסיי נעוואלני) פון די מאכט, ער זעהט די רוסישע קאנמוניסטישע דורכפאל ווי א וועלט טראגעדיע וועלכע האט ציווארפן די מאכט באלאנס פון די גאנצע וועלט ער בארעכטיגט זיינע אגרעסיעס און דאמינאנץ אינטער די נאמען פון "מאכט באלאנס" קעגן אמעריקע'ס אויסשליסליכע אינטערנאציאנאלע איינפלוס..
בכלל האלט ער, ווי פריער געזאגט, אז פרייהייט עקזיסטירט נישט און אז אלעס איז בעלאוניס (ער איז נישט אזוי ווייט פון גערעכט, זינט מיר האבן זיך באקענט אין אמעריקע מיט די דיעפ-סטעיט און די מידיע/קאלידזש מיניפולאציע)

אייראפעס ענטפער צו רוסלאנד'ס אגרעסיעס
נאך אין יאר 1949 למספרם נאך די יאלטא קאנפערענץ האט זיך די וועלט געזעהן אז רוסלאנד דיקטירט האלב אייראפע און זעהענדיג אז ענגלאנד'ס וועלט'ס מאכט צופאלט (נאכן אויפגעבן רוב פון אירע טערעטאריעס) און סבלייבט נישט אין יוראפ קיין איין וועלט מאכט נישט אין כמות און נישט אין איכות צו באלאנסירן קעגן רוסלאנד האט אייראפע באשלאסן זיך צו צאמנעמען און אפשלאגן די רוסישע אגרעסיעס, דאן האט זיך געגרינדעט די נאטא ארגאניזאציע
חוץ א מעשה, האט סיי די רוסישע און סיי די ענגלישע איינפלוס אין אייראפע געהאט א ווירקונג אויף גאנץ אייראפע
אייראפע איז א סאושעל וועלפעיר זומפ, דארטן איז אלעס געווארן אוועקגעשטעלט זייער לינק און אפיציעל סאוציאליסטיש, דאס שטעלט אהער מיט זיך די קאנסעקווענצן פון ריזיגע אינלאנד ספענדינג און דאס זיין ביזי מיט זיך, אין אייראפע האט מען נישט די צייט און געדולט צו פירן מלחמות מיט אנדערע לענדער און זיי גלייבן אז די רוסישע בירגער וועלן אויכעט אויפשטיין און פארלאנגען פון פוטין מער פראגראמען און דאס אליינס וועט אפשטעלן רוסלאנד פון איר דאמינאנץ אבסעסיע
זיי פארשטייען נישט דעם רוסקי אזויווי טשעמבערליין האט נישט פארשטאנען די נאצי רעזשים
די ווישפול טינקינג וועלכע איז דורכגעפאלן ביי די צווייטע וועלט קריג ווערט נאכאמאל פראקטיצירט

אייראפע איז א זומפ פון שטאלץ און ביוראקראטיע, קיינע אויפטיאונגען, אסאך גערעדעכצער באדעקט מיט שטאקן איגנאראנץ, נישט זיי זענען אינפארמירט און נישט זיי ווילן זיין אינפארמירט

נאטא'ס אפיציעלע מאטא איז פארטיידיגונג און דיפלאמאטיע..
למעשה גערעדט קומען פאר צווישן נאטא און רוסלאנד מינימאלע פארהאנדלונגען, מקען עס ציילן אויף די פינגער וויפיל מאל א יאר זיי קאמיוניקירן און א קלארע טרעק רעקארד פון דורכפאל די לעצטע 15 יאר פון רוסישע אגרעסיעס מער און מער
לעצט פאראכטן דורך מסתמא אום דאנארשטאג נובעמבער 25, 2021 10:07 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יקוש פייוויש
שר האלפיים
תגובות: 2949
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: פאקטן און אנאליזן איבער רוסלאנד'ס דאמינאנץ און אגרעסיע

תגובהדורך יקוש פייוויש » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2021 9:08 am

קאמפלימענטן מעגן געשריבן ווערן דא?
אויב יא, דאן נאט אייך! גאר גוט, זייער שיין צאמגענומען!
און נאכאמאל א שכח פאר @פאלעסיידס!
ווען איך זאג עס איז א פראבלעם.. אבער יקוש פייוויש.. ער מעג..

אוועטאר
מסתמא
שר האלפיים
תגובות: 2013
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: פאקטן און אנאליזן איבער רוסלאנד'ס דאמינאנץ און אגרעסיע

תגובהדורך מסתמא » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2021 9:46 am

טערקיי איז באקאנט צו זיין פון די גרעסטע וועלטס אימפעריעס פאר הונדערטער יארן אין א צי, נאך די ערשטע וועלט קריג האט א יונגער סטודענט מיטן נאמען אטאטורק איבערגעווארפן די פירערשאפט אין טערקיי און דערמיט געברענגט צו אן ענדע די הונדערטער יארן לאנג אימפעריע
ער האט געסטראקטשערד דאס לאנד אז די מיליטער זאל דיקטירן די פאליטישע פירער, אין איין ווארט, ער האט ארויפגעצווינגען פרייהייט אפגעזעהן וואס דאס פאלק וויל..
אזוי האט זיך עס געפירט ביז ארום צען יאר צוריק ווען ערדואן איז געקומען צו די מאכט, ער פערזענליך איז א נארסעסיסט און א שטארק רעליגיעזער מוסלאמענער, ביים קאמפיינען האט ער זייער אויסגעלויבט דאס מיליטערישע פירערשאפט און פארזיכערט אז זיינע פערזענליכע אנטשויאונגען וועלן נישט דיקטירן דאס לאנד..
נישט לאנג נאך זיין געווינס האט ער על דרך לא דרך איבערגענומען דאס פירערשאפט פון די מיליטער, סאיז טאקע געוועזן א פוטש פארזוך און ער האט זיי אלע ארעסטירט, ער האט דאס פולסטע שטיצע פון דאס פאלק און פון די רעליגיעזע פירער אין לאנד, טערקיי איז שטארק מוסלאמעניש
ערדואן באלאנגט אומאפיציעל צו די מאזלים-בראדערהוד (די פאטער ארגאניזאציע פון חאמאס) ער האלט ביי זיך אין לאנד די חאמאס פירער און איז זיי אן אקטיווער שטיצער
ערדואן איז אמביציעז און משוגע, ער זעהט זיך ווי די נאכפאלגער פון די אטאמאן אימפעריע, די אטאמאן אימפעריע האט מיט זיך פארגעשטעלט די סוני פירערשאפט נאך דעם נביא שקר מוחאמאד, זיי זענען געווען די אפיציעלע רעליגיעזע כאליפאד און פארטרעטער פון סוני איסלאם
ערדואן וויל צוריקשטעלן די אטאמאן אימפריע און איינפלוס, ער זעהט זיך אין קאמפעטישאן מיט סאודי אראביע וועלכע טראגט היינט די טיטל "פארטרעטער פון סוני איסלאם", נאכאלעם פארפיגן זיי איבער די פארשמייליגטע איסלאמישע שטעט..
נישט בחינם האט טערקיי געמאכט א ויצעקו קעגן סאודי אראביע נאך די סאודישע מארד קעגן זייערס א דיסידענט, אן א"ג דזשורנאליסט, מיטן נאמען דזשאמאל קאשאגי וועלכע איז ערמארדעט געווארן אין די סאודישע אמבאסאדע אין טערקיי.. ערדואן פירט א כבוד קאמפעטישאן מיט סאודי אראביע

טערקיי איז אנגעשלאסן סיי אין נאטא און סיי אין די EU, טערקיי איז א קריטיש וויכטיגע לאנד פאר אייראפע, רוסלאנדס אגרעסיעס זענען איבעראל אבער אויף די שווארצע ים איז עס דאס מערסטע, רוסלאנד האט געספענד זינט 2014 למספרם קרוב צו 3 ביליאן דאללער (אמעריקאנער געלט) אויף איר ים פלאטע אליינס אין די שווארצע ים.. זיי האבן צוגעלייגט ארום 30 מלחמה שיפן צו זייער שווארצע ים פלאטע, זיי האבן איינגענומען פארט שטעט פון אוקריינע און פון גרוזיע, די אויסשליסליכע דאמינאנץ אויף די עקאנאמישע טרענספארט אין די שווארצע ים איז אין א גרויסע סכנה
די אריינגאנג צו די שווארצע ים איז דורך אינסטאנבול טערקיי דורך א גאר גאר שמאלע וועג, דארטן באהעפט זיך עס צום מיטללענדישע ים
בקיצור גערעדט, טערקיי איז פון די איינציגסטע נאטא לענדער מיט מאסיווע בארטענעס ביים שווארצן ים און פארפיגט אויף די אריינגאנג, טערקיי איז סטראטעגיש קריטיש פאר נאטא

ערדואן האט אין זיינע בראשית יארן זיך שטארק ארומגעאמפערט מיט פוטין, למעשה גערעדט לעבן זיי היינט גאר אין גוטן, טערקיי האט געקענסלד א מיסיל דעפענס סיסטעם וואס זי האט באשטעלט פון אמעריקע און אנשטאט דעם באשטעלט פון רוסלאנד איר ווערסיע פון מיסיל דעפענס סיסטעם גערופן די S300

אמעריקע און נאטא ברויזן גאר שטארק אויף דעם, סאיז נישט פשוט ווייל א מלחמה אפעראט דארף קענען שטימען איינס מיטן צווייטן, דאס מיינט אז טערקיי פלאנט צו טראסנפארמירן איר גאנצע מיליטער צו רוסישע סטייל וואפן און דאס איז בלויז די איינגאבע..

עקספערטן צייגן אן אז ערדואנס אויפברויז קומט צוליב דעם וואס אמעריקע האט געשטיצט אין סיריע די קורדישע קרעפטן

קורדיסטאן איז א טערעטאריע ציווארפן ביי די גרעניצן צווישן איראן, איראק, סיריע און טערקיי, די קורדן זענען א פאלק מיט א קולטור, זיי באלאנגען נישט צו די מוסלאמענער רעליגיע, אן קיין אפיציעל אנערקענטע לאנד און זיי פארלאנגען שוין יאארן אז מזאל זיי געבן זעלבסטשטענדיגקייט, למען האמת, אין די קורדישע רייען זענען דא גרופעס וועלכע פארנעמען זיך מיט טעראר טאקטיקן, אין ערדואנס אויגן זענען אלע קורדן טעראריסטן..

די בלעים אז די קורדן האבן נישט קיין לאנד איז ווייטער אויף אייראפע מיט אירע היסטאריש סעלפיש פאליסיס, און מער ספעציפיש ענגלאנד, ביים ציטיילן די טערעטאריעס האט מען אויף פען און פאפיר אויפגעלעזט א פאלק און צוטיילט אירע שטחים צווישן אנדערע לענדער

ערדואן מיט זיינע אטאמאנישע אימפעריע אמביציעס וויל פאר יעדע פרייז אנהאלטן קאנטראל אויף די קורדיסטאן חלק וועלכע איז אין טערקיי און ער האט זאגאר געשיקט טערקיש-געשטיצטע רעבעלן (א שטייגער ווי פוטינס רעבעלן אין קריימיע) צו קעמפן אין סיריע קעגן אייסיס מיטן ציל צו אנשליסן נאך טערעטאריע אין טערקיי, די אמעריקאנע מיליטערישע שטיצע פאר די קורדן האט אים אינגאנצן צעשפילט..

מצד שני אין די דאמינאנץ קריג קעגן רוסלאנד איז טערקיי קריטיש וויכטיג פאר די מערב וועלט

זעה בייגעלייגט די מאפע פון דעם שווארצן ים און ווי וויכטיג טערקיי איז געאגראפיש

20211125_075146.jpg
20211125_075146.jpg (312.07 KiB) געזעהן 451 מאל

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלף
תגובות: 1556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: פאקטן און אנאליזן איבער רוסלאנד'ס דאמינאנץ און אגרעסיע

תגובהדורך קאנטרי מאוד » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2021 10:33 am

wow wow א מאסיווע ארבעט אהערגעשטעלט, הרב מסתמא. יישר כח!!
אמר הקב"ה בני אם תתן לי לבך ועיניך אנא ידעית דאת דילי



אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 17291
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פאקטן און אנאליזן איבער רוסלאנד'ס דאמינאנץ און אגרעסיע

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2021 12:15 pm

א הערליכער ארבעט! שכח מסתמא.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש

מטעמים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: פאקטן און אנאליזן איבער רוסלאנד'ס דאמינאנץ און אגרעסיע

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2021 4:39 pm

א געשמאק צו ליינען, א הערליכע דאנק.
דער שרייבער איז נישט די סאבזשעקט! ווען איינער שרייבט וויל ער נישט ווערן די סאבזשעקט! ווילסט דיסקאססן מיין תגובה, געזונטערהייט! דיסקאסס נישט דעם שרייבער! (קרעדיט: וויכטיג מאכער)

אוועטאר
מסתמא
שר האלפיים
תגובות: 2013
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: פאקטן און אנאליזן איבער רוסלאנד'ס דאמינאנץ און אגרעסיע

תגובהדורך מסתמא » זונטאג נובעמבער 28, 2021 11:48 am

פאלעסיידס האט געשריבן:מענטשען שרייבען פריוואט איך זאל אריינקומען מער איבער די שווארצע ים (Black Sea) די מאפע די סטראטעגישע זיכערהייט דארטען,
וויפיל לענדער זענען אינוואלווד,
ווער איז בעל הבית,
און וואס פאר א ראלע סשפילט יעצט,
אין וואס פאר א ראלע סהאט געשפילט ביים קאלטען קריג,

כהאפ צי האבען שפעטער אביסעל מער צייט

איך וועל טרייען מיך צי האלטען ווי מער צי די דאזיגע פאקטען אין נישט אריינפארען אין די פאליטיק פארבינדען מיט דעם,

איך וויל דאך פארט אז @גאדמארניג מיט זיינע חבירים זאלען עס קענען ליינען רואיג אין געמיטלעך איבער א גלעזעל טיי היינט נאכט, נאך א אפגעמוטשעטע טאג ארבעט,
שיין וועל איך אויסקוקען אז ער זיצט אויף די רעקליינער און ליינט רואיג אין זופט קליינע זופעס פון א פיינעם הייסען קאמילען טיי אינמיטען רוק איך אריין אזא שורה עטס ווייסט וואס איך מיין! און פושש .. דער שפייט עס אויס אויף מיין חשבון! אה נאו דעס טאר נישט געשען
איי וויאזוי וועט מען זיך אן עצה געבען ווען סקומט אריין עפעס א דעמאקראטישע אדער רעפובליקאנע אויסערען פאלעסי מיט די מצב אויפן שווארצע ים? איך האף איך וועל עפעס אויספיגערען! זיין קריעטיוו פאר א צווייטע אידען
-------------
מענטשען שרייבען מיך פאר מער דיטעלס וועגען די פוילישע גרעניץ איך גלייב אז סאיז שוין גוט באשריבען דא אין דארט, אפשר וועל איך אריינווארפען א שטיקעל סך הכל אויב די צייט וועט ערלויבען,
ווי אויך פרעגט מען מיר אין אישי פארוואס איך זאג די לאטיווישע גרעניץ צי סאיז די זעלבע זאך?
די תירוץ איז, אז יא סאיז די זעלבע אישו בערך אבער סאיז צוויי אנדערע גרעניצען נאר אין פוילין הערט מען מער פאר אפאר סיבות אבער איינע פון די הויפט סיבות איז

איך האף אז קיינער טרינקט נישט יעצט קיין טיי!

ווייל די פוילישע פאליטיק שפילט יעצט אזוי.. (גענוי אקוראט דאס האט פוטין געוואלט) אין פארשידענע לינקע גרופעס דארט האבען רחמנות אין מאכען זיכער צי צישמירען די פוילישע גאווערמענט כאפען בילדער טרייען צי ברענגען שיך פאר די קאמרעס אין טרייען צי האבען רחמנות אויף מענטשען וואס בעלערוס שלעפט צאם מכל קצוה תבל אין טראגט צי די פוילישע גרעניץ, נו כהאב א מינוט צירוק געזאגט איך וויל מיך נישט ציפיל אריינלאזען איבער די פאליטיק וואס איז פארבינדען מיט דעם,
איי צי די צער בעלי חיים גרופעס (אויף איינעמס פעיראל?)
אדער יוזפיל אידיאטען, אפשר טראגסטו אריין די שיך אין פעמפערס קיין בעלערוס אין לאז זיי וואוינען דארט? וואס איז אזוי שלעכט אין די בעלארוסישע גן עדן וועלכע זיי זענען יעצט? סאיז דא גענוג פלאץ דארט, הא?
אדער אפשר זאל די פוילישע גאווערמענט נעמען טיקעטס באצאלען פאר אפאר טויזענט חברה אין זיי אראפלייגען ביי די בעלארוסישע גרעניץ אין שרייען צי בעלערוס לאז זיי אריין?
און זיי זאלען זיך נעמען שניידען בעלארוסישע גרעניצען אין אריין אין ארויס גיין ווי ביים טאטען אין וויינגארטען
(איך האף אז די פוילישע ליינען די עצה!)
אוי וואלטען זיי געשריגען צי די פוילישע,
די נעמסט זיי יעצט אוועק פון דארט!! ביסט משוגע געווארען וואס לאזטו קליינע קינדער ביי די גרעניץ
נאר אונז אלע ווייס מיר וואס די גערודער איז אין ווער ס'קאארדענירט עס ולא כאן רחמנות ולא ביישנות ולא טרערען
--------------
אקעי יעצט איינער האט מיך דערמאנט אז איך האב געשריבען זייער שארף קעגען די איזרעליס וואס זענען געזיצען ביי די בעלארוסישע בארדער,
כהאב עס נישט קיין נערווען אויפציזוכען

יא בעלארוס האט שוין געזוכט דעמאלטס צי טון די שטיקעס אין מאכען פאר א שפיל טאבע אומשילדיגע מענטשען (נערנים אידיאטען תמימי לב אבער פארט מענטשען) אין כהאב דעמאלטס זייער געבעטען אז ווער סהאט א ווארט זאל זיי אוועק נעמען פון דארט, פארוואס דארפען אידען איזרעליס ווערען אינוואלווד אין א וועלטס פאליטיק,
סהאט שיעור געקענט קאסטען נפשות חלילה
אין דעמאלטס האט מיך איינער געשריבען אז מטוט יא שטילע שתדלנות אין מהאט טאקע די נעקסטע טאג יעדעם אוועק גענומען פון דארט פאר סוואלט געקענט ארויסגיין פון קאנטראל
כמדומה לי האט איזריעל איינעם אראפגעשיקט דארטען אוועק צי נעמען יעדעם אין די איבריגע זענען געווארען קוואטירט אויף א נארמאלע פלאץ פאר סאיז ארויס פון קאנטראל די מצב
למעשה מוז מען זאגען אז לוקשענקע טשעפעט נישט קיין אידען נאר אדרבה ער לעבט גוט מיט זיי, און זיכער נישט ווי די קאמניסטישע צייטען
אין ווי אויך האבען זיי זיך זייער שיין אפגעגעבען מיט די אידען וואס מהאט פלאצירט אין פינסק ווי סאיז געווען עטליכע ניו יארקע אידען אויך,
שוין סא יעצט זענען אידען נישט אינוואלווד ב"ה אידאך זיכער גוט נאר יעצט זעט מען אביסעל וואס פאר א פעקעל די חברה וואלטען געקענט זיין
ווייל אסאך פון די חברה ווילען אוועק גיין פון די פראסטיגע גרעניצען ווי זיי כאפען פראסט ביסען אין נאך ערגער(סאיז נישט מעקסיקא) און די בעלארוסן קעי זשי בי לאזט זיי נישט מצווינגט זיי צי בלייבען דארט פאר די שפיל (א ווארטזאגער פאר לאקא לייקענט דעס)
נאך העפטיגע שתדלנות פון די דייטשע מערקעל טאקע האט מען פלאצירט א גרויסע חלק אין שעלטערס אין די נאנטע שטעט און ער האט גאר געהאט די חוצפה צי בעטען געלט פון דייטשלאנד פאר דעם
ער פלאנט זיי צי האלטען ביז זומער? הו קנאוס
ער קען לייקענען אבער אפאר פליטים וואס זענען אנטלאפען ארויס פון דארט פארציילען אן אנדערע סטארי פינקטליך ווי מהאט זיי געברענגט פון איראק מפלאצירט זיי אין האטעלס אין מינסק אין מגרייט זיי אן צי וועלכע גרעניץ צי גיין אין מטראגט זיי מיט אטאמאבילען פון די געהיים אגענטורען פינקטליך ווי זיי דארפען ברעכען די פוילישע גרעניץ אין זיי האבען אפי' געהערט ווי זיי באקומען א באפעל פון ערגעץ מזאל טעסטען א געוויסע פלאץ צי זענען ווי באוואכט דארט איז אין צי סאיז דא עפעס טעכנאלאגיע וואס די רוסען ווייסען נישט,
אין מצווינגט זיי דארט צי בלייבען אין אך אין וויי ווער ס'טרייעט צי אנטלויפען
--------------------
כהאב מיך אויסגעלערענט צי מאכען די ליינס פון @צל עובר
(כהאב באקומען א געהיימע ידיעה אז ער איז דא!! און ליינט)
-----------------------------
ווען סאיז אריינגעקומען פאראיאר א נייע אדמינסטראציע האט רוסלאנד געטון די זעלבע זאך ווי יעצט ביידען האט שרעקליך פארפירט אין רוסלאנד האט צירוק געצויגען עלכפ אזוי האט אמעריקע געזאגט דעמאלטס
יעצט א יאר שפעטער טרייט ער נאכאמאל לאמיר האפען אז ער ציעט סתם אן די נערווען
אבער אינצווישען איז געווען די אפגאניסטאן
אין יעצט טוט ער עס צוזאמען מיט טשיינע וועלכע טוט עס צי טייוואן
ציזאמען מיט בעלערוסישע אגרעסיעס

אין דא האט נקדימון געשריבען עפעס אז זיין טשעטשניע
פאפעטט דער רוצח קאדיראוו רודערט אויך עפעס (דארף מען אריינקוקען וואס די מעשה איז אין טשעטשניע)
עלכפ זאל דער אייבישטער האלטען די רעכטע האנט אויף אלע אידען בכל מקומות מושבותיהם

--------

די שווארצע ים:
חלק א'


די שווארצע ים איז א ים אויסגוס וועלכע איז פארבונדען צי די מיטעללענדישע ים וועלכע טראגט אויך די נאמען מעטעדרעניען סי, ים התיכון אדער ים הגדול

די שווארצע ים איז אן עקסטענשען פון די מיטעלענדישע ים -אויף צפון- ווי פריער געשמיעסט דעס איז די איינציגסטע וועג אנציקומען אהין מיט א שיף סאיז אזא באלי בערך וועלכע אפאר לענדער זיצען ארום און ארום צווישען וועלכע סציילט זיך אפאר באקאנטע פארט שטעט וועלכע מוועט שפעטער צירוק קומען
פארשידענארטיגע לענדער וועלכע נעמט אריין פון דרום אייראפע און צפון מזרח אייראפע אין אזיאנע לענדער ווי גרוזיע און צום לעצט טערקיי,

די קלימאט דארט איז פארהעלמענסיג ווארעם וואס דאס מיינט אז די ים ווערט נישט פארפרוירען ווינטער אבער סאיז היבש קאלט אין פארגלייך צי די מיטעללענדישע ים אויף וועלכע ברעגעס ארץ ישראל מצרים מאראקא זיצען

סטראטעגישע וויכטיקייט

די פארטען ארום געבען ארויס גאר אסאך סחורה פון די הויפט פארט פון ראמעניע קאנסטעטאציע אליין גייט ארויס א מסחר פון א נישטיגע 6 ביליאן דאלער א יאר וועלכע אסאך פון די באלקאן לענדער אין לענדער פון מזרח אייראפע שיקען ביז אזוי ווייט ווי לענדער פון צענטראל אייראפע ווי אונגארען עסטערייך
אבער ראמעניע אליינס האט מער ווי איין פארט ווי אויך האט בולגאריע א מאסיווע פארט
א גרויסע חלק פון מסחר פון אזיע אייראפע רוסלאנד אין פארשטייט זיך טערקיי קראסען אריבער אהין אין צירוק די שווארצע ים טעגליך אין ווי אויך איז דא גרויס מסחר מיט צפון אייראפע וועלכע נוצען אוקריינע וועלכע שיקט עס ווייטער קיין פוילען געדאנסק (דאנציג) צי שיקען ווייטער סחורה ארויף צי די סקוואנאדישע לענדער ווי שוועדען דענמארק אין אזוי ווייטער
סאיז דא ווייניג ימ'ן וועלכע האבען אזא קאלערפולע אויסשטעל פון לענדער (און גרעניצען ) ארום איר ווי די שווארצע ים
אפשר די גאלף אף מעקסיקא אין די סאוט טשיינע סי

פול וויכטיגער איז געווארען די שווארצע ים נאכדעם וואס מהאט געגראבען די סועץ קאנאל אין מצרים ביי סיני האלב אינזעל (מדבר סיני) וועלכע האט גענומען די סחורה פון די שווארצע ים אריין צי די מיטעללענדישע ים מיט די וויכטיגע פארטען ווי חיפה יפו אלעקסאנדריע -און קאנסטינאנאפיל פארשטייט זיך- אין עס דורך געטראגען די סועץ צי אראביע תימן אינדיע אין צים פערסישען גאלף (גערופען די גאלף) אין ווייטער צי אינדיע קאראטשי פאקיסטאן יאפאן
און אראפ צי אפריקאנע לענדער,

ווי פארשטענדליך איז די מיליטערישע באוועגונג געווען פונקט אזוי -אין אפשר נאך מער- סטראטעגישע וויכטיג,

יעצט פאר מגייט ווייטער דארף מען געהעריג זעהן די מאפע ארום און ארום די ברעגעס און זעהן צי פארשטיין וואס דארט גייט פאר,

לענדער וואס נעמען ארום די שווארצע ים

די לענדער וואס זיצען ארום זענען פון אונטען טערקיי וועלכע דארף אן עקסטער באהאנדלונג
רעכטס ארויף איז גרוזיע מיט איר צוויי (געוועזענע) גרויסע פארטען נאכדעם קומט רוסלאנד מיט א שיינע פאר פארטען אבער נישט קיין גרויסע מיליטערישע איינריכטונגען צוליב וואס די געאגראפיע איז נישט אזוי גוט אויסגעשטעלט (סאיז גרינגער צי נעמען יענעמס ווי אריינבאכענען אליינס געלט! ) איינע פון די באקאנטע פארט שטעט איז די איינציגסטע רוסישע ווארימערע רעזארט שטאט סוטשי ווי פוטין האט נישט ווייט פון דעם זיין מולטי ביליאן דאלערדיגע פאלאץ וועלכע ער האט געבויט פון געגנבטע געלט ווי אויך וואס ער האט פון העקערייען לויט באשילדונגען פון די אפאזיצע , און ביי יענע פאלאץ האט ער א געהיימע פולשטענדיגע פארט אונטער די אויפזיכט פון א יוניט פון די עף עס בי וועלכע ער האט א פערזענליכע אויפזיכט, און לויט באריכטען גייט ער דארט אריין אין ארויס ווען ער וויל נישט סזאל באריכטעט ווערען ביים גרעניץ די גאנצע שטח איז אן אפגעשלאסענע שטח וואס מען ווייסט נישט צי סך וואס דארט טוט זיך,

ווייטער איז דא א פארט פון ראסטאוו א דאן נאכדעם איז אויבען ביים שפיץ דא א פלייץ פון אוקריינע פארטען וועלכע פלעגען טראגען סחורה פון די ווירבעלדיגע מזרח אוקריינע אונדוסטריעל שטעט ווי דאנעסטק לוהאנסק אין אנדערע די מערסטע באקאנסטע פארטען דארטען איז מאריאפעל אדעסע (גאר באקאנט) אין נאכדעם פארשטייט זיך קרימיע מיט אירע ריזיגע קאמערשיל אין מיליטערישע באזעס פון די גרעסטע מיליטערישע באזעס אין יענע געגענט אבער צי דעם וועט מען צירוק קומען שפעטער אי"ה
כדי צי פארשטיין די וויכטיקייט פון די קרימיע באזעס -הויפזעטליך סוואסטאפאל- איז גענוג צי דערמאנען אז די גרעסטע באזעס פון די סאוויעט יוניאן זענען דארט געווען סטאנציאנירט אין זענען נישט געווען אין רוסלאנד גופא

יעצט לאמיר זיך ווייטער רוקען אביסעל לינקס נאך אדעסע דארט ווי די באלי פאנגט אן צירוק אראפ צי קומען, האמיר ראמעניע מיט איר גרעסטע פארט קאנסטענטנאציע (כהאף איך ספעיל עס גוט) די פארט איז גוט באקאנט וועלכע אונזערע זיידעס פלעגען ארויספארען פון ראמעניע און אונגארען קיין ארץ ישראל מיט א סטאפ אין אינסטאנבול
אדער קפריסין וועלכע איז א אינזעל וועלכע זיצט צווישען אינסטאנבול אין ארץ ישראל
אדער פלעגט מען טאקע נעמען די באן גראד פון ראמעניע קיין אינסטאנבול און פון דארט גראד קיין יפו אדער עכו
די בעל שם הקדוש האט געוואלט נעמען די וועג ווי באקאנט

נאכדעם מער אראפ קומט בולגאריע

און נאכדעם צירוק צי טערקיי ווי די איינציגסטע וועג ארויס פון די שווארצע ים איז דורך די באספערוס סטרעיט וועלכע שנייד דורך אין די הארץ פון די דינאמישע שפרודעלדיגע אור אלטע טערקישע שטאט אינסטאנבול

אויף די לעצטע פאראגראף וועט מען זיך איה שטעלען צי פארשטיין וואס די גייט פאר און פארוואס רוסלאנד פילט זיך אזוי געקארנערט אויב זיי האבען שלעכטע מאטיווען צי טשעפענען די וועלט

אוועטאר
מסתמא
שר האלפיים
תגובות: 2013
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: פאקטן און אנאליזן איבער רוסלאנד'ס דאמינאנץ און אגרעסיע

תגובהדורך מסתמא » זונטאג נובעמבער 28, 2021 11:49 am

blacksea.png
blacksea.png (381.08 KiB) געזעהן 121 מאל

ENG_ST_ZWZ_838_Complete_3000PIX-INT.jpg
ENG_ST_ZWZ_838_Complete_3000PIX-INT.jpg (380.86 KiB) געזעהן 121 מאל


צוריק צו “נייעס קאך לעפל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט