ס'איז גוט געווען? וואס זאגט מען? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #16

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גראמען פאעטיש תוכן אווער אלל הנאה

גוט
4
3%
זייער גוט
15
13%
אויסערגעווענליך
9
8%
נישט נוגע
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
גוט
2
2%
זייער גוט
2
2%
אויסערגעווענליך
3
3%
נישט נוגע
22
19%
גוט
2
2%
זייער גוט
15
13%
אויסערגעווענליך
12
10%
גוט
8
7%
זייער גוט
17
15%
אויסערגעווענליך
4
3%
 
סך הכל שטימען: 115

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

ס'איז גוט געווען? וואס זאגט מען? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #16

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

בילד


ס'איז גוט געווען? וואס זאגט מען?


געלויבט ביסטו
קודשא בריך הוא

דער באשעפער פון דער וועלט
וואס האט אלס אויפגעשטעלט

אונזער אייביגער גאט
מיר היטן זיינע געבאט

איבער דער וועלט איז ער דער קעניג
און מיר זענען אים אונטערטעניג

ער שפייזט די גאנצע וועלט
נאר ווייל אים געפעלט


צוליב זיין גוטס וואס ער וויל
משפיע זיין אהן א גבול

מיט חן חסד און רחמנות
ער דארף נישט קיינעמ'ס מתנות

פאר אלע באשעפענישן צוגעשטעלט
יעדער וואס אים געפעלט

ווייל זיין חסד אהן א צאל
באגלייט זיי אלעמאל

און מיט זיין גרויס גוטסקייט
האט אונז קיינמאל געפעלט

און מיר בעטן און זענען זיכער
אז תמיד לא יחסר

און אזוי ווייטער אויך
וועט ער געבן אונזער געברויך

אלע גוטע שפייזן
אונז געבן צו לייזן

אויף אייביג און אייביג
קיינמאל נישט ווערן ליידיג

צוליב זיין גרויסן נאמען
טוען מיר דאס באקומען

ווייל ער איז דער גאט דער שפייזער
און מאכט זאל זיך איינזאפן אין די גלידער

יעדער באשעפעניש באקומט
לויט ווי ס'איז אים באשטימט

און אלע גוטע זאכן
טוט אויך נאר ער מאכן

און פאר אלע באשעפענישן אנגרייטן
יעדער עקסטער צו זיינע צייטן

אזוי ווי אין פסוק שטייט
און דוד המלך'ס רייד

'דו עפענסט דיינע הענט
און דו טוסט זעטיגן
יעדער וואס לעבט
וויאזוי ער טוט באוויליגן'

געלויבט ביסטו גאט
וואס מיט דיין גרויס גענאד

טוסטו וואונדער באווייזן
מיטן אונז אלעמען שפייזן


בילד

איז דער ארטיקל געשריבן אין 'גראמען'? דאן רעיט אינעם ערשטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. איז דער ארטיקל 'פאעטיש' געשריבן? דאן רעיט אינעם צווייטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. אויב פעלט פון דעם ארטיקל איינס פון די צוויי אויבנדערמאנטע, דאן מאכט א טשעק ביי "נישט נוגע".
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: ס'איז גוט געווען? וואס זאגט מען? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #16

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

;l;p-

פירוש רש"י אויפן באקאנטן געדאנק. אידיש גערעדט. פליסיג און געשמאק. די גראמען זענען רוב מאל אויסגעהאלטן. די צוויי שורות מאכט עס זייער קלאר און גרינג צו ליינען.

ס'איז גוט געווען! וואס זאגט מען? ייש"כ.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ס'איז גוט געווען? וואס זאגט מען? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #16

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

זייער געשמאק
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: ס'איז גוט געווען? וואס זאגט מען? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #16

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

ס׳איז גוט געווען! ייש״כ.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ס'איז גוט געווען? וואס זאגט מען? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #16

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ייש"כ גראמער, פאר די שיינע גראם וואס דו האסט אונז געגעבן...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: ס'איז גוט געווען? וואס זאגט מען? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #16

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

וואס איך גלייך שטארק פון דיזע גראמען איז די פאקט אז עס אויסגעהאלטן, אבער עס האלט זיך נאכאלטס ווארט ביי ווארט צו ברכת המזון.
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: ס'איז גוט געווען? וואס זאגט מען? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #16

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

גיט!!
נאכען ליינען אז דאס איז בעצם די ברכת הזן (וואס כ'אניש געכאפט אליין) האט עס אנדער הערליכע משמעות!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: ס'איז גוט געווען? וואס זאגט מען? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #16

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

כ'וויל האט געשריבן:גיט!!
נאכען ליינען אז דאס איז בעצם די ברכת הזן (וואס כ'אניש געכאפט אליין) האט עס אנדער הערליכע משמעות!

אט אזוי
שש ושמח

Re: ס'איז גוט געווען? וואס זאגט מען? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #16

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שש ושמח »

זייער שיין, יישר כח
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ס'איז גוט געווען? וואס זאגט מען? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #16

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

קריעטיוו געדאנק! און ווייטער.. זייער גראד און אפען געשריבן. איי לייק דעט.

די גראמען זענען טאקע נישט אלעמאל אויסגעהאלטן.
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: ס'איז גוט געווען? וואס זאגט מען? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #16

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

כ'וויל האט געשריבן:גיט!!
נאכען ליינען אז דאס איז בעצם די ברכת הזן (וואס כ'אניש געכאפט אליין) האט עס אנדער הערליכע משמעות!
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: ס'איז גוט געווען? וואס זאגט מען? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #16

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

זייער א גוטע געדאנק אראפצולייגן ברכת המזון מיטן היימישן גראם.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”