תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

האט איר אדער אייער קרוב יעצט אדער גאר לעצטענס באקומען קאראנע?

איך האב עס יעצט צום ערשטן מאל און כ'בין נישט וואקסענירט.
43
20%
איך האב עס יעצט צום ערשטן מאל און כ'בין יא וואקסענירט.
7
3%
איך האב עס יעצט צום צווייטן מאל און כ'בין נישט וואקסענירט.
45
21%
איך האב עס יעצט צום צווייטן מאל און כ'בין יא וואקסענירט.
5
2%
וואוינט אין בארא פארק/פלעטבוש
11
5%
וואוינט אין ווילאמסבורג
28
13%
וואוינט אין קראונהייטס
1
0%
וואוינט אין קרית יואל
25
12%
וואוינט אין מאנסי
18
8%
וואוינט אין לעיקוואוד
5
2%
וואוינט אין מאנטריאל
9
4%
וואוינט אין ארץ ישראל
8
4%
וואוינט אין יוראפ
8
4%
 
סך הכול שטימען: 213

Programming
שר האלפיים
תגובות: 2953
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re:

תגובהדורך Programming » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 11:10 am

קנאפער ידען האט געשריבן:פון די סאך מענטשן וואס האבן עס איז דא עפעס ערענסט (קריטיש אדער מיט עכטע דעמעדזש פארן עתיד) סאו פאר? אדער דער באשעפער האלט זיין רעכטע האנט?

(@גיוואלדיג, אבי גערעדט דאס. מען מעג רעדן מציאות ווי גרינג אדער נישט גרינג מען האט עס יעצט. די דאקטוירים זאגן אסאך זאכן, זיי זאגן אויך אז אן מאסקעס און סאושעל דיסטעסינג איז דא מער טויטע בעת ווען די דעטא פון די סיטי פער זיפ קאוד פארציילט אנדערש. מען דארף הערן וואס זיי זאגן זאגן, אבער מען מען שמועסן פון דער מציאות אויך.)

דער וויירוס איז דער זעלבער - און נאך מער שעדליך - ווי אין דער פארגאנגענהייט. אפילו אויב אסאך האבן עס לייכט וויבאלד עס איז שוין זייער צווייטע מאל צי זיי זענען שוין וואקסינירט, מיינט דאס נישט אז פאר איינעם וואס האט דאס נאכנישט געהאט בכלל איז די סכנה יעצט קלענער (חוץ אפשר לויט צל עובר בשם סילווער).

מאסקעס און סאשעל דיסטענסינג העלפן בלי ספק, אויף זייער א פשוט'ע בעיסיק לעוועל אז עס טוט מינימיזירן די שאנסן וואס מען האט איבערצוכאפן דעם וויירוס פון אנדערע און עס איבערגעבן ווייטער אויב מען איז אנגעשטעקט. עס איז נישט קיין גאראנטי פארשטייט זיך, און עס העלפט נאר בעידנא דעסיק בה, נישט בעידנא דלא עסיק בה.

פארשטייט זיך אז עס קען נישט אוועקנעמען אנדערע פאקטארן, אבער עס העלפט אויפן אינדיווידועלן לעוועל, יעדע מאל וואס מען גייט ארויס אין די גאס, צו רעדוצירן די מעגליכקייט פון ווערן אנגעשטעקט און אנשטעקן אנדערע. אלע אנדערע פלפולים ארום דעם זענען נארישקייטן.

אפילו אויב די דאטא פוינטס וואס דו האסט ארויסגעשאקלט פון ארבל זאלן זיין ריכטיג און קאנטראלירט פאר עיזש גרופעס און ראסע'ס, פארשפרייטונג ראטע און אנדערע גורמים, איז דאס נאר א שמועס וואס איז נוגע פובליק פאליסי וואס רעכנט אריין דער חלק אז נישט יעדער פאלגט אלעמאל אלעס א.ד.ג., אבער פאר א יחיד פאר זיך איז קלאר ווי דער טאג אז סאשעל דיסטענסינג און אביסל אויך א מאסקע (נישט אזוי סאך, ווייל אויב יעדער ארום גייט אן דעם איז דעם יחיד'ס מאסקע כשלעצמו נישט צופיל ווערט עכ"פ מה שנוגע זיך באשיצן, אבער יא מער אויף נישט אנצושטעקן אנדערע) איז א וויכטיגע אפעקטיווע זאך יעדן מאל באזונדער.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 17692
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 11:24 am

Programming האט געשריבן:דער וויירוס איז דער זעלבער - און נאך מער שעדליך - ווי אין דער פארגאנגענהייט. אפילו אויב אסאך האבן עס לייכט וויבאלד עס איז שוין זייער צווייטע מאל צי זיי זענען שוין וואקסינירט, מיינט דאס נישט אז פאר איינעם וואס האט דאס נאכנישט געהאט בכלל איז די סכנה יעצט קלענער (חוץ אפשר לויט צל עובר בשם סילווער).

עס איז נישט מער שעדליך אויב עס איז עפעקטיוולי נישט מער שעדליך. סארי. און דאס איז געווען דער שאלה דא, צו עס איז עפעקטיוולי מער (אדער אפילו די זעלבע) שעדליך.

מיר גייט נישט אן אויב ווען איך לייג זיך אונטער א רעדל פון א קאר אן קיין שום פראטעקטיוו גיער ווער איך זיכער טויט, נאר אויב וואקענדיג אויפן גאס ווי הויעך מיינע שאנסן איז צו שטארבן בעיסד אויף אלע וועריבעלס. די וועריבעלס דא ביי דער נייער וועריענט קען זיין אז מיר האבן שוין גאר א הויך פערצענט מענטשן מיט אנטיבאדיס אדער זאל עס זיין סיי וואס (וואקסינס איז דאך סעפאוזעדלי נידריג די ראטע ביי אונז.)

דער שאלה דא איז געווען (עס איז געווען א שאלה, נישט א מסקנה!) צו עס איז דא יעצט די זעלבע מאס (אדער בכלל) קריטיש קראנקע אדער אזאנע מיט עפעקטס פארן לעבן (אין מארטש 2020 איז דאס נישט געווען קיין שאלה, ווי דו ווייסט.)

און פאר דו פארגעסט. איך בין נישט געקומען סתם זאגן א מיינונג, אדער אפילו פרעגן איבער די שעדליכקייט פון דער וויירוס יעצט. נאר אז געוואלדיג קומט ווארפן זאמד אין די אויגן, אז עס איז זאגאר אן עוולה און אומפארווארטליך פאר איינעם צו פארציילן אז ער האט עס געהאט שוואך!! סיריעסלי?! האב איך געענטפערט וואס איך האב געענטפערט.
Programming האט געשריבן:מאסקעס און סאשעל דיסטענסינג העלפן בלי ספק, אויף זייער א פשוט'ע בעיסיק לעוועל אז עס טוט מינימיזירן די שאנסן וואס מען האט איבערצוכאפן דעם וויירוס פון אנדערע און עס איבערגעבן ווייטער אויב מען איז אנגעשטעקט. עס איז נישט קיין גאראנטי פארשטייט זיך, און עס העלפט נאר בעידנא דעסיק בה, נישט בעידנא דלא עסיק בה.

איך זאג נישט אז זיי זענען נישט אפעקטיוו אנקעגן עפעס וואס מען דארף זיי האבן פאר. דער שאלה איז ווידער צו עס איז עפעקטיוולי אפעקטיוו (דאס הייסט ווי שטארק די ריסק איז, וואס ריסקד מען, און צו עס איז א ערענסטע ריסק אז איך זאל דארפן האבן עפעס אפעקטיוו עס צו קאונטערן.)

די חלק פון די דעטא איז געווען געוואנדן צו זיין "לויט די ציפערן פון די דאקטורים איז דער וויירוס די זעלבע געפארפול" וואס איז דאך פשוט אז עס איז נישט רעלעוואענט אן קוקן אויף די דעטא ספעציפיש וואס זיי רעפערירן צו, זינט - ווי שטארק איך האלט נאר פון זיי - עס איז געווען אסאך אסאך מאל אין די לעצטע יאר צוויי וואס נומערן ווערן ארויסגעלייגט צו שטופן א נערעטיוו. האב איך בס"ה געזאגט אז איך האב אויך נומערן (אויף דער NYC העלט דעפארטמענט וועבזייטל) וואס ווייזט אז כאטש אונז האמיר ליידער זיך אנגעפיפן בגדול האבן אונז אין טאטעל נישט אפילו נאנט צו די מערסטע טויטע/האספיטיליזירטע פערצענטואל.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

בליץ
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 17, 2013 5:08 pm
לאקאציע: אמאל דא און אמאל דארט, פלעקסעב״ל בלע״ז

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך בליץ » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 11:53 am

הרב קנאפער פון ווי נעמסטו די נומבערס פערצענטאעל די היימישע ווס די גויאישע און טאטעל?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 17692
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 11:59 am

בליץ האט געשריבן:הרב קנאפער פון ווי נעמסטו די נומבערס פערצענטאעל די היימישע ווס די גויאישע און טאטעל?

ווי געשריבן, אויף דער ניו יארק סיטי העלט דעפארטמענט'ס קאוויד דעטא סייט, איך האב גערעדט פון די היימישע-דאמינירטע זיפ קאודס אנקעגן אנדערע סיטי זיפ קאודס.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

Re:

תגובהדורך גיוואלדיג » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 12:31 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:פון די סאך מענטשן וואס האבן עס איז דא עפעס ערענסט (קריטיש אדער מיט עכטע דעמעדזש פארן עתיד) סאו פאר? אדער דער באשעפער האלט זיין רעכטע האנט?

(@גיוואלדיג, אבי גערעדט דאס. מען מעג רעדן מציאות ווי גרינג אדער נישט גרינג מען האט עס יעצט. די דאקטוירים זאגן אסאך זאכן, זיי זאגן אויך אז אן מאסקעס און סאושעל דיסטעסינג איז דא מער טויטע בעת ווען די דעטא פון די סיטי פער זיפ קאוד פארציילט אנדערש. מען דארף הערן וואס זיי זאגן זאגן, אבער מען מען שמועסן פון דער מציאות אויך.)

דאקטורים, וועלכע אבזערווירן דעם וויירוס פון אנפאנג ביז יעצט, זאגן אז די וויירוס איז די זעלבע שעדליך. און מ'דארף זיין א שוטה אדער רשע צו ווארטן ביז מ'הערט שמועות מבהילות און נאכדעם אנהייבן זיין קעירפול (אדער דעמאלט אויך נישט. ווייל ס'איז שוין אריבער וכו' וכו')
ואראה בנחמה אם לא ראיתי אנשים יראים ושלמים במדינתינו שותים לעג כמים בשמעם ממציאת אמעריקא
ואיננו מיחס להם גנות שהם משוללי ידיעה בדברים כאלה, ואולי יש בהם קצת תועלת
אמנם התלונה הוא על הלועג ומכחיש אותם, ועליו לומר אין אתי יודע עד מה בדברים אלה (פת לחם)

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך טעם וריח » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 12:37 pm

א נערישע שאלה, איינער וואס האט שוין גענומען די וואקסין, קען געבן ווייטער? אויב יא, ער קען עס געבן אויך פאר איינער וואס האט שוין גענומען די וואקסין אויך? אויב יא, דעמאלט'ס מיינט דאס א 'מאסקעס' איז דא צו בלייבן לעולם ועד??
על "טעם וריח" אין להתווכח

אוועטאר
מים חיים
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך מים חיים » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 12:40 pm

די וואס באקומען עס די צווייטע מאל האבן אויך די סימפטאם פון פארלירן חוש הטעם/ריח (ע''פ רוב)?

machal
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 02, 2021 12:39 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך machal » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 12:45 pm

מים חיים האט געשריבן:די וואס באקומען עס די צווייטע מאל האבן אויך די סימפטאם פון פארלירן חוש הטעם/ריח (ע''פ רוב)?

ביי מיר איז אזוי געווען מיינט נישט אז ביי יעדעם איז אזוי

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 17692
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 12:55 pm

טעם וריח האט געשריבן:א נערישע שאלה, איינער וואס האט שוין גענומען די וואקסין, קען געבן ווייטער? אויב יא, ער קען עס געבן אויך פאר איינער וואס האט שוין גענומען די וואקסין אויך? אויב יא, דעמאלט'ס מיינט דאס א 'מאסקעס' איז דא צו בלייבן לעולם ועד??

יא, זיי קענען עס פארשפרייטן ווייטער. און זיי קענען ווערן אנגעשטעקט (כאטש, ווי עס קוקט אויס האבן זיי ווייניגער שאנס עס צו באקומען בכלל.)

עס מיינט נישט ממש אז עס איז דא פאר אייביג, דאס אז עס פארשפרייט זיך יעצט איז (לויט די עוועליבעל סייענס) צוליב וואס עס איז א נייע וועריענט. אויב מיטן באשעפערס הילף עס וועט נישט קומען נייע וועריענטס (ווי מער מענטשן ווערן אנגעשטעקט איז דא מער שאנס אז א נייע וועריענט וועט זיך יא אנטוויקלען) וועט עס נישט קענען ווייטער גיין. ווי אויך קען זיין אז מיט באאסטער שאטס (אדער גאר א בעסערער וואקסין וואס וועט קומען) וועלן עס די וואקסינירטע נישט קענען באקומען (אפילו אויף א מילדע פארנעם נישט)/פארשפרייטן.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 15971
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: Re:

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:02 pm

גיוואלדיג האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:פון די סאך מענטשן וואס האבן עס איז דא עפעס ערענסט (קריטיש אדער מיט עכטע דעמעדזש פארן עתיד) סאו פאר? אדער דער באשעפער האלט זיין רעכטע האנט?

(@גיוואלדיג, אבי גערעדט דאס. מען מעג רעדן מציאות ווי גרינג אדער נישט גרינג מען האט עס יעצט. די דאקטוירים זאגן אסאך זאכן, זיי זאגן אויך אז אן מאסקעס און סאושעל דיסטעסינג איז דא מער טויטע בעת ווען די דעטא פון די סיטי פער זיפ קאוד פארציילט אנדערש. מען דארף הערן וואס זיי זאגן זאגן, אבער מען מען שמועסן פון דער מציאות אויך.)

דאקטורים, וועלכע אבזערווירן דעם וויירוס פון אנפאנג ביז יעצט, זאגן אז די וויירוס איז די זעלבע שעדליך. און מ'דארף זיין א שוטה אדער רשע צו ווארטן ביז מ'הערט שמועות מבהילות און נאכדעם אנהייבן זיין קעירפול (אדער דעמאלט אויך נישט. ווייל ס'איז שוין אריבער וכו' וכו')

איך ווייס נישט אויב עס איז די זעלבע שעדליך אדער נישט. דער מציאות איז, אז כאטש וואס עס דרייט זיך פעסט ארום יעצט ביי אונזער עולם, קומען רוב אירע ארויס דערפון, אן אריינגיין במצב סכנה.
עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער א עדיוקעטעד טיפש

אוועטאר
אלטער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8735
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך אלטער » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:03 pm

איך האב שוין פיבער מיט ריקן ווייטוג די לעצטע 24 שעה. לאמיר האפן אז ס’נישט דאס.

איך האב עס ב"ה נאכנישט געהאט
פלאגט אייך מער נישט צו קאנטראלירן אייערע דאפלטע ניקס! דער סעלושן איז שוין אויפן וועג!

קומט אריין דא! פאר מער

machal
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 02, 2021 12:39 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך machal » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:21 pm

58 מענטשען האבען געשטימט אז זיי האבען באקימען די וויירעס.
נאך 10 מענטשען האבען געשטימט ווי זיי וואוינען......

אוועטאר
Kosher Travel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:35 pm

מים חיים האט געשריבן:די וואס באקומען עס די צווייטע מאל האבן אויך די סימפטאם פון פארלירן חוש הטעם/ריח (ע''פ רוב)?

איך האב פארלוירן די חוש הריח ביידע מאל.
די ערשטע מאל (גלייך נאך פורים תש"פ), האב איך געהאט די וויירוס אסאך שווערער, אבער די חוש הריח איז צירקגעקומען שנעלער.
די צווייטע מאל (ערב ראש השנה תש"פ צו תשפ"א), געהאט די וויירוס אסאך גרינגער. אבער די חוש הריח איז נאך נישט אינגאנצען צירוק. עס איז שוין א יאר.
ווער געדענקט ווען איינער וואס האט געזאגט אז מען קען עס באקומען נאכאמאל איז געווען א משוגענער?

FYI, פאריאר בין איך מיט די גאנצע משפחה געבליבן אינדערהיים ראש השנה און יום כיפור. אזוי האט געפאסקענט מיין רב, וואס כמעט אין אלע זיינע דרשות איז ער מעורר אויף תפילה בציבור. האט ער מיר גאזאגט אז איך זאל אפילו נישט גיין אין די בעק פון א שוהל צו הערן תקיעות שופר דורכן פענסטער, ווייל אויב איין אלטע איד כאפט עס פון מיר בין איך א רוצח. און דער זעלבער באשעפער וואס האט געהייסן דאווענען מיט מנין, האט געהייסן איך זאל בלייבן אינדערהיים. ער האט אבער געשיקט א בעל תוקע אין מיין בעק יארד וואס האט געבלאזן פאר אונז.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

אוועטאר
מים חיים
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך מים חיים » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:39 pm

יישר כח קאשער פאר די ענטפער +

אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4345
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך יש בו » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:39 pm

און אויב דער בעל תוקע כאפט עס און ער שפירט נישט קיין סימפטאמען, און ער געבט דאס איבער בלא יודעים פאר א אלטע איד?

דער זעלבער באשעפער וגו'
The Divided States Of America

ברוך פייבול
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 27, 2021 11:56 am

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך ברוך פייבול » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:53 pm

אפאר פון מיינע באקאנטע, און אויך איינע פון מיינע עלטערן, און אויך א שוואגער, האבן עס יעצט מיט פיבער און היסעריי ווי פארצייטנס ה''י,
השי''ת זאל אפהיטען זיינע קינדער

Programming
שר האלפיים
תגובות: 2953
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: Re:

תגובהדורך Programming » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 3:07 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:
גיוואלדיג האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:פון די סאך מענטשן וואס האבן עס איז דא עפעס ערענסט (קריטיש אדער מיט עכטע דעמעדזש פארן עתיד) סאו פאר? אדער דער באשעפער האלט זיין רעכטע האנט?

(@גיוואלדיג, אבי גערעדט דאס. מען מעג רעדן מציאות ווי גרינג אדער נישט גרינג מען האט עס יעצט. די דאקטוירים זאגן אסאך זאכן, זיי זאגן אויך אז אן מאסקעס און סאושעל דיסטעסינג איז דא מער טויטע בעת ווען די דעטא פון די סיטי פער זיפ קאוד פארציילט אנדערש. מען דארף הערן וואס זיי זאגן זאגן, אבער מען מען שמועסן פון דער מציאות אויך.)

דאקטורים, וועלכע אבזערווירן דעם וויירוס פון אנפאנג ביז יעצט, זאגן אז די וויירוס איז די זעלבע שעדליך. און מ'דארף זיין א שוטה אדער רשע צו ווארטן ביז מ'הערט שמועות מבהילות און נאכדעם אנהייבן זיין קעירפול (אדער דעמאלט אויך נישט. ווייל ס'איז שוין אריבער וכו' וכו')

איך ווייס נישט אויב עס איז די זעלבע שעדליך אדער נישט. דער מציאות איז, אז כאטש וואס עס דרייט זיך פעסט ארום יעצט ביי אונזער עולם, קומען רוב אירע ארויס דערפון, אן אריינגיין במצב סכנה.

"רוב" זענען פונקט אזוי ארויסגעקומען דערפון אן אריין גיין אין א מצב סכנה, פאריאר אדר - ניסן תש"פ. אייגנטליך נישט רוב, נאר רובא דרובא דרובא דרובא.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.

Programming
שר האלפיים
תגובות: 2953
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re:

תגובהדורך Programming » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 3:26 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:דער וויירוס איז דער זעלבער - און נאך מער שעדליך - ווי אין דער פארגאנגענהייט. אפילו אויב אסאך האבן עס לייכט וויבאלד עס איז שוין זייער צווייטע מאל צי זיי זענען שוין וואקסינירט, מיינט דאס נישט אז פאר איינעם וואס האט דאס נאכנישט געהאט בכלל איז די סכנה יעצט קלענער (חוץ אפשר לויט צל עובר בשם סילווער).

עס איז נישט מער שעדליך אויב עס איז עפעקטיוולי נישט מער שעדליך. סארי. און דאס איז געווען דער שאלה דא, צו עס איז עפעקטיוולי מער (אדער אפילו די זעלבע) שעדליך.

מיר גייט נישט אן אויב ווען איך לייג זיך אונטער א רעדל פון א קאר אן קיין שום פראטעקטיוו גיער ווער איך זיכער טויט, נאר אויב וואקענדיג אויפן גאס ווי הויעך מיינע שאנסן איז צו שטארבן בעיסד אויף אלע וועריבעלס. די וועריבעלס דא ביי דער נייער וועריענט קען זיין אז מיר האבן שוין גאר א הויך פערצענט מענטשן מיט אנטיבאדיס אדער זאל עס זיין סיי וואס (וואקסינס איז דאך סעפאוזעדלי נידריג די ראטע ביי אונז.)

דער שאלה דא איז געווען (עס איז געווען א שאלה, נישט א מסקנה!) צו עס איז דא יעצט די זעלבע מאס (אדער בכלל) קריטיש קראנקע אדער אזאנע מיט עפעקטס פארן לעבן (אין מארטש 2020 איז דאס נישט געווען קיין שאלה, ווי דו ווייסט.)

און פאר דו פארגעסט. איך בין נישט געקומען סתם זאגן א מיינונג, אדער אפילו פרעגן איבער די שעדליכקייט פון דער וויירוס יעצט. נאר אז געוואלדיג קומט ווארפן זאמד אין די אויגן, אז עס איז זאגאר אן עוולה און אומפארווארטליך פאר איינעם צו פארציילן אז ער האט עס געהאט שוואך!! סיריעסלי?! האב איך געענטפערט וואס איך האב געענטפערט.
Programming האט געשריבן:מאסקעס און סאשעל דיסטענסינג העלפן בלי ספק, אויף זייער א פשוט'ע בעיסיק לעוועל אז עס טוט מינימיזירן די שאנסן וואס מען האט איבערצוכאפן דעם וויירוס פון אנדערע און עס איבערגעבן ווייטער אויב מען איז אנגעשטעקט. עס איז נישט קיין גאראנטי פארשטייט זיך, און עס העלפט נאר בעידנא דעסיק בה, נישט בעידנא דלא עסיק בה.

פארשטייט זיך אז עס קען נישט אוועקנעמען אנדערע פאקטארן, אבער עס העלפט אויפן אינדיווידועלן לעוועל, יעדע מאל וואס מען גייט ארויס אין די גאס, צו רעדוצירן די מעגליכקייט פון ווערן אנגעשטעקט און אנשטעקן אנדערע. אלע אנדערע פלפולים ארום דעם זענען נארישקייטן.

אפילו אויב די דאטא פוינטס וואס דו האסט ארויסגעשאקלט פון ארבל זאלן זיין ריכטיג און קאנטראלירט פאר עיזש גרופעס און ראסע'ס, פארשפרייטונג ראטע און אנדערע גורמים, איז דאס נאר א שמועס וואס איז נוגע פובליק פאליסי וואס רעכנט אריין דער חלק אז נישט יעדער פאלגט אלעמאל אלעס א.ד.ג., אבער פאר א יחיד פאר זיך איז קלאר ווי דער טאג אז סאשעל דיסטענסינג און אביסל אויך א מאסקע (נישט אזוי סאך, ווייל אויב יעדער ארום גייט אן דעם איז דעם יחיד'ס מאסקע כשלעצמו נישט צופיל ווערט עכ"פ מה שנוגע זיך באשיצן, אבער יא מער אויף נישט אנצושטעקן אנדערע) איז א וויכטיגע אפעקטיווע זאך יעדן מאל באזונדער.

איך זאג נישט אז זיי זענען נישט אפעקטיוו אנקעגן עפעס וואס מען דארף זיי האבן פאר. דער שאלה איז ווידער צו עס איז עפעקטיוולי אפעקטיוו (דאס הייסט ווי שטארק די ריסק איז, וואס ריסקד מען, און צו עס איז א ערענסטע ריסק אז איך זאל דארפן האבן עפעס אפעקטיוו עס צו קאונטערן.)

די חלק פון די דעטא איז געווען געוואנדן צו זיין "לויט די ציפערן פון די דאקטורים איז דער וויירוס די זעלבע געפארפול" וואס איז דאך פשוט אז עס איז נישט רעלעוואענט אן קוקן אויף די דעטא ספעציפיש וואס זיי רעפערירן צו, זינט - ווי שטארק איך האלט נאר פון זיי - עס איז געווען אסאך אסאך מאל אין די לעצטע יאר צוויי וואס נומערן ווערן ארויסגעלייגט צו שטופן א נערעטיוו. האב איך בס"ה געזאגט אז איך האב אויך נומערן (אויף דער NYC העלט דעפארטמענט וועבזייטל) וואס ווייזט אז כאטש אונז האמיר ליידער זיך אנגעפיפן בגדול האבן אונז אין טאטעל נישט אפילו נאנט צו די מערסטע טויטע/האספיטיליזירטע פערצענטואל.

אקעי איך האב שוין געמיינט אז דו באזירסט דאס אויף עפעס קראנטע זאכן. דו ווייסט מסתמא אויך די פילע לעכער אין די אויבנאויפיגע זיפקאוד שאצונג (מיר דאמינירן נישט קיינע זיפ קאודס, אונזער ציבור בכלליות איז איבערוויגנד יונג און דערפאר ב"ה נישט אויסגעשטעלט צו קיין ערנסטע סכנות, א.א.וו.) אז עס איז א שאד דא ווייטער ממשיך צו זיין דעם שמועס

צוריק צו די פראגע איבער שווערער אדער גרינגער, ווי לאנג יעדער איינער געפונט זיך אין א עקסטערע אידיווידועלע סיטואציע, איינער איז וואקסינירט איינמאל, איינער 2 מאל און אנדערע אין א"י האבן שוין גאר געקראגן א בוסטער שאט, אין די זעלבע צייט וואס פילע האבן דאס געהאט איינמאל און האבן בלויז אנטיבאדי'ס און א גרויסער עולם האט דאס נאך בכלל נישט באקומען, איז די "אינפארמאציע" אז דער כוואליע איז לייכט, כאילו עס איז עפעס אנטשטאנען א חילוק אין קאראנע, בכל אופן ווערטלאז, און איז אויב עפעס פארפירעריש און געפארפול געבנדיג אנצוהערן פאר די וועלכע שטייען יא אויס א גרעסערע געפאר כאילו די כוואליע איז ווייניגער סכנה ווי ביז איצט.

דאס אז פלוני וואקסינירטער אדער ערהוילטער האט דאס געהאט לייכט זאגט ממש גארנישט פאר אלמוני וואס האט דאס נאך קיינמאל נישט געהאט. יעצט אויב דער גאנצער ציבור וואלט געווען אויסגעקאכט כקטן כגדול אין אלע דעטאלן וואלט מען געקענט פארגעבן אזא סטעיטמענט, דער עולם וואלט אליינס פארשטאנען אז אפעקטיוולי (צו בארגן דיין אויסדרוק) מיינט דאס נישט גארנישט פאר קיינעם, און יעדן'ס ריזיקע ווענדט זיך אין זיין אינדיווידועלע מצב. כמות שהוא אבער איז דער סטעיטמענט שטארק מסוכן וויבאלד איך און דו ווייסן אז א גרויסער ציבור גייט דאס נעמען פאר פעיס וועליו כאילו קאראנע איז ווייניגער מסוכן, און סיי זיך ערלויבן צו זיין מער לייכטזיניג ווען מען האט עס ווייל עס געשעט דאך מילא גארנישט, ווי אויך זיין ווייניגער אפגעהיטן (ליידער איז דא א שיינער עולם וואס דארפן ווען נעמען דעם וואקסין לעבנסוויכטיג און זיי האבן עס נישט גענומען למעשה צוליב וכו', און עס איז קריטיש וויכטיג די מענטשן זאלן זיך היטן).
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.

אנטי פרא
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 4:45 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך אנטי פרא » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 5:10 pm

יעצט גירעדט מיט א עסקן וואס איז אסאך אינוואלווד אין העלפן הונדערטער קאוויד פאציענטן ער זאגט אז רוב קאוויד קעיסעס וואס גייט יעצט פאר זענען ממש רוב זייער ענליך צו פלו די ערגסטע פראבלעם איז מען מווערט פארפאניקט.. סאיז קלאר אז ווען מפאלט אריין אין פאניק דראפט אראפ די אקסזשדין לעוועל.
בעט מען די אלע וואס פרובירן אנצוזייען פאניק ביטע אויפהערן..

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1544
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך געוואלטיג » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 5:12 pm

אנטי פרא האט געשריבן:יעצט גירעדט מיט א עסקן וואס איז אסאך אינוואלווד אין העלפן הונדערטער קאוויד פאציענטן ער זאגט אז רוב קאוויד קעיסעס וואס גייט יעצט פאר זענען ממש רוב זייער ענליך צו פלו די ערגסטע פראבלעם איז מען מווערט פארפאניקט.. סאיז קלאר אז ווען מפאלט אריין אין פאניק דראפט אראפ די אקסזשדין לעוועל.
בעט מען די אלע וואס פרובירן אנצוזייען פאניק ביטע אויפהערן..

גערעכט איבער פאניק איך האב עס אויב דערמאנט אבער השתדלות דארף מען נאך אלס טאן
(אגב הרב @געוואלדיג אייר נאמען איז צי ענליך צי מיינעם ביטע טוישן כפי תקנות המקום)

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 15971
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: Re:

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 5:18 pm

Programming האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
גיוואלדיג האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:פון די סאך מענטשן וואס האבן עס איז דא עפעס ערענסט (קריטיש אדער מיט עכטע דעמעדזש פארן עתיד) סאו פאר? אדער דער באשעפער האלט זיין רעכטע האנט?

(@גיוואלדיג, אבי גערעדט דאס. מען מעג רעדן מציאות ווי גרינג אדער נישט גרינג מען האט עס יעצט. די דאקטוירים זאגן אסאך זאכן, זיי זאגן אויך אז אן מאסקעס און סאושעל דיסטעסינג איז דא מער טויטע בעת ווען די דעטא פון די סיטי פער זיפ קאוד פארציילט אנדערש. מען דארף הערן וואס זיי זאגן זאגן, אבער מען מען שמועסן פון דער מציאות אויך.)

דאקטורים, וועלכע אבזערווירן דעם וויירוס פון אנפאנג ביז יעצט, זאגן אז די וויירוס איז די זעלבע שעדליך. און מ'דארף זיין א שוטה אדער רשע צו ווארטן ביז מ'הערט שמועות מבהילות און נאכדעם אנהייבן זיין קעירפול (אדער דעמאלט אויך נישט. ווייל ס'איז שוין אריבער וכו' וכו')

איך ווייס נישט אויב עס איז די זעלבע שעדליך אדער נישט. דער מציאות איז, אז כאטש וואס עס דרייט זיך פעסט ארום יעצט ביי אונזער עולם, קומען רוב אירע ארויס דערפון, אן אריינגיין במצב סכנה.

"רוב" זענען פונקט אזוי ארויסגעקומען דערפון אן אריין גיין אין א מצב סכנה, פאריאר אדר - ניסן תש"פ. אייגנטליך נישט רוב, נאר רובא דרובא דרובא דרובא.

איך רעד פון א פיל גרעסערן רוב ווי פארשטענדליך.
עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער א עדיוקעטעד טיפש

Programming
שר האלפיים
תגובות: 2953
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך Programming » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 5:23 pm

מען קען מיינען אז דו האסט שוין געהערט גענוג אנעקדאטעל אינצידענטן פון מענטשן מיט קאראנע צו קענען בכלל פארגלייכן מיט דעמאלס. פון וויפיל מענטשן ווייסטו איצט וואס האבן קאראנע?
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.

אוועטאר
גרינע בלעטעלע
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2021 1:24 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך גרינע בלעטעלע » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 5:41 pm

וואס טוט מען וועגן א מקוה מארגן???
א געזונטן זומער

בניהו
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך בניהו » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 5:49 pm

איינער האט מיר פריער געזאגט אז ער האט געפרעגט א חשוב׳ע דיין (איינגעשטעלט אין א פראמינענטע בית הוראה) און ער געזאגט בשום אופן נישט צו גיין אין מקווה.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 15971
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 5:49 pm

Programming האט געשריבן:מען קען מיינען אז דו האסט שוין געהערט גענוג אנעקדאטעל אינצידענטן פון מענטשן מיט קאראנע צו קענען בכלל פארגלייכן מיט דעמאלס. פון וויפיל מענטשן ווייסטו איצט וואס האבן קאראנע?

א סך א סך.
עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער א עדיוקעטעד טיפש

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט