תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

האט איר אדער אייער קרוב יעצט אדער גאר לעצטענס באקומען קאראנע?

איך האב עס יעצט צום ערשטן מאל און כ'בין נישט וואקסענירט.
43
20%
איך האב עס יעצט צום ערשטן מאל און כ'בין יא וואקסענירט.
7
3%
איך האב עס יעצט צום צווייטן מאל און כ'בין נישט וואקסענירט.
45
21%
איך האב עס יעצט צום צווייטן מאל און כ'בין יא וואקסענירט.
5
2%
וואוינט אין בארא פארק/פלעטבוש
11
5%
וואוינט אין ווילאמסבורג
28
13%
וואוינט אין קראונהייטס
1
0%
וואוינט אין קרית יואל
25
12%
וואוינט אין מאנסי
18
8%
וואוינט אין לעיקוואוד
5
2%
וואוינט אין מאנטריאל
9
4%
וואוינט אין ארץ ישראל
8
4%
וואוינט אין יוראפ
8
4%
 
סך הכול שטימען: 213

נא_שכל
שר ששת אלפים
תגובות: 6595
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 11:45 am

א גוט געבענטש יאר, ברוך הבא שנת תשפ"ב!

אזוי ווי מען הערט ליידער פון פילע מענטשן וואס האבן יעצט קאראנע, ה"י. וואלט געווען כדי צו וויסן אביסל פרטים ווי עס איז פארשפרייט, כדי דער וואס וויל זאל זיך קענען היטן.
לעצט פאראכטן דורך נא_שכל אום דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 12:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

זילבערווערק
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר אדער אייער קרוב יעצט קאראנע?

תגובהדורך זילבערווערק » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 11:51 am

אין ארץ ישראל האבן יעצט זייער אסאך קאראנא, מ'ווארט עטליכע טעג אין שטוב און מ'גייט ווייטער.
איך ווייס פון צוויי קרובים וואס האבן דאס געהאט ממש שווער, אבער זיך ב"ה ארויסגעדרייט

הר גריזים
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר אדער אייער קרוב יעצט קאראנע?

תגובהדורך הר גריזים » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 11:57 am

אין א שול פון וומס"ב איז דער בעל תוקע נישט אנגעקומען די צווייטע טאג אין שול נאכדעם וואס נאכן דאווענען און בלאזן די ערשטע טאג האט ער זיך נישט גוט געפילט און די טעסט איז צוריקגעקומען פאזיטיוו פאר קאוויד.

אגב ער איז שוין געווען פולי וואקסינירט.

מאך א ברכה
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 20, 2018 10:10 am

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר אדער אייער קרוב יעצט קאראנע?

תגובהדורך מאך א ברכה » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 12:01 pm

הר גריזים האט געשריבן:אין א שול פון וומס"ב איז דער בעל תוקע נישט אנגעקומען די צווייטע טאג אין שול נאכדעם וואס נאכן דאווענען און בלאזן די ערשטע טאג האט ער זיך נישט גוט געפילט און די טעסט איז צוריקגעקומען פאזיטיוו פאר קאוויד.

אגב ער איז שוין געווען פולי וואקסינירט.

כהאף ער האט געלייגט א מאסק אויף די שופר.

אוועטאר
sheetrock
שר שבעת אלפים
תגובות: 7615
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר אדער אייער קרוב יעצט קאראנע?

תגובהדורך sheetrock » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 12:05 pm

נא_שכל האט געשריבן:א גוט געבענטש יאר, ברוך הבא שנת תשפ"ב!

אזוי ווי מען הערט ליידער פון פילע מענטשן וואס האבן יעצט קאראנע, ה"י. וואלט געווען כדי צו וויסן אביסל פרטים ווי עס איז פארשפרייט, כדי דער וואס וויל זאל זיך קענען היטן.

די קעפל מיט די שאלות שטומען נישט. די קעפל פרעגט אויב "איר אדער אייער קרוב", און אין די שעלות איז נאר דא "איך" און נישט קיין קרוב
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

נא_שכל
שר ששת אלפים
תגובות: 6595
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר אדער אייער קרוב יעצט קאראנע?

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 12:52 pm

הר גריזים האט געשריבן:אין א שול פון וומס"ב איז דער בעל תוקע נישט אנגעקומען די צווייטע טאג אין שול נאכדעם וואס נאכן דאווענען און בלאזן די ערשטע טאג האט ער זיך נישט גוט געפילט און די טעסט איז צוריקגעקומען פאזיטיוו פאר קאוויד.

אגב ער איז שוין געווען פולי וואקסינירט.

איך האב געהערט פון א שול אין ניי וומס"ב וואס דער דומ"ץ ורב השכונה איז נישט געקומען בלאזן דעם ערשטן טאג, ווייל ער איז געווען פאזעטיוו פאר ר"ה.

אויך ווייס איך פון עטליכע קרובים אין וויאלמסבורג וואס האבן יעצט קאראנע.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר אדער אייער קרוב יעצט קאראנע?

תגובהדורך פראצעדור » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 12:55 pm

felt like a flu for 3 days

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2385
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך עירוב תבשילין » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 3:28 pm

דא אין ארץ ישראל פארשפרייט זיך עס אין גרויסן ביים היימישן ציבור. אבער דער עולם פילט פלואיש פאר עטליכע טעג און דאס איז עס, גארנישט מער ווי דעם
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

ברוכאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:48 am

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך ברוכאוויטש » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 2:22 am

ווייסט איינער צו עס מאכט זיך עפעס קאראנא מנינים אין היימישע געגנטער אויף יוה"ק? אז אידן וואס האבן יעצט קאראנא זאלן קענען גיין רואיג דווענען אין ביהמ"ד און נישט מורא האבן אז זיי וועלן אנשטעקן אנדערע ח"ו.

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1544
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך געוואלטיג » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 2:53 am

ברוכאוויטש האט געשריבן:ווייסט איינער צו עס מאכט זיך עפעס קאראנא מנינים אין היימישע געגנטער אויף יוה"ק? אז אידן וואס האבן יעצט קאראנא זאלן קענען גיין רואיג דווענען אין ביהמ"ד און נישט מורא האבן אז זיי וועלן אנשטעקן אנדערע ח"ו.


גערעכט דער עולם כאפט נישט אז מטאר נישט גיין אין ביהמ"ד אויב מפילט נישט גוט
גארנישט אנדערש ווי פאריאר
נאך מער וויכטיגער ווייל פאריאר האט נאך רוב עולם געהאט אימיוניטי אבער ליידער זעהט אויס אז ביי טייל מענטשן וועפט שוין אויס די אימיוניטי אדער איז פשוט די נייע סטרעין צי שטארק

אגב איז אינטערסאנט וואס כהאב געהערט מעקסנים העוסקים אז ע"פ רוב די וואס האבן עס נאכאמאל איז עס געשעהן ביים זיך איבערשטרענגען ווי אינטערנעמען א נסיעה אדער אויסלאזן א נאכט
נישט שלאפן אדער טרינקען גענוג
וואס דאן ווערט די אימיון סיסטעם שוואך דעריבער כאפט זיך עס אריין אפילו אויב מהאט אנטי באדיס אדער וואקסין וכו'

אוועטאר
מומחה יוחס
שר ששת אלפים
תגובות: 6653
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך מומחה יוחס » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 4:12 am

מה כל הרעש הזה
מען טרייבט איבער
רוב עולם האט עס נישט אין אפילו יא איז עס לייכט

איך האב אפילו א ספק אז ס'איז בכלל ביי יעדעם פון די קאוויד...
עס איז סתם א אנדערע וויירוס אדער פלוי...
לעצט פאראכטן דורך מומחה יוחס אום מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 3:20 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
ווען משיח וועט קומען וועט מען קענען ווייזן מיט די פינגער אויף אונז אלע
אז דער איז א אייוועלט איד וואס האט ארויס געוויזן זיין אהבת ישראל למעלה למעלה

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך יש מזל » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 4:18 am

דאס איז א חלק פון די חבלי משיח....
פון יעצט ביז משיח'ס טאג וועט יעדע פלו וכדומה צוגעשריבן ווערן צו א נאך א סטרעין פון קאראנע....
ירחם ה' במהרה

נא_שכל
שר ששת אלפים
תגובות: 6595
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 8:26 am

ליידער הערט מען פון פילע יונגע מענטשען וואס באקומען עס יעצט צום צווייטן מאל.

החכם עיניו בראשו, זיך אביסל צו היטן.

בעיקר יעצט אין די עשי"ת ווען די שערי שמים זענען אפען פאר יעדעם, נאך פאר די חתימה, זאל יעדער איינרייסן ביים דאווענען און ביי אבינו מלכינו "מנע מגיפה מנחלתיך", אז השי"ת זאל זיך מרחם זיין על עמו וצאן מרעיתו, און ס'זאל זיך שוין אפטון די ביטערע מגיפה פון די וועלט. מ'זאל קענען דינען השי"ת במנוחת הנפש מתוך שמחה ונחת.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1544
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך געוואלטיג » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 11:34 am

מומחה יוחס האט געשריבן:מה כל הרעש הזה
מען טרייבט איבער
רוב עולם האט ע"ס ניט אין אפילו יא איז ע"ס לייכט

איך האב אפילו א ספק אז ס"איז בכלל ביי יעדעם פון די קאוויד...
עס איז סתם א אנדערע וויירוס אדער פלוי...

אמת אז ביי אסאך איז עס לייכט אבער סאיז דא מער ווי ממיינט וואס האבן עס היבש שווער

ואגב דאס אז סאיז סתם א פלו איז שוין א אלטע קשיא פארוואס תשפ"א איז נישט געווען קיין פלו

די תירוץ איז לכאורה אז די פלו ווערט פון א צאמשטעל פון וויירוסעס און אויב איז די וויירוס אויך דא שטעלט זיך עס צוזאם אינאיינעם און ווער עס איז אימיונט צו די ווייריס העט לכבוד דעם נישט כאפן די פלו אבער ווען די אימיונעטי וועפט אויס אדער אויב משטרענגט זיך איבער קען זיך עס אריינכאפן כמו שראיתי בעיני ביי כמה אידן

עס איז ליידער ווייט פון א דשויאק
כבין אויך געוונליך פון די מקילים אבער סמציאות פאטשט אין פנים

איז אמת טאקע אז פאניקן האט ערגער געמאכט אין אלע כוואליעס אבער לייכזינגקייט איז אויך נישט ריכטיג
השתדלות דארף מען טוהן
ווער עס פיהלט נישט גוט זאל זיך נישט דרייען און ווער עס וויל זיך פראטעקטן זאל נעמען ווייטעמינען בפרט ווייטעמין D פאר פראטעקשאן און הויעכע דאסעס ווייטעמין C פון כאטש 10 טויזנט מיליגראם א טאג ווען מהאט עס שוין


דא האט איר אלע עצות viewtopic.php?f=104&t=44534&hilit=%D7%A7%D7%90%D7%A8%D7%90%D7%A0%D7%A2+%D7%9C%D7%99%D7%99%D7%A4%D7%A2%D7%A8#p2410560

פאלקאוויטש123
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:38 am

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך פאלקאוויטש123 » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 11:58 am

אגב איז אינטערסאנט וואס כהאב געהערט מעקסנים העוסקים אז ע"פ רוב די וואס האבן עס נאכאמאל איז עס געשעהן ביים זיך איבערשטרענגען ווי אינטערנעמען א נסיעה אדער אויסלאזן א נאכט
נישט שלאפן אדער טרינקען גענוג
וואס דאן ווערט די אימיון סיסטעם שוואך דעריבער כאפט זיך עס אריין אפילו אויב מהאט אנטי באדיס אדער וואקסין וכו'


MY EXPERIENCE after not sleeping a night i got it
2nd time

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1431
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך נו שוין » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:55 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:מה כל הרעש הזה
מען טרייבט איבער
רוב עולם האט ע"ס ניט אין אפילו יא איז ע"ס לייכט

איך האב אפילו א ספק אז ס"איז בכלל ביי יעדעם פון די קאוויד...
עס איז סתם א אנדערע וויירוס אדער פלוי...

לייק פאר די ע"ס

מחשבהטובה
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 5:31 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך מחשבהטובה » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 7:01 pm

געהערט יעצט אז אפאר מענטשען אין קרית טאהש האבן עס באקומען, ב"ה אלע אויף א לייכטע אויפן.

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך דער בדחן » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 8:23 pm

מחשבהטובה האט געשריבן:געהערט יעצט אז אפאר מענטשען אין קרית טאהש האבן עס באקומען, ב"ה אלע אויף א לייכטע אויפן.

צווייטע מאל? וואקסינירט?

dovidal
שר ששת אלפים
תגובות: 6572
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך dovidal » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 9:01 pm

עס איז דא היבשע קעסעס אין ראקלענד קאנטי צווישן היימישן עולם ה"י

גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך גיוואלדיג » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 12:28 am

עס איז זייער נישט פאראנטווארטליך פון די וועלכע זאגן, אדער שרייבן, אז זיי האבן געהאט די וויירוס יעצט און עס איז געווען זייער לייכט. ווי א פלו אדער נאך ווייניגער, און לויט זייער אייגענער ערפארונג שרייבן זיי אז דער איצטיגע סטרעין איז ווייניגער שעדליך ווי די פריערדיגע.
דער וויירוס איז ליידער גארנישט ווייניגער שעדליך ווי זי איז געווען ביי איר ערשטער גלגול, אויב עפעס איז זי מער שעדליך, בעיקר צוליב וואס זי קען שנעלער זיך צושפרייטן און אנשטעקן מער מענטשן.
אויך פורים-פסח-תש"פ האבן א ריזיגער מערהייט מענטשן, בפרט די פון די 50 און אראפ, געהאט דעם וויירוס זייער גרינג, אבער ליידער איז די וויירוס זייער געפארפול, און צווישן א גרויסער ציבור איז דא מענטשן וועלכע כאפן דעם וויירוס זייער שווער רח"ל, ותוצאותיו מי ישורנה.
לויט די ציפערן פון די דאקטורים איז דער וויירוס די זעלבע געפארפול, און שווערע הונדערטער מענטשן שטארבן טעגליך אין אמעריקא פון די וויירוס, א באדייטענדע טייל פון זיי גאנץ יונגע מענטשן רח"ל ל"ע ולא על כל ישראל.
מיר דארפן נישט זיין א חכם הרואה את הנולד, נאר מיר דארפן זיך לערנען פון וואס מיר האבן ליידער מיטגעמאכט.
הערט אויף מיט מעלדן אז ס'גוט, ס'גארנישט, באזירט אויף אייגענע ערפארונג, נאר אנשטאט ווארענט אייערע ארומיגע אז זיי זאלן זיך אכט געבן, און טון וואס זיי קענען צו צוריקהאלטן די פארשפרייטונג, און נעמען די נויטיגע באווארענונגען דורך נעמען די וואקסין וואס טוט בעז"ה צוריקהאלטן טויט פעלער און ערנסטע קרענק רח"ל.
ואראה בנחמה אם לא ראיתי אנשים יראים ושלמים במדינתינו שותים לעג כמים בשמעם ממציאת אמעריקא
ואיננו מיחס להם גנות שהם משוללי ידיעה בדברים כאלה, ואולי יש בהם קצת תועלת
אמנם התלונה הוא על הלועג ומכחיש אותם, ועליו לומר אין אתי יודע עד מה בדברים אלה (פת לחם)

לייברערין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע: און לייברערי

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך לייברערין » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 12:35 am

דער בדחן האט געשריבן:
מחשבהטובה האט געשריבן:געהערט יעצט אז אפאר מענטשען אין קרית טאהש האבן עס באקומען, ב"ה אלע אויף א לייכטע אויפן.

צווייטע מאל? וואקסינירט?

יא און יא, אזוי אויך ניין און ניין

לייברערין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע: און לייברערי

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך לייברערין » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 12:36 am

גיוואלדיג האט געשריבן:עס איז זייער נישט פאראנטווארטליך פון די וועלכע זאגן, אדער שרייבן, אז זיי האבן געהאט די וויירוס יעצט און עס איז געווען זייער לייכט. ווי א פלו אדער נאך ווייניגער, און לויט זייער אייגענער ערפארונג שרייבן זיי אז דער איצטיגע סטרעין איז ווייניגער שעדליך ווי די פריערדיגע.
דער וויירוס איז ליידער גארנישט ווייניגער שעדליך ווי זי איז געווען ביי איר ערשטער גלגול, אויב עפעס איז זי מער שעדליך, בעיקר צוליב וואס זי קען שנעלער זיך צושפרייטן און אנשטעקן מער מענטשן.
אויך פורים-פסח-תש"פ האבן א ריזיגער מערהייט מענטשן, בפרט די פון די 50 און אראפ, געהאט דעם וויירוס זייער גרינג, אבער ליידער איז די וויירוס זייער געפארפול, און צווישן א גרויסער ציבור איז דא מענטשן וועלכע כאפן דעם וויירוס זייער שווער רח"ל, ותוצאותיו מי ישורנה.
לויט די ציפערן פון די דאקטורים איז דער וויירוס די זעלבע געפארפול, און שווערע הונדערטער מענטשן שטארבן טעגליך אין אמעריקא פון די וויירוס, א באדייטענדע טייל פון זיי גאנץ יונגע מענטשן רח"ל ל"ע ולא על כל ישראל.
מיר דארפן נישט זיין א חכם הרואה את הנולד, נאר מיר דארפן זיך לערנען פון וואס מיר האבן ליידער מיטגעמאכט.
הערט אויף מיט מעלדן אז ס'גוט, ס'גארנישט, באזירט אויף אייגענע ערפארונג, נאר אנשטאט ווארענט אייערע ארומיגע אז זיי זאלן זיך אכט געבן, און טון וואס זיי קענען צו צוריקהאלטן די פארשפרייטונג, און נעמען די נויטיגע באווארענונגען דורך נעמען די וואקסין וואס טוט בעז"ה צוריקהאלטן טויט פעלער און ערנסטע קרענק רח"ל.

נכון מאד - ספק ספיקא של פיקו״נ חמור מאד ודברים פשוטים

Kollel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך Kollel » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:24 am

כאב ב"ה קיינמאל געשפירט עני סימפטעמס פון קאראנא. זאל דער באשעפער העלפן ווייטער..


אבער אסאך מענטשן וואס איך קען האבן עס יעצט.


[קרית יואל]
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 17692
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:28 am

פון די סאך מענטשן וואס האבן עס איז דא עפעס ערענסט (קריטיש אדער מיט עכטע דעמעדזש פארן עתיד) סאו פאר? אדער דער באשעפער האלט זיין רעכטע האנט?

(@גיוואלדיג, אבי גערעדט דאס. מען מעג רעדן מציאות ווי גרינג אדער נישט גרינג מען האט עס יעצט. די דאקטוירים זאגן אסאך זאכן, זיי זאגן אויך אז אן מאסקעס און סאושעל דיסטעסינג איז דא מער טויטע בעת ווען די דעטא פון די סיטי פער זיפ קאוד פארציילט אנדערש. מען דארף הערן וואס זיי זאגן זאגן, אבער מען מען שמועסן פון דער מציאות אויך.)
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
masmid
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re:

תגובהדורך masmid » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:33 am

קנאפער ידען האט געשריבן:פון די סאך מענטשן וואס האבן עס איז דא עפעס ערענסט (קריטיש אדער מיט עכטע דעמעדזש פארן עתיד) סאו פאר? אדער דער באשעפער האלט זיין רעכטע האנט?

(@גיוואלדיג, אבי גערעדט דאס. מען מעג רעדן מציאות ווי גרינג אדער נישט גרינג מען האט עס יעצט. די דאקטוירים זאגן אסאך זאכן, זיי זאגן אויך אז אן מאסקעס און סאושעל דיסטעסינג איז דא מער טויטע בעת ווען די דעטא פון די סיטי פער זיפ קאוד פארציילט אנדערש. מען דארף הערן וואס זיי זאגן זאגן, אבער מען מען שמועסן פון דער מציאות אויך.)

די אייבערשטער האלט זיין רעכטע האנט אפילו ווען מענטשן האבן עס קריטיש...
אנטשולדיגט.. כ'האב מיר פארלערנט..


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט