תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

האט איר אדער אייער קרוב יעצט אדער גאר לעצטענס באקומען קאראנע?

איך האב עס יעצט צום ערשטן מאל און כ'בין נישט וואקסענירט.
43
20%
איך האב עס יעצט צום ערשטן מאל און כ'בין יא וואקסענירט.
7
3%
איך האב עס יעצט צום צווייטן מאל און כ'בין נישט וואקסענירט.
45
21%
איך האב עס יעצט צום צווייטן מאל און כ'בין יא וואקסענירט.
5
2%
וואוינט אין בארא פארק/פלעטבוש
11
5%
וואוינט אין ווילאמסבורג
28
13%
וואוינט אין קראונהייטס
1
0%
וואוינט אין קרית יואל
25
12%
וואוינט אין מאנסי
18
8%
וואוינט אין לעיקוואוד
5
2%
וואוינט אין מאנטריאל
9
4%
וואוינט אין ארץ ישראל
8
4%
וואוינט אין יוראפ
8
4%
 
סך הכול שטימען: 213

בן טוב
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך בן טוב » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 5:51 pm

machal האט געשריבן:58 מענטשען האבען געשטימט אז זיי האבען באקימען די וויירעס.
נאך 10 מענטשען האבען געשטימט ווי זיי וואוינען......

מיין קשיא איז נאך שטערקער איך זעה נאכנישט אז אפילו 2 3 ניקס זאלן קאמענטירן אז זיי האבן עס יעצט, הדא הוא דכתיב, נישט גלייבן קיין אנקעטעס.

אוועטאר
גרינע בלעטעלע
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2021 1:24 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך גרינע בלעטעלע » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 5:54 pm

בן טוב האט געשריבן:
machal האט געשריבן:58 מענטשען האבען געשטימט אז זיי האבען באקימען די וויירעס.
נאך 10 מענטשען האבען געשטימט ווי זיי וואוינען......

מיין קשיא איז נאך שטערקער איך זעה נאכנישט אז אפילו 2 3 ניקס זאלן קאמענטירן אז זיי האבן עס יעצט, הדא הוא דכתיב, נישט גלייבן קיין אנקעטעס.

מ’דארף עקסטער שרייבן?
א געזונטן זומער

בן טוב
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך בן טוב » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 5:57 pm

גרינע בלעטעלע האט געשריבן:
בן טוב האט געשריבן:
machal האט געשריבן:58 מענטשען האבען געשטימט אז זיי האבען באקימען די וויירעס.
נאך 10 מענטשען האבען געשטימט ווי זיי וואוינען......

מיין קשיא איז נאך שטערקער איך זעה נאכנישט אז אפילו 2 3 ניקס זאלן קאמענטירן אז זיי האבן עס יעצט, הדא הוא דכתיב, נישט גלייבן קיין אנקעטעס.

מ’דארף עקסטער שרייבן?

אז סאיז דא איבער פיפציג ניקים וואס זאגן זיי האבן יעצט קאראנע, וואלט זיך עס דערקענט אויף די בלעטער פונעם אשקול ניין?

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 15971
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 5:57 pm

ניין.
עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער א עדיוקעטעד טיפש

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 15971
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 5:58 pm

מענטשן זענען באקוועמער צו שטימען אין אן אנקעטע, ווי דערציילן פאר יעדן וויאזוי זיי שפירן זיך.
עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער א עדיוקעטעד טיפש

בן טוב
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך בן טוב » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 5:59 pm

גערעכט

נא_שכל
שר ששת אלפים
תגובות: 6595
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 6:12 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:מענטשן זענען באקוועמער צו שטימען אין אן אנקעטע, ווי דערציילן פאר יעדן וויאזוי זיי שפירן זיך.

ווען מען האט קאראנע האט מען נישט צופיל געדולד צו שרייבן תגובות.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

machal
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 02, 2021 12:39 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך machal » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 6:14 pm

אנטי פרא האט געשריבן:יעצט גירעדט מיט א עסקן וואס איז אסאך אינוואלווד אין העלפן הונדערטער קאוויד פאציענטן ער זאגט אז רוב קאוויד קעיסעס וואס גייט יעצט פאר זענען ממש רוב זייער ענליך צו פלו די ערגסטע פראבלעם איז מען מווערט פארפאניקט.. סאיז קלאר אז ווען מפאלט אריין אין פאניק דראפט אראפ די אקסזשדין לעוועל.
בעט מען די אלע וואס פרובירן אנצוזייען פאניק ביטע אויפהערן..

אפשר קענסטו אביסל קלארער מסבור זיין וואס מיינט מאכען פאניק?
און אזוי אויך ווי אזוי פילט מען ביי א פלו און צי ביי א פלו אויב מאיז אנגעצויגן צי ספאלט אויך די אקסזשדין?
און צי דער עסקן האט אויך פלו קעסעס פון וואס ער נעמט קער?
און פארוואס גייט אזא גרויסער עולם צים עסקן?
און צי פאריגעס מאל איז נישט אזוי געווען אז רוב עולם האט געפילט ווי ביי א פלו?

אוועטאר
א מחי'
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך א מחי' » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 6:30 pm

machal האט געשריבן:
אנטי פרא האט געשריבן:יעצט גירעדט מיט א עסקן וואס איז אסאך אינוואלווד אין העלפן הונדערטער קאוויד פאציענטן ער זאגט אז רוב קאוויד קעיסעס וואס גייט יעצט פאר זענען ממש רוב זייער ענליך צו פלו די ערגסטע פראבלעם איז מען מווערט פארפאניקט.. סאיז קלאר אז ווען מפאלט אריין אין פאניק דראפט אראפ די אקסזשדין לעוועל.
בעט מען די אלע וואס פרובירן אנצוזייען פאניק ביטע אויפהערן..

אפשר קענסטו אביסל קלארער מסבור זיין וואס מיינט מאכען פאניק?
און אזוי אויך ווי אזוי פילט מען ביי א פלו און צי ביי א פלו אויב מאיז אנגעצויגן צי ספאלט אויך די אקסזשדין?
און צי דער עסקן האט אויך פלו קעסעס פון וואס ער נעמט קער?
און פארוואס גייט אזא גרויסער עולם צים עסקן?
און צי פאריגעס מאל איז נישט אזוי געווען אז רוב עולם האט געפילט ווי ביי א פלו?

הרב מעכל, איך זעה איר זענט נאך פריש דא אינעם וועלטל, ביים פרעדיגן וועיוו און ביי א וועיוו פארדעים און ביי 3 וועייווס צוריק, און ביי 4 און 5 און 6 וועיווס צוריק זענט איר נאכנישט געווען דא ביי אונז אינעם וועלטל...
סא אלזא,
דעי נושא איז אויסגעדראשן און ביי יעדע וועיוו הייבט זיך פריש אן מיט די נייע ניקים (אי"ה ביים נעקסטע וועיו וועלן זיין נאך נייערע ניקים וואס וועלן משוגע מאכן...)
ווער נישט אזוי ווילד..
שכח
אהה! א מחי' צו זיין א איד!!

מייזעלס
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2021 8:41 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך מייזעלס » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 8:28 pm

זינט נעכטן נאכט האב איך פיבער, שטארקע האלז און ביינער ווייטאג און נאשעס (נאכנישט געהאט די וויירוס), געמאכט א רעפיד טעסט צוריגעקומען נעגעטיוו
איז דא נאך א וויירוס וואס דרייצעך ארום?

גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך גיוואלדיג » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 10:47 pm

געוואלטיג האט געשריבן:
אנטי פרא האט געשריבן:יעצט גירעדט מיט א עסקן וואס איז אסאך אינוואלווד אין העלפן הונדערטער קאוויד פאציענטן ער זאגט אז רוב קאוויד קעיסעס וואס גייט יעצט פאר זענען ממש רוב זייער ענליך צו פלו די ערגסטע פראבלעם איז מען מווערט פארפאניקט.. סאיז קלאר אז ווען מפאלט אריין אין פאניק דראפט אראפ די אקסזשדין לעוועל.
בעט מען די אלע וואס פרובירן אנצוזייען פאניק ביטע אויפהערן..

גערעכט איבער פאניק איך האב עס אויב דערמאנט אבער השתדלות דארף מען נאך אלס טאן
(אגב הרב @געוואלדיג אייר נאמען איז צי ענליך צי מיינעם ביטע טוישן כפי תקנות המקום)

איך וויל נישט מאכן קיין פייטס דא ערב יום כיפור, אבער עס איז אייער רייע זיך צו טוישן דעם ניק. איך בין אקטיוו אויף דער וועלטל לענגער ווי אייך
ואראה בנחמה אם לא ראיתי אנשים יראים ושלמים במדינתינו שותים לעג כמים בשמעם ממציאת אמעריקא
ואיננו מיחס להם גנות שהם משוללי ידיעה בדברים כאלה, ואולי יש בהם קצת תועלת
אמנם התלונה הוא על הלועג ומכחיש אותם, ועליו לומר אין אתי יודע עד מה בדברים אלה (פת לחם)

אנטי פרא
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 4:45 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך אנטי פרא » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 10:58 pm

machal האט געשריבן:
אנטי פרא האט געשריבן:יעצט גירעדט מיט א עסקן וואס איז אסאך אינוואלווד אין העלפן הונדערטער קאוויד פאציענטן ער זאגט אז רוב קאוויד קעיסעס וואס גייט יעצט פאר זענען ממש רוב זייער ענליך צו פלו די ערגסטע פראבלעם איז מען מווערט פארפאניקט.. סאיז קלאר אז ווען מפאלט אריין אין פאניק דראפט אראפ די אקסזשדין לעוועל.
בעט מען די אלע וואס פרובירן אנצוזייען פאניק ביטע אויפהערן..

אפשר קענסטו אביסל קלארער מסבור זיין וואס מיינט מאכען פאניק?
און אזוי אויך ווי אזוי פילט מען ביי א פלו און צי ביי א פלו אויב מאיז אנגעצויגן צי ספאלט אויך די אקסזשדין?
און צי דער עסקן האט אויך פלו קעסעס פון וואס ער נעמט קער?
און פארוואס גייט אזא גרויסער עולם צים עסקן?
און צי פאריגעס מאל איז נישט אזוי געווען אז רוב עולם האט געפילט ווי ביי א פלו?

דער עסקן איז גראדע א גרויסע באקאנטע הצלה פראמעדיק. און פאניק מיינט וויאזוי סאיז די לעצטע פאר טעג עדווערטייזט אין אלע אויסגאבעס בשם חברה הצלה און מעדיקעל פאסיליטיס אז "קאוויד איז רח"ל צוריק לויפט שוין נעמען די וואקסין" אין ער איז מוראדיג בייז אויף דעם..
ס איז ליידער דא מענטשען וואס האבן עפעס אגענדע אנצוזייען פאניק ביי קאוויד איך ווייס נאכנישט פונקטליך וואס..

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1544
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך געוואלטיג » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 11:39 pm

מייזעלס האט געשריבן:זינט נעכטן נאכט האב איך פיבער, שטארקע האלז און ביינער ווייטאג און נאשעס (נאכנישט געהאט די וויירוס), געמאכט א רעפיד טעסט צוריגעקומען נעגעטיוו
איז דא נאך א וויירוס וואס דרייצעך ארום?

ביינער ווייטאג איז לכאורה די בערזעליען סטרעין און איז סאך שווערער
נעם באצייטענס די ווייטעמינען און די A1 מינערעל און אויב מעגליך פלאזמע ווייל עס קען ווערן זייער שווער

הר גריזים
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך הר גריזים » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 11:42 pm

מיין חברותא האט זיך די לעצטע פאר טעג נישט אזוי גוט געשפירט אבער מ׳האמיר אנגעהאלטן דעם טעגליכן שיעור, יעצט קאלט איר מיך אז ער איז פאזיטיוו פאר קאראנא, און די דאקטאר האט אים שוין געגעבן פלאזמא, ער פרעגט מיר צו ער מעג מארגן קומען אין שול דאווענען, מקוה, כל נדרי..

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1544
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך געוואלטיג » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 11:48 pm

הר גריזים האט געשריבן:מיין חברותא האט זיך די לעצטע פאר טעג נישט אזוי גוט געשפירט אבער מ׳האמיר אנגעהאלטן דעם טעגליכן שיעור, יעצט קאלט איר מיך אז ער איז פאזיטיוו פאר קאראנא, און די דאקטאר האט אים שוין געגעבן פלאזמא, ער פרעגט מיר צו ער מעג מארגן קומען אין שול דאווענען, מקוה, כל נדרי..

נאך וואס מהאט געהאט פיבער און סאיז אראפ זאגן דאקטוירים אז מקען שוין נישט אריבערכאפן אבער בלויז פון פלאזמע איז נאכנישט געווארן די וויירוס באקעמפט
בעסער אז ער גייט אין א זייט נישט אנצוקומען נאנט צו מענטשן בעיקר נישט אריינאטעמען אין אנדערע

אוועטאר
משה זאלצמאן
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 25, 2021 4:57 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך משה זאלצמאן » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 11:52 pm

צ"ק

יא. צום ערשטן מאל
איך בין אינגאנצן באזאלצן...

נא_שכל
שר ששת אלפים
תגובות: 6595
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 9:03 am

חברה הצלה בולעטין

"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

משהלע
שר האלף
תגובות: 1724
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך משהלע » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 9:19 am

די ווירוס איז די זעלבע מסוכן פאר עלטערע ל"ע.
ב" ה מען קען עס בעסער האנדלן סיי אין שפיטעלער מען זאל נישט דארפן, און סיי אז עס איז דא מאנאקלאנעל.

און שוטים שבעולם, גייט און וואקסינירט זיך! דו מיינסט אז די מאנאקלאנעל גיבט נישט די ביל געיטס טשיפ?
שוין געהאט, איז אן אנדערע מעשה.

גמר חתימה טובה.

קלמן יעגער
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2021 3:56 am

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך קלמן יעגער » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 9:33 am

משהלע האט געשריבן:די ווירוס איז די זעלבע מסוכן פאר עלטערע ל"ע.
ב" ה מען קען עס בעסער האנדלן סיי אין שפיטעלער מען זאל נישט דארפן, און סיי אז עס איז דא מאנאקלאנעל.

און שוטים שבעולם, גייט און וואקסינירט זיך! דו מיינסט אז די מאנאקלאנעל גיבט נישט די ביל געיטס טשיפ?
שוין געהאט, איז אן אנדערע מעשה.

גמר חתימה טובה.

יא וואקסינס נישט וואקסינס. איך קען פערזענליך 2 מענטשן וואס זענען וואקסינירט און זיי האבן יעצט באקומען קאוויד

עולם האמת
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך עולם האמת » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 9:39 am

עס איז דא יעצט מאסן פאזיטיוו קאראנע טעסט ריזאלטס אין וויליאמסבורג
מפי urgent Care

משהלע
שר האלף
תגובות: 1724
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך משהלע » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 9:46 am

קלמן יעגער האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:די ווירוס איז די זעלבע מסוכן פאר עלטערע ל"ע.
ב" ה מען קען עס בעסער האנדלן סיי אין שפיטעלער מען זאל נישט דארפן, און סיי אז עס איז דא מאנאקלאנעל.

און שוטים שבעולם, גייט און וואקסינירט זיך! דו מיינסט אז די מאנאקלאנעל גיבט נישט די ביל געיטס טשיפ?
שוין געהאט, איז אן אנדערע מעשה.

גמר חתימה טובה.

יא וואקסינס נישט וואקסינס. איך קען פערזענליך 2 מענטשן וואס זענען וואקסינירט און זיי האבן יעצט באקומען קאוויד


אוודאי. וועגן דעם זעהט אויס מען דארף באסטערס לעת עתה.
אויב זענט איר עלטער, טעסט זיך פאר אנטיבאדיס, און טאמער כץעס איז שוואך פארשאפט א באסטער.

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4427
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 9:49 am

הר גריזים האט געשריבן:מיין חברותא האט זיך די לעצטע פאר טעג נישט אזוי גוט געשפירט אבער מ׳האמיר אנגעהאלטן דעם טעגליכן שיעור, יעצט קאלט איר מיך אז ער איז פאזיטיוו פאר קאראנא, און די דאקטאר האט אים שוין געגעבן פלאזמא, ער פרעגט מיר צו ער מעג מארגן קומען אין שול דאווענען, מקוה, כל נדרי..


זיכער אז נישט

מען טאר נישט אנשטעקן אנדערע מענטשן

אוועטאר
Borrower
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2020 10:21 am

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך Borrower » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 10:02 am

געטעסט פאזיטיו צום גדלי (פיבער) געקריגן פלאזמא.
נאזשיעס די לעצטע פאר טעג.

היינט סאו פאר סאו גוד ב"ה

דיין געזאגט צו באשטעלן אייווי

מבינים. עני אינפוט ??

עסקינג פאר א פרענד

גמר חתימה טובה

אוועטאר
Borrower
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2020 10:21 am

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך Borrower » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 10:03 am

אלטער האט געשריבן:איך האב שוין פיבער מיט ריקן ווייטוג די לעצטע 24 שעה. לאמיר האפן אז ס’נישט דאס.

איך האב עס ב"ה נאכנישט געהאט

האסטעך געטעסט ????

יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: תשרי תשפ"ב: האט איר יעצט קאראנע?

תגובהדורך יודל קליין » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 10:03 am

מצב כללי האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:מיין חברותא האט זיך די לעצטע פאר טעג נישט אזוי גוט געשפירט אבער מ׳האמיר אנגעהאלטן דעם טעגליכן שיעור, יעצט קאלט איר מיך אז ער איז פאזיטיוו פאר קאראנא, און די דאקטאר האט אים שוין געגעבן פלאזמא, ער פרעגט מיר צו ער מעג מארגן קומען אין שול דאווענען, מקוה, כל נדרי..


זיכער אז נישט

מען טאר נישט אנשטעקן אנדערע מענטשן

לכבוד
הרה"ג הגדול מורה הוראה באייוועלט מוהר"ר מצב כללי שליט"א

המחילת כבוד תורתכם הרמה, מאן יימר אז נאכן נעמען א פלאזמא אדער monoclonal antibodies שטעקט מען נאך אן אנדערע?

אזא שאלה געהערט צו פרעגן פון תלמידי חכמים יושבי על מדון וואס האבן זיך אריין געליגט אין די נושא אזויווי הגאון רבי בנימין זאב לאנדא שליט"א אדער הרה"ג רזי זושא אויש שליט"א וכדומה.

וכמדמני אז זיי פסקן'ען אז נאכן נעמען איינער פון די דערמאנטע טריטמענטס קען מין יא גיין אין ביהמ"ד, וכל ערים יעשה בדעת און נישט פסק'ן מיט אזא ברייטקייט אין אזעלכע וויכטיגע ענינים ווי גיין אין ביהמ"ד יום הקדוש וכדומה.
זה הקטן גדול יהי'


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 2 געסט