פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6348
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

תגובהדורך דריידל » פרייטאג מארטש 12, 2021 8:52 am

ער"ש ויקהל פקודי - החודש
מיין שכן איז מיר מודיע אז מ'שטעלט צאם א מנין ביי אים אין הויף - ער האט פארשאפט א ספר תורה און וויל וויסן אויב איך קען זיין בעל קורא. 2 סדרות פלאס פרשת החודש נישט קיין גרינגע מעשה אבער במקום שאין איש השתדל, און ב"ה ס'פיין געווען. וואטסעפפ האט כסדר געדריזעלט איבער עטליכע אנדערע פארטש מנינים וואס פארמירן זיך אויף די גאסן ארום.
איך בין נישט מקפיד יעדן טאג אויף א מקוה אבער דא האלט מען שוין עטליכע טעג אן א מקוה און יעצט איז ערב שבת, וואספארא טעם האט עס צוצוגיין צום שבת אן א מקוה? אנווייזונגען פון רבנים זענען מפורסם געווארן וויאזוי צו מאכן תשעה קבין און בדיעבד האמיר זיך באגניגט דערמיט אבער וואס וועט זיין שבת אינדערפרי? אאך האט זיך עס שלעכט געשפירט. נאך שבת האב איך געהערט א דרשה אויפן טעלעפאן פון מורי ורבי ווי ער האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט מ'דארף זיך פרייען אז מ'טיט די רצון ה' און טאמער די רצון ה' איז איצט אז ס'זאל נישט זיין קיין מקוה, איז נישט.
אונז האמיר געהאט 11 מענטשן ביי אונזער מנין און פראבירט צו זיין פארשפרייט ווי מער מעגליך. פרייטאגצונאכטס האמיר געהאט א שלום זכר ביי אונז אין בנין ווי נאך צוויי שכנים חוץ איך זענען געקומען.
ס'שוין געווען אסאך נפטרים אבער מ'האט זיך געטרייסט אז די אלע האבן געהאט מעדיקעל קאנדישאנס, מ'איז אבער געווען באזארגט פאר עלטערע משפחה מיטגלידער.

גלות איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

תגובהדורך גלות איד » מוצ"ש מארטש 13, 2021 9:36 pm

פאריאר איז מען אריבער דעם שבת ויק"פ החודש אינטער פחד, די ערשטע שבת וואס מיר זענען געווארן ארויסגעווארפן פון די שולן.

די הרגשות פון אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים איז געווען אויפ'ן העכסטן גראד.

מוצאי שבת איז אריינגעקומען א פלייץ פון שמועות איבער אידן וואס זענען אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל במשך שבת.

אריינקומענדיג דא אין אייוועלט האב איך באמערקט עפעס א נייע אשכול דורך ידידנו יודישע קהילות
יידישע קהילות האט געשריבן:ג'הערט פון אסאך וואס האבן נישט ג'קענט.
נאכג'קוקט די סימפטאמען, און - בינגא:
נישט קענען שמעקן איז איינע פון די זייער אפטע סימפטאמען פון די קאראנע וויירוס!


[דעמאלט איז דאס געווען א באזונדערע אשכול וואס איז שפעטער געשמאלצן געווארן]

ביים זען דאס בין איך אויפגעשוידערט געווארן. גם אני בעניי האב אויך נישט געקענט שמעקן. איך האב ממש געציטערט, די מחשבות זענען געלאפן... איך האב א גאנצע נאכט געטראכט וואס שרייב איך אין די צואה.

תודה לקל אז מיר האבן מוציא שנתו געווען

אוועטאר
ר' איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

תגובהדורך ר' איד » זונטאג מארטש 14, 2021 5:31 am

גלות איד האט געשריבן:איך האב א גאנצע נאכט געטראכט וואס שרייב איך אין די צואה.

תודה לקל אז מיר האבן מוציא שנתו געווען

אה ביסט יא אנגעשלאפען צום סוף?

ג'אסט קידינג,
זעמיר נישט געווען אנדערש,
האבענדיג עפעס א רקע רפואי, האב איך מיר אנגעשפארט אפאר טאג בעפאר מען האט אפציעיל פארמאכט.
די גאנצע תקופה געווען שטארק אנגעצויגען,
אבער ב"ה אפגעקומען מיט שרעק.

שפעטער תמוז צייט האב באקומען די וויירוס, און ב"ה אויף גאר א לייכטע אופן.

געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

תגובהדורך געוואלדיג » זונטאג מארטש 14, 2021 10:24 am

ר' איד האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:תודה לקל אז מיר האבן מוציא שנתו געווען

אה ביסט יא אנגעשלאפען צום סוף?



ער זאגו דאך אז ער האט מוציא שנת"ו געווען...
לייפציק האט געשריבן:לעבן איז א גרויסע סכנה, מ'איז אויסגעשטעלט צו כל מיני זאכן, פאר געשטארבענע מענטשן שאדט גארנישט,

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6348
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

תגובהדורך דריידל » זונטאג מארטש 14, 2021 2:32 pm

צוליב די צעפארעניש און אפנויגונג פון די רוטין האבן זיך געמאכט אסאך אינטערעסאנטע זאכן וואס אינטער נארמאלע אומשטענדן כאפט מען זיך נישט אוו ס'איז בכלל נישט א מדובר.
איין קרישקעלע דערמאן איך מיך איצט. צוליב דעם וואס מ'האט נישט געדאווענט אין בית מדרש און אפילו די וואס האבן יא געדאווענט מיט מנין אויפן גאס האבן אסאך נישט געהאט קיין ספר תורה. האט זיך געמאכט אז אסאך האבן פארגעסן צו זאגן די נשיא, ביז ידידנו programming@ האט געעפענט די אשכול און מזכה געווען את הרבים ווי יעדע טאג איז געווען א דערמאנונג צו זאגן די נשיא

קליין
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2016 7:02 pm

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

תגובהדורך קליין » זונטאג מארטש 14, 2021 9:34 pm

באקומען פון קאשוי זיי האבן ארויסגעגעבן א הערליכער טאג בוך געשריבן דורך א קינד אין די קאראנע פאראיאר צייטן, כגלייב די עולם וועט הנאה האבן לייג איך עס ארויף לכבוד חג הפסח ויקראו ענוים וישבעו,

https://www.dropbox.com/s/49eam75nmqv7u ... A.pdf?dl=0

C7373570-769C-4EF8-9BDD-366A7E2A5F5E.jpeg
C7373570-769C-4EF8-9BDD-366A7E2A5F5E.jpeg (28.52 KiB) געזעהן 2033 מאל

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7279
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג מארטש 15, 2021 3:16 pm

זעט אויס זייער אינטערעסאנט. ייש"כ!
מקום חותם הבד"ץ

Ban Mazel
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

תגובהדורך Ban Mazel » זונטאג מארטש 21, 2021 2:20 pm

wow wow... א וואונדערבארע ארבייט, ארויסגעפרינט צו מהנה זיין די בני בית און די קינדער שיחיו לכבוד פסח הבעל"ט!
יישר כח פאר די ארויפלייגער, דאס איז ריכטיגע סחורה

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9149
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג מארטש 23, 2021 12:50 am

פון שבת הגדול. היינט דינסטאג י' ניסן איז זייער יארצייט.

אוסף החסיל האט געשריבן:אוי וויי! רבוש"ע! המצא לעמך רווחה! אידן זענען נעבעך אזוי צובראכן און צוקראכן, נאר דו קענסט אונז העלפן!

הרב הילל פארגעס ז"ל (49 - סאטמאר) ק"י*
הרב מתתי' בלום ז"ל רב דקהל תורה לדעת – קווינס*
הרב מנחם מענדל שלעזינגר וומ"ס*
הרב משה אפרים שטיינמעטץ ז"ל ( 69 – סאטמאר) ק"י*
הרב חיים שמעלצער ז"ל (86 - סקווירא) וומ"ס*
מרת רחל קליין ע"ה (93 – פאפא) וומ"ס
הרבנית מקלויזענבורג ע"ה (97)
הרב מאיר ראפופארט ז"ל (63 – סאטמאר) וומ"ס*
הרב משה שמואל קליין ז"ל (69 – סאטמאר) וומ"ס*
הרב אברהם יעקב פריינד ז"ל (57 – באיאן) וומ"ס
הרב יוסף הערש פערל ז"ל (89) ב"פ*
מרת רחל שעהר ע"ה אלמנת ר"מ (90) וומ"ס
מרת בלומא מאליק ע"ה (74) וומ"ס
הרב רבי מאיר רוקח ז"ל מקאזלאוו (77) ב"פ
הרב נחום קליין ז"ל (72) ב"פ*
הרב ישראל דוד ראכליטץ ז"ל (73 – נייטרא) וומ"ס*
הרב יצחק בערקאוויטש ז"ל (68) ב"פ*
הרב בן ציון קופרשטאק ז"ל (63 –מירון) ירושלים*
הרב הרב יוסף עזריאל יעקאבאוויץ ז"ל (70) פלעטבוש
הרב יצחק בוקובזה ז"ל (64 - חב"ד) פאריז*
מרת חיה מאצקין ע"ה (חב"ד) קראון הייטס
מרת פייגא קאהן ע"ה (91) ב"פ*
הרב אברהם יעקב פאזען ז"ל (72 - סאטמאר) ק"י*

חנון הביטה ממרומים,
אכן, אנחנו חייבים ואשמים,
בטובך, נא העבר כתמים,
נשוב אליך באמת ובתמים,
אנא תזכנו בעוד כמה ימים,
לפסחים ולשלמים.


*קאראנא

אוועטאר
Amazing
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

תגובהדורך Amazing » דינסטאג מארטש 23, 2021 1:12 am

עס איז מוצאי שבת הגדול מען עפענט אויף די טעלעפוין צו זעהן מי ומי ההולכים.... שוין א רוטינע זאך ליידער די לעצטע וואכן, איך גלייב נישט וואס מיינע אויגן זעהן נאך איינער נאך איינער נאך איינער שרעקעדיג קוקט נישט אויס עס קומט צו א ענד... אפילו אין די תקופה וואס ליידער מען איז שוין געוואוינט צו א ליסטע טעגליך איז דאס צו א שרעקעדיגע נייע לעוועל... מיין חבר רופט אריין מיט זיין טעגליכע טעלעפוין קאל נישט האבענדיג עקסעס צו הערן די היינטיגע רשימה א פחד אונס ביידע זענען פארגליווערט!!
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

תגובהדורך עירוב תבשילין » דינסטאג מארטש 23, 2021 7:13 am

ענגלאנד צייכנט היינט אפ א יאר זינט די ערשטע לאקדאון איז אינפארסירט געווארן פאראיאר מערץ 23 למס'
זינט יענעם טאג איז די טויט ראטע אין ענגלאנד געשטיגן פון 364 צו 126,172.
א מינוט פון שטילקייט וועט אפגעהאלטן ווערן היינט אינמיטן טאג און אזוי אויך זענען איינוואוינער אין לאנד געלאדענט ארויס צו קומען היינט 8'טע ביינאכט ביים טיר און שיינען מיט פלעשלייטס, צינדן לעכט, אפצוצייכענען די יארטאג.

(כ'מיין אז ביי להבדיל אונז אידן זאל מען זאגן ואני תפילתי וכו' אזוי ווי שבת ביי מנחה און אין די זעלבע צייט ארויס נעמען א תהלים'ל און דאנקען דעם באשעפער על כל החסד אשר עשית עמנו און בעטן אויף ווייטער און מ'זאל שוין אפקומען מיט די אלע שוועריקייטן וואס אונז זעמיר אריבער ועליה השלם כל הקרבנות כולם און די מגיפה זאל זיך אינגאנצן אפטוהן פון אונז)
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

קלאנג
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

תגובהדורך קלאנג » דינסטאג מארטש 23, 2021 8:12 am

מ'גרייט זיך פאר פסח און ס'הערשט א צעמישעניש. לאנגע ליינס אריינצוגיין אין גראסערי, וועט זיין ערב פסח מצות? ווי וועט מען פארברענען ס'חמץ? קען מען פארקויפן חמץ איבערן טעלעפאן אדער אנליין? קינדער האבן נישט ווער זאל זיי אויסלערנען קדש ורחץ און מה נשתנה, יונגע קאפלעך קענען נישט גיין צו די עלטערן פאר די סדר און דארפן זיך אויסשטאפירן. איי, וואס איז אלץ פארגעגאנגען.

די גאסן זענען טויט שטיל אינמיטן טאג חוץ פון קינדער/בחורים מיט קעריזשעס וואס לויפן אפנעמען די עסן באקסעס פארטיילט דורך די מוסדות, נישטא קיין פארקינג טיקעטס ועוד ועוד.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1285
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

תגובהדורך איינפאכער איד » מיטוואך מארטש 24, 2021 2:29 pm

קליין האט געשריבן:באקומען פון קאשוי זיי האבן ארויסגעגעבן א הערליכער טאג בוך געשריבן דורך א קינד אין די קאראנע פאראיאר צייטן, כגלייב די עולם וועט הנאה האבן לייג איך עס ארויף לכבוד חג הפסח ויקראו ענוים וישבעו,

https://www.dropbox.com/s/49eam75nmqv7u ... A.pdf?dl=0

C7373570-769C-4EF8-9BDD-366A7E2A5F5E.jpeg

ביטע ביטע, ארויפלייגן אויף דרייוו
ייש"כ

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

תגובהדורך עירוב תבשילין » דאנארשטאג מארטש 25, 2021 8:31 am

אלוועלטליך - כלל ישראל גרייט זיך צו זיצן ביים ווייס געדעקטן סדר טיש אום קנאפע 60 שעה פון יעצט, לויבנדיג השי"ת אויף אלע חסדים מדור דור אנגעהויבן פון יציאת מצרים ביז אהער, און בפרט ווען מען דערמאנט זיך וויאזוי מען איז אריין אין יו"ט פסח פונקט פאריאר, חג הפסח שנת תש"פ. עס לאזט זיך שווער פארגעסן די איבערלעבניש וואס כלל ישראל איז אדורך לעצטע יאר אזא צייט, ווען פון איין זייט איז ליידער געווען שמועות מבהילות פון געפאלענע רעכטס און לינקס, בפרט פון די זקנים שבדור מעתיקי המסורה, און פון די אנדערע זייט האט געהערשט א פחד איום ונורא, נישט וויסנדיג וואס צו ערווארטן און וויאזוי צו עסן די נייע פרעמד ווילדע סיטואציע.


זיצן גאנצע משפחות פארקנאקט אינדערהיים, פארשפארט און פארמאכט, די קינדער גייען נישט אין חדר און די בחורים גייען נישט אין ישיבה. דאווענען דאוונט מען אויף פארטשעס און הויפן, און כאפן א מקוה מאן דכר שמיה. אזוי אין די 'טינקלקייט פון קאראנע' האט כלל ישראל אפגערעכט א יו"ט פסח, איש איש ובני ביתו, ווען טויזענטער אינגערלייט וואס וואלטן אין א נארמאלן יאר אריבער צו די עלטערן האבן געפראוועט צום ערשטן מאל די סדר אליין. די אנגסט פון נישט וויסן וואס עס גייט זיין ווייטער און די פארלוירענע טראסט אין די עסטאבלישמענט האט נאר צוגעגעבן צום כאאס און טומל.


שטייענדיג אבער יעצט אין ערבי פסחים פון חג הפסח שנת תשפ"א, קוקנדיג צוריק גלייבט מען נישט אז אין רוב אידישע געגענטער אין אמעריקא ווייסט מען נישט אצינד פון קיין קאראנע צו וויסן... די לוויות האבן זיך אפגעשטעלט, די צומישעניש איז אוועקגעגאנגען, און די געהעריגע לעבן איז גענצליך צוריקגעקומען. אצינד ווען כלל ישראל וועלן זיצן כבני מלכים ביים סדר טיש אינאיינעם מיט די בני המשפחה, געדענקט מען די פארגאנגענע יאר, ווען די געפיל אין הארץ טייטש עס אפ ווי א שטיקעלע יציאה משעובד לחירות און מאפילה לאורה, און מען האפט אויף די אמת'ע גענצליכע ישועה פון השתא הכא לשנה הבא בארעא דישראל.

jd media
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג מארטש 25, 2021 10:20 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:ביטע ביטע, ארויפלייגן אויף דרייוו
ייש"כ

קאראנע טאג בוך

אוועטאר
sheetrock
שר שלשת אלפים
תגובות: 3625
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

תגובהדורך sheetrock » דאנארשטאג מארטש 25, 2021 10:46 pm

כ'בין געוועהן פיין אויסגערוהט, היבש צומישט
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

טענקס חוח'ל פארן אריינטאנצן פון דאך לכבוד מיר/פורים
טענקס קנאפער פארן עס צופאסן ס'זאל אריינפיטן אין מיין מח

winner
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 9:35 am

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

תגובהדורך winner » דאנארשטאג מארטש 25, 2021 11:33 pm

האב איך געזען אין בחצרות סאטמאר אן אינטערווי מיט די משמשים פון האדמו"ר מהר"א איבערן הלך ילך ביים רעבן אין שטוב אין ארום, אין א סדר פון די טעג דורך אויס די שווערע זמנים, זעט אויס צי זיין זייער אינטערעסאנט

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

תגובהדורך shalsheles » פרייטאג מארטש 26, 2021 8:55 am

דאס צוגיין צום הייליגן סדר נאכט אן גיין אין מקוה לכבוד יום טוב...
זייער נישט געשמאק געווען.
ערשט חוה״מ געהערט אז דא דארט איז דא מקוואות וואס לאזן אריין.

אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 10508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג אפריל 01, 2021 8:05 pm

פסח תש''פ ביי אדמורי''ם
צוגעלייגטע
014a3284.jpg
014a3284.jpg (60.05 KiB) געזעהן 615 מאל
037.jpg
037.jpg (36.1 KiB) געזעהן 615 מאל
בטיש-נעילת-החג-בחצר-ביתו-נאוה-קודש-2.jpg
בטיש-נעילת-החג-בחצר-ביתו-נאוה-קודש-2.jpg (36.23 KiB) געזעהן 615 מאל

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6348
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג אפריל 01, 2021 10:13 pm

פאריאר האמיר געפראוועט חול המועד לויט די אומשטענדן. צו ערשט זעמיר געגאנגען קויפן אפיקומן'ס פאר די קינדער וועלכע זענען געווען אזוי לאנגווייליג אינדערהיים און געדארפט עפעס אינטערהאלטונג. די געשעפט איז געווען האלב פארשלאסן דאס הייסט, די איינקויפער האבן געדארפט שטיין אינדרויסן און דע געשעפטסמאן האט ארויסגעברענגט וואס מ'האט געדארפט. דערנאך זעמיר געגאנגען מיט די גרעסערע קינדער שפאצירן לעבן ים.
די נעקסטע טאג זעמיר געגאנגען באזיכן די עלטערן, די ערשטע מאל זייט פורים. ס'געווען א פחד זיי צו זעהן אנגעבונדן צו אקסיזשען אבער ב"ה פאר דעם. מיר זעמיר געשטאנען מיט די קינדער אויפ'ן פארטש און זיי זענען געזעסן אינעווייניג. ביינאכט זעמיר געגאנגען שפאצירן אויפן ברוקלין בריק.

brooklyn
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 19, 2015 3:01 pm

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

תגובהדורך brooklyn » מאנטאג אפריל 05, 2021 12:50 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:ביטע ביטע, ארויפלייגן אויף דרייוו
ייש"כ

קאראנע טאג בוך


ישר כח

אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 10508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג אפריל 13, 2021 5:04 am

שיין

Ban Mazel
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

תגובהדורך Ban Mazel » דינסטאג אפריל 13, 2021 9:54 am

דער טאג בוך זעט טאקע אויס היבש א קינדערישער בליק, אבער לכאורה האט עס א שרייבער בעסער בעארבייט


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט