פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
שטייענדיג נאך פורים תשפ"א - א יאר נאכדעם וואס די שרעקליכע וויירוס האט אנגעהויבן שטארק אפעקטירן אמעריקאנע איינוואינער, וואלט געווען אינטערעסאנט איבערצוגיין וואס מ'זעמיר דורך בימים ההם בזמן הזה.
אונזער וועלטל פארמאגט אן אוצר פון אומצאליגע אשכולות איבער די פאנדעמיק והמסתעף אבער יותר ממה שכתוב כאן ליגט אין זכרון פון אסאך מענטשן און אצינד איז דאהא געלעגנהייט ס'זאל פארשריבן ווערן למען ידעו דורותיכם וואס מיר זענען אריבער אין די שווערע טעג.
מ'קען שרייבן לויט די טאג פון וואך אדער חודש אבער לאמיר פראבירן ס'זאל זיין א שטיקל סדר.

כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
היינט ט"ז אדר האט זיך שוין פעסט געטומלט איבערן וויירוס. שמועות זענען ארומגעגאנגען אז די וויירוס האט זיך אנגעהויבן פארשפרייטן אין בארא פארק און אז א פרוי וואס האט געטעסט פאזעטיוו איז געווען אין בית מדרש ביי מגילה ליינען. א גרויס עולם איז געווען באזארגט אז מ'וועט נישט קענען זיין אין ליזענסק אויף די יארצייט. פרעזידענט טראמפ האט דערקלערט א נאציאנאלע דיזעסטער און פארשפרעכט 40 ביליאן דאללער הילף. פון ארץ ישראל הערט מען איבער פארשפארטע בתי מדרשים.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2849
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
- לאקאציע: אין די אידישע וועלט
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
בני חו"ל וואס לערנען אין אר"י האבן גענומען פאקן פעק...
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
די ערשטע שבת נאך פורים בין איך שוין געלעגן אין בעט. מוצאי בין איך געגאנגען צום דאקטאר נעמען א פלו טעסט וואס איז געווען נעגאטיוו און באשטעטיגט אז ס'איז נישט פלו, נאר... עפעס בעסערס...
כ'האב פאר קיינעם נישט אויסגעזאגט, ווייל די גאנצע שטאט האט נאך מיטגעהאלטן יעדע קעיס...
כ'האב פאר קיינעם נישט אויסגעזאגט, ווייל די גאנצע שטאט האט נאך מיטגעהאלטן יעדע קעיס...
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2366
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
מיין תגובה פאראיאר פעברואר 28
זעה דא
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 1#p2120561
שיעלע בהמה האט געשריבן:אונזער פרעזידענט זאל מיר מוחל זיין, אבער צו זאגן אז היות 65,000 שטארבן יערליך פונעם פלו מיינט עס שוין אז די קאראנע וויירוס איז גארנישט ווייל למעשה איז נאך קיינער נישט געשטארבן דערפון אין אמעריקע, איז א "ריזיגע" טפשות..
די פאטאליטעט ראטע פון די קאראנע וויירוס איז ביי, צווישן איינס ביז פיר פראצענט..
אין אידיש גערעדט, קרוב צו פיר מענטשן פון הונדערט וואס באקומען עס וועלן אפענדיגן אינעם עולם האמת....
לאמיר נישט נעמען קיין אידישע שטעט פאר דוגמאות.. אבער אויב קומט עס אן ערגעץ.. איז די רעדע פון שווערע הונדערטער פאטאליטעטן.. און טויזנטער יתומים און יתומות רח"ל....
#אבער די עיקר, נישט פאניקן....
זעה דא
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 1#p2120561
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
מיר געפעלט די מערסטע ווי מען האט אויסגעפראקט עטליכע מענטשן פונקטליך ווי זיי זענען געוועהן.
דינסטאג 6:00 געקויפט א קלייד ביי יענע געשפעט, 7:00 געקויפט פלייש אין יענע רעסטאוראנט 8:00 געקויפט אין יענע געשעפט.

איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך
איך בין פרייליך ווייל איך זינג
איך בין פרייליך ווייל איך זינג
- מים שלנו
- שר חמש מאות
- תגובות: 629
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:21 pm
- לאקאציע: אין פאס
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
ווער געדענקט דעים סטעיטמענט: לאמיר זיך איינשפארן פאר צוויי וואכן אז פסח זאל זיין נארמאל!
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער
- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
זארג אין מאנסי נאך וואס ביי א שבע ברכות האט א מעקסיקאנער סערווירט און תיכף דערנאך געטעסט פאזיטיוו.
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
פאראיאר אין אזא צייט, האבן אלע עקספערטן, און די מידיע געזאגט, אז די קאראנע איז גאר מסוכן, און עס קען גורם זיין אסאך טויטע אויך אין אמעריקע.
אבער ביי אונז יודן האבן אלע הויעכע פענסטערס און קנאקערס געשריגן,
''ס'איז גארנישט אזוי מסוכן.. די מידיע טרייבט איבער... די ציונים בלאזן אויף נארישקייטן''.
למעשה ליידער, זענען אונז נישט געוועהן גערעכט.
אבער ביי אונז יודן האבן אלע הויעכע פענסטערס און קנאקערס געשריגן,
''ס'איז גארנישט אזוי מסוכן.. די מידיע טרייבט איבער... די ציונים בלאזן אויף נארישקייטן''.
למעשה ליידער, זענען אונז נישט געוועהן גערעכט.
- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
מ'האט שוין דאן געעפנט די דאזיגע אשכול:
viewtopic.php?t=41590
viewtopic.php?t=41590
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4514
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
- לאקאציע: אויפן ראוד
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
ס'פארמירט זיך א גלאבאלע פאניק איבער טישו פאפיר און באטלעך וואסער
ליידער הערט מען אז א איד אין וומסב"ג איז אין שפיטאל מיטן וויירוס (ער האט עס ליידער נישט דורכגעלעבט) אבער עולם כמנהגו נוהג
ג(געוועזענער) גאווענאר קאומא דערקלערט שארף אז די סקולס בלייבן אפען אן קיין זארג
די אלצווייסערס רייסן אינטער קול מבשר פארן אנזייען א פאניק אז קאראנע צעשפרייט זיך, זיי ווייסן קלאר אז די אלע וואס מ'האט האספיטאליזירט קומט פון פאניק אטאקעס

מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
קרייסלער האט געשריבן:ס'פארמירט זיך א גלאבאלע פאניק איבער טישו פאפיר און באטלעך וואסער
ליידער הערט מען אז א איד אין וומסב"ג איז אין שפיטאל מיטן וויירוס (ער האט עס ליידער נישט דורכגעלעבט) אבער עולם כמנהגו נוהג
ג(געוועזענער) גאווענאר קאומא דערקלערט שארף אז די סקולס בלייבן אפען אן קיין זארג
די אלצווייסערס רייסן אינטער קול מבשר פארן אנזייען א פאניק אז קאראנע צעשפרייט זיך, זיי ווייסן קלאר אז די אלע וואס מ'האט האספיטאליזירט קומט פון פאניק אטאקעס
מען האט נאך נישט פון לאקעל ווילימסבורג, שמועות רחוקות פון קראון הייטס און פון א קליינע שול אין ב"פ עפעס אומקראנטע קולות הערט זיך אז אין די באבוב קהילה אין ב"פ טוט זיך עפעס.
א'מונה ב'טחון ג'עלט
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
פאריאר אזא צייט בין איך געווען אין שפיטאל מיט מיין יונגעלע פאר א אפוינטמענט, כ'האב מיטגעהאלטן ווי די לאקדאון ברעכט אויס...
אריין אין שפיטאל בין איך נאך ווי גארנישט, פליצלינג ווען איך בין אראפ אין ביקור חולים רום ברענגען הייס וואסער, האט מען מיך אנגעהויבן מעסטן די פיבער יעדעס מאל איך בין אריין אין ארויס פון עלעוועיטאר, מ'האט פראוועזאריש אפגעשפארט אלע אריינגענג און נאר אריינגעלאזט נאכן מעסטן די פיבער,
איך געדענק די נוירסער רעדן הויעך 'גאווערנאר קאומא ענד מעיאר דעבלאזיא בלא בלא בלא בלא....'
מארגן ווערט א יאר פון ווען איך האב אנגעהויבן ארבייטן רעמאוטלי ביז נאנט צו שבועות.

די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
פעב. 29 למס'
ערשטער אמעריקאנער טויטפאל אין וואשינגטאן סטעיט. פרעזידענט טראמפ זאגט אז יענער איז געווען א הויכע ריסק פאציענט, כלומר אז סתם עמך דארף נישט אריין איו א פאניק.
מארטש 1 למס'
גונסטיגע נייעס קומט אריין אז די פלאסטיק בעג בען ווערט אפגעשטיפט צוליב די פאנדעמיק.
ערשטע קאנפירמד קעיס אין ניו יארק; א פרוי וואס איז געווען אין איראן האט געטעסט פאזעטיוו. גאווערנער קאומא ברעכט די נייעס און רימט אויס די לעב אין אלבעני וואס ער האט ארלעדיגט זיי זאלן שנעל קענען קאנפירמן קאראנע קעיסעס.
ערשטער אמעריקאנער טויטפאל אין וואשינגטאן סטעיט. פרעזידענט טראמפ זאגט אז יענער איז געווען א הויכע ריסק פאציענט, כלומר אז סתם עמך דארף נישט אריין איו א פאניק.
מארטש 1 למס'
גונסטיגע נייעס קומט אריין אז די פלאסטיק בעג בען ווערט אפגעשטיפט צוליב די פאנדעמיק.
ערשטע קאנפירמד קעיס אין ניו יארק; א פרוי וואס איז געווען אין איראן האט געטעסט פאזעטיוו. גאווערנער קאומא ברעכט די נייעס און רימט אויס די לעב אין אלבעני וואס ער האט ארלעדיגט זיי זאלן שנעל קענען קאנפירמן קאראנע קעיסעס.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
דענקעך אז מ'האט דאן געשמועסט אז דער ווייסרוס איז געקומען קיין ניו יארק פינקט אין טאג וואס דער פארשאלטענער פלעסטיק בעג בען איז אריין אין קראפט...
האמער געהאט א חיי שעה נצחון....
האמער געהאט א חיי שעה נצחון....
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
געווען שמועת אז א מיידל אין בית רחל סקול אין ווילי האט געטעסט פאזעטיוו, א פאניק ברעכט אויס, אזש די הנהלה קומט ארויס מיט א אפיציעלע מעלדונג אז סנישט אמת, דער עולם אטעמט אפ,
'ומאתים לנוטרים את פריו'
- fiena nieas
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5495
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
אסדר לסעודתא האט געשריבן:די ערשטע שבת נאך פורים בין איך שוין געלעגן אין בעט. מוצאי בין איך געגאנגען צום דאקטאר נעמען א פלו טעסט וואס איז געווען נעגאטיוו און באשטעטיגט אז ס'איז נישט פלו, נאר... עפעס בעסערס...
כ'האב פאר קיינעם נישט אויסגעזאגט, ווייל די גאנצע שטאט האט נאך מיטגעהאלטן יעדע קעיס...
און מיין מאמע איז געגאנגען צום דאקטער יענעם פרייטאג מיט ערענסטע סימפטאמס און דער דאקטער (שיסטער) זאגט איר איי דאנט טינק איטס קאראנא
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
עס ווערט יעצט א יאר פון ווען כ'האב צום לעצט געשפירט א נארמאלן ריח / טעם אין עסן - בתוך שאר קאראנא געליטענע
- שאראש-פאטאק
- שר חמש מאות
- תגובות: 955
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
קענטאקי האט געשריבן:עס ווערט יעצט א יאר פון ווען כ'האב צום לעצט געשפירט א נארמאלן ריח / טעם אין עסן - בתוך שאר קאראנא געליטענע
אייער טעם וריח איז קיינמאל נישט צוריק געקימען ?
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
שאראש-פאטאק האט געשריבן:קענטאקי האט געשריבן:עס ווערט יעצט א יאר פון ווען כ'האב צום לעצט געשפירט א נארמאלן ריח / טעם אין עסן - בתוך שאר קאראנא געליטענע
אייער טעם וריח איז קיינמאל נישט צוריק געקימען ?
ס'איז צוריקגעקומען אין אלע סארט שרעקעדיגע מאסן און פארבן, נאר נישט די נארמאלע טעם.
- fiena nieas
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5495
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
קענטאקי האט געשריבן:שאראש-פאטאק האט געשריבן:קענטאקי האט געשריבן:עס ווערט יעצט א יאר פון ווען כ'האב צום לעצט געשפירט א נארמאלן ריח / טעם אין עסן - בתוך שאר קאראנא געליטענע
אייער טעם וריח איז קיינמאל נישט צוריק געקימען ?
ס'איז צוריקגעקומען אין אלע סארט שרעקעדיגע מאסן און פארבן, נאר נישט די נארמאלע טעם.
שמעקן שמעקט איר?
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 499
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 3:56 pm
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
דאכצעך אז די (פאניק איבער די) מאנגל אויף וואסער, אשר יצר פאפיר און פעמפער'ס איז שוין געוועהן אין אפעקט א יאר צוריק...
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
fiena nieas האט געשריבן:קענטאקי האט געשריבן:שאראש-פאטאק האט געשריבן:קענטאקי האט געשריבן:עס ווערט יעצט א יאר פון ווען כ'האב צום לעצט געשפירט א נארמאלן ריח / טעם אין עסן - בתוך שאר קאראנא געליטענע
אייער טעם וריח איז קיינמאל נישט צוריק געקימען ?
ס'איז צוריקגעקומען אין אלע סארט שרעקעדיגע מאסן און פארבן, נאר נישט די נארמאלע טעם.
שמעקן שמעקט איר?
גייט צוזאמען מיט'ן טעם.
שוין דא אן אשכול איבער דעם, כ'וויל נישט פארדרייען דעם אשכול.
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
עס איז אביסל שווער צאמצושטעלן ווייל פאריאר נאך פורים האט מען שוין געהאלטן ביים צווייטן האלב פון מארטש, דער ערשטער קאראנא קרבן ביים היימישן עולם אין נ״י איז געווען הרה״ח ר׳ אברהם יושע פריינד ע״ה, ער איז אוועק דאכציך מיר כ״ב אדר וואס עס איז שוין אט זיין יארצייט, אבער אין גויאישן איז עס הערשט סוף מארטש.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע
האבעך מיטגעהאלטן די תיקון געגעבן דורך א יוד וואס ענדיגט אקוראשט די י"א חודש פון זיין מאמע, פון די פריע היימישע קרבנות.