תגובהדורך נשמה » זונטאג פאברואר 21, 2021 10:08 pm
בס"ד
צו דן זיין לכף זכות איז זייער גרינג. דער אינדיווידואלער מענטש האט געדארפט שווער ארבעטן צו פיהלן ביי זיך אז ער איז דער וואס קען קאנטראלירן אז אפילו איין מענטש זאל עס נישט כאפן. טראכט א רגע, ער פיהלט ביי זיך אז ס'קען זיין אז זיין אפהיטן זיך, זיין אנטון די מאסק, זיין סאושל דיסטענסינג איז גארנישט ווערד. עס גייט גארנישט אויסמאכן. און ס'איז נישט איינמאל סאושל דיסטענסינג, ס'איז נישט איינמאל אנטון א מאסק, ס'איז א אנגייענדיגער ווייטאג וואס ער טראכט ביי זיך אז יעדע רגע איז עס גארנישט ווערד. אז ס'מאכט נישט אויס.
די וואס זענען געגאנגען מיט מאסקעס האבן עס געטון ווייל זיי האבן געפיהלט אז מ'דארף זיך אפהיטן, ווייל מ'דארף! איך בין נישט זיכער ווייל זיי האבן געהאלטן אז דאס גייט ראטעווען דעם דור.
און פון די אנדערע זייט, וויפיל מענטשן האבן זיך געהיטן און מ'האט געהארעוועט מיט עמל ויגיעה, אומגלויבליכע צוימונגען, איזאלירונגען, ביטערע פיין, טראכט! און נאכדעם עס שיינערהייט באקומען ביי די צווייטע כוואליע. ס'איז בעסער געווען עס צו באקומען ביי די צווייטע כוואליע, ווייל דאן איז שוין געווען - ב"ה - אביסל מער עקספיריענס. על כל פנים, אויף דן זיין לכף זכות איז נישט אזוי שווער.
ועוד, מ'האט דא צאמגעליטן ביטערע יסורים, מענטשן האבן פרובירט מיט אלע כוחות צו זיין פארשפארט, די יסורים און צער איז אין לשער וואס מ'האט דא מיטגעמאכט. לאמיר זיך דערמאנען. מ'איז געווען פארשפארט וואכן לאנג! און דאס דארף אויך ארויפגעלייגט ווערן אויף די וואגשאל ווען מ'זוכט עס צו בייגן אויף כף זכות אדער פארקערט.
איך קלער מיט מיין קליינעם קאפ, איך פרוביר עס צו באגרייפן און איך קען עס נישט אנכאפן. אפילו אויב די גאנצע וועלט וועט זיך יעצט אפשטעלן און קלאצן אינעם חלל אריין כדי צו באקומען א באגריף וואס עס איז דורך אויף אונז וועט עס דען העלפן? עס איז איינגעשלינגען אין אונז ביטערע צער און מיטמאכנישן, אומפארשטענדליכקייטן. איך מיין וועלט: סטאפ א רגע.
האלאו, איך וויל אז דו וועלט, דו אליין זאלסט אויסזאגן פון דיר, פון דיינע אויגן, וואס דו האסט בייגעוואוינט. שריי אליין, זאג עס דו. זאג וואס דו האסט מיטגעהאלטן. וואס עס האבן די מענטשעלעך וואס זענען אין דיר זיך געוואונדערט. פארצייל זייער שרעק. עס איז נישטא! אונז אליין זעמיר דום! מיר זעען און מיר קענען עס גארנישט ארויסרעדן פון אונזער הארץ. עס קומט אריין די פארגיטוגינג מעכאניזם און מ'בארואיגט זיך.
עס דארף באשאפן ווערן נייע סארט ווערטער, אפשר אפילו נייע סארט אויערן, צו קענען דערהערן וואס מיר זענען דורך. דן זיין לכף זכות? די פראגע פון דן זיין לכף זכות איז צו ארעם צו שילדערן די ארעמע מענטשן וואס לעבן היינט. וואס גייען אדורך און זיי קענען אפילו נישט עפענען די מויל ווייל ס'איז פארהאקט. ווייל ס'איז אומפארשטענדליך פון די ערשטער מינוט ווער און וואס עס איז שולדיג אינעם פארשפרייטונג.
די רגע מענטשן האבן געזעהן אז זיך איינשפארן העלפט נישט, ווייל ער האט עס סייווי באקומען, נו, וואס האב איך פון זיך היטן? איך רעד פון דן זיין לכף זכות. איך ברענג ארויס, אז די כאאס און די אומ'שכל'דיגע וועג וויאזוי דאס האט זיך צעשפרייט, און וועם עס האט אומגעברענגט ל"ע, און ווער עס האט זיך ארויסגעדרייט ווי גארנישט, האט אזוי צעמישט די כלליות'דיגער לאגיק, עס האט אים אזוי אפגעשוואכט, אז פון וואו האט מען געדארפט פאסן א באשלוס צו היטן אויף סאושל דיסטענסינג, וכו'?
וואלט מען געזאגט, בתי מדרשים בלייבן אפן, אבער מיט מאסקעס. און מ'וואלט געזעהן אז ס'העלפט. דער עולם באקומט עס נישט. ווער וואלט נישט געטראגן א מאסק? דאס איז אבער נישט געווען וויאזוי עס איז געגאנגען. מ'האט זיך איינגעשפארט און מ'האט עס באקומען. און אפילו אויב געוויסע האבן עס נישט באקומען, איז עס אויך גענוג צו פארדרייען דעם גראדן טראכט פון א מענטש. ער זאל איינערקענען אז ס'האט גארנישט מיט זיין דיסטענסינג פונעם סאושל.
אונטערשטע שורה איז, אז דן זיין לכף זכות בינינו לבין קונינו איז גרינג, נעמענדיג אין באטראכט אז די לאגישער שכל וואס דארף טרייבן צו פארזיכטיגקייט איז געווארן אפגעשוואכט פון די נאכאנאנדע אומ'שכל'דיגע, און שווערע מאסנאמען מיט וואס די מענטשהייט האט זיך געדארפט ספראווענען טאג טעגליך.
צו קען מען דן זיין בכלל? טראכט!
והשם הטוב יעזור
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.