דעבאטע איבער די יעצטיגע קאראנע כוואליע (אדר תשפ"א)

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

בלינצע
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: דעבאטע איבער די יעצטיגע קאראנע כוואליע (אדר תשפ"א)

תגובהדורך בלינצע » מיטוואך מארטש 03, 2021 3:39 pm

לענ"ד איז דאס זיך אפהאלטן פון גיין צו גרויסע מעמדים וכו', ווערד א רעטעך.

דא איז מיין סטארי.

מיין ב"ב איז ב"ה אין געוויסע אומשטענדן, זי איז שוין אויף בעט רעסט פאר צוויי חדשים, פאר דריי וואכן צוריק האט זי פארלוירן די שמעק, זיך געגאנגען טעסטן און עס איז צוריק געקומען פאזאטיוו. א וואך דערויף האבן מיינע קינדער פארלוירן די שמעק, פארגאנגענעם שבת האב איך פארלוירן די שמעק. (יעצט בין איך אין קוואראנטין).

ב"ה מיר זענען אלע אין א גוטע געזונט צושטאנד, חוץ די פארלוירענע שמעק האבן מיר נישט געהאט קיין שום אנדערע סימפטאמען. (שוין געווען די פארלאפענע יאר אפאר מאל וואס איך האב מיר געשוואוירן אז יעצט האב איך עס, אבער ווי עס שיינט איז עס נישט געווען אמת. דאס איז א גוטע עקזעמפל אויף די אלע וואס זאגן אז זיי האבן עס שוין צום צווייטן מאל, מען קען אסאך מאל נישט גוט פילן און מיינען אז דאס איז די וויירוס, ווען באמת איז עס סתם א קאולד וכדו').

וואס איך נעם ארויס פון דעם, איך וואס איך בין ארוםגעלאפן צו אלע מעמדים, זיך גארנישט אבאכט געגעבן האב עס נישט געאכפט פון ערגעץ נישט, נאר פונדערהיים דורך מיין ב"ב וואס איז שוין איינגעשפארט צוויי חדשים.

וואס איז יא דא צו טון? עלטערע מענטשן וואס האבן עס נאכנישט געהאט זאלן גיין נעמען די וואקסין, ולה' הישועה.

הײמישער זײגער
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: דעבאטע איבער די יעצטיגע קאראנע כוואליע (אדר תשפ"א)

תגובהדורך הײמישער זײגער » מיטוואך מארטש 03, 2021 4:25 pm

Blaze Media / Op-ed
Horowitz: The big lie behind the panic over COVID ‘variants’ exposed
OP-ED
'Variants' are the new '15 days to flatten the curve'
DANIEL HOROWITZMarch 03, 2021

https://www.theblaze.com/op-ed/horowitz ... ing%20News


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט