תגובהדורך לייפציק » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:32 am
עס איז דא א מנהג דא אויפן וועלטל צוצוברעכן יעדע גרויסע תגובה און בעטן אריין האקן מיט גרויסע רויטע ווער טער... דאס ווענד אפ די תגובה לדורות...
באדעם ליין.
איך וויל מיך זייער אפהיטן וואס דארף איך טון?
אנטון א מאסקע? זיך איינשפארן?
ווער עס האט מיטגעהאלטן די לעצטע יאר ווייסט אז די גרעסטע דאקטורים פון פאטשי ביז גראשקא האבן אלע קודם געזאגט אז מאסקעס העלפט נישט, און עד היום הזה ווער ס'וויל נעמען די מי קען נאכזוכן פון די גרעסטע דאקטורים אז די זאך איז פיל פיל מאל קלענער ווי דאס וואס רוב מאסקעס לאזן דורך, במילא ווער ס'וויל קען טראגן א מאסקע און ווער ס'וויל קען ארום גיין מיט א שפריצער באטל אזוי א דאקטאר אין וויליאמסבורג פלעגט טון.
לאקדאנס העלפט נישט, נעמט א מינוט (ווער ס'וויל) און געט'ס א זוך וואס די גרעסטע דאקטורים אין אמעריקע זאגן וועגן לאקדאנס, אלע סטאטיסטיקס ארום לאקדאנס, עס העלפט נישט, פאטשי זאגט שוין אפילו לויט די סייענס (סיינעס) אז מ'קען שוין עפענען סקולס (וואס קינדער האבן עס קיינמאל נישט געהאט...) און קאמא לאזט שוין עפענען קעמפס, דאס איז חוץ המעשה אז זיי ווייסן נאך נישט צו מ'קען עס באקומען פון א פעקל אין א שיפמענט, וויפיל טעג עס בלייבט אנגעשטעקט אויף חפץ, און וויפיל פיס ווייט מ'דארף עכט שטיין, און צו 'סאיז דא סאלאשן בכלל.
די וואס זענען געווען באשערט צו באקומען האבן עס באקומען, אן א שיעור אידן וואס זענען געווען אונטער שלאס און ריגל פאר חדשים האבן עס אויך באקומען, קיינער ווייסט נישט דערווייל וואס עס זאל עס אפהאלטן.
עס איז יעדע יאר דא מחלות און פלו און שוואכקייטן שטערקערע און שוואכערע וואס זענען א סכנה פאר געוויסע מענטשן, און מ'פרובירט זיך צו היטן, מ'לעבט ריין, מוואשט זיך די הענט אא"וו, א איד דארף זיך היטן, און דערווייל "איז נישטא וואס צוטון מער" צענדליגער טויזנטער אידן טרעפן זיך טעגליך, און די נאמבער ביי די מענטשן איז נישט העכער ווי ביי די וואס וואטשן זיך אינדערהיים, און עס איז נישטא קיין שום סיבה אין די וועלט עס אפצושטעלן.
גיין נאך געלט פורים, צושפרייט עס נישט מער ווי גיין אין גראסערי, גיין און שוהל איז די זעלבע ווי גיין אין ארבעט, עס איז דא א זאך וואס הייסט אנגיין מיט'ן לעבן, און יעדער זאל זיך פרובירן היטן וואס מ'קען, עס קומט נישט אהער לאכן אדער נישט לאכן, "קיינער ווייסט נישט וואס מ'דארף טון, ביידן ירום הודו פלעגט גייט מיט א מאסק און געבן די האנט געהעריג פארמענטשן, און זיך נאכדעם ווישן די נאז, ווי אויבן געשריבן פון כמעט יעדע פאליטשן און דאקטאר וואס האט פארפירט וואס מ'דארף טון זיך צו היטן, איז דא פיקטשערס און קליפס ווי זיי טוען פארקערט.
און ווי געזאגט, יעדע פון די זאכן וואס מ'טוט זיך צו היטן האט קאנסיקווענצן, נערווען ברעכערע איז סאך א מער צופשרייטע מחלה ווי קאוויד, און עלטערע געשעדיגט ווערן אליין אין שטוב איז סאך מער צושפרייט ווי קאוויד, און עס איז מעגליך אז מער מענטשן זענען שוין געשטארבן דורך די קאראנא זיכערהייט מאסנאמען (צרות און רשעות פון די שפיטעלער ביז די האום'ס) מער ווי פון די מחלה אליין.
מענין לענין, עס איז דא זיכערע געפארן וואס איז ממש אפידעמיעס, און כ'בין נייגעריג ווי אפגעהיטן מ'איז ביי די זאכן למשל:
געפרעגלטע עסן ברענגט יענע מחלה לויט רוב דאקטורים, פ'רעסטאראנטן זענען אפען צען אויף א גאס, איינער פון די חשובע אורחים דא האט זיך שוין אמאל צוריק געהאלטן פון אננייער שפייז צופרי? רייכערען הארגעט זיך מיט אנדערע לויט רוב דאקטורים און דער עולם האקט שטיקער, אויבערוואגיקייט ברענגט הארץ מחלות, צוקער, זאלץ, און וואס נישט, די לעצטע מאל כ'האב געזען זענען געפלויגן געפלאצטע קנעפ אין אלע זייטן, פון פארן מיט קארס און דרייוון און אפילו נאר קראסן, דארף מען ניטאמאל רעדן, עס איז "א זיכערע" סכנה, קיינער איז נישט מחולק, אבער דאס לעבן דארף אנגיין, והחכם עיניו בראשו, יעדער פאלגט אביסל דעם דאקטאר און טוט נאר וואס אים שמעקט.
דיסקלעמער, יעדער זאל ווייטער טון וואס זיין דאקטא... סארי וואס ס'שמעקט אים, און צוריק קומען ווען ס'איז דא א סאלאשן.
שכח
לעצט פאראכטן דורך
לייפציק אום דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 1:36 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.