דעבאטע איבער די יעצטיגע קאראנע כוואליע (אדר תשפ"א)

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

Programming
שר האלף
תגובות: 1759
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: רבותי, נישט קיין ווערטל. קאראנע איז צוריק. און א שווערע סטרעין/כוואליע ר"ל

תגובהדורך Programming » מיטוואך פאברואר 17, 2021 8:55 pm

ביסט נישט גערעכט. עס איז נישט קיין נאנסענס און עס איז גאר א ערנסטע תביעה.

ביסט אבער הייליג גערעכט אז עס איז וואס עס איז, און יעדער איינער דארף טון פאר זיך און זיינע ארומיגע זיי אפצוראטעווען, און זיך נישט פארלאזן אז דער כלל און די אנפירער וועלן שוין נעמען די זאך אין די האנט אריין. פארגעט אבאוט איט. טו וואס דו האסט צו טון, פרוביר אויפצוקלערן מענטשן אויף וועם דו האסט איינפלוס, און דאס איבריגע איז נישט אין דיינע הענט.

גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

Re: רבותי, נישט קיין ווערטל. קאראנע איז צוריק. און א שווערע סטרעין/כוואליע ר"ל

תגובהדורך גיוואלדיג » מיטוואך פאברואר 17, 2021 9:02 pm

חסד השם האט געשריבן:
שארף און קליג האט געשריבן:
גיוואלדיג האט געשריבן:
בלינצע האט געשריבן:
גיוואלדיג האט געשריבן:די בריטישע סטרעין פארשפרייט זיך יעצט

די בריטישע סטרעין קוקט אויס צו זיין מער געפארפול
https://www.google.com/amp/s/www.politi ... rus-462117

די געפאר האט זיך שטארק אנגעזען אין ארץ ישראל רח"ל

אידן ווערן אנגעשטעקט און ליגן אין די שפיטעלער.

שיק נאך א מעסעדזש
גענאגעלט
און לייג צו נאך אפאר!!!!!

א קאווע מיט א שיקטל איבערבייס וואלט נישט געשאדט יעצט.

קאולם דאן.

און דאס אז אידן וועלן ח"ו ווערן אנגעשטעקט דאס גייט אייך נישט אן.
דאס איז נאר מיין דאגה? איר זארגט אייך נישט אויף די לעבן פון א איד?

לאמיר קודם אראפלייגן די פאקטן וואס הכל מודים בזה:
1. פאריאר ווען יעדער האט געלאכט, האט זיך די וויירוס פארשפרייט.
2. עס האט פאקטיש געקאסט אסאך אידישע קרבנות ה"י, אסאך יתומים געבליבן.
3. עס איז דא פארשידענע נייע סטרעינס וואס איז נארוואס אין אייראפא און ארץ ישראל, עס כאפט אויך ליידער אסאך יונגע נשים.
4. פילע מענטשן (וגם אני בתוכם!) ווייסן פון פרויען וועלכע האבן דאס ממש יעצט באקומען אויף א שווערע אופן.

יעצט אויף למעשה, קען מען גיין אויף פארשידענע מהלכים:
1. אויב עפעס וועט געשען וועט מען שוין טרעפן א שולדיגער, יעדער חוץ איך.
2. מען דארף עפעס 'יעצט' טון.
3. עס וועט נישט העלפן קיין אזהרות, והא ראיה איך האלט זיך נישט ביים צושטעלן.
4. פארדרייען דעם שמועס, און שרייבן מיט א פעסטקייט 'גענאגעלט', דאס געבט עפעס א שטארקייט פאר די אייגענע מיינונג אז אנדערע וואס זענען מחולק זענען ממש...

יעדער זאל זיך קוקן אין שפיגעל...

דיין שפיגעל איז ווייזט אויס צובראכן.
פאקטן ווייזן אז די סטרעין דרייעט זיך שוין דא ארום אפאר וואכן, יעצט פרוביר צוריקצוקוקען ווי סהאט געהאלטן ביי וואך נאמבער 4 ביים ערשטען אויסברוך, וויפעל אידן נעבעך אוועק, וויפעל און ICU ה"י.....
און יעצט זאג מיר אויב דעי סטרעין איז "שווערער" ווי פסח צייט.
יאפ דאס איז גענאגעלט!

א ריזן טייל פונעם עולם איז שוין אימיון.
דאס מיינט נישט אז די וויירוס יעצט איז א טראפ ווייניגער געפארפול

גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

Re: רבותי, נישט קיין ווערטל. קאראנע איז צוריק. און א שווערע סטרעין/כוואליע ר"ל

תגובהדורך גיוואלדיג » מיטוואך פאברואר 17, 2021 9:03 pm

נפשי חמדה האט געשריבן:ס'איז זייער סימפל: ווער עס האט מורא זאל בלייבן אינדערהיים, און ווער נישט מוז נישט.

וויפיל גאוה און טיפשות ליגט אין אזא מעסעדזש.
איך מעג נעמען א גאן און שיסן אין גאס, און ווער ס'וויל נישט ווערן געשאסן זאל בלייבן אינדערהיים.

און ערנסט גערעדט:
טאמער האט יענער געזונטהייט קאנדישאנס אבער זיינע מיידלעך, בחורים, דארפן ארויסגיין ארבעטן / ישיבה?
טאמער איז ער אן עלטערער איד אבער וויל קענען דאווענען אין ביהמ"ד?
טאמער איז זי אן עלטערער פרוי אבער וויל ארויסגיין איינקויפן אין געשעפט?

זיי אלע זאלן זיין איינגעשפארט אבי אז די אלע פריוועליגיע-געניסער זאלן זיך קיין ריר פון ארט נישט געבן, קיין שום טירחא נישט אונטערנעמען פארן ברייטערן און עלטערן עולם.
אשמנו מכל עם, בושנו מכל דור.

א שיעור עיון אין דאס פארקערטע פון רחמנות. די געבענטשטע מדה פון בני אברהם יצחק ויעקב.

ס'איז א פאלשע איינרעדעניש אז א "שלעכטער מענטש" מיינט שלעכטיגקייט.
כמעט נישטא קיין מענטש וואס פייניגט יענעם סתם לשם עינוי.
א שלעכטער מענטש איז איינער וואס איז נישט גרייט צו האבן סימפאטיע מיט א צווייטן, און פארשטיין אז יענעמס לעבן איז ווערט אמווייניגסטענס אזויפיל ווי דיינס.

חסד השם
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: רבותי, נישט קיין ווערטל. קאראנע איז צוריק. און א שווערע סטרעין/כוואליע ר"ל

תגובהדורך חסד השם » מיטוואך פאברואר 17, 2021 9:10 pm

גיוואלדיג האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
שארף און קליג האט געשריבן:
גיוואלדיג האט געשריבן:
בלינצע האט געשריבן:
א קאווע מיט א שיקטל איבערבייס וואלט נישט געשאדט יעצט.

קאולם דאן.

און דאס אז אידן וועלן ח"ו ווערן אנגעשטעקט דאס גייט אייך נישט אן.
דאס איז נאר מיין דאגה? איר זארגט אייך נישט אויף די לעבן פון א איד?

לאמיר קודם אראפלייגן די פאקטן וואס הכל מודים בזה:
1. פאריאר ווען יעדער האט געלאכט, האט זיך די וויירוס פארשפרייט.
2. עס האט פאקטיש געקאסט אסאך אידישע קרבנות ה"י, אסאך יתומים געבליבן.
3. עס איז דא פארשידענע נייע סטרעינס וואס איז נארוואס אין אייראפא און ארץ ישראל, עס כאפט אויך ליידער אסאך יונגע נשים.
4. פילע מענטשן (וגם אני בתוכם!) ווייסן פון פרויען וועלכע האבן דאס ממש יעצט באקומען אויף א שווערע אופן.

יעצט אויף למעשה, קען מען גיין אויף פארשידענע מהלכים:
1. אויב עפעס וועט געשען וועט מען שוין טרעפן א שולדיגער, יעדער חוץ איך.
2. מען דארף עפעס 'יעצט' טון.
3. עס וועט נישט העלפן קיין אזהרות, והא ראיה איך האלט זיך נישט ביים צושטעלן.
4. פארדרייען דעם שמועס, און שרייבן מיט א פעסטקייט 'גענאגעלט', דאס געבט עפעס א שטארקייט פאר די אייגענע מיינונג אז אנדערע וואס זענען מחולק זענען ממש...

יעדער זאל זיך קוקן אין שפיגעל...

דיין שפיגעל איז ווייזט אויס צובראכן.
פאקטן ווייזן אז די סטרעין דרייעט זיך שוין דא ארום אפאר וואכן, יעצט פרוביר צוריקצוקוקען ווי סהאט געהאלטן ביי וואך נאמבער 4 ביים ערשטען אויסברוך, וויפעל אידן נעבעך אוועק, וויפעל און ICU ה"י.....
און יעצט זאג מיר אויב דעי סטרעין איז "שווערער" ווי פסח צייט.
יאפ דאס איז גענאגעלט!

א ריזן טייל פונעם עולם איז שוין אימיון.
דאס מיינט נישט אז די וויירוס יעצט איז א טראפ ווייניגער געפארפול

פונקט פארקערט בכמות איז דא א ריזען עולם וואס האט עס, אבער ווי שווער איז ברוך השם אסאך אסאך גרינגער ווי פריער.... נעקסט
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 809
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

Re: רבותי, נישט קיין ווערטל. קאראנע איז צוריק. און א שווערע סטרעין/כוואליע ר"ל

תגובהדורך לייפציק » מיטוואך פאברואר 17, 2021 9:17 pm

אין א צייט וואס די גאווערמענט אליין האט נישט קיין שום סאלאשן.
מעסעדשעס פון לאקדאנס,
לאקדאנס העלפט נישט,
נישט מאסק יא מאסק צוויי מאסקעס,
נומבערס בכלל נישט העכער ביי פלעצער וואס מ'טאגט נישט קיין מאסקעס,
מענטשן וואס האבן זיך פארשפארט האבן בכלל נישט באקומען ווייניגער,
סטעיטס וואס זענען די מערסטע סטריקט מיט די ערגעסטע נאמבערס.

וואס מיינט זיך היטן? וואס רבנים, וואס פאר א שווארץ פעפער זאל מען טון?

איין זאך תפילה, אלע אנדערע זאכן זענען נערישקייט, זיך היטן? יא יעדער איד איז "מחויב זיך צו היטן אייביג" איבערהויפט יעצט אין שווערע צייטן, ווער עס פילט אז עפעס איז נישט סעיף פאר אים, זאל ער עס נישט טון, אבער וואס איז נישט סעיף? אלעס אויף די אייגענע אחריות, קיינער ווייסט נישט, לויט די רעגולאציעס איז א ליקער סטאר סעיף, און א שוהל נישט, א פראטעסט יא און א לוי' נישט.

וואס שרייט מען אז מ'לאכט, ווער לאכט? יעדער וויינט, אבער אז מ'ווייסט נישט וואס צו טון, טוט מען נישט.
א מאסק שאדט פאר'ן געזונט פאר'ן אטעמען מער ווי ס'העלפט פאר קאראנא, עס העלפט נישט ווי געפראווט געווארן דורך אומצואליגע דאקטורים, זיך איינשפארן שאדט פאר פאניק און פאר די נערווען עניטיים ווי ס'העלפט פאר קאראנא.

"קיינער" ווייסט נישט וואס מ'זאל טון, חוץ תפלה, הערטס אויף משוגע מאכן די מענטשהייט וואס מ'זאל טון, ווען די גאווערמענט מאכט דאס גענאר פון די מענטשהייט, די זעלבע איינגעשטאלטע וואס געבן גזירות, מאכן גרויסע פארטיס, און לאכן פון די וועלט.

נישט קיין וועג זיך צו פראטעקטן, אין חכמה ואין עצה ואין תבונה, נחפשה דרכינו.. נאר דאס העלפט.

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7881
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: רבותי, נישט קיין ווערטל. קאראנע איז צוריק. און א שווערע סטרעין/כוואליע ר"ל

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך פאברואר 17, 2021 9:22 pm

לייפציק רעדט צו די זאך
שרייב שוין עפעס

אוועטאר
sheetrock
שר האלפיים
תגובות: 2773
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: רבותי, נישט קיין ווערטל. קאראנע איז צוריק. און א שווערע סטרעין/כוואליע ר"ל

תגובהדורך sheetrock » מיטוואך פאברואר 17, 2021 9:36 pm

לייפציג ;l;p-
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

טענקס חוח'ל פארן אריינטאנצן פון דאך לכבוד מיר/פורים
טענקס קנאפער פארן עס צופאסן ס'זאל אריינפיטן אין מיין מח

בלינצע
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: רבותי, נישט קיין ווערטל. קאראנע איז צוריק. און א שווערע סטרעין/כוואליע ר"ל

תגובהדורך בלינצע » מיטוואך פאברואר 17, 2021 9:49 pm

לייפציק זאגט זייער גוט. איין הוספה, אודאי איז תפילה דאס וויכטיגסטע, אבער עס נעמט נישט אוועק די חיוב פון טון השתדלות, ובנידון דידן איז עס אז יעדער העכער די זעכציג וואס האט נאכנישט געהאט דעם וויירוס, זאל למען השם גיין נעמען די וואקסין.

------
די אלע וואס קאמפערן די יעצטיגע מצב צו א יאר צוריק אזא צייט זאלן קיינמאל נישט פרובירן צו משמש זיין בהוראה און אנעמען א דיינות פאסטן סיי וואו, די מדמה זיין מילתא למילתא קוואלעפיקאציע איז גענצליך אוט אוו סערוויס ביי זיי.

בלינצע
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: רבותי, נישט קיין ווערטל. קאראנע איז צוריק. און א שווערע סטרעין/כוואליע ר"ל

תגובהדורך בלינצע » מיטוואך פאברואר 17, 2021 9:51 pm

און יא, די קעפל פונעם אשכול איז פארפירעריש אין ליגענט.

סאיז צוריק? ווען איז עס אוועקגעגאנגען? און מאדנע ביז גאר, די סטרעין איז שווערער אבער עס קאסט נישט מער נפשות ה"י ווי סוכות צייט, אפגערעדט אז עס קומט ב"ה נישט אן אפילו נאנט צו די שוידערליכע ציפערן פון פאראיאר אזא צייט.

איז וואס איז די פוינט פון אויפבלאזן מציאות'ן און פאניקן אין די וועלט אריין? איי געס דאס זענען מענטשן מיט די זעלבע מענטאליטעט פון די אנטי וואקסינער'ס נאר אויף די אנדערע זייט.
לעצט פאראכטן דורך בלינצע אום מיטוואך פאברואר 17, 2021 10:23 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: רבותי, נישט קיין ווערטל. קאראנע איז צוריק. און א שווערע סטרעין/כוואליע ר"ל

תגובהדורך ישוב הדעת » מיטוואך פאברואר 17, 2021 9:54 pm

;l;p- ;l;p- לייפציק
ביידן איז נאט מיי פרעזידענט!

נשמת השכל האט געשריבן:מיר זענען נישט 'פרא טראמפ!' טראמפ איז 'פרא אונז!'

שארף און קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 11:45 am

Re: רבותי, נישט קיין ווערטל. קאראנע איז צוריק. און א שווערע סטרעין/כוואליע ר"ל

תגובהדורך שארף און קליג » מיטוואך פאברואר 17, 2021 10:02 pm

לייפציג, ברייטערע פלייצעס פון א עליפאנט. ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
ממוצע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: רבותי, נישט קיין ווערטל. קאראנע איז צוריק. און א שווערע סטרעין/כוואליע ר"ל

תגובהדורך ממוצע » מיטוואך פאברואר 17, 2021 10:08 pm

איר שטעלט אראפ א שיינע פאר הנחות, אפשר וואלט איך דאס געמעגט טשעלענדזשען?

לייפציק האט געשריבן:אין א צייט וואס די גאווערמענט אליין האט נישט קיין שום סאלאשן.
מעסעדשעס פון לאקדאנס,
לאקדאנס העלפט נישט,

מקור? אויב איז דאס ווייל איר האט קאמפערט פלעצער ווי מ'האט געמאכט לאקדאונס, און פלעצער ווי נישט, האט איר אריינגענומען אלע מעגליכע אנדערע סיבות צו דעם אז עס זאל זיין א חילוק? א שטייגער ווי באפעלקערונג, סטיל פון לעבן, קלימאט, העלט סיסטעם, וכו' וכו'.

נישט מאסק יא מאסק צוויי מאסקעס,
נומבערס בכלל נישט העכער ביי פלעצער וואס מ'טאגט נישט קיין מאסקעס,

די זעלבע שאלה ווי פריער. זענט איר נאכגעגאנגען אלע מעגליך אנדערע פאקטארן, דאס צו קענען זאגן מיט א זיכערקייט?

מענטשן וואס האבן זיך פארשפארט האבן בכלל נישט באקומען ווייניגער,

איר זענט זיכער? באמת זיכער? "בכלל" נישט באקומען ווייניגער? איר האט עפעס א מינדעסטע שמעק פון א דמות ראי' צו וואס איר שטעלט אראפ?

סטעיטס וואס זענען די מערסטע סטריקט מיט די ערגעסטע נאמבערס.

איר זענט זיכער אין דעם? און אויב יא, האט איר כנ"ל גענומען אלע אנדערע מעגליכע פאקטארן אין קאנסידערעישאן?

וואס מיינט זיך היטן? וואס רבנים, וואס פאר א שווארץ פעפער זאל מען טון?

א מאסק שאדט פאר'ן געזונט פאר'ן אטעמען מער ווי ס'העלפט פאר קאראנא, עס העלפט נישט ווי געפראווט געווארן דורך אומצואליגע דאקטורים,
איר זענט "זיכער" אז עס שאדט פארן אטעמען מער ווי עס העלפט פאר קאראנא? איר זענט גרייט צו וועטן אויף דעם? איר זענט זיכער אז עס "געפראוועד" געווארן דורך פילצאליגע דאקטורים? "געפראוועד" אומצוויידייטיג?

זיך איינשפארן שאדט פאר פאניק און פאר די נערווען עניטיים ווי ס'העלפט פאר קאראנא.
גרייט צו מאכן קידושין על תנאי זה? איר זענט זיכער? זיכער?

והיה לפלא, ווי אזוי א מענטש קען דערקלערן אזוי שטייף אזוי סך הנחות וואס גרעניצן זיך מיט לעבן און ח"ו דאס פארקערט, אן דעם וואס ער זאל האבן סיי וועלכע שטאנדהאפטיגע דעקונג דערצו. (איך ווייס דאס. איך האב נאר געפרעגט לחידודא)

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2444
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: רבותי, נישט קיין ווערטל. קאראנע איז צוריק. און א שווערע סטרעין/כוואליע ר"ל

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך פאברואר 17, 2021 10:30 pm

בלינצע האט געשריבן:און יא, די קעפל פונעם אשכול איז פארפירעריש אין ליגענט.

סאיז צוריק? ווען איז עס אוועקגעגאנגען? און מאדנע ביז גאר, די סטרעין איז שווערער אבער עס קאסט נישט מער נפשות ה"י ווי סוכות צייט, אפגערעדט אז עס קומט ב"ה נישט אן אפילו נאנט צו די שוידערליכע ציפערן פון פאראיאר אזא צייט.

איז וואס איז די פוינט פון אויפבלאזן מציאות'ן און פאניקן אין די וועלט אריין? איי געס דאס זענען מענטשן מיט די זעלבע מענטאליטעט פון די אנטי וואקסינער'ס נאר אויף די אנדערע זייט.

קיין סטאטיסטיקס האב איך נישט, אבער פערזענליך האב איך געהערט פון מער נפטרים ל''ע די לעצטע פאר וואכן, וואו סוכות צייט.

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2444
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: רבותי, נישט קיין ווערטל. קאראנע איז צוריק. און א שווערע סטרעין/כוואליע ר"ל

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך פאברואר 17, 2021 10:36 pm

בלינצע האט געשריבן:די אלע וואס קאמפערן די יעצטיגע מצב צו א יאר צוריק אזא צייט זאלן קיינמאל נישט פרובירן צו משמש זיין בהוראה און אנעמען א דיינות פאסטן סיי וואו, די מדמה זיין מילתא למילתא קוואלעפיקאציע איז גענצליך אוט אוו סערוויס ביי זיי.

מען מוז נישט דווקא מדמה זיין די מצב צו א יאר צוריק, אבער איין לעסאן וואס מען קען ארויסנעמען פון א יאר צוריק איז אז אויב גייט נאכאמאל ח''ו קומען אזא מצב, וועט מען נישט זען די האספיטאליזאציעס ביז עס וועט שוין זיין צו שפעט ח''ו.

איך האב נישט קיין אנונג וואס עס טוט זיך יעצט, אבער די טענה אז ווילאנג מען זעהט נישט קיין אנגעפילטע שפיטעלער קען מען זיין רואיג, האט נישט קיין האפט.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: רבותי, נישט קיין ווערטל. קאראנע איז צוריק. און א שווערע סטרעין/כוואליע ר"ל

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך פאברואר 17, 2021 10:38 pm

חסד השם האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
שארף און קליג האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:דיין שפיגעל איז ווייזט אויס צובראכן.
פאקטן ווייזן אז די סטרעין דרייעט זיך שוין דא ארום אפאר וואכן, יעצט פרוביר צוריקצוקוקען ווי סהאט געהאלטן ביי וואך נאמבער 4 ביים ערשטען אויסברוך, וויפעל אידן נעבעך אוועק, וויפעל און ICU ה"י.....
און יעצט זאג מיר אויב דעי סטרעין איז "שווערער" ווי פסח צייט.
יאפ דאס איז גענאגעלט!

איך האב א מנהג אז איך ענטפער נישט פאר אזעלכע סארט תגובות.
אבער היות דו שרייבסט אויף א פאבליק פלאץ דברי חכמה, פרעג איך דיר א שאלה, און ענטפער מיר בלוי א יא אדער ניין.

"צו נעמסטו אויף דיין אחריות דיין מיינונג וואס דו שרייבסט, אפילו עס קען ח"ו קאסטן אידישע לעבנ'ס אדער געשעדיגטע פאר לעולם ועד??"

אקעי כזעה שוין.....

כמיין זאלסט איינפירן א פרישע מנהג נישט צו שרייבן תגובות און די וועלט אריין פאר די לייענסט דורך די נושא אויף וואס מאיז דא דן.

איינער האט געזאגט אז מדארף זיך נישט וואטשען יעצט? איינער לייקענט אז סאיז דא א שטארקע פארשפרייטונג?
פארגעס פון וואס מען זאגט. רוב עולם גיבט זיך בכלל נישט אכטונג. כמעט איעדער ווייסט פון איינער וואס איז געקומען אין שוהל מיט קאוויד. און יא, מען לייקענט אינגרויסן אז עס איז איצט דא א שטארקע פארשפרייטונג.

די נושא וואס מהאט גערעדט איז אז סדא וואס זאגן אז די יעצטיגע סטרעין איז נאך שווערער ווי די פריערדיגע, דאס איז ריין פאניק על לא דבר, מציאות ווייזט אנדערש!
אוואדי מוז מען זיך וואטשען אבער נישט פארפירן דעם קאפ
די מציאות ביז דערווייל ווייזט אז אין אמעריקא געשעט אפאר וואכן שפעטער פון וואס עס געשעט אין ארץ ישראל. און יא, די איצטיגע סטרעין איז אסאך שווערער, אז עס כאפט אינגע מענטשען, בפרט ביי נשים און אנדערע אומשטענדען. השם יתברך זאל זיי אלע אפהיטן.

מיט די ערשטע חלק בין איך אינגאנצן מיט דיר, סאיז ליידער א ביטערע מציאות מענטשען פלעין פילן נישט פאר וויכטיג זיך איינצושפארן ווען מאיז פאזעטיוו מיטן וויירוס. כקען עטליכע וואס האבן עס און גייען געהעריג אן ווי גארנישט וואלט געווען, דאווענען, ארבעט, שאפינג, שמחות... סאיז א ווייטאג ווי נעריש מענטשען זענען.....

אבער איבער די צווייטע חלק, ווי שווער סאיז די יעצטיגע סטרעין, ווייסעך נישט פארוואס די עולם איז אזוי פארפאניקט מהאלט שוין ברוך השם אפאר וואכן אריין און הודו לשם דער עולם האט עס שנעל און גרינג עפ"י רוב!!
)אקעי כמיין כהאב עס שוין גענוג מאל געשריבן.... העמיר בלייבן ביי דעם)

ביטע זאג עס פאר משפחת ל. וואס זיצן שוין שבעה די פערטע מאל אין פיר וואכן נאכן פארלירן טאטע, מאמע, שוועסטער מיט א שוואגער.
ביטע זאג עס פאר פילע משפחות וואס דער טאטע איז נאך געווען אין שוהל שמחת תורה (נאכן זיך אכטונג געבען זייט פאריאר פורים!!! אבער מען האט אים אהנגעדרייט אז ער מוז זיך שוין נישט אכטונג געבען!!!), און ער איז שוין נישט דא.
ביטע זאג עס פאר די פילע משפחות וואס זייערע נאנטע זענען אין די ICU אין Mt. Sinai (וואס איך קען פערזענליך, ווייל איך האב מיך דארט געדרייט), אבער מסתם אויך אין אנדערע שפיטעלער.
ביטע זאגן פאר די פילע נשים צדקניות וואס האבן נעבעך פארלוירן אין די צייטן.
Enough with the nonsense. יא, מען טאר נישט אהנדרייען א פאניק. יא, עס איז אמת אז פחד איז אויך געפערליך. אבער פארוואס, פארוואס, אוי געוואלד פארוואס, איז דא מאנכע וואס ווילען נאר מינימייזען די סכנה פון קאוויד, און שרייען נאך אלטץ, היום הזה, ערב פורים תשפ"א נאכדעם וואס כלל ישראל האט שוין ליידער אזא גרויסע ליסטע פון בד"ה, סיי אין אמעריקא, סיי אין אייראפע און סיי און ארה"ק, ווען מיר האבן פארלוירן צדיקים וקדושים, און נאך דא וואס שרייען אז עס איז א פשוטער פלו. פארוואס? און דערנאך, ווען השי"ת האט אויפגעשאקעלט די גאנצע וועלט, ווען ער האט געוויזן אז עס קען זיין עשירים מיליאנערן וואס זענען געשטארבן אליינס אין שפיטאל אהן קענען באקומען א טרינק וואסער, בו בזמן ווען ארימעלייט האבן געהאט עסען בשפע פון די אלע פראגראמען, האט דער רבוש"ע אונז געגעבן א רפואה, וואס איז די קאוויד וואקסין, קומען אהן מענטשען מיט אגענדאס און מאכן האטליינס מיט ראבא קאלס, ווי זיי קוויטשענען לא תעמוד על דם רעיך, בו בזמן ווען זיי זענען די רוצחים, וואס א חלק פון זיי זענען פיינע מענטשען און מיינען גוט, אבער זיי זענען פארפירט פון קאנספירעסיס אז ביל געיטס איז ערגער ווי היטלער און אז מען לייגט אריין פאטעיטוי טשיפס אין די וואקסינס. פארוואס?????

וויאזוי האט אמאל געזאגט רבינו הקדוש בעל דברי יואל מסאטמאר, איר ווייסט פארוואס איך בין נישט קיין שוחט? ווייל איך קען נישט. איר אלע שטינקערלייט, איר זענט נישט קיין דאקטוירים, איר ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט אייער לעבען בחייכון ובמיומיכן. כל מי שאינו יודע בטוב גיטין וקידושין לא יהא עסק עימהם. רעדט נישט אריין און זאכן וואס איר ווייסט נישט!!! אין ארץ ישראל פלוצלינג, זעט מען זיך ווי מער אינגע מענטשען שטארבן פון די אלטע. פארוואס??? ווייל די אלטע האבן שוין אלע באקומען ביידע דאזעס פון די וואקסין. עס ארבייט פעסט ב"ה. הודו לשם כי טוב. הערט אויף מיט די שקרים וכזבים. הערט אויף צו שפילן זיך מיט אגענדאס. הערט אויף צו זיין די נארישע puppets פון אזאלעכע געמיינע נידריגע גוים, גרועים שבאומת ווי Del Bigtree וואס די גאנצע וועלט האלט אים פאר א געמיינע אויסווארף, אבער די היימישע עולם איז דער וואס רופט אים צו אסיפות און צו האלטן דרשות???!!! הזאת נעמי??????

צום שלוס...

איינשפארן? ח"ו!!!
פארמאכן שולן??? ח"ו!!!
אהנטוהן א מאסק??? ח"ו!!!
אביסעלע זיך אכטונג געבען??? ח"ו!!!
שליכעטץ און היס אהן די גאנצע ביהמ"ד!!!
לאז דיינע אויסגעבלאזענע טישוס אונטערן סידור!!!
האנטוכער צירוק איבעראל און ווער עס ווישט זיך נישט דערין איז א מע-שי-קענער.

אלעס פיין... איז דאך דא דער וואקסין. וואס איז נישט קיין שום סכנה!!!! אזוי ווי אלע גרויסע דאקטוירים זאגן. און אז דער עולם וועט עס נעמען, וועט מען קענען צירוקגיין צו א נארמאלע לעבען. מען וועט נישט דארפן ח"ו פארשפארן בתי מדרשים ותלמוד תורה'ס. מען וועט ווייטער קענען לייגען די אויסגעבלאזענע טישוס אונטערן סידור, די גרעסערע איסור וועט זיין לא תשקצו, אבער כאטשיג וועט עס נישט זיין די הארבערע איסור פון רציחה. אבער ניין! דאס אויך נישט.
Ignorance and arrogance can kill!!!
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

newschest79
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 19, 2017 2:26 pm

Re: רבותי, נישט קיין ווערטל. קאראנע איז צוריק. און א שווערע סטרעין/כוואליע ר"ל

תגובהדורך newschest79 » מיטוואך פאברואר 17, 2021 10:50 pm

אין ביהמ"ד האט זיך איינער היינט אנגערופן אז Type O וואס האבן עפ"י רוב נישט באקומען די וויירוס פאריאר פסח צייט, באקומען עס יעצט פון די נייע סטרעין.

נ.ב. איך בין נישט קיין פארשטייער צו די זאכן, איך שרייב נאר וואך איך האב געהערט.

חסד השם
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: רבותי, נישט קיין ווערטל. קאראנע איז צוריק. און א שווערע סטרעין/כוואליע ר"ל

תגובהדורך חסד השם » מיטוואך פאברואר 17, 2021 10:54 pm

ביסט 100% גערעכט! כהאב נישט קיין אנונג פארוואס די האסט מיך ציטירט... כבין גראדע זייער שטארק אקעגן דעי לויזע ווערטשאפט איבער זיך וואטשען.... כהאב גערעדט איבער די נקודה בכלליות צו יעצט איז עס טאקע שווערער ווי פסח.....
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

חסד השם
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: רבותי, נישט קיין ווערטל. קאראנע איז צוריק. און א שווערע סטרעין/כוואליע ר"ל

תגובהדורך חסד השם » מיטוואך פאברואר 17, 2021 10:56 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:
בלינצע האט געשריבן:און יא, די קעפל פונעם אשכול איז פארפירעריש אין ליגענט.

סאיז צוריק? ווען איז עס אוועקגעגאנגען? און מאדנע ביז גאר, די סטרעין איז שווערער אבער עס קאסט נישט מער נפשות ה"י ווי סוכות צייט, אפגערעדט אז עס קומט ב"ה נישט אן אפילו נאנט צו די שוידערליכע ציפערן פון פאראיאר אזא צייט.

איז וואס איז די פוינט פון אויפבלאזן מציאות'ן און פאניקן אין די וועלט אריין? איי געס דאס זענען מענטשן מיט די זעלבע מענטאליטעט פון די אנטי וואקסינער'ס נאר אויף די אנדערע זייט.

קיין סטאטיסטיקס האב איך נישט, אבער פערזענליך האב איך געהערט פון מער נפטרים ל''ע די לעצטע פאר וואכן, וואו סוכות צייט.

איך גראדע פארקערט. יעצט האב איך נאר געהערט פון איין משפחה וואס האט ליידער געליטן 3 מאל... נסתרים דרכי השם!
סוכות קען איך דיר אוסרעכענען א ריזיגען ליסטע נעבעך
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

חסד השם
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: רבותי, נישט קיין ווערטל. קאראנע איז צוריק. און א שווערע סטרעין/כוואליע ר"ל

תגובהדורך חסד השם » מיטוואך פאברואר 17, 2021 11:00 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:
בלינצע האט געשריבן:די אלע וואס קאמפערן די יעצטיגע מצב צו א יאר צוריק אזא צייט זאלן קיינמאל נישט פרובירן צו משמש זיין בהוראה און אנעמען א דיינות פאסטן סיי וואו, די מדמה זיין מילתא למילתא קוואלעפיקאציע איז גענצליך אוט אוו סערוויס ביי זיי.

מען מוז נישט דווקא מדמה זיין די מצב צו א יאר צוריק, אבער איין לעסאן וואס מען קען ארויסנעמען פון א יאר צוריק איז אז אויב גייט נאכאמאל ח''ו קומען אזא מצב, וועט מען נישט זען די האספיטאליזאציעס ביז עס וועט שוין זיין צו שפעט ח''ו.

איך האב נישט קיין אנונג וואס עס טוט זיך יעצט, אבער די טענה אז ווילאנג מען זעהט נישט קיין אנגעפילטע שפיטעלער קען מען זיין רואיג, האט נישט קיין האפט.

און צום לעצטן מאל! פאריגע מאל זענען ליידער אוועק מענשטען ווי נאר די וויירוס האט זיך פארשפרייט א וואך 2 שפעטער. מהאלט שוין יעצט אפאר וואכן אריין און ברןך השם א רובא דמינכרא האט עס גרינג דורכגעמאכט. סאיז כלל וכלל נישט דומה!!
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ששת אלפים
תגובות: 6888
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: רבותי, נישט קיין ווערטל. קאראנע איז צוריק. און א שווערע סטרעין/כוואליע ר"ל

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך פאברואר 17, 2021 11:04 pm

newschest79 האט געשריבן:אין ביהמ"ד האט זיך איינער היינט אנגערופן אז Type O וואס האבן עפ"י רוב נישט באקומען די וויירוס פאריאר פסח צייט, באקומען עס יעצט פון די נייע סטרעין.

נ.ב. איך בין נישט קיין פארשטייער צו די זאכן, איך שרייב נאר וואך איך האב געהערט.

דאס אז טייפ O האט עס נישט באקומען דעמאלטס איז א פאלנער ליגנט, ווי שוין אויפגעוויזן כמ"פ בשעתו.

--
לייפציק! ;l;p-
ויחתם בטבעת המלך

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: רבותי, נישט קיין ווערטל. קאראנע איז צוריק. און א שווערע סטרעין/כוואליע ר"ל

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך פאברואר 17, 2021 11:08 pm

חסד השם האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:אקעי כזעה שוין.....

כמיין זאלסט איינפירן א פרישע מנהג נישט צו שרייבן תגובות און די וועלט אריין פאר די לייענסט דורך די נושא אויף וואס מאיז דא דן.

איינער האט געזאגט אז מדארף זיך נישט וואטשען יעצט? איינער לייקענט אז סאיז דא א שטארקע פארשפרייטונג?
פארגעס פון וואס מען זאגט. רוב עולם גיבט זיך בכלל נישט אכטונג. כמעט איעדער ווייסט פון איינער וואס איז געקומען אין שוהל מיט קאוויד. און יא, מען לייקענט אינגרויסן אז עס איז איצט דא א שטארקע פארשפרייטונג.

די נושא וואס מהאט גערעדט איז אז סדא וואס זאגן אז די יעצטיגע סטרעין איז נאך שווערער ווי די פריערדיגע, דאס איז ריין פאניק על לא דבר, מציאות ווייזט אנדערש!
אוואדי מוז מען זיך וואטשען אבער נישט פארפירן דעם קאפ
די מציאות ביז דערווייל ווייזט אז אין אמעריקא געשעט אפאר וואכן שפעטער פון וואס עס געשעט אין ארץ ישראל. און יא, די איצטיגע סטרעין איז אסאך שווערער, אז עס כאפט אינגע מענטשען, בפרט ביי נשים און אנדערע אומשטענדען. השם יתברך זאל זיי אלע אפהיטן.

מיט די ערשטע חלק בין איך אינגאנצן מיט דיר, סאיז ליידער א ביטערע מציאות מענטשען פלעין פילן נישט פאר וויכטיג זיך איינצושפארן ווען מאיז פאזעטיוו מיטן וויירוס. כקען עטליכע וואס האבן עס און גייען געהעריג אן ווי גארנישט וואלט געווען, דאווענען, ארבעט, שאפינג, שמחות... סאיז א ווייטאג ווי נעריש מענטשען זענען.....

אבער איבער די צווייטע חלק, ווי שווער סאיז די יעצטיגע סטרעין, ווייסעך נישט פארוואס די עולם איז אזוי פארפאניקט מהאלט שוין ברוך השם אפאר וואכן אריין און הודו לשם דער עולם האט עס שנעל און גרינג עפ"י רוב!!
)אקעי כמיין כהאב עס שוין גענוג מאל געשריבן.... העמיר בלייבן ביי דעם)

ביטע זאג עס פאר משפחת ל. וואס זיצן שוין שבעה די פערטע מאל אין פיר וואכן נאכן פארלירן טאטע, מאמע, שוועסטער מיט א שוואגער.
ביטע זאג עס פאר פילע משפחות וואס דער טאטע איז נאך געווען אין שוהל שמחת תורה (נאכן זיך אכטונג געבען זייט פאריאר פורים!!! אבער מען האט אים אהנגעדרייט אז ער מוז זיך שוין נישט אכטונג געבען!!!), און ער איז שוין נישט דא.
ביטע זאג עס פאר די פילע משפחות וואס זייערע נאנטע זענען אין די ICU אין Mt. Sinai (וואס איך קען פערזענליך, ווייל איך האב מיך דארט געדרייט), אבער מסתם אויך אין אנדערע שפיטעלער.
ביטע זאגן פאר די פילע נשים צדקניות וואס האבן נעבעך פארלוירן אין די צייטן.
Enough with the nonsense. יא, מען טאר נישט אהנדרייען א פאניק. יא, עס איז אמת אז פחד איז אויך געפערליך. אבער פארוואס, פארוואס, אוי געוואלד פארוואס, איז דא מאנכע וואס ווילען נאר מינימייזען די סכנה פון קאוויד, און שרייען נאך אלטץ, היום הזה, ערב פורים תשפ"א נאכדעם וואס כלל ישראל האט שוין ליידער אזא גרויסע ליסטע פון בד"ה, סיי אין אמעריקא, סיי אין אייראפע און סיי און ארה"ק, ווען מיר האבן פארלוירן צדיקים וקדושים, און נאך דא וואס שרייען אז עס איז א פשוטער פלו. פארוואס? און דערנאך, ווען השי"ת האט אויפגעשאקעלט די גאנצע וועלט, ווען ער האט געוויזן אז עס קען זיין עשירים מיליאנערן וואס זענען געשטארבן אליינס אין שפיטאל אהן קענען באקומען א טרינק וואסער, בו בזמן ווען ארימעלייט האבן געהאט עסען בשפע פון די אלע פראגראמען, האט דער רבוש"ע אונז געגעבן א רפואה, וואס איז די קאוויד וואקסין, קומען אהן מענטשען מיט אגענדאס און מאכן האטליינס מיט ראבא קאלס, ווי זיי קוויטשענען לא תעמוד על דם רעיך, בו בזמן ווען זיי זענען די רוצחים, וואס א חלק פון זיי זענען פיינע מענטשען און מיינען גוט, אבער זיי זענען פארפירט פון קאנספירעסיס אז ביל געיטס איז ערגער ווי היטלער און אז מען לייגט אריין פאטעיטוי טשיפס אין די וואקסינס. פארוואס?????

וויאזוי האט אמאל געזאגט רבינו הקדוש בעל דברי יואל מסאטמאר, איר ווייסט פארוואס איך בין נישט קיין שוחט? ווייל איך קען נישט. איר אלע שטינקערלייט, איר זענט נישט קיין דאקטוירים, איר ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט אייער לעבען בחייכון ובמיומיכן. כל מי שאינו יודע בטוב גיטין וקידושין לא יהא עסק עימהם. רעדט נישט אריין און זאכן וואס איר ווייסט נישט!!! אין ארץ ישראל פלוצלינג, זעט מען זיך ווי מער אינגע מענטשען שטארבן פון די אלטע. פארוואס??? ווייל די אלטע האבן שוין אלע באקומען ביידע דאזעס פון די וואקסין. עס ארבייט פעסט ב"ה. הודו לשם כי טוב. הערט אויף מיט די שקרים וכזבים. הערט אויף צו שפילן זיך מיט אגענדאס. הערט אויף צו זיין די נארישע puppets פון אזאלעכע געמיינע נידריגע גוים, גרועים שבאומת ווי Del Bigtree וואס די גאנצע וועלט האלט אים פאר א געמיינע אויסווארף, אבער די היימישע עולם איז דער וואס רופט אים צו אסיפות און צו האלטן דרשות???!!! הזאת נעמי??????

צום שלוס...

איינשפארן? ח"ו!!!
פארמאכן שולן??? ח"ו!!!
אהנטוהן א מאסק??? ח"ו!!!
אביסעלע זיך אכטונג געבען??? ח"ו!!!
שליכעטץ און היס אהן די גאנצע ביהמ"ד!!!
לאז דיינע אויסגעבלאזענע טישוס אונטערן סידור!!!
האנטוכער צירוק איבעראל און ווער עס ווישט זיך נישט דערין איז א מע-שי-קענער.

אלעס פיין... איז דאך דא דער וואקסין. וואס איז נישט קיין שום סכנה!!!! אזוי ווי אלע גרויסע דאקטוירים זאגן. און אז דער עולם וועט עס נעמען, וועט מען קענען צירוקגיין צו א נארמאלע לעבען. מען וועט נישט דארפן ח"ו פארשפארן בתי מדרשים ותלמוד תורה'ס. מען וועט ווייטער קענען לייגען די אויסגעבלאזענע טישוס אונטערן סידור, די גרעסערע איסור וועט זיין לא תשקצו, אבער כאטשיג וועט עס נישט זיין די הארבערע איסור פון רציחה. אבער ניין! דאס אויך נישט.
Ignorance and arrogance can kill!!!

ביסט 100% גערעכט! כהאב נישט קיין אנונג פארוואס די האסט מיך ציטירט... כבין גראדע זייער שטארק אקעגן דעי לויזע ווערטשאפט איבער זיך וואטשען.... כהאב גערעדט איבער די נקודה בכלליות צו יעצט איז עס טאקע שווערער ווי פסח.....

איך האב נישט געמיינט אייך פערזענליך, איר שרייבט דאך די זעלבע ווי מיר, ואתך הסליחה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

פרוכט בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: רבותי, נישט קיין ווערטל. קאראנע איז צוריק. און א שווערע סטרעין/כוואליע ר"ל

תגובהדורך פרוכט בוים » מיטוואך פאברואר 17, 2021 11:17 pm

מטעמים האט געשריבן:לייפציק רעדט צו די זאך

לייפציג רעדט געשמאק מיינט אבער נישט אז עס איז צו זאך

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ששת אלפים
תגובות: 6888
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: רבותי, נישט קיין ווערטל. קאראנע איז צוריק. און א שווערע סטרעין/כוואליע ר"ל

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך פאברואר 17, 2021 11:21 pm

פרוכט בוים האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:לייפציק רעדט צו די זאך

לייפציג רעדט געשמאק מיינט אבער נישט אז עס איז צו זאך

דאס הייסט אז דו ווייסט יא וועלכע זיכערהייטס מאסאנאמען זען בכח אפצוהאלטן די וויירוס פון זיך פארשפרייטן.

(כ'רעד אויסער זיך ארומדרייען צו'חוש'ט און טוישן יעדן טאג מיינונג ווייל ס'פאסט נישט מודה צו זיין אז ס'איז אומקאנטראלירבאר...)
ויחתם בטבעת המלך

גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

Re: רבותי, נישט קיין ווערטל. קאראנע איז צוריק. און א שווערע סטרעין/כוואליע ר"ל

תגובהדורך גיוואלדיג » מיטוואך פאברואר 17, 2021 11:26 pm

לייפציק האט געשריבן:אין א צייט וואס די גאווערמענט אליין האט נישט קיין שום סאלאשן.
מעסעדשעס פון לאקדאנס,
לאקדאנס העלפט נישט,
נישט מאסק יא מאסק צוויי מאסקעס,
נומבערס בכלל נישט העכער ביי פלעצער וואס מ'טאגט נישט קיין מאסקעס,
מענטשן וואס האבן זיך פארשפארט האבן בכלל נישט באקומען ווייניגער,
סטעיטס וואס זענען די מערסטע סטריקט מיט די ערגעסטע נאמבערס.

וואס מיינט זיך היטן? וואס רבנים, וואס פאר א שווארץ פעפער זאל מען טון?

איין זאך תפילה, אלע אנדערע זאכן זענען נערישקייט, זיך היטן? יא יעדער איד איז "מחויב זיך צו היטן אייביג" איבערהויפט יעצט אין שווערע צייטן, ווער עס פילט אז עפעס איז נישט סעיף פאר אים, זאל ער עס נישט טון, אבער וואס איז נישט סעיף? אלעס אויף די אייגענע אחריות, קיינער ווייסט נישט, לויט די רעגולאציעס איז א ליקער סטאר סעיף, און א שוהל נישט, א פראטעסט יא און א לוי' נישט.

וואס שרייט מען אז מ'לאכט, ווער לאכט? יעדער וויינט, אבער אז מ'ווייסט נישט וואס צו טון, טוט מען נישט.
א מאסק שאדט פאר'ן געזונט פאר'ן אטעמען מער ווי ס'העלפט פאר קאראנא, עס העלפט נישט ווי געפראווט געווארן דורך אומצואליגע דאקטורים, זיך איינשפארן שאדט פאר פאניק און פאר די נערווען עניטיים ווי ס'העלפט פאר קאראנא.

"קיינער" ווייסט נישט וואס מ'זאל טון, חוץ תפלה, הערטס אויף משוגע מאכן די מענטשהייט וואס מ'זאל טון, ווען די גאווערמענט מאכט דאס גענאר פון די מענטשהייט, די זעלבע איינגעשטאלטע וואס געבן גזירות, מאכן גרויסע פארטיס, און לאכן פון די וועלט.

נישט קיין וועג זיך צו פראטעקטן, אין חכמה ואין עצה ואין תבונה, נחפשה דרכינו.. נאר דאס העלפט.

קומט זיך דיר א מעדאל אין צאמקלאפען אזויפיל שטותים צוזאמען

ולגופו של ענין
מאכן גרויסע פארזאמלונגען פארשפרייט די וויירוס,
נישטא קיין חולק אויף דעם

אז מענטשן גייען ארום נאך געלט פון איין הויז צו די אנדערע פארשפרייט די וויירוס,
נישטא קיין חולק אויף דעם

אז מענטשן וואס האבן די וויירוס גייען אין בית המדרש פארשפרייט די וויירוס,
נישטא קיין חולק אויף דעם

אז עלטערע מענטשן ווערן געווארענט איבער דעם חומר המצב העלפט דאס אז זיי זאלן זיך היטן,
נישטא קיין חולק אויף דעם

אז יעדער איינער גיבט חיזוק פאר די וועלכע דארפן זיך אכט געבן, העלפט דאס אז די זאלן זיך היטן
נישטא קיין חולק אויף דעם

אז מענטשן מאכן חוזק פון די וועלכע געבן זיך אכט, העלפט דאס אז די זאלן דאס אויפגעבן,
נישטא קיין חולק אויף דעם

אז מנהיגי הקהילות נעמען דאס גלייכגילטיג, העלפט דאס אז אלע וואס באלאנגען דארט, וועלן דאס אויך נעמען לייכטזיניג
נישטא קיין חולק אויף דעם

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7881
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: רבותי, נישט קיין ווערטל. קאראנע איז צוריק. און א שווערע סטרעין/כוואליע ר"ל

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך פאברואר 17, 2021 11:28 pm

איינער קען מיר העלפען טראגען דעם געוואלדיגען פרוכט בוים קיין לייפציק?!
שרייב שוין עפעס

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, גרינע און 2 געסט