ס'קומט שוין א יאר פון "די"!! ערב פסח מיט די קינדער איינגעשפארט אינדערהיים

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5909
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

ס'קומט שוין א יאר פון "די"!! ערב פסח מיט די קינדער איינגעשפארט אינדערהיים

תגובהדורך eller » זונטאג ינואר 31, 2021 1:25 pm

יא מיין לוח זאגט שוין פאר אז מ'שטייט ווינציגער פון א חודש צו די שווערע צייט ווען אלע קינדער זענען געשטאנען אונטער די פיס במשך די גאנצע זמן פון פורים און פסח (און כמעט ביז שבועות..)
לאמיר דא אויסשמועסן זאכן וואס מ'האט איבערגעלעבט, ארויסנעמען די גוטע חלקים פון פאריאר (ווי פסחדיג מאכן בלויז ווי די הלכה אן די אלע איבריגע דאגות..)
און אזוי אויך די שווערע חלקים וואס ס'גייט (אדער ס'קומט שוין....) ארויף אויפן זכרון..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5909
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: ס'קומט שוין א יאר פון "די"!! ערב פסח מיט די קינדער איינגעשפארט אינדערהיים

תגובהדורך eller » זונטאג ינואר 31, 2021 2:09 pm

די ערשטע זאך האט מיר מיין ווייב געבעטן..
אז אויב מ'קען זאל מען ביטע ארויסגעבן נייע פסח סידיס פאר די קינדער ווייל זי קען נישט אנצינדן די אלע אלטע וואס האט געבאכעט פאריאר יעדן טאג א גאנצן צייט.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

אוועטאר
טשאלענט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3781
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: ס'קומט שוין א יאר פון "די"!! ערב פסח מיט די קינדער איינגעשפארט אינדערהיים

תגובהדורך טשאלענט » זונטאג ינואר 31, 2021 3:12 pm

איך בין נייגעריג אויב די אלע אינגעלייטלעך וואס האבן זיך צום ערשטן מאל אויסגעלערנט צו פירן א סדר אינדערהיים, אויב זיי וועלן שוין פארבלייבן דערמיט, אדער צוריק לויפן צום טאטן/שווער?

אוועטאר
אוראייניקל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5917
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ס'קומט שוין א יאר פון "די"!! ערב פסח מיט די קינדער איינגעשפארט אינדערהיים

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג פאברואר 01, 2021 9:18 am

ווענט זיך מן הסתם אין די תוצאות...


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט