בלאט 1 פון 5

מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

געשריבן: מוצ"ש ינואר 30, 2021 5:07 pm
דורך מיסתפינא
ווען האט זיך עס געגלייבט פאר א יאר צוריק

אבער זעהט זיך אויס אז אן קיין נס וועט די יאר אויך נישט זיין מעגליך פאר אלעמען צי אנקומען אהין.
עס איז דא א מדובר אויף עפענן גרעסערע צענטערען פאר די וואקסינירטע, וואס דאס וועט ערמעגליכען לכאורה צי אהין קומען.

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

געשריבן: מוצ"ש ינואר 30, 2021 6:40 pm
דורך מוכר ספרים
מיסתפינא האט געשריבן:ווען האט זיך עס געגלייבט פאר א יאר צוריק

אבער זעהט זיך אויס אז אן קיין נס וועט די יאר אויך נישט זיין מעגליך פאר אלעמען צי אנקומען אהין.
עס איז דא א מדובר אויף עפענן גרעסערע צענטערען פאר די וואקסינירטע, וואס דאס וועט ערמעגליכען לכאורה צי אהין קומען.

אויך פאר וואקסינירטע פון חוץ לארץ?

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

געשריבן: מוצ"ש ינואר 30, 2021 6:43 pm
דורך משה בן יעקב
מען וועט דארפען האבען א ״גרינע״ פאספורט....

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

געשריבן: מוצ"ש ינואר 30, 2021 8:46 pm
דורך א גוטן יונה
אבער נאר די עלטערע וועלן זיך שוין קענען האבן וואקסנירט, לויט ווי ס’פארט יעצט קוקט אויס אז ס’וועט נאך נעמען היפש א תקופה דא אין ניו יארק ביז די אינגערע וועלן זיך קענען וואקסנירן

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

געשריבן: מוצ"ש ינואר 30, 2021 9:20 pm
דורך קרעדיט
א גוטן יונה האט געשריבן:אבער נאר די עלטערע וועלן זיך שוין קענען האבן וואקסנירט, לויט ווי ס’פארט יעצט קוקט אויס אז ס’וועט נאך נעמען היפש א תקופה דא אין ניו יארק ביז די אינגערע וועלן זיך קענען וואקסנירן

ביז לג בעומר וועט שוין זיין גענוג וואקסינס

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

געשריבן: זונטאג ינואר 31, 2021 12:23 am
דורך newschest79
מיר האבן זיך שוין איינגעקויפט טיקעטס א היפשע וויילע צוריק האפענדיג אז מ'וועט קענען פארן.

"בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו"...כדאי ר' שמעון לסמוך עליו!!!

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

געשריבן: מאנטאג פאברואר 01, 2021 12:13 pm
דורך חסידישער קאך
מדארף אנהייבן אזווי מהאט גטוהן קיין אומאן

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

געשריבן: מאנטאג פאברואר 01, 2021 12:16 pm
דורך השקדן
חסידישער קאך האט געשריבן:מדארף אנהייבן אזווי מהאט גטוהן קיין אומאן

און וויאזוי האט זיך עס געענדיגט דארט?

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

געשריבן: מאנטאג פאברואר 01, 2021 4:02 pm
דורך יוסף פריעדמאן
דאס יאהר טאר מען נישט איבערחזר'ן די טעות פון פאריגע יאהר.

מיר זענען בשום אופן נישט מוותר אויף "נעילה"....

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

געשריבן: מאנטאג פאברואר 01, 2021 4:16 pm
דורך א גוטן יונה
דעס יאר ווייסט מען שוין אז מען דארף נאר זעהן אנצוקומען אין ארץ ישראל.. די איבריגע איז שוין מסודר...

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

געשריבן: מאנטאג פאברואר 01, 2021 5:32 pm
דורך מיסתפינא
עי' ערך הלוויות הגרמ"ד

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

געשריבן: מאנטאג פאברואר 01, 2021 5:57 pm
דורך א מחי'
מ'קען שוין עפענען א אשכול
אומאן ר"ה - תשפ"ב
מירון ל"ג בעומר - תשפ"ב
אא"וו

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

געשריבן: מאנטאג פאברואר 01, 2021 5:59 pm
דורך ריעל עסטעיט
א מחי' האט געשריבן:מ'קען שוין עפענען א אשכול
אומאן ר"ה - תשפ"ב
מירון ל"ג בעומר - תשפ"ב
אא"וו

און כ"א אדר תשפ"א

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

געשריבן: מאנטאג פאברואר 01, 2021 5:59 pm
דורך ווערעצקי
עי' ערך "בעלערוס"

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 11, 2021 7:17 pm
דורך גולם פון וואשינגטאן
א גוטן יונה האט געשריבן:דעס יאר ווייסט מען שוין אז מען דארף נאר זעהן אנצוקומען אין ארץ ישראל.. די איבריגע איז שוין מסודר...

דאס איז דאך אבער א שטארקע פראבלעם
אנקומען צי אר"י? איך בין דאך נישט קיין שפילער

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 11, 2021 7:14 pm
דורך אזוי גוט
א באריכט אין די ישראל היום צייטונג גיט אן אז דער משרד הבריאות פלאנט צו פארשלאגן א געזעץ לויט וועלכע נאר אזאלכע וועלכע האבן שוין געהאט דעם וויירוס אדער זיך וואקסינירט וועלן ערלויבט ווערן איינטריט אין מירון דעם קומענדיגן ל"ג בעומר הבעל"ט. דער פלאן צילט צו געבן די מעגליכקייט פארן ברייטן ציבור צו קענען מיטהאלטן דעם יומא דהילולא און אין די זעלבע צייט נישט חלילה ברענגען א פרישע פארשפרייטונג פונעם וויירוס, ווי אויך צו געבן אינצענטיוו פאר די וועלכע זענען נאכנישט וואקסינירט זיך צו גיין וואקסינירן כדי צו קענען זיין אין מירון ל"ג בעומר.

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 11, 2021 7:34 pm
דורך שמו
אזוי גוט האט געשריבן:א באריכט אין די ישראל היום צייטונג גיט אן אז דער משרד הבריאות פלאנט צו פארשלאגן א געזעץ לויט וועלכע נאר אזאלכע וועלכע האבן שוין געהאט דעם וויירוס אדער זיך וואקסינירט וועלן ערלויבט ווערן איינטריט אין מירון דעם קומענדיגן ל"ג בעומר הבעל"ט. דער פלאן צילט צו געבן די מעגליכקייט פארן ברייטן ציבור צו קענען מיטהאלטן דעם יומא דהילולא און אין די זעלבע צייט נישט חלילה ברענגען א פרישע פארשפרייטונג פונעם וויירוס, ווי אויך צו געבן אינצענטיוו פאר די וועלכע זענען נאכנישט וואקסינירט זיך צו גיין וואקסינירן כדי צו קענען זיין אין מירון ל"ג בעומר.

איינמאל ס'אפן, זעה איך נישט ווי אזוי זיי וועלן קענען מחלק זיין, בין מחוסן לשאינו מחוסן, ובין מחלים לשאינו מחלים
דער באלאגאן איז אזוי גרויס, אז אויב אפן, מיינט אפן פאר אלעמען.

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

געשריבן: פרייטאג מארטש 12, 2021 6:56 am
דורך עירוב תבשילין
ר' ברוך דייטש איש מירון טענה'ט אז היי יאר וועט מען שיינערהייט קענען פארן
הערט:
https://www.yiddish24.com/interviews/12/35705

https://cloudfront.yiddish24.com/KM_N11 ... 506771.mp3

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

געשריבן: פרייטאג מארטש 12, 2021 8:57 am
דורך גימפעל
ברוך דייטש פון נעילה ?

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

געשריבן: פרייטאג מארטש 12, 2021 9:00 am
דורך moishy56
גימפעל האט געשריבן:ברוך דייטש פון נעילה ?

ברוך דייטש..
נישט חונא דייטש פון 'נעילה' און די בעל מוסף ביי די באקאנטע 'קידוש קליפ'

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

געשריבן: פרייטאג מארטש 12, 2021 9:31 am
דורך Jobless
עירוב תבשילין האט געשריבן:ר' ברוך דייטש איש מירון טענה'ט אז היי יאר וועט מען שיינערהייט קענען פארן
הערט:
https://www.yiddish24.com/interviews/12/35705

https://cloudfront.yiddish24.com/KM_N11 ... 506771.mp3

פין אמירטשקע?

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

געשריבן: זונטאג מארטש 14, 2021 6:28 am
דורך עירוב תבשילין
Jobless האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:ר' ברוך דייטש איש מירון טענה'ט אז היי יאר וועט מען שיינערהייט קענען פארן
הערט:
https://www.yiddish24.com/interviews/12/35705

https://cloudfront.yiddish24.com/KM_N11 ... 506771.mp3

פין אמירטשקע?

ניין ער רעדט נאר פון ארץ ישראל

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

געשריבן: מיטוואך מארטש 17, 2021 5:29 pm
דורך טאטלע
They're opening the Border this year?

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

געשריבן: מיטוואך מארטש 17, 2021 5:53 pm
דורך פרישוואסער
טאטלע האט געשריבן:They're opening the Border this year?


נאך נישט באשטימט

איר וועט מיזען ווארטן ווי א "טאטעלע"

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

געשריבן: מיטוואך מארטש 17, 2021 7:00 pm
דורך גולם פון וואשינגטאן
טאטלע האט געשריבן:They're opening the Border this year?

פאר א אויסלענדישע בירגער? לכאורה נישט
תפילות קען זיכער העלפן