דעבאטע איבער די יעצטיגע קאראנע כוואליע (אדר תשפ"א) #2

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4431
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך פאברואר 24, 2021 2:13 pm

איינעם׳ס רב רעדט פון נעמען וויטאמין די און זינק? אזוי א מאסק האט גארנישט מיט אידישקייט, פארוואס רעדן פון עס, יעדער זאל נוצן דאס אייגן ביסל שכל.

א דאפלטע מאסק רעדוצירט די ריזיקע פון ווערן אנגעשטעקט מיט 95%, ממש ווי א וואקסין.
שויתי ה' לנגדי תמיד

נישטאמת
שר האלף
תגובות: 1111
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך נישטאמת » מיטוואך פאברואר 24, 2021 2:16 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:וואס האט זיי געטריבן צו מאכן מנינים אינדערהיים?
וואס האט זיי געטריבן צו אויפמאכן די חדר נאכפאר די רעגירונג האט ערלויבט?
וואס האט זיי געטריבן צו אינקארעדשן חדרים און ישיבות אין בעסמענטס וכו'?
האק אין קאפ א צווייטן. מיין רב (א רב פון א גרויסע קהילה בישראל) האט נישט געוואלט פארשפארן און האט אינקארעדשט צו מאכן מנינים וכו'.

מנינים, האלטן אפען די חדר איז איין זאך (וואס רוב וועלן זאגן אז סדארף זיין אפען). הכנסת ספר תורה און אנדערע נישט וויכטיגע מעמדים ווי חתונהס וכהנה, איז א פארברעך אז עס גייט געהעריג אן.
לעצט פאראכטן דורך נישטאמת אום מיטוואך פאברואר 24, 2021 2:17 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פנימחדשות האט געשריבן:מען דארף געדענקען אז ס'שטייט א מענטש אונטער יעדער ניק

nishtames@gmail.com

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9148
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך פאברואר 24, 2021 2:16 pm

Goodmorning האט געשריבן:א דאפלטע מאסק רעדוצירט די ריזיקע פון ווערן אנגעשטעקט מיט 95%, ממש ווי א וואקסין.

אויך אנטון א גארבעזש בעג אויפן גאנצן קאפ. ווייל מ'דערשטיקט זיך נאך איידער מ'האט א שאנס צו כאפן קאראנע...

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 17098
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך פאברואר 24, 2021 2:18 pm

אסדר, דו ווילסט מיר יעצט זאגן אז די רבנים (נישט אלע, און איך רעד פון די וואס יא. נישט פארגעסן די טענה דא איז איבער די רבנים וואס האבן נישט אפגעשפארט. ס'זענען טאקע דא אזאלכע וואס האבן יא.) ווי למשל סאטמאר האבן געהאלטן מ'דארף פארשפארן די שול??
ווען האט מען צוגעשפארט דעם שול אין קרית יואל? מ'האט מיט אלע כחות פראבירט צו האלטן אפן, און צו עפענען נאכדעם וואס מ'האט שוין יא פארשפארט.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.

נאכטלאמפ
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 23, 2020 8:33 pm

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך נאכטלאמפ » מיטוואך פאברואר 24, 2021 2:19 pm

Goodmorning האט געשריבן:איינעם׳ס רב רעדט פון נעמען וויטאמין די און זינק? אזוי א מאסק האט גארנישט מיט אידישקייט, פארוואס רעדן פון עס, יעדער זאל נוצן דאס אייגן ביסל שכל.

א דאפלטע מאסק רעדוצירט די ריזיקע פון ווערן אנגעשטעקט מיט 95%, ממש ווי א וואקסין.


94%
אגב, קיינער פון דיין משפחה מיטגלידער האבן נישט געכאפט דעם נייע סטרעין?

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 17098
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך פאברואר 24, 2021 2:20 pm

נישטאמת האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:וואס האט זיי געטריבן צו מאכן מנינים אינדערהיים?
וואס האט זיי געטריבן צו אויפמאכן די חדר נאכפאר די רעגירונג האט ערלויבט?
וואס האט זיי געטריבן צו אינקארעדשן חדרים און ישיבות אין בעסמענטס וכו'?
האק אין קאפ א צווייטן. מיין רב (א רב פון א גרויסע קהילה בישראל) האט נישט געוואלט פארשפארן און האט אינקארעדשט צו מאכן מנינים וכו'.

מנינים, האלטן אפען די חדר איז איין זאך (וואס רוב וועלן זאגן אז סדארף זיין אפען). הכנסת ספר תורה און אנדערע נישט וויכטיגע מעמדים ווי חתונהס וכהנה, איז א פארברעך אז עס גייט געהעריג אן.

דאס איז טאקע דיין מיינונג, אבער איך האב פון דעם א ראי' אז ס'איז נישט קיין פארברעך, והא ראי' די רבנים גייען צו חתונה'ס און מאכן חתונה, און הכנסת ס"ת וכו' אלעס ווי געהעריג.

----

אסדר, לאמיר אויסלאזן דעם שמועס צו זיי האבן דאן יא געוואלט אדער נישט.
יעצט טוען די רבנים קעמפן אז מ'זאל האלטן אפן.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4431
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך פאברואר 24, 2021 2:20 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:א דאפלטע מאסק רעדוצירט די ריזיקע פון ווערן אנגעשטעקט מיט 95%, ממש ווי א וואקסין.

אויך אנטון א גארבעזש בעג אויפן גאנצן קאפ. ווייל מ'דערשטיקט זיך נאך איידער מ'האט א שאנס צו כאפן קאראנע...

האסט שוין אמאל אויסגעטרייעט? א סחורה מיט א דיספאזעבל? נישט עכט א חילוק ווי פון איינס, אבער איך ווייס נישט צו זיי האבן. אריינגענומען די בארד אין זייערע סטאטיסטיקס.
שויתי ה' לנגדי תמיד

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4431
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך פאברואר 24, 2021 2:21 pm

נאכטלאמפ האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:איינעם׳ס רב רעדט פון נעמען וויטאמין די און זינק? אזוי א מאסק האט גארנישט מיט אידישקייט, פארוואס רעדן פון עס, יעדער זאל נוצן דאס אייגן ביסל שכל.

א דאפלטע מאסק רעדוצירט די ריזיקע פון ווערן אנגעשטעקט מיט 95%, ממש ווי א וואקסין.


94%
אגב, קיינער פון דיין משפחה מיטגלידער האבן נישט געכאפט דעם נייע סטרעין?

?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9148
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך פאברואר 24, 2021 2:23 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:אסדר, דו ווילסט מיר יעצט זאגן אז די רבנים (נישט אלע, און איך רעד פון די וואס יא. נישט פארגעסן די טענה דא איז איבער די רבנים וואס האבן נישט אפגעשפארט. ס'זענען טאקע דא אזאלכע וואס האבן יא.) ווי למשל סאטמאר האבן געהאלטן מ'דארף פארשפארן די שול??
ווען האט מען צוגעשפארט דעם שול אין קרית יואל? מ'האט מיט אלע כחות פראבירט צו האלטן אפן, און צו עפענען נאכדעם וואס מ'האט שוין יא פארשפארט.

איך האלט אז זיי וואלטן ממילא צוגעשפארט א טאג שפעטער אדער א וואך שפעטער ווען די ערשטע קאראנע קרבנות זענען נפטר געווארן.

דאס אז די רעגירונג האט געהייסן פארמאכן האט עס געמאכט פאר א מלחמה בין קודש לחול און ביז היינט קעמפט מען דאס.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 17098
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: דעבאטע איבער די יעצטיגע קאראנע כוואליע (אדר תשפ"א) #2

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך פאברואר 24, 2021 2:25 pm

כ'כאפ נישט וואוהין דו צילסט...
אין איין ווארט. ווען די רבנים הייסן האלטן אפן די שול, האלט מען אפן די שול. אפגעזעהן וואס דער אדער יענער זאגט.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9148
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעבאטע איבער די יעצטיגע קאראנע כוואליע (אדר תשפ"א) #2

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך פאברואר 24, 2021 2:39 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:כ'כאפ נישט וואוהין דו צילסט...
אין איין ווארט. ווען די רבנים הייסן האלטן אפן די שול, האלט מען אפן די שול. אפגעזעהן וואס דער אדער יענער זאגט.

דאס איז דיין מיינונג, ווייס איך שוין. כ'האב שוין פריער געשריבן מיין מיינונג בעיסד אויף וואס איך האב מיטגעהאלטן.

איך האב עס געוואלט שרייבן קלארער, אבער ס'פעלט נישט אויס. איך גיי סייווי נישט טוישן קיינעם און מאנכע וועלן עס אנקוקן אלס זלזול אין גדולי הדור, ממילא האלט איך מיך צוריק, און שוין.

הצלחה.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 17098
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: דעבאטע איבער די יעצטיגע קאראנע כוואליע (אדר תשפ"א) #2

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך פאברואר 24, 2021 2:40 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
הצלחה.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.

בלינצע
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך בלינצע » מיטוואך פאברואר 24, 2021 2:45 pm

נישטאמת האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:וואס האט זיי געטריבן צו מאכן מנינים אינדערהיים?
וואס האט זיי געטריבן צו אויפמאכן די חדר נאכפאר די רעגירונג האט ערלויבט?
וואס האט זיי געטריבן צו אינקארעדשן חדרים און ישיבות אין בעסמענטס וכו'?
האק אין קאפ א צווייטן. מיין רב (א רב פון א גרויסע קהילה בישראל) האט נישט געוואלט פארשפארן און האט אינקארעדשט צו מאכן מנינים וכו'.

מנינים, האלטן אפען די חדר איז איין זאך (וואס רוב וועלן זאגן אז סדארף זיין אפען). הכנסת ספר תורה און אנדערע נישט וויכטיגע מעמדים ווי חתונהס וכהנה, איז א פארברעך אז עס גייט געהעריג אן.


ממש א פארברעך?

דאס אז אלעס גייט געהריג אן פון סוכות, און דאך ב"ה איז נישטא א ספעציעלע אויפשטייג אין די אידישע גאס מער ווי אין אלגעמיין, איז נישט עפעס וואס מינעמייזט די 'פארברעך'?

בלינצע
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך בלינצע » מיטוואך פאברואר 24, 2021 2:47 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:אסדר, דו ווילסט מיר יעצט זאגן אז די רבנים (נישט אלע, און איך רעד פון די וואס יא. נישט פארגעסן די טענה דא איז איבער די רבנים וואס האבן נישט אפגעשפארט. ס'זענען טאקע דא אזאלכע וואס האבן יא.) ווי למשל סאטמאר האבן געהאלטן מ'דארף פארשפארן די שול??
ווען האט מען צוגעשפארט דעם שול אין קרית יואל? מ'האט מיט אלע כחות פראבירט צו האלטן אפן, און צו עפענען נאכדעם וואס מ'האט שוין יא פארשפארט.

איך האלט אז זיי וואלטן ממילא צוגעשפארט א טאג שפעטער אדער א וואך שפעטער ווען די ערשטע קאראנע קרבנות זענען נפטר געווארן.

דאס אז די רעגירונג האט געהייסן פארמאכן האט עס געמאכט פאר א מלחמה בין קודש לחול און ביז היינט קעמפט מען דאס.


שכחה איז ערשט נאך י"ב חודש...

וויאזוי האסטו שוין פארגעסן אז די רבנים האבן געהייסן צומאכן תיכף ווען די רעגירונג האט פארלאנגט?

בלינצע
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך בלינצע » מיטוואך פאברואר 24, 2021 2:48 pm

Goodmorning האט געשריבן:איינעם׳ס רב רעדט פון נעמען וויטאמין די און זינק? אזוי א מאסק האט גארנישט מיט אידישקייט, פארוואס רעדן פון עס, יעדער זאל נוצן דאס אייגן ביסל שכל.

א דאפלטע מאסק רעדוצירט די ריזיקע פון ווערן אנגעשטעקט מיט 95%, ממש ווי א וואקסין.


דו האלטסט אז איינער וואס האט שוין געהאט די וויירוס דארף בכלל גיין מיט א מאסק? ווער רעדט נאך פון צוויי.

נישטאמת
שר האלף
תגובות: 1111
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך נישטאמת » מיטוואך פאברואר 24, 2021 2:49 pm

בלינצע האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:וואס האט זיי געטריבן צו מאכן מנינים אינדערהיים?
וואס האט זיי געטריבן צו אויפמאכן די חדר נאכפאר די רעגירונג האט ערלויבט?
וואס האט זיי געטריבן צו אינקארעדשן חדרים און ישיבות אין בעסמענטס וכו'?
האק אין קאפ א צווייטן. מיין רב (א רב פון א גרויסע קהילה בישראל) האט נישט געוואלט פארשפארן און האט אינקארעדשט צו מאכן מנינים וכו'.

מנינים, האלטן אפען די חדר איז איין זאך (וואס רוב וועלן זאגן אז סדארף זיין אפען). הכנסת ספר תורה און אנדערע נישט וויכטיגע מעמדים ווי חתונהס וכהנה, איז א פארברעך אז עס גייט געהעריג אן.


ממש א פארברעך?

דאס אז אלעס גייט געהריג אן פון סוכות, און דאך ב"ה איז נישטא א ספעציעלע אויפשטייג אין די אידישע גאס מער ווי אין אלגעמיין, איז נישט עפעס וואס מינעמייזט די 'פארברעך'?

אז די דזשאוק איז געלונגן איז עס נישט עפעס וואס מינעמייזט די פארברעך. פארברעך איז פארברעך
פנימחדשות האט געשריבן:מען דארף געדענקען אז ס'שטייט א מענטש אונטער יעדער ניק

nishtames@gmail.com

בלינצע
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: דעבאטע איבער די יעצטיגע קאראנע כוואליע (אדר תשפ"א) #2

תגובהדורך בלינצע » מיטוואך פאברואר 24, 2021 2:50 pm

סאיז נישט קיין דזשאוק און סאיז נישט געלונגען. סאיז די פשוטע מציאות, דער עולם רובם ככולם האבן שוין געהאט דעם וויירוס. נישטא קיין סיבה בעולם זיך משוגע צו מאכן.

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4431
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך פאברואר 24, 2021 2:51 pm

בלינצע האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:איינעם׳ס רב רעדט פון נעמען וויטאמין די און זינק? אזוי א מאסק האט גארנישט מיט אידישקייט, פארוואס רעדן פון עס, יעדער זאל נוצן דאס אייגן ביסל שכל.

א דאפלטע מאסק רעדוצירט די ריזיקע פון ווערן אנגעשטעקט מיט 95%, ממש ווי א וואקסין.


דו האלטסט אז איינער וואס האט שוין געהאט די וויירוס דארף בכלל גיין מיט א מאסק? ווער רעדט נאך פון צוויי.

אפשר מיט די נייע סטרעינס יא... איך פארשטיי פארוואס מען פילט אז מען דארף נישט, ואבער למעשה טוישט זיך יעצט אביסל די מציאות. לאמיר האפן אז עס וועט זיך נישט צופיל פארשפרייטן דא פון דרום אפריקא.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9148
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך פאברואר 24, 2021 2:59 pm

בלינצע האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:אסדר, דו ווילסט מיר יעצט זאגן אז די רבנים (נישט אלע, און איך רעד פון די וואס יא. נישט פארגעסן די טענה דא איז איבער די רבנים וואס האבן נישט אפגעשפארט. ס'זענען טאקע דא אזאלכע וואס האבן יא.) ווי למשל סאטמאר האבן געהאלטן מ'דארף פארשפארן די שול??
ווען האט מען צוגעשפארט דעם שול אין קרית יואל? מ'האט מיט אלע כחות פראבירט צו האלטן אפן, און צו עפענען נאכדעם וואס מ'האט שוין יא פארשפארט.

איך האלט אז זיי וואלטן ממילא צוגעשפארט א טאג שפעטער אדער א וואך שפעטער ווען די ערשטע קאראנע קרבנות זענען נפטר געווארן.

דאס אז די רעגירונג האט געהייסן פארמאכן האט עס געמאכט פאר א מלחמה בין קודש לחול און ביז היינט קעמפט מען דאס.


שכחה איז ערשט נאך י"ב חודש...

וויאזוי האסטו שוין פארגעסן אז די רבנים האבן געהייסן צומאכן תיכף ווען די רעגירונג האט פארלאנגט?

וואו האב איך געזאגט אנדערש? אפשר ליינסטו איבער דעם גאנצן שמועס אויך?

בלינצע
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: דעבאטע איבער די יעצטיגע קאראנע כוואליע (אדר תשפ"א) #2

תגובהדורך בלינצע » מיטוואך פאברואר 24, 2021 3:00 pm

איך האב געמיינט צו קוואטן @כאניש. ואתך הסליחה.

בלינצע
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך בלינצע » מיטוואך פאברואר 24, 2021 3:02 pm

Goodmorning האט געשריבן:
בלינצע האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:איינעם׳ס רב רעדט פון נעמען וויטאמין די און זינק? אזוי א מאסק האט גארנישט מיט אידישקייט, פארוואס רעדן פון עס, יעדער זאל נוצן דאס אייגן ביסל שכל.

א דאפלטע מאסק רעדוצירט די ריזיקע פון ווערן אנגעשטעקט מיט 95%, ממש ווי א וואקסין.


דו האלטסט אז איינער וואס האט שוין געהאט די וויירוס דארף בכלל גיין מיט א מאסק? ווער רעדט נאך פון צוויי.

אפשר מיט די נייע סטרעינס יא... איך פארשטיי פארוואס מען פילט אז מען דארף נישט, ואבער למעשה טוישט זיך יעצט אביסל די מציאות. לאמיר האפן אז עס וועט זיך נישט צופיל פארשפרייטן דא פון דרום אפריקא.


מיין עצה צו דיר, שלאג ארויס דעם קארונא פון דיין קאפ. עס קוקט אויס ווי עס איז שוין געווארן א אבסעסשען און א הנאה פון זארג און פחד.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 17098
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: דעבאטע איבער די יעצטיגע קאראנע כוואליע (אדר תשפ"א) #2

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך פאברואר 24, 2021 3:10 pm

בלינצע האט געשריבן:איך האב געמיינט צו קוואטן @כאניש. ואתך הסליחה.

וואס איך זאג ס"ה איז אז מיר שפארן אפ שולן נאר ווען 'רבנים' הייסן אזוי.
(ערגעץ ווי איז דער שמועס אריינגעקראכן צו די רבנים ווילט טאקע אפשפארן אדער נישט, האב איך געשריבן אז דאן פסח צייט האט מען אויך נאר אפגעשפארט נאך וואס ס'איז נישט געווען קיין ברירה מצד די רעגירונג)
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.

אוועטאר
טשאלענט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך טשאלענט » מיטוואך פאברואר 24, 2021 3:33 pm

נאכטלאמפ האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:איינעם׳ס רב רעדט פון נעמען וויטאמין די און זינק? אזוי א מאסק האט גארנישט מיט אידישקייט, פארוואס רעדן פון עס, יעדער זאל נוצן דאס אייגן ביסל שכל.

א דאפלטע מאסק רעדוצירט די ריזיקע פון ווערן אנגעשטעקט מיט 95%, ממש ווי א וואקסין.


94%
אגב, קיינער פון דיין משפחה מיטגלידער האבן נישט געכאפט דעם נייע סטרעין?

אוודאי האט עס איינער געכאפט!

@פראגרעמינג האט עס געכאפט, זיין ברודער'ס ברודער

אוועטאר
טשאלענט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך טשאלענט » מיטוואך פאברואר 24, 2021 3:35 pm

Programming האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:אדער קען מען גיין קלייבן א צווייטער רב, א צווייטע קהילה, א צווייטע רעליגיע... ()

איך ווייס נישט וואס צו שרייבן אין די איינגערינגלטע, אפשר נאכאמאל דור עקש?


א צווייטע רעליגיע דארפן זיך קלייבן אזאלכע וואס פייפן זיך אן אויפן איסור פון לא תרצח, לא תעמוד על דם רעך, ולא תשים דמים בביתך. זיך פארשלייערן אונטערן תירוץ פון "מיין רב האלט אזוי" איז אפשר גענוג דאס צו מאכן פאר א שוגג קרוב למזיד. דאס זענען אלעס גאר הארבע שאלות פון אביזרייהו דשפיכות דמים וואס קען גאר זיין ביהרג ואל יעבור.

מיין רב איז דער וואס פסק'נט מיר די הלכות פון שבת ויו"ט

מיין רב איז דער וואס פסק'נט מיר די הלכות וואס גרעניצן זיך מיט כרת רח"ל

און מיין רב איז דער וואס פסק'נט מיר די הלכות פון יהרג ואל יעבור!!!

#דור עקש ופתלתל

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5996
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך נשמה » מיטוואך פאברואר 24, 2021 4:18 pm

גיוואלדיג האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
Growth hacker האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:לדעתי, לדעתי, ברויך זיך דער עולם שוין היינט היינט יעצט תיכף ומיד ממש זיך איינשפארן אזויווי פאריאר (וואס איז שוין געווען אביסל צו שפעט) פארמאכן please 0אלע בתי מדרשים און מקוואות, קליינע חתונות אויב בכלל, קיין פורים פארברענגען, אלטע און מיט קאנדישאנס זיך אפהיטן אפילו אויב זיי האבן עס שוין געהאט!!!
אולי יחוס אולי ירחם!!

(איך וואלט געעפנט א נייע אשכול, אבער איך וויל נישט אנזייען א פאניק.)

מען זאל "נישט צומאכן" קיין בתי מדרשים ביטע, מען זאל יא מאכן קליינע חתונות און די קליגע יודן זאלן זיך מסדר זיין און א שול ווי מען זיצט נישט צוזאמגעפרעסט מיט הונדערטע יודן, און אלע האנטוכער מוקצה מחמת מיאוס זאל מען צוריק מבער זיין
וכ"ו וכ"ו

פאר ווער סהאט שכל זיך צו היטן האט די 5טע שולחן ערוך און ספעלט נישט אויס די אלע איינגעשפארעכטץ

איך האלט אז מ'זאל שרייען צום אייבערשטן.


ס'איז עפעס א סתירה מיט אכט געבן?

לאמיר אריינקומען שרייען אז מ'דארף מתפלל זיין. און זיך פרעגן איינער דעם צווייטן: האסט שוין געזאגט א קאפיטל תהלים אז די קאראנע זאל זיך אפטון? יא אדער ניין? לאמיר זיך מחזק איינער דעם צווייטן צו זאגן הויעך אמן יהא שמיה רבא, בכוונה, ווייל די גאנצע אכטונג געבן איז אזא סארט זאך וואס האט זייער צו טון מיט אויבן. ווארען די גאנצע אכטונג געבן איז דאך נאר ווייל השי"ת האט געהייסן, און נישט ווייל דאס העלפט, נאר עס האט נישט קיין גשמיות'דיגע אפעקט, און אמן יהא שמיה רבא האט דעם זעלבן מאס יוקר ווען עס קומט צו מעסטן צו א מאסק און סאושל דיסטענסינג העלפט. און אויב אכטונג געבן איז מער ווי בעטן השי"ת, איז דאך דאס נישט אמת, ווייל על פי דרך הטבע העלפט עס נישט. עס העלפט נאר ווייל עס שאקלט די הימלען. און די פאקטן וואס עס איז פארגעקומען במשך איין גאנצע יאר, רעדט פאר זיך אליין. עס איז נאר ווייל השי"ת זעהט אז דער מענטש טוט.

ס'איז אנדערש ווי מ'זאל זאגן אז מ'דארף אכטונג געבן און מאכן א געיט ביי די עק פון די דאך. אדער אז מ'דארף אכטונג געבן פון פייער השם ישמרינו, ווייל דא - ביי די מאסק - איז עס נישט א דרך הטבע'דיגע אכטונג געבן. און די פאקטן וואס עס האט זיך אפגעשפיהלט פאר אונזערע אויגן רעדן פאר זיך. דאס איז אלעס סייווי א העכערע זאך. איז, די משקל פון אכטונג געבן, דארף זיין די זעלבע משקל ווי זיך מקרב זיין און מקרב זיין השי"ת צו אונז.

איז, איך בין מיך מסביר פארוואס איך האב געזאגט אז מ'דארף שרייען צו השי"ת. על כן על כל דברי הנ"ל.

איך זאג נישט גארנישט צו פארווייניגערן די אכטונג געבן, אבער איך זאג יא אז לויט די פאקטן וואס עס זענען פארגעקומען איז גאנץ קלאר אז עס דארף טראגן די ריכטיגע כובד המשקל דאס גאנצע אכטונג געבן. וואס די ריכטיגע כובד פון די אכטונג געבן איז אז עס איז א ענין פון זיך מקרב זיין צו השי"ת. און אז עס די תפילות לאבינו שבשמים. וואס עס פעהלט אויס.

והשם הטוב יעזור
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מיטוואך פאברואר 24, 2021 4:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Shadchen tov און 7 געסט