Goodmorning האט געשריבן:הודו להשם האט געשריבן:Goodmorning האט געשריבן:חדשות האט געשריבן:לא דובים ולא יער. עס איז דא צענליגער שטודיעס פון מענטשען וואס האבן גענומען מער ווי 20K ווייטאמין די און עס האט זיי גאר נישט געשאדט. טויזענטער מענטשען זענען אליינס עדות דערויף. חוץ מזה איז נישטא קיין איין איינציגע רעקארדירטע פאל פון "הייפערקאלסימיע" פון א מענטש וואס האט גענומען 20000 IU א טאג. (איין פאל האב איך געטראפן אבער יענער איז בנוסף לזה געזיצען אגוטע פאר שעה יעדן טאג אונטער די זון וואס געט גאר אסך ווייטאמין די כידוע)
וואס יא? איינע פון די אויפגעמאכטע סייענטיפישע פאקטן איז אז וויטאמין די העכער 4000 IU איז סכנות נפשות אן קיין שום באווייז. גיי דינג דיך. דאס לערענט מען מיט יעדע דאקטאר אין מעדיקעל קאלעזש צוזאמען מיט נאך א גאנצע באנטש סייענטיפישע פאקטן וואס טייל זענען אמת און טייל פשוט פאבריצירט. סאונד מאדנע אין די היינטיגע פארגעשריטענע וועלט??? מאדנע איט איז.
סא אויב די בלוט טעסט קומט אויס 85 איז עס נארמאל? דארף מען נישט זארגן? וויל יענעם איבערגעבן.
85 איז נישט קיין פראבלעם.
די אנגענומענע נומער איז אז ס'זאל זיין צווישן 32 און 100, ממילא איז אייביג גוט עס צו האלטן אינדערמיט צווישן 50 - 70, אין אזא תקופה איז אוודאי גוט ס'זאל זיין העכער.
א פראבלעם קען נאר זיין ביי 150 און לויט טייל ביי 200, אבער ס'קומט זיך נישט אזוי גרינג אן דערצו.
די ריכטיגע סכנה איז, אז ס'דא מענטשן וואס נעמען בכלל נישט קיין ווייטאמין D.
אה יישר כח, די דאקטאר האט געזאגט אז עס איז צו הויעך
אבער אנאנימע ניקס אויף אייוועלט האבן געזאגט אנדערש. וועמען קען מען גלייבן?