דעבאטע איבער די יעצטיגע קאראנע כוואליע (אדר תשפ"א) #2

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8660
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

דעבאטע איבער די יעצטיגע קאראנע כוואליע (אדר תשפ"א) #2

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך ינואר 27, 2021 8:00 pm

א גרויסע צאל אידן אין ב"פ זענען פאזיטיוו יעצט צום וויירוס, און לויט די ראטע ווי ס'פארט יעצט איז עס גאנץ מעגליך די בריטישע סטרעין וואס לויפט יעצט אין ארץ ישראל.

צום באטאנען, א גרויסע ציבור בני ארה"ק זענען געווען אין בארא פארק די לעצטע 2 וואכן לרגל א שמחה, און יענע קהילה האט היינט געמאלדן אז אידן מבני שישים ולמעלה אן אנטיבאדיס ווי אויך אידן מיט שוואכע אימיון סיסטעם זאלן נישט קומען אין בית המדרש.

מען דארף זיך אפהיטן. ווער ס'האט נישט קיין אנטיבאדיס זאל אכטונג געבן!!!

דער אויבערשטער זאל שומר ומציל זיין.

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8660
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך ינואר 27, 2021 8:05 pm

דאגה גדולה בחצר חסידות באבוב, לאחר שבימים האחרונים, החלה התפרצות מחודשת של נגיף הקורונה בקרב החסידים בבורו פארק, כשבוע לאחר שמחת החתונה ההמונית שהתקיימה לבן הזקונים של הרבי.

בהודעה דחופה ששוגרה לכלל החסידים נאמר כי לרגל המצב, כל מי מי שחש תסמינים, אפילו הקלים ביותר שלא יסתובב בין אנשים וכמובן שלא יגיע לבית המדרש, אפילו אחד שפיתח נוגדנים בגופו.

בנוסף נאמר בהודעה כי כל מי שעבר את גיל 60, ואין לו נוגדנים, או שנמצא בקבוצות סיכון, שיישאר בבית, ולא יסתובב בין אנשים

ככר השבת

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 784
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך דער בדחן » מיטוואך ינואר 27, 2021 8:21 pm

נאר מעגליך?

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8660
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך ינואר 27, 2021 8:30 pm

איך האב נאכנישט געזען באשטעטיגט אז די סטרעין איז טאקע צווישן דעם היימישן עולם, אבער ליידער קוקט אויס ווי ס'איז אסאך ערגער ווי די לעצטע צוויי כוואליעס.

איך האב א חבר וואס האט עס יעצט, און איז טאקע פון יענע קהילה. די סימפטאמען קומען אויך ארויס אסאך שנעלער ווי לעצטע מאל.

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5945
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך ינואר 27, 2021 8:38 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האב נאכנישט געזען באשטעטיגט אז די סטרעין איז טאקע צווישן דעם היימישן עולם, אבער ליידער קוקט אויס ווי ס'איז אסאך ערגער ווי די לעצטע צוויי כוואליעס.

איך האב א חבר וואס האט עס יעצט, און איז טאקע פון יענע קהילה. די סימפטאמען קומען אויך ארויס אסאך שנעלער ווי לעצטע מאל.

צום צווייטן מאל?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8660
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך ינואר 27, 2021 8:50 pm

ניין. צום ערשטן מאל.

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5945
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך ינואר 27, 2021 9:09 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ניין. צום ערשטן מאל.

א דאנק!

די בלוט דרוק איז צוריק אראפ... ברוך השם!
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

לאמיר פארשטיין
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 01, 2016 9:56 pm

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך לאמיר פארשטיין » מיטוואך ינואר 27, 2021 9:15 pm

די לאקאלע דאקטוירים טעסטן דאס שוין ? וואס זענען די קאנסיקווענסין אויב ווערט מען גטעסט פאסאטיוו דארף מען זיך איזאלירען ?

Programming
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

אידן האט שכל! ווער עס איז אין א גרעסערע געפאר, מאמעס, עלטערע און כראניש קראנקע, אנטלויפט

תגובהדורך Programming » מיטוואך ינואר 27, 2021 9:16 pm

Programming האט געשריבן:דעמאלט בלייבט איבער די איינציגסטע עצה צו אנטלויפן אזוי ווי די פוסקים שרייבן זייער שארף אויב מען בלייבט איבער אין שטאט און מען אנטלויפט נישט בשעת א מגפה

סאשעל דיסטענסינג איז דאך נישט קיין אפציע

אמת עס איז זייער שווער ביז כמעט אוממעגליך, אבער יעדער איינער וואס איז למעשה דורך א אומגליק ל"ע ווינטשט זיך מען זאל האבן געהאט די שכל צו אנטלויפן בעפאר טראץ די אומגעהויערע שוועריגקייטן דאס אויסצופירן למעשה. וויאזוי איז דער מצב אין די היימישע דערפלעך אין אינדיאנא און אריזאנע? איז דא דארט פארשפרייט די מגיפה?

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9319
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך ינואר 27, 2021 9:32 pm

אנטלויפט קיין וואו פונקטליך? און וויפיל פון די אנטלויפנדע זענען אנגעשטעקט און גייען נאר ווייטער פארשפרייטן די סטרעין?

די בראזיליאנער סטרעין באזארגט מיר מער ווי די בריטישע און די סאוט אפריקאנער סטרעינס.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8660
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך ינואר 27, 2021 9:33 pm

לאמיר פארשטיין האט געשריבן:אויב ווערט מען גטעסט פאסאטיוו דארף מען זיך איזאלירען ?

ניין, ס'בעסער צו גיין ווי מער צווישן מענטשן, בעיקר אלטע אידן, און בלאזן די נאז אויף זיי.


חוץ אויב כ'האב נישט גוט פאאשטאנען דיין פראגע.

!want to be good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך !want to be good » מיטוואך ינואר 27, 2021 9:37 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:אנטלויפט קיין וואו פונקטליך? און וויפיל פון די אנטלויפנדע זענען אנגעשטעקט און גייען נאר ווייטער פארשפרייטן די סטרעין?

די בראזיליאנער סטרעין באזארגט מיר מער ווי די בריטישע און די סאוט אפריקאנער סטרעינס.

פארוואס???
אלקי, נשמה שנתת בי, טהורה היא! ! !

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9319
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך ינואר 27, 2021 10:03 pm

Some scientists are especially worried about the coronavirus variant that emerged in Manaus, Brazil.


https://t.co/VvVT6bWafy

מאַנאַוס, א שטאט פון צוויי מיליאן אין די בראזיליאנער אמאזאן, האט שוין דערגרייכט 'הערד אימיניטי' אפאר חדשים צוריק, לויט שטודיעס.
די יעצטיגע וואריאנט האט באהערשט די סיטי אין בערך א דריטל פון די צייט וואס עס האט גענומען פאר בריטישע ווערסיע צו דאמינירן די לאנד.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

אוועטאר
Amazing
שר האלף
תגובות: 1459
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך Amazing » מיטוואך ינואר 27, 2021 10:07 pm

סוי הייסט עס מען דארף זיך נאכאמאל פארשפארן?
אוי רבינו של עולם ווער האט כח נאכדערצו מיט די פחד
א'מונה ב'טחון ג'עלט

פוילער
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך פוילער » מיטוואך ינואר 27, 2021 10:16 pm

מ׳מעג עס אנרופן בריטישע סטרעין?

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8660
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך ינואר 27, 2021 10:17 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:Some scientists are especially worried about the coronavirus variant that emerged in Manaus, Brazil.


https://t.co/VvVT6bWafy

מאַנאַוס, א שטאט פון צוויי מיליאן אין די בראזיליאנער אמאזאן, האט שוין דערגרייכט 'הערד אימיניטי' אפאר חדשים צוריק, לויט שטודיעס.
די יעצטיגע וואריאנט האט באהערשט די סיטי אין בערך א דריטל פון די צייט וואס עס האט גענומען פאר בריטישע ווערסיע צו דאמינירן די לאנד.

ווער זאגט אז ס'איז נישט די זעלבע סטרעין פון ענגלאנד?

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2934
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך ינואר 27, 2021 10:18 pm

פארוואס מאכט מען סתם א פאניק.
וויפיהל מאל ברויך מען אייך זאגן אז די קאראנא איז א פשוטער פלו.
מאסקעס העלפן נישט. נאר א פאר משוגעים טוען עס אהן. מען דארף טאקע פון זיי חוזק מאכן.
ווער עס וויל נישט נוצן די האנטוך אי שוהל האט פשוט או.סי.די.
מיר האבן שוין לאנג הערד אימיוניטי.
ווער איז זאגט אנדערשט איז א ציוני.

למעשה. אנו אין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9319
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך ינואר 27, 2021 10:22 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:Some scientists are especially worried about the coronavirus variant that emerged in Manaus, Brazil.


https://t.co/VvVT6bWafy

מאַנאַוס, א שטאט פון צוויי מיליאן אין די בראזיליאנער אמאזאן, האט שוין דערגרייכט 'הערד אימיניטי' אפאר חדשים צוריק, לויט שטודיעס.
די יעצטיגע וואריאנט האט באהערשט די סיטי אין בערך א דריטל פון די צייט וואס עס האט גענומען פאר בריטישע ווערסיע צו דאמינירן די לאנד.

ווער זאגט אז ס'איז נישט די זעלבע סטרעין פון ענגלאנד?

מען קען דאך זען די די ען עי און עס איז נישט די זעלבע ווי די ענגלישע וואריאנט. עס איז עטליכע מיוטעישאנס וואס זענען ענליך צו די סאוט אפריקאנער סטרעין, אבער איז אנדערש, און ערגער, אין אנדערע הינזיכטן.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך חיימאוויטש » מיטוואך ינואר 27, 2021 10:31 pm

Kosher Travel האט געשריבן:פארוואס מאכט מען סתם א פאניק.
וויפיהל מאל ברויך מען אייך זאגן אז די קאראנא איז א פשוטער פלו.
מאסקעס העלפן נישט. נאר א פאר משוגעים טוען עס אהן. מען דארף טאקע פון זיי חוזק מאכן.
ווער עס וויל נישט נוצן די האנטוך אי שוהל האט פשוט או.סי.די.
מיר האבן שוין לאנג הערד אימיוניטי.
ווער איז זאגט אנדערשט איז א ציוני.

למעשה. אנו אין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים.

זיך עטליכע מאל צולאכט... ביזן לעצטן שורה, דארט איז עס שוין גאר גאר ערנסט!
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...

פוילער
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך פוילער » מיטוואך ינואר 27, 2021 10:37 pm

Kosher Travel האט געשריבן:פארוואס מאכט מען סתם א פאניק.
וויפיהל מאל ברויך מען אייך זאגן אז די קאראנא איז א פשוטער פלו.
מאסקעס העלפן נישט. נאר א פאר משוגעים טוען עס אהן. מען דארף טאקע פון זיי חוזק מאכן.
ווער עס וויל נישט נוצן די האנטוך אי שוהל האט פשוט או.סי.די.
מיר האבן שוין לאנג הערד אימיוניטי.
ווער איז זאגט אנדערשט איז א ציוני.

למעשה. אנו אין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים.

זאג, איר זענט נאך און קוואראנטין? איר גייט מיט א מאסק אגאנצן טאג?

דיין לעצטע שורה איז דאס ריכטיגע, איך ווייס נישט וואס סהאט אויסגעפעלט דאס איבריגע.

אוועטאר
שטומפיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3719
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך שטומפיג » מיטוואך ינואר 27, 2021 10:53 pm

אין די לעצטע וואך צוויי האב איך געהערט פון אסאך פרויען און מיידלעך וואס זענען געווארן אנגעשטעקט. איך מיין אז די פראצענט איז נישט געווען אזוי הויעך ביי פרויען ביז יעצט, און ס'איז מעגליך א אנדייטונג אויף א אנדערע סטרעין. איך ווייס נישט אויב די בריטישע, אבער א אנדערע.
דעת עצמי.
מיין גאנציעריגע חתימה:
מה שלא יעשה השכל יעשה השמייכל!

מיין אדר חתימה:

בעל מנוחה
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך בעל מנוחה » מיטוואך ינואר 27, 2021 10:54 pm

כ׳מיין אז לויט ווי זאכן גייען אין דעם אשכול קען מען דאס ציריק ארויף ברענגען
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה

מאתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 12:19 pm

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך מאתים » מיטוואך ינואר 27, 2021 11:43 pm

אפשר איז כדי צו מאכן צוימונגען אין אלע געגנטער אין די קומענדיגע יו"ט פורים הבע"לט אז מזאל נישט אזוי ארומגיין, וואס ווי באקאנט איז פאריאר די פורים געווען אזא פולווער וואס האט עס צושפרייט זייער אין די היימישע קומיונעטי, מענטשן גייען נאך געלט פון מענטש צו מענטש , מטאנטצט מנעמט זיך ארום, זאל מען מאכן א שטיקל צומצום היי יאר
'ומאתים לנוטרים את פריו'

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך ינואר 27, 2021 11:47 pm

מאתים האט געשריבן:אפשר איז כדי צו מאכן צוימונגען אין אלע געגנטער אין די קומענדיגע יו"ט פורים הבע"לט אז מזאל נישט אזוי ארומגיין, וואס ווי באקאנט איז פאריאר די פורים געווען אזא פולווער וואס האט עס צושפרייט זייער אין די היימישע קומיונעטי, מענטשן גייען נאך געלט פון מענטש צו מענטש , מטאנטצט מנעמט זיך ארום, זאל מען מאכן א שטיקל צומצום היי יאר

שומר מצוה לא ידע דבר רע

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8660
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: געט אכטונג! בריטישע סטרעין איז שוין מעגליך אין היימישן ניו יארק

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך ינואר 27, 2021 11:49 pm

מאתים האט געשריבן:אפשר איז כדי צו מאכן צוימונגען אין אלע געגנטער אין די קומענדיגע יו"ט פורים הבע"לט אז מזאל נישט אזוי ארומגיין, וואס ווי באקאנט איז פאריאר די פורים געווען אזא פולווער וואס האט עס צושפרייט זייער אין די היימישע קומיונעטי, מענטשן גייען נאך געלט פון מענטש צו מענטש , מטאנטצט מנעמט זיך ארום, זאל מען מאכן א שטיקל צומצום היי יאר

רבנים האבן זיך שוין צאמגעזעצט איבער דעם, איין זאך האט מען שוין באשלאסן צו ענדיגן פורים 5:30 נאכמיטאג אנשטאט אריינציען אין נאכט אריין ווי געווענליך. עס גייט נישט זיין קיין צווייטע סעודה היי יאר נאך די שקיעה, נאר יעדער גייט עסן ביי זיך אין שטוב.

איך ווייס נישט וויפיל ס'גייט אויפטון, אבער בעסער ווי גארנישט...

#פורים המשולש


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט