דריטע סטימיולעס פעקעדזש

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

דריטע סטימיולעס פעקעדזש

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:00 pm

ברוכים הבאים!

פרעזידענט עלעקט זשאו ביידן האט היינט פארעפענטליכט זיין קאוויד סטימיולעס ביל, עס פארמאגט א גיגאנטישע $1.9 טריליאן פרייז צעטל, און איז ווי ערווארטעט גאר זאפטיג, ספעציעל פאר אונזערע היימישע קינדער געבענטשטע משפחות...

אט זענען די שליסל פונקטן:

- $1,400 דירעקט סטימיולעס פעימענטס פאר עדאלטס.

- $3000 טשיילד טעקס קרעדיט פער קינד העכער 6, $3600 פער קינד אונטער 6, פולי ריפאנדעבל.

- אנאימפלוימענט געהעכערט צו $400 א וואך, און פארלענגערט ביז ענדע סעפטעמבער.

- $350 ביליאן פאר סטעיטס. (ניו יארק באקומט פון די גרעסטע אפוטיקיס).

- $170 ביליאן פאר שולעס

- $50 ביליאן פאר קאוויד טעסטס

-$20 ביליאן פאר א פרישע נאציאנאלער וואקסין פראגראם

אזוי אויך פארלענגערט עס די עוויקשאן מאראטאריום, און עס ריקט ארויף די נאציאנאלע מינימום וועידזש צו $15, ווייסעך נישט צו נאר קאוויד אדער גאר פערמענאנט...

דא וועט מען קענען אויסשמועסן די דעטאלן, די פארהאנדלונגען, די טוישונגען וכדו
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Chai+1
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 10:31 am

Re: 3'טע סטימיולעס פעקעדזש

תגובהדורך Chai+1 » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:03 pm

Chai+1 האט געשריבן:Stimulus Updates:

President-elect has Biden unveiled a $1.9 trillion "American Rescue Plan". The plan is the first of two initiatives that the President-elect plans to introduce in his first few months in office.

http://chaiplus1.com/news/stimulus-aid-roundup/


Makes the Child Tax Credit fully refundable, increases the credit to $3,000/children over age 6, and $3,600/children under age 6, and makes 17 year old’s qualified for the credit

אוועטאר
סעלפאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע: אין טאש

תגובהדורך סעלפאן » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:04 pm

כאפצעם האט געשריבן:
- $3000 טשיילד טעקס קרעדיט פער קינד העכער 6, $3600 פער קינד אונטער 6, פולי ריפאנדעבל.


איר קענט דאס בעסער מסביר זיין אין פלעין אידיש? וואס מיינט א טשיילד טעקס קרעדיט? און וואס מיינט פולי ריפאנדעבל.
יישר כח
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2620
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: 3'טע סטימיולעס פעקעדזש

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:07 pm

די סטימיולוס טשעק הוספה גייט נאר פאר עדאלטס??? מה הועילו?

וואס מיינט עס אין נומבערס די טשיילד טעקס קרעדיט פאר א קינדער געבענטשטע משפחה?

אנאימפלוימענט: איינער וואס האט געפיילט זינט מארטש קען באקומען ביז סעפטעמבער ?
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1919
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: 3'טע סטימיולעס פעקעדזש

תגובהדורך שׁעמעדיגער » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:10 pm

כאפצעם האט געשריבן:
- $1,400 דירעקט סטימיולעס פעימענטס פאר עדאלטס.

נאר פאר אדאלטס?

האמיר געוויסט אז די אלע צוגעזאגאכטצער זענער דאמירן בעלמא

די ביל וואס האט געהאט געפעסט אין קאנגרעס האט געהאט 1400 פאר כל עם ועדה, אנשים נשים וטף

האקט די זעלבע

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2435
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: 3'טע סטימיולעס פעקעדזש

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:13 pm

כאפצעם, פאררעכט דעם קעפל, פרישער סטימולוס פון ירום הודו הנבחר (עלעק''ט בלע''ז).

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1919
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: 3'טע סטימיולעס פעקעדזש

תגובהדורך שׁעמעדיגער » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:14 pm

בכלל אז ער טשעפט צו די טשעקס צו א גרעסערע ביל איז די שאנסן דאס זאל דורכגיין נאנט צו 0

ער דארף האבן 60 וואוטס צו ענדיגן דיבעיט

ער גייט נישט האבן 9 ריפאבליקענס פאר נאך 1.9 ביליאן
נאכדערצו ווען ער טיילט אזויפיל געלט פאר די סטעיטס

ווען ער מיינט עס ווען אמת'דיג וואלט ער קודם געפעסט די טשעקס אלס א עקסטערע ביל וואס פאר דעם קען ער יא האבן די נויטיגע 60

די עיקר איז אז ער וועט קענען בלעימן די ריפאבליקענס אז זיי שטערן עס פון דורכגיין

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re:

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:18 pm

סעלפאן האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
- $3000 טשיילד טעקס קרעדיט פער קינד העכער 6, $3600 פער קינד אונטער 6, פולי ריפאנדעבל.


איר קענט דאס בעסער מסביר זיין אין פלעין אידיש? וואס מיינט א טשיילד טעקס קרעדיט? און וואס מיינט פולי ריפאנדעבל.
יישר כח

עס איז בעסיקלי א סטימיולעס טשעק, נאר ביים פיילן דעם טעקס ריטורן. מעגליך מ'וועט עס נאך קענען פיילן מיטן '20 ריטורן

פולי ריפאנדעבל מיינט באקומסט עס ריגארדלעס צו דארפסט צאלן טעקס צו נישט

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: 3'טע סטימיולעס פעקעדזש

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:21 pm

שׁעמעדיגער האט געשריבן:בכלל אז ער טשעפט צו די טשעקס צו א גרעסערע ביל איז די שאנסן דאס זאל דורכגיין נאנט צו 0

ער דארף האבן 60 וואוטס צו ענדיגן דיבעיט

ער גייט שטייצעך פרובירן, און ער קען זייער מעגליך האבן 10 רעפובליקענס, זייער אסאך האבן שוין בעבר אויסגעדריקט וויליגקייט פאר די נומבערס. ס'בכלל נישט רחוק מן המציאות זיי צו האבן.

אבער ער דארף זיי נישט. ער קען עס דורכפירן מיט "ריקאנסיליעישאן" ביי וואס ער דארף נאר 51.

ליל שישי
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 6:02 pm

Re: 3'טע סטימיולעס פעקעדזש

תגובהדורך ליל שישי » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:23 pm

סא דאס מיינט פאר איינעם מיט 5 קינדער 3 קינדער אינטער 6 יאר 3X $3600 +2X $3000 + 2X $1400 = $19600
דאס איז דאך שטארקע נייעס אויב אזוי א כפרה דעים טראמפ איים אלדוועי פאר ביידען

וועןרענטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:40 pm

Re: Re:

תגובהדורך וועןרענטל » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:27 pm

כאפצעם האט געשריבן:
סעלפאן האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
- $3000 טשיילד טעקס קרעדיט פער קינד העכער 6, $3600 פער קינד אונטער 6, פולי ריפאנדעבל.


איר קענט דאס בעסער מסביר זיין אין פלעין אידיש? וואס מיינט א טשיילד טעקס קרעדיט? און וואס מיינט פולי ריפאנדעבל.
יישר כח

עס איז בעסיקלי א סטימיולעס טשעק, נאר ביים פיילן דעם טעקס ריטורן. מעגליך מ'וועט עס נאך קענען פיילן מיטן '20 ריטורן

פולי ריפאנדעבל מיינט באקומסט עס ריגארדלעס צו דארפסט צאלן טעקס צו נישט

אויב קענסטו מער מסביר זיין

וואס הייסט ריגארלעס צו מדארף צאלן טעקס צו נישט?


לאו אינקאם וואס מאכט געלט ביים טעקס ריטורן גייט יעצט באקימען עקסטערע 3000 פער קינד ביים טעקס ריטורן?
וואס הייסט טעקס קרעדיט? קרעדיט פון וואס ער צאלט דאך נישט קיין טעקס?

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2491
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: 3'טע סטימיולעס פעקעדזש

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:28 pm

ווי איך פארשטיי גאנץ קלאר, איז אנשטאט די ביז יעצטיגע טעקס ריטוירן קרעדיט פון $2000 פער קינד, וועט מען באקומען $3000-$3600

וועןרענטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:40 pm

Re: 3'טע סטימיולעס פעקעדזש

תגובהדורך וועןרענטל » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:30 pm

כאפצעם האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:בכלל אז ער טשעפט צו די טשעקס צו א גרעסערע ביל איז די שאנסן דאס זאל דורכגיין נאנט צו 0

ער דארף האבן 60 וואוטס צו ענדיגן דיבעיט

ער גייט שטייצעך פרובירן, און ער קען זייער מעגליך האבן 10 רעפובליקענס, זייער אסאך האבן שוין בעבר אויסגעדריקט וויליגקייט פאר די נומבערס. ס'בכלל נישט רחוק מן המציאות זיי צו האבן.

אבער ער דארף זיי נישט. ער קען עס דורכפירן מיט "ריקאנסיליעישאן" ביי וואס ער דארף נאר 51.

10 רעפובליקענס פאר נאך 1.9 מיט א ב? איך גלייב נישט

פאר די 2000 איז געווען געציילטע רעפובליקאנער בלויז ווייל טראמפ האט עס געשטיפט אבער נאך 1.9? שווער צו גלייבן

וואס מיינט ריקאנסיליעישאן?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: Re:

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:30 pm

וועןרענטל האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
סעלפאן האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
- $3000 טשיילד טעקס קרעדיט פער קינד העכער 6, $3600 פער קינד אונטער 6, פולי ריפאנדעבל.


איר קענט דאס בעסער מסביר זיין אין פלעין אידיש? וואס מיינט א טשיילד טעקס קרעדיט? און וואס מיינט פולי ריפאנדעבל.
יישר כח

עס איז בעסיקלי א סטימיולעס טשעק, נאר ביים פיילן דעם טעקס ריטורן. מעגליך מ'וועט עס נאך קענען פיילן מיטן '20 ריטורן

פולי ריפאנדעבל מיינט באקומסט עס ריגארדלעס צו דארפסט צאלן טעקס צו נישט

אויב קענסטו מער מסביר זיין

וואס הייסט ריגארלעס צו מדארף צאלן טעקס צו נישט?


לאו אינקאם וואס מאכט געלט ביים טעקס ריטורן גייט יעצט באקימען עקסטערע 3000 פער קינד ביים טעקס ריטורן?
וואס הייסט טעקס קרעדיט? קרעדיט פון וואס ער צאלט דאך נישט קיין טעקס?

ריכטיג, ס'דא טעקס קרעדיטס וואס זענען נאר אויף די טעקסעס וואס דארפסט צאלן ווערט עס דערפון דעדאקטעט. "פולי ריפאנדעבל" איז טייטש אפילו דו דארפסט נישט צאלן, באקומסט א ריפאנד, באקומסטו אן טאפ דערפון די $3600

עפעס אנדערש
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: 3'טע סטימיולעס פעקעדזש

תגובהדורך עפעס אנדערש » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:31 pm

פריידט אייך נאכנישט אזוי. מען האט נאך נישט פארגעליינט אלעס. למשל אז די מינימום וועידזש גייט ארויפגיין צו $15 דאלער א שעה האט מען דיר נישט פארציילט. סאוי גייסט באקומען אסאך געלט, און אלעס גייט קאסטען טייערער, וועסטו דארפן אויסגעבן מער געלט. ווי וועסטו פארדינען?

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1919
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: 3'טע סטימיולעס פעקעדזש

תגובהדורך שׁעמעדיגער » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:33 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:ווי איך פארשטיי גאנץ קלאר, איז אנשטאט די ביז יעצטיגע טעקס ריטוירן קרעדיט פון $2000 פער קינד, וועט מען באקומען $3000-$3600

די יעצטיגע טעקס ריטורן קרעדיט איז 2000?

הייסט די פארדינסט איז 1000-1600 נישט 3000-3600?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: 3'טע סטימיולעס פעקעדזש

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:33 pm

וועןרענטל האט געשריבן:וואס מיינט ריקאנסיליעישאן?

א פראצעדור וואס מ'מעג ניצן איינמאל א יאר. צו דעם ברויך מען נישט קיין 60

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1919
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: 3'טע סטימיולעס פעקעדזש

תגובהדורך שׁעמעדיגער » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:35 pm

@כאפצעם האלטסט סגייט זיין 10 רעפובליקענס וואס גייען מסכים זיין פאר $15 א שעה?
לעצט פאראכטן דורך שׁעמעדיגער אום דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: 3'טע סטימיולעס פעקעדזש

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:37 pm

יא, ס'זייער א פאפולער זאך היינט צוטאגס אין די אלגעמיינע גאס

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: 3'טע סטימיולעס פעקעדזש

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:41 pm

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:ווי איך פארשטיי גאנץ קלאר, איז אנשטאט די ביז יעצטיגע טעקס ריטוירן קרעדיט פון $2000 פער קינד, וועט מען באקומען $3000-$3600

די יעצטיגע טעקס ריטורן קרעדיט איז 2000?

הייסט די פארדינסט איז 1000-1600 נישט 3000-3600?

די יעצטיגע איז $2,000 אלס א טעקס קרעדיט אבער נישט פולי ריפאנדעבל, בלויז ביז $1,400 איז ריפאנדעבל. צב"ש אויב ביזטו שולדיג $3000 טעקס וועט די קרעדיט עס רעדוצירן צו $1,000. אויב אבער איז דיין טעקס ביל בלויז $200 באקומסטו א ריפאנד פון $1,200.

אין די פארגעשלאגענע ביל באקומסטו א ריפאנד פון דעם גאנצן $3600/$3000.

ליל שישי
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 6:02 pm

Re: 3'טע סטימיולעס פעקעדזש

תגובהדורך ליל שישי » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:43 pm

עפעס אנדערש האט געשריבן:פריידט אייך נאכנישט אזוי. מען האט נאך נישט פארגעליינט אלעס. למשל אז די מינימום וועידזש גייט ארויפגיין צו $15 דאלער א שעה האט מען דיר נישט פארציילט. סאוי גייסט באקומען אסאך געלט, און אלעס גייט קאסטען טייערער, וועסטו דארפן אויסגעבן מער געלט. ווי וועסטו פארדינען?

ווייס איך נישט וואס דו מיינסטו? רענט גייט זיין העכער סהאט נישט מיט מינומים וועידש בד"ו מיין מארטגעדש בלייבט די זעלבע, PROPTEY TAX גייט במילא ארויפגיין 3% א יאר, מיין העמד קומט דאך במילא פין טשיינע ווי סאיז נישטא קיין מינומים וועידזש, שכר מלימדות באגריקט מען דאך צוריק, מעדיקעט צאלט דאך אלע העלט קעיר זאכן סא די רעדסט פין ברויט אין אייער וואס איז געמאכט דאהי נא אויב די עסן וועט ארויף גיין וועט אי"ה די פאד סטעמפס ארויפגיין

עפעס אנדערש
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: 3'טע סטימיולעס פעקעדזש

תגובהדורך עפעס אנדערש » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:50 pm

ליל שישי האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:פריידט אייך נאכנישט אזוי. מען האט נאך נישט פארגעליינט אלעס. למשל אז די מינימום וועידזש גייט ארויפגיין צו $15 דאלער א שעה האט מען דיר נישט פארציילט. סאוי גייסט באקומען אסאך געלט, און אלעס גייט קאסטען טייערער, וועסטו דארפן אויסגעבן מער געלט. ווי וועסטו פארדינען?

ווייס איך נישט וואס דו מיינסטו? רענט גייט זיין העכער סהאט נישט מיט מינומים וועידש בד"ו מיין מארטגעדש בלייבט די זעלבע, PROPTEY TAX גייט במילא ארויפגיין 3% א יאר, מיין העמד קומט דאך במילא פין טשיינע ווי סאיז נישטא קיין מינומים וועידזש, שכר מלימדות באגריקט מען דאך צוריק, מעדיקעט צאלט דאך אלע העלט קעיר זאכן סא די רעדסט פין ברויט אין אייער וואס איז געמאכט דאהי נא אויב די עסן וועט ארויף גיין וועט אי"ה די פאד סטעמפס ארויפגיין

דיין העמד קומט טאקע פון טשיינע, אבער דער ערל וואס פאקט דאס אויפן שעלף איז דאהי, און ער גייט ווערן באצאלט $15 דאלער א שעה פלאס אווערטיים, און די זעלבע מיט די דעליווערי גוי וואס וועט אייך דאס ברענגען וועט אויך ווערן באצאלט $15 דאלער א שעה פלאס אווערטיים, און דער מוכר דארף דאך דאס דעקן. איז ווער מיינט איר וועט דאס באצאלן?
און אויסער דעם, אויב דו וועסט מאכן $15 דאלער א שעה, וועסטו דאך נישט זיין עלידזשעבל פאר פוד סטעמפס בכלל... און די טעקס ריטורן גייט אויך אראפגיין, ווייל דו האסט צוסאך פארדינט.

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2435
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: 3'טע סטימיולעס פעקעדזש

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:53 pm

כאפצעם האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:בכלל אז ער טשעפט צו די טשעקס צו א גרעסערע ביל איז די שאנסן דאס זאל דורכגיין נאנט צו 0

ער דארף האבן 60 וואוטס צו ענדיגן דיבעיט

ער גייט שטייצעך פרובירן, און ער קען זייער מעגליך האבן 10 רעפובליקענס, זייער אסאך האבן שוין בעבר אויסגעדריקט וויליגקייט פאר די נומבערס. ס'בכלל נישט רחוק מן המציאות זיי צו האבן.

אבער ער דארף זיי נישט. ער קען עס דורכפירן מיט "ריקאנסיליעישאן" ביי וואס ער דארף נאר 51.


דאכט זיך מען קען נישט דורכפירן מער ווי א טריליאן דאלער מיט ריקאנסיליעישאן.
אפשר וועט ער מבטל זיין די טראמפ טעקס קאטס און דארט שאפן נאך א טריליאן.

Chai+1
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 10:31 am

Re: 3'טע סטימיולעס פעקעדזש

תגובהדורך Chai+1 » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:56 pm

וועןרענטל האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:בכלל אז ער טשעפט צו די טשעקס צו א גרעסערע ביל איז די שאנסן דאס זאל דורכגיין נאנט צו 0

ער דארף האבן 60 וואוטס צו ענדיגן דיבעיט

ער גייט שטייצעך פרובירן, און ער קען זייער מעגליך האבן 10 רעפובליקענס, זייער אסאך האבן שוין בעבר אויסגעדריקט וויליגקייט פאר די נומבערס. ס'בכלל נישט רחוק מן המציאות זיי צו האבן.

אבער ער דארף זיי נישט. ער קען עס דורכפירן מיט "ריקאנסיליעישאן" ביי וואס ער דארף נאר 51.

10 רעפובליקענס פאר נאך 1.9 מיט א ב? איך גלייב נישט

פאר די 2000 איז געווען געציילטע רעפובליקאנער בלויז ווייל טראמפ האט עס געשטיפט אבער נאך 1.9? שווער צו גלייבן

וואס מיינט ריקאנסיליעישאן?

מיט א ב?? מיט א ט!!

אוועטאר
sheetrock
שר האלפיים
תגובות: 2743
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: 3'טע סטימיולעס פעקעדזש

תגובהדורך sheetrock » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:57 pm

ליל שישי האט געשריבן:סא דאס מיינט פאר איינעם מיט 5 קינדער 3 קינדער אינטער 6 יאר 3X $3600 +2X $3000 + 2X $1400 = $19600
דאס איז דאך שטארקע נייעס אויב אזוי א כפרה דעים טראמפ איים אלדוועי פאר ביידען

אז דו ביזט גערעכט ביזטעך גערעכט
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

טענקס חוח'ל פארן אריינטאנצן פון דאך לכבוד מיר/פורים
טענקס קנאפער פארן עס צופאסן ס'זאל אריינפיטן אין מיין מח


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot און 15 געסט