נייע שנעל פארשפרייטענדע סטרעין פון די קאראנע וויירוס אין ענגלאנד

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: נייע שנעל פארשפרייטענדע סטרעין פון די קאראנע וויירוס אין ענגלאנד

תגובהדורך זארג נישט » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 3:16 pm

ממש אזוי האט געשריבן:האט נאך איינער געשפירט אז עס איז א מאדנער פערצופאל; פונקט מוטשעט זיך ענגלאנד צו בלייבן אויבנאן פון די געיעג צו פראדעצירן א וואקסין מיט זייער דערווייל דורכגעפאלענע אסטראזאנקע-אוקספורד וואקסין , און פונקט געשעט א ״ענגלישע סטרעין״ וואס צושאקעלט אין א געוויסע זין די שטאלצע זיכערקייט פון די אמעריקאנע וואקסינען און נאך אביסל וועלן זיי ארויסקומען זאגן אז זייער ענגלישע וואקסין ארבעט פאר די ענגלישע סטרעין.

נישט מאדנע?

געדענק, עס איז ביז היינט נאך נישט געווען אן אפיציעלער ״אנדערער״ סטרעין אויסער די יעצטיגע סטרעין וואס האט זיך אנגעפאנגן אין וואוהאן כינע מיט א יאר צוריק. אין די גאנצע גלאובס איז נישט געווען נאך א ארט וואו ס׳האט זיך געגרינדעט א פרישע סטרעין נאר אין ענגלאנד.

דאס איז פון סעפטעמבער, און רעדט פון אנדערע סטרעין'ס.
https://khn.org/morning-breakout/more-c ... sed-study/
וואס גייט דא פאר, איז עס נייע אדער אלטע?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: נייע שנעל פארשפרייטענדע סטרעין פון די קאראנע וויירוס אין ענגלאנד

תגובהדורך זארג נישט » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 3:18 pm

אזוי גאר! האט געשריבן:איינער פון די גרויסע דאקטורים אין א"י האט היינט געזאגט אז די גאנצע נייע סטרען איז א פאלטשע מעשה פון ענגלאנד צו פארענפערן פארוואס זיי האבן אזויפיל קעסעס

און לאידך גיסא זאגען זיי אז עס זענען דא א סאך דארטן וואס האבן די נייע סטרעין, איז וועליכע איז ריכטיג?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14020
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 3:20 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:איך בין נישט אינגאנצן א בעל דמיון

חכם עדיף מנביא!!

נישט סתם! ממש א גאונות!

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14020
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 3:21 pm

זארג נישט האט געשריבן:
אזוי גאר! האט געשריבן:איינער פון די גרויסע דאקטורים אין א"י האט היינט געזאגט אז די גאנצע נייע סטרען איז א פאלטשע מעשה פון ענגלאנד צו פארענפערן פארוואס זיי האבן אזויפיל קעסעס

און לאידך גיסא זאגען זיי אז עס זענען דא א סאך דארטן וואס האבן די נייע סטרעין, איז וועליכע איז ריכטיג?


סטיטשינער האט געשריבן:
אזוי גאר! האט געשריבן:איינער פון די גרויסע דאקטורים אין א"י האט היינט געזאגט אז די גאנצע נייע סטרען איז א פאלטשע מעשה פון ענגלאנד צו פארענפערן פארוואס זיי האבן אזויפיל קעסעס

נישט פונקט. יעדער איז מודה אז די סטרעין איז אוודאי א פרישע און מענטשען באקומען עס, ער טענה'ט אבער עס איז נישט דא קיין באווייז אז עס איז 70% מער קאנטעידשעס

אבער דער איז כנראה א שרעקליכע בעל דמיון, אדער א חסיד פון יורם לס.

KMW
שר האלף
תגובות: 1650
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: נייע שנעל פארשפרייטענדע סטרעין פון די קאראנע וויירוס אין ענגלאנד

תגובהדורך KMW » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 3:37 pm

אינטרעסאנט אין א ארטיקל וועגן לאקדאונס וועגן די נייע סטרעין אין ענגלאנד ברענגט מען נאך אלץ אראפ פון די אזויגערופענע פראפעסער ניעל פערגעסאן וואס האט געדארפט ריזיינען בבושת פנים אין מארטש נאך וואס עס האט זיך ארויסגעוויזן אז ער האט געמאכט א טעות ביי שרייבן אז 500 טויזענט מענטשן גייען שטארבן.

https://www.bbc.com/news/uk-55422358

זיין היסטערי פון טעותים..

https://www.spectator.co.uk/article/mos ... d-be-asked

אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2144
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re:

תגובהדורך ממש אזוי » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 4:13 pm

סטיטשינער האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:איך בין נישט אינגאנצן א בעל דמיון

חכם עדיף מנביא!!

נישט סתם! ממש א גאונות!


איך ווער א הייסע סטיטשינער פון היינט און ווייטער.
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 600 אינספערעישענעל quotes.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re:

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 4:33 pm

סטיטשינער האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:איך בין נישט אינגאנצן א בעל דמיון

חכם עדיף מנביא!!

נישט סתם! ממש א גאונות!

גאונות קומט נישט ממש אריין דא, מ׳זעהט נאר ווי איינער וואס באטראכט א זאך מיט א קלארע בליק אן קיין נגיעות טרעפט צי יותר מנביא. פארפאלן דער בחור איז גוט

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14020
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 4:55 pm

וואס האט ער צוגעטראפן? אז אסטרא וואס ארבעט שוין א יאר לאנג צו אנטוויקלן א וואקסין און איז געווען די ערשטע צו ענדיגן איינס, נאר זיי זענען געווען אביסל מער פארזיכטיג מיט די טרייעלס, איז שוין ענדליך ארויס געקומען מיט דעם?

אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2144
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re:

תגובהדורך ממש אזוי » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 6:53 pm

סטיטשינער האט געשריבן:וואס האט ער צוגעטראפן? אז אסטרא וואס ארבעט שוין א יאר לאנג צו אנטוויקלן א וואקסין און איז געווען די ערשטע צו ענדיגן איינס, נאר זיי זענען געווען אביסל מער פארזיכטיג מיט די טרייעלס, איז שוין ענדליך ארויס געקומען מיט דעם?


אויף די רויטע וואס הייסט?

ועוד - אויף די בלויע דהיינו?

לכאורה א שטיקל סתירה.

ערשט גענדיגט און געווען מער פארזיכטיג? אויב זענען זיי אדורכגעפאלן האבן זיי דאך נישט גענדיגט! משל למה הדבר דומה צו א קליין בן מלך׳ל וואס מאכט א רעיס מיט זיין ברודער׳ל ווער ס׳קען שנעלער ענדיגן קאלירן א געמאלענע טעפיך אינעם קעניגליכן הויף און ער גיט א קאטשקע בראטשקע און דערקלערט מיט טריאומף אז ער האט גענדיגט ערשט. פארשטייט זיך אז די באדינער וועלן אים שיקן אין גלות אריין.. ווייל דאס הייסט דאך נישט גענדיגט.
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 600 אינספערעישענעל quotes.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14020
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 7:45 pm

וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? די פארמיולע, דעס הייסט די "אינגרידיענטס" וואס זיי לייגען אריין אינעם וואקסין, האבן זיי אויסגעטראפן די ערשטע. עס האט זיי נאר גענומען לענגער די נויטיגע טרייעלס וואס מען דארף מאכן כדאי צו פעסט שטעלן אויף 100 פראצענט און זיכער מאכן אז עס איז נישט דא קיין שעדליכע סייד עפעקטס. דא האבן זיי געארבעט שטייטער ווי די צוויי ריזן.

נאך קשיות?
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2144
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re:

תגובהדורך ממש אזוי » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 8:34 pm

סטיטשינער האט געשריבן:וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? די פארמיולע, דעס הייסט די "אינגרידיענטס" וואס זיי לייגען אריין אינעם וואקסין, האבן זיי אויסגעטראפן די ערשטע. עס האט זיי נאר גענומען לענגער די נויטיגע טרייעלס וואס מען דארף מאכן כדאי צו פעסט שטעלן אויף 100 פראצענט און זיכער מאכן אז עס איז נישט דא קיין שעדליכע סייד עפעקטס. דא האבן זיי געארבעט שטייטער ווי די צוויי ריזן.

נאך קשיות?


די דריטע קשיא איז אז פייזער און מאדערנע ארבעטן מיט א פרעצעדענטלאזע MRNA און אסטראזענקע נישט.

איז וואס גענוי האבן זיי ״אויסגעטראפן״ ערשט?
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 600 אינספערעישענעל quotes.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2144
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: נייע שנעל פארשפרייטענדע סטרעין פון די קאראנע וויירוס אין ענגלאנד

תגובהדורך ממש אזוי » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 8:39 pm

די פערטע קשיא איז פארוואס רופסטו עס ״גענדיגט״ אויב זיי האבן נאכנישט באקומען קיין אפראוול?

האסט אמאל געהערט פון ווילאדומיר פוטין? דו ווייסט אז ער האט שוין ״גענדיגט״ זיין ׳ספוטניק-ווי׳ וויירוס.. אנטושלדיגט וואקסין בעפאר די זומער נאך?
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 600 אינספערעישענעל quotes.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: נייע שנעל פארשפרייטענדע סטרעין פון די קאראנע וויירוס אין ענגלאנד

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 9:00 pm

;l;p-

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14020
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 10:55 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:;l;p-

אז דו פארשטייסט זיישע ביטע מסביר וואס ער וויל, ווייל עס קוקט אויס ווי עס פעלט אים אביסל די כח ההסברה.

גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

Re: נייע שנעל פארשפרייטענדע סטרעין פון די קאראנע וויירוס אין ענגלאנד

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 8:12 am

ווערט באריכטעט איבער נאך א נייע אין מער מסוכן'דיגע סטרעין פון די קאראנע וויירוס ל"ע אין אינדיע.

פארשער זאגן אז עס איז מעגליך אז די נייע סטרעין קען נישט ווערן באקעמפט דורך אנטי-באדי'ס באשאפן דורך די ביז יעצטיגע קאראנע, און דאס מיינט אז די וואקסין וועט לכאורה נישט ווירקען אויף דעם.

ואין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים.

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: נייע שנעל פארשפרייטענדע סטרעין פון די קאראנע וויירוס אין ענגלאנד

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 8:18 am

גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:ווערט באריכטעט איבער נאך א נייע אין מער מסוכן'דיגע סטרעין פון די קאראנע וויירוס ל"ע אין אינדיע.

פארשער זאגן אז עס איז מעגליך אז די נייע סטרעין קען נישט ווערן באקעמפט דורך אנטי-באדי'ס באשאפן דורך די ביז יעצטיגע קאראנע, און דאס מיינט אז די וואקסין וועט לכאורה נישט ווירקען אויף דעם.

ואין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים.

מקור?
שויתי ה' לנגדי תמיד

נארגוטס
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2018 11:05 am

Re: נייע שנעל פארשפרייטענדע סטרעין פון די קאראנע וויירוס אין ענגלאנד

תגובהדורך נארגוטס » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 8:23 am

גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:ווערט באריכטעט איבער נאך א נייע אין מער מסוכן'דיגע סטרעין פון די קאראנע וויירוס ל"ע אין אינדיע.

פארשער זאגן אז עס איז מעגליך אז די נייע סטרעין קען נישט ווערן באקעמפט דורך אנטי-באדי'ס באשאפן דורך די ביז יעצטיגע קאראנע, און דאס מיינט אז די וואקסין וועט לכאורה נישט ווירקען אויף דעם.

ואין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים.

דאס איז די זעלבע ווי און ענגלאנד נאר יעצט אנגעקומען און אינדיע

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1720
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: נייע שנעל פארשפרייטענדע סטרעין פון די קאראנע וויירוס אין ענגלאנד

תגובהדורך zugurnish » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 8:57 am

Goodmorning האט געשריבן:
גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:ווערט באריכטעט איבער נאך א נייע אין מער מסוכן'דיגע סטרעין פון די קאראנע וויירוס ל"ע אין אינדיע.

פארשער זאגן אז עס איז מעגליך אז די נייע סטרעין קען נישט ווערן באקעמפט דורך אנטי-באדי'ס באשאפן דורך די ביז יעצטיגע קאראנע, און דאס מיינט אז די וואקסין וועט לכאורה נישט ווירקען אויף דעם.

ואין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים.

מקור?

https://www.bhol.co.il/news/1169387

אזוי שרייבן זיי דא אין בחדרי חרדים

אבער איך האב געזוכט אביסול צו געפינן דאס איז די מידיה און איך זע ניט

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייע שנעל פארשפרייטענדע סטרעין פון די קאראנע וויירוס אין ענגלאנד

תגובהדורך בבקשה » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 9:14 am

סאיז נישט די זעלבע ווי ענגלאנד.

https://www.google.com/url?sa=t&source= ... PDoYIgUadH

בנוגע אנטיבאדיס, איז דא איינער אין אינדיע וואס האט שוין געהאט די ווירוס און האט באקומען די ווירוס, 1 מענטש, אויף דעם בויעט מען די גאנצע בנין.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 7:13 pm

ערשעט באשטעטיגטע פאל פון די נייע "סטרעין" געטארפן געווארן אין אמעריקא.

ס'איז געפונען געווארן ביי א מענטש אין די 20'ער יארן, וואס האט נישט גערייזט סייווי דורכאויס די לעצטערע מאנאטן - די קעיס איז געפונען געווארן אין קאלאראדאו..
שאם אין האדם מתפלל עבור בנ״י אפי' יום אחד, אין לו שלימות לעוה״ב. (תפארת שלמה פר' ויגש)

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14020
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך דעצמבער 30, 2020 12:15 am

אויב וויל מען שוין יא מאכן קאנספירעסיס, וואלט איך געזאגט אז די כינעיזער, זעהענדיג איז די מכה האלט שוין ביים ענדע און אט אט גייט די וועלט צוריק קומען צו נארמאלקייט, זענען שנעל געלאפן ווי פארסאמטע מייז פארשפרייטן די פרישע סטרעין, פרפאבירנדיג אנזייען ווי מער חרבנות און קרבנות מעגליך.
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


אוועטאר
א מחי'
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

Re: נייע שנעל פארשפרייטענדע סטרעין פון די קאראנע וויירוס אין ענגלאנד

תגובהדורך א מחי' » מיטוואך דעצמבער 30, 2020 11:21 am

א מחי' האט געשריבן:
KMW האט געשריבן:קול מבשר היינט...
ענגלאנד האט געטראפן א דריטע סטרעין.. נאך שווערער ווי די ערשטע 2

ווען קומט א 4'טע נאך מער א שווערערע???
א"כ אין לדבר סוף


גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:ווערט באריכטעט איבער נאך א נייע אין מער מסוכן'דיגע סטרעין פון די קאראנע וויירוס ל"ע אין אינדיע.

פארשער זאגן אז עס איז מעגליך אז די נייע סטרעין קען נישט ווערן באקעמפט דורך אנטי-באדי'ס באשאפן דורך די ביז יעצטיגע קאראנע, און דאס מיינט אז די וואקסין וועט לכאורה נישט ווירקען אויף דעם.

ואין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים.

ווען קומט די נעקסטע ???...

מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2020 10:33 am

Re: נייע שנעל פארשפרייטענדע סטרעין פון די קאראנע וויירוס אין ענגלאנד

תגובהדורך מצליח » מיטוואך דעצמבער 30, 2020 8:19 pm

קאליפארניער גאווערנאר ניוסאם באריכטעט איבער דעם ערשטן קעיס און קאליפארניע פון אן אנגעשטעקטער מיטן פרישן ענגלאנד-ווערסיע פונעם קאראנע-וויירוס.

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: נייע שנעל פארשפרייטענדע סטרעין פון די קאראנע וויירוס אין ענגלאנד

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג ינואר 04, 2021 5:42 pm

.
צוגעלייגטע
1234.PNG
1234.PNG (52.03 KiB) געזעהן 363 מאל
הוי מתפלל בשלומה של מלכות, שאלמלא מוראה, איש את רעהו חיים בלעו.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: היסטאריקער, זזה און 9 געסט