א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואקסינען פאר די וואס האבן שוין געליטן פון קאראנע.

גענצליך איבעריג.
154
69%
עס איז יא וויכטיג.
69
31%
 
סך הכול שטימען: 223

בעל מדרגה
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

תגובהדורך בעל מדרגה » מאנטאג מארטש 15, 2021 11:33 am

טוט זיך...? האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:
איינזייטיג האט געשריבן:איך וויל פרעגן יעדן איינעם וואס זאגט מען זאל יא נעמען די וואקסין א פשוט שאלה.

וויאזוי קען א מענטש נעמען אויף זיך די אחריות צו זאגן פאר א איד עס יא צו נעמען? עס איז דא א ספק אז ער קען עס באקומען פון דעם וואקסין, עס קען אים שאטן! עס קען שאטן זיין טאטע/מאמע/זיידע/באבע, אפילו אויב ער האט עס שוין געהאט, לאמיר זאגן אז ער האט אנטיבאדיס, אים וועט עס נישט שאטן, אבער ער קען עס נאך געהעריג ארום טראגן, ער קען נאך אנשטעקן אנדערע!

לאמיר זאגן מען דארף נישט חושש זיין צו דעם, אבער אזויווי די ווירוס וואקסין איז א נייע זאך אפשר וועט עס אים שאטן 20 יאר ארום, די ווייסט נישט גארנישט, די מעדיצינישע וועלט ווייסט נישט גארנישט, וויאזוי נעמסטו די אחריות אויף דיין אייגענע גוף וואס די באשעפער האט דיר געגעבן פאר א פקדון פאר אפאר יאר?? ווער ווייסט צו אין אפאר יאר ארום וועט מען געוואור ווערן אז עס וועט ארויסקומען לונגען פראבלעמען וכדו’? אפשר וועט דיין גוף סתם שוואך ווערן צו קענען פייט א מחלה א צווייטע מאל? ולא עוד אפשר געסטו עס פאר איינעם וואס האט א מחלה וואס ער אליין ווייסט נישט!

רבותי מיר האבן א תפקוד צו היטן אויפן גוף, מיר האבן א חיוב ערבות, עס איז נישט קיין דזשויק, לאמיר שוין זאגן די ווילסט עס נעמען, כל הכבוד, טו פונקטליך וויאזוי די ווילסט, אבער, גיין זאגן פאר יענעם? אויף וועמענס אחריות? די ביזט גרייט צו צאלן פאר אלע וואס ווערן געשעדיגט פון אים, נזק צער שבת ריפוי בושת? די וועסט גיין אין גלות אויב יענער וועט שטארבן ל"ע? די און יענער וועלן מנהסתם קיינמאל נישט וויסן וועם זיי האבן מזיק געווען, ביזט גרייט צו מגולגל ווערן צו באצאלן פאר יענעם?
אויב אזוי ביטע אויב זעהט איר איינער וואס איז מסופק צו ער זאל עס נעמען, לייגט די נגיעות אין א זייט און געט אים חיזוק, ושכרך הרבה מאוד.

עיין שו"ע יור"ד סי’ של"ו וואס עס ווערט געפסקנט אז אויב א רופא וואס האט לייסנס איז מזיק אדער הרגעט א מענטש איז ער פטור פון צו באצאלן, משא"כ אויב א פשוטע מענטש וואס האט נישט קיין לייסנס (אפילו ער איז די גרעסטע מומחה עיי"ש היטב) איז חייב.

וועלכער לשון קודש ווארט מיינט 'לייסנס'?

רשות בי"ד עיי"ש במפרשי שו"ע אז עס מיינט א בי"ד של רופאים.

בעל מדרגה
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

תגובהדורך בעל מדרגה » מאנטאג מארטש 15, 2021 11:44 am

איינזייטיג האט געשריבן:

בעצם ביסט מסכים אז ס'איז דא א ספק נזיקין פון די וואקסין, און א ספק נזיקין פון די וויירוס,
דיין קשיא איז ווי קען מען נעמען אחריות צו זאגן נישט צי נעמען די וואקסין, קען מען אפשר ענטפערן אז די יודן וואס זענען מסביר נישט צו נעמען די וואקסין פארלאזן זיך אויף די אלע דאקטוירים וואס האלטן נישט צו נעמען די וואקסין

גערעכט אבער אויב זיין דאקטער האט אים געהייסן עס נעמען און ער נעמט עס נישט איז ער א רוצח

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

תגובהדורך בבקשה » מאנטאג מארטש 15, 2021 12:03 pm

יעדער זאל פאלגן זיין דאקטער, סיי אויף יא, און סיי אויף ניין, די שאלה איז נאר אויף די אלע וואס ווייסען בחייכון וביומיכן נישט וואס טוהט זיך מיט זיך, ער ליינט א ווארט דא, א ווארט דארט, ער מאכט א גזירה שוה פון דא צו דארט, און ער גייט און ער מאכט א ראבא קאלל, אדער ער שרעקט יעדעם אן אין ביהמ״ד, אדער סתם מענטשען וואס ער שרעקט אן, ווי איז זיין אחריות? אויף וועמענס אחריות טוהט ער דאס? ער איז דאך נישט קוואליפיצירט?

בעל מדרגה
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

תגובהדורך בעל מדרגה » מאנטאג מארטש 15, 2021 1:00 pm

נא_שכל האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:איך וויל פרעגן יעדן איינעם וואס זאגט מען זאל נישט נעמען די וואקסין א פשוט שאלה.

וויאזוי קען א מענטש נעמען אויף זיך די אחריות צו זאגן פאר א איד עס נישט צו נעמען? לאמיר זאגן אז ער האט אנטיבאדיס, אים וועט עס נישט שאטן, אבער ער קען עס נאך געהעריג ארום טראגן, ער קען נאך אנשטעקן אנדערע!

ולא עוד אפשר געסטו עס פאר איינעם וואס האט א מחלה וואס ער אליין ווייסט נישט!

מיר האבן א חיוב ערבות, עס איז נישט קיין דזשויק, לאמיר שוין זאגן די ווילסט עס נישט נעמען, כל הכבוד, טו פונקטליך וויאזוי די ווילסט, אבער, גיין זאגן פאר יענעם? דערשרעקן אנדערע? אויף וועמענס אחריות? די ביזט גרייט צו צאלן פאר אלע וואס ווערן אנגעשטעקט פון אים, נזק צער שבת ריפוי בושת? די וועסט גיין אין גלות אויב יענער וועט שטארבן ל"ע? די און יענער וועלן מנהסתם קיינמאל נישט וויסן וועם זיי האבן מזיק געווען, ביזט גרייט צו מגולגל ווערן צו באצאלן פאר יענעם?
אויב אזוי ביטע אויב זעהט איר איינער וואס איז מסופק צו ער זאל עס נעמען, לייגט די נגיעות אין א זייט און געט אים חיזוק, שטופט אים צו דערצו, ושכרך הרבה מאוד.

ווען מען נעמט די וואקסין קען מען עס פונקט אזוי ארומטראגן. ליין אויבן פון דאקטער באסוש.

[נישט אז דאס איז א סיבה נישט צו נעמען, איך ברענג נאר ארויס אז עס נישט ריכטיג דיין באשולדיגונג, ווייל ביידע טראגן ארום די וויירוס].

גערעכט, אבער מען קען נאר טון וויפיל מען קען, ווען מען נעמט די וואקסין איז שווערער צו באקומען די וויירוס, די גוף וועט עס אסאך שנעלער פייטן, במילא וועט מען אסאך ווייניגער מענטשן אנשטעקן.

קוק אויף די נו נומערן וואס האלטן אי אינאיין אראפגיין אדאנק די וויירוס, עס איז זיכער אז אסאך ווייניגער מענטשן באקומען עס אדאנק די וואסין, און מיר ברויכן טון וויפיל עס ליגט אין אינזער הענט און די איבריגע דארף מען זיך פארלאזן אויפן אויבערשטן.

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4431
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג מארטש 15, 2021 2:27 pm

נא_שכל האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:איך וויל פרעגן יעדן איינעם וואס זאגט מען זאל נישט נעמען די וואקסין א פשוט שאלה.

וויאזוי קען א מענטש נעמען אויף זיך די אחריות צו זאגן פאר א איד עס נישט צו נעמען? לאמיר זאגן אז ער האט אנטיבאדיס, אים וועט עס נישט שאטן, אבער ער קען עס נאך געהעריג ארום טראגן, ער קען נאך אנשטעקן אנדערע!

ולא עוד אפשר געסטו עס פאר איינעם וואס האט א מחלה וואס ער אליין ווייסט נישט!

מיר האבן א חיוב ערבות, עס איז נישט קיין דזשויק, לאמיר שוין זאגן די ווילסט עס נישט נעמען, כל הכבוד, טו פונקטליך וויאזוי די ווילסט, אבער, גיין זאגן פאר יענעם? דערשרעקן אנדערע? אויף וועמענס אחריות? די ביזט גרייט צו צאלן פאר אלע וואס ווערן אנגעשטעקט פון אים, נזק צער שבת ריפוי בושת? די וועסט גיין אין גלות אויב יענער וועט שטארבן ל"ע? די און יענער וועלן מנהסתם קיינמאל נישט וויסן וועם זיי האבן מזיק געווען, ביזט גרייט צו מגולגל ווערן צו באצאלן פאר יענעם?
אויב אזוי ביטע אויב זעהט איר איינער וואס איז מסופק צו ער זאל עס נעמען, לייגט די נגיעות אין א זייט און געט אים חיזוק, שטופט אים צו דערצו, ושכרך הרבה מאוד.

ווען מען נעמט די וואקסין קען מען עס פונקט אזוי ארומטראגן. ליין אויבן פון דאקטער באסוש.

[נישט אז דאס איז א סיבה נישט צו נעמען, איך ברענג נאר ארויס אז עס נישט ריכטיג דיין באשולדיגונג, ווייל ביידע טראגן ארום די וויירוס].

איך האב נאכנישט געליינט, אבער ווען מען לאזט א וויירוס פריי ווי בראזיל וכו איז עס די גרעסטע ברידינג גראונד פאר נייע סטרעינס.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
ממוצע
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

תגובהדורך ממוצע » מאנטאג מארטש 15, 2021 2:50 pm

נא_שכל האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:איך וויל פרעגן יעדן איינעם וואס זאגט מען זאל נישט נעמען די וואקסין א פשוט שאלה.

וויאזוי קען א מענטש נעמען אויף זיך די אחריות צו זאגן פאר א איד עס נישט צו נעמען? לאמיר זאגן אז ער האט אנטיבאדיס, אים וועט עס נישט שאטן, אבער ער קען עס נאך געהעריג ארום טראגן, ער קען נאך אנשטעקן אנדערע!

ולא עוד אפשר געסטו עס פאר איינעם וואס האט א מחלה וואס ער אליין ווייסט נישט!

מיר האבן א חיוב ערבות, עס איז נישט קיין דזשויק, לאמיר שוין זאגן די ווילסט עס נישט נעמען, כל הכבוד, טו פונקטליך וויאזוי די ווילסט, אבער, גיין זאגן פאר יענעם? דערשרעקן אנדערע? אויף וועמענס אחריות? די ביזט גרייט צו צאלן פאר אלע וואס ווערן אנגעשטעקט פון אים, נזק צער שבת ריפוי בושת? די וועסט גיין אין גלות אויב יענער וועט שטארבן ל"ע? די און יענער וועלן מנהסתם קיינמאל נישט וויסן וועם זיי האבן מזיק געווען, ביזט גרייט צו מגולגל ווערן צו באצאלן פאר יענעם?
אויב אזוי ביטע אויב זעהט איר איינער וואס איז מסופק צו ער זאל עס נעמען, לייגט די נגיעות אין א זייט און געט אים חיזוק, שטופט אים צו דערצו, ושכרך הרבה מאוד.

ווען מען נעמט די וואקסין קען מען עס פונקט אזוי ארומטראגן. ליין אויבן פון דאקטער באסוש.

[נישט אז דאס איז א סיבה נישט צו נעמען, איך ברענג נאר ארויס אז עס נישט ריכטיג דיין באשולדיגונג, ווייל ביידע טראגן ארום די וויירוס].

אינטערעסאנט אז ער זאגט אז מ'קען עס פונקט אזוי ארום טראגן.

לויט אלע ווארשיינליכקייטן טוט די וואקסין כאטש אויף א געוויסע פראצענט פארמיידן טראנסמישן. מ'האט דאס געזעהן אין די סטאדיס. און נאך שפעטער אויך. חוץ מזה וואס אפילו אויב ס'האלט נישט אפ דירעקט טראנסמישן, טוט עס אבער אסאך קלענער מאכן די וויירול לאוד, דאס האט מען געזעהן אין פארשידענע שטודיעס. וואס אויטאמאטיש מיינט דאס ווייניגער און שוואכערע אינפעקציעס.

Pfizer-BioNTech Covid Vaccine Blocks Most Spread in Israel Study
https://www.bloomberg.com/news/articles ... rael-study

https://www.nature.com/articles/d41586-021-00450-z

Vaccines Need Not Completely Stop COVID Transmission to Curb the Pandemic
https://www.scientificamerican.com/arti ... pandemic1/

https://www.bloomberg.com/news/articles ... -quicktake

הײמישער זײגער
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

תגובהדורך הײמישער זײגער » מאנטאג מארטש 15, 2021 3:13 pm

נא_שכל האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:איך גיי נישט שרייבן קיין לאנגע דרשות ווייל דאס גייט מן הסתם ווערן פארמעקט ווי אלע ענדליכע תגובות.
עס איז ארויסגעקומען א בריוו און ווידעא פון א גרויסע דאקטער און ווייראלאגיסט פרא וועקסער וואס איז מסביר בטוב טעם אז די וואקסין איז זייער א גוטע וואקסין נאר די וועג וואס מען טוט יעצט מיט מעסס וואקסינעישן גייט טאקע אראפברענגען די נאמבערס אבער דאס ברענגט אלע נייע סטרעינס וואס האט נישט פאסירט ביי אנדערע וויירוסעס ווי היבאלע וכדומה און זאגט אז עס קומט חס ושלום א ריזיגע ספייק אין אפאר וואכן אדער חדשים מיט א אומבאשרייבליכע חורבן.
ער בעט זיך צו די WHO שוין צו טוישן צוגאנג פאר עס קומט א ריזיגע קאטאסטראפע.
נאכאמאל דאס איז פון א גרויסע פרא און וואס ארבעט צו מאכן וואקסינען פאר די לעצטע 40 יאר, זעה זיין ביאגראפיע און די לינק צו זיין בריוו.

אבער אויב רוב עולם נעמט ממילא, איז בעסער פארן יחיד אז ער זאל אויך זיין באשיצט למחצה לשליש ולרביע. און זיך נישט זארגן פארן "כלל", ווייל דער קאטעסטראפע (היל"ת) וואס ער רעדט וועט במילא קומען לויט די מהלך וואס די רעגירונג האט יעצט.

איי געס האסט עס נישט דורכגעליינט.
ער שרייבט אז די וואקסין קעגן די געוויסע סטרעין ווערט שטערקער קעגן די נאטוראלע אימיאן סיסטעם און עס לאזט נישט פייטן אנדערע סטרעינס וואס די גוף וואלט ווען געפייט, און אגב דאס איז די זעלבע מיט איינער וואס האט געהאט קאראנא און נעמט די וואקסין נאכדעם.
לויט דעם זאגט ער אז מען זאל עס בשום אופן נישט נעמען.

טוט זיך...?
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

תגובהדורך טוט זיך...? » מאנטאג מארטש 15, 2021 3:29 pm

נא_שכל האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:איך גיי נישט שרייבן קיין לאנגע דרשות ווייל דאס גייט מן הסתם ווערן פארמעקט ווי אלע ענדליכע תגובות.
עס איז ארויסגעקומען א בריוו און ווידעא פון א גרויסע דאקטער און ווייראלאגיסט פרא וועקסער וואס איז מסביר בטוב טעם אז די וואקסין איז זייער א גוטע וואקסין נאר די וועג וואס מען טוט יעצט מיט מעסס וואקסינעישן גייט טאקע אראפברענגען די נאמבערס אבער דאס ברענגט אלע נייע סטרעינס וואס האט נישט פאסירט ביי אנדערע וויירוסעס ווי היבאלע וכדומה און זאגט אז עס קומט חס ושלום א ריזיגע ספייק אין אפאר וואכן אדער חדשים מיט א אומבאשרייבליכע חורבן.
ער בעט זיך צו די WHO שוין צו טוישן צוגאנג פאר עס קומט א ריזיגע קאטאסטראפע.
נאכאמאל דאס איז פון א גרויסע פרא און וואס ארבעט צו מאכן וואקסינען פאר די לעצטע 40 יאר, זעה זיין ביאגראפיע און די לינק צו זיין בריוו.

אבער אויב רוב עולם נעמט ממילא, איז בעסער פארן יחיד אז ער זאל אויך זיין באשיצט למחצה לשליש ולרביע. און זיך נישט זארגן פארן "כלל", ווייל דער קאטעסטראפע (היל"ת) וואס ער רעדט וועט במילא קומען לויט די מהלך וואס די רעגירונג האט יעצט.

אדער אויב האט ער שוין געהאט קאראנע איז ער אויך שוין באשיצט בעז''ה

טוט זיך...?
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

תגובהדורך טוט זיך...? » מאנטאג מארטש 15, 2021 3:34 pm

בעל מדרגה האט געשריבן:
איינזייטיג האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:
איינזייטיג האט געשריבן:איך וויל פרעגן יעדן איינעם וואס זאגט מען זאל יא נעמען די וואקסין א פשוט שאלה.

וויאזוי קען א מענטש נעמען אויף זיך די אחריות צו זאגן פאר א איד עס יא צו נעמען? עס איז דא א ספק אז ער קען עס באקומען פון דעם וואקסין, עס קען אים שאטן! עס קען שאטן זיין טאטע/מאמע/זיידע/באבע, אפילו אויב ער האט עס שוין געהאט, לאמיר זאגן אז ער האט אנטיבאדיס, אים וועט עס נישט שאטן, אבער ער קען עס נאך געהעריג ארום טראגן, ער קען נאך אנשטעקן אנדערע!

לאמיר זאגן מען דארף נישט חושש זיין צו דעם, אבער אזויווי די ווירוס וואקסין איז א נייע זאך אפשר וועט עס אים שאטן 20 יאר ארום, די ווייסט נישט גארנישט, די מעדיצינישע וועלט ווייסט נישט גארנישט, וויאזוי נעמסטו די אחריות אויף דיין אייגענע גוף וואס די באשעפער האט דיר געגעבן פאר א פקדון פאר אפאר יאר?? ווער ווייסט צו אין אפאר יאר ארום וועט מען געוואור ווערן אז עס וועט ארויסקומען לונגען פראבלעמען וכדו’? אפשר וועט דיין גוף סתם שוואך ווערן צו קענען פייט א מחלה א צווייטע מאל? ולא עוד אפשר געסטו עס פאר איינעם וואס האט א מחלה וואס ער אליין ווייסט נישט!

רבותי מיר האבן א תפקוד צו היטן אויפן גוף, מיר האבן א חיוב ערבות, עס איז נישט קיין דזשויק, לאמיר שוין זאגן די ווילסט עס נעמען, כל הכבוד, טו פונקטליך וויאזוי די ווילסט, אבער, גיין זאגן פאר יענעם? אויף וועמענס אחריות? די ביזט גרייט צו צאלן פאר אלע וואס ווערן געשעדיגט פון אים, נזק צער שבת ריפוי בושת? די וועסט גיין אין גלות אויב יענער וועט שטארבן ל"ע? די און יענער וועלן מנהסתם קיינמאל נישט וויסן וועם זיי האבן מזיק געווען, ביזט גרייט צו מגולגל ווערן צו באצאלן פאר יענעם?
אויב אזוי ביטע אויב זעהט איר איינער וואס איז מסופק צו ער זאל עס נעמען, לייגט די נגיעות אין א זייט און געט אים חיזוק, ושכרך הרבה מאוד.

עיין שו"ע יור"ד סי’ של"ו וואס עס ווערט געפסקנט אז אויב א רופא וואס האט לייסנס איז מזיק אדער הרגעט א מענטש איז ער פטור פון צו באצאלן, משא"כ אויב א פשוטע מענטש וואס האט נישט קיין לייסנס (אפילו ער איז די גרעסטע מומחה עיי"ש היטב) איז חייב.

בעצם ביסט מסכים אז ס'איז דא א ספק נזיקין פון די וואקסין, און א ספק נזיקין פון די וויירוס,
דיין קשיא איז ווי קען מען נעמען אחריות צו זאגן נישט צי נעמען די וואקסין, קען מען אפשר ענטפערן אז די יודן וואס זענען מסביר נישט צו נעמען די וואקסין פארלאזן זיך אויף די אלע דאקטוירים וואס האלטן נישט צו נעמען די וואקסין

גערעכט אבער אויב זיין דאקטער האט אים געהייסן עס נעמען און ער נעמט עס נישט איז ער א רוצח

יעדער פאלגט סיי ווי זיין דאקטער, און אויב איז ער נישט מסכים צו וואס זיין דאקטער זאגט האט ער שוין לכאורה עניוועי געטוישט דאקטער...
ס'איז ב''ה דא גענוע דאקטוירים לכאן ולכאן, והכל על מקומו באים בשלום...

בעל מדרגה
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re:

תגובהדורך בעל מדרגה » מאנטאג מארטש 15, 2021 3:45 pm

אויב זיין דאקטער זאגט אים עס צו נעמען, און ער גייט צו א צווייטע דאקטער כדאי צו באקומען א היתר עס נישט צו נעמען, זאל ער פרעגן א שאלה.

איך האב געפרעגט א גרויסע דיין, ער האט מיר געזאגט איך זאל טון וואס מיין דאקטער -צו וועם איך גיי געווענטליך- הייסט, און נישט זיך גיין זיכן אנדערע דאקטורים.

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: Re:

תגובהדורך בבקשה » מאנטאג מארטש 15, 2021 3:47 pm

.
לעצט פאראכטן דורך בבקשה אום מאנטאג מארטש 15, 2021 3:51 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בעל מדרגה
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

תגובהדורך בעל מדרגה » מאנטאג מארטש 15, 2021 3:50 pm

לאמיר נישט פארקריכן פון די נושא, איך האב געזאגט אז די זאלסט נישט גיין אנשרעקן מענטשן עס נישט צו נעמען, אויב דיין דאקטער זאגט אז די זאלסט עס נישט נעמען, געזונטערהייט, נעם עס נישט, אבער אז די זאלסט גיין זאג זאגן א מיינונג וואס וועגן דעם וועט עס יענער נישט נעמען, דאס איז נישט אויסגעהאלטן, (חוץ אויב די האסט לייסנס)

בעל מדרגה
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: Re:

תגובהדורך בעל מדרגה » מאנטאג מארטש 15, 2021 3:53 pm

בבקשה האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:
טוט זיך...? האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:
איינזייטיג האט געשריבן:
בעצם ביסט מסכים אז ס'איז דא א ספק נזיקין פון די וואקסין, און א ספק נזיקין פון די וויירוס,
דיין קשיא איז ווי קען מען נעמען אחריות צו זאגן נישט צי נעמען די וואקסין, קען מען אפשר ענטפערן אז די יודן וואס זענען מסביר נישט צו נעמען די וואקסין פארלאזן זיך אויף די אלע דאקטוירים וואס האלטן נישט צו נעמען די וואקסין

גערעכט אבער אויב זיין דאקטער האט אים געהייסן עס נעמען און ער נעמט עס נישט איז ער א רוצח

יעדער פאלגט סיי ווי זיין דאקטער, און אויב איז ער נישט מסכים צו וואס זיין דאקטער זאגט האט ער שוין לכאורה עניוועי געטוישט דאקטער...
ס'איז ב''ה דא גענוע דאקטוירים לכאן ולכאן, והכל על מקומו באים בשלום...

אויב זיין דאקטער זאגט אים עס צו נעמען, און ער גייט צו א צווייטע דאקטער כדאי צו באקומען א היתר עס נישט צו נעמען, זאל ער פרעגן א שאלה.

איך האב געפרעגט א גרויסע דיין, ער האט מיר געזאגט איך זאל טון וואס מיין דאקטער -צו וועם איך גיי געווענטליך- הייסט, און נישט זיך גיין זיכן אנדערע דאקטורים.

אזוי האט דיין דיין דיר גע׳פסק׳נט? צייט צו גיין זוכן א נייע דיין...

ברענג מיר א פסק הלכה פון א דיין אז מען מעג און בטלה דעתי, איך האב שוין אסאך גערעדט מיט דיינים אין די נושא, ביז דערווייל האט מיר קיינער נישט געזאגט אז מען קען עס טון.

אבער עס איז נאכאלץ נישט מתיר צודערשרעקן מענטשן עס נישט צו נעמען.

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: Re:

תגובהדורך בבקשה » מאנטאג מארטש 15, 2021 4:02 pm

בעל מדרגה האט געשריבן:
ברענג מיר א פסק הלכה פון א דיין אז מען מעג און בטלה דעתי, איך האב שוין אסאך גערעדט מיט דיינים אין די נושא, ביז דערווייל האט מיר קיינער נישט געזאגט אז מען קען עס טון.

אבער עס איז נאכאלץ נישט מתיר צודערשרעקן מענטשן עס נישט צו נעמען.

ס׳איז געווען סארקאסטיש, אז מען האט נישט ליב וואס די דאקטער זאגט, גייט מען צו א צווייטע דאקטער, און אויב די דיין זאגט אז מען טאר נישט, דאן גייט מען צו א צווייטע דיין, דרך אגב איך האב געמעקט מיין תגובה, וויבאלד מען קען עס שלעכט אויסטייטשען.

די נקודה פון די תגובה איז געווען, אז פאר איינער וואס האט נישט קיין פראבלעם צו טוישן דאקטורים ווען דער דאקטער זאגט וואס ער גלייכט נישט צו הערען, האט נישט קיין פראבלעם צו טוישן דיין ווען דער דיין זאגט וואס ער גלייכט נישט צו הערען.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2982
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג מארטש 15, 2021 5:00 pm

איינזייטיג האט געשריבן:איך וויל פרעגן יעדן איינעם וואס זאגט מען זאל יא נעמען די וואקסין א פשוט שאלה.

וויאזוי קען א מענטש נעמען אויף זיך די אחריות צו זאגן פאר א איד עס יא צו נעמען? עס איז דא א ספק אז ער קען עס באקומען פון דעם וואקסין, עס קען אים שאטן! עס קען שאטן זיין טאטע/מאמע/זיידע/באבע, אפילו אויב ער האט עס שוין געהאט, לאמיר זאגן אז ער האט אנטיבאדיס, אים וועט עס נישט שאטן, אבער ער קען עס נאך געהעריג ארום טראגן, ער קען נאך אנשטעקן אנדערע!

לאמיר זאגן מען דארף נישט חושש זיין צו דעם, אבער אזויווי די ווירוס וואקסין איז א נייע זאך אפשר וועט עס אים שאטן 20 יאר ארום, די ווייסט נישט גארנישט, די מעדיצינישע וועלט ווייסט נישט גארנישט, וויאזוי נעמסטו די אחריות אויף דיין אייגענע גוף וואס די באשעפער האט דיר געגעבן פאר א פקדון פאר אפאר יאר?? ווער ווייסט צו אין אפאר יאר ארום וועט מען געוואור ווערן אז עס וועט ארויסקומען לונגען פראבלעמען וכדו’? אפשר וועט דיין גוף סתם שוואך ווערן צו קענען פייט א מחלה א צווייטע מאל? ולא עוד אפשר געסטו עס פאר איינעם וואס האט א מחלה וואס ער אליין ווייסט נישט!

רבותי מיר האבן א תפקוד צו היטן אויפן גוף, מיר האבן א חיוב ערבות, עס איז נישט קיין דזשויק, לאמיר שוין זאגן די ווילסט עס נעמען, כל הכבוד, טו פונקטליך וויאזוי די ווילסט, אבער, גיין זאגן פאר יענעם? אויף וועמענס אחריות? די ביזט גרייט צו צאלן פאר אלע וואס ווערן געשעדיגט פון אים, נזק צער שבת ריפוי בושת? די וועסט גיין אין גלות אויב יענער וועט שטארבן ל"ע? די און יענער וועלן מנהסתם קיינמאל נישט וויסן וועם זיי האבן מזיק געווען, ביזט גרייט צו מגולגל ווערן צו באצאלן פאר יענעם?
אויב אזוי ביטע אויב זעהט איר איינער וואס איז מסופק צו ער זאל עס נעמען, לייגט די נגיעות אין א זייט און געט אים חיזוק, ושכרך הרבה מאוד.

Time to stop mis-information and save lives.
Can a COVID-19 vaccine give you COVID-19?
No. The COVID-19 vaccines currently being developed in the U.S. don't use the live virus that causes COVID-19.

Keep in mind that it will take a few weeks for your body to build immunity after getting a COVID-19 vaccination. As a result, it's possible that you could become infected with the virus that causes COVID-19 just before or after being vaccinated.

אזוי האלט די Mayo Clinic און אלע אנדערע אנערקענטע דאקטוירים.
האלבע אמת און גאנצע ליגענט האט שוין געהארגעט גענוג ביים היימישען אינדענטום אין ארץ ישראל און איבער די וועלט.
גענוג.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

הײמישער זײגער
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

תגובהדורך הײמישער זײגער » מאנטאג מארטש 15, 2021 5:41 pm

אן אריינצוגיין אין די נושא בכלל איז אינטרעסאנט ווי מענטשן זענען אזוי פארגלייבט אין די קאמפעניעס ווען זיי זענען שוין אומצאליגע מאל געכאפט געווארן רויטהאנטיג אז זיי האבן במזיד וויסענדיג געהארגעט הונדערטער טויזענטער מענטשן און באצאלט צענדליגע ביליאנען דאלארען, א שטייגער ווי אפיאד וואס האט געהארגעט נאנט צו 300,000 מענטשן, יא די זעלבע סכום ווי קאראנא טויטע!!!
און די אלע זאכן זענען אויך געווארן אפראוועד ביי די פ.ד.עי. ווייל די פ.ד.עי. אפראוועד לויט די דעטע וואס די קאמפעניעס געבן אבער אז זיי זאגן שקר איז א פראבלעם.

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

תגובהדורך בבקשה » מאנטאג מארטש 15, 2021 5:53 pm

הײמישער זײגער האט געשריבן:אן אריינצוגיין אין די נושא בכלל איז אינטרעסאנט ווי מענטשן זענען אזוי פארגלייבט אין די קאמפעניעס ווען זיי זענען שוין אומצאליגע מאל געכאפט געווארן רויטהאנטיג אז זיי האבן במזיד וויסענדיג געהארגעט הונדערטער טויזענטער מענטשן און באצאלט צענדליגע ביליאנען דאלארען, א שטייגער ווי אפיאד וואס האט געהארגעט נאנט צו 300,000 מענטשן, יא די זעלבע סכום ווי קאראנא טויטע!!!
און די אלע זאכן זענען אויך געווארן אפראוועד ביי די פ.ד.עי. ווייל די פ.ד.עי. אפראוועד לויט די דעטע וואס די קאמפעניעס געבן אבער אז זיי זאגן שקר איז א פראבלעם.

ווער האט גערעדט פון קאמפיניס? מען האט גערעדט פון דאקטוירים.

הײמישער זײגער
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

תגובהדורך הײמישער זײגער » מאנטאג מארטש 15, 2021 5:58 pm

דאקטוירים האבן נישט קיין אהנונג, זיי געבן וואס איז אפראוועד, קוק די היסטערי פון אפיאד און נאך צענדליגע ענדליכע מעשיות.

בעל מדרגה
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: Re:

תגובהדורך בעל מדרגה » מאנטאג מארטש 15, 2021 5:59 pm

בבקשה האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:
ברענג מיר א פסק הלכה פון א דיין אז מען מעג און בטלה דעתי, איך האב שוין אסאך גערעדט מיט דיינים אין די נושא, ביז דערווייל האט מיר קיינער נישט געזאגט אז מען קען עס טון.

אבער עס איז נאכאלץ נישט מתיר צודערשרעקן מענטשן עס נישט צו נעמען.

ס׳איז געווען סארקאסטיש, אז מען האט נישט ליב וואס די דאקטער זאגט, גייט מען צו א צווייטע דאקטער, און אויב די דיין זאגט אז מען טאר נישט, דאן גייט מען צו א צווייטע דיין, דרך אגב איך האב געמעקט מיין תגובה, וויבאלד מען קען עס שלעכט אויסטייטשען.

די נקודה פון די תגובה איז געווען, אז פאר איינער וואס האט נישט קיין פראבלעם צו טוישן דאקטורים ווען דער דאקטער זאגט וואס ער גלייכט נישט צו הערען, האט נישט קיין פראבלעם צו טוישן דיין ווען דער דיין זאגט וואס ער גלייכט נישט צו הערען.

מיט דעם ביזטו גערעכט

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

תגובהדורך אחד הרבנים » מאנטאג מארטש 15, 2021 6:01 pm

הײמישער זײגער האט געשריבן:אן אריינצוגיין אין די נושא בכלל איז אינטרעסאנט ווי מענטשן זענען אזוי פארגלייבט אין די קאמפעניעס ווען זיי זענען שוין אומצאליגע מאל געכאפט געווארן רויטהאנטיג אז זיי האבן במזיד וויסענדיג געהארגעט הונדערטער טויזענטער מענטשן און באצאלט צענדליגע ביליאנען דאלארען, א שטייגער ווי אפיאד וואס האט געהארגעט נאנט צו 300,000 מענטשן, יא די זעלבע סכום ווי קאראנא טויטע!!!
און די אלע זאכן זענען אויך געווארן אפראוועד ביי די פ.ד.עי. ווייל די פ.ד.עי. אפראוועד לויט די דעטע וואס די קאמפעניעס געבן אבער אז זיי זאגן שקר איז א פראבלעם.

:i" האקט.
איר ווייסט וואס אפיאדס איז? יא, עס האט געהארגעט אסאך מענטשען פון אווערדאוז. אבער די קאמפעניעס? נישט אז זיי זענען צדיקים, אבער אפיאדס ראטעוועט יעדן טאג טויזענטער מענטשען וואס דארפן צוקומען דערצו צו לינדערען שווערע יסורים. מען מעג נאר ניצן וויפיל דער דאקטאר גיט.
עס האט ליידער א געפערליכער פראבלעם פון אדיקשאן, אבער דא כאפט איר די קאמפעניס ביי ״במזיד הרג׳ענען״ טויזענטער מענטשען?
גיוו מי א ברעיק...

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

תגובהדורך בבקשה » מאנטאג מארטש 15, 2021 6:02 pm

הײמישער זײגער האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:אן אריינצוגיין אין די נושא בכלל איז אינטרעסאנט ווי מענטשן זענען אזוי פארגלייבט אין די קאמפעניעס ווען זיי זענען שוין אומצאליגע מאל געכאפט געווארן רויטהאנטיג אז זיי האבן במזיד וויסענדיג געהארגעט הונדערטער טויזענטער מענטשן און באצאלט צענדליגע ביליאנען דאלארען, א שטייגער ווי אפיאד וואס האט געהארגעט נאנט צו 300,000 מענטשן, יא די זעלבע סכום ווי קאראנא טויטע!!!
און די אלע זאכן זענען אויך געווארן אפראוועד ביי די פ.ד.עי. ווייל די פ.ד.עי. אפראוועד לויט די דעטע וואס די קאמפעניעס געבן אבער אז זיי זאגן שקר איז א פראבלעם.

ווער האט גערעדט פון קאמפיניס? מען האט גערעדט פון דאקטוירים.

דאקטוירים האבן נישט קיין אהנונג, זיי געבן וואס איז אפראוועד, קוק די היסטערי פון אפיאד און נאך צענדליגע ענדליכע מעשיות.

דאקטוירים האבן נישט קיין אהנונג, אבער די יא.

חדשות
שר האלף
תגובות: 1389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

תגובהדורך חדשות » מאנטאג מארטש 15, 2021 6:42 pm

צוריק צום נושא.
א לעצטיגע שטודיע אין איזריעל ווייזט אז רי אינפעקשאנס איז גאר זעלטען בערך איין פון טויזענט, און אז די אימיוניטי ווערט גאר שטערקער ווי מער צייט גייט דורך. אבער..אום יאנעווער האבן זיי געזען א גרעסערע פראצענט רי-אינפעקשאנס פילייכט צוליב פרישע סטרעינס.

לאור זה און אזוי אויך דער פאקט אז מען זעט ריאינפעקשאנס דא און דארט, קען איך נישט זאגן אז א היי ריסק וואס גייט היינט נעמען א וואקסין איז א משוגענער. הגם עס איז שוין באריכטעט באשטעטיגטע פעלער נאכן נעמען דעם וואקסין אויך, און מען האט קיינמאל נישט שטודירט די סעיפטי פון וואקסינען אויף מענטשען וואס האבן געהאט קאוויד.

יעצט פאר געזונטע אינגעלייט וואס האט שוין געהאט קאוויד, וויל איך זאגן לכל השומעים לקולי...אז הייבט נישט אן מאכען סענס ער זאל נעמען א וואקסין. אפילו על צד רחוק אז ער גייט זיין פון די וואס ווערן ריאינפעקטעד, איז דאך פאר רובא דרובא אינגע נישט שעדליך. איי ווילסט חושש זיין פאר איינס אין א מיליאן, זיי שוין פאר דעם געלט חושש פאר די איינס אין א מיליאן וואס ווערן געשעדיגט פון א וואקסין. (יא..עס איז דא א קליינער פראצענט מענטשען וואס ווערן געשעדיגט פון א וואקסין. עס איז א פאקט. אז עס האט געקענט געשען ביי עסטרע זעניקא קען עס געשען און עס געשעט ביי פייזער אויך. ביידע האבן געהאט שטודיעס אז עס איז סעיף. מען דארף אייביג מעסטן די ריזיקעס)

הײמישער זײגער
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

תגובהדורך הײמישער זײגער » מאנטאג מארטש 15, 2021 7:54 pm

אחד הרבנים האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:אן אריינצוגיין אין די נושא בכלל איז אינטרעסאנט ווי מענטשן זענען אזוי פארגלייבט אין די קאמפעניעס ווען זיי זענען שוין אומצאליגע מאל געכאפט געווארן רויטהאנטיג אז זיי האבן במזיד וויסענדיג געהארגעט הונדערטער טויזענטער מענטשן און באצאלט צענדליגע ביליאנען דאלארען, א שטייגער ווי אפיאד וואס האט געהארגעט נאנט צו 300,000 מענטשן, יא די זעלבע סכום ווי קאראנא טויטע!!!
און די אלע זאכן זענען אויך געווארן אפראוועד ביי די פ.ד.עי. ווייל די פ.ד.עי. אפראוועד לויט די דעטע וואס די קאמפעניעס געבן אבער אז זיי זאגן שקר איז א פראבלעם.

:i" האקט.
איר ווייסט וואס אפיאדס איז? יא, עס האט געהארגעט אסאך מענטשען פון אווערדאוז. אבער די קאמפעניעס? נישט אז זיי זענען צדיקים, אבער אפיאדס ראטעוועט יעדן טאג טויזענטער מענטשען וואס דארפן צוקומען דערצו צו לינדערען שווערע יסורים. מען מעג נאר ניצן וויפיל דער דאקטאר גיט.
עס האט ליידער א געפערליכער פראבלעם פון אדיקשאן, אבער דא כאפט איר די קאמפעניס ביי ״במזיד הרג׳ענען״ טויזענטער מענטשען?
גיוו מי א ברעיק...

סא זיי האבן באצעלט 27 ביליאן דאלער ווייל עס העלפט, אקעי.
נעקסט:זיי האבן במזיד אריינגעלייגט עסבעסטעס פאר 40 יאר אין די בעיבי פאודער וואס ברענגט יענע מעשה ביז מען האט עס אראפגענומען פון די שעלווס.
איך האב דאס אנגעכאפט פאר א משל, פארשטייסט טאקע נישט??? מאך אביסל ריסעירטש אויף די היסטערי פון די לאוסוטס פון די פארמעסואיקל קאמפעניעס.

הײמישער זײגער
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

תגובהדורך הײמישער זײגער » מאנטאג מארטש 15, 2021 7:55 pm

בבקשה האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:אן אריינצוגיין אין די נושא בכלל איז אינטרעסאנט ווי מענטשן זענען אזוי פארגלייבט אין די קאמפעניעס ווען זיי זענען שוין אומצאליגע מאל געכאפט געווארן רויטהאנטיג אז זיי האבן במזיד וויסענדיג געהארגעט הונדערטער טויזענטער מענטשן און באצאלט צענדליגע ביליאנען דאלארען, א שטייגער ווי אפיאד וואס האט געהארגעט נאנט צו 300,000 מענטשן, יא די זעלבע סכום ווי קאראנא טויטע!!!
און די אלע זאכן זענען אויך געווארן אפראוועד ביי די פ.ד.עי. ווייל די פ.ד.עי. אפראוועד לויט די דעטע וואס די קאמפעניעס געבן אבער אז זיי זאגן שקר איז א פראבלעם.

ווער האט גערעדט פון קאמפיניס? מען האט גערעדט פון דאקטוירים.

דאקטוירים האבן נישט קיין אהנונג, זיי געבן וואס איז אפראוועד, קוק די היסטערי פון אפיאד און נאך צענדליגע ענדליכע מעשיות.

דאקטוירים האבן נישט קיין אהנונג, אבער די יא.

האסט געענטפערט?? איך האב בסך הכל געשריבן אז זיי טוען עס נישט אליין דורך נאר זיי פארלאזן זיך אויף אפראוועד מעדעצינען, נישט אמת??

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?

תגובהדורך בבקשה » מאנטאג מארטש 15, 2021 9:01 pm

הײמישער זײגער האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:אן אריינצוגיין אין די נושא בכלל איז אינטרעסאנט ווי מענטשן זענען אזוי פארגלייבט אין די קאמפעניעס ווען זיי זענען שוין אומצאליגע מאל געכאפט געווארן רויטהאנטיג אז זיי האבן במזיד וויסענדיג געהארגעט הונדערטער טויזענטער מענטשן און באצאלט צענדליגע ביליאנען דאלארען, א שטייגער ווי אפיאד וואס האט געהארגעט נאנט צו 300,000 מענטשן, יא די זעלבע סכום ווי קאראנא טויטע!!!
און די אלע זאכן זענען אויך געווארן אפראוועד ביי די פ.ד.עי. ווייל די פ.ד.עי. אפראוועד לויט די דעטע וואס די קאמפעניעס געבן אבער אז זיי זאגן שקר איז א פראבלעם.

ווער האט גערעדט פון קאמפיניס? מען האט גערעדט פון דאקטוירים.

דאקטוירים האבן נישט קיין אהנונג, זיי געבן וואס איז אפראוועד, קוק די היסטערי פון אפיאד און נאך צענדליגע ענדליכע מעשיות.

דאקטוירים האבן נישט קיין אהנונג, אבער די יא.

האסט געענטפערט?? איך האב בסך הכל געשריבן אז זיי טוען עס נישט אליין דורך נאר זיי פארלאזן זיך אויף אפראוועד מעדעצינען, נישט אמת??

ניין, נישט אמת. אבער דיין גאנצע תגובה איז געווארפען זאמד אין די אויגען, די שאלה איז צו איינער וואס האט נישט קיין שום בקיאות אין דאקטעריי, האט רעכט אנצושרעקן מענטשען נישט צו נעמען די וואקסין, און די תירוץ אויף דעם איז פשוט. ניין, ער האט נישט קיין רעכט, איי, אפשר מאכט די דאקטער א טעות? איי, אפשר האט די קאמפיני אויסגענאר'ט די FDA, און די דאקטער פאלגט בלויז די FDA? נישט קיין נפק"מ, די דאקטער איז א געלערענטער מאן, ער ווייסט וואס טוהט זיך, די וואס שרעקן אן, ווייסען בדרך כלל נישט וואס טוהט זיך.

און דאס איז געווען מיין ענטפער, די דאקטער, עם טאר מען נישט גלייבן ווייל ער האט נישט קיין אהנונג, אבער די, די מעגסט אנשרעקען די עולם, לכאורה וויבאלד די האסט יא אן אהנונג.

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פאטאש און 12 געסט