איינזייטיג האט געשריבן:Kosher Travel האט געשריבן:איינזייטיג האט געשריבן:איך וויל פרעגן יעדן איינעם וואס זאגט מען זאל יא נעמען די וואקסין א פשוט שאלה.
וויאזוי קען א מענטש נעמען אויף זיך די אחריות צו זאגן פאר א איד עס יא צו נעמען? עס איז דא א ספק אז ער קען עס באקומען פון דעם וואקסין, עס קען אים שאטן! עס קען שאטן זיין טאטע/מאמע/זיידע/באבע, אפילו אויב ער האט עס שוין געהאט, לאמיר זאגן אז ער האט אנטיבאדיס, אים וועט עס נישט שאטן, אבער ער קען עס נאך געהעריג ארום טראגן, ער קען נאך אנשטעקן אנדערע!
לאמיר זאגן מען דארף נישט חושש זיין צו דעם, אבער אזויווי די ווירוס וואקסין איז א נייע זאך אפשר וועט עס אים שאטן 20 יאר ארום, די ווייסט נישט גארנישט, די מעדיצינישע וועלט ווייסט נישט גארנישט, וויאזוי נעמסטו די אחריות אויף דיין אייגענע גוף וואס די באשעפער האט דיר געגעבן פאר א פקדון פאר אפאר יאר?? ווער ווייסט צו אין אפאר יאר ארום וועט מען געוואור ווערן אז עס וועט ארויסקומען לונגען פראבלעמען וכדו’? אפשר וועט דיין גוף סתם שוואך ווערן צו קענען פייט א מחלה א צווייטע מאל? ולא עוד אפשר געסטו עס פאר איינעם וואס האט א מחלה וואס ער אליין ווייסט נישט!
רבותי מיר האבן א תפקוד צו היטן אויפן גוף, מיר האבן א חיוב ערבות, עס איז נישט קיין דזשויק, לאמיר שוין זאגן די ווילסט עס נעמען, כל הכבוד, טו פונקטליך וויאזוי די ווילסט, אבער, גיין זאגן פאר יענעם? אויף וועמענס אחריות? די ביזט גרייט צו צאלן פאר אלע וואס ווערן געשעדיגט פון אים, נזק צער שבת ריפוי בושת? די וועסט גיין אין גלות אויב יענער וועט שטארבן ל"ע? די און יענער וועלן מנהסתם קיינמאל נישט וויסן וועם זיי האבן מזיק געווען, ביזט גרייט צו מגולגל ווערן צו באצאלן פאר יענעם?
אויב אזוי ביטע אויב זעהט איר איינער וואס איז מסופק צו ער זאל עס נעמען, לייגט די נגיעות אין א זייט און געט אים חיזוק, ושכרך הרבה מאוד.
Time to stop mis-information and save lives.
Can a COVID-19 vaccine give you COVID-19?
No. The COVID-19 vaccines currently being developed in the U.S. don't use the live virus that causes COVID-19.
Keep in mind that it will take a few weeks for your body to build immunity after getting a COVID-19 vaccination. As a result, it's possible that you could become infected with the virus that causes COVID-19 just before or after being vaccinated.
אזוי האלט די Mayo Clinic און אלע אנדערע אנערקענטע דאקטוירים.
האלבע אמת און גאנצע ליגענט האט שוין געהארגעט גענוג ביים היימישען אינדענטום אין ארץ ישראל און איבער די וועלט.
גענוג.
דא רעדט מען צו איינער וואס האט שוין געהאט די וויירוס צו ער זאל נעמען די וואקסין יעדער ווייסט אז די CDC האלט אז יא, איך מיין אז יעדער דא ווייסט וואס CDC, FDA, Mayo Clinic, Dr faci and more האלטן,
איך דארף נישט אדורך ליינען אלע זייערע websites, זיי האלטן זיכער אז ס'איז נישט דא קיין שום סייט עפעקט'ס, ס'איז נישט קיין שום ריסק עס צו נעמען,
נאר דא איז דא מענטשן וואס ווילן יא הערן ביידע צדדים, נארמאלע מענטשן דארפן קענען הערן ווען איינער זאגט פארקערט פון וואס זיי גלייבן ס'איז די אמת,
איך האב געהערט אז ס'איז דא פלעצער ווי א נוירסינק הוים'ס , תפיסה'ס און אנדערע פלעצער ווי מען האט זייער געוואטש'ט די וויירוס זאל נישט ווערן פארשפרייט איז די וויירוס אומגעקומען אין זיך שטארק פארשפרייט נאכ'ן געבן די וואקסין,
ר' איינזייטיג,
קודם כל ישר כח פארן ענטפערן.
1) עס איז אמת אז די אשכול איז "
א מענטש וואס האט שוין געהאט קאראנע האט פשט ער זאל נעמען א וואקסין?". און באמת וואלט מען עס געדארפט ווען האלטן פאר נאר די נושא. אבער מענטשען ווי נישט ווי שרייבן related קאוויד זאכן, און אויף דעם ענטפער איך.
2) איר שרייבט אז
זיי האלטן זיכער אז ס'איז נישט דא קיין שום סייט עפעקט'ס, ס'איז נישט קיין שום ריסק עס צו נעמען. וואס איז נישט אמת. די CDC שרייבט קלאר וואס זענען די ריסק. ווי אויך האלטן זיי און איין שרייבן
"דאס ווייסן מיר שוין לויט די סייענס" און
"אויף דאס איז נאך נישט דא גענוג אינפארמעישען". למשל ווען זיי שרייבן דאס און גרויס און באלד אותיות?
Limited data are available about the safety of COVID-19 vaccines for people who are pregnant
https://www.cdc.gov/coronavirus/2019-ncov/vaccines/recommendations/pregnancy.html
ווי אויך שרייבט די CDC קלאר אז מען קען האבן סייד עפעקטס און וואס זיי זענען:
Possible Side Effects After Getting a COVID-19 Vaccine
https://www.cdc.gov/coronavirus/2019-nc ... after.htmlאיר ווייסט פארוואס? ווייל אויב מען האט נישט קיין אגענדא, און מען איז נישט
איינזייטיג, דאן שרייבט מען דעם אמת און מען שרייבט פאקטן.
ביז דערווייל איז די פילע פארקערטע מעשיות:
U.S. prison guards refusing vaccine despite COVID-19 outbreaks
https://www.modernhealthcare.com/govern ... -outbreaksאון איך האלט פונקט ווי אייך. אז
דא איז דא מענטשן וואס ווילן יא הערן ביידע צדדים, נארמאלע מענטשן דארפן קענען הערן ווען איינער זאגט פארקערט פון וואס זיי גלייבן ס'איז די אמת.
און ביז דערווייל האלטן אלע אנערקענטע וועלטליכע העלט ארגאנאזאציעס אז מען קען נישט באקומען קאוויד פון די וואקסין. און אדרבא, זאל איעדער ברענגען "ביידע" צדדים.
Mayo Clinic:
Can a COVID-19 vaccine give you COVID-19?
https://www.mayoclinic.org/diseases-con ... #get-covidאיך האב איצט נישט קיין צייט פאר מער. אדרבא, איעדער זאל אליינס מאכן זיין research.