קאמפיין: נישט פארשפרייטן קיין שום גרעסערע בילדער!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2043
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: קאמפיין: נישט פארשפרייטן קיין שום גרעסערע בילדער!

תגובהדורך שמערלער » מיטוואך נובעמבער 25, 2020 8:27 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:נישט דא קיין איין נערמאלע באזעסענע קהילה וואס צאלט איין דאלער פאר די אויסגאבעס, אפשר די גאר קליינע רבנים

וויל איך דיר מודיע זיין אז סאיז יא דא.
כבין א שטיק צייט געווען אינוואלווד אין איינע פון די פיקטשער אויסגאבעס אין כהאב עס מיטגעהאלטן רוב קהילות צאלן פאר בילדער,
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3151
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: קאמפיין: נישט פארשפרייטן קיין שום גרעסערע בילדער!

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך נובעמבער 25, 2020 9:15 pm

א ידיד מיינער איז געווען אינוואלווד א שטיק צייט אין א פיקטשער אויסגאבע, ס'איז נתפעל צו ווערן וויפיל "קהילות" לאזן זיך קאסטן פאר די דעקל.

די קהילות וואס האבן וועכנטליך בילדער האבן געווענליך א דיעל אויפן יאר.

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאמפיין: נישט פארשפרייטן קיין שום גרעסערע בילדער!

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך נובעמבער 25, 2020 10:36 pm

וואס איז די דזשאוק? האט דען איין רבי צובאקומען א חסיד דורכן בילד?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
נקודהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3874
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: קאמפיין: נישט פארשפרייטן קיין שום גרעסערע בילדער!

תגובהדורך נקודהלע » מיטוואך נובעמבער 25, 2020 10:50 pm

שמערלער האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:נישט דא קיין איין נערמאלע באזעסענע קהילה וואס צאלט איין דאלער פאר די אויסגאבעס, אפשר די גאר קליינע רבנים

וויל איך דיר מודיע זיין אז סאיז יא דא.
כבין א שטיק צייט געווען אינוואלווד אין איינע פון די פיקטשער אויסגאבעס אין כהאב עס מיטגעהאלטן רוב קהילות צאלן פאר בילדער,

און די זעלבע לדוגמא פאר האטליינס ווי קול בחצרות! נישט נאר גרויסע צאלן, נאר אפי' די גרעסטע וואס האבן אייגענע צייטונגען און האטליינס!
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18373
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: קאמפיין: נישט פארשפרייטן קיין שום גרעסערע בילדער!

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך נובעמבער 25, 2020 10:51 pm

Goodmorning האט געשריבן:וואס איז די דזשאוק? האט דען איין רבי צובאקומען א חסיד דורכן בילד?

אסאאאך לייגט מען צו אויף די בילדער...

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: קאמפיין: נישט פארשפרייטן קיין שום גרעסערע בילדער!

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך נובעמבער 25, 2020 10:52 pm

יוראפ האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:וואס איז די דזשאוק? האט דען איין רבי צובאקומען א חסיד דורכן בילד?

אסאאאך לייגט מען צו אויף די בילדער...

;l;p-
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18373
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: קאמפיין: נישט פארשפרייטן קיין שום גרעסערע בילדער!

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך נובעמבער 25, 2020 10:53 pm

ווייס איך נישט פארוואס מ'דארף אפילו צאלן ווען... אקעי כ'האב גארנישט געשריבן...

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5920
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קאמפיין: נישט פארשפרייטן קיין שום גרעסערע בילדער!

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2020 12:03 am

Goodmorning האט געשריבן:וואס איז די דזשאוק? האט דען איין רבי צובאקומען א חסיד דורכן בילד?

וואס פארשטייסטי, א פשוטער אינגערמאן.

הה"ד דעת בעל הבית היפך דעת תורה.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5577
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: קאמפיין: נישט פארשפרייטן קיין שום גרעסערע בילדער!

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2020 12:07 am

שמערלער האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:נישט דא קיין איין נערמאלע באזעסענע קהילה וואס צאלט איין דאלער פאר די אויסגאבעס, אפשר די גאר קליינע רבנים

וויל איך דיר מודיע זיין אז סאיז יא דא.
כבין א שטיק צייט געווען אינוואלווד אין איינע פון די פיקטשער אויסגאבעס אין כהאב עס מיטגעהאלטן רוב קהילות צאלן פאר בילדער,

איך האב שוין געזעהן די בוקיפונג פון מינעמום 3 קהילות קיינער פון זיי האט נישט געצאלט.

קען זיין איינער פריוואט פון די רביס גבאים וכדו'
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14020
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2020 1:35 am

שמואל בארג האט געשריבן:א ידיד מיינער איז געווען אינוואלווד א שטיק צייט אין א פיקטשער אויסגאבע, ס'איז נתפעל צו ווערן וויפיל "קהילות" לאזן זיך קאסטן פאר די דעקל.

די קהילות וואס האבן וועכנטליך בילדער האבן געווענליך א דיעל אויפן יאר.

אה יעצט האסטו מיר געגעבען א שטיקל לימוד זכות. אז מען האט שוין געצאלט פון פאראויס איז א שאד מוותר צו זיין אויף די פאר וואכן...

אפעטיט
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 11:16 pm

Re: קאמפיין: נישט פארשפרייטן קיין שום גרעסערע בילדער!

תגובהדורך אפעטיט » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2020 7:51 am

ס'דא אסאך רבנים וואס זייערע חסידם וואוינען צושפרייט איבערן וועלט, און די איינציגסטע וועג וויאזוי זיי קענען מיטהאלטען וואס ס'טיצעך אין זייער חצר הקודש איז דורך די וועכענטליכע בילדער. ס'גאנץ פשוט

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5920
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קאמפיין: נישט פארשפרייטן קיין שום גרעסערע בילדער!

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2020 8:33 am

שמערלער האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:נישט דא קיין איין נערמאלע באזעסענע קהילה וואס צאלט איין דאלער פאר די אויסגאבעס, אפשר די גאר קליינע רבנים

וויל איך דיר מודיע זיין אז סאיז יא דא.
כבין א שטיק צייט געווען אינוואלווד אין איינע פון די פיקטשער אויסגאבעס אין כהאב עס מיטגעהאלטן רוב קהילות צאלן פאר בילדער,

זענען דא וואס צאלן פאר בילדער וואס מ'זאל לייגן און וואספארא טיטלן צו שרייבן און זענען דא וואס צאלן וואס מ'זאל נישט לייגן און וואספארא טיטלן מ'זאל נישט שרייבן. ולא פליגי, הא לן והא להו.
אזוי צו אזוי, וואס פארשטייט א גוי.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3348
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: קאמפיין: נישט פארשפרייטן קיין שום גרעסערע בילדער!

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2020 10:34 am

דריידל האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:וואס איז די דזשאוק? האט דען איין רבי צובאקומען א חסיד דורכן בילד?

וואס פארשטייסטי, א פשוטער אינגערמאן.

הה"ד דעת בעל הבית היפך דעת תורה.

;l;p-
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאמפיין: נישט פארשפרייטן קיין שום גרעסערע בילדער!

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2020 10:41 am

אפעטיט האט געשריבן:ס'דא אסאך רבנים וואס זייערע חסידם וואוינען צושפרייט איבערן וועלט, און די איינציגסטע וועג וויאזוי זיי קענען מיטהאלטען וואס ס'טיצעך אין זייער חצר הקודש איז דורך די וועכענטליכע בילדער. ס'גאנץ פשוט

טאקע לעבנסוויכטיג, עס לוינט אנזייען אנטיסעמיטיזם.
שויתי ה' לנגדי תמיד

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5920
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קאמפיין: נישט פארשפרייטן קיין שום גרעסערע בילדער!

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2020 10:55 am

Goodmorning האט געשריבן:
אפעטיט האט געשריבן:ס'דא אסאך רבנים וואס זייערע חסידם וואוינען צושפרייט איבערן וועלט, און די איינציגסטע וועג וויאזוי זיי קענען מיטהאלטען וואס ס'טיצעך אין זייער חצר הקודש איז דורך די וועכענטליכע בילדער. ס'גאנץ פשוט

טאקע לעבנסוויכטיג, עס לוינט אנזייען אנטיסעמיטיזם.

כ'האב פונקט לעצטענס געליינט אז ביי די לעצטע בעלזע רב ז"ל זענען געקומען חסידים זיך געזעגענען איידער צוריקפארן קיין אמעריקא און זיי האבן זיך באקלאגט אז זיי לעכצן נאך די דברי תורה פון די רב. האט די בעלזע רב געריפן די גבאי (איך מיין ר' שלום פויגל) און אים געהייסן אפשרייבן די תורה וועכענטליך (על אף די קפידא פון אבותיו הקדושים נישט צו דריקן דברי תורה) און עס אפשיקן קיין אמעריקא.
ראו מה בין דורות ראשונים לדורות אחרונים

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: קאמפיין: נישט פארשפרייטן קיין שום גרעסערע בילדער!

תגובהדורך זאג א גוטס » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2020 11:02 am

שיינע עדיטאריעל אין בלאט. ווארשיינליך געשריבן אז אויב (מיטן האפענונג אז) עס ווערט איבערגעטייטשט זאל עס האבן דעם ריכטיגן עפעקט.

אין קורצן. דער גאווערנאר איז געצימבלט געווארן פארן לאדענען משפחה אין די צייט וואס ער פארלאנגט ניו יארקער אוועקצוגעבן פון זיך. אזוי אויך דער מעיאר איז שוין געכאפט געווארן פארלעצען זיינע רעגולאציעס.
פונקט ווי זיי פארשטייען אז ס'איז שווער זיך איינצוהאלטן פונעם 'נארמאלן געוואוינהייט' צו פייערן אינאיינעם מיט די משפחה, און 'מ'קען דורכפאלן', פארשטייען זיי אויך האפנטליך אז די זעלבע קענען חסידים דורכפאלן זיך מיטצופרייען ביי א שמחה בבית רבם.
די חילוק איז נאר ווען די מידיע כאפט עס אויף...
דער אויבערשטער טוט נאר גוטס!
מער גוטס ווי א מענטש קען טון פאר זיך אין זיין גאנצע לעבן, טוט דער אויבערשטער יעדע רגע!

מקור

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאמפיין: נישט פארשפרייטן קיין שום גרעסערע בילדער!

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2020 11:09 am

זאג א גוטס האט געשריבן:שיינע עדיטאריעל אין בלאט. ווארשיינליך געשריבן אז אויב (מיטן האפענונג אז) עס ווערט איבערגעטייטשט זאל עס האבן דעם ריכטיגן עפעקט.

אין קורצן. דער גאווערנאר איז געצימבלט געווארן פארן לאדענען משפחה אין די צייט וואס ער פארלאנגט ניו יארקער אוועקצוגעבן פון זיך. אזוי אויך דער מעיאר איז שוין געכאפט געווארן פארלעצען זיינע רעגולאציעס.
פונקט ווי זיי פארשטייען אז ס'איז שווער זיך איינצוהאלטן פונעם 'נארמאלן געוואוינהייט' צו פייערן אינאיינעם מיט די משפחה, און 'מ'קען דורכפאלן', פארשטייען זיי אויך האפנטליך אז די זעלבע קענען חסידים דורכפאלן זיך מיטצופרייען ביי א שמחה בבית רבם.
די חילוק איז נאר ווען די מידיע כאפט עס אויף...

אויב עפעס וועלן די שטאט טאטעס עס נעמען מער פערזענליך אז מען אטאקירט זיי, לויט זייער היסטאריע
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: קאמפיין: נישט פארשפרייטן קיין שום גרעסערע בילדער!

תגובהדורך זאג א גוטס » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2020 12:53 pm

הה"ד אז מ'קען גיין קרום וואס דארף מען גראד
דער אויבערשטער טוט נאר גוטס!
מער גוטס ווי א מענטש קען טון פאר זיך אין זיין גאנצע לעבן, טוט דער אויבערשטער יעדע רגע!

מקור

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: קאמפיין: נישט פארשפרייטן קיין שום גרעסערע בילדער!

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2020 1:26 pm

זאג א גוטס האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:שיינע עדיטאריעל אין בלאט. ווארשיינליך געשריבן אז אויב (מיטן האפענונג אז) עס ווערט איבערגעטייטשט זאל עס האבן דעם ריכטיגן עפעקט.

אין קורצן. דער גאווערנאר איז געצימבלט געווארן פארן לאדענען משפחה אין די צייט וואס ער פארלאנגט ניו יארקער אוועקצוגעבן פון זיך. אזוי אויך דער מעיאר איז שוין געכאפט געווארן פארלעצען זיינע רעגולאציעס.
פונקט ווי זיי פארשטייען אז ס'איז שווער זיך איינצוהאלטן פונעם 'נארמאלן געוואוינהייט' צו פייערן אינאיינעם מיט די משפחה, און 'מ'קען דורכפאלן', פארשטייען זיי אויך האפנטליך אז די זעלבע קענען חסידים דורכפאלן זיך מיטצופרייען ביי א שמחה בבית רבם.
די חילוק איז נאר ווען די מידיע כאפט עס אויף...

אויב עפעס וועלן די שטאט טאטעס עס נעמען מער פערזענליך אז מען אטאקירט זיי, לויט זייער היסטאריע

הה"ד אז מ'קען גיין קרום וואס דארף מען גראד

הה''ד גראד מיטן קאפ אין וואנט אריין.

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאמפיין: נישט פארשפרייטן קיין שום גרעסערע בילדער!

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2020 1:34 pm

איך האב עס נישט געליינט. אבער אויב רייסט מען דארט אראפ די גאווערנער האט ער א היסטאריע פון ווערן מער פארביסן. א גוטע נאכט
שויתי ה' לנגדי תמיד

אפעטיט
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 11:16 pm

Re: קאמפיין: נישט פארשפרייטן קיין שום גרעסערע בילדער!

תגובהדורך אפעטיט » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2020 2:06 pm

Goodmorning האט געשריבן:
אפעטיט האט געשריבן:ס'דא אסאך רבנים וואס זייערע חסידם וואוינען צושפרייט איבערן וועלט, און די איינציגסטע וועג וויאזוי זיי קענען מיטהאלטען וואס ס'טיצעך אין זייער חצר הקודש איז דורך די וועכענטליכע בילדער. ס'גאנץ פשוט

טאקע לעבנסוויכטיג, עס לוינט אנזייען אנטיסעמיטיזם.

כ'רעד נישט פונעם יעצטיגען מצב. נאר איינער האט דא געפרעגט בכלליות צו די וועכנטליכע פיקטשערס ברענגט עפעס און פארוואס ס'פעלט אויס

שטיגליץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

Re: קאמפיין: נישט פארשפרייטן קיין שום גרעסערע בילדער!

תגובהדורך שטיגליץ » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2020 2:12 pm

זאג א גוטס האט געשריבן:שיינע עדיטאריעל אין בלאט. ווארשיינליך געשריבן אז אויב (מיטן האפענונג אז) עס ווערט איבערגעטייטשט זאל עס האבן דעם ריכטיגן עפעקט.

עס איז דאך נישט דא קיין ארגאניזאציע וואס גיבט זיך אפ מיטן איבערטייטשן אונזערע צייטונגען אז די אלגעמיינע גאס זאל עס קענען פארשטיין, סך הכל רעדט זיך עס פון אפאר אפגעריסענע מכם ובכם'ניקעס ליידער וואס זוכן אונז צו באשמיצן.

אשר על כן קען מען זיין זיכער אז אויב די עדיטאריעל קען מען נוצן אונז צו באשמוצן וועט עס ווארשיינליך ווערן איבערגעטייטשט, משא"כ אויב דאס איבערטייטשן וועט געבן א גונסטיגע בליק אויף אונז וועט עס זיכער נישט ווערן טרענסלעיטעד.

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאמפיין: נישט פארשפרייטן קיין שום גרעסערע בילדער!

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2020 2:14 pm

Goodmorning האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:שיינע עדיטאריעל אין בלאט. ווארשיינליך געשריבן אז אויב (מיטן האפענונג אז) עס ווערט איבערגעטייטשט זאל עס האבן דעם ריכטיגן עפעקט.

אין קורצן. דער גאווערנאר איז געצימבלט געווארן פארן לאדענען משפחה אין די צייט וואס ער פארלאנגט ניו יארקער אוועקצוגעבן פון זיך. אזוי אויך דער מעיאר איז שוין געכאפט געווארן פארלעצען זיינע רעגולאציעס.
פונקט ווי זיי פארשטייען אז ס'איז שווער זיך איינצוהאלטן פונעם 'נארמאלן געוואוינהייט' צו פייערן אינאיינעם מיט די משפחה, און 'מ'קען דורכפאלן', פארשטייען זיי אויך האפנטליך אז די זעלבע קענען חסידים דורכפאלן זיך מיטצופרייען ביי א שמחה בבית רבם.
די חילוק איז נאר ווען די מידיע כאפט עס אויף...

אויב עפעס וועלן די שטאט טאטעס עס נעמען מער פערזענליך אז מען אטאקירט זיי, לויט זייער היסטאריע

אקעי, כהאב נישט פארשטאנען, געמיינט אז דו זאגסט אז עס מאכט חוזק פון די גאווערנער, שכח פארן ערקלערן אין אישי
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: קאמפיין: נישט פארשפרייטן קיין שום גרעסערע בילדער!

תגובהדורך זאג א גוטס » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2020 2:19 pm

צו קלארשטעלן: כ'האב נאר געברענגט ממש דער סך הכל פונעם עדיטאריעל, און דעריבער האט מען עס שלעכט פארשטאנען.

עס פארציילט אז דער גאווערנאר האט געבעטן מ'זאל פראווען די חאגע פריוואט, ניטאמאל מיט די פאמיליע ווי עלטערן אדער פארהייראטע קינדער, און האט געזאגט ער וועט אויך אזוי טון. למעשה האט מען זיך עפעס ארויפגעכאפט אז ער האט ערגעצוואו געזאגט אז זיין מאמע און טאכטער קומען צו אים, און ס'איז געווארן ששון. למעשה האט ער צוריקגעצויגן.
שמועסן זיי אויס באריכות אים צו פארטיידיגן אז ס'איז זייער שווער צו טוישן די נארמאלע געוואוינהייט ווי אלע יארן ביז איצט, כדי נאכצוקומען די שווערע רעגולאציעס, און יעדער, אפילו דער גאווערנאר און מעיאר, קען דורכפאלן. דעריבער איז אויך צום פארשטיין אז חסידים קענען אויך דורכפאלן, און מיטהאלטן א שמחה ביים רבי'ן.

דיסקלעימער: כ'בין נישט א שרייבער אין בלאט, בלויז א ליינער.
דער אויבערשטער טוט נאר גוטס!
מער גוטס ווי א מענטש קען טון פאר זיך אין זיין גאנצע לעבן, טוט דער אויבערשטער יעדע רגע!

מקור

ששון
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2008 3:55 pm

Re: קאמפיין: נישט פארשפרייטן קיין שום גרעסערע בילדער!

תגובהדורך ששון » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2020 8:20 pm

דארף מען זיכער מאכן אז עס איז לכתחילה געשריבן אזוי אז די וועלכע האבן נישט גוטע אויגן ברילן זאלן עס אויך קענען לייענן אז עס גינסטיג געשריבן און נישט ח"ו עס זאל קענען שלעכט פארטייטשט ווערן וואס קען ברענגען מער אומפארשטענדענישן מיט וועלן עס פארשטיין געבן איבער וואס מער הסבר וועט געברויכט ווערן דערפאר אין וואס מען וועט זיך קענען טועה זיין און אזוי ווייטער און ווייטער.
און פארוואס טאקע נישט שיקן צום ריכטיגען אדרעס א גוטע איבערטייטשונג, כדי די באטרעפענדע זאלן האבן אויך א פאזיטיווע ווערסיע פון דעם אידיש-טייטש? אין די אנגעצויגענע צייטן ווען סופרים קאורט ווי דער פרעזידענט האט איבערגעגעבן ערלויבט יא בתי מדרשים, קען זיין אז פארשידענע פירער'ס אטענשאן איז נישט ווי בעפאר אזוי שארף, דעריבער דארף מען עס אין באטראכט נעמען ביים קריסטעל קלאר עס פארטייטשן.

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בןישיבה און 6 געסט