קאמפיין: נישט פארשפרייטן קיין שום גרעסערע בילדער!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13969
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג נובעמבער 27, 2020 4:39 am

זאג א גוטס האט געשריבן:שיינע עדיטאריעל אין בלאט. ווארשיינליך געשריבן אז אויב (מיטן האפענונג אז) עס ווערט איבערגעטייטשט זאל עס האבן דעם ריכטיגן עפעקט.

אין קורצן. דער גאווערנאר איז געצימבלט געווארן פארן לאדענען משפחה אין די צייט וואס ער פארלאנגט ניו יארקער אוועקצוגעבן פון זיך. אזוי אויך דער מעיאר איז שוין געכאפט געווארן פארלעצען זיינע רעגולאציעס.
פונקט ווי זיי פארשטייען אז ס'איז שווער זיך איינצוהאלטן פונעם 'נארמאלן געוואוינהייט' צו פייערן אינאיינעם מיט די משפחה, און 'מ'קען דורכפאלן', פארשטייען זיי אויך האפנטליך אז די זעלבע קענען חסידים דורכפאלן זיך מיטצופרייען ביי א שמחה בבית רבם.
די חילוק איז נאר ווען די מידיע כאפט עס אויף...

זיי מעגן מאכן זייער שמחות ביז מארגן ווילאנג זייער פענסטערס זענען פארקלעבט.

אבער למען השם, ווער בעט זיי פארשפרייטן בילדער? ווער בעט זיי שרייבן אן ארטיקל וויזוי זיי האבן אויסגעשפילט דעם געזעץ? פארוואס?

כלפי די גאווענער און די מידיע האבן זיי זיך פארענטפערט, ווען גיין זיי זיך פארענטפערן כלפי שמיא, כלפי די חרדישע אידנטום? וואס האט זיי אזוי געברענט דעם ארטיקל?

(די טענה איז גילטיג אויף אלע צייטונגען. די בלאט כאפ איך אן ווייל זיי זענען יעצט אין צענטער.)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 25348
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קאמפיין: נישט פארשפרייטן קיין שום גרעסערע בילדער!

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג נובעמבער 27, 2020 9:07 am

כ'וואונדער זיך וועלכע מגיה ס'האט עס אדורכגעלאזט, דאהי וואלט עס נישט געהאלטן קיין פינעף מינוט.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: קאמפיין: נישט פארשפרייטן קיין שום גרעסערע בילדער!

תגובהדורך מיין שטעלונג » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 9:34 am

דו וואונדערסט אויף דעם מגי' וואס האט דורכגעלאזט דעם עדיטאריעל?!

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13969
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 7:53 pm

מיין שטעלונג האט געשריבן:דו וואונדערסט אויף דעם מגי' וואס האט דורכגעלאזט דעם עדיטאריעל?!

:lol:


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט