וואס איז באמת די געזעץ וועגען אריין לאזן די אינספעקטערס

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אדם ישר
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 24, 2014 11:18 pm

וואס איז באמת די געזעץ וועגען אריין לאזן די אינספעקטערס

תגובהדורך אדם ישר » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 4:34 pm

רבותי איינער דארף אריין קומען אין מסביר זיין אונזערע בירגער
רעכטן אין אמעריקע.....

קען איעדער ספאנישער וואס טוט זיך אן א היטל, און קען אפילו נישט קיין ענגליש, אריין קומען און איעדע סטאר, הויז, חיידער, ישיבה וכו׳???
וואס גייט דא פאר און אמעריקא אונז האב מיר פארלוירען אלע רעכטן???

אוועטאר
לייטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3557
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: וואס איז באמת די געזעץ וועגען אריין לאזן די אינספעקטערס

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 4:42 pm

אדם ישר האט געשריבן:רבותי איינער דארף אריין קומען אין מסביר זיין אונזערע בירגער
רעכטן אין אמעריקע.....

קען איעדער ספאנישער וואס טוט זיך אן א היטל, און קען אפילו נישט קיין ענגליש, אריין קומען און איעדע סטאר, הויז, חיידער, ישיבה וכו׳???
וואס גייט דא פאר און אמעריקא אונז האב מיר פארלוירען אלע רעכטן???


אויב סאיז אפיציעל פארמאכט נישט, חוץ מיט א קארט ארדער
אויב למשל א שיל אדער סטאר איז אפן פארן פאבליק קענען זיי אריינקומען פונקט ווי יעדער, אויב סשטייט ביי א ביהמ"ד פרייוועט פראפעטי נא ענטרי נאר מעמבערס אדער סטאר close קענען זיי נישט אריינקומען

יצחק ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 19, 2018 11:05 am

Re: וואס איז באמת די געזעץ וועגען אריין לאזן די אינספעקטערס

תגובהדורך יצחק ברוך » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 5:34 pm

זיי גייען דאך אבער יא אריין ווי אויך האבן זיי געסטראשעט אין בפ אז מ'מוז זיי אריין לאזן.

Gevald Geshrigen
שר שלשת אלפים
תגובות: 3231
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: וואס איז באמת די געזעץ וועגען אריין לאזן די אינספעקטערס

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 6:12 pm

דער געזעץ איז אזוי:
אויב א בילדינג האט א פערמיט פאר קאנסטראקשן מוז מען אריינלאזן די בילדינג דעפט.
אויב א בילדינג האט נישט א פערמיט פאר קאנסטראקשן מוז מען נישט אריינלאזן די בילדינג דעפט.
אויב אן אינספעקטאר וויל אריינקומען אין א סטאר נישט צו קויפן א פראדוקט אדער אין א שול נישט צו דאווענען מוז מען נישט אריינלאזן. סימפל.
אויב האט ער אבער שוין אריינגעוואקט איז שווערער אים "ארויסצווואפן"
אויב שטייט א סיין נאו טרעספעסינג איז אין אזא פאל האט ער ווייאלעיטעד א ווארענונג און פאר דעם קען א סיין העלפן
אויב עס איז דא א וורענט מעג דער אינספעקאר אויפברעכן די טיר. אן דעם נישט.
העלט דעפט. ביי א פרי סקול מוז מען אריינלאזן אפילו אן א ווארענט. די זעלבע אויב זענען דא קינדער וואס זענען אונטער זעקס יאר.
אויב די סקול איז פארשלאסן מוז מען נישט אריינלאזן
א בילדינג אינספעקטאר ביי א סקול מוז מען אויך נישט אריינלאזן אויסער אויב עס איז אנדער קאנסטראקשן
פאליס האט איבעראל די זעלבע געזעץ. די איינציגסטע חילוק אז אויב ער האט א חשש אז א קרימינאל באהאלט זיך דארט אדער א חשש אז איינער גייט באגיין א קרימינאלער אקט מעג ער אריינגיין אן א ווארענט.
ווייאלעשן פון אן עקזעקיוטיוו העלט עמערדזשענסי איז נישט אין די דאזיגע קרימינאלע אקטן.
שעריף די זעלבע ווי פאליס
פייער דעפט. די זעלבע ווי עני עידזשענסי אויסער אין פאל אדער חשש פון סכנה

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2854
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: וואס איז באמת די געזעץ וועגען אריין לאזן די אינספעקטערס

תגובהדורך שמואל בארג » פרייטאג אוקטובער 23, 2020 10:53 am

גוטע אינפארמאציע דאס

קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

Re: וואס איז באמת די געזעץ וועגען אריין לאזן די אינספעקטערס

תגובהדורך קענטעלאופ » זונטאג אוקטובער 25, 2020 12:26 pm

און וואס איז מיט די אינספעקטארס וואס קומען טשעקן ביים הויז פון די וואס טעסטן פאזעטיוו פאר קאראנע צו מען איז אינדערהיים? מוז מען זיי עפענען די טיר?
מוז מען ענטפערן אויף די טעלעפאן קאלס פראגעס פון די טרעיסערס? זיי פרעגן די נעמען פון אלע קינדער און אין וועלכע סקולס זיי גייען

אוועטאר
לייטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3557
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: וואס איז באמת די געזעץ וועגען אריין לאזן די אינספעקטערס

תגובהדורך לייטער » זונטאג אוקטובער 25, 2020 12:29 pm

קענטעלאופ האט געשריבן:און וואס איז מיט די אינספעקטארס וואס קומען טשעקן ביים הויז פון די וואס טעסטן פאזעטיוו פאר קאראנע צו מען איז אינדערהיים? מוז מען זיי עפענען די טיר?
מוז מען ענטפערן אויף די טעלעפאן קאלס פראגעס פון די טרעיסערס? זיי פרעגן די נעמען פון אלע קינדער און אין וועלכע סקולס זיי גייען

זיי גייען נישט קומען אהיים, מיין שוועסטער האט געענטפערט אז זיי גייען נישט אין שילע יעצט און פערטיג

קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

Re: וואס איז באמת די געזעץ וועגען אריין לאזן די אינספעקטערס

תגובהדורך קענטעלאופ » זונטאג אוקטובער 25, 2020 12:32 pm

זיי קומען יא צו די טיר, געקומען שבת אפי' מען האט געזאגט פרייטיג אז זיי זאלן ביטע נישט קומען ווייל סאיז שבת

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24889
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וואס איז באמת די געזעץ וועגען אריין לאזן די אינספעקטערס

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אוקטובער 25, 2020 12:37 pm

זיי קענען גיין ביז די טיר.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3336
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: וואס איז באמת די געזעץ וועגען אריין לאזן די אינספעקטערס

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג אוקטובער 25, 2020 1:43 pm

א סטאר וואס איז פאר א קלאב ווי בי.דשעיס. קאסטקא, וכו' קען זיי אפהאלטן פון אריינקומען?
I won the Election


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אליעזר ב. און 4 געסט