די צווייטע כוואליע קאראנא וויירוס אין אייראפע

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

עירוב תבשילין
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

די צווייטע כוואליע קאראנא וויירוס אין אייראפע

תגובהדורך עירוב תבשילין » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 7:55 am

יא! ער איז ענדליך אנגעקומען! די סייענטיסטן האבן געווארנט! נאך א כמו "וויירוס שטילשטאנד" אין רוב אייראפעאישע לענדער במשך די זומער חדשים וואס אין רוב לענדער האט מען זיך איינגערעדט אז דאס איז עס און די מדינות האבן מער ווייניגער געפענט די עקאנאמיע, האט זיך אין די לעצטערע וואכן אנגעזעהן א דראסטישע העכערונג אין די צאל אנגעשטעקטע אין רוב לענדער אין מערב אייראפע און מ'האט צוריק אנגעהויבן נעמען שריט. ועל המדינות בו ייאמר!

1) אין פראנקרייך איז נעכטן מיטוואך רעקאדירט געווארן 26,676 נייע קעיסעס בשעת ווען אין די מאי יוני יולי מאנאטן איז נישט געווען מער 500-1000 א טאג און 163 פאטאליטעטן ארויף פון 95 א וואך פריער די אינפעקציע ראטע האלט ביי 9.5 פראצענט ארויף פון 4.5 א חודש פריער. פארשידענע קארפיו'ס און רעגולאציעס זענען ארויפגעלייגט געווארן אין פאריז און אין אנדערע גרויסע שטעט.

2) אין בעלגיע (א לאנד פון 11 מיליאן איינוואוינער) איז איינגעשטעלט געווארן א פרישע לאקדאון אין לאנד. נעכטן מיטוואך זענען רעקאדירט געווארן 9,679 נייע קעיסעס א העכערונג פון 105,868 אין בלויז 2 וואכן אלעס אין טאטעל האלט עס ביי 240,159.

3) אין דייטשלאנד זענען צוגעקומען 10,457 פרישע קעיסעס א העכערונג פון 6,680 קעיסעס 2 וואכן פריער. פרישע רעגולאציעס און באגרעניצונגען זענען אריין אין קראפט, אזוי אויך איז די ארטיגע געזונטהייט מיניסטער דזשענס ספאהן אריין אין איזולירונג נאכן טעסטן פאזיטיוו פאר די וויירוס.

4) אין שפאניע איז די צאל קעיסעס געשטיגן העכער א מיליאן מיט א העכערונג פון 16,973 בשעת ווען א טאג פריער איז געווען נאר 13,873 דארט האבן די אויטאריטעטן אויך גענומען שריט און די איזאלירונג אינפאסירונג איז גענומען געווארן גאר שטרענג.

5) איטאליע וועלכע איז געווען פון די מערסט שווערע באטראפענע לענדער אין אייראפע איז אויך נישט אויסגעשלאסן געווארן פונעם צווייטן כוואליע און נעכטן זענען געווען 15,199 קעיסעס ארויף פון 3,678 בלויז 2 וואכן פריער אין רוב ראיאנען אין לאנד זענען איינגעשטעלט געווארן נאכט קורפיוס מיט גאר א שטרענגע אינפארסירונג.

6) ענגלאנד וועלכע איז די שווערסטע באטראפענע לאנד אין אייראפע איז אויך אויפן וועג ארויף אין פרישע 26,688 פעלער זענען נעכטן צוגעקומען ארויף פון 14,162 2 וואכן פריער אן אייגענארטיגע 3 שטאפל סיסטעם איז איינגעשטעלט געווארן וואו מ'איז דן יעדע געגנט באזונדער. ועיין עוד באזונדערע אשכול http://ftp.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 0#p2126219 ומשם תדרשנו.

7) עסטרייך האט נעכטן צו געזעהן די העכסטע צאל אנגעשטעקטע זייט די ווירוס האט זיך אנגעפאנגען פון 1,958 קיעסעס ווען אין די פריערדיגע כוואליע אין מערץ איז די העכסטע צאל געווען 1,321.

אפס קצהו תראה וכולו לא תראה איך בין דאך פארט נישט קיין רוכלא דליחשיב וליזיל און די איבריגע וועל איך לאזן פאר די עולם אריינצוקומען מיט באריכטן.

די אלע "ס'נישט ערגער ווי די פלו" מענשטן אדער זייער קעגנער די "ס'הערשט א מגיפה" אידן זאלן זיך טרעפן א צווייטן פלאץ צו דעבאטירן די נושא. ביטע האלטן דאס פלאץ ריין נאר פאר באריכטן, ציפערן, קרישקעלעך און נייעס'לעך מהנעשה והנשמע אויפן אנדערע זייט כדור: אייראפע
א דאנק אייך פון פאראויס
הרב עירוב תבשילין
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

שארף און קליג
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 11:45 am

Re: די צווייטע כוואליע קאראנא וויירוס אין אייראפע

תגובהדורך שארף און קליג » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 9:01 am

יא, די שפיטעלער אין אמעריקא זענען פול מיט אידן פון די צווייטע כוואליע!
רבותי! אלע אלטע אידן וואס האבן שכל זאלן זיך איינשפארן!

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2011
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: די צווייטע כוואליע קאראנא וויירוס אין אייראפע

תגובהדורך פרוביר אויך » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 9:46 am

א דאנק אייך
הרב עירוב תבשילין
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3984
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: די צווייטע כוואליע קאראנא וויירוס אין אייראפע

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 9:58 am

שארף און קליג האט געשריבן:יא, די שפיטעלער אין אמעריקא זענען פול מיט אידן פון די צווייטע כוואליע!
רבותי! אלע אלטע אידן וואס האבן שכל זאלן זיך איינשפארן!

דא רעדט מען אויסשליסלעך פון אייראפע
שויתי ה' לנגדי תמיד

עירוב תבשילין
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: די צווייטע כוואליע קאראנא וויירוס אין אייראפע

תגובהדורך עירוב תבשילין » זונטאג אוקטובער 25, 2020 8:42 am

נייעס'לעך און קרישקעלעך פון היינט זונטאג לך לך:

אין פראנקרייך זענען נעכטן צוגעקומען פרישע 45,422 קאראנע קעיסעס דאס איז די העכסטע צאל זייט די וויירוס האט זיך אנגעפאנגען, ארטיגע פרעזידענט מאקראן ווארנט אז די קריזיס קען אנהאלטן ביז זוממער.

אין שפאניע: 19,851 קיעסעס. פרעמיער מיניסטער פּעדראָ סאנטשעז האלט היינט זונטיג א קאבינעט זיצונג אין מאדריד צו דיסקוסירן א נייע סטעיט אוו עמערדזשענסי וועלכע וועט געבן די רעגירונג גרעסערע כוחות צו אינפארסירן פרישע באגרעניצונגען.

אין איטאליע, האט די ארטיגע פרעמיער גיוסעפּפּע קאָנטע באשטעטיגט אַ פּלאַן צו באַגרענעצן די עפענען שעות פֿאַר באַרס און רעסטוראנטן און פאַרמאַכן פאַרווייַלונגס ערטער, גאַמבלינג וועניוז און דזשימס. אזוי אויך ווערן די בירגער געבעטן נישט ארומצופארן, די באגרעניצונגען וועלן אריינגיין אין קראפט דער מאנטאג ביז נאוועמבער 24. איטעליע האט צוגעזעהן א העכערונג פון 19,644 קיעסעס די לעצטע טאג צייט. אזוי אויך זענען פארגעקומען פראטעסטן אקעגן די פרישע באגריצונגען אין לאנד ווי די פאליציי האבן שווער קאנטראלירט די מאסן.

אין בעלגיע האבן זיך די האספאטאליזאציעס דראסטיש געהעכערט צו 600 א טאג, פאזיטיווע קיעסעס 17,568 אזוי אויך זאגן די באאמטע אז די צאל קעיסעס ביי די יונגע אין די סקולס גייט אויך צו א העכערונג.

די וועילס ראיאן אין די יונייטעד קינגדאם איז אריין אין לאקדאון נאך א העכערונג אין פאזיטיווע קעיסעס אלע נאן עסענטשול ביזנעסער, בארס און רעסטוראנטען זענען פארשלאסן.
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

KMW
שר האלף
תגובות: 1416
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: די צווייטע כוואליע קאראנא וויירוס אין אייראפע

תגובהדורך KMW » זונטאג אוקטובער 25, 2020 11:13 am

יישר כח פארן פותח האשכול
אויב מעגליך אויך צו ברענגען די צאל האספיטיליזאציעס און טויט, ווי באקאנט קעיסעס מיינט מער טעסטינג, אין ניו יארק ווי עס וואוינען 20 מיליאן מענטשן און די אינפעקשן רעיט איז איבער 1 פראצענט מיינט אז עס זענען דא מער פון 200 טויזענט פאזיטיוו און אינטער 1000 אין שפיטאל.

עירוב תבשילין
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: די צווייטע כוואליע קאראנא וויירוס אין אייראפע

תגובהדורך עירוב תבשילין » זונטאג נובעמבער 01, 2020 5:25 am

דייטשלאנד, פון די גרעסטע עקאנאמיעס אין אייראָפּע האט פאריגען מיטוואך דערקלערט א נאציאנאלע לאַקדאַון פֿאַר די גאנצע חודש פון נאוועמבער אין א פרואוו צו באַקומען קאָנטראָל פונעם פרישן פארשפרייטונג פונעם וויירוס..

"די שנעלקייט פונעם פארשפרייטונג איז ספעציעל הויך," האָט קאנצלער אַנגעלאַ מערקעל געזאָגט ביי א פרעסע קאנפערענץ אין בערלין דעם מיטוואך.

זי זאגט אז די צאל מענטשן אין אינטענסיוו קעיר יוניט מיט'ן וויירוס איז פארדאפלט געוואָרן אין די לעצטע 10 טעג - און דער געזונט סיסטעם אין לאנד וועט דעגרייכן איר שפיץ אין עטלעכע וואָכן אויב די אינפעקציע ראטע ווערט נישט געברענגט אונטער קאָנטראָל.

"מיר מוזן נעמען שריט און שוין יעצט," זאגט מערקעל. "די קארוו מוז ווידער אויסגעגליכן'ט ווערן."

פארט איז עס עטוואס לייכטער ווי די פריערדיגע לאקדאון און ווערט ענדערש באצייכנט אלס א "סירקעט ברעיקער" און וועט אנהאלטן ס'גאנצע חודש פון נאוועמבער למספ'.

די נייע באגרענוצונגען רעכנט אריין דאס גענצליכע פארשליסונג פון רעסטוראנען, באַרס, סינעמאַס, גימס, און אנדערע פובליק פארוויילונגס ערטער.

טרעוועלן אין לאנד פאר קיין נישט וויכטיגע צוועק איז אויך פארבאטן, אַרייַנגערעכנט צו באַזוכן קרובים.

שאַפּס, שולעס און קינדערגאַרטן וועט בלייבן אָפן, אזוי אויך וועלן די נורסינג היימען בלייבן אפן פאר באזוכער.

בעלי בתים פון רעסטוראנטן און בארס, וואָס ליידן שוין אזוי אויך פונעם ביז איצטיגן קורפיו אין אקטאובער, ווארענען אז אזא צווייטע נאציאנאלע לאקדאון קען ברענגען צו ריזיגע געלט שאדנס און פארשליסונגען.

דייטשלאנד'ס ערשטער לאַקדאַון אין מערץ-אפריל דעם יאָר איז באצייכנט געווארן אלס "העכסט עפעקטיוו" אינעם פראצעדור פון "פלעטן דע קארוו" אין זיי האבן פיין מצליח געווען, אבער ווי די באאמטע צייכענען אהן האט די קילער וועטער, מאסן וואס קערן זיך אהיים פון די פארלאפענעם זומער וואקאציעס, און א נאכגעלאזקייט פון זיך האלטן צו די סאשעל דיסטענסינג רעגולאציעס אין די פריערדיגע וואכן, צוגעברענגט די פרישע אויפשטייג צו איבער 11,000 קעיסעס א טאג.

דער ראבערט קאָטש אינסטיטוט פון דייטשלאנד האָט נעכטן אינדערפרי באריכטעט 19,367 נייע פעלער אין די לעצטע 24 שעה.

זינט די אָנהייב פון די פּאַנדעמיק, זענען געווען 470,727 קעיעסעס און 10,308 טויטע.

*****************

די שכינות'דיגע פראנקרייך איז אויך נישט צופיל הינטערשטעלונג פון דייטשלאנד,

אין א טעליוויזירטע אדרעס צום פאלק פונעם עליזע פאלאץ דעם מיטוואך אוונט האט די ארטיגע פרעזידענט עממאנועל מאקראן אנאנסירט אז פראנקרייך וועט אריינגעשטעלט ווערן אין א פרישע נאציאנאלע לאקדאון אנגעהויבן שוין פון דעם דאנערשטאג איבערנאכט.

שולעס און עסענטועלע געשעפטן וועלן בלייבן אָפן, אָבער באַרס, רעסטוראנען, קאפי הייזער און אנדערע פובליק פארוויילונג פלעצער וועלן זיך דארפן שליסן אזוי אויך וועלן אוניווערסיטעטן דארפן זיין פארשלאסן.

די נייע מאסנאמען וועלן בלייבן אין פלאץ ביז אמווייניגסטנס דעצעמבער 1. די רעגירונג וועט אפשאצן די סיטואציע יעדע צוויי וואכן און באשליסן צי מען וועט שטעלן נאך מאסנאמען אדער צו לינדערן געוויסע באגרענעצונגען.

"ווי אין דער פרילינג, וועט איר קענען פארלאזן די הייזער צו גיין צום אַרבעט, מעדיצינישע אַפּוינטמאַנטס, צו מאַכן דיין שאַפּינג אָדער אויף עקסערסייז און צו שעפן פרישע לופט," זאגט מאקראן.

"דער ווירוס צירקולירט זיך אין פראנקרייך מיט א שנעלקייט, וואס אפילו די מערסט פעסימיסטישע פאויסשאצונגען און פרעדיקציעס האבן נישט פאָראויסגעזען,

בלייבן אין שטוב ווי ווייט מעגלעך, רעספּעקטירן די רעגולאציעס. הצלחה ווענדט זיך אין די צוזאם ארבעט פון יעדער איינער פון אונז," זאגט דער פרעזידענט.

אין די לעצטע 24 שעה, האט פֿראַנקרייַך א לאנד פון איבער 70 מיליאן אינוואוינער רעקאָרדירט פרישע 35,641 נייַע קעיסעס פון קאָראָנאַווירוס. איבער 14,000 מענטשן זענען האספיטיליזירט געווארן אין די לעצטע וואָך, פון וואָס 2,057 זענען אין אינטענסיוו קעיר אין אן ערענסטער צושטאנד. 60% פון די בעטן אין אינטענסיוו קעיר אין פֿראַנקרייַך זענען איצט פאַרנומען דורך קאָוויד פאציענטן.
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

עירוב תבשילין
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: די צווייטע כוואליע קאראנא וויירוס אין אייראפע

תגובהדורך עירוב תבשילין » זונטאג נובעמבער 01, 2020 6:13 am

אין בעלגיע האט מען שוין אויך זיך צי זינגען דעם ניגון "און צום צווייטן מאל"
די בעלגישע אוטאריטעטן האבן באשטעטיגט אז א פרישע נאציאנאלע לאקדאון גייט אריין אין קראפט דעם מאנטאג נאוועמבער 2, אין ליכט פון די פארהעכערונג אין קעיסעס אין לאנד.
די לאַקדאַון וועט זיין אין קראפט ביז קומענדיגן דעצעמבער 13.
די לאקדאון רעכנט אריין די פארשליסונג פון שולעס און אוניווערסיטעטן און אלע נאן-עסענטועלע ביזנעסער. ארבעטן פון שטוב אויב מעגליך, אזוי אויך ווערן די אלע סופערמארקעטס געבעטן אראפ צו נעמען די אלע נישט וויכטיגע פראדוקן פון זייער שעלווס, און נאך פארשידענע פארשליסונגען.
לוויות זענען באגרעניצט ביז 15 מענטשן,
טראָץ דעם לאָקדאָוון, וועלן די שולעס זיך צוריק עפענען אויף א טיילווייזע אופן שוין דעם נאוועמבער 16 מיט א געמיש פון אין-קלאס און אנליין לערנונגען.
א נאכט קורפיו פון 12 ביז 5 איז איינגעשטעלט געווארן אין גאנץ לאנד, בשעת ווען אין די 2 גרויסע שטעט ווי בריסל און וואלאניע איז שוין פאריגע וואך איינגעשטעלט געווארן א נאכט קורפיו פון 10 ביז 6.
בעלגיע'ס גרעניצן בלייבן אפן, כאטש די גאווערמענט רעקאמאנדירט שטארק צו בלייבן אינדערהיים.
פון פרייטאג אקטאבער 30, האט די געזונטהייט מיניסטעריום אין בעלגיע (א קליין לענדל פון 11 מיליאן איינוואוינער) באשטעטיגט 392,258 פעלער פון קאראנע אינפעקציעס. מיט 11,308 פאטאליטעטן. די באאמטע ערווארטן אין די נאנטע טערמין א שטארקע פארשפרייטונג אזוי אויך אין די צאל האספיטאליזאציעס.
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3679
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: די צווייטע כוואליע קאראנא וויירוס אין אייראפע

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג נובעמבער 01, 2020 8:59 am

איך זעה אז רוב לאקדאנס נעמט נישט אריין קיין שולעס. זעט זיך אויס אז זיי פארשטיין בעסער צי חינוך ויי אונזער קאומאו
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

עירוב תבשילין
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: די צווייטע כוואליע קאראנא וויירוס אין אייראפע

תגובהדורך עירוב תבשילין » זונטאג נובעמבער 01, 2020 9:03 am

פונקט ווי אירע אנדערע שכנים אין אייראפע (נאר געאגראפיש ש'טייט זיך, מ'איז דאך שוין ארויס פונעם אייראפעאישן פאראיין..) האט די בריטישע פרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן געמאלדן נעכטן מוצאי שבת אז ענגלאנד וועט אויך אריינגיין אין א נאציאנאלע לאקדאון פון דעם דאנערשטאג ביז קומענדיגע דעצעמבער 2. (די אנאונסמענט האט געזאלט פארקומען מאנטאג אוונט נאר די נייעס האט שוין נעכטן ארויס געליעקט צו די מידיע דעריבער האט די פרעמיער נעכטן גענומען דאס מייק אין האנט אריין)

די לאקדאון איז בלויז פאר ענגלאנד און נישט פאר אירע מיטגלידער אין די פאראיין: סקאטלאנד, און צפון אירלאנד. וועילס האט שוין איינגעשטעלט אירע לאקדאון פאריגע וואך, נאך בעפאר ענגלאנד.

דאס לאקדאון נעמט אריין פארשליסונגען פון אלע נאן-עסענטועלע ביזנעסער, ארויס גיין פון שטוב נאר אויף די ארבעט, איינקויפן וויכטיגע געברויכן, אא"וו. שולעס אבער וועלן יא בלייבן אפן.

דזשאנסאן איז אפטאמיסטיש אז די דאזיגע לאקדאון וועט זיך פילן אסאך רואיגער און בעסער ווי ס'ערשטע "אונז זעמיר אסאך מער צוגעגרייט און אונז האמיר מער מעדיצינען און באהאנדלונגען ווי דאס ערשטע און אונז קוק מיר שטארק ארויס אויף א וואקסין אין דאס ערשטע פערטל פונעם נייעם יאר",זאגט דזשאנסאן.

ענגלאנד האט נעכטן רעקארדירט פרישע 21,915 קאראנע קעיסעס, 326 פאטאליטעטן 1,444 האספיטאליזאציעס אין די לעצטע 7 טעג, און א געשאצטע 978 זענען אין א שווערע צושטאנד.

היינט זונטאג נאכמיטאג האט די קאבינעט מיניסטער מייקל גאוו געווארנט אז אויב די ראטע וועט נישט אראפגיין צו אונטער 1 ביי דעצעמבער וועלן בלית ברירה מוזן ממשיך זיין און אויסצוען די לאקדאון אויף ווייטער.

פאלגענד ציטיר איך די פילע טראנסקריפט פונעם פרעמיער מיניסטער'ס רעדע נעכטן אוונט:

Good evening and apologies for disturbing your Saturday evening with more news of Covid and I can assure you I wouldn’t do it unless it was absolutely necessary.

First I will hand over to Chris and then Patrick who will present the latest data.

Thank you very much Patrick, and Chris. I am afraid that no responsible PM can ignore the message of those figures.

When I told you two weeks ago that we were pursuing a local and a regional approach to tackling this virus, I believed then and I still believe passionately that it was the right thing to do.

Because we know the cost of these restrictions, the damage they do, the impact on jobs, and on livelihoods, and on people’s mental health.

No one wants to be imposing these kinds of measures anywhere.

We didn’t want to be shutting businesses, pubs and restaurants in one part of the country, where incidence was very low, when the vast bulk of infections were taking place elsewhere.

Our hope was that by strong local action, strong local leadership, we could get the rates of infection down where the disease was surging, and address the problem thereby across the whole country.

And I want to thank the millions of people who have been putting up with these restrictions in their areas for so long. I want to thank local leaders who have stepped up and local communities.

Because as you can see from some of those charts, the R has been kept lower than it would otherwise have been, and there are signs that your work has been paying off

And we will continue as far as we possibly can to adopt a pragmatic and local approach in the months ahead

But as we’ve also seen from those charts, we’ve got to be humble in the face of nature

And in this country alas as across much of Europe the virus is spreading even faster than the reasonable worst case scenario of our scientific advisers

Whose models as you’ve just seen now suggest that unless we act we could see deaths in this country running at several thousand a day

A peak of mortality alas far bigger than the one we saw in April

Even in the South West, where incidence was so low, and still is so low, it is now clear that current projections mean they will run out of hospital capacity in a matter of weeks unless we act.

And let me explain why the overrunning of the NHS would be a medical and moral disaster beyond the raw loss of life

Because the huge exponential growth in the number of patients – by no means all of them elderly, by the way – would mean that doctors and nurses would be forced to choose which patients to treat

Who would get oxygen and who wouldn’t

Who would live and who would die,

And doctors and nurses would be forced to choose between saving covid patients and non-covid patients

And the sheer weight of covid demand would mean depriving tens of thousands, if not hundreds of thousands, if not millions, of non-covid patients of the care they need

It is crucial to grasp this that the general threat to public health comes not from focusing too much on covid, but from not focusing enough, from failing to get it under control

And if we let the lines on those graphs grow in the way they could and in the way they’re projected to grow, then the risk is that for the first time in our lives, the NHS will not be there for us and for our families

And even if I could now double capacity overnight – and obviously I am proud that we have massively increased capacity, we do have the Nightingales, we’ve got 13,000 more nurses now than last year, we have many more doctors – but it still would not be enough, because the virus is doubling faster than we could conceivably add capacity

And so now is the time to take action because there is no alternative.

From Thursday until the start of December, you must stay at home.

You may only leave home for specific reasons, including:

For education; For work, say if you cannot work from home; For exercise and recreation outdoors, with your household or on your own with one person from another household; For medical reasons, appointments and to escape injury or harm; To shop for food and essentials; And to provide care for vulnerable people, or as a volunteer.

I’m afraid non-essential shops, leisure and entertainment venues will all be closed – though click and collect services can continue and essential shops will remain open, so there is no need to stock up.

Pubs, bars, restaurants must close except for takeaway and delivery services.

Workplaces should stay open where people can’t work from home – for example in the construction or manufacturing sectors.

Single adult households can still form exclusive support bubbles with one other household, and children will still be able to move between homes if their parents are separated.

If you are clinically vulnerable, or over the age of 60, you should be especially careful to follow the rules and minimise your contacts with others.

I know how tough shielding was, and we will not ask people to shield again in the same way again. However we are asking those who are clinically extremely vulnerable to minimise their contact with others, and not to go to work if they are unable to work from home.

I am under no illusions about how difficult this will be for businesses which have already had to endure hardship this year. I am truly, truly sorry for that.

This is why we are also going to extend the furlough system through November. The furlough scheme was a success in the spring. It supported people and businesses in a critical time. We will not end it. We will extend it until December.

There will be some differences compared to March.

These measures above all will be time-limited, starting next Thursday 5 November. They will end on Wednesday 2 December, when we will seek to ease restrictions, going back into the tiered system on a local and regional basis according to the latest data and trends.

Christmas is going to be different this year, very different, but it is my sincere hope and belief that by taking tough action now, we can allow families across the country to be together.

My priority, our priority, remains keeping people in education - so childcare, early years settings, schools, colleges and universities will all remain open. Our senior clinicians still advise that school is the best place for children to be.

We cannot let this virus damage our children’s futures even more than it has already. I urge parents to continue taking their children to school and I am extremely grateful to teachers across the country for their dedication in enabling schools to remain open.

And it is vital that we will keep provision for non-Covid healthcare groups going.

So please - this is really important - unless your clinicians tell you otherwise, you should continue to use the NHS, get your scans, turn up for your appointments and pick up your treatments. If at all possible, we want you to continue to access these services, now and through the winter. Indeed it’s only by taking this action that we can protect the NHS for you.

On Monday I will set out our plans to parliament. On Wednesday, parliament will debate and vote on these measures which, if passed, will as I say come into force on Thursday.

We have updated the devolved administrations on the action we are taking in England and stand ready to work with them on plans for Christmas and beyond.

We should remember we are not alone in what we’re going through. Our friends in Belgium, France and Germany have had to take very similar action.

So as we come together now to fight this second wave, I want to say something about the way ahead

Because people will reasonably ask when will this all end

And as I have said before I am optimistic that this will feel very different and better by the spring

It is not just that we have ever better medicine and therapies, and the realistic hope of a vaccine in the first quarter of next year

We now have the immediate prospect of using many millions of cheap, reliable and above all rapid turnaround tests

Tests that you can use yourself to tell whether or not you are infectious and get the result within ten to 15 minutes

And we know from trial across the country in schools and hospitals that we can use these tests not just to locate infectious people but to drive down the disease

And so over the next few days and weeks, we plan a steady but massive expansion in the deployment of these quick turnaround tests

Applying them in an ever-growing number of situations

From helping women to have their partners with them in labour wards when they’re giving birth to testing whole towns and even whole cities

The army has been brought in to work on the logistics and the programme will begin in a matter of days

Working with local communities, local government, public health directors and organisations of all kinds to help people discover whether or not they are infectious, and then immediately to get them to self-isolate and to stop the spread

And I can tell you tonight that the scientists may be unanimously gloomy about the immediate options

But they are unanimously optimistic about the medium and the long term future

We will get through this – but we must act now to contain this autumn surge

We are not going back to the full-scale lockdown of March and April

It is less prohibitive and less restrictive

But from Thursday the basic message is the same

Stay at home. Protect the NHS. And save lives.
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

אוועטאר
KOLAK
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 04, 2018 6:19 pm

Re: די צווייטע כוואליע קאראנא וויירוס אין אייראפע

תגובהדורך KOLAK » זונטאג נובעמבער 01, 2020 10:40 am

Because the huge exponential growth in the number of patients – by no means all of them elderly, by the way – would mean that doctors and nurses would be forced to choose which patients to treat

פוי!
אזוי רעדט א גוי...
רחמנא לישזבן ויצילינו מידם
"פאַקט בלייבט פאַקט, אפּגעזעהן ווי אומגעשמאק ס'איז"

עירוב תבשילין
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: די צווייטע כוואליע קאראנא וויירוס אין אייראפע

תגובהדורך עירוב תבשילין » זונטאג נובעמבער 08, 2020 7:37 am

אין פולין האט די ארטיגע פרעמיער מיניסטער מאטעאוש מאראוויעצקי געמאלדן דעם דינסטאג איבער פרישע רעגולאציעס וואס וועלן אריינגיין אין קראפט פון דעם שבת ביז אומוויניגסטנס 1 חודש.

"אויב וועט די אינפעקציע ראטע ווייטער ממשיך זיין זיך צו הייבן אין לאנד, וועלן מיר מוזן איינשטעלן פרישע רעגולאציעס איבער נישט וויכטיגע געשעפטן, טרעוול, און נאך. דער באַשלוס וועט ווערן געמאכט אין 7-10 טעג ”, האָט מאראוויעצקי געווארנט.

אונטער די נייַע באגרעניצונגען, וועלן די שולעס און קלאסן אפערירן ווירטואל. בלויז די קינדערגארטנס וועלן זיין אפן אין די קלאס צימערן.

רעסטוראנטן, בארס, וועלן זיך דארפן שליסן אבער דעליוועריס איז ערלויבט. אזוי אויך וועלן מוזעאמס, גאלעריעס, שאו ראמס, אא"וו זיך דארפן שליסן.

אין בעלגיע האט די ארטיגע פרעמיער מיניסטער אלעקסאנדער די קרו געווארענט אז די יעצטיגע רעגולאציעס קענען אנהאלטן פאר חדשים ביז ס'דא א וואקסין און מיר וועלן מוזן דיעלן דערמיט שטרענגער ווי אין די זוממער.

אין רומעניע האט די ארטיגע העלט מיניסטער נעלא טאטארו געמאלדן אז הגם די ציפערן פון קאראנע אנגעשטעקטע שטייגן וועט אבער דערווייל נישט איינשטעלן ווערן קיין לאקדאון "דערווייל האבן מיר קאנטראל אבער פארט מוז דאס פאלק זיך האלטן צו די סאושעל דיסטענס" האט טאטארו געמאלדן.
רומעניע האט צוגעזעהן נעכטן 9,937 פרישע קעיסעס א שארפע העכערונג פון 7,733 אויף דינסטאג 130 פאטאליטעטן און די ערנסט אנגעשטעקטע איז אריבער די 1,000 צום ערשטן מאל (א לאנד פון 20 מיליאן איינוואוינער).

אין גריכלאנד איז אויך איינגעשטעלט געווארן א לאקדאון פאר מינימום 3 וואכן נאך וואס די אוטאריטעטן האבן באריכטעט הויעכע קאראנע ציפערן און האספיטאליזעציעס אין די לעצטע פאר וואכן.
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

עירוב תבשילין
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: די צווייטע כוואליע קאראנא וויירוס אין אייראפע

תגובהדורך עירוב תבשילין » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 8:40 am

נייע'סלעך און קרישקעלעך פון היינט דינסטאג תולדות:


די דייטשע געזונהייט מיניסטער דשענס ספאהן האט נעכטן געמאלדן איבער א מילדע רעדוקציע אין די טעגליכע קאראנע אנגעשטעקטע, און מ'זעהט אז די לאקדאון ברענגט רעזולטאטן. אבער פארט נישט קיין דראסטישע שינויים.

דייטשלאנד האט צוגעזעהן נעכטן פרישע 14,000 אנגעשטעקטע אראפ פון איבער 20,000 א וואך פריער. די ראטע איז 50 פער יעדע 100,000 מענטשן.

די דייטשע קאנצלער אנגעלע מערקעל האט געווארנט אז די וויירוס קען אונז ווייטער האלטן פארנומען א גאנץ ווינטער אפי' נאך די נייעס איבער די פפייזער וואקסין. מערקעל האט נעכטן אין א זיצונג מיט סטעיט באאמטע באשטימט אז אין קומענדיגען 25 נאוועמבער וועט מען דיסקוסירן די ווייטערדיגע פלענער צו מ'זאל פארלענגערן די איצטיגע לאקדאון אויף נאך א חודש.

***
אין פראנקרייך האט די רעגירונג באשטעלט 90 מיליאן דאוזעס פון עטליכע סופלייערס פאר די ערשטע האלב פונעם נייעם יאר למס'. אין אנדערע נייעס האט די בעלגישע רעגירונג אויך רעאגירט צום וואקסין נייעס זאגנדיג אז 70% פון די באפעלקערונג אדער ווייניגסטנס 8 מיליאן בעלגישע וועלן ווערן וואקסינירט איינמאל עס ווערט באשטעטיגט אבער פארט וועט מען נישט צווינגען דאס צו נעמען.

***
שטודיעס אין איטאליע צייכענען אן אז די וויירוס אין לאנד איז שוין געווען פארשפרייט אזוי פרי ווי זומער 2019 סאך באפאר מ'האט אנגעהויבן ציילן אין פעברואר.

די באאמטע זאגן אז 14% מענטשן האבן שוין געהאט אנטיבאדיס גלייך אין אנהויב פונעם פארשפרייטונג.

דאקטורים האבן שוין דאן געווארנט אז זיי האבן "אטנדעקט" עפעס א נייע און מער אגרעסיווע פלו וואס פארשפרייט זיך אין לאנד, און קען שאטן די עלטערע.

***
די עסטרייכישע קאנצלער סאבאסטיען קורץ האט אין אן אינטערוויו געמאלדן איבער א מאסיוון טעסטינג אפעראציע ווי די גאנצע עסטרייכישע באפעלקערונג וועט האבן די מעגליכקייט זיך צו טעסטן בעפאר'ן חגא סוף דעצעמבער.

אנדערש ווי איר שכן סלאוואקיע ווי דארט האט מען זיך געמוזט טעסטן און אויב נישט איז מען באשטראפט געווארן וועט מען אין עסטרייך נישט צווינגען, זאגט קורץ.

עסטרייך געפינט זיך יעצט אין א שטרענגע לאקדאון ווי אלע נאן עסענטועלע ביזנעסער און שולעס זענען פארשלאסן פאר אומווייניגסטענס דעם גאנצע חודש נאוועמבער.

***
יעצט אין די באלקאן ראיאן:

אין סערביע האט די ארטיגע פרעמיער מיניסטארשע אנא בארנאביץ, איינגעשטעלט א פרישע נאכט קורפיו אין לאנד ווי אלע געשעפטן רעסטוראנטן וכו' וועלן זיך דארפן שליסן פון 9 ביז 5 זאגנדיג אז די רעגולאציעס וועלן בלייבן אין קראפט ביז דעם ערשטען דעצעמבער, און דעמאלטס וועלן מיר באשליסן די ווייטערדיגע שריט.

סערביע, א לאנד מיט 7 מיליאן איינוואוינער האט זונטאג צוגעזעהן 3,482 פרישע קעיסעס ארויס פון 11,000 טעסטס, און 84,586 זינט די אנפאנג פון די פארשפרייטונג. 20 פאטאליטעטן ברענגנדיג די סך הכל צו 1,009.
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

עירוב תבשילין
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: די צווייטע כוואליע קאראנא וויירוס אין אייראפע

תגובהדורך עירוב תבשילין » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 6:53 am

דינסטאג ויצא:

די צווייטע נאציאנאלע לאקדאון אין עסטרייך אין חודש נאוועמבער האט אנגעהויבן ווייזן פאזיטיווע רעזולטאטן ווען די אטאריטעטן האבן באריכטעט 3,145 פרישע קיעסעס צווישן זונטיג און מאנטאג, וואס דאס איז 2,000 וויניגער פון שבת אויף זונטיג.
די ארטיגע געזונטהייט מיניסטער רודאלף אנשאבער האט געמאלדן אז טראץ די רעדוקציע וועלן אבער עטליכע רעגולאציעס פארט מוזן בלייבן אין פלאץ אפי' נאך די לאקדאון.

***
אין לוקסעמבורג האט די ארטיגע פרעמיער עקסאוויע פעטעל געמאלדן איבער א נייע פלאן איינצושטעלן א פרישע נאציאנאלע לאקדאון, וואס וועט צווינגען אלע בארס, רעסטוראנטן, קאפעי הייזער אא"וו זיך צו שליסן ביזן קומענדיגען נאוועמבער 15.
ביז יעצט איז נאר געווען א נאכט קורפיו און נישט אן אפיציעלע לאקדאון ווי מענטשן זענען געצווינגען צו בלייבן אינדערהיים, טראץ די פרישע אויפשטייג און טראץ די אלע לענדער ארום זענען יא אונטער לאקדאון,
לוקסעמבורג איז א קליין לענד'ל פון בלויז 600 טויזענט איינוואוינער און האט באריכטעט שוין איבער 270 פאטאליטעטן און 31,111 אנגעשטעקטע.

***
אין בולגאריע איז אויך די רעדע פון איינשטעלן א צווייטע נאציאנאלע לאקדאון אנגעהויבן פון דעם פרייטאג אין ליכט פון די פרישע אומקאנטראלירבארע אויפשטייג, האט די ארטיגע געזונהייט מיניסטער קאסטאדין אנגעלאוו געמאלדן.
אונטער די נייע לאקדאון וועלן ביזנעסער, שולעס, אוניווערסיטעטן, רעסטוראנטן, בארס אא"וו זיך דארפן שליסן פאר מינימום 21 טעג,
אין בולגאריע זענען דא 80,000 אקטיווע קאראנע קעיסעס, 6,000 אין שפיטאל און 400 אין אינטעסיוו קעיר פון אונטער 7 מיליאן איינוואוינער. אזוי אויך זענען 5% דאקטורים אין לאנד קראנק.
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

עירוב תבשילין
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: די צווייטע כוואליע קאראנא וויירוס אין אייראפע

תגובהדורך עירוב תבשילין » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2020 11:09 am

דאנערשטאג ויצא:

אין א טעלעוויזירטע אדרעס צום פאלק האט די פראנצויזישע פרעזידענט עממאנועל מאקראן אנאנסירט אז די וויירוס ראטע אין לאנד פאלט און אונז זעמיר שוין אדורך די פיעק.
"אונזער עפארט און ענקער עפארט האבן זיך אויסגעצאלט", זאגט מאקראן, מיט צופרידנהייט.
די לאקדאון אין פארנקרייך לויפט אפ דעם קומענדיגע דעצעמבער 15 און געוויסע באגרעניצונגען וועלן ארפגענומען ווערן. אזוי אויך זענען דא פלענער פאר די קומענדיגע חגא ווי מענטשן וועלן ערלויבט ווערן אביסל מער ארומצופארן, זיך טרעפן מיט נאנטע אא"וו וואס די גאווערמענט וועט אויסלייגן שפעטער אין די חודש. פארט אבער זאגט מאקראן וועלן די אלע סקי רעזארטס דארפן זיין געשלאסן.
מאקראן האט אויך רעאגירט איבער די וואקסין נייעס זאגנדיג אז מ'וועט שוין מעגליך אנהויבן דעם קומענדיגען יאנואר און א מאסן וואקסינאציע שפעטער אין די פרילינג פארט אבער וועט דאס נישט זיין קאמפאלסערי.

***
די עסטרייכישע רעגירונג האט געמאלדן אז דעם קומענדיגען אנפאנג דעצעמבער וועט גאנץ מערב עסטרייך האבן די מעגליכקייט זיך צו טעסטן וואס דאס רעכנט אריין די שטעט פון טיראל, זאלצבורג און וואראלבערג. וואס דאס וועט פארגרינגערן אין האלטן קאנטראל איבער די וויירוס. במשך'ן חודש איז די פלאן אז דאס גאנצע לאנד זאל זיך טעסטן.
די לאקדאון לויפט אפ דעם קומענדיגען דעצעמבער 7 און דאן וועט מען מעלדן די ווייטערדיגע שריט קומענדיגע חודש און וואס די פלענער זענען אויף די חגאות.

***
די איטאליענישע גאווערמענט איז אונטער דריק פון לאקאלע שטעט מעיארן אז די שולעס זאלן זיך עפענען, אזוי אויך האבן 2 גאווערמענט קאאליציע פארטייען איינגעגעבן די פארלאנג, איבער די אין-סקול עפענונג, (נישט אנליין סקולינג) שוין דעם 9'טן דעצעמבער.
די העלט מיניסטער ראבערט ספאראנזא האט רעאגירט צום פארלאנג זאגנדיג אז מ'וועט טוהן דאס בעסטע צוריק צו עפענען די סקולס און זיי וועלן איבערקוקן די מצב מיטן וויירוס יעדן טאג און דאס נעמן אין אכט.

***
די בולגארישע רעגירונג האט איינגעשטעלט א נאציאנאלע לאקדאון פון דעם פרייטאג אין ליכט פון די ווידער-פארשפרייטונג אין לאנד.
אונטער די לאקדאון וועלן אלע געשעפטן, שאפינג מאלס, סקולס, אוניווערסיטעטן, אא"וו זיך מוזן שליסן.
בתי מדרשים און להבדיל אנדערע געבעט הייזער וועלן מעגן בלייבן אפן און פארזאמלונגען ביז 15 מענטשן זענען אויך ערלויבט.
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט