יום תפילה אין ב"פ

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11035
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

יום תפילה אין ב"פ

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 3:50 am

עפ"י הוראת הרבנים גייט פארקומען א יום תפילה און פראטעסט אין ב"פ וועגן די נייע גזירות. ולה' הישועה.
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3585
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: פראטעסט און יום תפילה אין ב"פ

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג אוקטובער 18, 2020 3:51 am

פון וואו?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11035
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 3:52 am

EF2B4357-2D0F-431E-8BE7-7F00AF875E40.jpeg
EF2B4357-2D0F-431E-8BE7-7F00AF875E40.jpeg (337.24 KiB) געזעהן 2662 מאל
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

פוילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: פראטעסט און יום תפילה אין ב"פ

תגובהדורך פוילער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 3:52 am

בין איך נייגעריג וועלעכע רבנים און קרייזן זענען נכלל און דעם.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11035
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 3:53 am

איך זעה נישט פארוואס איינער זאל זיך קעגען שטעלן. אויב איז עס געטוהן מיט אן אחריות וואס קען זיין שלעכט? מ"ש מא"י?
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3585
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re:

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג אוקטובער 18, 2020 3:54 am

סטיטשינער האט געשריבן:
EF2B4357-2D0F-431E-8BE7-7F00AF875E40.jpeg

אפילו אויב א פרידליכע פראטעסט קען עפעס אויפטון, וויאזוי קען מען קאנטראלירן צוזאמענשטויסן מיט די מידיע אדער בחורים וואס פארברענטן מאסקעס? און דאן וועט מען נאר דאס רעפארטן
שויתי ה' לנגדי תמיד

פוילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: פראטעסט און יום תפילה אין ב"פ

תגובהדורך פוילער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 3:55 am

די האלסט אז דאס אי די ריכטיגע וועג צו גיין?

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11035
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 3:56 am

דארף מען פארשטייטצעך אויפנעמען גוטע עסקנים. אדער דאס מאכן אין מאנהעטן ווי די עולם איז מער איינגעמיירט.

האקט
100 פערצענט. איך זעה נישט וואס מקען פארלירען. עס קען נאך צוברענגען אסאך גוטע PR
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

המעריב ערבים
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2019 12:08 am

Re:

תגובהדורך המעריב ערבים » זונטאג אוקטובער 18, 2020 3:58 am

סטיטשינער האט געשריבן:דארף מען פארשטייטצעך אויפנעמען גוטע עסקנים. אדער דאס מאכן אין מאנהעטן ווי די עולם איז מער איינגעמיירט.

האקט
100 פערצענט. איך זעה נישט וואס מקען פארלירען. עס קען נאך צוברענגען אסאך גוטע PR

אז די רעדס פון מאנהעטען.
אפשר איז כדי די בארא פארקער עולם זאל אהין מופען צי די טויזענטע ליידיגע אפארטמענטס ווי סאיז נישטא א רעד זאן דעמאלסט וועט שוין זיין סדר

בפשיטות
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: פראטעסט און יום תפילה אין ב"פ

תגובהדורך בפשיטות » זונטאג אוקטובער 18, 2020 6:11 am

קול בחצרות מעלדט די אסיפת הרבנים ווי עס האבן אנטייל גענומען די דיינים שליט"א פון אלע קהילות אין שטאט, אריינגערעכנט סאטמאר מהר"א, סאטמאר מהרי"י, באבוב, באבוב 45, בעלזא, גור, סקווירא, וויזניץ ב"פ, ראחמסטריווקא, קלויזענבורג.

ער זאגט אז די עסקנים האבן פארגעלייגט פאר די רבנים די שווערעקייטן וואס זיי גייען יעצט דורך מיטן גאווערנער אין די גזירות וואס ער לייגט ארויף די מנהלי המוסד, אין עס איז געבליבן אז מ'וועט זיך בשום אופן נישט לאזן, אבער ער דערמאנט נישט קיין ווארט פון קיין פראטעסט אדער יום תפילה, איז די נייעס דא קראנט?

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר האלף
תגובות: 1973
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: פראטעסט און יום תפילה אין ב"פ

תגובהדורך ארחיקה נדד » זונטאג אוקטובער 18, 2020 8:29 am

מען האט גערעדט פון א גרעסערע יום תפילה נאך נישטא קיין דעטאלן פונקטליך, זעהט אויס מאנכע רופן דאס אן פראטעסט.
אקעי! נאך עפעס?

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

Re: פראטעסט און יום תפילה אין ב"פ

תגובהדורך פראצעדור » זונטאג אוקטובער 18, 2020 8:42 am

יוחנן דן
די שרייבער פון דעם טוויט איז אן אמתע נאמען ווייסט איינער ?

פארטראכטער
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

Re: פראטעסט און יום תפילה אין ב"פ

תגובהדורך פארטראכטער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 8:46 am

פראצעדור האט געשריבן:יוחנן דן
די שרייבער פון דעם טוויט איז אן אמתע נאמען ווייסט איינער ?

נעוואדע, א באקאנטע היימישע רעפארטער.

אוועטאר
ראש לימבא
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 8:48 am

Re: פראטעסט און יום תפילה אין ב"פ

תגובהדורך ראש לימבא » זונטאג אוקטובער 18, 2020 8:51 am

פארטראכטער האט געשריבן:
פראצעדור האט געשריבן:יוחנן דן
די שרייבער פון דעם טוויט איז אן אמתע נאמען ווייסט איינער ?

נעוואדע, א באקאנטע היימישע רעפארטער.

ווי היימיש קענער שוין זיין אז ער וואוינט נישט ציווישען גערי און בערי...
זיי ביטע מתפלל לרפואתי

האק א לעבן
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 8:52 am

Re: פראטעסט און יום תפילה אין ב"פ

תגובהדורך האק א לעבן » זונטאג אוקטובער 18, 2020 8:59 am

די רבנים האבן נאר גערעדט פון א יום תפילה, נישט דערמאנט קיין ווארט פון א פראטעסט, (אויך גערעדט פון שרייבן א בריוו צו קאומא)
צייט צו טוישן דעם קעפל,

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8475
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג אוקטובער 18, 2020 9:06 am

סארי אבער ווילאנג דו לייגסט נישט ארויס דיין עכטע נאמען גלייב איך דאָנן מער ווי דיר...
דביה תחדי נפשא

פוילישער קארגער
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 03, 2019 6:54 pm

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובהדורך פוילישער קארגער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 9:08 am

מען דארף האבן אזא יום תפילה אין וויליאמסבורג, מאנסי, קרית יואל, די זעלבע צייט. אנשים נשים וטף.
ארויסברענגען 250,000 מענטשען אויפן גאס די זעלבע צייט

אוועטאר
מהיות טוב
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 17, 2019 9:05 pm

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובהדורך מהיות טוב » זונטאג אוקטובער 18, 2020 9:10 am

פוילישער קארגער האט געשריבן:מען דארף האבן אזא יום תפילה אין וויליאמסבורג, מאנסי, קרית יואל, די זעלבע צייט. אנשים נשים וטף.
ארויסברענגען 250,000 מענטשען אויפן גאס די זעלבע צייט

R u serious?

משהלע
שר האלף
תגובות: 1446
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובהדורך משהלע » זונטאג אוקטובער 18, 2020 9:19 am

ס'מוז ווערן גערופן א פראטעסט למען הפערמיט.

האק א לעבן
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 8:52 am

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובהדורך האק א לעבן » זונטאג אוקטובער 18, 2020 9:22 am

יישר כח פארן טוישן די קעפל!
נעכטן 3:00 ביינאכט זענען די רבנים ארויס מיט די החלטות
1) דורן - א שיינע בריוו צום גאווערנער
2) תפילה - א יום תפילה
3) מלחמה - ווייטער אנגיין מיט די מוסדות
און צוגאב צו פרובירון פארהאנדלען מיט לויערס

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7845
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוקטובער 18, 2020 9:39 am

ענדליך האט מען זיך אויפגעוועקט!!

מיין תגובה פון חול המועד:

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ווילאנג די רבנים אוןן עסקנים וועלן נישט פאררופן א נארמאלע פראטעסט, געזעצליך און הלכה'דיג, וואס איז קריטיש וויכטיג אפי' עס וועט נישט אויפטון, וועלן די גאסן אינגן דאס אליין טון.

א פראטעסט ווייזט פאר פאליטיקאנטן אין גאנצן לאנד אז מיר זענען נישט צופרידן פון די לאקאלע פירערשאפט.

א פראטעסט ווייזט פאר צוקונפטיגע פאליטיקאנטן וואס מיר ווילן. עס געט דעם מעסעדזש ווי שטארק פאראייניגט מיר זענען אז מען זאל זיך רעכענען מיט אונזער מיינונג.

א פראטעסט רופט פאר אויפמערקזאמקייט, אז די פירערשאפט טויג נישט פאר די גאנצע אידישע געמיינדע.

א פראטעסט וועט שיקן דעם מעסעדזש ביזן ווייסן הויז און פון דארט צוריק קיין אלבעני אז אידן זענען נישט קיין קרבנות צו אנטיסעמיטיזם.

איך בעט די עסקנים מ'זאל ארגאניזירן א מאסן פראטעסט אויף אסרו חג, אבער ביז דעמאלטס פריי איך מיך מיט די וואס טוען עס פאר אונז.

נישט קיין חילוק וויפיל מ'שרייט און וויפיל מאסקעס ס'איז דא. עס ציט אויפמערקזאמקייט און איז קלאר א שארפע פיל פארן גאווערנער. מען האט נישט קיין אהנונג וויפיל יעדע גאס דעמאנסטראציע טוט אויף, דירעקט און אומדירעקט.

א גוטן מועד.

פון דא
מיין שטימע נאוועמבער 3 וועט געגעבן ווערן אלס מחאה קעגן גאווערנאר קואמא וכל כת דיליה.

השקדן
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 14, 2010 8:22 am

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובהדורך השקדן » זונטאג אוקטובער 18, 2020 9:40 am

וויאזוי פארזיכערט מען אז די גאווערנאר און די מידיע זאלן עס נישט אנקוקן ווי א פראטעסט נאר ווי א יום תפילה?
איך מיין אז אינדעם ליגט די שליסל פון די הצלחה אז די מעסעדזש זאל זיין קלאר, אויב נישט וועט מען עס ניצן קעגן אונז.
בכלל דארף מען גוט טראכטן וויאזוי די פאלנע גוי קוקט עס אהן... די אידן ווילן דוקא פארשפרייטן די וויירוס... חוץ אויב די מעסעדזש איז זייער קלאר אז מיר בעטן פאר אונזערע רעכטן

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובהדורך שׁעמעדיגער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 9:41 am

@אסדר ממאכט דאך נישט קיין פראטעסט

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7845
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: יום תפילה אין ב"פ

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוקטובער 18, 2020 9:45 am

שׁעמעדיגער האט געשריבן:@אסדר ממאכט דאך נישט קיין פראטעסט

א גרויסע עצרת תפילה פון אלע שיכטן און קרייזן.

רוף עס וויאזוי דו ווילסט, דאס דארף מען. א קול מחאה.
מיין שטימע נאוועמבער 3 וועט געגעבן ווערן אלס מחאה קעגן גאווערנאר קואמא וכל כת דיליה.

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7845
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: פראטעסט און יום תפילה אין ב"פ

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוקטובער 18, 2020 9:46 am

פוילער האט געשריבן:בין איך נייגעריג וועלעכע רבנים און קרייזן זענען נכלל און דעם.

לויט מיינע אינפא, אלע רבנים און דיינים וואס האבן מוסדות אין שטאט.
מיין שטימע נאוועמבער 3 וועט געגעבן ווערן אלס מחאה קעגן גאווערנאר קואמא וכל כת דיליה.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בערל סוני און 8 געסט