אורח הכבוד האט געשריבן:אורח הכבוד האט געשריבן:עוד ישראל רד עם קל!! שטרומישע טאג געווען נעכטן בארה''ק ווען די ממשלת השמד האט זיך ארויסגעלאזט צוצושפארן די ישיבות, ביי ישיבת גראדנא און אשדוד איז געווען הפגנות זעם און מ'האט זיך געשלאגן פנים אל פנים 4 שעה וואו ס'איז געגאנגען מכות אכזריות.
נאך גאנצע פיר שעה פון זיך שלאגן איז די פאליציי אוועקגעגאנגען אין די ישיבה איז געבליבן אפען, און מ'זיצט און לערענט דארט ביתר שאת וביתר עוז.
הערט דא די אינטערוויא אויף מערכת סאטמאר 115 מיט הרה''ג ר' אברהם יחיאל אונא ר''י נחלת אהרן פון די ליטווישע בני תורה קרייזן איבער די געוואלדיגע קידוש השם נעכטן,
אגב מ'קען זיך משתתף זיין מיט די בעלי מסי''נ (ציבראכענע גלעזער, היטן, וכ''ו) אויף מ''ס 718-831-7000 1-8.
אדער דריקט די לינק
אית מאן דפרע בגופא ואית מאן דפרע בממונא.
שטארקע אינטערוויא אויף מערכת סאטמאר וואו איינע פון די גראדנא ישיבה שילדערט די געפילן און באדאנקט זיך פאר אחים לדיעה תלמידי סאטמאר פאר'ן באשטייערן פאר די אלע צומזיק'טע בגדים און אפעליריט ארויסצוהעלפן, רופט יעצט אריין אין מערכת סאטמאר 718-831-7000 1-8 אדער דריקט דא אין לייגט אריין אייער נדבה.