אסדר לסעודתא האט געשריבן:א איד פון אמאל האט געשריבן:אסדר לסעודתא האט געשריבן:כאניש וואס צו טון האט געשריבן:און אין קיין איין לאנד פירט מען זיך נישט אויף אזוי אכזריות'דיג קעגן רעליגיעזע יודן זינט נאכן צווייטן קריג!
ריכטיג, אבער נאכאלץ נישט בארעכטיגט צו עביוזען דעם טערמין נאציס.
ווען א צייטונג וועט נוצן אוישוויץ פאר טראמפ'ס אימיגראציע קעמפס, גייט מען ענטפערן אז ס'איז נישט דומה זה לזה, אדער אז מען טאר נישט נוצן אוישוויץ פאר פאליטישע צוועקן? נאצישע טערמינען טאר מען נישט עביוזען פאר קיין שום צוועק, ווייל דאס איז גורם שכחת השואה ביי אונז אידן ליידער. ס'ווערט אפגעקילט די שנאה צו די נאציס.
אסאך האלאקאוסט לייקענער זענען פארנומען אויפצואווייזן אז אנדערע סעקטעס ליידן די זעלבע אדער מער ווי די אידן ביים קריג, און דורכדעם פארווישן זיי דעם שואה. מיר טוען צומאל די זעלבע ליידער.
פאר דער וואס איז מרשיע צדיק איז זאגט אז מ'טאר נישט שרייען נאצי, כאילו די ווארט נאצי איז פארהייליגט נאר פאר די דייטשן ימ"ש
א וודאי יעדע מאל קען מען טרעפן צו זאגן דער האט געווארפן אויף זיי וכו'
אבער עס הייבט זיך אן ביי זיי קוקט וואו אזוי זיי גייען קומען אן ביי א פרומע געגנט זיי שלאגן יעדן עובר ושב מיט רשעות אין אכזריות שאין כמותו
איך ווייס נישט וואס איז געווען ביי די דאטשן אין וואס איז געווען אין רוסלאנד,
אבער דאס איז זיכער אז זיי פירן זיך אויף מיט די פרומע מיט די געפעליכע אכזריות שאין כמותו אין די גאנצע וועלט, אפילו ביי די אראבער
קענסט מיר אפשר ווייזן ווער ס'האלט אנדערש ווי דיר? האט איינער מצדיק געווען די פאליציי?! ווייז מיר וועלכע תגובה.
עצה טובה, אויב ווייסט איר נישט וואס ס'איז געווען אין דייטשלאנד, איז דא אסאך ביכער צו ליינען.
קלאר אז אין דייטשלאנד, אין בכלל די נאציס האבן געהארגעט אידן, מיט אכזריות, וכו' וואס איז געווען נורא ואיום וכו'
אבער איך מיין צו זאגן איך ווייס נישט וואס איז געווען מסתמא האבן די נאציס אויכט זיך אויפגעפירט אין געמאכט אזעלכע סארט זאכן וואו די ציונים היינט מיט זייערע רשעות, פארשטייט זיך אז זייער אכזריות איז געווען אסאך ערגער, אבער אויף א אנדער אויפן.
אבער די עיקר כוונה איז געווען אז די נאמען נאציס איז נישט הייליג פאר די דייטשן ימ"ש איז אז די ציונים שלאגן מיט אכזריות מעג מען זיי שרייען אז זיי זענען אזוי וואו די נאציס
דרך אגב ת"ח ת"ט איז נאך געוען אויכט ערגער זאכן וואס די נאציס האבן זיך נישט דערוואגט צו מאכן, האט מען דעמאלט געמאכט
יעדע רשעות לויט זיין תקופה אין נורא ואיום, ווייל דאס קומט פון שנאת ישראל, אין ביי די ציונים פון שנאת עם הארץ לת"ת