גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3585
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג אוקטובער 18, 2020 1:58 am

פאר אלע וועלכע ווילן איגנארירן מיינע פונקטן ווייל זיין אויפגערעגט איז גרינגער ווי זיין דורכגעטראכט, און ווילן זאגן אז איך האב מער סימפאטיע חלילה מיט אונזערע נייע שונאים ווי צו מיינע אייגענע קינדער און ברודער, לאז איך וויסן אז איך שרייב מיט בלוט ממש, עס שטעכט מיר מיין הארץ וויאזוי מיר באגראבן זיך חלילה. אונזער גאנצע צוגאנג מאכט מיר פארשטיין אז פונקט ווי אסאך מאל אין היסטאריע, אז א גזירה איז באשערט, ווערט די קלוגסטע פאלק, כלל ישראל, ליידער פארדומט, מען רעוואלטירט למשל אנטקעגן די רוימער ביים חורבן, אדער מען אנטלויפט נישט פון אונגארן ביי די צווייטע וועלט מלחמה.

איך בין שוין מתפלל פאר וואכן און האלט אין איין אויסזאגן תהילים אז די מגיפה זאל זיך אפטוען און, אויך נישט חלילה ברענגן שנאת ישראל און א חילול השם אז אונזער לעבנסשטייגער ברענגט קרענק ח׳ו. איך האב קלאר געזען וואס ערווארט אונז מיט אונזער קאפ אין וואנט מהלך.

וויפיל פון אייך וויינען זיך אויס אז די גזירות זאלן זיך אפטון און וויפיל מיינען אז מיטן שימפן אונזער גערעכטיגקייט וועלן מיר געהאלפן ווערן.
לעצט פאראכטן דורך Goodmorning אום זונטאג אוקטובער 18, 2020 2:42 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3585
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג אוקטובער 18, 2020 1:58 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:און ווען איז די מיטינג פארגעקומען??

צווייטנס, דו רעדסט דא פון אפסטעיט, נישט פון בארא פארק.

איך רעד פון אפסטעיט ווייל דא ווייס איך, אבער יעדן ארט מיט הויעכע קעיסעס האט מען געדארפט באהאנדלען מיט שכל פאר זיי קומען באהאנדלען. עניוועי, וואס א חילוק עס אעז גרינגער צו זאגן ווי די יענטעס ביים באס סטאפ האבן געזאגט פאר מיין ווייב. אז עס איז נישטא עכט איין קאראנע קעיס אין אונזערע געגנטער נאר קאומא איז פשוט א גלגול פון היטלער. .

אה, מ'וואלט געדארפט באהאנדלן, דאס האט מען טאקע געטון אין בארא פארק צווישן ראש השנה און סוכות. טאקע גענוי דאס.

די יעצטיגע מערכה האט זיך אנגעהויבן פון די סיטי, נישט פון אפסטעיט, און ס'איז געקומען פון דעבלאזיא. סאו ברענג נישט קיין ראיות פון אפסטעיט.

עניוועי, דיין תגובה איבער וואכן לאנג דיפלעמאטיע מצד קאומא איז א פרעכע שקר, מער שקר ווי די פרוי ביים באס סטאפ.

אקעי, איך האב אזוי געהערט גאנץ קראנט און אז דו ווילסט פרעג די קאמיוניטי פירער.
שויתי ה' לנגדי תמיד

פרוכט בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך פרוכט בוים » זונטאג אוקטובער 18, 2020 2:38 am

Goodmorning האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:און ווען איז די מיטינג פארגעקומען??

צווייטנס, דו רעדסט דא פון אפסטעיט, נישט פון בארא פארק.

איך רעד פון אפסטעיט ווייל דא ווייס איך, אבער יעדן ארט מיט הויעכע קעיסעס האט מען געדארפט באהאנדלען מיט שכל פאר זיי קומען באהאנדלען. עניוועי, וואס א חילוק עס אעז גרינגער צו זאגן ווי די יענטעס ביים באס סטאפ האבן געזאגט פאר מיין ווייב. אז עס איז נישטא עכט איין קאראנע קעיס אין אונזערע געגנטער נאר קאומא איז פשוט א גלגול פון היטלער.

אנאלאזירן וויאזוי איינער וואס האט זיך אסאך ארויסגעשטעלט פאר אונז בעבר רעדט היינט ערגער פון אונז ווי עד דעי, קען צוברענגן צו קילערע באשלוסן יעצט אז מען זאל ארויסקריכן פון פלאנטער.

מען קען טאקע פראטעסטירן און סוען אבער קאומא האט הונדערטער וועגן אונז חלילה ענג מאכן דאס לעבן. חינוך, פובליק פראגראמען. דעסקרימינאציע, אויספארשונגען, ער האט מער מאכט ווי טראמפ דא אין נו יארק. און פאקטיש קענען זיך נישט אלע אידן דא אויפהייבן און מופן. דערפאר איז וויכטיג צו זיין אויפריכטיג וויאזוי מען האט אנגעדרייעט זיין שנאה, און וואס מען קען יעצט טון.

פארוואס האב איך שוין פאר יום כיפור געקענט זען פונקטליך וואס גייט יעצט געשען? עס איז געווען א שלעכטע ראד אראפ וואס מען האט געקענט פארמיידן.

קאומא קען זיין די וועלטס רשע, ער האט אייביג געהאט שלעכטע מידות, אבער מיר זענען דאך אן עם חכם ונבון. מיר ווילן לעבן און היטן אידישקייט אין רואיגקייט, נישט דוקא גערעכטעגקייט.

זאגסט זייער גוט
עס איז דא וואס פארנעמען דאס נישט מענטשן ווילן לעבן און דינייעל עס איז פיהל באקוועמער.

פוילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך פוילער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 3:33 am

איך בין מסופק צו דער מהלך איז ריכטיג.

EF2B4357-2D0F-431E-8BE7-7F00AF875E40.jpeg
EF2B4357-2D0F-431E-8BE7-7F00AF875E40.jpeg (337.24 KiB) געזעהן 1197 מאל

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1645
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
פארבינד זיך:

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך טראבל מעיקער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 3:41 am

פוילער האט געשריבן:איך בין מסופק צו דער מהלך איז ריכטיג.

EF2B4357-2D0F-431E-8BE7-7F00AF875E40.jpeg


גייט זיין א יום תפילה, נישט קיין פראטעסט.
איזי

פוילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך פוילער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 3:43 am

טראבל מעיקער האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:איך בין מסופק צו דער מהלך איז ריכטיג.

EF2B4357-2D0F-431E-8BE7-7F00AF875E40.jpeg


גייט זיין א יום תפילה, נישט קיין פראטעסט.

שטייט ביידע.

JUST IN: Based on a late night decision by Rabbanim, this Monday, the Jewish community of Boro Park, Brooklyn, will be holding a Large Yom Tefila, and protest against NY Governor Andrew Cuomo’s lockdown
לעצט פאראכטן דורך פוילער אום זונטאג אוקטובער 18, 2020 3:49 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3585
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג אוקטובער 18, 2020 3:47 am

ווען מען סערטשט קאומא זענען אלע העדליינס ביזי מיט די סענזאציאלע צען טויזענט מענטשן חתונה וואס דער העלד קאומא סטאפט. ווען מען פרעגט מיר, זאל מען דינגען א זאל אין פענסעלוועניע און דארט מאכן די חתונה ווייל עס גייט זיין נאכגעקוקט מיט 7 אויגן אויב די חתן כלה האבן א מאסק ביי די חופה.
ווער האט געפיטערט די צען טויזענט נומער? פארוואס נישט הונדרעט טויזענט פאר די געלט?
לעצט פאראכטן דורך Goodmorning אום זונטאג אוקטובער 18, 2020 3:50 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10982
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 3:49 am

Goodmorning האט געשריבן:ווען מען סערטשט קאומא זענען אלע העדליינס ביזי מיט די סענזאציאלע צען טויזענט מענטשן חתונה וואס דער העלד קאומא סטאפט. ווען מען פרעגט מיר, זאל מען די געבן א זאל אין פענסעלוועניע און דארט מאכן די חתונה ווייל עס גייט זיין נאכגעקוקט מיט 7 אויגן אויב די חתן כלה האבן א מאסק ביי די חופה.
ווער האט געפיטערט די צען טויזענט נומער? פארוואס נישט הונדרעט טויזענט פאר די געלט?

וואס הייסט ווער? מאסטער. יעצט גיי פרעג אים אפ...
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

פוילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך פוילער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 3:50 am

די חתונה איז שוין געקענסלט, עס גייט ווערן אפגעהאלטען אויף א קליינעם פארנעם.

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3585
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג אוקטובער 18, 2020 3:50 am

פוילער האט געשריבן:
טראבל מעיקער האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:איך בין מסופק צו דער מהלך איז ריכטיג.

EF2B4357-2D0F-431E-8BE7-7F00AF875E40.jpeg


גייט זיין א יום תפילה, נישט קיין פראטעסט.

שטייט ביידע.

JUST IN: Based on a late night decision by Rabbanim, this Monday, the Jewish community of Boro Park, Brooklyn, will be holding a Large Yom Tefila, and protest against NY Governor Andrew Cuomo’s lockdown

וואו שטייט דאס?
שויתי ה' לנגדי תמיד

פוילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך פוילער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 3:51 am

יוחנן דאן באריכטעט.

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3585
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג אוקטובער 18, 2020 3:52 am

פוילער האט געשריבן:יוחנן דאן באריכטעט.

האבן קהילות עפעס ארויסגעגעבן?
שויתי ה' לנגדי תמיד

פוילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך פוילער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 3:53 am

Goodmorning האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:יוחנן דאן באריכטעט.

האבן קהילות עפעס ארויסגעגעבן?

אויף דערווייל נישט וואס איך ווייס.

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1603
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך שׁעמעדיגער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 4:17 am

ווען דארף זיך די בארא פארקע לאוקדאון ענדיגן אז ממאכט יעצט א פראטעסט?

אוסף אמרים
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:09 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך אוסף אמרים » זונטאג אוקטובער 18, 2020 9:05 am

KMW האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:ער לייגט נאך צו דער דיקטאטור אז ער האט סטאטיסטיקט וואס קיינער האט נישט. זיינע מעגליכקייטן דאס נאכצוגיין יעדע בלאק באזונדער זענען גאר פארגעשריטן, אבער ער קען נישט ארויסגעבן די אופנים צוליב "פרייוועסי"...

איינער האט גע'טענה'ט דא אויף אייוועלט פאר א צייט צוריק אז אמעריקע ווערט דיקטאטוריש און פאשיסטיש. איך ווייס נישט לגבי אמעריקע, אבער ניו יארק זיכער. מיר לעבן אין צפון קארעא.

מען האט עס אלץ געמעקט.

אלעס איז קאנספיראציעס ביז קול מבשר מעלדט עס..

איך האב אויך געמיינט אז (דערווייל) איז עס נאך קאנספעראציעס ביז איך האב געזעהן אז די דעילי איד מעלד עס שוין. (למעשה זעה איך מ'האט שוין צוריקגעשטעלט די געמעקטע)

אלבאני – גאווערנאר קאומאו איז ארויסגעקומען מיט א נייע סטראטעגיע וויאזוי ער וועט איינשטעלן די לאקדאונס לענגאויס די סטעיט, געוואנדן לויט וואו עס איז דא אן אויסברוך פון פרישע קעיסעס. דער גאווערנאר זאגט אז די סטעיט האט אזויפיל פּונקטליכע אינפארמאציע איבער יעדן אויסברוך, אז ס'וועט אפילו זיין א פארלעצונג פון פרייוועסי געזעצן ארויסצוגעבן די אלע אינפארמאציע, און צוליב דעם גוטן סיסטעם פון זאמלען אינפארמאציע, קען די סטעיט צילן די לאקדאונס נישט פּער קאונטי אדער געגנט, נאר ממש פּער בלאק.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 10:14 am

פון דא

חתונה מיט 10,000 באטייליגטע.jpg
חתונה מיט 10,000 באטייליגטע.jpg (121.1 KiB) געזעהן 837 מאל
Screenshot 2020-10-18 151247.jpg
Screenshot 2020-10-18 151247.jpg (90.67 KiB) געזעהן 837 מאל
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2110
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 10:18 am

די חברה זאגן אז די נומבער פון צען טויזענט באטייליגטע קומט פון גוגל טרענסלעט "ובמקהלות רבבות עמך בעת ישראל"
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוסף אמרים
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:09 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך אוסף אמרים » זונטאג אוקטובער 18, 2020 10:30 am

:lol: :lol:

יצחק אייזיק
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך יצחק אייזיק » זונטאג אוקטובער 18, 2020 10:30 am

אז מ'מאכט שוין א עצרת תפילה אין בארא פארק, זאלן איינער פון די בעלי דרשנים ביטע געבן א דעטאלירטן שיעור כללי פאר די מידיע איבער אלע סאטמארע רבי'ס.

נעכטן זאגן זיי נפלה עטרת ראשינו אויף ריספלער און יעצט טיילן זיי שוין ראדני פאר מהר"א...
צוגעלייגטע
IMG_20201017_225416.jpg
IMG_20201017_225416.jpg (99.99 KiB) געזעהן 731 מאל
20201018_102630.png
20201018_102630.png (665.87 KiB) געזעהן 731 מאל

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך קארן » זונטאג אוקטובער 18, 2020 10:42 am

בין איך שוין אינגאנצן צומישט.... סאטמאר רבי לעבט יא אדער נישט.... און ווער איז סאטמאר רבי......

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך מי יודע » זונטאג אוקטובער 18, 2020 10:44 am

גיב א שמייכל האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:איך מעג פרעגן א קליינינקע שאלה? מ'ציטערט צו פארמאכן מוסדות התורה, וועגן חשש ביטול תורה, דאס דארף א רב פסק'ענען צי מ'מעג מבטל זיין תורה פאר א וואך צוויי כדי עס צו ראטעוען אויף שפעטער, בבחינת מוטב לחלל שבת אחת וכו', אויף דעם דארף דעת תורה אריינרעדן..

אבער פארוואס אין די וועלט קען מען נישט פארמאכן די מיידל שולעס אויף די וואך צוויי עד יעבור זעם?? וויפיל טראומא דארפן די געגענטער דורכגיין ביז מ'כאפט זיך וואס מ'האט צו טוהן? אייער האט אן השגה וואס די קינדער אין די "רויטע זאנעס" זענען דורך די לעצטע פאר טעג ווען זיי זענען געווארן נאכגעפאלגט דורך אינפעקטארס און פאליציי?

דאנק דעם רבוש"ע אז דו ווייסט נישט פון די חורבנות וואס איז ארויסגעקומען ווען די בנות ישראל האבן דיך געדרייט ליידיג....

;l;p-
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך מי יודע » זונטאג אוקטובער 18, 2020 10:46 am

קעדילעק האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:איך מעג פרעגן א קליינינקע שאלה? מ'ציטערט צו פארמאכן מוסדות התורה, וועגן חשש ביטול תורה, דאס דארף א רב פסק'ענען צי מ'מעג מבטל זיין תורה פאר א וואך צוויי כדי עס צו ראטעוען אויף שפעטער, בבחינת מוטב לחלל שבת אחת וכו', אויף דעם דארף דעת תורה אריינרעדן..

אבער פארוואס אין די וועלט קען מען נישט פארמאכן די מיידל שולעס אויף די וואך צוויי עד יעבור זעם?? וויפיל טראומא דארפן די געגענטער דורכגיין ביז מ'כאפט זיך וואס מ'האט צו טוהן? אייער האט אן השגה וואס די קינדער אין די "רויטע זאנעס" זענען דורך די לעצטע פאר טעג ווען זיי זענען געווארן נאכגעפאלגט דורך אינפעקטארס און פאליציי?

דאנק דעם רבוש"ע אז דו ווייסט נישט פון די חורבנות וואס איז ארויסגעקומען ווען די בנות ישראל האבן דיך געדרייט ליידיג....


גראדע ווייס איך פיין, ה"י, אבער ווען מ'רעדט פון א וואך צוויי, קענען זאכן זיין בעזרת ה' אונטער קאנטראל.. דו ווייסט וואס די קינדער זענען דורך די לעצטע פאר טעג? קינדער ווארפן זיך אין בעט פאר שרעק נאך טראומאטיזירט פון די פחד צו זיין איינגעשפארט מיט א דערשראקענע 18 יעריגע טישטער פאר דריי שעה אין א קלאס, ציטערנדיגע פון די אומגעוואונטשענע וואס שטייען ביי די טירן פון בנין אדער שפרייזן ארום אין די האלוועיס, אדער גאר קריכן די שרעקעדיגע פאליציי מיט די ביקסן אריין דורכ'ן בעק יארד..

דו ווייסט וואסערע פחדים מ'איז דורך אין רוסלאנד ווען מ'האט געלערנט תורה באהאלטענערהייט?
איך בין בכלל נישט מדמה דעם מצב, אבער קוקט אויס אז דעת תורה פארשטייט אז ס'איז ענדערש דאס דורכצוגיין ווי דורכצוגיין דאס וואס מ'איז דורך אין די דריי פארשפארטע חדשים מיט אירע תוצאות
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
חלה לכבוד שבת
שר האלף
תגובות: 1364
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך חלה לכבוד שבת » זונטאג אוקטובער 18, 2020 11:44 am

וואקסענדע רופן הערן זיך צווישן ניו יארקער געזעצגעבער צו באגרעניצן די ברייטע מאכט פון גאווערנער קואמא:אין געווענטליכע צייטן האט דער גאווערנער נישט אזא ברייטע מאכט, אבער פאריגע יאר א וואך בעפאר פורים האבן סטעיט געזעצגעבער באשטעטגיט א 40 מיליאן דאלאר וויירוס הילף ביל, וואס האט אריין גענומען א פראוויזשאן אויסצוברייטערן דעם גאווערנער'ס עקזעקאטיוו מאכט. יעצט הערט זיך פארמערטע רופן אז עס איז געקומען די צייט צוריק צו באגרעניצן זיין מאכט, אבער דערווייל זעט מען נישט אז עס זאלן זיין גענוג געזעצגעבער פאראינטערעסערט דערין אויף א פארנעם עס זאל קענען דורכגיין אין אלבאני.
https://www.yiddish24.com/news/57/27229
My Nickname email address
chaleshabbes@gmail.com

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » זונטאג אוקטובער 18, 2020 11:59 am

אפאר חדשים צוריק האט די סופרים קאורט מיט 5-4 ראלינוג, וואס ראבערטס האט זיך ציגעשטעלט מיט די פיר ליבעראלען, אפגעווארפען א קאלעפארניע קעיס פון קאטאליקען קעגען קלאפארניע גאווערנערס עקזעקטיוו ארדער צי באגרעניצען רעליגיעזע פארזאמלונגען. דאס האט שווער געמאכט פאר נידעריגע געריכטען עס איבערצידרייען

דעם וואך קומט אריין א נייע שטרענג רעגעליעזע ריכטערן אויפן סופרים קאורט, אויב קען מען אויף א וועג נאכאמאל ארויפברענגען דעם קעיס צי סופרים קאורט, געווינט מען עס זייער גרינג
בין איך נייגעריג אויב די עסקנים ארבעטען אויף דעם פראנט
keep your words tasteful, you may have to eat them later

metsboy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך metsboy » זונטאג אוקטובער 18, 2020 12:04 pm

Goodmorning האט געשריבן:ווען מען סערטשט קאומא זענען אלע העדליינס ביזי מיט די סענזאציאלע צען טויזענט מענטשן חתונה וואס דער העלד קאומא סטאפט. ווען מען פרעגט מיר, זאל מען דינגען א זאל אין פענסעלוועניע און דארט מאכן די חתונה ווייל עס גייט זיין נאכגעקוקט מיט 7 אויגן אויב די חתן כלה האבן א מאסק ביי די חופה.
ווער האט געפיטערט די צען טויזענט נומער? פארוואס נישט הונדרעט טויזענט פאר די געלט?


פארוואס קען נישט א spokesperson וואס זאל זיין ביזי מיט די מידיא פאר אזאלכע ליגענטס.

אונדז זעמיר טאקע אזוי אימבאלימפערט???
ב"ה די היימישע געלט האט שכל צו מאכען געלט, אבער ווען עס קומט צו outside relationship, אונדזער IQ. פאלט צו 0


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Iphone, והוא פלאי, מענטשאלע, משה צימערינג, שופר און 40 געסט