גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

נשמת השכל
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך נשמת השכל » מוצ"ש אוקטובער 17, 2020 11:59 pm

שמערלער האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:די מצב מיט די מוסדות אין בארא פארק איז ליידער ערגער ווי מ'מיינט. עטליכע אדמיניסטראטורן זענען פערזענליך געסטראשעט געווארן צו ווערן ארעסטירט אויב זייערע מוסדות פונקציאנירן.

אן עמערדזשענסי מיטינג איז פאררופן געווארן צווישן אלע אדמיניסטרעיטארס אין בארא פארק, און קומט פאר יעצט מוצאי שבת.

זאלן זיך אלע אדמיניסטראטורן אפזאגן אין די רבנים זאלן געשטעלט ווערן אנשטאט לאמיר זען וואס ער גייט דעמאלט טוען

איר זאגט גוט!
פארצייטנ'ס וואלט א "אמת'ע אמת'ע" רב וועלכע שפירט באמת דעם אחריות הרוחני אויף זיינע פלייצעס - זיך נישט אונטערגעגעבן פאר ארעסט סטראשונקען.
עס איז אסאך גרינגער צו מאכן א מענטש תשובה טוהן אויף זיינע עבירות ווי אויף זיינע מצוות....

כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

קאמענטארן אויף: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

נשמת השכל
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך נשמת השכל » זונטאג אוקטובער 18, 2020 12:00 am

Belz123 האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:די מצב מיט די מוסדות אין בארא פארק איז ליידער ערגער ווי מ'מיינט. עטליכע אדמיניסטראטורן זענען פערזענליך געסטראשעט געווארן צו ווערן ארעסטירט אויב זייערע מוסדות פונקציאנירן.

אן עמערדזשענסי מיטינג איז פאררופן געווארן צווישן אלע אדמיניסטרעיטארס אין בארא פארק, און קומט פאר יעצט מוצאי שבת.

נו שוין קוק אהער הרב "יש בו".
האביך דיר געזאגט אז סאיז קיין חילול השם וועגן די סטראשע מיט געלט ווי כאילו ער ווייסט אז אידן פאלן פאר זיינע געלטער.... סאיז פשוט ער טוט כל מה שבידו אויסצופירן וואס ער וויל......


As far as I know it’s not true

No one got a call to be arrested

נאר ווער פארשפרייט די שקר'דיגע אינפארמאציע?
עס איז אסאך גרינגער צו מאכן א מענטש תשובה טוהן אויף זיינע עבירות ווי אויף זיינע מצוות....

כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

קאמענטארן אויף: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

IMBZ
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך IMBZ » זונטאג אוקטובער 18, 2020 12:00 am

Belz123 האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:די מצב מיט די מוסדות אין בארא פארק איז ליידער ערגער ווי מ'מיינט. עטליכע אדמיניסטראטורן זענען פערזענליך געסטראשעט געווארן צו ווערן ארעסטירט אויב זייערע מוסדות פונקציאנירן.

אן עמערדזשענסי מיטינג איז פאררופן געווארן צווישן אלע אדמיניסטרעיטארס אין בארא פארק, און קומט פאר יעצט מוצאי שבת.

נו שוין קוק אהער הרב "יש בו".
האביך דיר געזאגט אז סאיז קיין חילול השם וועגן די סטראשע מיט געלט ווי כאילו ער ווייסט אז אידן פאלן פאר זיינע געלטער.... סאיז פשוט ער טוט כל מה שבידו אויסצופירן וואס ער וויל......


As far as I know it’s not true

No one got a call to be arrested

איך האב געפרעגט א אדמיניסטראטערהער ווייסט נישט פין אזא זאך.

אוועטאר
ריקוד
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך ריקוד » זונטאג אוקטובער 18, 2020 12:04 am

קעדילעק האט געשריבן:איך מעג פרעגן א קליינינקע שאלה? מ'ציטערט צו פארמאכן מוסדות התורה, וועגן חשש ביטול תורה, דאס דארף א רב פסק'ענען צי מ'מעג מבטל זיין תורה פאר א וואך צוויי כדי עס צו ראטעוען אויף שפעטער, בבחינת מוטב לחלל שבת אחת וכו', אויף דעם דארף דעת תורה אריינרעדן..

אבער פארוואס אין די וועלט קען מען נישט פארמאכן די מיידל שולעס אויף די וואך צוויי עד יעבור זעם?? וויפיל טראומא דארפן די געגענטער דורכגיין ביז מ'כאפט זיך וואס מ'האט צו טוהן? אייער האט אן השגה וואס די קינדער אין די "רויטע זאנעס" זענען דורך די לעצטע פאר טעג ווען זיי זענען געווארן נאכגעפאלגט דורך אינפעקטארס און פאליציי?

רעב איד, איר כאפט נישט אז מיט די רשעים ארבעט נישט קיין חשבונות אין פשרות?!?
אויב מאכט מען ציה די מוסדות איד דאס נישט פאר צוויי וואכן, נאר ענדרעש פאר צוויי יאהר!!!
מען דארף פייפן אין גרויסען! עס איז קיין התגרות נישט, מיר האבן לעגאל די רעכטן פאר פרייהייט פון רעליגיע!
פון זיך לעקין צו די אנטיסעמיטען קומט נאר א גרעסערע שמייס, והמצב יוכיח.
מען דארף מאכן א גרויסע מחאה - אבער אן איידעלע מחאה - מיט א אידישע צורה. דהיינו אן אויבענאהן פאר רבנים מיט דרשות און זאגן מזמורי תהלים און אבינו מלכנו'ס וכו'...
מענער לענגאויס 14 עוו., נשים לענגויס 15 עוו., אין די זעלבע צייט זאל פארקומען די זעלבע זאך אין וומסב"ג. און אין קרוינהייטס. אנשים נשים וטף. ס'איז דאכט'זיך נאך אזוי וויכטיג ווי גראבען קברים...
אויב עמיצער ווייסט ווי מען קען טרעפען קלמן יעגער, פעלדער, אייכנשטיין, נידרמאן זאל מען זיי ביטע מודיע זיין די מצב...
מען דארף קלאר מודיע זיין פאר די ריגירונג און פאר די וועלט די רדיפת הדת וואס קומט פאר, און אז מיר וועלן זיך נישט לאזן פירן מיט אזא אומלאגאלע אומרעכט.
איי די מידיע האקט דאך אקעגן אונז? ראשית, זיי וועלן אייביג האקן אקעגן די אידן. שנית, למעה"ש עס איז שוין הויך צייט א פראפעסינאלע איד זאל קלאר ארויסברענגן אונזער צד אין די צייטונגן אין אויף טעלעוויזשען אזוי ווי התאחדת הרבנים זענען זיך נוהג ביי אלע פראטעסטן אקעגען די שלטון הכופרים. די גוים הערן נאר די טענות פון די גאבערמענט אין האבן נישט קיין ענטפער פון די חרדים. דאס איז אבער נאר אלץ השתדלות, ווייל ס'גייט סיי ווי העלפן א פייג. מיר וועלן קיינמאל נישט געפעלען די מידיע, אין מיר טארן זיי נישט געפעלען מיט זייערע לינקע שיטות.
און פאר די אלע וואס לייקענען די מצב בעט מען זיי זאלן נישט לייקענען אזוי ווי טייל אונגארישע האבן געלייקנט די מצב אין פוילען-גאליציע בשנות ת"ש-תש"ג, כידוע.
און זיך נישט לעקען צו די רשעים אזוי ווי די קאפוי'ס, ווייל זייער סוף איז געווען א ביטערע.
נישט פארגעסן - התחברות לרשעים איז אומ'איידל און גאר הארב.
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן

metsboy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך metsboy » זונטאג אוקטובער 18, 2020 12:11 am

מען דארף מען א אפציעלע civil disobedience, אז מען officially פאלגט נישט קאומוי. מודיע זיין פאר די מידע אונזער צד, מאכען א גיטע פרעס קאנפרענץ מיט די באטיילנוגען פון ״אלע״ מוסדות פון ני יארק. אלע פאלטישאנס וואס פאטרעטען אונז.

אויב די מידיא איז אויף אונזער צד, אפילו נאר אביסעל זענען אונז גיט . קאוימוי קערט נאר פאר די מידיא.

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3585
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג אוקטובער 18, 2020 12:14 am

ריקוד האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:איך מעג פרעגן א קליינינקע שאלה? מ'ציטערט צו פארמאכן מוסדות התורה, וועגן חשש ביטול תורה, דאס דארף א רב פסק'ענען צי מ'מעג מבטל זיין תורה פאר א וואך צוויי כדי עס צו ראטעוען אויף שפעטער, בבחינת מוטב לחלל שבת אחת וכו', אויף דעם דארף דעת תורה אריינרעדן..

אבער פארוואס אין די וועלט קען מען נישט פארמאכן די מיידל שולעס אויף די וואך צוויי עד יעבור זעם?? וויפיל טראומא דארפן די געגענטער דורכגיין ביז מ'כאפט זיך וואס מ'האט צו טוהן? אייער האט אן השגה וואס די קינדער אין די "רויטע זאנעס" זענען דורך די לעצטע פאר טעג ווען זיי זענען געווארן נאכגעפאלגט דורך אינפעקטארס און פאליציי?

רעב איד, איר כאפט נישט אז מיט די רשעים ארבעט נישט קיין חשבונות אין פשרות?!?
אויב מאכט מען ציה די מוסדות איד דאס נישט פאר צוויי וואכן, נאר ענדרעש פאר צוויי יאהר!!!
מען דארף פייפן אין גרויסען! עס איז קיין התגרות נישט, מיר האבן לעגאל די רעכטן פאר פרייהייט פון רעליגיע!
פון זיך לעקין צו די אנטיסעמיטען קומט נאר א גרעסערע שמייס, והמצב יוכיח.
מען דארף מאכן א גרויסע מחאה - אבער אן איידעלע מחאה - מיט א אידישע צורה. דהיינו אן אויבענאהן פאר רבנים מיט דרשות און זאגן מזמורי תהלים און אבינו מלכנו'ס וכו'...
מענער לענגאויס 14 עוו., נשים לענגויס 15 עוו., אין די זעלבע צייט זאל פארקומען די זעלבע זאך אין וומסב"ג. און אין קרוינהייטס. אנשים נשים וטף. ס'איז דאכט'זיך נאך אזוי וויכטיג ווי גראבען קברים...
אויב עמיצער ווייסט ווי מען קען טרעפען קלמן יעגער, פעלדער, אייכנשטיין, נידרמאן זאל מען זיי ביטע מודיע זיין די מצב...
מען דארף קלאר מודיע זיין פאר די ריגירונג און פאר די וועלט די רדיפת הדת וואס קומט פאר, און אז מיר וועלן זיך נישט לאזן פירן מיט אזא אומלאגאלע אומרעכט.
איי די מידיע האקט דאך אקעגן אונז? ראשית, זיי וועלן אייביג האקן אקעגן די אידן. שנית, למעה"ש עס איז שוין הויך צייט א פראפעסינאלע איד זאל קלאר ארויסברענגן אונזער צד אין די צייטונגן אין אויף טעלעוויזשען אזוי ווי התאחדת הרבנים זענען זיך נוהג ביי אלע פראטעסטן אקעגען די שלטון הכופרים. די גוים הערן נאר די טענות פון די גאבערמענט אין האבן נישט קיין ענטפער פון די חרדים. דאס איז אבער נאר אלץ השתדלות, ווייל ס'גייט סיי ווי העלפן א פייג. מיר וועלן קיינמאל נישט געפעלען די מידיע, אין מיר טארן זיי נישט געפעלען מיט זייערע לינקע שיטות.
און פאר די אלע וואס לייקענען די מצב בעט מען זיי זאלן נישט לייקענען אזוי ווי טייל אונגארישע האבן געלייקנט די מצב אין פוילען-גאליציע בשנות ת"ש-תש"ג, כידוע.
און זיך נישט לעקען צו די רשעים אזוי ווי די קאפוי'ס, ווייל זייער סוף איז געווען א ביטערע.
נישט פארגעסן - התחברות לרשעים איז אומ'איידל און גאר הארב.

דו לעבסט אין א באבל.
די רעגולאציעס זענען געווען אין די גאנצע סטעיט בשעת מיר האבן געפירט אונזער שטעטל. מיר האבן פונקט פארקערט, געווארן פארקוקט גאנץ זומער ממש באהאנדעלט מיט זיידענע הענטשעקס.
נאר די הויעכע נומערן ספעציפיש ביי אונז, און די שוועריגקייטן עס אראפ צוברענגן אין א פארנומענעם יו״ט סיזען וואס האט געמאכט די אויטאריטעטן פילן אז מיר זענען א קולטור פון פארנעכלעסיגן און סכנהדיגע סופערספרעדערס חלילה האט געברענגט די נייע גיידליינס.

פראטעסטירן וועט דיר גארנישט העלפן ווען רוב נו יארקער ווילן דיר זען איינגעשפארט און פארשטייען נישט פארוואס האסט זיך נישט געקענט גלייך צושטעלן.

יעצט איז אביסל שפעט, מען האט פארפאסט די שיף צו בלויז האבן מאסקעס מיט 50% קאפעסעטי וואס די גאווערנער האט געבעטן ר״ה צייט פאר וואכן און א צי מיט שיינעם.
מען האט ב״ה זוכה געווען צו מאכן א נייע שונא מיט ליעקן רעקארדירונגען פון דיין לעצטע קאנפערענס קאל און נישט דערציילן פון וואכן פון דיפלאמאטישע געבעטן בעפאר.
מען האט זיך פארשמוצט די פנים פאר די פובליק מיט חילול השם אומרוען.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7845
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוקטובער 18, 2020 12:18 am

IMBZ האט געשריבן:
Belz123 האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:די מצב מיט די מוסדות אין בארא פארק איז ליידער ערגער ווי מ'מיינט. עטליכע אדמיניסטראטורן זענען פערזענליך געסטראשעט געווארן צו ווערן ארעסטירט אויב זייערע מוסדות פונקציאנירן.

אן עמערדזשענסי מיטינג איז פאררופן געווארן צווישן אלע אדמיניסטרעיטארס אין בארא פארק, און קומט פאר יעצט מוצאי שבת.

נו שוין קוק אהער הרב "יש בו".
האביך דיר געזאגט אז סאיז קיין חילול השם וועגן די סטראשע מיט געלט ווי כאילו ער ווייסט אז אידן פאלן פאר זיינע געלטער.... סאיז פשוט ער טוט כל מה שבידו אויסצופירן וואס ער וויל......


As far as I know it’s not true

No one got a call to be arrested

איך האב געפרעגט א אדמיניסטראטערהער ווייסט נישט פין אזא זאך.

אזוי האב איך געהערט פון א מנהלת אין א סקול.

א אדמיניסטראטאר שרייבט מיר באישי אז מ'האט קיינעם נישט געסטראשעט מיט ארעסטן, אבער זיי האלטן עס גייט קומען איין טאג. די אסיפה איז בנוגע וואס צו טון ווייטער, אויב מ'זאל שוין פארמאכן נאך איידער ער גייט סטראשענען מיט ערגער, וואס דעמאלטס וועט זיין שווערער צו פארמאכן.
מיין שטימע נאוועמבער 3 וועט געגעבן ווערן אלס מחאה קעגן גאווערנאר קואמא וכל כת דיליה.

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7845
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוקטובער 18, 2020 12:22 am

קאומא האט היינט געזאגט אז ער גייט אנהייבן רעכענען לויט די בלאקס, נישט לויט געגנטער אדער זיפקאודס. ס'גייט זיין רויטע בלאקס, ארענדזשע און געילע, אפי' אויב די געגנטער בלייבן ריין.

דאס מיינט לכאורה אז ער פלאנט צו צילן וויליאמסבורג גאר בקרוב, וואס לויט די זיפקאודס זענען זיי נישט געיל בכלל.

כ'האף נאר אז מ'זאל נישט דארפן אנהייבן טראגן געלע שטערנס צו דערקענען ווער ס'וואוינט אין א רויטע געטוי.
מיין שטימע נאוועמבער 3 וועט געגעבן ווערן אלס מחאה קעגן גאווערנאר קואמא וכל כת דיליה.

אוועטאר
ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך ממש אזוי » זונטאג אוקטובער 18, 2020 12:24 am

די איינציגע וועג וויאזוי אראפצוברענגן דעם חרון אף אויף אונז איז צו אפירזוכן און ארויפברענגן אויפן נייעס ארענע א געזונטע פאליטישע סקאנדאל אויף קאומאו. זאל עס זיין ברייבערי, קארופציע, אוממאראל, אא״וו. דאס וועט אוועקנעמען דעם ספאטלייט פון אונז און וועט אונטערציפן דעם פארשטונקענעם גאוותן. נקוט כללא בידך: די מידיע זוכט סענזאציעס און נישט דוקא דעם אמת.
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

חסד השם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך חסד השם » זונטאג אוקטובער 18, 2020 12:29 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:קאומא האט היינט געזאגט אז ער גייט אנהייבן רעכענען לויט די בלאקס, נישט לויט געגנטער אדער זיפקאודס. ס'גייט זיין רויטע בלאקס, ארענדזשע און געילע, אפי' אויב די געגנטער בלייבן ריין.

דאס מיינט לכאורה אז ער פלאנט צו צילן וויליאמסבורג גאר בקרוב, וואס לויט די זיפקאודס זענען זיי נישט געיל בכלל.

כ'האף נאר אז מ'זאל נישט דארפן אנהייבן טראגן געלע שטערנס צו דערקענען ווער ס'וואוינט אין א רויטע געטוי.

ליידער!!

איינער זאגט גוט אז בלאקס קען זיך אפשר אויך מאכן עפעס גוים סא מארגן גייט קאומא אויפשטיין אז סגייט נישט גיין פער בלאק נאר פער הויז.... קען מען גלייך צילן צו יעדע טיר מיט א מזוזה און פארטיג...

נישט נערמאל וואס מיט דעים שיכור האט פאסירט.
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

metsboy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך metsboy » זונטאג אוקטובער 18, 2020 12:29 am

Goodmorning האט געשריבן:
ריקוד האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:איך מעג פרעגן א קליינינקע שאלה? מ'ציטערט צו פארמאכן מוסדות התורה, וועגן חשש ביטול תורה, דאס דארף א רב פסק'ענען צי מ'מעג מבטל זיין תורה פאר א וואך צוויי כדי עס צו ראטעוען אויף שפעטער, בבחינת מוטב לחלל שבת אחת וכו', אויף דעם דארף דעת תורה אריינרעדן..

אבער פארוואס אין די וועלט קען מען נישט פארמאכן די מיידל שולעס אויף די וואך צוויי עד יעבור זעם?? וויפיל טראומא דארפן די געגענטער דורכגיין ביז מ'כאפט זיך וואס מ'האט צו טוהן? אייער האט אן השגה וואס די קינדער אין די "רויטע זאנעס" זענען דורך די לעצטע פאר טעג ווען זיי זענען געווארן נאכגעפאלגט דורך אינפעקטארס און פאליציי?

רעב איד, איר כאפט נישט אז מיט די רשעים ארבעט נישט קיין חשבונות אין פשרות?!?
אויב מאכט מען ציה די מוסדות איד דאס נישט פאר צוויי וואכן, נאר ענדרעש פאר צוויי יאהר!!!
מען דארף פייפן אין גרויסען! עס איז קיין התגרות נישט, מיר האבן לעגאל די רעכטן פאר פרייהייט פון רעליגיע!
פון זיך לעקין צו די אנטיסעמיטען קומט נאר א גרעסערע שמייס, והמצב יוכיח.
מען דארף מאכן א גרויסע מחאה - אבער אן איידעלע מחאה - מיט א אידישע צורה. דהיינו אן אויבענאהן פאר רבנים מיט דרשות און זאגן מזמורי תהלים און אבינו מלכנו'ס וכו'...
מענער לענגאויס 14 עוו., נשים לענגויס 15 עוו., אין די זעלבע צייט זאל פארקומען די זעלבע זאך אין וומסב"ג. און אין קרוינהייטס. אנשים נשים וטף. ס'איז דאכט'זיך נאך אזוי וויכטיג ווי גראבען קברים...
אויב עמיצער ווייסט ווי מען קען טרעפען קלמן יעגער, פעלדער, אייכנשטיין, נידרמאן זאל מען זיי ביטע מודיע זיין די מצב...
מען דארף קלאר מודיע זיין פאר די ריגירונג און פאר די וועלט די רדיפת הדת וואס קומט פאר, און אז מיר וועלן זיך נישט לאזן פירן מיט אזא אומלאגאלע אומרעכט.
איי די מידיע האקט דאך אקעגן אונז? ראשית, זיי וועלן אייביג האקן אקעגן די אידן. שנית, למעה"ש עס איז שוין הויך צייט א פראפעסינאלע איד זאל קלאר ארויסברענגן אונזער צד אין די צייטונגן אין אויף טעלעוויזשען אזוי ווי התאחדת הרבנים זענען זיך נוהג ביי אלע פראטעסטן אקעגען די שלטון הכופרים. די גוים הערן נאר די טענות פון די גאבערמענט אין האבן נישט קיין ענטפער פון די חרדים. דאס איז אבער נאר אלץ השתדלות, ווייל ס'גייט סיי ווי העלפן א פייג. מיר וועלן קיינמאל נישט געפעלען די מידיע, אין מיר טארן זיי נישט געפעלען מיט זייערע לינקע שיטות.
און פאר די אלע וואס לייקענען די מצב בעט מען זיי זאלן נישט לייקענען אזוי ווי טייל אונגארישע האבן געלייקנט די מצב אין פוילען-גאליציע בשנות ת"ש-תש"ג, כידוע.
און זיך נישט לעקען צו די רשעים אזוי ווי די קאפוי'ס, ווייל זייער סוף איז געווען א ביטערע.
נישט פארגעסן - התחברות לרשעים איז אומ'איידל און גאר הארב.

דו לעבסט אין א באבל.
די רעגולאציעס זענען געווען אין די גאנצע סטעיט בשעת מיר האבן געפירט אונזער שטעטל. מיר האבן פונקט פארקערט, געווארן פארקוקט גאנץ זומער ממש באהאנדעלט מיט זיידענע הענטשעקס.
נאר די הויעכע נומערן ספעציפיש ביי אונז, און די שוועריגקייטן עס אראפ צוברענגן אין א פארנומענעם יו״ט סיזען וואס האט געמאכט די אויטאריטעטן פילן אז מיר זענען א קולטור פון פארנעכלעסיגן און סכנהדיגע סופערספרעדערס חלילה האט געברענגט די נייע גיידליינס.

פראטעסטירן וועט דיר גארנישט העלפן ווען רוב נו יארקער ווילן דיר זען איינגעשפארט און פארשטייען נישט פארוואס האסט זיך נישט געקענט גלייך צושטעלן.

יעצט איז אביסל שפעט, מען האט פארפאסט די שיף צו בלויז האבן מאסקעס מיט 50% קאפעסעטי וואס די גאווערנער האט געבעטן ר״ה צייט פאר וואכן און א צי מיט שיינעם.
מען האט ב״ה זוכה געווען צו מאכן א נייע שונא מיט ליעקן רעקארדירונגען פון דיין לעצטע קאנפערענס קאל און נישט דערציילן פון וואכן פון דיפלאמאטישע געבעטן בעפאר.
מען האט זיך פארשמוצט די פנים פאר די פובליק מיט חילול השם אומרוען.


מען וואלט געקענט טוהן אסאך זאכען , די מצב יעצט איז אז קאמוי האט אונז פיינט. עס איז שוין געווארען מער פערסאנעל און ער גייט אונז נאר באגראבען ווייטער.
מען דארף מודיע אפציעל אז אונז פאלג אים נישט , נישט אז מען האט די מוסדות אופען באהאלטערנייט. נאר אונז זענען יא אפען
און מעל זאל זיכער מאכען אז מען גייט מיט מאסקעס און ווייסען פאר די מידא אז די קינדער גייען מיט מאסקעס.

אז 100 מוסדותער פון גרעטיער נו יארק זאגען אפציעל אז און פאלגען די CDC guidelines אבער נישט קאומיוי , וואס גייט קאומי טוהן??

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3585
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג אוקטובער 18, 2020 12:31 am

חסד השם האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:קאומא האט היינט געזאגט אז ער גייט אנהייבן רעכענען לויט די בלאקס, נישט לויט געגנטער אדער זיפקאודס. ס'גייט זיין רויטע בלאקס, ארענדזשע און געילע, אפי' אויב די געגנטער בלייבן ריין.

דאס מיינט לכאורה אז ער פלאנט צו צילן וויליאמסבורג גאר בקרוב, וואס לויט די זיפקאודס זענען זיי נישט געיל בכלל.

כ'האף נאר אז מ'זאל נישט דארפן אנהייבן טראגן געלע שטערנס צו דערקענען ווער ס'וואוינט אין א רויטע געטוי.

ליידער!!

איינער זאגט גוט אז בלאקס קען זיך אפשר אויך מאכן עפעס גוים סא מארגן גייט קאומא אויפשטיין אז סגייט נישט גיין פער בלאק נאר פער הויז.... קען מען גלייך צילן צו יעדע טיר מיט א מזוזה און פארטיג...

נישט נערמאל וואס מיט דעים שיכור האט פאסירט.

וויאזוי איז בכלל מעגליך צו אינפארסירן בלאקס עס וועט זיין אזא צומישעניש
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
הענדימען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4077
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך הענדימען » זונטאג אוקטובער 18, 2020 12:32 am

Goodmorning האט געשריבן:רעקארדירונגען פון דיין לעצטע קאנפערענס קאל און נישט דערציילן פון וואכן פון דיפלאמאטישע געבעטן בעפאר.

האלאו! דאס נישט!

די קאנפערענץ קאל איז געווען איין שטיק חוצפה
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

lazy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך lazy » זונטאג אוקטובער 18, 2020 12:32 am

אורח הכבוד האט געשריבן:באטראכטונגען
ארום די לעצטע אנטוויקלונגען אין ניו יארק

111002.jpg

די ביטערע תקופה פון דעם וויירוס און אירע נאכווייען וועלכע פלאגן די גאנצע וועלט, האט אין די לעצטע עטליכע טעג ליידער גענומען א פרישן ווענדפונקט מיט א פייער פון התגרות און שנאת ישראל וואס איז אנגעצינדן געווארן אין די היימישע ברוקלין, אין ליכט פון די לעצטע רעגולאציעס דורך די לאקאלע סטעיט און סיטי באאמטע.

אויפטרייסלענדע סצענעס האבן זיך אפגעשפילט אין די פארלאפענע חול המועד טעג, ווען דאס פנים האט געפלאמט פאר בושה אין הארץ פון די היימישע בארא פארק, מיט די מיליטאנטישע פראטעסטן און היציגע פארזאמלונגען וועלכע האבן אפגעקלינגען זייער נישט גוט און איז געזען געווארן ווי אַן עפענטליכע קאמף צווישן "חרדי'שע אידן" קעגן דעם "גאווערנער" און דעם "מעיאר" אויף די גאסן פון די היימישע געגנטער דא אין ברוקלין, ה' ירחם.

וואס איז דער עצת התורה אין אזא צייט ?

שטייענדיג אין אזא עת צרה ליעקב ווען עס דראעט חלילה א געפאר אויף די בתי כנסיות ובתי מדרשות און אויף דעם לימוד התורה פון תינוקות של בית רבן, פאדערט זיך געוויס זיך צו טון די נויטיגע השתדלות, וואס רעכנט אויך אריין צו בעטן פון די גוי'אישע גאסטגעבער אז זיי זאלן פארשטיין און זיך רעכענען מיט אונזערע אינטערעסן, זיי זאלן לאזן אונזערע בתי מדרשים און מוסדות התורה אנגיין געהעריג ווייל דאס איז אונזער לעבן. אבער דאס דארף זיין אויף אן אופן פון 'תחנונים ידבר רש' מיט די אידישע מדה פון הכנעה בימי גלותם און ווי די הנהגה וואס יעקב אבינו ע"ה האט אונז געלערנט אין פרשת וישלח, וואס איז אונזער רעצעפט וויאזוי צו איבערלעבן דעם אריכות הגלות, זיך מכניע צו זיין פאר די אומות העולם, אראפבייגן דעם קאפ און סובל זיין דעם עול הגוים ועול הגליות מיט א שווייגעניש.

ס'איז באקאנט די ווערטער פון ספר שם משמואל פרשת שמות אז הרה"ק רבי ר' בונם זצללה"ה מפרשיסחא האט געזאגט אז ווען א גוי שרייט אויף א איד דברי זלזול, און דער איד ענטפערט פאר'ן גוי, איז ער דערמיט מאריך דעם גלות רח"ל, עכ"ד.

אויך ווען די גוי'אישע מענטשליכע אינסטינקט זאגט אז מיר דארפן זיך נישט לאזן, מיר דארפן צוריק קעמפן און אטאקירן די גאווערמענט וואס מאכט צו אונזערע מוסדות און ביזנעסער מיט קנסות א.ד.ג., איז אבער דער דרך התורה פאר אידן אין גלות אנדערש, ווי עס איז מבואר אין ספרי קודש (מאור ושמש, נועם אלימלך פרשת וישלח) אז דייקא דורך דעם וואס אידן זענען זיך מכניע פאר די אומות העולם און מען רעדט צו זיי מיט הכנעה, דאס ברענגט די גרעסטע רחמים און המתקת הדינים אונז צו שיצן אין גלות.

מאז ימי התייסדות הציונות איז דער "גלות איד" טאקע געווען א דמות וואס די ציונים האבן פאר יעדן פרייז געוואלט עוקר מן השורש זיין, זיי האבן שטענדיג געמאכט שאנד און שפאט פון דעם 'גלות איד' וואס לעבט רואיג צווישן די גוים און הייבט זיך נישט דעם קאפ מיט חוצפה קעגן זיינע שכנים, וואס סימבאליזירט לויט זיי א מוסטער פון פארשעמקייט און הכנעה. אבער ווי היסטאריע האט איבערצייגט איינמאל און נאכאמאל איז טאקע אט דער דרך הגלות געווען און געבליבן די גאראנטי און דער סוד וויאזוי דאס אידישע פאלק האט איבערגעלעבט אלע אירע פייניגער אָן דאס מינדסטע דרך הטבע'דיגע הסבר, אָן סיי וועלכע מענטשליכער פארשטאנד, והוא שעמדה לאבותינו ולנו.

אין אזא תקופה ווען אידן זענען צעבראכן, פארקלעמט און אנגעווייטאגט פון דעם אופן וויאזוי די רעגירונג באהאנדלט אונז, און לו יצויר אז עס מיט רעכט די ווייטאג, דארף מען אבער אכטונג געבן אז דער ציוניסטיש'ער דרך פון קעמפן פאר אונזערע רעכטן מיט חוצפה און טראציגקייט זאל חלילה נישט קונה שביתה זיין בקרב מחנינו.

מיר דארפן האלטן פאר די אויגן דעם עצת אבינו הזקן פון "למה תתראו" – הצפינו עצמיכם, זיך נישט צו ווארפן אין די אויגן פון די גוים און געדענקן אז מיר זענען געסט אין זייער לאנד און מיר זענען אין גלות אונטער זיי, און געוויס וועלן היציגע געשרייען אויף די ניו יארק'ער באאמטע אונז נישט העלפן. שארף אטאקירן און שטרענג פארלאנגען אונזערע רעכטן וועט נישט פארמינערן שנאת ישראל.

אידן אין ניו יארק און אומגעגנט דארפן רעאגירן מיט אחריות און סבלנות, מיט די פארצייטישע מהלך פון השתדלות בדרכי נועם וויאזוי מיר זענען זיך אומגעגאנגען במשך אלע דורות, וואס איז דער אמת'ער דרך התורה און די שמירה און קיום פון אידן בארצות גלותם ביז דעם גרויסן טאג פון נקמת ה' באדום.

די ביטערע קאנסקווענצן וואס זעהט זיך שוין בפועל

0006554.jpg

מיט א ניכטערן בליק זעהט מען ממש בחוש וויאזוי די מיליטאנטישע וועג פון קעמפן מיט עזות האט ליידער פארערגערט דעם מצב אויף א פארנעם וואס געדענקט זיך נישט בעפאר.

ווי יעדער האלט עס מיט אין די לעצטע חדשים, איז דאס בעסטע און ווירקזאמסטע פאר אונז היימישע אידן, צו זיין וואס ווייניגער אין די העדליינס. די מידיע זאל נישט רעדן פון אונז און די באאמטע זאלן נישט הערן פון אונז. אויף דעם אופן האט מען ב"ה מצליח געווען צו האלטן אפן די מוסדות התורה אין די זומער חדשים, מיט די אומאפיציעלע שטילע וויסן פון די רעגירונג אגענטורן וועלכע האבן זיך פארמאכט די אויגן, ווילאנג עס ברענגט זיי נישט קיין היץ פון די פרעסע.

וואס האט אצינד פאסירט איז אז אנשטאט מיר זאלן זען צו פארשווינדן ווערן פון דעם אויבן אָן, דורך זיך צושטעלן כאטש לפנים מיט'ן אויספאלגן די רעגולאציעס, האבן די ווילדע עלעמענטן בתוך המחנה אונז ארויפגעברענגט צום סאמע צענטער, אז גאנץ ניו יארק זאל שטארק קוקן דייקא אויף אונזער חסידי'שע אידן, יעדער זאל הערן אז מיר זענען אין אפענע קאנפליקט מיט'ן גאווערנער און מיר קעמפן קעגן זיינע מאסנאמען.

דער שונד – קאמפיין קעגן דעם גאווערנער און דעם מעיאר, האט באקומען אן אויסטערלישע ברייטע דעקונג אויף אלע מידיא און סאציאלע מידיא קאנאלן, און זעלבסט פארשטענדליך אז דער גאווערנער האט קיין מסילת ישרים נישט געלערנט און אזוי ווי יעדע אנדערע גוי היט ער זייער שטארק אויף זיין איגא און איז א נוקם ונוטר אויב מען טשעפעט זיין אימעידזש און שטאלץ.

דער פשוט'ער מציאות איז אז ביז לעצטנס האט דער גאווערנער נישט שטרענג אינפארסירט זיינע רעגולאציעס אין די היימישע פלעצער. ער האט טאקע גערעדט ברייט און געשפילט ווי דער העראישער פירער וואס האלט זאכן אונטער קאנטראל, אבער שטילערהייט האט מען ב"ה ווייטער געהאלטן אפן די אפענע בתי מדרשים און מוסדות התורה אין אונזערע געגנטער אן קיין צוזאמשטויסן.

אנשטאט מען זאל ווייטער אנהאלטן דעם מהלך, מען זאל נישט הערן פון אונז, מען זאל אונז נישט זעהן, האט זיך ליידער אנטוויקלט די ווילדע מסוכנ'דיגע וועג דורך לייכטזיניגע מענטשן, וואס האבן אויפגעהעצט יונגע בחורים און קינדער צו רעוואלטירן אויף די גאסן, וואס האט צום באדויערן דראסטיש געטוישט דעם גאנצן בילד. מען האט אויפגערייצט דעם בער. די מידיע לויפט נאך יעדע בארא פארק'ער מוסד וואס איז אפן און דער גאווערנער וויל ווייזן אז ער וועט זיך נישט לאזן טרעטן.

און לאמיר זיך נישט נארן פאר קיין איבעריגע מינוט. מען קען טאקע ארגאניזירן קינדערישע ראליס און שרייען נארישע לאזונגען אבער ניין, מען קען נישט "פייטן" די סטעיט אוו ניו יארק. ניין, מען קען נישט "צופיקסן" דעם גאווערנער אדער דעם מעיאר, ווייל צום באדויערן זענען מיר אין גלות ביי זיי, און אויב עס קומט חלילה צו א "פייט" האבן זיי א גרעסערע מאכט ווי מיר האבן.

מ'האט דאס שוין געזען די וואך מיטוואך ווען דער גאווערנער האט געמאלדן א פרישע עקזעקטיוו ארדער צוריק צו האלטן פאנדן סיי פון מוסדות התורה, און בעיקר פון קאונטיס וועלכע וועלן נישט אינפארסירן די רעגולאציעס, וואס באדייט אז די לאקאלע שעריף'ס פון אלע געגנטער וועלן האבן א שטארקן דרוק צו פארמאכן מוסדות און געשעפטן ה"י.

דער גאווערנער און דער מעיאר האבן די מעגליכקייט צו גוזר זיין נאך שטארקערע און נאך שווערערע גזירות, און דאס טאקע אינפארסירן מיט קראפט. אויב חלילה זיי באשליסן דאס צו נוצן זאל השי"ת אונז שומר ומציל זיין. ספעציעל ווען דאס קומט מיט די א.ג. ציפערן און געזונטהייט באווייזן, ווען אלעס איז איינגעהילט אין א שלייער פון אפהיטן די סטעיט פון א צווייטע-כוואליע סכנה.

לאמיר זיין קלוג און נישט גערעכט...!

עס איז פארשטענדליך די אויפברויז וואס מענטשן האבן, מען שפירט ווי מען צילט אונז דירעקט, אבער דאס אלעס טאר אונז נישט אוועקנעמען דעם שכל הישר, צו פארשטיין אז דאס בעסטע פאר אונז איז צו אוועקשטיין פון דעם "ספּאַט לייט", בפנים כרוכות אני מהלך - זיך פארשטעקן דעם פנים מיט מאסקעס, זיך האלטן אויף א שטילן פראפייל, און אודאי נישט זיך ארויסשטעלן אין א קאמף פנים אל פנים מיט די מאכטפולסטע ניו יארק'ער באאמטע, וואס האט נישט דורך געלערנט אין אורחות צדיקים שער הענווה, שער הבושה און שער הרחמים, לאמיר זיי נישט מאכן פאר אונזערע פיינט, לאמיר נישט געבן שטאף פאר די מידיע מיט וואס אונז צו רודפ'ן.

די נארישע רייצערישע שפראך פון עפענטליכע התגרות איז עס וואס האט געגאסן דעם אויל און האט אנגעצינדן דעם פייער. די בריונים האבן ליידער גורם געווען אז ארטאדאקסישע אידן ווערן געזען דורך גוים איבער גאנץ ניו יארק ווי מענטשן וואס פארשפרייטן מחלות און קימערן זיך נישט פאר אנדערע, וואס קען חלילה אויך עפעקטירן די באהאנדלונגען פון חולי ישראל אין די שפיטעלער. השי"ת זאל האלטן די רעכטע האנט.

מען זעהט טאקע א שרעקליכע זאך, אז פון די אלע א.ג. "רויטע זאנעס" וואס דער גאווערנער האט באשטימט אין ניו יארק, איז עס בלויז בארא פארק וואס גייט ליידער אריבער אזעלכע שווערע רדיפות פון די רעגירונג און לאו אינפארסמענט באאמטע.

אין בארא פארק האבן די מערסטע בתי מדרשים און מוסדות התורה ערהאלטן קנסות און אין בארא פארק זענען צענדליגער היימישע געשעפטן פארשלאסן געווארן, די מידיע און די אינספעקטערס באלאגערן די געגנט אן קיין אויפהער, וואס ס'איז בלי ספק א דירעקטע רעזולטאט פון די מהומות וועלכע האבן געברענגט בארא פארק צום אויבערפלאך און צום גרויסן ווייטאג האבן אזויפיל אידן צער, געלט שאדנ'ס און עגמת נפש דערפון, וואס מען וואלט געקענט פארמיידן ווען מען פארבלייבט אונטער דעם ראדאר, בהשכל ובדעת.

אידן אין בארא פארק פרעגן מיט ווייטאג, אויף וועמענס חשבון רייצט מען זיך מיט לייכטזיניגע מעסעזשעס וואס קאכט אויף דאס בלוט פון די באאמטע און פון טויזנטער גוים וואס וואוינען זייט ביי זייט מיט אונז ? צלולה היתה החבית ועכרתם אותה! ס'איז דאך שומו שמים וויאזוי מען האט ערוועקט אויף אונז א צינאמי פון שנאה מיט אזעלכע זינלאזע סטעיטמענטס און שריט וואס ברענגט נישט גארנישט נאר שרעקליכע שאדנס פאר אידישע קינדער.

די צעהיצטע מהלך פון פראטעסטירן און פארשרייען דעם גאווערנער האט ליידער מבאיש ריח געווען דאס יהדות החרדית באופן מבהיל, עס טוט פארשווארצן אונזער פנים און עס איז בפועל מסכן דאס אמעריקאנער אידנטום, מען שטעלט אין שרעקליכע סכנה די זיכערהייט פון היימישע אידן אין ברוקלין!

נאכמער. אויב האט מען געהאפט אז די נייעס שטורעם איבער דעם וויירוס וואס בוזשעוועט יעצט אין די אמעריקאנער גאס, אזוי ווי אין דער גאנצער וועלט, זאל נישט עפעקטירן אונז היימישע אידן, זענען געקומען די די ראדיקאלע מויל מאכער און זיכער געמאכט אז אלע אויגן זאלן זיין געוואנדן נאר צו אונז, און אלע גוים אין ניו יארק זאלן גלייבן אז חרדי'שע אידן אין ברוקלין פאלגן נישט די רעגולאציעס און קימערן זיך נישט מיט'ן געזונט פון זייערע ארומיגע, רח"ל.

די העצע האט פאקטיש גורם געווען אז די גאנצע אינטערעסע וואס הערשט אויף די נאציאנאלע ארענע איבער די וויירוס איז יעצט פארקירעוועט געווארן דא אהער צו אונז אין ברוקלין, אין די היימישע בארא פארק!

ווען די ליבעראלן און די רעפובליקאנער
נוצן דעם איד פאר זייערע אינטערעסן

887400023.jpg

ווי נאריש און קורצזיכטיג איז די קינדערישע פרייד וואס מען זעהט ביי מאנכע היימישע אינגעלייט, אז קאנסערוואטיווע פאליטיקאנטן פון ווייטע שטאַטן, שרייבן מעסעזשעס קעגן די היזיגע דעמאקראטישע באאמטע, און נעמען זיך מ'כלומר'שט אָן פאר אונזערע רעכטן.

יעדער בר דעת פארשטייט דאך אז דאס איז בלויז נאך א טייל פון דעם פאליטישן שפיל צווישן די צוויי פארטייען, ווען די רעפובליקאנער פרייען זיך צו נוצן דעם איד אלס א געצייג צו באשמיצן זייערע דעמאקראטישע קעגנער. מיר זענען פשוט געווארן א מיטל וויאזוי איין פארטיי רעכנט זיך אפ מיט דער אנדערער פארטיי, וואס ברענגט גלייכצייטיג אז דער תאות הנצחון פון דעם גאווערנער און דעם מעיאר זאל נאך מער פארשטערקערט ווערן, צו צייגן אז זיי האבן די מאכט אין די סטעיט און אזוי ארום הייבן זייערע 'רעיטינגס' צווישן דעמאקראטישע וויילער.

די הלכה פון "עשו שונא ליעקב" איז נישט מבחין צווישן די ליבעראלע גוים און די קאנסערוואטיווע גוים. ביידע גלייכן אונז אייניג, ווי עס זאגן גוט עדות אונזערע רעפובליקאנער "גוטע פריינד" אין ראקלענד קאונטי און ארענדזש קאונטי, און אונזערע ליבעראלע "גוטע פריינד" אין די סיטי, קיינער איז נישטא זיך צו אננעמען פאר אונז, בסך הכל זוכן פאליטיקאנטן צו שלאגן קאפיטאל אויפ'ן אונזער חשבון.

די מעסעזשעס פון ניוט גינגריזש און טעד קרוז הערן זיך טאקע זייער גוט פון דערווייטנס אבער מען פארגעסט אז מיט אזא סארט אויפפירונג פארלירן מיר צוביסלעך יעדע סארט קאמיוניקאציע מיט די לאקאלע פאליטיקאנטן, מען פארברענט אלע בריקן מיט די ניו יארק סטעיט און סיטי אדמיניסטראציע, מיט וועמען מיר דארפן האבן גוטע קשרים פאר אזויפיל עניני הכלל, סיי פאר די גזירות על החינוך און סיי פאר די אנדערע טעמעס וואס קומט כסדר ארויף אין באצוג צו חרדי'שע אידן אין ניו יארק.

עס כאפט דאך א פחד און א שרעק אפילו מען קוקט עס אָן פון א גשמיות'דיגן בליק. אין ניו יארק וואוינען בליעה"ר צענדליגער טויזנטער היימישע אידן, זייענדיג דאס גרעסטע קיבוץ פון חרדי'שע אידן אין אמעריקע. דער טרוקענער פאקט איז אז מיר געפינען זיך ברצון השם אין ניו יארק וואס איז א שטארק -בלאה שטאַט מיט א ריזיגע מערהייט פון דעמאקראטישע וויילער, ווילאנג מיר זענען אין גלות זענען מיר ליידער אנגעוויזן אויף זייער גוטן ווילן צו קענען לעבן דא רואיג אן קיין שנאה און קאנפערענטאציעס,

און ס'איז טאקע א חסד ה' אז במשך די אלע יארן ביז היינט האט מען כמעט נישט געהערט קיין אינצידענטן דורך די שכינים, וואס זענען על פי רוב דעמאקראטישע גוים און האבן ב"ה גוט געלעבט מיט אידן. אבער די אומ'אחריות'דיגע שריט דורך די צעהיצטע יונגען קען חלילה יעצט טוישן דעם מציאות, השי"ת זאל אונז באהיטן, ווען די טויזנטער גוים פאלגן נאך די ווילדע אגרעסיעס מיט אַן אפענעם אויפברויז. ומי יודע מה יולד יום. דער חילול ה׳ און דער סכנת ישראל איז דאך איום ונורא. און דאס טפשות פון אנצינדן אזא פייער האט דאך נישט קיין שום פארשטענדליכע הסבר.

דאס יהדות החרדית תושבי ברוקלין האט דעם קריטישן פליכט צו ליאמערן קבל תבל ומלואה אז אזעלכע געפארפולע פארשוינען, און אזעלכע אומ'אחריות'דיגע עלעמענטן וועלכע העצן, שיסן רעטאריק, און שיקן ראדיקאלע מעסעדזשעס רעכטס און לינקס, זענען נישט אונזערע פארטרעטער, זיי זענען איינפאכע פאררעטער וועלכע זענען נישט ערלויבט צו באשמיצן אונזער נאמען מיט זייערע שרעקליכע מעסעזשעס און אקטיוועטעטן וואס ברענגט ארויף דאס בלוט אין קאפ ביי מיליאנען גוים.


אידן קענען נישט גיין אין די פיסטריט
פון די "בלעק לייווס מעטער"

666988745.jpg

דורכאויס די צייט האט מען אויך געהערט זמירות פון מאנכע, אז מיר דארפן זיך פארטיידיגן און ארויסקומען עפענטליך קעמפן פאר אונזערע רעכטן, פונקט ווי מען זעהט ביי די "בלעק לייווס מעטער" באוועגונג. לויט די מיינונג דארפן אידן גיין אין די טריט פון די אפריקאנער אמעריקאנער גוים וואס רעוואלטירן ווען זיי שפירן באקריוודעט און לאזן זיך הערן מיט עפענטליכע פראטעסטן און מארשן קעגן די באהערדע און די לאו אינפארסמענט אגענטורן.

לו חכמה ישכילו זאת אז "לא באלה חלק יעקב", כלל ישראל איז נישט קיין פאלק ווי אלע פעלקער וועלכע שיצן זיך מיט דעם כח פון פויסט און רעוואלט, די מעטאדן וועלכע העלפן פאר די אומות העולם זענען נישט בייהילפיג פאר אידישע קינדער, פונקט ווי אידן זענען אן עם הנבחר זענען אויך זייערע שיץ מיטלען און פארזיכערונגען פון א גאנץ אנדערע נאטור, מיט אן אנדערע סדר אלקי און מיט אנדערע פארשריפטן וירם קרן לעמו, לא עשה כן לכל גוי.

עשו'ס ברכה איז "ועל חרבך תחי'", זיין הצלחה איז געוואנדן אין די שטארקייט פון זיין פויסט, אבער די קיום פון יעקב איז "ויתן לך אלקים", דאס זענען צוויי קעגנזייטיגע נאטורן, די "ידי עשו" קענען קיינמאל נישט העלפן פאר דעם פאלק וואס דארף זיך באנוצן מיט'ן "קול יעקב".

שרייען אין די גאסן און רעוואלטירן קעגן די רעגירונג באאמטע איז מעגליך א גוטע לעזונג פאר'ן אפריקאנער אמעריקאנער גוי, אבער כלל ישראל האט אן אנדערע הנהגה, יצב גבולות עמים למספר בני ישראל, כי חלק ה' עמו יעקב חבל נחלתו, מיר זענען דער עם סגולה וואס ווערט געפירט מיט א העכערע הנהגה, און מיר געבן זיך נישט קיין עצה מיט די זעלבע מעטאדן און אויף די זעלבע שניט ווי אלע פעלקער.

פארלאפענעם שמחת תורה האבן מיר געליינט די ברכה פון משה רבינו פאר כנסת ישראל וואס ענדיגט זיך מיט'ן פסוק "אשריך ישראל מי כמוך עם נושע בה' מגן עזרך ואשר חרב גאותך", די מפרשים, דער אבן עזרא און דער ספורנו אויפ'ן פסוק, זאגן ביידע פשט אז אידן זענען אנדערש ווי די אומות העולם, די גוים געווינען מיט זייער שווערד און מיט דעם כח הזרוע אבער אידן קענען נאר מצליח זיין און נאר געהאלפן ווערן דורך השי"ת, מיר זענען דער "עם נושע בה'" און נאר ער איז "חרב גאותך", די אלע גאסן פראטעסטן, לאזונגען און אגרעסיווע דעקלעראציעס, זענען זייער גוט פאר די שווארצע געמיינדע, אבער מיר זענען דער עם ה', ביי אונז ארבעט נישט דער מהלך.

אונזער ישועה איז נישט דורך ליארעמען און רעוואלטירן, אונזער הצלה איז נישט דורך עפענטליכע דעקלעראציעס קעגן די גוי'אישע פאליטיקאנטן, מיר זענען דער עם ה' און מיר ווערן געפירט און דירעקטירט דורך השי"ת אליין. פארקערט גאר, די אלע סארט פעולות בזרוע בשר נעמען חלילה אוועק די שמירה עליונה וואס איז דא אויף אידן אין גלות. אויב אידן זענען חלילה נישט מקיים די עצה פון די תורה זיך צו פירן בהכנעה אין גלות, פארלירט מען דורך דעם די ספעציעלע השגחה און שמירה עליונה וואס איז דא אין גלות.

מען זעהט עס אפילו בחוש מיט די פליישיגע אויגן וויאזוי די זינלאזע מהלך האט בלויז געברענגט צרות און פראבלעמען פאר אידן. אין דער צייט וואס די "בלעק לייווס מעטער" פראטעסטן האבן גענאסן פון אן אויסטערלישע שטיצע דורך די גאנצע מידיע און אלע פרעסע אגענטורן האבן דאס געדעקט סימפאטיש, איז אבער פונקט קאפויער ביי די לעצטיגע אומרוען אין בארא פארק, וואס ווערט אראפגעמאלן דורך די מידיע אין א גאר אומגינסטיגע ליכט, וואס ברענגט ליידער א געוואלדיגן חילול ה'.

אפגעזען פון דאס נארישקייט ווען ביי די פארזאמלונגען אין בארא פארק האבן די באטייליגטע געשריגן "דזשוס לייווס מעטער", וואס ווערט זייער נישט גוט אויפגענומען אין די אויגן פון דעם אלגעמיינעם גוי, וועלכער קוקט דאס אן ווי א זלזול אין די ליידן פון די שווארצע, איבערהויפט אז לויט דעם גוי טוט דאך דער גאווערנער די שריט כדי דער וויירוס זאל נישט צעשפרייט ווערן צווישן אונז.

א טאג נאך דעם ערשטן פראטעסט פארזאמלונג איז דער "דעילי ניוז" ערשינען מיט א גיפטיגן קעפל "אוי, רעוואלט - מיר גייען נישט ביי די געזעצן פון אמעריקע, מיר האבן אונזערע אייגענע געזעצן". ווידעראום דער ניו יארק טיימס האט פארעפענטליכט א לענגערן ארטיקל וואו זיי ערקלערן וויאזוי ארטאדאקסישע אידן פארשפרייטן דעם וויירוס רח"ל און היטן נישט אפ די געזונטהייט רעגולאציעס.

מיר זענען דא צוגאסט, קיינער גלייכט אונז נישט און קיינער זוכט נישט זיך צו אידענטיפיצירן מיט אונז. ווען מען שטעלט זיך ארויס מיט א טראציגע עזות צו צייגן אז מיר שרעקן זיך נישט פון די באאמטע, איז מען בלויז גורם נאך מער שנאת ישראל און עס נעמט אוועק יעדעס ביסל סימפאטיע פון אונז.

מיר דארפן זיך שטארקן מיט אמונה אין דעם 'גדול הרועה המצילן', און זיך מחזק זיין מיט די שמירה עליונה און השגחה נפלאה וואס עס איז פארהאן פון השי"ת אויף אידן אין גלות, הן הן נוראותיו הן הן גבורתיו, ווי מבואר אין דברי חז"ל ובספה"ק אז אין גלות איז פארהאן א באזונדערע השגחה מיוחדת צו היטן און שיצן אויף אידן ובכל מקום שגלו שכינה עמהן, וואס דאס איז אונזער בעסטער געווער און הבטחה ביז ווען מיר וועלן באפרייט ווערן פון גלות אמעריקע דורך השי"ת אליינס.

Netruna header (3).png

נטרונא שפילט אראפ די היציגע געפארפולע טענער

0023330_.jpg

מער פון אלעם צייגן די יעצטיגע געשעענישן דאס קריטישע וויכטיגקייט אז תורה טרייע אידן זאלן רעפרעזענטירט ווערן ריכטיג דורך אחריות'דיגע און תורה'דיגע ווארטזאגער.

דאס מציאות איז אז די היימישע בארא פארק איז א שטאט וואו דאס מערהייט איינוואוינער זענען אידן וואס ווילן נישט די סארט פראוואקאציעס. די גרעסטע קהלות און מוסדות אין שטאט זענען סאטמאר, באבוב, וויזניץ מאנסי, און אנדערע היימישע קרייזן, וועלכע זענען זייער נישט צופרידן פון די ווילדע אגיטאציעס, און מערערע פון די רבנים ומנהיגי הקהלות האבן טאקע שארף מוחה געווען אויף די סארט הנהגה.

אבער פארט ווערט ליידער די גאנצע שטאט געפארבט מיט דעם אימעדזש פון אנארכיזם און אנטי - גאווערמענט פראטעסטן, צוליב דעם וואס עטליכע צעיושעטע עלעמענטן פראקלאמירן דאס הויעך איינמאל און נאכאמאל פארנט פון די מידיא.

עס איז שוין צום באדויערן נישט דאס ערשטע מאל וואס עס גייט ארויס אזעלכע סארט מעסעזשעס פון בארא פארק, אדאנק די הפקר יונגען ווארטזאגער וואס זענען גורם א געוואלדיגע חילול ה' להבאישנו ביושב הארץ, אין דער צייט וואס דער ציבור התושבים איז לגמרי נישט מסכים דערמיט אבער זייער שטימע ווערט נישט געהערט.

די פרעסע ווייסט נישט וואס מען רעדט צווישן זיך אין בית המדרש, זיי באקומען זייער אינפארמאציע פון די גאסן יונגען וועלכע שטעלן זיך צום קעמרע און דערקלערן זיך אלס די ווארטזאגער פון די געמיינדע, וואס ברענגט א שרעקליכן חילול ה' און א נישט ריכטיגע בליק אויף די גאנצע געגנט.

דאס איז א קריטיש וויכטיגע לעקציע איבער דאס שטייגענדע נחיצות אז דאס יהדות החרדית זאל ווערן ריכטיג פארטרעטן פאר די ברייטע גאס, א שטייגער ווי די נטרונא פלאטפארמע וואס טוט אומאויפהערליך אפווארפן די פאלשע אפטרופסוס פון אזעלכע זעלבסט געקרוינטע ווארטזאגער, און ברענגט פאר די מידיע די אמת'ע שטעלונג פון רוב מנין ורוב בנין פון תורה טרייע אידן.

אין לויף פון די לעצטע טעג איז טאקע מפעל הק' נטרונא פארטון אין דעם חובת השעה, די מיסיע צו קלארשטעלן פאר די ברייטע גאס אז די ווילדע אגיטאציעס טוען בהחלט נישט פארטרעטן די אינטערעסן פון פרומע אידן.

באלד נאך די ווילדע גאסן פארזאמלונגען חול המועד האט נטרונא ארויסגעשטעלט א קלארן דייטפולן מעסעזש: "די פראטעסט דורך א קליינע פארזאמלונג אין ברוקלין זענען אבסעלוט ווערט צו פארשריגן ווערן. עס איז פארדאמט געווארן דורך אלע רבנים און ערוויילטע באאמטע. ס'איז אונזער בעסטע זכות, מאראל און רעליגיעזע אבליגאציע צו אויספאלגן די געזעצן פון אונזער באליבטע לאנד, דאס איז נישט אונזער וועג, דאס איז נישט וואס מיר טוען.".

דאס זעצט פאר מיט אן אקטיוון קאמפיין אויף די סאציאלע מידיע נעצן וואו עס ווערט איינמאל און נאכאמאל ארויסגעברענגט אז אידן זענען א "ממלכת כהנים וגוי קדוש", וואס באנוצן זיך נישט מיט קיין רעטאריק און אגרעסיווע פראוואקאציעס. מיר טוען רעספעקטירן און מיר זענען געטריי צו אונזער גאווערמענט ווייל דאס איז א פונדאמענטאלע פרינציפ אין אידישקייט, און דעריבער טוען די אלע אומ'אחריות'דיגע שריט נישט רעפלעקטירן אונזער כלליות'דיגע סענטימענט.

דער ברייטער קאמפיין שלאגט ב"ה פאזיטיווע ווארצלען וואס איז קענטיג אויף די רעאקציעס און אויף דעם גרויסן פרסום פון די מעסעזשעס, ומעט מן האור דוחה הרבה מן החושך. און געוויס איז מען אנגעוויזן אויף די ווארימע הילף פון אחים לדעה צו קענען נאכמער פארשטארקערן דעם קאמפיין אויף מערערע פראנטן, און אפשלאגן די שעדליכע רעטאריק. עשה למען כבוד שמו יתברך המחולל ! עשה למען הצלת ישראל! דער מעסעזש מוז דערהערט ווערן !


;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
כהאב געדארפט צוריקמישן און לייענען אפאר בלעטער, אבער ענדליך האב געטראפן אויפריכטיגע/זאכליכע דיבורים.
עס איז אפשר אביסל צו לאנג געשריבן, אבער פיל מער ווערד ווי פולע קורצע תגובות ...

lazy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך lazy » זונטאג אוקטובער 18, 2020 12:33 am

metsboy האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
ריקוד האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:איך מעג פרעגן א קליינינקע שאלה? מ'ציטערט צו פארמאכן מוסדות התורה, וועגן חשש ביטול תורה, דאס דארף א רב פסק'ענען צי מ'מעג מבטל זיין תורה פאר א וואך צוויי כדי עס צו ראטעוען אויף שפעטער, בבחינת מוטב לחלל שבת אחת וכו', אויף דעם דארף דעת תורה אריינרעדן..

אבער פארוואס אין די וועלט קען מען נישט פארמאכן די מיידל שולעס אויף די וואך צוויי עד יעבור זעם?? וויפיל טראומא דארפן די געגענטער דורכגיין ביז מ'כאפט זיך וואס מ'האט צו טוהן? אייער האט אן השגה וואס די קינדער אין די "רויטע זאנעס" זענען דורך די לעצטע פאר טעג ווען זיי זענען געווארן נאכגעפאלגט דורך אינפעקטארס און פאליציי?

רעב איד, איר כאפט נישט אז מיט די רשעים ארבעט נישט קיין חשבונות אין פשרות?!?
אויב מאכט מען ציה די מוסדות איד דאס נישט פאר צוויי וואכן, נאר ענדרעש פאר צוויי יאהר!!!
מען דארף פייפן אין גרויסען! עס איז קיין התגרות נישט, מיר האבן לעגאל די רעכטן פאר פרייהייט פון רעליגיע!
פון זיך לעקין צו די אנטיסעמיטען קומט נאר א גרעסערע שמייס, והמצב יוכיח.
מען דארף מאכן א גרויסע מחאה - אבער אן איידעלע מחאה - מיט א אידישע צורה. דהיינו אן אויבענאהן פאר רבנים מיט דרשות און זאגן מזמורי תהלים און אבינו מלכנו'ס וכו'...
מענער לענגאויס 14 עוו., נשים לענגויס 15 עוו., אין די זעלבע צייט זאל פארקומען די זעלבע זאך אין וומסב"ג. און אין קרוינהייטס. אנשים נשים וטף. ס'איז דאכט'זיך נאך אזוי וויכטיג ווי גראבען קברים...
אויב עמיצער ווייסט ווי מען קען טרעפען קלמן יעגער, פעלדער, אייכנשטיין, נידרמאן זאל מען זיי ביטע מודיע זיין די מצב...
מען דארף קלאר מודיע זיין פאר די ריגירונג און פאר די וועלט די רדיפת הדת וואס קומט פאר, און אז מיר וועלן זיך נישט לאזן פירן מיט אזא אומלאגאלע אומרעכט.
איי די מידיע האקט דאך אקעגן אונז? ראשית, זיי וועלן אייביג האקן אקעגן די אידן. שנית, למעה"ש עס איז שוין הויך צייט א פראפעסינאלע איד זאל קלאר ארויסברענגן אונזער צד אין די צייטונגן אין אויף טעלעוויזשען אזוי ווי התאחדת הרבנים זענען זיך נוהג ביי אלע פראטעסטן אקעגען די שלטון הכופרים. די גוים הערן נאר די טענות פון די גאבערמענט אין האבן נישט קיין ענטפער פון די חרדים. דאס איז אבער נאר אלץ השתדלות, ווייל ס'גייט סיי ווי העלפן א פייג. מיר וועלן קיינמאל נישט געפעלען די מידיע, אין מיר טארן זיי נישט געפעלען מיט זייערע לינקע שיטות.
און פאר די אלע וואס לייקענען די מצב בעט מען זיי זאלן נישט לייקענען אזוי ווי טייל אונגארישע האבן געלייקנט די מצב אין פוילען-גאליציע בשנות ת"ש-תש"ג, כידוע.
און זיך נישט לעקען צו די רשעים אזוי ווי די קאפוי'ס, ווייל זייער סוף איז געווען א ביטערע.
נישט פארגעסן - התחברות לרשעים איז אומ'איידל און גאר הארב.

דו לעבסט אין א באבל.
די רעגולאציעס זענען געווען אין די גאנצע סטעיט בשעת מיר האבן געפירט אונזער שטעטל. מיר האבן פונקט פארקערט, געווארן פארקוקט גאנץ זומער ממש באהאנדעלט מיט זיידענע הענטשעקס.
נאר די הויעכע נומערן ספעציפיש ביי אונז, און די שוועריגקייטן עס אראפ צוברענגן אין א פארנומענעם יו״ט סיזען וואס האט געמאכט די אויטאריטעטן פילן אז מיר זענען א קולטור פון פארנעכלעסיגן און סכנהדיגע סופערספרעדערס חלילה האט געברענגט די נייע גיידליינס.

פראטעסטירן וועט דיר גארנישט העלפן ווען רוב נו יארקער ווילן דיר זען איינגעשפארט און פארשטייען נישט פארוואס האסט זיך נישט געקענט גלייך צושטעלן.

יעצט איז אביסל שפעט, מען האט פארפאסט די שיף צו בלויז האבן מאסקעס מיט 50% קאפעסעטי וואס די גאווערנער האט געבעטן ר״ה צייט פאר וואכן און א צי מיט שיינעם.
מען האט ב״ה זוכה געווען צו מאכן א נייע שונא מיט ליעקן רעקארדירונגען פון דיין לעצטע קאנפערענס קאל און נישט דערציילן פון וואכן פון דיפלאמאטישע געבעטן בעפאר.
מען האט זיך פארשמוצט די פנים פאר די פובליק מיט חילול השם אומרוען.


מען וואלט געקענט טוהן אסאך זאכען , די מצב יעצט איז אז קאמוי האט אונז פיינט. עס איז שוין געווארען מער פערסאנעל און ער גייט אונז נאר באגראבען ווייטער.
מען דארף מודיע אפציעל אז אונז פאלג אים נישט , נישט אז מען האט די מוסדות אופען באהאלטערנייט. נאר אונז זענען יא אפען
און מעל זאל זיכער מאכען אז מען גייט מיט מאסקעס און ווייסען פאר די מידא אז די קינדער גייען מיט מאסקעס.

אז 100 מוסדותער פון גרעטיער נו יארק זאגען אפציעל אז און פאלגען די CDC guidelines אבער נישט קאומיוי , וואס גייט קאומי טוהן??


ביי וועלכע פונקט גיי מיר אנערקענען אז מיר זענען און גלות ביי אים?!?!, און יא ער איז סאך שטערקער פון אונז?!?!, אפשר איז שוין צייט כאטש לפנים צו הייבן הענט? וואס נאך דארף געשען?!?!?

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3585
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג אוקטובער 18, 2020 12:34 am

הענדימען האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:רעקארדירונגען פון דיין לעצטע קאנפערענס קאל און נישט דערציילן פון וואכן פון דיפלאמאטישע געבעטן בעפאר.

האלאו! דאס נישט!

די קאנפערענץ קאל איז געווען איין שטיק חוצפה

אוודאי! אבער עס ליעקן מיינט ״אים״ טשעפענען פערזענליך און ער זעט אויס יעצט ווי א גוי וואס מען האט אים געטשעפעט. א גאווערנער א שונא, בפרט קאראנע צייטן, האט פיל מער מאכט אונז וויי צו טון ווי סיי ווער
שויתי ה' לנגדי תמיד

metsboy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך metsboy » זונטאג אוקטובער 18, 2020 12:35 am

און מען זאל מאכען א Charity קאמפיין , א איחוד פון אלע מוסדות , אופטרייבען מיליאנס וואס זאל גיין צו א קאסע וואס וועט ארויסהעלפען מיט פיינס,lawyers , און אויב מען ארעסטירט איינעם זאל מען האבען די בעסטע lawyer’s .

אוועטאר
ריקוד
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך ריקוד » זונטאג אוקטובער 18, 2020 12:37 am

Goodmorning האט געשריבן:דו לעבסט אין א באבל.
די רעגולאציעס זענען געווען אין די גאנצע סטעיט בשעת מיר האבן געפירט אונזער שטעטל. מיר האבן פונקט פארקערט, געווארן פארקוקט גאנץ זומער ממש באהאנדעלט מיט זיידענע הענטשעקס.
נאר די הויעכע נומערן ספעציפיש ביי אונז, און די שוועריגקייטן עס אראפ צוברענגן אין א פארנומענעם יו״ט סיזען וואס האט געמאכט די אויטאריטעטן פילן אז מיר זענען א קולטור פון פארנעכלעסיגן און סכנהדיגע סופערספרעדערס חלילה האט געברענגט די נייע גיידליינס.

פראטעסטירן וועט דיר גארנישט העלפן ווען רוב נו יארקער ווילן דיר זען איינגעשפארט און פארשטייען נישט פארוואס האסט זיך נישט געקענט גלייך צושטעלן.

יעצט איז אביסל שפעט, מען האט פארפאסט די שיף צו בלויז האבן מאסקעס מיט 50% קאפעסעטי וואס די גאווערנער האט געבעטן ר״ה צייט פאר וואכן און א צי מיט שיינעם.
מען האט ב״ה זוכה געווען צו מאכן א נייע שונא מיט ליעקן רעקארדירונגען פון דיין לעצטע קאנפערענס קאל און נישט דערציילן פון וואכן פון דיפלאמאטישע געבעטן בעפאר.
מען האט זיך פארשמוצט די פנים פאר די פובליק מיט חילול השם אומרוען.

שקר! די איין איינציגסטע סיבה וואס מ'האט אונז נישט גע'רודף'ט אין די זיממער וואכן איז וועגן זיי זענען געוועהן פארנומען מיט די שווארצע בלעק לייווס מעטער.
די מאיער האט דאך בפירוש געזאגט נאך יום כיפור (ביי די זעלבע לייוו קאנפרענץ ווי מ'האט דערמאנט די באבאוויטשער רבי) אז ער זעהט אז די חרדים האבן זיך אנגעהויבן שטארק צושטעלן צו די מאסק גזירה
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן

metsboy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך metsboy » זונטאג אוקטובער 18, 2020 12:38 am

lazy האט געשריבן:
metsboy האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
ריקוד האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:איך מעג פרעגן א קליינינקע שאלה? מ'ציטערט צו פארמאכן מוסדות התורה, וועגן חשש ביטול תורה, דאס דארף א רב פסק'ענען צי מ'מעג מבטל זיין תורה פאר א וואך צוויי כדי עס צו ראטעוען אויף שפעטער, בבחינת מוטב לחלל שבת אחת וכו', אויף דעם דארף דעת תורה אריינרעדן..

אבער פארוואס אין די וועלט קען מען נישט פארמאכן די מיידל שולעס אויף די וואך צוויי עד יעבור זעם?? וויפיל טראומא דארפן די געגענטער דורכגיין ביז מ'כאפט זיך וואס מ'האט צו טוהן? אייער האט אן השגה וואס די קינדער אין די "רויטע זאנעס" זענען דורך די לעצטע פאר טעג ווען זיי זענען געווארן נאכגעפאלגט דורך אינפעקטארס און פאליציי?

רעב איד, איר כאפט נישט אז מיט די רשעים ארבעט נישט קיין חשבונות אין פשרות?!?
אויב מאכט מען ציה די מוסדות איד דאס נישט פאר צוויי וואכן, נאר ענדרעש פאר צוויי יאהר!!!
מען דארף פייפן אין גרויסען! עס איז קיין התגרות נישט, מיר האבן לעגאל די רעכטן פאר פרייהייט פון רעליגיע!
פון זיך לעקין צו די אנטיסעמיטען קומט נאר א גרעסערע שמייס, והמצב יוכיח.
מען דארף מאכן א גרויסע מחאה - אבער אן איידעלע מחאה - מיט א אידישע צורה. דהיינו אן אויבענאהן פאר רבנים מיט דרשות און זאגן מזמורי תהלים און אבינו מלכנו'ס וכו'...
מענער לענגאויס 14 עוו., נשים לענגויס 15 עוו., אין די זעלבע צייט זאל פארקומען די זעלבע זאך אין וומסב"ג. און אין קרוינהייטס. אנשים נשים וטף. ס'איז דאכט'זיך נאך אזוי וויכטיג ווי גראבען קברים...
אויב עמיצער ווייסט ווי מען קען טרעפען קלמן יעגער, פעלדער, אייכנשטיין, נידרמאן זאל מען זיי ביטע מודיע זיין די מצב...
מען דארף קלאר מודיע זיין פאר די ריגירונג און פאר די וועלט די רדיפת הדת וואס קומט פאר, און אז מיר וועלן זיך נישט לאזן פירן מיט אזא אומלאגאלע אומרעכט.
איי די מידיע האקט דאך אקעגן אונז? ראשית, זיי וועלן אייביג האקן אקעגן די אידן. שנית, למעה"ש עס איז שוין הויך צייט א פראפעסינאלע איד זאל קלאר ארויסברענגן אונזער צד אין די צייטונגן אין אויף טעלעוויזשען אזוי ווי התאחדת הרבנים זענען זיך נוהג ביי אלע פראטעסטן אקעגען די שלטון הכופרים. די גוים הערן נאר די טענות פון די גאבערמענט אין האבן נישט קיין ענטפער פון די חרדים. דאס איז אבער נאר אלץ השתדלות, ווייל ס'גייט סיי ווי העלפן א פייג. מיר וועלן קיינמאל נישט געפעלען די מידיע, אין מיר טארן זיי נישט געפעלען מיט זייערע לינקע שיטות.
און פאר די אלע וואס לייקענען די מצב בעט מען זיי זאלן נישט לייקענען אזוי ווי טייל אונגארישע האבן געלייקנט די מצב אין פוילען-גאליציע בשנות ת"ש-תש"ג, כידוע.
און זיך נישט לעקען צו די רשעים אזוי ווי די קאפוי'ס, ווייל זייער סוף איז געווען א ביטערע.
נישט פארגעסן - התחברות לרשעים איז אומ'איידל און גאר הארב.

דו לעבסט אין א באבל.
די רעגולאציעס זענען געווען אין די גאנצע סטעיט בשעת מיר האבן געפירט אונזער שטעטל. מיר האבן פונקט פארקערט, געווארן פארקוקט גאנץ זומער ממש באהאנדעלט מיט זיידענע הענטשעקס.
נאר די הויעכע נומערן ספעציפיש ביי אונז, און די שוועריגקייטן עס אראפ צוברענגן אין א פארנומענעם יו״ט סיזען וואס האט געמאכט די אויטאריטעטן פילן אז מיר זענען א קולטור פון פארנעכלעסיגן און סכנהדיגע סופערספרעדערס חלילה האט געברענגט די נייע גיידליינס.

פראטעסטירן וועט דיר גארנישט העלפן ווען רוב נו יארקער ווילן דיר זען איינגעשפארט און פארשטייען נישט פארוואס האסט זיך נישט געקענט גלייך צושטעלן.

יעצט איז אביסל שפעט, מען האט פארפאסט די שיף צו בלויז האבן מאסקעס מיט 50% קאפעסעטי וואס די גאווערנער האט געבעטן ר״ה צייט פאר וואכן און א צי מיט שיינעם.
מען האט ב״ה זוכה געווען צו מאכן א נייע שונא מיט ליעקן רעקארדירונגען פון דיין לעצטע קאנפערענס קאל און נישט דערציילן פון וואכן פון דיפלאמאטישע געבעטן בעפאר.
מען האט זיך פארשמוצט די פנים פאר די פובליק מיט חילול השם אומרוען.


מען וואלט געקענט טוהן אסאך זאכען , די מצב יעצט איז אז קאמוי האט אונז פיינט. עס איז שוין געווארען מער פערסאנעל און ער גייט אונז נאר באגראבען ווייטער.
מען דארף מודיע אפציעל אז אונז פאלג אים נישט , נישט אז מען האט די מוסדות אופען באהאלטערנייט. נאר אונז זענען יא אפען
און מעל זאל זיכער מאכען אז מען גייט מיט מאסקעס און ווייסען פאר די מידא אז די קינדער גייען מיט מאסקעס.

אז 100 מוסדותער פון גרעטיער נו יארק זאגען אפציעל אז און פאלגען די CDC guidelines אבער נישט קאומיוי , וואס גייט קאומי טוהן??


ביי וועלכע פונקט גיי מיר אנערקענען אז מיר זענען און גלות ביי אים?!?!, און יא ער איז סאך שטערקער פון אונז?!?!, אפשר איז שוין צייט כאטש לפנים צו הייבן הענט? וואס נאך דארף געשען?!?!?


און Michigan האט די גאווערנער פארלוירען , איז אז מען האט גיטע לויערס מיט א גיטע PR קאמפיין קען מען אים אויכט באזיגען.

די עיקר איז די מידיא , מען דארף קענען ארויסקומען מיט א קלארע message פאר די מידיא

lazy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך lazy » זונטאג אוקטובער 18, 2020 12:43 am

סארי באט די פי אר סאו פאר, איז נאר לטובתו. און ליידער לרעתינו.
און אפילו די וועסט פראווען ניצחון אים ארויסצוזעהן, וועל מיר אונז ליידער ליידן סאך מער פון די שלעכטע פי אר ר״ל.

נפשי חמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך נפשי חמדה » זונטאג אוקטובער 18, 2020 12:43 am

lazy האט געשריבן:ביי וועלכע פונקט גיי מיר אנערקענען אז מיר זענען און גלות ביי אים?!

דאס אז מיר זענען אין גלות איז נישט פשט - אז יעדער וואס וויל אונז באגראבן מיט אונזער תורה אינאיינעם ברויכן מיר פאר אים פאלן און אים לאזן טוהן ככל העולה על רוחו.

פארצייטנ'ס אין רוסלאנד האבן די ארטיגע באהערדע אויכעט געפאניקט אין גאנצן לאנד אז מען דארף מורא פון די וועלעכע ווילן רעוואלטירן און אונטערברענגען דאס לאנד, און על סמך זה איז נישט געווען ערלויבט פאר אידן צו האלטן אפן זייערע בתי חינוך.
און טראץ דעם האבן אידן אין רוסלאנד געהאלטן אפן זייערע בתי חינוך על אף מען האט געטענה'ט אז זיי ברענגען אונטער דאס לאנד.
און זיי זענען טאקע פארבליבן אונזערע העלדן.

metsboy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך metsboy » זונטאג אוקטובער 18, 2020 12:48 am

lazy האט געשריבן:סארי באט די פי אר סאו פאר, איז נאר לטובתו. און ליידער לרעתינו.
און אפילו די וועסט פראווען ניצחון אים ארויסצוזעהן, וועל מיר אונז ליידער ליידן סאך מער פון די שלעכטע פי אר ר״ל.


גראדע די מידא איז גאנץ sympathized מיט אונז ווען עס איז געווען די מעשה פון די קעמפס, פאר סקולס פארשטייען זיי מער צו זיין אפען ווייל עס כמעט נישט דא קיין קעיסעס ביי קינדער

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7845
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוקטובער 18, 2020 12:49 am

Goodmorning האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:קאומא האט היינט געזאגט אז ער גייט אנהייבן רעכענען לויט די בלאקס, נישט לויט געגנטער אדער זיפקאודס. ס'גייט זיין רויטע בלאקס, ארענדזשע און געילע, אפי' אויב די געגנטער בלייבן ריין.

דאס מיינט לכאורה אז ער פלאנט צו צילן וויליאמסבורג גאר בקרוב, וואס לויט די זיפקאודס זענען זיי נישט געיל בכלל.

כ'האף נאר אז מ'זאל נישט דארפן אנהייבן טראגן געלע שטערנס צו דערקענען ווער ס'וואוינט אין א רויטע געטוי.

ליידער!!

איינער זאגט גוט אז בלאקס קען זיך אפשר אויך מאכן עפעס גוים סא מארגן גייט קאומא אויפשטיין אז סגייט נישט גיין פער בלאק נאר פער הויז.... קען מען גלייך צילן צו יעדע טיר מיט א מזוזה און פארטיג...

נישט נערמאל וואס מיט דעים שיכור האט פאסירט.

וויאזוי איז בכלל מעגליך צו אינפארסירן בלאקס עס וועט זיין אזא צומישעניש

ער גייט נישט ממש גיין לויט בלאקס, נאר ארומנעמען גאנץ וויליאמסבורג מיט א רויטע ליניע.

ס'קוקט אויס קלארער יעדן טאג ווי ער זוכט נאר צו ווייזן פאר די מידיע אז ער נעמט גוט קעיר פון אונז אידן.
מיין שטימע נאוועמבער 3 וועט געגעבן ווערן אלס מחאה קעגן גאווערנאר קואמא וכל כת דיליה.

אוועטאר
Rak Tov
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך Rak Tov » זונטאג אוקטובער 18, 2020 12:49 am

חסד השם האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:קאומא האט היינט געזאגט אז ער גייט אנהייבן רעכענען לויט די בלאקס, נישט לויט געגנטער אדער זיפקאודס. ס'גייט זיין רויטע בלאקס, ארענדזשע און געילע, אפי' אויב די געגנטער בלייבן ריין.

דאס מיינט לכאורה אז ער פלאנט צו צילן וויליאמסבורג גאר בקרוב, וואס לויט די זיפקאודס זענען זיי נישט געיל בכלל.

כ'האף נאר אז מ'זאל נישט דארפן אנהייבן טראגן געלע שטערנס צו דערקענען ווער ס'וואוינט אין א רויטע געטוי.

ליידער!!


איינער זאגט גוט אז בלאקס קען זיך אפשר אויך מאכן עפעס גוים סא מארגן גייט קאומא אויפשטיין אז סגייט נישט גיין פער בלאק נאר פער הויז.... קען מען גלייך צילן צו יעדע טיר מיט א מזוזה און פארטיג...

נישט נערמאל וואס מיט דעים שיכור האט פאסירט.


קען זיין אז יעצט וועט מען ענדערש מצליח זיין אין קאורט ווייל ער גייט נישט קענען טענה'ן פשוט 'קוק אויף די נומבערס'

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך בחורהזעצער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 12:52 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:קאומא האט היינט געזאגט אז ער גייט אנהייבן רעכענען לויט די בלאקס, נישט לויט געגנטער אדער זיפקאודס. ס'גייט זיין רויטע בלאקס, ארענדזשע און געילע, אפי' אויב די געגנטער בלייבן ריין.

דאס מיינט לכאורה אז ער פלאנט צו צילן וויליאמסבורג גאר בקרוב, וואס לויט די זיפקאודס זענען זיי נישט געיל בכלל.

כ'האף נאר אז מ'זאל נישט דארפן אנהייבן טראגן געלע שטערנס צו דערקענען ווער ס'וואוינט אין א רויטע געטוי.

ליידער!!

איינער זאגט גוט אז בלאקס קען זיך אפשר אויך מאכן עפעס גוים סא מארגן גייט קאומא אויפשטיין אז סגייט נישט גיין פער בלאק נאר פער הויז.... קען מען גלייך צילן צו יעדע טיר מיט א מזוזה און פארטיג...

נישט נערמאל וואס מיט דעים שיכור האט פאסירט.

וויאזוי איז בכלל מעגליך צו אינפארסירן בלאקס עס וועט זיין אזא צומישעניש

ער גייט נישט ממש גיין לויט בלאקס, נאר ארומנעמען גאנץ וויליאמסבורג מיט א רויטע ליניע.

ס'קוקט אויס קלארער יעדן טאג ווי ער זוכט נאר צו ווייזן פאר די מידיע אז ער נעמט גוט קעיר פון אונז אידן.

ער האט זיך שוין אויך פארזיכערט נישט צו דארפן ארויסגעגעבן די נומערן פון די בלאקס וויבאלד עס קען זיין א פרייוועסי פארלעצונג. דאס האט ער אליין געזאגט.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Zeltzer, בן איש חי, היכלי, מחשבהטובה, מילכיגער, פאראויס, פעטער יעקל און 35 געסט