רבותי! לא עת לחשות! עס איז צייט צו עפענען א חרדישע לאוסוט פראנט!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פערפלוואל
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 4:47 pm

Re: רבותי! לא עת לחשות! עס איז צייט צו עפענען א חרדישע לאוסוט פראנט!

תגובהדורך פערפלוואל » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 11:07 pm

zugurnish האט געשריבן:פארוואס טראכט מען עס וועט ארבעטען בעסער ווי די לואוסוט פון אגודת ישראל הושענא רבה?

זעהט אויס אז דערוילעם פארשטייט נישט:

פיילן איין לאוסוט וועט אפשר נישט אויפטון אסאך.

מען רעדט דא פון עפענען א פראפעסיניאלע לעגאלע פראנט מיט א טיעם פון לויערס וואס טוען נאר איין זאך פול-טיים: ארויסריקן לאוסוטס אנטקעגן יעדע פוצה פה ומצפצף, יעדן איינציגסטן טאג - לאו דוקא ביי קאראנע.

איינמאל מיר האבן א פאוערפול לעגאלע פראנט וואס גייט בכל חומר הדין אויף א יעדע קליינע עבירה אנטקעגן אחב"י (א שטייגער ווי להבדיל בין אלף אלפי הבדלות די ACLU) וועלן דשורנאליסטן און פאליטיקאנטן צוגלייך מוזן טראכטן 15 מאל פארן אונז באשמוצן.

הײמישער זײגער
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

אזוי ווי דער עולם האט געפרעגט און מען האט שוין געמעקט... וואס איז געשעהן מיט די אלטע לאו סאוט.

תגובהדורך הײמישער זײגער » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 11:07 pm

open.JPG
open.JPG (101.44 KiB) געזעהן 1221 מאל

אוועטאר
פערפלוואל
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 4:47 pm

Re: אזוי ווי דער עולם האט געפרעגט און מען האט שוין געמעקט... וואס איז געשעהן מיט די אלטע לאו סאוט.

תגובהדורך פערפלוואל » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 11:16 pm

הײמישער זײגער האט געשריבן:
open.JPG

זייער גוט אבער ווייט נישט פון וואס מען רעדט דא, זעה מיין פאריגע תגובה

Programming
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: רבותי! לא עת לחשות! עס איז צייט צו עפענען א חרדישע לאוסוט פראנט!

תגובהדורך Programming » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 11:51 pm

די לאוסוט פון די מאנסי'ער שולן האט גראדע א גוטע טענה מיט זייער קוואוטן קאומא אז עס איז נישט גענוג שמאל גענייט (די שאלה איז נאר צו עס איז נישט ארויסגענומען פון קאנטעקסט כנהוג). זייער (אדער די נייעס באריכט'ס) אויספיר אז די שולן ווערן 'מער' דיסקרימינירט ווי סעקולערע פארזאמלונגען איז בכלל נישט ריכטיג.

אגב, לאוסוט'ס איז אפשר א מילדע פארעם פון הייבן די קעפ אין גלות, אבער איז מיליאן אדער ביליאן מאל בעסער ווי זיך אנפייפן. לאוסוט'ס איז א חלק פון דעם וועג וויאזוי די רעגירונג סיסטעם ארבעט, און קיינער קען נישט האבן קיין טענות דערגעגן. איגנארירן און אנפייפן איז פון די ערגסטע אופנים צו באהאנדלען די זאך (ווי לאנג עס איז נישט די גאנצע לאנד וואס טוט עס, נאר איין סוב גרופע).

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רבותי! לא עת לחשות! עס איז צייט צו עפענען א חרדישע לאוסוט פראנט!

תגובהדורך פאלעסיידס » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 1:06 am

Programming האט געשריבן:די לאוסוט פון די מאנסי'ער שולן האט גראדע א גוטע טענה מיט זייער קוואוטן קאומא אז עס איז נישט גענוג שמאל גענייט (די שאלה איז נאר צו עס איז נישט ארויסגענומען פון קאנטעקסט כנהוג). זייער (אדער די נייעס באריכט'ס) אויספיר אז די שולן ווערן 'מער' דיסקרימינירט ווי סעקולערע פארזאמלונגען איז בכלל נישט ריכטיג.

אגב, לאוסוט'ס איז אפשר א מילדע פארעם פון הייבן די קעפ אין גלות, אבער איז מיליאן אדער ביליאן מאל בעסער ווי זיך אנפייפן. לאוסוט'ס איז א חלק פון דעם וועג וויאזוי די רעגירונג סיסטעם ארבעט, און קיינער קען נישט האבן קיין טענות דערגעגן. איגנארירן און אנפייפן איז פון די ערגסטע אופנים צו באהאנדלען די זאך (ווי לאנג עס איז נישט די גאנצע לאנד וואס טוט עס, נאר איין סוב גרופע).

ענדליך מסביר געווען די חילוק צווישען א לאוסוט אין ברעכען די געזעץ
א זאך וואס כהאב נישט געגלייבט פאר אפאר יאר צירוק אז מגייט אפי דארפען מסביר זיין

אין דער אמת איז אז א לאוסוט דארף על פי רוב אויך האבען א דעת תורה,

איך ווייס פון א איד וואס האט נישט געסוט א האספיטאל יארען צירוק אויף די הוראה פון אן רב נאכדעם וואס די דעמאלסדיגע סיטואציע פון דאקטורים אין האספיטאל איז געווען אז אידען וואלטען געקענט שאדען האבען פון דעם און יענער האט אויפגעגעבען איבער מיליאן דאלער היינטיגע געלטער,

(אן אריינגיין אין אן אריכות איז געווען זייער אן אנגעצויגענע מצב -זייער א לאנגע תקופה צירוק-דעמאלטס מיט יענע האספיטאל אין אפאר מרשעי ברית האבען זיך ציגעכאפט אין געהעצט מיט יעדע קלייניקייט אזוי ווייט אז די חרדישע אידען האבען אויסגעקוקט פאני און שלעכט יעדע זאך וואס מהאט געטון,
די העצע איז געווען גרויס אויף ביידע זייטען און סאיז געווארען ווי מזאגט אוט אף קאנטראל ביז סאיז געלונגען פאר ריכטיגע עסקנים גענצליך צירוק צידרייען די רעדעל,

די הוראה איז דעמאלטס געווען אז מזאל דעמאלטס אינגאנצען נישט סוען נאר ווארטען אפאר יאר אין אויב מוועט קענען דעמאלטס הרי טוב דאס האט בעסעקלי דעמאלטס געמיינט אז מגעט אויף די קעיס)

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2988
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: רבותי! לא עת לחשות! עס איז צייט צו עפענען א חרדישע לאוסוט פראנט!

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 11:37 am

פאלעסיידס האט געשריבן:צי דוב הייקינדס קרעדיט האלט ער זיך היבש איינגעהאלטען דאסמאל,


פריצייטיגע שמחה

ער האט זיך שוין היינט / נעכטן אויסגעברייטערט דאס מיילעכל, און אויסגעבראכן ס'אינהאלט...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

פארשער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: רבותי! לא עת לחשות! עס איז צייט צו עפענען א חרדישע לאוסוט פראנט!

תגובהדורך פארשער » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 1:21 pm

zugurnish האט געשריבן:פארוואס טראכט מען עס וועט ארבעטען בעסער ווי די לואוסוט פון אגודת ישראל הושענא רבה?


אינטערוויו: דריי קהילות אין ניו יארק האבן אריינגעגעבן קלאגע אין געריכט אנטקעגן גאווערנאר קואמא, אראפ צו נעמען די פרישע לאקדאונס אויף היימישע געגעטער
ה' בראשית פ״א
אדוואקאט ראלאנד קאלמאן
https://www.yiddish24.com/interviews/12/27120

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

Re: רבותי! לא עת לחשות! עס איז צייט צו עפענען א חרדישע לאוסוט פראנט!

תגובהדורך פראצעדור » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 5:22 pm

נישט געכאפט פארוואס האלט דער לויער אז ער האט א בעסערע קייס ווי די אגודה ?
קען מיר איינער מסביר זיין?

נפשי חמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: רבותי! לא עת לחשות! עס איז צייט צו עפענען א חרדישע לאוסוט פראנט!

תגובהדורך נפשי חמדה » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 5:29 pm

פראצעדור האט געשריבן:נישט געכאפט פארוואס האלט דער לויער אז ער האט א בעסערע קייס ווי די אגודה ?
קען מיר איינער מסביר זיין?

ופשוט הוא..

אוועטאר
פערפלוואל
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 4:47 pm

Re: רבותי! לא עת לחשות! עס איז צייט צו עפענען א חרדישע לאוסוט פראנט!

תגובהדורך פערפלוואל » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 5:40 pm

פראצעדור האט געשריבן:נישט געכאפט פארוואס האלט דער לויער אז ער האט א בעסערע קייס ווי די אגודה ?
קען מיר איינער מסביר זיין?

די אגודה איז א לאבי גרופ, א לאוסוט איז פונקט די פארקערטע פאך פון לאביאינג

נארגוטס
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2018 11:05 am

Re: רבותי! לא עת לחשות! עס איז צייט צו עפענען א חרדישע לאוסוט פראנט!

תגובהדורך נארגוטס » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 7:28 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:צי דוב הייקינדס קרעדיט האלט ער זיך היבש איינגעהאלטען דאסמאל,


פריצייטיגע שמחה

ער האט זיך שוין היינט / נעכטן אויסגעברייטערט דאס מיילעכל, און אויסגעבראכן ס'אינהאלט...

דוב הייקינד האט אפגעשריבן א בריוו צו טראמפ בעטענדיג צו פארארדענען די יוסטיץ דיפארטמענט אויסצופארשן קואמא
ה' בראשית פ״א
אין זיין לענגערע בריוו ברענגט ער ארויס וויאזוי גאווערנער קואמא האט מערערע מאל קלאר געמאכט די לעצטע פאר וואכן אז ער צילט אידישע געגענטער מיט שווערע וויירוס לאקדאונס און געלאזט פאלן ווערטער צו געבן דעם אנזען אז בלויז אולטרא ארטאדאקסישע אידן און חסידישע אידן פארשפרייטן די וויירוס. אין די בריוו באשולדיגט ער נאך מער, אז ווי עס קוקט אויס טוט דער גאווערנער אויסקלויבן וואספארא סטאטיסטיקס ארויס צו שטעלן כדי מען זאל נישט וויסן די הויכע ראטעס אין אנדערע געגענטער וועלכע זענען נישט אידיש.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1369
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: רבותי! לא עת לחשות! עס איז צייט צו עפענען א חרדישע לאוסוט פראנט!

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 8:46 pm

פרישע קלאגע היינט געווארן אריינגעגעבן אין געריכט דורך אידישע עלטערן אינאיינעם מיט, להבדיל, קאטווילישע גלחים און עלטערן וואס ווילן שיקן זייערע קינדער אין סקול.

די פרישע קלאגע איז צוגעלייגט געווארן צו די קעיס פון אפאר חדשים צוריק, ווען א ריכטער האט גע'אורטיילט אז רעליגיעזע געבעט הייזער טארן נישט האבן שטרענגערע רעסטריקשאן'ס ווי אלגעמיינע פארזאמלונג פלעצער - יעצט בעטן די קלעגער אז די ריכטער זאל אויסברייטערן יענע אינזשאנקשען אויך אויף די פרישע רעגולאציעס פונעם גאווערנאר.

פאר מער דעטאלן, זעה דא

קארגע 4 מאנאטן נאך וואס די דאזיגע געריכט האט ארויסגעגעבן א אינזשאנקשען באפעל צו באשיצן די רעליגיעזע רעכטן פון די רלעגער, האבן ניו יארק'ע באאמטע זיך שוין מער נישט געקענט איינהאלטן. אנשטאט צו רעספעקטירן די רעכטן ערשטע אמענדמענט רעכטן פון די קלעגער און די קלארע באפעל פונעם געריכט, האבן די סטעיט און די סיטי - אנגעפירט דורך גאווערנאר קאומו און מעיאר דעבלאזיאו - פלוצלינג אויסגעדרייט די דאשיק


- - - -
עס ווערט אנגעוויזן אז דאס איז שוין די 5'טע קלאגע אין פעדעראלע געריכט קעגן די פרישע צוימונגען פונעם גאווערנאר! געדענקט'ס, די צוימונגען זענען קוים 9 טאג אלט...
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

אוועטאר
פערפלוואל
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 4:47 pm

Re: רבותי! לא עת לחשות! עס איז צייט צו עפענען א חרדישע לאוסוט פראנט!

תגובהדורך פערפלוואל » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 3:24 pm

נארגוטס האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:צי דוב הייקינדס קרעדיט האלט ער זיך היבש איינגעהאלטען דאסמאל,


פריצייטיגע שמחה

ער האט זיך שוין היינט / נעכטן אויסגעברייטערט דאס מיילעכל, און אויסגעבראכן ס'אינהאלט...

דוב הייקינד האט אפגעשריבן א בריוו צו טראמפ בעטענדיג צו פארארדענען די יוסטיץ דיפארטמענט אויסצופארשן קואמא
ה' בראשית פ״א
אין זיין לענגערע בריוו ברענגט ער ארויס וויאזוי גאווערנער קואמא האט מערערע מאל קלאר געמאכט די לעצטע פאר וואכן אז ער צילט אידישע געגענטער מיט שווערע וויירוס לאקדאונס און געלאזט פאלן ווערטער צו געבן דעם אנזען אז בלויז אולטרא ארטאדאקסישע אידן און חסידישע אידן פארשפרייטן די וויירוס. אין די בריוו באשולדיגט ער נאך מער, אז ווי עס קוקט אויס טוט דער גאווערנער אויסקלויבן וואספארא סטאטיסטיקס ארויס צו שטעלן כדי מען זאל נישט וויסן די הויכע ראטעס אין אנדערע געגענטער וועלכע זענען נישט אידיש.

איז עפעס געווארן דערמיט?


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט